קנקן טעגליך - קאמענטארן

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22340
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 9:10 am

קנקן האט געשריבן:
דאנערשטאג, ט׳ חשון תש״ף לפ״ק
Jerusalem_from_the_Mount_of_Olives_-_Google_Art_Project.jpg

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 260 יאר צוריק, אום שנת תק״כ לפ״ק, האט אן ערדציטעניש אויפגעטרייסלט ירושלים.
אין ירושלים איז ב״ה קיינער נישט געשעדיגט געווארן, אבער אין צפת, זענען רח״ל 162 מענטשן אומגעקומען געווארן, צווישן זיי החסיד מוהר״י פאראג׳י און זיין זוהן.
הערה: ס׳איז מיר נישט באקאנט ווער דער מהר״י פאראג׳י איז.
מקורות: פרי האדמה, הל׳ תעניות פרק ב׳ הלכה י״ב; וויקיפּעדיע


איך וואלט געזאגט אז דאס ר' יעקב פראג'י בעל שאלות ותשובות מהרי"ף ס'שטימט מיט די תקופה, אבער כ'זעה צו ברענגען ער איז נסתלק געווארן בערך ת"צ אין מצרים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22340
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 9:14 am

זע איך ר"י לעווינשטייין אין דור דור ודורשיו שרייבט שנ' תקי"ג, דארף מען נאר וויסן אויף וואס דאס איז געבויעט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

SOMETHING IS FISHY

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 3:53 pm

farshlufen האט געשריבן: איך וואלט געזאגט אז דאס ר' יעקב פראג'י בעל שאלות ותשובות מהרי"ף ס'שטימט מיט די תקופה, אבער כ'זעה צו ברענגען {ווי?} ער איז נסתלק געווארן בערך ת"צ אין מצרים.

איך האב מורא אז עס האט אימיצער HIJACKED ר' פישעל'ס ניק
ער האט געקענט אויסוכען דעם שער בלאט אבער איז שוין נישט געווען בכח צו געבען א מיש צו
Untitled.gif
Untitled.gif (135.85 KiB) געזעהן 988 מאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22340
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 4:02 pm

איר האט דאך רעכט.

די ווארהייט איז אז כ'האב געקוקט אינעם שו"ת אין אוצר החכמה וואו ס'איז נישט געוועזן דער צוגעלייגטער בלאט.

אגב, עמיצער האב איך געזעהן חלום'ט אז ער האט געשטאמט פון פראג און געוועזן אן אשכנזי, ס'הויבט אבער נישט אן צו שטימען ווייל בתשובותיו ברענגט ער צו זקינו שהי' מרבני מצרים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 8:56 pm

קנקן האט געשריבן:
דאנערשטאג, ט׳ חשון תש״ף לפ״ק
אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 260 יאר צוריק, אום שנת תק״כ לפ״ק, האט אן ערדציטעניש אויפגעטרייסלט ירושלים.
אין ירושלים איז ב״ה קיינער נישט געשעדיגט געווארן, אבער אין צפת, זענען רח״ל 162 מענטשן אומגעקומען געווארן, צווישן זיי החסיד מוהר״י פאראג׳י און זיין זוהן.
הערה: ס׳איז מיר נישט באקאנט ווער דער מהר״י פאראג׳י איז.
מקורות: פרי האדמה, הל׳ תעניות פרק ב׳ הלכה י״ב; וויקיפּעדיע

למען הפונקטליכקייט וואלט איך געשריבען האט אן ערדציטעניש אויפגעטרייסלט דעם מיטעל מזרח פון וויקי זעהט אויס אז דער EPICENTER פון OCT 30 ט' חשון
איז געווען אין צפת'ר געגענט
איי דער מחבר פון פרי האדמה שרייבט פה עיר הקדש ירושלם ת"ו שנת הת"ק ועשרים ליל ט' וואס איז משמע אז דארט יז געווען דער עיקר
1 ער איז דאך געווען א ירושלמי
2 קוק אין המשך דבריו ער שרייבט בענין שלא לגזור תענית צבור על הרעש בירושלם

Untitled.gif
Untitled.gif (56.47 KiB) געזעהן 960 מאל

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 901
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 9:36 pm

farshlufen האט געשריבן:אגב, עמיצער האב איך געזעהן חלום'ט אז ער האט געשטאמט פון פראג און געוועזן אן אשכנזי, ס'הויבט אבער נישט אן צו שטימען ווייל בתשובותיו ברענגט ער צו זקינו שהי' מרבני מצרים.

