קנקן טעגליך

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » פרייטאג ינואר 10, 2020 12:52 pm

פון ווי איז ר׳ יהודה לייב חריף געקומען ? איז ער ערגעץ געווען רב בעפאר ?

אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » זונטאג ינואר 12, 2020 8:28 am

ט״ו טבת תש״ף לפ״ק

Storm.jpg
Storm.jpg (147.84 KiB) געזעהן 282 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 259 יאר צוריק, אינ׳ם יאר תקכ״א לפ״ק, האט א געוועזענער משומד, עדות געזאגט אינ׳ם לאנדאנעם בית דין, לטובת די עגונה מרת יהודית.
דער עד איז געווען אויפ׳ן שיף מיט דעם עגונה׳ס מאן ר׳ ישעי׳, ווען א שטורם האט אים אראפגעפליקט פונ׳ם שיף און ארייגעשליידערט אינ׳ם ווילדן ים. ווי דער עד שילדערט, איז ר׳ ישעי׳ געשווימען אויפ׳ן וואסער מיט זיין געזוכט אויף ארויף. אזוי איז ער געשווימען פאר 6 שעה. ווען דער שיף האט זיך אפגעשטעלט ביי אן אינזל, האט ער געפונען ר׳ ישעי׳ און דער עד האט געפילט אז ס׳איז נאך דא חיות אין אים, ער האט אים פראבירט צו דערמינטערן אבער איז איז אים געשטארבן ביי אים אין האנט.
הגאון מוהר״ר חיים כהן רפאפורט אבד״ק לעמבערג האט מתיר געווען אט די יהודית נאכאמאל חתונה צו האבן, און אונטערגעשריבן זיין פסק ביים ועד קודש אין פילץ, פון די ועד ארבע ארצות.
מקור: שו״ת רבינו חיים כהן אבן העזר סי׳ כ״ח




בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז

אוועטאר
קנקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 2:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנקן » מאנטאג ינואר 13, 2020 6:36 am

ט״ז טבת תש״ף לפ״ק

Joseph II.jpg
Joseph II.jpg (95.69 KiB) געזעהן 241 מאל

אינ׳ם היינטיגן טאג, מיט 238 יאר צוריק, אינ׳ם יאר תקמ״ב לפ״ק, האט קייזער יאָזעף דער צווייטער, אונטערגעשריבען דאס טאָלעראַנץ־פּאַטענט, וועלכע געבט פארשידענע רעכטן פאר די יודישע באפעלקערונג אין זיין טעריטאריע.
יאזעף האט אונטערגעשריבן צוויי אזעלעכ טאָלעראַנץ־פּאַטענטן, דאס ערשטע געציילטע מאנאטן פריער, וועלכער איז געוען געווידמעט פאר די נישט קאטוילישע קריסטן, און נאכהער, די דאזיגע פּאַטענט, פאר זיינע יודישע בירגער.
מקור: וויקפעדיע.

האנדלט אייך איין קנקן - קן יו״ד [5% off coupon, use “KDH”]:
https://kankan.ecwid.com/Kankan-Yiddish-10-p161357094



בכבוד רב
יוסף נחמי׳ הכהן קוואדראט
בעל ה׳קנקן׳
עורך ׳געשיכטעליין׳ א׳-קמ״ז


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט