אלטע צייטונגען

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

אלטע צייטונגען

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מיטוואך מאי 15, 2019 3:28 pm

איך האב נישט געזעהן אז מען זאל ערגעץ רעדן פון די נושא האב איך אנגעהויבן א פרישן אשכול.
איך האף אז איך בין אויפן ריכטיגן פלאץ.

עס איז דא א צייטונג אויף יידיש מיטן נאמען היינט די צייטונג האט ערשינען צווישן די יארן תרס"ו - תרצ"ט און פולין.
אלס 'עורך ראשי' האט געדינט איינער מיטן נאמען שמואל יעקב יצקן, וואס האט פארדעם געשריבן אינעם צייטנוג "הצפירה".
וויל איך וויסן וואס איז געווען די יחס פון די פרומע ציבור און די רבנים צו די צייטונג.
או צי די צייטונג איז מוחזק אלס א דובר שקרים? אדער אלס א דובר אמת וצדק?

האם קען מען זיך פארלאזן אויף א תורה וואס ווערט אראפגעברענגט דארטן בשם איינע פון די גרויסע רעבי'ס, אז די תורה איז טאקע געזאגט געווארן דורך איהם?

יישר כח.

מה ידידות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » מיטוואך מאי 15, 2019 3:34 pm

איך מיין אז א צייטונג איז קיינמאל געווען און וועט קיינמאל זיין קיין מוסמך'דיגע מקור

אז איר ווילט דוקא קען איר דאס אראפ ברעגן מיטן מקור אין ווער עס וויל גלייבן זאל גלייבן
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

שלומעלע
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

תגובהדורך שלומעלע » דאנארשטאג מאי 16, 2019 2:32 am

מתוך א בריף פונם חפץ חיים
צוגעלייגטע
111.jpg
111.jpg (99.49 KiB) געזעהן 432 מאל

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובהדורך יום זה מכובד » דאנארשטאג מאי 16, 2019 8:32 am

ס'איז דא עפעס א ספר אויף היברעיש וואס שרייבט איבער אלע אמאלע צייטונגען, יעדע צייטונג וועלכע יאהרן איז עס ערשיינען, ווער איז געווען די מו"ל וכו' וכו'.
איך געדענק נישט יעצט די נאמען אויפן ארט.
פארשטייט זיך אז ס'שטייט נישט דארט איבער די יחס פון די היימישע יודענטום צו די צייטונגען...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20991
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מאי 16, 2019 8:43 am

ר' אביגדור מיללער ז"ל זאגט אז אלע זענען געוועזן כופרים חוץ איינס וואס איז ארויסגעקומען דורך גור'ע חסידים, דער קליפ געפונט זיך ערגעץ דא בין כותלי בית מדרשינו.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

שלומעלע
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

תגובהדורך שלומעלע » דאנארשטאג מאי 16, 2019 10:51 am

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:האם קען מען זיך פארלאזן אויף א תורה וואס ווערט אראפגעברענגט דארטן בשם איינע פון די גרויסע רעבי'ס, אז די תורה איז טאקע געזאגט געווארן דורך איהם?

איר מיינט מסתמא דער פיל "טייערע" ווערטער אינם טור פון ב. יאושזון - אינזערע אלטע אוצר.
עסטע קענען דער מענטש, א נידריגער לץ... אפשר גאר אן עוכר ישראל, מיט א געוויסער צינישער מטרה, קימט זיך עם נישט נאכזאגען פון עם א דבר תורה
צוגעלייגטע
11.jpg
11.jpg (120.74 KiB) געזעהן 318 מאל

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » דאנארשטאג מאי 16, 2019 10:58 am

בריוו פונעם רש"ב מליובאוויטש:

אגרות קודש.JPG
אגרות קודש.JPG (81.12 KiB) געזעהן 308 מאל
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20991
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:04 am

farshlufen האט געשריבן:ר' אביגדור מיללער ז"ל זאגט אז אלע זענען געוועזן כופרים חוץ איינס וואס איז ארויסגעקומען דורך גור'ע חסידים, דער קליפ געפונט זיך ערגעץ דא בין כותלי בית מדרשינו.

viewtopic.php?p=1916232#p1916232
מונאוויטש האט געשריבן:
רבי אביגדור מיללער זצ"ל רעדט איבער אנטיסעמיטיזם:

https://torasavigdor.org/wp-content/upl ... tism-1.mp4


אפשר קען עס עמיצער ארויפלייגן אויף דראפ באקס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4901
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג מאי 16, 2019 11:24 am

שלומעלע האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:האם קען מען זיך פארלאזן אויף א תורה וואס ווערט אראפגעברענגט דארטן בשם איינע פון די גרויסע רעבי'ס, אז די תורה איז טאקע געזאגט געווארן דורך איהם?

איר מיינט מסתמא דער פיל "טייערע" ווערטער אינם טור פון ב. יאושזון - אינזערע אלטע אוצר.
עסטע קענען דער מענטש, א נידריגער לץ... אפשר גאר אן עוכר ישראל, מיט א געוויסער צינישער מטרה, קימט זיך עם נישט נאכזאגען פון עם א דבר תורה

יש אומרים אז שפעטערע מלקטים האבן נאכגעשריבן זיינע תורה'לך און סיפורים.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:29 pm

יישר כח פאר ענק אלע, אויפן אינפארמאציע.

שלומעלע
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

תגובהדורך שלומעלע » פרייטאג מאי 17, 2019 8:52 am

נא_שכל האט געשריבן:
שלומעלע האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:האם קען מען זיך פארלאזן אויף א תורה וואס ווערט אראפגעברענגט דארטן בשם איינע פון די גרויסע רעבי'ס, אז די תורה איז טאקע געזאגט געווארן דורך איהם?

איר מיינט מסתמא דער פיל "טייערע" ווערטער אינם טור פון ב. יאושזון - אינזערע אלטע אוצר.
עסטע קענען דער מענטש, א נידריגער לץ... אפשר גאר אן עוכר ישראל, מיט א געוויסער צינישער מטרה, קימט זיך עם נישט נאכזאגען פון עם א דבר תורה

יש אומרים אז שפעטערע מלקטים האבן נאכגעשריבן זיינע תורה'לך און סיפורים.

על דא קא בכינא. ביים שבת טיש זאגט מ'נאך תורה פון ב. יאושזון. מלווה מלכה פארציילט מען סיפורי צדיקים פון י. ל. פרץ, שלום אש אין מענדעלע מוכר ספרים. טאקע הערליך נאכגעשריבען אין איבער געארבעט דארך באקאנטע היימישע מחברים...
אמאל פלעגט מ'וויסען, א מספר וואס הייבט אן "בדידי הוי עובדא" איז טייטש "איך האב עס אליינס געבאקען". א איש מהימן איש טייטש, איינער וואס זיין ערליכקייט ערלויבט עם נישט באקען אליינס, נאר ער קויפט אין זאגט נאך פינקטלעך פון אנדערע בעקערס.
היינט מיט די אלע דאטאבייסיס ווערט עס נאר ערגער. יעדער קימט אן דארך דער אוצר החכמה וכו' צו אלע פארצייטישע משכילישע חיבורים, אבי געשריבען אין לשון הקודש אותיות! מ'קייט איבער דער אלטע געבאקענע סחורה כדי להרחיב את הגיליון.
הלואי זאלען אלע זיין ווין דער ר' יוסעלע פריעדמאן, פרעגען, מברר זיין ווי קראנט זענען דער מקורות


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט