קנקן טעגליך - קאמענטארן

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

איטשע
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג יולי 02, 2019 12:21 pm

כמובן, נאך ידיעות געפונט מען אין די קנקן קובצים...
באגנוגט אייך נישט בלויז מיט דעם.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13066
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג יולי 02, 2019 1:30 pm

בלויז פאר די ידיעה אליין קומט אייך א גרויסען יי"כ

קנקן האט געשריבן:
כ״ט סיון, ער״ח תמוז תשע״ט
היינט, פאר 376 יאר צוריק, שנת ת״ג לפ״ק, האט דער תוספות יום טוב, דאן רב אין לאדמיר, באקומען א בריוו פונ׳ם פריץ אז ער זאל זעהן באצייטנס פארשוואונדן צו ווערן פון לאדמיר, ווי לאנג דער פריץ ווייל.......................
איך האלט נאך נישט ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13066
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג יולי 05, 2019 8:11 am

בענין הגאון מוהר״ר מרדכי וואלף הלוי אינטינגא און זיין שוואגער לעמבערגער רב, הג״ר יוסף שאול נאטאנזאהן,
ווער האט זיי אויס געהאלטען ביז דער שוא' ומשיב איז געווארען לעמבערגער רב
און הרה"ג מוהר״ר מרדכי וואלף דערנאך
איך האלט נאך נישט ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג יולי 05, 2019 1:11 pm

ייש"כ בעל הקנקן פאר די מיטטיילן די זייער אינטערעסאנטע ידיעות.
מיר האבן שטארק הנאה דערפון, עס ברענגט אונז צוריק צום גאר אלטן עבר.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13066
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג יולי 05, 2019 1:42 pm

Untit.jpg
Untit.jpg (83.84 KiB) געזעהן 801 מאל
איך האלט נאך נישט ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2378
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » פרייטאג יולי 12, 2019 12:38 pm

יישר כח פאר די הערליכע טעגליכע ידיעות.

איך האב אויסגעהערט די רייכע אינטערייוא איבער ח' חוקת (ק"מ 3-1). זייער אינטערסאנט. יישר כח נאכאמאל.

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג יולי 14, 2019 8:07 am

קנקן האט געשריבן:
י״א תמוז תשע״ט
היינט, מיט 92 יאר צוריק, שנת תרפ״ז לפ״ק, האט א מעכטיגע, 6.5 ריכטער וואגשאל, ערדציטעניש אויפגעטרייסלט ירושלים אין דאס ארום, אין וועלכע אומגעפער 287 מענטשן האבן געפונען דערינען זייער ענדע.
א באריכט פונ׳ם ערדציטעניש האמ׳יר אינ׳ם באקאנטן ספר כף החיים פון הג״ר יעקב חיים סופר, ח״ז סי׳ תקע״ו סקכ״ו, ווי פאלגענד: ״בשנת התרפ״ז י״א לחו׳ תמוז היה רעש גדול בירושת״ו ובכל סביבותיה, ונהרסו כמה כותלים ומהם נתרועעו, והיה נסים ונפלאות שלא נפקד אחד בירושת״ו, רק בכפרים נעשו הריסות גדולות ומתו כמה עכו״ם לתפ״ץ* , וה׳ שמר ישראל, והיה פלא בעיני הרואים והאמינו בה׳ גם ההולכים ע״פ הטבע, והעידו, כי יד ה׳ עשתה זאת.״
*ר״ת: לֹ׳א תָ׳קוּם פַּ׳עֲמַיִם צָ׳רָה (נחום א:ט)

1927_Earthqua_JQ2.jpg



ביי דעם ערד ציטערניש איז געווען די באוויסטע מעשה ווען די כף החיים זצ"ל האט ארויס געראטעוועט הגה"ק הרב עובדיה זצ"ל אין בית המדרש שושנים לדוד, ווי ער האט געהארעוועט אלס קליין קינד.

אוועטאר
קנקן
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

י״ב תמוז - ויכוח רבנו יחיאל מפארישׂ

תגובהדורך קנקן » מאנטאג יולי 15, 2019 7:29 am

י״ב תמוז תשע״ט
היינט, מיט 779 יאר צוריק שנת תת״ר לפ״ק, האט מען געלאזט רופן רבנו יחיאל פון פאריז, דער סמ״ק און נאך צוויי גדולי ישראל, צו דעם קעניגליכן פאלאץ, פאר אן אויספארשונג,אין די אנוועזנהייט פונ׳ם קעם רעניג׳ס מועטר. מען האט דאביי געגעבן דאס געלעגנהייט פאר די יודן צו פארטיידיגן דעם תלמוד פון קריסטליכע באשולדיגונגען.
רבינו יחיאל, האט מצליח געווען צו פארענטפערן אלע זייערע פראגעס, און פון א יודישן שטאנדפונקט איז עס באקרוינט געווארן ערפלאגרייך. דאך האבן די קריסטן עס נישט אזוי אנגענומען, האלטנדיגע איז ר׳ יחיאל האט זיי נישט ריכטיג גע׳ענטפערט, הגם זיי האבן נישט געקענט אויפווייזן זיין אומרעכט. די גזירה פונ׳ם פארברענען דעם תלמוד איז נישט בטל געווארן דערמיט.
א לענגערע אפהאנדלונג איבער׳ן ויכוח, וועט בע״ה זיין אין קנקן, קן ז׳.
Royal Palace Paris.jpg
Royal Palace Paris.jpg (206.86 KiB) געזעהן 444 מאל
קנקן טעגליך - קאמענטארן

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובהדורך ברעטל » מאנטאג יולי 15, 2019 9:18 am

יענע שריפה איז פארגעקומען פארנט פון די קירכע וואס האט אפגעפלאקערט נישט לאנג צוריק?
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג יולי 15, 2019 1:07 pm

קנקן האט געשריבן:
י״ב תמוז תשע״ט
היינט, מיט 779 יאר צוריק שנת תת״ר לפ״ק, האט מען געלאזט רופן רבנו יחיאל פון פאריז, דער סמ״ק און נאך צוויי גדולי ישראל, צו דעם קעניגליכן פאלאץ, פאר אן אויספארשונג,אין די אנוועזנהייט פונ׳ם קעם רעניג׳ס מועטר. מען האט דאביי געגעבן דאס געלעגנהייט פאר די יודן צו פארטיידיגן דעם תלמוד פון קריסטליכע באשולדיגונגען.
רבינו יחיאל, האט מצליח געווען צו פארענטפערן אלע זייערע פראגעס, און פון א יודישן שטאנדפונקט איז עס באקרוינט געווארן ערפלאגרייך. דאך האבן די קריסטן עס נישט אזוי אנגענומען, האלטנדיגע איז ר׳ יחיאל האט זיי נישט ריכטיג גע׳ענטפערט, הגם זיי האבן נישט געקענט אויפווייזן זיין אומרעכט. די גזירה פונ׳ם פארברענען דעם תלמוד איז נישט בטל געווארן דערמיט.
א לענגערע אפהאנדלונג איבער׳ן ויכוח, וועט בע״ה זיין אין קנקן, קן ז׳.


וואס איז די בילד שייכות צו די פאסירונג? די בילד קוקט אויס ווי די הר הזיתים.

אוועטאר
קנקן
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » דינסטאג יולי 16, 2019 6:35 am

Royal Palace Paris.jpg

דערינען איז פארגעקומען דער ויכוח

איטשע
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג יולי 16, 2019 6:53 am

ברעטל האט געשריבן:יענע שריפה איז פארגעקומען פארנט פון די קירכע וואס האט אפגעפלאקערט נישט לאנג צוריק?

ע״פ חשבון, יא.

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מיטוואך יולי 17, 2019 11:22 am

צום ערשט א דאנק אייך פאר די רייכע ידיעות וואס איר פארשפרייט בקרב הארץ, ורבתה הדעת.

בנוגע י"ד תמוז און די גזירות פון שנת שט"ו, איז כדאי אנצומערקן (איך שרייב נישט די ידיעה פאר אייך ר' איטשע, עס איז אייך זיכער באקאנט, נאר פאר די אנדערע ליינער):
דער בעל סדר הדורות, פון וועמען איר זענט מעתיק, האט געלעבט זייער ווייט פון די גזירות, סיי אין פלאץ און סיי אין צייט (ער האט געשריבן זיין ספר אין די ת"פ-ת"צ יארן אין מינסק). בסך הכל האט ער דאס מעתיק געווען פון ספר שלשלת הקבלה, דפוס ויניציאה שמ"ז.
ר' גדליה אבן-יחיא, דער בעל השלשלת, האט געלעבט אין איטאליע און האט מיטגעהאלטן די ארטיגע גזירות פון דער נאנט, טייל פון זיי האט ער געשפירט אויף זיין אייגענע הויט. דער שטייגער -ביי אסאך- איז מעתיק צו זיין פון סדר הדורות, ענדערש ווי פון שלשלת הקבלה, וויבאלד דער סדר הדורות איז מער מפורסם, און דער שלשלת הקבלה האט בעיני המון העם א שוואכע נאמנות, ווייל ער איז נישט געווען א דייקן.

למעשה שטעלט זיך ארויס, ווי איך וועל אי"ה מברר זיין באריכות ערגעץ אנדערש, אז צענליגע קשיות און פירכות וואס זענען דא אויפן שלשלת הקבלה, ווערן פארענטפערט נאכן מעיין זיין אינעם שלשלת הקבלה כת"י גינצבורג 652 (ליגט אין מאסקווע בחזקת גנוב). דער כת"י איז געשריבן געווארן אין די ש"כ יארן. אין די גליונות זענען דא הוספות בכתב ידו של ר' גדליה המחבר.
אינעם נוסח הדפוס האט דער מחבר צוגעלייגט חידושים על פי ספר יוחסין (שיצא לאור בשנת שכ"ו) און פון מאור עינים (שנת של"ד), אבער רוב פונעם אריגינאלן חיבור איז געדרוקט געווארן נאר בקיצור.

בנוגע די מאורעות פון שנת שט"ו, שרייבט ער בנוסח כתב היד (דף 215 ע"א) אז די גזירה איז ארויסגעגעבן געווארן כ"ד תמוז. נישט ווי אין נוסח הדפוס וואס איז בחזקת גרייזיג.

שלשלת הקבלה.JPG
שלשלת הקבלה.JPG (154.26 KiB) געזעהן 296 מאל
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

פויגל מילך
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 8:20 am

תגובהדורך פויגל מילך » דאנארשטאג יולי 18, 2019 9:25 am

יישר כח פאר די מצבה פון מהר"מ שיף.
לשון מאיר ב׳ מהר״ר יעקב יצ״ו‏‎ משמע שנפטר בחיי אביו.

בד"וו, געדענקעך נישט אז ער ליגט דארט, איז ער אין די חלקת הרבנים אצל פנ"י הפלאה (הגם ס'איז אויך נישט ארגינעל)?

איטשע
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג יולי 18, 2019 9:27 am

אזויוו יאך בין א כהן, קען איך דערמיט אייך נישט העלפן, כ׳דריי מיך נישט אין די ערטער.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5307
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג יולי 18, 2019 11:17 pm

יישר כח רבי איטשע פאר די טעגליכע ידיעות מיר באלעקן זיך די ליפן דערמיט!
דביה תחדי נפשא

איטשע
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג יולי 19, 2019 6:10 am

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:צום ערשט א דאנק אייך פאר די רייכע ידיעות וואס איר פארשפרייט בקרב הארץ, ורבתה הדעת.

