קנקן טעגליך - קאמענטארן

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

איטשע
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג יולי 02, 2019 12:21 pm

כמובן, נאך ידיעות געפונט מען אין די קנקן קובצים...
באגנוגט אייך נישט בלויז מיט דעם.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13050
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג יולי 02, 2019 1:30 pm

בלויז פאר די ידיעה אליין קומט אייך א גרויסען יי"כ

קנקן האט געשריבן:
כ״ט סיון, ער״ח תמוז תשע״ט
היינט, פאר 376 יאר צוריק, שנת ת״ג לפ״ק, האט דער תוספות יום טוב, דאן רב אין לאדמיר, באקומען א בריוו פונ׳ם פריץ אז ער זאל זעהן באצייטנס פארשוואונדן צו ווערן פון לאדמיר, ווי לאנג דער פריץ ווייל.......................
איך האלט נאך נישט ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13050
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג יולי 05, 2019 8:11 am

בענין הגאון מוהר״ר מרדכי וואלף הלוי אינטינגא און זיין שוואגער לעמבערגער רב, הג״ר יוסף שאול נאטאנזאהן,
ווער האט זיי אויס געהאלטען ביז דער שוא' ומשיב איז געווארען לעמבערגער רב
און הרה"ג מוהר״ר מרדכי וואלף דערנאך
איך האלט נאך נישט ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1651
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג יולי 05, 2019 1:11 pm

ייש"כ בעל הקנקן פאר די מיטטיילן די זייער אינטערעסאנטע ידיעות.
מיר האבן שטארק הנאה דערפון, עס ברענגט אונז צוריק צום גאר אלטן עבר.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13050
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג יולי 05, 2019 1:42 pm

Untit.jpg
Untit.jpg (83.84 KiB) געזעהן 448 מאל
איך האלט נאך נישט ביי 13000
search.php?author_id=5082&sr=posts

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2378
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » פרייטאג יולי 12, 2019 12:38 pm

יישר כח פאר די הערליכע טעגליכע ידיעות.

איך האב אויסגעהערט די רייכע אינטערייוא איבער ח' חוקת (ק"מ 3-1). זייער אינטערסאנט. יישר כח נאכאמאל.

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 880
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג יולי 14, 2019 8:07 am

קנקן האט געשריבן:
י״א תמוז תשע״ט
היינט, מיט 92 יאר צוריק, שנת תרפ״ז לפ״ק, האט א מעכטיגע, 6.5 ריכטער וואגשאל, ערדציטעניש אויפגעטרייסלט ירושלים אין דאס ארום, אין וועלכע אומגעפער 287 מענטשן האבן געפונען דערינען זייער ענדע.
א באריכט פונ׳ם ערדציטעניש האמ׳יר אינ׳ם באקאנטן ספר כף החיים פון הג״ר יעקב חיים סופר, ח״ז סי׳ תקע״ו סקכ״ו, ווי פאלגענד: ״בשנת התרפ״ז י״א לחו׳ תמוז היה רעש גדול בירושת״ו ובכל סביבותיה, ונהרסו כמה כותלים ומהם נתרועעו, והיה נסים ונפלאות שלא נפקד אחד בירושת״ו, רק בכפרים נעשו הריסות גדולות ומתו כמה עכו״ם לתפ״ץ* , וה׳ שמר ישראל, והיה פלא בעיני הרואים והאמינו בה׳ גם ההולכים ע״פ הטבע, והעידו, כי יד ה׳ עשתה זאת.״
*ר״ת: לֹ׳א תָ׳קוּם פַּ׳עֲמַיִם צָ׳רָה (נחום א:ט)

1927_Earthqua_JQ2.jpg



ביי דעם ערד ציטערניש איז געווען די באוויסטע מעשה ווען די כף החיים זצ"ל האט ארויס געראטעוועט הגה"ק הרב עובדיה זצ"ל אין בית המדרש שושנים לדוד, ווי ער האט געהארעוועט אלס קליין קינד.

אוועטאר
קנקן
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

י״ב תמוז - ויכוח רבנו יחיאל מפארישׂ

תגובהדורך קנקן » מאנטאג יולי 15, 2019 7:29 am

י״ב תמוז תשע״ט
היינט, מיט 779 יאר צוריק שנת תת״ר לפ״ק, האט מען געלאזט רופן רבנו יחיאל פון פאריז, דער סמ״ק און נאך צוויי גדולי ישראל, צו דעם קעניגליכן פאלאץ, פאר אן אויספארשונג,אין די אנוועזנהייט פונ׳ם קעם רעניג׳ס מועטר. מען האט דאביי געגעבן דאס געלעגנהייט פאר די יודן צו פארטיידיגן דעם תלמוד פון קריסטליכע באשולדיגונגען.
רבינו יחיאל, האט מצליח געווען צו פארענטפערן אלע זייערע פראגעס, און פון א יודישן שטאנדפונקט איז עס באקרוינט געווארן ערפלאגרייך. דאך האבן די קריסטן עס נישט אזוי אנגענומען, האלטנדיגע איז ר׳ יחיאל האט זיי נישט ריכטיג גע׳ענטפערט, הגם זיי האבן נישט געקענט אויפווייזן זיין אומרעכט. די גזירה פונ׳ם פארברענען דעם תלמוד איז נישט בטל געווארן דערמיט.
א לענגערע אפהאנדלונג איבער׳ן ויכוח, וועט בע״ה זיין אין קנקן, קן ז׳.
Royal Palace Paris.jpg
Royal Palace Paris.jpg (206.86 KiB) געזעהן 91 מאל
קנקן טעגליך - קאמענטארן

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובהדורך ברעטל » מאנטאג יולי 15, 2019 9:18 am

יענע שריפה איז פארגעקומען פארנט פון די קירכע וואס האט אפגעפלאקערט נישט לאנג צוריק?
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג יולי 15, 2019 1:07 pm

קנקן האט געשריבן:
י״ב תמוז תשע״ט
היינט, מיט 779 יאר צוריק שנת תת״ר לפ״ק, האט מען געלאזט רופן רבנו יחיאל פון פאריז, דער סמ״ק און נאך צוויי גדולי ישראל, צו דעם קעניגליכן פאלאץ, פאר אן אויספארשונג,אין די אנוועזנהייט פונ׳ם קעם רעניג׳ס מועטר. מען האט דאביי געגעבן דאס געלעגנהייט פאר די יודן צו פארטיידיגן דעם תלמוד פון קריסטליכע באשולדיגונגען.
רבינו יחיאל, האט מצליח געווען צו פארענטפערן אלע זייערע פראגעס, און פון א יודישן שטאנדפונקט איז עס באקרוינט געווארן ערפלאגרייך. דאך האבן די קריסטן עס נישט אזוי אנגענומען, האלטנדיגע איז ר׳ יחיאל האט זיי נישט ריכטיג גע׳ענטפערט, הגם זיי האבן נישט געקענט אויפווייזן זיין אומרעכט. די גזירה פונ׳ם פארברענען דעם תלמוד איז נישט בטל געווארן דערמיט.
א לענגערע אפהאנדלונג איבער׳ן ויכוח, וועט בע״ה זיין אין קנקן, קן ז׳.


וואס איז די בילד שייכות צו די פאסירונג? די בילד קוקט אויס ווי די הר הזיתים.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שרייזשע און 8 געסט