דא
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 11:01 am

קנקן האט געשריבן:...אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 313 יאר צוריק, אום שנת תס״ז לפ״ק, האט א פייער אויסגעבראכן אין טיקטין, און פארברענט עטליכע יודישע הייזער.
אינ׳ם פנקס פונ׳ם קהלה, ליינען מיר אן אינטערעסאנטן באריכט. צווישן די וואס האבן פארלוירן זייער הויז צו דעם פייער, איז געווען א געוויסער ר׳ מרדכי בן הק׳ ר׳ נחמן. ער האט געהאט פארמאגט -פיר וועקסלען [שטרי חוב], וועלכע זענען שוין געווען אויסגעצאלט. ר׳ מרדכי איז דאס געגאנגען דערציילן פאר בי״ד, אז אין פאל, אז די וועקסלען זענען נישט פארברענט געווארן, און אימיצער געפונט זיי, זאל מען נישט גיין מאנען קיין געלט.
בי״ד האט טאקע געלאזט דריי מאל אויסרופן אינ׳ם שול, אז יעדער זאל וויסן, אז די וועקסלען זענען גארנישט ווערט, און אויב אימיצער געפונט זיי, זאל ער עס זאפארט צורייסן.

גאר אינטעעסאנט!
זעט אויס אז דער ר' מרדכי איז געווען אן אפגעהיטענער איד אבער נישט קיין גרויסער ת"ח ער האט נישט געוויסט פון אסור להשהות שטר פרוע

פארוואס האבען נישט די דיינים געהייסען שרייבען שוברים פאר די לווים?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 2:54 pm

קנקן האט געשריבן:
דאנערשטאג, ט״ז חשון תש״ף לפ״ק
אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 225 יאר צוריק, אום שנת תקנ״ה לפ״ק, איז דאס קערפער פון א געוויסער ר׳יוסף ב״ר צבי פון בראד, אידענטיפיצירט געווארן אין פראגא, פוילן [א SUBURB פון ווארשע] - נישט פראג, וועלכע איז אין בעהמין, היינטיגע טשעכין.
5 טאג פריער, אום י״א חשון, איז אין פראגא, פארגעקומע דאסן וואס עס איז באקאנט אלס ״דער שלאכט פון פראגא״. דאס איז געווען א טייל, פון א פוילישער אויפשטאנד קייגן רוסלאנד און די קעניגרייך פון פרייסין.
ביי יענעם שלאכט, האבן פילע יודן פון פראגא, פארלוירן זייערע לעבן, צווישן זיי, א געוויסער ר׳ יוסף פון בראד, וועלכער איז אהינגעפארן עטליכע טעג פריער.
אט די אידענטיפיקאציע, האט מען אפגעשיקט אהיים קיין בראד, או מען האט עס געברענגט צו הגאון מוהר״ר אפרים זלמן מרגליות, וועלכער האט מתיר געווען זיין פרוי נאכאמאל חתונה צו האבן.

אין דער מרידה וואס עס האט אנגעפירט Tadeusz Kościuszko (דער זעלבער וועלכער האט געהאלפען וואשינגטאן מורד זיין אין די ענגלענדער) האט זיך אויך משתתף געווען א רעגימענט פון בערך 500 אידען וואס האט געקאסט היפש אידישע קרבנות
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום פרייטאג נובעמבער 15, 2019 1:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22340
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג נובעמבער 15, 2019 10:15 am

הרב קנקן, איר רעגט אייך היינט?

ביינונז שיינט היינט שיין די זון ב"ה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג נובעמבער 15, 2019 10:30 am

קנקן האט געשריבן:
פרייטאג, י״ז חשון תש״ף לפ״ק


היינט איז א רעגנדיגער טאג, פאר 3 סיבה׳ס.
1. אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 4123 יאר צוריק, אום שנת א׳תרנ״ז לב״ע. נח׳ס פאמיליע זענען שוין איינקווארטירט אינ׳ם תיבה, די אויסגעקליבענע בהמות, חיות ועופות, מאכן זיך באקוועם, אין זייערע קעמערליך. נח שטייט אינדדרויסן, און באטראכט די וועטער, האפנדיג, אז ער וועט נישט מוזן דורכמאכן דאס ערוואטעטן קושמאר. אבער די רעגן, שטופט אים אריין אין תיבה אריין, ווי ער פארבלייבט פאר דעם קומענדיגן יאר.
2. י״ז חשון, איז דער טאג אין ארץ ישראל, וואס אויב ס׳גייט פארביי, און ס׳האט נישט גערעגנט זינט סוכות, הייבן די יחידים אן צו פאסטן, ווי דער משנה לערנט אונז (תענית א:ד): ״הִגִּיעַ שִׁבְעָה עָשָׂר בְּמַרְחֶשְׁוָן וְלֹא יָרְדוּ גְשָׁמִים, הִתְחִילוּ הַיְחִידִים מִתְעַנִּין שָׁלשׁ תַּעֲנִיּוֹת.״
3. היינט איז סתם אזוי א רעגנדיגן טאג.

מיין מלמד האט געטייטשט תיבה א קאסטען נישט א שיף
איך האב געמיינט אז די תיבה האע געהאט נור איין צהר נישט איטליכע חלונות
באקוועם, אין זייערע קעמערליך איך זעה חיות אויפען דעק
נח שטייט אינדדרויסן, און באטראכט די וועטער, :?: פון ווי נעמט איר דאס?

3. היינט איז סתם אזוי א רעגנדיגן טאג. ווי? נישט אין לאנדאן און נישט אין ברוקלין
Untitled.gif
Untitled.gif (95.82 KiB) געזעהן 802 מאל

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » פרייטאג נובעמבער 15, 2019 12:20 pm

קיקיון, איך האלט מיר שון לאנג אייך איין פון פרעגן.

במחילת כבודכם, עפעס גייט פאר מיט אייך? וואס ווילט איר פון דעם קנקן אז איר זוכט אייך קריטיק פון אונטער דער ערד טאג איין טאג אויס?.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג נובעמבער 15, 2019 12:58 pm

עכט היימיש האט געשריבן:קיקיון, איך האלט מיר שון לאנג אייך איין פון פרעגן.

במחילת כבודכם, עפעס גייט פאר מיט אייך? וואס ווילט איר פון דעם קנקן אז איר זוכט אייך קריטיק פון אונטער דער ערד טאג איין טאג אויס?.

1 איך זיך נישט פון אינטער דער ערד
2 נישט אלעמאל איז קריטיק דא היבש הוספות און הבהרות
3 קוק צוריק א פאר תגובות וועסט די זעהן אז ר' יוסף נחמי' האט מיר מעודד געוען ווייטער מהנה זיין אידען

קנקן האט געשריבן: ........איך מוז זאגן, אבער קיקיון טייערע, זעהנדיג וואו דער עולם האלט זיך אונטער מיט אייערע קריטיק, און נאטורווייז אויס, האב איך זעהר ליב מהנה צו זיין יודן, דעריבער חזק ואמץ, שטארקט אייך, און ברענגט ארויף פרישע סחורה מדי יום ביומו.
איר וועט מיר אבער מוזן מוחל זיין, מחוסר הפנאי, קען איך מיר נישט אלעמאל באצוען דערויף.

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מוצ"ש נובעמבער 16, 2019 5:00 pm

...

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » מוצ"ש נובעמבער 16, 2019 5:02 pm

קיקיון האט געשריבן:
קנקן האט געשריבן:
פרייטאג, י״ז חשון תש״ף לפ״ק


היינט איז א רעגנדיגער טאג, פאר 3 סיבה׳ס.
1. אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 4123 יאר צוריק, אום שנת א׳תרנ״ז לב״ע. נח׳ס פאמיליע זענען שוין איינקווארטירט אינ׳ם תיבה, די אויסגעקליבענע בהמות, חיות ועופות, מאכן זיך באקוועם, אין זייערע קעמערליך. נח שטייט אינדדרויסן, און באטראכט די וועטער, האפנדיג, אז ער וועט נישט מוזן דורכמאכן דאס ערוואטעטן קושמאר. אבער די רעגן, שטופט אים אריין אין תיבה אריין, ווי ער פארבלייבט פאר דעם קומענדיגן יאר.
2. י״ז חשון, איז דער טאג אין ארץ ישראל, וואס אויב ס׳גייט פארביי, און ס׳האט נישט גערעגנט זינט סוכות, הייבן די יחידים אן צו פאסטן, ווי דער משנה לערנט אונז (תענית א:ד): ״הִגִּיעַ שִׁבְעָה עָשָׂר בְּמַרְחֶשְׁוָן וְלֹא יָרְדוּ גְשָׁמִים, הִתְחִילוּ הַיְחִידִים מִתְעַנִּין שָׁלשׁ תַּעֲנִיּוֹת.״
3. היינט איז סתם אזוי א רעגנדיגן טאג.

מיין מלמד האט געטייטשט תיבה א קאסטען נישט א שיף
איך האב געמיינט אז די תיבה האע געהאט נור איין צהר נישט איטליכע חלונות
באקוועם, אין זייערע קעמערליך איך זעה חיות אויפען דעק
נח שטייט אינדדרויסן, און באטראכט די וועטער, :?: פון ווי נעמט איר דאס?
רש"י בראשית ז,ז "מפני מי המבול" - אף נח מקטני אמנה היה מאמין ואינו מאמין שיבא המבול ולא נכנס לתיבה עד שדחקוהו המים
3. היינט איז סתם אזוי א רעגנדיגן טאג. ווי? נישט אין לאנדאן און נישט אין ברוקלין
Untitled.gif

כ'ווייס נישט וואס די האסט דארט געטראפן, אבער אין לאנדאן האט גערעגנט!

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 901
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מוצ"ש נובעמבער 16, 2019 6:02 pm

אוראייניקל האט געשריבן:כ'ווייס נישט וואס די האסט דארט געטראפן, אבער אין לאנדאן האט גערעגנט!

אין לאנדאן איז רעגן אזא זעלטענע זאך, אז ווען ס'רעגנט אמאל דארף עס פארצייכנט ווערן לדורות...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג נובעמבער 17, 2019 8:42 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:אין לאנדאן איז רעגן אזא זעלטענע זאך, אז ווען ס'רעגנט אמאל דארף עס פארצייכנט ווערן לדורות...


אזוי גאר?
טאקע נישט אזוי אפט ווי די "וועלט ווייסט אז אין לאנדאן יעדען טאג" אבער נישט "זעלטען"
London averages approximately 106 rainy days each year and receives a total of 22.976 inches (583.6 millimeters) of precipitation annually.

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 901
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג נובעמבער 17, 2019 8:45 am

קיקיון האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:אין לאנדאן איז רעגן אזא זעלטענע זאך, אז ווען ס'רעגנט אמאל דארף עס פארצייכנט ווערן לדורות...


אזוי גאר?
טאקע נישט אזוי אפט ווי די "וועלט ווייסט אז אין לאנדאן יעדען טאג" אבער נישט "זעלטען"
London averages approximately 106 rainy days each year and receives a total of 22.976 inches (583.6 millimeters) of precipitation annually.

און וואס מיינט דריי פינטעלעך סוף פון א תגובה?
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג נובעמבער 17, 2019 9:02 am

נח שטייט אינדדרויסן, און באטראכט די וועטער, :?: פון ווי נעמט איר דאס?


אוראייניקל האט געשריבן: ..... רש"י בראשית ז,ז "מפני מי המבול" - אף נח מקטני אמנה היה מאמין ואינו מאמין שיבא המבול ולא נכנס לתיבה עד שדחקוהו המים...........

יי"כ

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג נובעמבער 17, 2019 8:29 pm

קנקן האט געשריבן:
זונטאג, י״ט חשון תש״ף לפ״ק
בילד
אינ׳ם יעצטיגן מאנאט, מיט 3694 יאר צוריק, אום שנת ב׳פ״ו לב״ע, איז שרה אמנו נפטרת געווארן.
דער מדרש זאגט, ווען המן הרשע האט זיך געמאכט זיינע גורלות, און פראבירט אויסצוגעפינען וועלכע חודש וועט אים זיין א גליקליכע חודש, אויסצופירן זיין טייוולאנישן פלאן, ווען ער איז געקומען צו חודש חשון: ״עָלָה בְּמַרְחֶשְׁוָן, זְכוּת שָׂרָה אִמֵּנוּ שֶׁבּוֹ מֵתָה.״
ס׳איז אינטערעסאנט, ווייל מיר וויסן, אז אדר האט ער פאררעכנט אלס א גליקליכער חודש, צוליב וואס משה רבינו איז דערינען נפטר געווארן, ווידער אום חשון האט ער גאר געזעהן די פטירה פון שרה אמנו אלס א זכות פאר כלל ישראל.
מקור: אסתר רבה ז:יא

kankanjournal.com [5% off coupon, use “KDH”]

יש לציין, אז די מדרש שטימט לכאורה נישט מיט'ן מדרש אז שרה איז אוועק בשעת'ן עקידה, וואס איז געווען אדער ר"ה (פסיקתא רבתי) אדער יו"כ (ילקוט ראובני) אדער ניסן (שמות רבה טו, יא).
חוץ אויב מ'וועט זאגן אז ביז די שטן איז געקומען צו שרה איז שוין געווען חודש חשון, און במשך די גאנצע צייט ביז דעמאלטס האט אברהם אבינו זיך אויפגעהאלטן טין באר שבע, וכמבואר ברמב"ן (בראשית כג, ב) 'אבל לפי המדרש צריכין אנו לומר כי אברהם ושרה בזמן העקידה היו דרים בחברון ושם נצטוה ומה שאמר ביום השלישי וישא אברהם את עיניו (לעיל כב ד) כי לא נגלה לו ההר חמד אלהים עד היום השלישי והיה בשני הימים הולך בסביבי ירושלים ולא היה הרצון להראות לו ואברהם אחר העקידה לא שב למקומו לחברון אבל הלך תחלה אל באר שבע מקום האשל שלו לתת הודאה על נסו ושם שמע במיתת שרה ובא'.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג נובעמבער 18, 2019 7:31 am

קנקן האט געשריבן:......................
דער ראב״ד השלישי, איז געווען אן איידעם ביי דעם ראב״ד השני, דאס איז דער באקאנטער ראב״ד פון פושקיירא [עוד חזון למועד].
.............

די פאר ווערטער וועל איך אריינשמוגלען נאך פאר כי בא מועד
"דער ראב״ד השלישי פון פושקיירא איז געווען דער בעל ההשגות אויף דעם רמב"ם"

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מאנטאג נובעמבער 18, 2019 8:12 am

קנקן האט געשריבן:
ך׳ מרחשון תש״ף לפ״ק
HaEschkol.jpg

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 870 יאר צוריק, אום שנת תתק״י לפ״ק, איז נסתלק געווארן דער ראב״ד פון נרבונה [Narbonne],באקאנט אלס דער ראב״ד השני. ער האט פארפאסט דעם ספר האשכול.
דער ראב״ד הראשון ,איז דער ראב״ד וואס איז באקאנט אלס דער ראב״ד בעל הקבלה, וועלכע האט פארפאסט דעם כראניק ספר הקבלה.
דער ראב״ד השלישי, איז געווען אן איידעם ביי דעם ראב״ד השני, דאס איז דער באקאנטער ראב״ד פון פושקיירא [עוד חזון למועד].
מקור: הלולא דצדקיא, נ״ב, ס׳איז מיר נישט קלאר ווי פארלעסליך ס׳זענען די טאג און דעם יאר וואס ווערט אנגעגעבן.



די מקור איז פונעם סדר הקבלה להמאירי (פתיחה למסכת אבות).
"וכן בארץ הזאת היו חכמים גדולים בימי הרב הגדול זקנינו הנבחר רבי אברהם בר' יצחק אב ב"ד, ונפטר בשנת תתקי"ט בעשרים במרחשון".
(די בילד פונעם אשכול מהדו' נחל אשכול קומט אפשר אנדייטן אז איר זענט מפקפק אויפן דאטום? דאן דארפט איר יעצט ברענגען אלבק'ס אשכול...)

אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » מאנטאג נובעמבער 18, 2019 1:16 pm

ייש״כ, א שיינע מקור טאקע.
מחוסר פנאי האב איך נישט געקענט נאכקוקן, כ׳האב דאס יא זיכער געמאכט אז דער מקור איז נישט דור ודור ודורשיו - מער איבער דעם אין קנקן - קן י׳ בע״ה.
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 901
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 8:42 am

קנקן האט געשריבן:
ך״א מרחשון תש״ף לפ״ק

מיר האבן דערמאנט אום ראש חודש, די מקור פון די נעמען פון אונזערע חדשים וואס מיר נוצן מיר.
ס׳איז אינטערעסאנט, אז דעם יעצטיגן חודש, פארמאגט צוויי וועגן ווי אזוי מיר שרייבען עס, חשון אדער מרחשון - וואס איז די מעשה?
אלזע, ווי דערמאנט, הייסט אונזערע חודש אויף בבלי׳ש ״אַראַהּסאַמנוּ״. אויף בבליש באקומט יעדער חודש דער אלגעמיינער פארווארט ״אַראַהּ״, וואס ליינט זיך און טייטשט זיך אויף לשון הקודש ״ירח״.
ווידער די נעמען פון זייערע חדשים, זענען על שם זייערע אפגעטער. אויסער איין חודש, חודש חשון, וועלכעס איז דער חודש ״סאַמנוּ״ = שמיני, דער אכטער חודש. מרח-שוון, דער אכטער חודש.
בילד: צייכענונג פון בבל
מקור: ראיתי בוויקיפעדיע, ואיני יודע המקור.





די מקור איז פון דעם בלעטל
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 6:33 am

תודה
בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

יונגרייז
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 23, 2019 12:31 pm

תגובהדורך יונגרייז » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 11:15 am

חוח, וואו קומט מען אן צו די שיינע בלעטלעך?
די עיקר איז מחשבה דיבור ומעשה בלתי לה' לבדו (ר' אהרן טשערנאבלער)


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גוטן יונה און 8 געסט