בנוגע י"ד תמוז און די גזירות פון שנת שט"ו, איז כדאי אנצומערקן (איך שרייב נישט די ידיעה פאר אייך ר' איטשע, עס איז אייך זיכער באקאנט, נאר פאר די אנדערע ליינער):
דער בעל סדר הדורות, פון וועמען איר זענט מעתיק, האט געלעבט זייער ווייט פון די גזירות, סיי אין פלאץ און סיי אין צייט (ער האט געשריבן זיין ספר אין די ת"פ-ת"צ יארן אין מינסק). בסך הכל האט ער דאס מעתיק געווען פון ספר שלשלת הקבלה, דפוס ויניציאה שמ"ז.
ר' גדליה אבן-יחיא, דער בעל השלשלת, האט געלעבט אין איטאליע און האט מיטגעהאלטן די ארטיגע גזירות פון דער נאנט, טייל פון זיי האט ער געשפירט אויף זיין אייגענע הויט. דער שטייגער -ביי אסאך- איז מעתיק צו זיין פון סדר הדורות, ענדערש ווי פון שלשלת הקבלה, וויבאלד דער סדר הדורות איז מער מפורסם, און דער שלשלת הקבלה האט בעיני המון העם א שוואכע נאמנות, ווייל ער איז נישט געווען א דייקן.

למעשה שטעלט זיך ארויס, ווי איך וועל אי"ה מברר זיין באריכות ערגעץ אנדערש, אז צענליגע קשיות און פירכות וואס זענען דא אויפן שלשלת הקבלה, ווערן פארענטפערט נאכן מעיין זיין אינעם שלשלת הקבלה כת"י גינצבורג 652 (ליגט אין מאסקווע בחזקת גנוב). דער כת"י איז געשריבן געווארן אין די ש"כ יארן. אין די גליונות זענען דא הוספות בכתב ידו של ר' גדליה המחבר.
אינעם נוסח הדפוס האט דער מחבר צוגעלייגט חידושים על פי ספר יוחסין (שיצא לאור בשנת שכ"ו) און פון מאור עינים (שנת של"ד), אבער רוב פונעם אריגינאלן חיבור איז געדרוקט געווארן נאר בקיצור.

בנוגע די מאורעות פון שנת שט"ו, שרייבט ער בנוסח כתב היד (דף 215 ע"א) אז די גזירה איז ארויסגעגעבן געווארן כ"ד תמוז. נישט ווי אין נוסח הדפוס וואס איז בחזקת גרייזיג.

שלשלת הקבלה.JPG


מיר ווייסן פונ׳ם כתב יד.
דאך טוען מיר נישט נאכפארשן די טעגליכע ידיעות, מיר נעמען עס כמות שהוא, און מיר צייכענען אן דעם מקור.
עכ״ז ייש״כ, אט דעם פרט הא׳מיר טאקע נישט געוואוסט.

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » זונטאג יולי 21, 2019 1:58 am

וואסערע שייכות האט די בילד פון מלחמת עמלק צו די יארצייט פון חור?

אוועטאר
קנקן
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » זונטאג יולי 21, 2019 7:36 am

אלמוני האט געשריבן:וואסערע שייכות האט די בילד פון מלחמת עמלק צו די יארצייט פון חור?

וִידֵי מֹשֶׁה כְּבֵדִים וַיִּקְחוּ־אֶבֶן וַיָּשִׂימוּ תַחְתָּיו וַיֵּשֶׁב עָלֶיהָ וְאַהֲרֹן וְחוּר תָּמְכוּ בְיָדָיו מִזֶּה אֶחָד וּמִזֶּה אֶחָד וַיְהִי יָדָיו אֱמוּנָה עַד־בֹּא הַשָּׁמֶשׁ׃

שמות י״ז י״ב


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט