וואס די גוים האבען געזאגט וועגען אונז אין א ניכטערע מאמענט

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

וואס די גוים האבען געזאגט וועגען אונז אין א ניכטערע מאמענט

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 3:32 pm

עס איז באוויסט דער טייטש אויף דער פסוק אין תהלים (קי"ז א') הללו את ה' כל גוים שבחוהו כל האומים, אז ווער נאר ווי די גוים ווייסען וואס זיי ווילען אלץ טוהן צו די אידישע קינדער בכל דור ודור, והקב"ה מצילנו מידם. "זיי" זעהען מיט זייערע אייגענע אויגען ווי זיייערע פלענער ווערען צושמעטערט. דערובער הללו את ה' כל גוים שבחוהו כל האומים, כי גבר עלינו חסדו וכו'.

עס איז אויך באוויסט אז איינע פון קיסר מאקסימיליאן'ס חכמים האט גע'ענטפערט צום קיסר אויפען בקשה אז ער זאל אים ברענגען א באווייז אז עס איז דא א באשעפער; האט זיין יועץ אים גע'ענטפערט "די אידען יור האנאר", אז די פאקט אז אידען עקזיסטירען נאך, איז דאס גרעסטע באווייז אז עס איז דא א באשעפער וואס פירט דער וועלט. ווייל בדרך הטבע וואלט שוין לאנג נישט געווען א איד אויפען כדור הארץ; און נאר דער הבטחה פון באשעפער צו אברהם אבינו איז די סיבה וואס אידען פרים ורבים, און לעבען איבער אלע גזירות, און די רודפים זענען גאר די וואס גייען אינטער און ווערען פארגעסען.

אלזא עפען איך דער אשכול צו ברענגען אזעליכע קוואוטס פון גויאישע חכמים און ווי זיי האבען באווינדערט די אידען.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנארשטאג ינואר 31, 2019 5:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

מארק טוועין: קאנסערנינג דע דזשוס (בנוגע ליהודים)

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 3:37 pm

איינע פון די מערסטע באוויסטע, איז דער ארטיקעל פונעם גרויסען שרייבער מארק טוועין: קאנסערנינג דע דזשוס (בנוגע ליהודים) וואס ידידינו הרב לכתחילה אריבער האט עס אזוי שיין בא'ארבעט.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג פאברואר 05, 2019 5:52 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

וואס בלעם האט געזאגט

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 5:04 pm

פאר איך גיי ווייטער וועלען מיר קודם ברענגען וואס שטייט אין די תורה.

בלעם הרשע האט זיך געווינטשען תמות נפשי מות ישרים ותהי אחריתי כמוהו! עטץ הערט, דער גרעסטער נביא ביי די גוים, להבדיל דער משה רבינו ביי די גוים, האט זיך געווינטשען צו שטארבען (ווען ער האט שוין נישט אלע תאוות) ווי א איד.

רשי" לערענט מות ישרים ווי די ישרים שבהם, און דאס איז ווי דער תרגום אונקלס "תמות נפשי מותא דקשיטוהו, ויהי סופי כותהון". אבער דער תרגום ירושלמי טייטשט "הלואי תהוי אחריתי כזעירא די בהון"; און אזוי אויך טייטשט דער תרגום יונתן בן עוזיאל "לואי דתיהי סופי כזעירא דבהון" ווי די שפלים שבהם. (כי אפילו הריקנים שבהם מלאים מצוות כרימון)

בלעם הרשע וואס האט געוויסט וואס ערווארט אים און וואס ערווארט דעם איד (אפילו השפילים שבהם), האט מקנא געווען דער איד און ארויס געברעגט דער גרויסקייט פון א איד.

א פאר מדרשים וואס אלץ ער האט געזאגט.

