מקור חשוב לחוקרי יחוס משפחות בלבוב: פאמיליע נומערן

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: מקור חשוב לחוקרי יחוס משפחות בלבוב: פאמיליע נומערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

Jhon האט געשריבן:Wow @הסרפד, א גרויסן ישר כח
האסט מיר געעפענט א גרויסן אוצר, וועל איך האבן ארבעט זיך צו דעפרישן מיינע ריסערטש אויף משפחות פון לבוב און בראדי, גראדע האב איך געסעווט די פאמיליע נומערן פון גשר גאליציה אויף די משפחות אפשר וועט עס מיר צוהעלפן,
איך האב 2 שאלות/הערות
1. איך מיין אז ס’איז געווען א שארקע שייכות צווישן משפחות פון לבוב און בראדי
2. זענען די ליסטעס בלויז פון לבוב /לעמבערג, אדער אויך פון בראדי? אדער ס’איז פארהאן עקסטערע ליסטעס פאר בראדי?
3. פארן קריג האט איינער אנגעהויבן אפשרייבן - אינדעקסן אלע מצבות פון לבוב אלטער בית החיים, איז עפעס געבליבן פון די רשימות?

א דאנק!
1. יא, אבער כמעט אך ורק רבני'שע און גבירי'שע משפחות
2. די עווידענץ ביכער פון בראד זענען שוין נישט בנמצא לכאורה, די איינציגסטע זכר איז די נומערן
3. לויט וואס איך האב געליינט האט מען עס קיין מאהל נישט געטראפן.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3565
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: מפתח משפחות לבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

הסרפד האט געשריבן:
פיישל האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
פיישל האט געשריבן:איינער איז מצליח צו זען די עווידענץ ביכער לעצטנס?

ביי מיר ארבייט עס געהעריג

די לעצטע פאר טאג זע איך דאס [...]

אחרי הבירור, זעהט אויס אייז דערווייל האבן FamilySearch - לכאורה בטעות - אוועק גענומן צוטריט צום ערשטן מיקראפילם אין די סעריע, דהיינו

הסרפד האט געשריבן:[...]
מיקראפילם נומ' 2439862/7804171
1 תחלת כרך באמצע מיקראפילם (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... V67D?i=270)
101 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... V85H?i=444)
201 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... VN1S?i=625)
301 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... VFBY?i=804)
366 סוף מיקראפילם באמצע הכרך (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... V6TR?i=916)
[...]

ב"ה די איבעריגע קרוב צו 3000 ארבייטן נאך געהעריג.

ביי מיר ארבעט עס, ס’איז צוריק געלייגט
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3565
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: מקור חשוב לחוקרי יחוס משפחות בלבוב: פאמיליע נומערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

די ביכער האבן עפעס א סדר?
כ’האב אמאל געקענט ליינען אלטער דייטש, וועל איך מיר מוזן פעסט אויפפרישן... ס’לוינט זיך אבער!
די בלעטער וואס פעהלט 4-8 זענען קאמפליט פארלוירן אדער סתם נישט געסקענט?
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3565
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: מקור חשוב לחוקרי יחוס משפחות בלבוב: פאמיליע נומערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

לכבוד הרב @הסרפד און אנדערע ריסערטשערס וואס קענען ארויסהעלפן ,

כ’ווייס נישט צו די ווייסט, אבער האב איך אמאל געליינט בשעת מיין פארקניפטער ריסערטש, דאס עס עקזיסטירט א ריזיגע ארכיוו ערגעץ אין עסטרייך אדער סלאוואקייא, בילדינגס אויף בילדינגס, עס באשטייט פון אלטע עסטרייכישער אונגארישער מלוכה דאקומענטן פון די צייטן פון דער עסטרייך אונגארישער עמפעריע, און לויט דער אפמאך, האבן די 3 לענדער בעלות אויף די דאקומענטן, און מען קען באשטעלן אן אויפזיכט פון זייערע ארכיוויסטן, ווייסטו עפעס איבער דעם?

כ’האב געהאט אין פלאן עס אויסצופארשן אבער נאכנישט אנגעקומען
ס’דארף דארט זיין אויך א געוואלד אינפארמאציע איבער גאליציה און סלאוואקיש אונגארישע שטעט וואס זענען ביים גרעניץ פון גאליציה, מיליטעריש און ציוויל,

ווייסטו ס’דא ליסטעס פון געזיכטע דורך די עסטרייכישער מילטער, אנטלאפענע לויט די נעמען פון גאליציאנער שטעט און אדרעסן פון די בראשית 1800 אין די לעמבערגער צייטונגען, מען קען עס טרעפן דא,
https://polona.pl/

כ’האב אבער נישט געטראפן אויף וואס זיי זענען מיוסד,
זייט מען האט באקומען משפחה נעמען האבן די עסטרייכן געהאט פונקטליכע ליסטעס פון אלע משפחות און נעמען פון קינדער מיט אדרעסן, פון אלע פארשטיפטע גאליציאנער שטעט און דערפער, ווי זענען די ליסטעס פארשווינדן? לכאורה קען מען עס אפשר געפינען אין די ארכיוון!
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: מפתח משפחות לבוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

Jhon האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
פיישל האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
פיישל האט געשריבן:איינער איז מצליח צו זען די עווידענץ ביכער לעצטנס?

ביי מיר ארבייט עס געהעריג

די לעצטע פאר טאג זע איך דאס [...]

אחרי הבירור, זעהט אויס אייז דערווייל האבן FamilySearch - לכאורה בטעות - אוועק גענומן צוטריט צום ערשטן מיקראפילם אין די סעריע, דהיינו

הסרפד האט געשריבן:[...]
מיקראפילם נומ' 2439862/7804171
1 תחלת כרך באמצע מיקראפילם (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... V67D?i=270)
101 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... V85H?i=444)
201 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... VN1S?i=625)
301 (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... VFBY?i=804)
366 סוף מיקראפילם באמצע הכרך (https://www.familysearch.org/ark:/61903 ... V6TR?i=916)
[...]

ב"ה די איבעריגע קרוב צו 3000 ארבייטן נאך געהעריג.

ביי מיר ארבעט עס, ס’איז צוריק געלייגט

מען האט עס פארראכטן א שטיק צייט מוריק, איר האט פארזעהן דעם מעלדונג אויף דעהם דא אין אשכול.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: מקור חשוב לחוקרי יחוס משפחות בלבוב: פאמיליע נומערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

Jhon האט געשריבן:די ביכער האבן עפעס א סדר?
כ’האב אמאל געקענט ליינען אלטער דייטש, וועל איך מיר מוזן פעסט אויפפרישן... ס’לוינט זיך אבער!
די בלעטער וואס פעהלט 4-8 זענען קאמפליט פארלוירן אדער סתם נישט געסקענט?

ניין. עס זעהט אויס אז חשובי הקהלה האט מען אויס גערעכנט פריהער, אבער לאו דווקא, געשוויסטער און שכנים האט מען א מאהל אויס גערעכנט נאכאנאנד, אבער ווידער לאו דווקא.

באנד 400-800 פעלט אין גאנצן לכאורה.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3565
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: מקור חשוב לחוקרי יחוס משפחות בלבוב: פאמיליע נומערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

הסרפד האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:די ביכער האבן עפעס א סדר?
כ’האב אמאל געקענט ליינען אלטער דייטש, וועל איך מיר מוזן פעסט אויפפרישן... ס’לוינט זיך אבער!
די בלעטער וואס פעהלט 4-8 זענען קאמפליט פארלוירן אדער סתם נישט געסקענט?

ניין. עס זעהט אויס אז חשובי הקהלה האט מען אויס גערעכנט פריהער, אבער לאו דווקא, געשוויסטער און שכנים האט מען א מאהל אויס גערעכנט נאכאנאנד, אבער ווידער לאו דווקא.

באנד 400-800 פעלט אין גאנצן לכאורה.

אה כ'האב נישט געכאפט ס'ארבעט לויט די פאמיליע נומערן
דאס האב איך דאך פון גשר גאליציה
ישר כח
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3565
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: מקור חשוב לחוקרי יחוס משפחות בלבוב: פאמיליע נומערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

ארויסצוהעלפן צו ליינען די אלטע דויטשע שריפט, קען מען דאס ניצן
ForeignAlphabets--Deutsch.pdf
(72.36 KiB) געווארן דאונלאודעד 45 מאל
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3565
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: מקור חשוב לחוקרי יחוס משפחות בלבוב: פאמיליע נומערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

@הסרפד
צום באמערקן אז די קיצורים 7b/8b/9b/Xb מיינען סעפטעמבער/אקט'/נאוו'/דעצ' (ווי אויף לאטייניש) און נישט יולי/אווג'/סעפ'/אקט' כנהוג היום.

זייער אינטרעסאנט, האב איך נישט געוויסט, קענסטו אפשר צולייגן א לינק צו א הסבר, (ווען האסט צייט)

מויד (משרתת) Mayd

האסטו דא, נאך עפעס
2762 - Copy.png
2762 - Copy.png (22.22 KiB) געזען 1043 מאל

Kinderlehrer - קינדער לערער (=מלמד)
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: מקור חשוב לחוקרי יחוס משפחות בלבוב: פאמיליע נומערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

Jhon האט געשריבן:3. פארן קריג האט איינער אנגעהויבן אפשרייבן - אינדעקסן אלע מצבות פון לבוב אלטער בית החיים, איז עפעס געבליבן פון די רשימות?

נישט דאס זוכט איהר, אבער פארט איז דאס אינטערסאנט
http://jgaliciabukovina.net/221125/cemetery/lviv-cemetery
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: מקור חשוב לחוקרי יחוס משפחות בלבוב: פאמיליע נומערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

Jhon האט געשריבן:
@הסרפד
צום באמערקן אז די קיצורים 7b/8b/9b/Xb מיינען סעפטעמבער/אקט'/נאוו'/דעצ' (ווי אויף לאטייניש) און נישט יולי/אווג'/סעפ'/אקט' כנהוג היום.

זייער אינטרעסאנט, האב איך נישט געוויסט, קענסטו אפשר צולייגן א לינק צו א הסבר, (ווען האסט צייט)

עס איז אזוי:
דער אלטער רוימישיר קאלענדער האט זיך אנגעהויבן אין מערץ. נאר די ערשטער פיר (מערץ, אפריל, מאי, יוני) און לעצטע צוויי (יענער, פעבער) מאנאטן האבן געהאט נעמן - די אנדערע האבן געהאט נומערן (5, 6, 7, 8, 9, 10).
מיט די צייט האבן צוויי רוימישע קעניגן/וכו' געגעבן נעמן נאך זיך פאר מאנאטן 5 & 6, אבער מאנאטן 7, 8, 9, 10 זענען געבליבן מיט נעמן וואס מיינען פשוט "זיבנטע" וכו' ביז "צעהנטער" (דאס איז דער באדייט פון 'סעפטעמבער' - 'סעפטעם' איז זיבן אויף לאטייניש, 'אקטעם' אכט, 'נאוועם' ניין, 'דעצעם' [מען פלעגט זאגן: דעקעם] צעהן).
ווען מען האט שפעטער באשלאסן אז דער רוימישע יאהר זאל זיך אהן הייבן אין יענער, איז אלעס געווארן אפ גערוקט מיט צוויי, אבער די נעמן האבן זיך נישט געטוישט.
מאידך גיסא, שרייבער פון צוויי הונדערט יאר צוריק זענען געוועהן גוט באקאנט מיט לאטייניש, ממילא האט עס זינען צו שרייבן אין קורצן אנשטאט 'סעפטעמבער' '7b', און אזוי ווייטער.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3565
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: מקור חשוב לחוקרי יחוס משפחות בלבוב: פאמיליע נומערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

זייער שיין, שכח ;l;p-
(ס’שטימט אביסל אז מארטש זאל זיין אנפאנג יאר, ס’איז נאנטער צו ניסן, ניסן ראש לחדשים)
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3565
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: מקור חשוב לחוקרי יחוס משפחות בלבוב: פאמיליע נומערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

עס איז זייער מעגליך אז זיי האבן דא געניצט דעם גריכישן לוח, ווי אסאך מאל זעהט מען אין גאליציע זיי האבן געניצט ביידע לוח’ס, און די דאטומס זענען אפגעריקט בערך 14 טעג פון די Georgian לוח, מיט דעם קען מען פאררענטפערן אסאך חלוקים אדער טעותים לגבי די מקום פטירה וואס מען זעהט אויף די מצבות און לגבי די דאטומס אויף די דאקומענטן
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3565
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: מקור חשוב לחוקרי יחוס משפחות בלבוב: פאמיליע נומערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

אביסל א הסבר איבער דעם פאמיליע בוך.

עסטרייך האט געוואלט איינפירן אין גאליציה אויף די גאליציאנער אידן די זעלבע סיסטעם און גזירות רעות ווי זיי האבן איינגעפירט אין בעהמען (פראג, וסביבותיה), בייערן, און אין עסטרייך, זיי האבן איינגעפירט בערך אין די אנפאנג 1700 פאמילע ביכער, אזוי האבן זיי געהאלטן א פונקלישער קאנטראל אויף די אידישע באפעלקערונג, און די מרשעת מאריע טרעזא האט גוזר געווען דאס נאר 1 קינד דער עלסטער פון יעדער אידישע משפחה מעג חתונה האבן, און עס טאר זיך נישט פארמירן מער משפחות, און דער עלסטער האט גע’ירש’ענט די משפחה נומערן, די איביריגע קינדער ווער עס האט געוואלט חתונה האבן האט געדארפט אפקויפן פאר אסאך געלט פון קינדערלאזע פאמיליעס זייערע ’פאמיליע נומער’ און רעכטן צו חתונה האבן (ס’איז געווען מצורף מיט זייער א הויעכער צינזן פרייז וואס מען האט געדארפט באצאלן פאר די קעניגליכע קאסע), אדער אויב איז דער עלסטער קינד ל”ע געווען קראנק אדער נפטר איז די רעכטן אריבער צום נעקסטן קינד, ווער ס’האט עובר געווען איז געווארן זייער הארב באשטראפט און פארטריבן פון בעהמען, אין בעהמען האבן זיי ל”ע מצליח געווען מיט די גזירות רעות, און עס רייסט ביים הארץ ווי מען טרעפט נעבעך אין די פארשידענע בתי קברות הונדרעטער אלטע בחורים און בתולות (פון די חשוב’סטע משפחות) ביז די שמונים יארן וואס האבן קיינמאל נישט חתונה געהאט.

אין נארמאלע אומשטענדן האבן די אנדערע משפחה מיטגלידער געהאט איין עצה, צו נעמען דעם וואנדער שטעקן און ארויסוואנדערן קיין אונגארן אדער ביז גאליציע... עקספערטן שאצן אז בערך 3/4 פונעם אונגארישן יודן זענען בעהמען אפשטאמיגע (נישט געווען אזוי גרינג, ווייל מען האט געדארפט האבן לעגאלע פאפירן צו מעגן פארן פון 1 שטאט צום צווייטן).... (ווער איז געווען ערגער די גזירות פון עסטרייך אדער רוסלאנד? מען קען עס דעבאטירן...)

אין די בראשית יארן ווען עסטרייך האט איינגענומען גאליציע, האבן זיי געדארפט איינגעשטעלטע וואס רעדן און שרייבן גוט דויטש זאלן פירן זייערע ביכער, האבן אסאך אידן פון בעמען און עסטרייך זיך צוגעכאפט צו דעם געלעגנהייט זיך אריבערציען קיין גאליציע אדער צפון אונגארן (היינט סלאוואקייא) וואס איז נאענט צום פוילישן (גאליציאנער) גרעניץ.

אין גאליציע ווידער ווען עסטרייך האט עס איינגענומען, האבן זיי גע’חלום’ט עס דארט אויך איינציפירן, די רבנים (לכאורה חסידישע...) האבן מודיע געווען אז חתונה האבן איז א רעליגעזער זאך און די רעגירונג קען נישט אריין רעדען, וועגען דעם, נאר די עלסטע האבן געקענקט טאקע חתונה האבן לעגאל, די איבעריגע האבן בלויז חתונה געהאט רעליגעיז, במילא טרעפט מען אין די גאליציאנער פאפירן א געוואלד געבורטס שטייט ’אנהעליש’ ס’מיינט די קינד איז געבוירן לויטן דייטשער באגריף נישט שמייליג, ווייל ליגאל האבן די עלטערן נישט חתונה געהאט, און ס’שטייט אויך אז די מאמע האט ערקלערט אז פלוני אלמוני איז דער פאטער. אזוי ווי ס’איז געווען ווייט פונעם הויפט שטאט און נאר א נייע אקופירטע פראווינץ, איז עס געווען פאר זיי נישט גרינג עס צו באהאנדלען בכל החומר ווי אין בעהמען, אבער נאך אלס איז עס נישט געווען גרינג פאר אונזערע עלטערן.

געווענדליך זענען די איבעריגע קינדער אויסגעשטאנען שוועריגקייטן ווי צו מוזן גיין אין מיליטער, און געדארפט אנטלויפן קיין אונגארן, אדער טוישן שטאט און נעמען, אדער אנדערע באקאנטע מיטלען.

יעצט קען מען פארשטיין וואס איז פשט פון איבערנעמען אנדערע משפחה נומערן, ווייל צו קענען חתונה האבן ליגאל האט מען געדארפט אפקויפן די נומערן פון די משפחות וואס האבן עס מער נישט געדארפט

ס’איז מיר נאר אינטרעסאנט צו וויסן אויב חוץ לעמבערג (וואס איז געווען דער עמטליכער הויפט שטאט פון גאליציע) צו איז געווען נאך שטעט ווי זיי האבן איינגעפירט דעם פאמיליע בוך.

אין בעהמען זענען די פאמיליע ביכער געווארן אפגעהיטן, און מען קען ארויסשנאפן א געוואלד מיט אינפארמאציע אויף יחוס כמעט ביז די 1600 יארן.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: מקור חשוב לחוקרי יחוס משפחות בלבוב: פאמיליע נומערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

Jhon האט געשריבן:עס איז זייער מעגליך אז זיי האבן דא געניצט דעם גריכישן לוח, ווי אסאך מאל זעהט מען אין גאליציע זיי האבן געניצט ביידע לוח’ס, און די דאטומס זענען אפגעריקט בערך 14 טעג פון די Georgian לוח, מיט דעם קען מען פאררענטפערן אסאך חלוקים אדער טעותים לגבי די מקום פטירה וואס מען זעהט אויף די מצבות און לגבי די דאטומס אויף די דאקומענטן

איהר מישט מיט גרויס פולין. אין גאליציע האט קיין שום רעגירונג נישט גענוצט דעם גריכישן/אלט-רוסישן קאלענדער, ווייל הן עסטרייך הן פולין האבן געטוישט מיט הונדרעטער יאהר פריהער.

Jhon האט געשריבן:אביסל א הסבר איבער דעם פאמיליע בוך.

יישר כחכם פארן עס קלאהר ארויס ברענגן!

למעשה, איז פארהאן ראיות אז אין רוב עכ"פ גרעסערע שטעט אין גאליציע איז אמאהל געוועהן פאמיליע-נומערן, און ממילא, עווידענץ ביכער, און מן הסתם פאמיליאנטן. למעשה אין לעמבערג האט מען געטוישט דעם באנוץ צו א שטייער-סיסטעם (ביז 1803 למס' בערך), און שפעטער אלץ א וועג פון אנערקענען אפיציעלע איינוואוינער, און ממילא אין לעמבערג האט זיך די סיסטעם געהאלטן דאס לענגסטע (מען האט נאך צו געשריבן געציילטע משפחות אין די 1880'ס למספרם)

אין בראד, פשעמישל, קאמינקא (אנדערע אויכעט, אבער דיע געדענק איך אויפן פלאץ) טרעפט מען א זכר פון פאמיליע-נומערן.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3565
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: מקור חשוב לחוקרי יחוס משפחות בלבוב: פאמיליע נומערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

הסרפד האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:עס איז זייער מעגליך אז זיי האבן דא געניצט דעם גריכישן לוח, ווי אסאך מאל זעהט מען אין גאליציע זיי האבן געניצט ביידע לוח’ס, און די דאטומס זענען אפגעריקט בערך 14 טעג פון די Georgian לוח, מיט דעם קען מען פאררענטפערן אסאך חלוקים אדער טעותים לגבי די מקום פטירה וואס מען זעהט אויף די מצבות און לגבי די דאטומס אויף די דאקומענטן

איהר מישט מיט גרויס פולין. אין גאליציע האט קיין שום רעגירונג נישט גענוצט דעם גריכישן/אלט-רוסישן קאלענדער, ווייל הן עסטרייך הן פולין האבן געטוישט מיט הונדרעטער יאהר פריהער.

קען זיין ביסט גערעכט לגבי אפיציעלע רעגירונג דאקומענטן, אבער סתם האט מען האט יא, איך האב דאקומענטן / קאנטראקטן פון צאנזער גלילות שטייט ביידע, אפילו פארטוישן זיי צווישן א H און א N, ווייל רוסיש אוקרייניש האט נישט קיין H, במילא אויב דער המון עם האט עס געניצט האט געקענט געשעהן טעותים ביים איבערגעבן דעם דאטום פאר די באאמטע.
און גאליציע האבן געוואוינט א גרויסער פראצענט אוקריינער, און יעדער שטעטל איז געווען א גריכעשער קלויסטער
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3565
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

הסרפד האט געשריבן:נאך וויכטיגע דייטשע ווערטער צו דערקענען:
צו פיהרן צו איין אנדערע נומער:
Cross-ref.png
Cross-ref.png (9.28 KiB) געזען 904 מאל

גע[?] צו פאמיליע נומ' -- ge[?] ad f. No
באמערקט ווי fNo. ווערט כמעט איין סימבאל.

דא שטייט geheir ס'איז א קיצור פון (geheiratet (=got married
פארדעם שטייט די דאטום פונעם מערידש, צום סוף די נייע פאמיליע נומער
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3565
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: מקור חשוב לחוקרי יחוס משפחות בלבוב: פאמיליע נומערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

זייט געווארנט
אז ס'שטייט נישט מער קינדער ביי איין משפחה, ספעציעל ביי די וואס זענען איינגעשריבן אנפאנג 1800'ער יארן, מיינט נישט זיי האבן נישט געהאט מער קינדער
זיי האבן פשוט זיך אוועקגעצויגן צו אנדערע שטעט במילא האט מען זיי נישט אריינגעשריבן אין פאמיליע בוך, געוויסע זענען שפעטער צוריק געקומען, האט מען זיי שפעטער צו געלייגט צו די עלטערנס נומער, און צוגעלייגט א נייע נומער אויב עס האט זיך אויסגעפעהלט, אפילו אויב די זעלבע משפחה איז אוועק געפארן און שפעטער צוריק געקומען, וועלן נאר שטיין די ערשטע קינדער ווען זיי האבן נאך געוואוינט אין לבוב און די שפעטערע ווען זיי זענען צוריק געקומען, אבער די וואס זענען געבוירן אין דערצווישן קען פעלען, כך מצאתי בבירור, זיי האבן געבוירן אין בראדי, און כ'האב דארט געפונען אלע אינפארמאציע אויף גשר גאליציה.
מען קען טרעפן אסאך אינפארמאציע אויף גשר גאליציה, מען זאל מאכן א כלליות'דיגע סיערטש, נישט נאר אויף לבוב, קען אמאל ארויף קומען נאך קינדער/משפחה אינפארמאציע
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: מקור חשוב לחוקרי יחוס משפחות בלבוב: פאמיליע נומערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

איך האב עס נישט וואו צו שרייבן, אבער למען יעמוד שרייב איך עס דא:

לויט די עווידענץ ביכער איז געוועהן א רב אין לעמבערג בשם ר' בערל זאנענבערג (שם זוגתו מ' פייגא), נפטר ב1805 למספרם. זייער ווייניג ווערן אהן גערופן מיטן טיטל 'ראבינער' (דערווייל האב איך נאר געטראפן ר' צבי הירש ראזאניש, אלץ 'קרייז ראבינער') אין די עווידענץ ביכער, ולא ידעתי מי הוא.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: מקור חשוב לחוקרי יחוס משפחות בלבוב: פאמיליע נומערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

חסרון הבנות

אצל הבלאג של מיודע"י הידוע ליודעים נתפרסם מאמר (אויף ענגליש) הנוגע למאטריקל-ביכער ועווידענץ-ביכער דק"ק לבוב-לעמבערג, ולתועלת העולם דכאן הנני רושם תמצית ממנו בלשה"ק, כמו שהבטחתי.

הן ידוע לרגילים בספרי הלידות והפטירות המכונים 'מאטריקל' שאין לסמוך עליהן כל כך, שיש בהם זיופים ודברים שאינם מדוייקים וכדומה, אולם כמות ואיכות הזיוף והטעות והחסרון שבהן אינן ברורות.

מצד החשבון, ברור שישנן חסרונות רבים ברשומות קדמוניות (משנות התק"ס - 1800 למס'), ואכמ"ל.

אלא שמתוך נסיון לברר עד כמה חסר ברשומות הלידה מתקס"ה ואילך (תחלת רשומות לידה ופטירה בלבוב) מתברר שישנו חסרון מוזר מאוד: רוב לידות הבנות חסרות.

דהיינו, מצד טבע העולם יתרים לידות זכרים על נקבות בכ-5 בנים לכל מאה בנות (105:100), והוא שווה כמעט בכל העולם ובכל דור, אך ברשומות לבוב אנו מוצאים כפי שנים או עד כפי שלשה לידות זכרים על נקבות, והדבר ברור שאי אפשר להיות כן, ועל כרחך לידות הבנות חסרות, ולמה.

[על כל הדו"ד הארוך אדלג לע"ע]

אך היוצא מן המוצע במאמר:
1) התאריכים שבמאטריקלן עתיקים אינם תאריכי לידה ופטירה אמתיים אלא תאריכי רשימתם - וזה האות, שכמעט שלא נמצאת רשומה שמתאימה לשבת או יום טוב! (ואל יפתוך הערות מסוג 'געבארען ביום פלוני' הנמצאות לרוב בספרי המאטריקל המאוחרים, המדוייקים יותר, כשהם מראים מקום למאטריקל עתיק, ולאו דווקא הוא.)
2) בדרך כלל רשמו שם ילד אחרי קריאת השם, ועל כן אצל הבנים, שברית מילתן תפול בכל יום בשבוע בשווה, נרשמו אחרי הברית, ותמצא רשומות לידותיהן בכל יום בשווה, פחות או יותר. אבל הבנות תיקראנה בשם בשבת, ובשבת לא תירשמנה, ואחר השבת תישכחנה על דרך רוב, 'הואיל ונדחה - ידחה'.
3) ויש אשר עיניו בראשו ורשמו שמות הבנים ובנות מערב שבת, ועל כן תמצא שמספר הבנים שנרשמו ביום ו' עולה עד כפי שנים של כל יום ויום: מנת חלקן של ערב שבת ושבת. ועל כן תמצא שרוב הבנות שלא נשמטו נרשמו בערב שבת.
4) ועל דרך דומה תמצא בפטירות (שבהם אין חילוק נפלא בין זכרים לנקבות, אגב) שמספר הנפטרים ביום א' בשבת כפול בערך, חלק שבת וחלק עצמו (כי כמובן אי אפשר לרשום פטירות מראש).
5) התאריכים שבספרי העווידענץ שקודמים למאטריקל (בין 1795 ל1805) הם מדוייקים עוד פחות, ובמקום 'נולד' ו'נפטר' קרי 'נרשם לידתו' ו'נרשם פטירתו' (אלא שבדרך כלל יש לשער שנרשם תוך כמה שבועות, אם לא פורש, ואכמ"ל).

על כן ראו, חוקרי משפחות, הוזהרתם.

אין דעם בילד זעהט מען ווי אין יוני 1806, למשל, זענען פארשריבן ס"ה 30 אינגלעך אבער נאר 18 מיידלעך, והלא דבר הוא.
lviv-1806-06-b-d-for-blog.jpg
lviv-1806-06-b-d-for-blog.jpg (83.66 KiB) געזען 322 מאל
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: מקור חשוב לחוקרי יחוס משפחות בלבוב: פאמיליע נומערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

הסרפד האט געשריבן:
2) בדרך כלל רשמו שם ילד אחרי קריאת השם, ועל כן אצל הבנים, שברית מילתן תפול בכל יום בשבוע בשווה, נרשמו אחרי הברית, ותמצא רשומות לידותיהן בכל יום בשווה, פחות או יותר. אבל הבנות תיקראנה בשם בשבת, ובשבת לא תירשמנה, ואחר השבת תישכחנה על דרך רוב, 'הואיל ונדחה - ידחה'.
3) ויש אשר עיניו בראשו ורשמו שמות הבנים ובנות מערב שבת, ועל כן תמצא שמספר הבנים שנרשמו ביום ו' עולה עד כפי שנים של כל יום ויום: מנת חלקן של ערב שבת ושבת. ועל כן תמצא שרוב הבנות שלא נשמטו נרשמו בערב שבת.
אויב דער רשימות ער"ש זענען פי שנים זעהט אויס אז [כמעט] אלע "היו עיניהם בראשם ורשמו שמות הבנים מערב שבת" [פארוואס טאקע נישט זונטאג ?] איז פארוואס זענען נקיבות אנדערש ? לכאו' דארף זיין א צווייטע סיבה [אפשר דער סיבת החוק איז געוועהן בעיקר נוגע ביי זכרים און פארדעם האט דער ממשלה מער מקפיד געוועהן אויף דעם]

אגב, וואס ער שרייבט אז דער יום הפטירה האט מען נישט געקענט מקדים זיין דא האט מען גערעדט פון צוויי דוגמאות וואס עס איז מוקדם מיט צוויי טעג, והשערנו שם אז מען האט עס מזייף געוועהן מחמת גזירת הלנת המת, עס קען זיין ריכטיג ?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: מקור חשוב לחוקרי יחוס משפחות בלבוב: פאמיליע נומערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

(אין פעלער ווען עס קומן אויס עטליכע טעג שבת/יום טוב אין א ציה טרעפט מען גרייזן - א מאהל פארראכטן, א מאהל נישט - וואו דער גבול צווישן איין טאג און דעם צווייטן איז, און מיט דעם איז לכאורה פארענאפערט חלק ב'. בחלק א' יש להאריך ולעיין.)
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”