אידישע היסטאריע פון וואשינגטאן הייטס, ניו יארק

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אילו זכינו
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

אידישע היסטאריע פון וואשינגטאן הייטס, ניו יארק

תגובהדורך אילו זכינו » מיטוואך פאברואר 06, 2019 1:31 pm

איך זוך אינפא. פון די אידישע היסטארי אין וואשינגטאן הייטס

אין די שנת תש"כ יארן האט הרב טירנויער זצ"ל (שפעטער'דיגע שומר שבת רב אין ב"פ) געהאט דארט א שול, אויב איינער ווייסט ביטע מער דערוועגן?
אדער אויב איינער האט א בילד פון דעם שול.

אויך איז געווען דארט א דאמבראווע רב, ווייסט איינער ווער דאס איז געווען?
דאכט זיך מיר אז דער דאמבראווע שטיבל שטייט נאך
קען עס איינער באשטעטיגן
אדער ברענגען א בילד דערפון?
לעצט פאראכטן דורך אילו זכינו אום דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 4:02 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מיטוואך פאברואר 06, 2019 1:57 pm

די דאמבראווא שול שטייט נאך, איך בין דארט געווען עטליכע יאר צוריק, ס'איז די איינציגסטע חסיד'ישע ביהמ"ד אין געגנט (דהיינו, מען דאוונט נוסח ספרד, מען זינגט ביי ממקומך וכו') און עס איז אפילו דא דארטן א מקוה!
דאכט זיך אז דער מנהל פון כולל חבת ירושלים (פארגעסן אויף די מינוט זיין נאמען) ער רופט זיך דאמבראווא ווייל זיין טאטע איז געווען רב אין דעם ביהמ"ד.

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך פאברואר 06, 2019 4:04 pm

וויכטיג צו באטאנען (פאר וועם ס'איז נישט באקאנט):
"וואשינגטאן הייטס" איז א געגענט אין 'מאנהעטן', איר לאקאציע איז ביים עק שטאט בסביבות פונעם דזש. וואשינגטאן בריק, נישט ווייט פון הארלעם.

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מיטוואך פאברואר 06, 2019 8:26 pm

לפי ידעיתי האט הרב שמחה בונם גרינבערג ז"ל אב"ד פרעשבורג חותן הקאזלאווער ורבי אברהם שלמה ליבערמאן געוואוינט און וואשינגטאן הייטס.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 519
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: בגלילות עיר "דזשולאנד"

תגובהדורך איינפאכער איד » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 1:06 am

ווי קען מען פארגעסן דעם לאנגיעריגן רב הרה"ג ר' זכרי' געללעי זצ"ל, וועלכער איז אוועק פאריאר חודש אייר

נ.ב. ביטע פארריכטן דעם קעפל צו וואשי'נ'גטאן הייטס.

אילו זכינו
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 4:04 am

דאס איז דער בנין התלמוד תורה אין וואשינגטאן הייטס
צוגעלייגטע
החדר בוואשיגטאן הייטס.png
החדר בוואשיגטאן הייטס.png (686.25 KiB) געזעהן 268 מאל

גוטע טעג
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:06 pm

נייגעריג

תגובהדורך גוטע טעג » דינסטאג פאברואר 19, 2019 4:16 pm

ווער זיינען עס טאקע געווען די ערשטע אידן, וואס האבן געטראטן אויף די ערד פון אמעריקע?


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט