די מיסטריעזע שווארצע טאשקע פונעם מאסקווער בית הכנסת

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

די מיסטריעזע שווארצע טאשקע פונעם מאסקווער בית הכנסת

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג מאי 13, 2019 4:34 pm

בילד

סאוויעטן פארבאנד מאסקווע, תמוז תשי"ט - עס איז ערב שבת קודש. ווי דער נאכט פאלט, ווענדט ער זיינע טריט אויפן וועג צום לאקאלן בית הכנסת. עס איז היינט נישט ראש השנה, אויך נישט יום כיפור. עפעס אן אומבאקאנטע אורזאך, מעגליך די העלדישע מסירת נפש פון אידן דא אין שטאט זיך האלטנדיג פעסט ביי אידישקייט אונטער די אייזערנע פורהאנג פון די קאמוניסטישע רעזשים ווירקט אויף איהם.

מאטל לייב, א דריי און פופציג יעריגער דאקטער, איז דער הויפט יוראלאגישער כירורג אינעם גרויסן 'בית ישראל שפיטאל' אין באסטאן מאסאטשוסעטס. ער געפינט זיך אין רוסלאנד מיט א גרופע דאקטורים פון די פאראייניגטע שטאטן צו באזוכן שפיטעלער ארום 'לענינגראד' און 'מאסקווע', צו אויסטוישן געזונטהייט אינפארמאציע און כדי צו לערנען ווי אזוי די רוסן פראקטיצירן מעדיצין.

צו די זעלבע צייט, קומט פאר אין מאסקווע א היסטארישע אויסשטעלונג וואס איז באקאנט אלס "די אמעריקען נעשאנעל עקסיבישן" (the American National Exhibition). עס איז געווען געציילטע יארן נאך וואס דער רוסישער פרעמיער סטאלין איז געשטארבן האבן די סאוויעטן אין די מיטעלע 1950'גער יארן עטוואס אונטערגעהויבן דעם אייזערנעם פורהאנג און פארגרינגערט פאר אמעריקאנע צו רייזן אין געקליבענע געגענטער אין לאנד, פרובירענדיג צו אנשטעלן א מער מעסיגע אנזעהן פאר די וועלט.

די אויסשטעלונג איז געווען א צוזאמען ארבייט פונעם אמעריקאנעם ווייס-פרעזידענט 'ניקסאן' און רוסישן פרעמיער מיניסטער 'כרושטשאוו', צו פארבעסערן די באציאונגען און נענטער ברענגען דיפלאמאטישע פארבינדונגען צווישן די צוויי לענדער דורך מיטטיילן זייער פארגעשריטענקייט אין פארשידענע געביטן און אין זייער בעסערע לעבענסשאפט. דאס האט אויך געברענגט א שטילע פארדאכט צווישן די געהיים-אגענטור'ן פון די צוויי לענדער און האט זיי שטארק באאומרואיגט אז דער פיינט וועט דאס אויסנוצן צו אינפילטרירן דעם אנדערן מיט שפיאנען.

וואס איז אין ווירקלעכקייט געווען וואר...

נאך א מאנאט פון רוסישע אויסשטעלונגען אין די מאנאט פון יוני אין די שטאט ניו יארק, איז אין יולי פארגעקומען די אמעריקאנע אויסשטעלונג אינעם גרויסן סקווער פונעם סאקולניקי-פארק אין מאסקווע דורך די גרעסטע אמעריקאנע פירמעס, צייגענדיג נייע פארגעשריטענע טעכנאלאגישע ערפינדונגען פאר'ן צוקונפט און פארשטעלן 'אמעריקאנע קאפיטאליזם'. עס איז דאן געוויזן געווארן די צוקונפטיגע טעכנאלאגיע'ס, ווי די"ש וואשער"ס און וואש מאשינען און נאך נייע ערפינדונגען וואס האבן פארמירט א העפטיגע היסטארישע דעבאטע דורך די פירער פון די צוויי לענדער.

ביי די עפענונג פון די אויסשטעלונג אין מאסקווע איז פארגעקומען א דעבאטע צווישן דעם אמעריקאנעם ווייס-פרעזידענט ניקסאן און דעם רוסישן פרעמיער מיניסטער כרושטשאָוו איבער וואס איז בעסער און גלייכער פארן פאלק - קאמוניזם אדער קאפיטאליזם. די טייל היציגע און טייל קאמישע דעבאטע איז באצייכנט אין די היסטאריע אלס "די קיטשען דיבעיט" (the kitchen debate of 1959).

בילד
בילד

רוב פון די אמעריקאנע סטודענטן וואס זענען געקומען צו פארן אלס פאָרשטעלער צו די אויסשטעלונג, זענען בעפאר פארגעברייט געווארן אין געהיים דורך די סי-איי-עי ווי צו אומקוקן ארום זיך - עטוואס מער ווי די אויסשטעלונג. די סאוועטישע שפיאנאזש אגענטור די קעי-דשי-בי האט דאס ערווארטעט, און האט דערפאר ספעציעל פארמערט אגענטן צו אבזערווירן די אמעריקאנע באזוכער מיט וועם זיי האבן סיי וואספארא פארבינדונג און נאכגעקוקט מיט פארדאכט יעדע פון די אמעריקאנע אמבאסאדארן וואס זענען געקומען אלס פאָרשטעלער פאר די אויסשטעלונג.

עס איז פרייטאג צונאכטס. אויף איינע פון די גאסן טוט מאטל לייב שפאנען פון זיין האטעל צימער ווענדענדיג זיינע טריט צום גרויסן בית הכנסת. עס באווייזט זיך דעם גרויען האריזאנט וואו די זוהן ווארפט אירע לעצטע שטארלן איבער די מאסקווער טורעם-שפיצן און א שבת'דיגער אטמאספער נעמט ארום יעדען ווינקל וואו זי ווערט אויפגענומען אונטער פארשטעלטע שויבן

בילד
די מיסטריעזע טאשקע

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » מאנטאג מאי 13, 2019 5:10 pm

און?

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג מאי 13, 2019 6:43 pm

ווארטן מיר אויפן המשך בכליון עיניים
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג מאי 13, 2019 6:48 pm

צענדליגע פארזעצונגען זענען שוין אנגעהויבן געווארן אין די וועלטל
זייער אסאך זענען אפגעשטעלט געווארן אינדערמיט. און מיך געלאזט מיטן צינג אינדרויסן...
כהאב מיך מקבל געווען בל״נ מליינט נישט נאר וואן אלעס איז פערטיג...

שכוח בענקל
המתחיל אומרים לו גמור...

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » מאנטאג מאי 13, 2019 6:52 pm

רעב # שמעלקא זאפטיגער אלערט.....

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג מאי 13, 2019 6:57 pm

יש מזל האט געשריבן:רעב # שמעלקא זאפטיגער אלערט.....

וואו קומט דא אריין שמעלקע? אונז האמער דא בענקל לייוו!!!
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מאנטאג מאי 13, 2019 10:06 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
יש מזל האט געשריבן:רעב # שמעלקא זאפטיגער אלערט.....

וואו קומט דא אריין שמעלקע? אונז האמער דא בענקל לייוו!!!

ווייל טאמער זוכט ער נאך אלץ די טאשקע, וויל ער נאר עם זאגן אז לכאורה ווייסט שמעלקא ווי ס׳ליגט.... אשטייסט????
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג מאי 14, 2019 11:29 am

פארוואס מיינסטו האט שמעלקע נישט גענדיגט, ער ווייסט אויך נישט וואו עס ליגט.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג מאי 14, 2019 11:56 am

חחח... חברה עטס זענטס גוט!

קוקטס. עס ווערט געשריבן אין 'זכור ימות עולם'.
דאָס איז אן אמת'ע געשיכטע, מיט עכטע נעמען און פאקטן. די בילדער זענען עכטע בילדער (אויסער דער דעקל בילד וואס איז מעשה ידי) און די טאשקע איז די עכטע טאשקע פון די געשיכטע מיט וואס די מעשה האט פאסירט.

שמעלקא האלט מיט מיט הנאה אונטער די קוליסן.

נישט זיך שרעקן. עס איז נישט אזוי שרעקעדיג. דער אויבערשטער וועט העלפן!

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1352
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג מאי 14, 2019 1:33 pm

יישר כח ר' בענקל!

#טאשקע......
. . . . . . .

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3190
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך מאי 15, 2019 10:50 am

מאָטל לייב'ס 'שפינענדיגע' געדאנקען טוהן 'אנטווירן' זיינע זעהלישע פארבינדונגען צו שטעטעלעך וואס זענען איהם יעצט נענטער ווי אלעמאל אין געאגראַפישען אבשטאַנד, אבער איז שטענדיג נאענט ביי איהם אין הארצן.

די געדאנקען שווימען איהם צוריק אזוי, צו די גאר פריע יארן פונעם 19'טן יארהונדערט. ווען אין א שטעטל אין ליטא אין די 'ווילנע גובערניע', אין א דערפעל 'אלקעניק', האט דארט געוואוינט אין שטעטל די עלטער זיידע פון מאטל לייב, 'משה שמעון'. אלע אין דארף האבן איהם געקענט אלס "משה מיטן רויטן בארד". דארט האט נאך דערנאך געוואוינט מאטל לייב'ס פאטער 'שמעון' מיט זיינע זיידע און באבע נתן און פייגל.

עס דערמאנט איהם א טרויער קאמיש עפיזאד וואס האט פאסירט צו זיינע עלטערן אין זייער יוגנט. אין א שטאט א הונדערט קילאמעטער פון אלקעניק מיטן נאמען 'סווענציאן' (שווינציאן Švenčionys) א גרויסע מיליטעריסטישע שטאט, האט געוואוינט א מיידל שרה יטא מיט איהרע עלטערן גדליה און מרים פאללאק. גדליה האט געהאט א געשעפט פון וואס ער האט גאר שיין פארדינט, האבנדיג די ארמיי אלס זיינע גרעסטע און איינציגע קונדן וואס האבן באצאלט מיט הארטע באנקנאטן.

גדליה האט זיך מיט יארן שפעטער ארויסגעלאזט קעגן די ווילן פון זיין פרוי קיין אמעריקע, ווייל צו גדליה'ס אויערן זענען אנגעקומען קלאנגען אז אין אמעריקע זענען די שטראוזן אויסגעפלאַסטערט מיט ציגל פון ריין גאלד. געהאט האט גדליה א פלאן אהיים צו ברענגען קיין 'סווענציאן' א שיינע פאר קילא גאלד גענוג פאר זיך און פאר די פאמיליע ביז ענדלאזע דורות און לעבן ווי א פרעמיער.

עס איז געווען מיטוואך פארטאגס, י"ב אייר תרנ"א. גדליה געפינט זיך אינעם ווייטן אמעריקע זוכענדיג גאלדענע גליקן. אין זיין היימשטאט סווענציאן איז די גאנצע שטאט איינגעזינקען אין א טיפן שלאף, ווען פלוצלינג האט ל"ע אויסגעבראכן א העלישע פייער. די לאקאלע פייער בריגאדע איז געשווינד געווארן אלאמירט אבער ווען זיי זענען אנגעקומען האבן זיי זיך נישט געקענט ספראווען מיט די ווילדע און גאלאפירענדע פייער צונגען וואס האט אינצווישן פארכאפט איבער פופציג הייזער און געשעפטן מיט אלע זייערע האב און גוטס. די שטאט סווענציאן האט נאכנישט געהאט געקומען צו זיך פון א טראגישע פייער פיהר יאהר צוריק און יעצט ווידער א פייער מיט גרויסע פארלוסטן פון פארמעגנס.

בילד
אויסשניטן פונעם צייטונג 'המליץ' וואו עס איז געווען באריכטעט די צוויי פייערן אין סווענציאן

אינצווישן די ברויזענדע פלאמען האט זיך געפונען גדליה'ס היים און געשעפט וואס איז גיך ארויף אין פלאמען. די פאללאק פאמיליע איז געווארן טאטאל פארארעמט ווי דער נאכט און אָן א דאך איבערן קאפ. איינע פון די קלייניגקייטן וואס איז געלונגען ארויסצוראטעווען צווישן די אַש איז געווען א צויבערישע גאלדענע פרויען זייגער'ל מיט א האלב-רונד פון טייערע איידלשטיינער אויף איהר צודעק מיט א שליסל וואס איז געהאנגען צו דער זייט.

נישט האבנדיג קיין רובל אין קעשענע צו קויפן עפעס עסן פאר די הונגעריגע הויזגעזינד האט די מוטער מרים ארויסגעשיקט איהר צעהן יעריגע שרה יטא מיטן זייגערל צו פארקויפן. דאס מיידעלע דרייט זיך ארום אליין פון איין געשעפטסמאן צום צווייטן, אלע זענען זייער פארארימטע נישט האבענדיג די סומע צו די ווערד פון די שיינע צירונג. איין געשעפטסמאן האט איהר פארגעשלאגן זי זאל גיין צו די מער רייכע געגענטער וואו זי וועט קענען לייזן אפאר רובל.

אינעם קראם האט זיך פונקט געפונען א צוועלף יעריגע בחור'ל וואס האט געזוכט צו קויפן א זייגער און הערט די פארשלאג פונעם געשעפטסמאן. ער פאלגט איהר נאך ארויס פונעם געשעפט און שלאגט איר פאר א סומע. זיי האנדלען אויפ'ן פרייז און צום ענדע געשלאסן א געשעפט. ביידע זענען אהיים געלאפן מיט פרייד. זי צו די מאמען מיט א פאר רובל אין די האנט צו שפייזן די פאמיליע און ער מיט א הערליכע זייגער'ל פון טייערע שטיינער.

יארן זענען זיך פארלאפן. אין ענדע פונעם 19'טען יאר-הונדערט נאכדעם וואס די שטרענגע אימיגראציע געזעצן זענען לויזער געווארן, האבן מיליאנען אידן געזוכט צו פארלאזן די צארישע רוסישע אימפעריע, איבערלאזנדיג זייער הייזקעלעך און שולן, זוכענדיג א זיכערער ארט פאר זייער צוקונפט. פארלאזנדיג אין די מאסן זייער שטעטעלעך פון "דער תחום-המושב" (pale), וואו אידן האבן זיך שטארק אנגעליטן פון יערליכע פאגראמען און גרויס ארעמקייט.

מאטל לייב'ס פאטער שמעון האט אין יאהר תרנ"ז אימיגרירט מיט זיינע עלטערן און פאמיליע קיין אמעריקע און זיך באזעצט אין באסטאן מאסאטשוסעטס. אזוי אויך זיין מוטער שרה יטא האט דעם זעלבן יאהר אימיגרירט קיין אמעריקע מיט איר פאמיליע. ביים לאנדן אויף די האפן אין עליס איילענד נאך א שטורמישע רייזע מיטן דייטשן שיף 'קארלסרוהע', האבן זיך אלע צושפרייט יעדער צו זיין געקליבענע שטאט. גדליה האט זיך שוין דערווייל באקאנט געמאכט אין באסטאן און טאקע געטראפן גאלדענע גליקן אין אמעריקאנע ערד אלס א גרויסע ריעל-עסטעיט מאגנאט.

אייניגע יאהר זענען פארביי. א גרויסע פרייד ביי די אידישע געמיינדע אין באסטאן, מען האט געשלאסן א שידוך צווישן צוויי אימיגראנטן פון ווילנע. אינמיטן די לחיים ווען פריידיגע וואונטשן הערן זיך פון אלע זייטן, הערט זיך פלוצלינג פון די פרויען זייט אן אויערן פארטויבענדע קוויטשע. די כלה שרה יטא האט כמעט גע'חלש'ט. זי האט באמערקט ווי א שוועסטער פון איהר חתן שמעון איז נארוואס אנגעקומען צו די לחיים און אויף איהר קלייד איז אנגעהאנגען א הערליכע זייגער. זי האט קלאר דערקענט אז דאס איז די גאלדענע זייגער מיט די טייערע איידלשטיינער וואס איז איבערגעליבן פון זייער פארברענטע הויז אין 'סווענציאן' און האט דאס דאן געמוזט פארקויפן פאר אן אומבאקאנטע בחור'ל צו לייזן אפאר רובל.

פייגא, די מוטער פונעם חתן האט אלעמען בארואיגט, דערציילענדיג ווי דער חתן שמעון האט דאס ווי א בארופליכער סוחר אפגעקויפט נאך ביים מארק אין ווילנע פון א יונג מיידל וואס איז געווען אין נויט פאר א ביסן אין מויל...

מאטל לייב'ס פאטער שמעון האט זיך אין באסטאן ארויפגעארבעט אלס ערפאלגרייכער פיש האולסעילער און האט מיט זיין מוטער שרה יטא אויפגעצויגן א פאמיליע פון זיבן קינדער, מיט מאטל לייב אלס דער עלטסטער און האבן דארט זיך אויסגעלעבט זייער גליקלעכע יארן.

די קאמישע פאמיליע געשיכטע ווי אזוי זיינע עלטערן האבן זיך יונגערהייט יארן בעפאר זייער שידוך שליסן אין אמעריקע געטראפן אין ווילנע, ברענגט איהם אלץ ארויף א שמייכל. אבער נישט אין מאסקווע, דא גייט יעדער שטענדיג מיט פארשטייפטע געזיכטן און פארדעכטיגטע בליקן.

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » מיטוואך מאי 22, 2019 7:44 pm

עס לוינט זיך אוועקצוגעבן יעדע רגע און שטילען די דארשט פון בענקל'ס פענע
א גרויסן יש'כ כבוד הרב בענקל
אתה חונן בעט מען נאכאלץ


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט