ג׳ תשרי תש״ף לפ״ק
היינט, מיט 2440 יאר צוריק, אום שנת ג׳ ש״ם לב״ע, איז גדליה בן אחיקם ערמארדעט געווארן.
גדליה איז געשטעלט געווארן צו הערשן איבער די יודן, דורך נבודכדנאצר מלך בבל, נאכ׳ן חורבן פונ׳ם בית המקדש און נעמען אין געפענגעיש צדקיה דער לעצטער קעניג פון די מלכי יהודה.
גדליה האט זיך באזעצט אין מצפה, ווי עס איז געווען סטראנציאנירט זעלנער פון די בבל׳ישע מיליטער, און ער האט מחזק געווען די יודן וועלכע זענען פארבליבן אין ארץ ישראל,, ווייטער צו דינען דעם אייבירשטען אונטער די בבלי׳שע הערשאפט.
בי א געוויסן פונקט האט מען דערציילט פאר גדליה׳ן, אז בעליס מלך עמון, האט געשיקט ישמעאל בן נתניה אים צור ערמארדן, אבער גדליה האט עס נישט אנגענומען.
אום ג׳ תשרי, איז ישמעאל געקומען קיין מצפה מיט 10 מאן, ער האט געגעסן און געטרונקען מיט גדליה, און ער אים אופן ארט ערמארדעט. אים צוזאמען מיט אלע יודן פון מצפה. זעה זיינע ווייטערע הריגות אין ירמיה מ׳.
די נביאים האבן באשטומט דעם טאג אלס א תענית, אזויווי תשעה באב, אונז צו לערנען, אז ״קשה מיתתן של צדיקים לפני המקום כחורבן בית המקדש.״ אט דער תענית ווערט דערמאנט דורך זכריה, אלס דער ״צום השביעי״, זכריה האט געלעבט נישט לאנג דערויף, אין די צייטן ווען די יודן זענען צוריק אויף קיין ארץ ישראל נאך גלות בבל.
מקור: ירמיה מ׳
צו באקומען אונזערע באריכטן אויף סאציאלע־מעדיע, ווענדט אייך דא.
https://chat.whatsapp.com/LI65TXCisebFKIFBiIloSjhttps://t.me/kankanpublication