קנקן טעגליך - קאמענטארן

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קנקן
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

קנקן טעגליך - קאמענטארן

תגובהדורך קנקן » דינסטאג יוני 25, 2019 11:36 am

ע״פ ברשת החברים, איז דאס געהענגעל באשטומט פאר קאמענטארן פונ׳ם קנקן טעגליך געהענגל.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1049
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דינסטאג יוני 25, 2019 12:55 pm

א דאנק פאר קנקן פאר די אינהאלטספולע סחורה.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דינסטאג יוני 25, 2019 3:21 pm

זייער שיין קנקן, יש"כ!
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » מיטוואך יוני 26, 2019 9:01 am

כ"ג סיון
כ'מיין אז די רכיטיגע פשט איז לתכלית שבעים - לקץ שבעים שנה לגלות בבל, נתלה על חמשים.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך יוני 26, 2019 9:04 am

ס׳איז נאך נישט געווען קיין זיבעציג יאר דעמאלטס!
מען האט הערשט געהאלטן ביי אחשורוש׳נס 12׳טע יאר.
אחשורוש האט אנגעצויגן נאך צוויי יאר.
הערשט ביים צווייטן יאר פון זיין נאכפאלגער, דריוש, האט זיך געענדיגט די 70 יאר, און יודן זענען ארויף קיין ארץ ישראל.

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » מיטוואך יוני 26, 2019 9:13 am

אעפ"כ ווערט עס כמדומה אנגערופן כמ"פ די ענדע פון די זיבעציג יאר, וויבאלד דאס האט געפירט צו די ענדע פונעם גלות.
די לייכטע דוחק זעט מיר אויס מער מרווח, ווי אננעמען א ווילד נייע בייפאל, אן קיין געהעריגע ראיות לכך.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך יוני 26, 2019 9:16 am

צד תמות האט געשריבן:אעפ"כ ווערט עס כמדומה אנגערופן כמ"פ די ענדע פון די זיבעציג יאר, וויבאלד דאס האט געפירט צו די ענדע פונעם גלות.
די לייכטע דוחק זעט מיר אויס מער מרווח, ווי אננעמען א ווילד נייע בייפאל, אן קיין געהעריגע ראיות לכך.

דער בייפאל איז נישט מיינס, הדבירם עתיקים.

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » מיטוואך יוני 26, 2019 9:25 am

הדברים עתיקים לאו דווקא. כ'האב געטראפן איינער וואס זאגט עס אפשר בחצי פה,
בכ"א, צו זאגן א געדאנק קעגן די אנגענומענע דעה פון חז"ל בכ"מ, ראשונים, אחרונים און ווער נישט, געבויעט אויף א אומקלארע מדרש, און א מליצה אין יוצר, איז לענ"ד נישט קראנט און שטאנדהאפטיק.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך יוני 26, 2019 9:40 am

עי׳ בסי׳ בית יעקב יוצר לפ׳ זכור:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=727

קומענדיגע מאל, ביטע אטאקיר נישט, ווען ס׳האנדלט זיך פון חסרון ידיעה.

צד תמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

תגובהדורך צד תמות » מיטוואך יוני 26, 2019 9:50 am

איר מיינט מסתמא צו זאגן "קומענדיגע מאל ביטע קאמענטירט נישט, ווען ס'האנדלט זיך פון חסרון ידיעה", ווייל קיינער האט אייך נישט אטאקירט.
לגופו של ענין, יאך האלט זיך נישט פאר אן אלס-ווייסער, איך האב קאמענטירט באזירט אויף אייער מ"מ, און אויך א לייכטע זוך באוצה"ח וכדומה.
(אין פאקט האבן שוין אנדערע געהויבן ברעמען אויף דעם יעב"ץ, ראה 'פרסומי ניסא' עמ' תצג)

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13151
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך יוני 26, 2019 10:42 am

היינט אין אידישע היסטאריע

קיקיון האט געשריבן:
איך האלט שוין ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

איטשע
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך יוני 26, 2019 11:39 am

צד תמות האט געשריבן:איר מיינט מסתמא צו זאגן "קומענדיגע מאל ביטע קאמענטירט נישט, ווען ס'האנדלט זיך פון חסרון ידיעה", ווייל קיינער האט אייך נישט אטאקירט.
לגופו של ענין, יאך האלט זיך נישט פאר אן אלס-ווייסער, איך האב קאמענטירט באזירט אויף אייער מ"מ, און אויך א לייכטע זוך באוצה"ח וכדומה.
(אין פאקט האבן שוין אנדערע געהויבן ברעמען אויף דעם יעב"ץ, ראה 'פרסומי ניסא' עמ' תצג)


אנטשולדיגט, כ׳האב נישט געמיינט אזוי שארף.
1. אז ר׳ יעקב עמדין ברענגט עס (מען דארף עס נאכקוקן אין זיין סידור), קענען מיר עס רואיגערהייט נאכברענגען.
2. אפילו נניח אז מיר שרייבן עס אליינס, מעג עס נאך אלס געברענגט ווערן, לידיעה בעלמא. מיר שרייבן נישט קיין הלכה אדער אגדה, בלויז ידיעות בעלמא. אגב, אז די 70 באצועט זיך צו טעג ווערט אויך דערמאנט אין יערות דבש.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך יוני 26, 2019 8:39 pm

צד תמות האט געשריבן:כ"ג סיון
כ'מיין אז די רכיטיגע פשט איז לתכלית שבעים - לקץ שבעים שנה לגלות בבל, נתלה על חמשים.

די ריכטיגע פשוט פשט איז וואס שטייט אין מדרש, דאס איז דאך בעצם די לשון פונעם מדרש, אז נאך 70 פסוקים פון אחר הדברים איז געווען ויתלו את המן.

חוח בין השושנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך יוני 26, 2019 9:12 pm

איטשע האט געשריבן:1. אז ר׳ יעקב עמדין ברענגט עס (מען דארף עס נאכקוקן אין זיין סידור), קענען מיר עס רואיגערהייט נאכברענגען.
2. אפילו נניח אז מיר שרייבן עס אליינס, מעג עס נאך אלס געברענגט ווערן, לידיעה בעלמא. מיר שרייבן נישט קיין הלכה אדער אגדה, בלויז ידיעות בעלמא. אגב, אז די 70 באצועט זיך צו טעג ווערט אויך דערמאנט אין יערות דבש.

פאר א סיבה דאכט זיך מיר אז דער פירוש דארט איז נישט פונעם יעב"ץ, נאר פונעם שפעטערן חסידי'שן מו"ל. (שטייט עס אין עמודי שמים, אדער נאר אין בית יעקב?).
פאררעכט מיר ביטע אויב כ'בין נישט גערעכט.

כ'ווייס אז ס'דא אנדערע (גאנץ שפעטע) מפרשים וואס לערנען אזוי פשט אינעם פיוט.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג יוני 27, 2019 12:58 pm

נניח אז ס׳איז נישט פונ׳ם יעב״ץ, ממילא וואס, איז עס יעצט חזיר טרייף?
ס׳איז א מאמר חז״ל, פשוט פשט איז לכאורה ווי מיר האבן געשריבען, יא ס׳איז סותר אנדערע מאמרי חז״ל, איר וועט מיר מוזן מוחל זיין, אבער חז״ל איז פיל מיט סתירות, און ס׳איז אונז גארנישט גורע.
ווילט איר מיר זאגן, אז ס׳איז דא א וואגשאל, ווען יא און ווען נישט? ס׳איז נישטא אזא זאך.

חוח בין השושנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג יוני 27, 2019 1:05 pm

איטשע האט געשריבן:נניח אז ס׳איז נישט פונ׳ם יעב״ץ, ממילא וואס, איז עס יעצט חזיר טרייף?
ס׳איז א מאמר חז״ל, פשוט פשט איז לכאורה ווי מיר האבן געשריבען, יא ס׳איז סותר אנדערע מאמרי חז״ל, איר וועט מיר מוזן מוחל זיין, אבער חז״ל איז פיל מיט סתירות, און ס׳איז אונז גארנישט גורע.
ווילט איר מיר זאגן, אז ס׳איז דא א וואגשאל, ווען יא און ווען נישט? ס׳איז נישטא אזא זאך.

יויש... שרייעט נישט אויף מיר...
נישטא קיין חזיר און נישטא קיין טרייף. אלעס איז מותר באכילה און ראוי לברך עליו!
נאר אנגעמערקט א הערה וואס איז ראויה לענ"ד לתשומת לב, ווייל ווי פארשטענדליך טראגט דעם יעב"ץ'נס א ווארט מער געוויכט ווי א ווארט פון אסאך אנדערע מחברים.

אגב ווען כ'האב אנגעהויבן טייפן די תגובה איז עס קודם געווען אנגעשטעלט אויף ענגליש, און 'יויש' האט זיך געשריבן huha...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג יוני 27, 2019 1:07 pm

נעה, ווער נישט נתפעל פון מיין שפראך, ס׳קומט ארויס שארפער ווי דער באדייט איז.

חוח בין השושנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג יוני 27, 2019 1:09 pm

איטשע האט געשריבן:נעה, ווער נישט נתפעל פון מיין שפראך, ס׳קומט ארויס שארפער ווי דער באדייט איז.

קן קולמוסו שמעתי, ממילא האב איך געמיינט אז ס'שרייעט.
ס'פיין.
בהצלחה ווייטער!
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג יוני 27, 2019 1:10 pm

פיין, ב״ה, גיי מיר צוגרייטן דעם מארגנדיגער באריכט...

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2832
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג יוני 27, 2019 5:04 pm

געוואלדיגער יישר כח.
אגב, אן אינטערסאנטער זאך וואס איך האב נישט געגלייבט אז אפילו מיין זעקס יעריגער יונגל , קוים וואס ער קען ליינען, פארפירט אלטס ביי יעדעם נייעם קנקן פונקט ווי די עלטערע וואס שלינגען מיט דארשט יעדעס ווארט.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג יוני 28, 2019 7:35 am

Gevald Geshrigen האט געשריבן:געוואלדיגער יישר כח.
אגב, אן אינטערסאנטער זאך וואס איך האב נישט געגלייבט אז אפילו מיין זעקס יעריגער יונגל , קוים וואס ער קען ליינען, פארפירט אלטס ביי יעדעם נייעם קנקן פונקט ווי די עלטערע וואס שלינגען מיט דארשט יעדעס ווארט.

איינגענעם צו הערן - זה הקטן גדול יהיה!.
שיק דיין יונגעלע א פערזענליכע גריס פונ׳ם בעל ה׳קנקן׳

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » פרייטאג יוני 28, 2019 9:25 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:נעה, ווער נישט נתפעל פון מיין שפראך, ס׳קומט ארויס שארפער ווי דער באדייט איז.

קן קולמוסו שמעתי, ממילא האב איך געמיינט אז ס'שרייעט.
ס'פיין.
בהצלחה ווייטער!

קול קן קולמוסא איז א הויעכע גרידער?
וואס זאל איך שרייבן ביי מיין אינטערשריפט?

חוח בין השושנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג יוני 28, 2019 10:38 am

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:נעה, ווער נישט נתפעל פון מיין שפראך, ס׳קומט ארויס שארפער ווי דער באדייט איז.

קן קולמוסו שמעתי, ממילא האב איך געמיינט אז ס'שרייעט.
ס'פיין.
בהצלחה ווייטער!

קול קן קולמוסא איז א הויעכע גרידער?

ניין. בכלל נישט הויך. נאר זייער זייער קראצעדיג, אז ס'דענערווירט געפערליך, ווי גלייך ס'שרייעט קולות...

און אויב ווילסטו וויסן פשוט פשט, איז עס אזוי:
דורכן הערן די געשריי פון ר' איטשע'ס שרייבן, האט עס געסאונדט ווי ס'קומט באגלייט מיט קולי קולות ובטעם העליון...
ווען כ'וואלט אבער געזען זיין שמייכעלע וואס ער האט בשעת'ן שרייבן זיינע ווערטער, וואלט איך עס אנדערש אויפגענומען.
לעצט פאראכטן דורך חוח בין השושנים אום פרייטאג יוני 28, 2019 10:41 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » פרייטאג יוני 28, 2019 10:41 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:נעה, ווער נישט נתפעל פון מיין שפראך, ס׳קומט ארויס שארפער ווי דער באדייט איז.

קן קולמוסו שמעתי, ממילא האב איך געמיינט אז ס'שרייעט.
ס'פיין.
בהצלחה ווייטער!

קול קן קולמוסא איז א הויעכע גרידער?

ניין. בכלל נישט הויך. נאר זייער זייער קראצעדיג, אז ס'דענערווירט געפערליך, ווי גלייך ס'שרייעט קולות...

יעצט איז געקומען די צייט אז די זאלסט ליינען דיין אינטערשריפט.
וואס זאל איך שרייבן ביי מיין אינטערשריפט?

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג יולי 02, 2019 12:19 pm

הרב קנקן מיר האבן שטארק הנאה פון די טעגליכע ידיעות, ווען מ'וועט האבן צו קאמענטירן וועט מען אוודאי אזוי טון...


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: zugurnish און 7 געסט