הן עם כלביא יקום האט בלעם געשריגען "אין אומה בעולם כיוצא בהם!"
עמדו משנתן עמדו כאריות,
חוטפין קריאת שמע וממליכין להקב"ה, נעשין כאריות...
וכשבא לישן מפקיד רוחו לפני הקב"ה שנאמר בידך אפקיד רוחי,
וכשנעור משנתו ממליך הקב"ה,
אמר "אין אומה כאומה זו!"
------------
אויף דער פסוק מי מנה עפר יעקב זאגט דער מדרש אז ער האט באווינדערט דער קדושת ישראל וואס איז נישט דא אין קיין שום פאלק, ער האט געזאגט:

צעירי ובתולי ישראל שומרין על קדושתן, שאין כמותם בכל האומות; ומכניעות את היצר הרע לכבוד השי"ת.

וישא בלעם את עיניו וירא את ישראל, מה ראה? ראה שאין פתחיהן מכוונין זה לזה, אמר ראוין הללו שתשרה שכינה עליהן.

ד"א עפר יעקב, רמז לישני עפר, כלומר תחיית המתים, שינחלו העולם הזה ויזכו לתחיית המתים ולעולם הבא שאחר התחיה.
-------------
כי מראש צורים אראנו ומגבעות אשורנו, פרש"י אני מסתכל בראשיתם ובתחילת שרשיהם ואני רואה אותם מיוסדים וחזקים, כצורים וגבעות הללו, ע"י אבות ואמהות.

(ילקוט שמעוני) ד"א כי מראש צורים אראנו, אני רואה אותם שקדמו לבראשית ברייתו של עולם...
כך הקב"ה היה מבקש לבראות העולם והיה יושב ומתבונן בדור אנוש ובדור המבול, אמר היאך אני בורא את העולם ורשעים אלו עומדין ומכעיסין אותי,
כיון שצפה הקב"ה באברהם שעתיד לעמוד, אמר הרי מצאתי פטרא (סלע בל"י) לבנות עליה וליסד את העולם,
לכך קרא לאברהם צור שנאמר הביטו אל צור חוצבתם, ולישראל קרא צורים, וכן הוא אומר זכור עדתך קנית קדם,
מחשבתו של ישראל קדמה לכל... וכן הוא אומר בראשית ברא אלקים, ואין ראשית אלא ישראל, שנאמר קדש ישראל לה' ראשית תבואתה.

וישא משלו, אל תקרא מְשָׁלוֹ אלא מִשֶּׁלּוֹ (מה שהיה בלבו); שהיה בלעם מבקש להוציא קללות מלבו, ואין הקב"ה מניחו,
...רצה לברך מניחו, רצה לקלל בלמו ואינו מניחו
ואלו נחלתו וחבלו וסגולתו (של הקב"ה) שנאמר כי חלק ה' עמו יעקב חבל נחלתו, וכתוב והייתם לי סגולה מכל העמים.

ולכה זעמה ישראל, מלך שנטל עטרה ונתנה על ראשו (די אידען זענען דער קרוין פון באשעפער, אין די תפילין פון באשעפער שטייט "ומי כעמך ישראל גוי אחד בארץ"), ואמר אדם עליה שאינה כלום, יש לו חיים? ואלו (העם ישראל) כתיב בהם ישראל אשר בך אתפאר.
------------------------
לא איש א-ל ויכזב,
אינו כבשר ודם, שבשר ודם קונה אוהבים, מצא אחרים יפה מהם, כופר בראשונים [והוא אינו כן, אי אפשר לכזב בשבועות אבות הראשונים]
---------------------
ובגוים לא יתחשב, תרגום אונקלס "ובעממיא לא יתדנון גמירא"
ובין העמים לא ישפטו כלה, כלומר לכן הם עתידין שישכנו לבדד בעולם, כי כאשר יעשה ה' כלה בכל האומות, את ישראל לא יעשו כלה,
לא יהיו נעשים כלה עם שאר האומות, שנאמר (ירמי' ל') כי אעשה כלה בכל הגוים וגו' אך אותך לא אעשה כלה, אין נמנין עם השאר וכו'.
------------------
כמה היה קולו של בלעם הולך?
רבי יוחנן אמר ששים מילין,
רבי יהושע בן לוי אמר שבעים אומות שמעו קולו של בלעם,
רבי אלעזר הקפר אומר נתן האלקים כח בקולו והיה עולה מסוף העולם ועד סופו... שישמעו כל אומות העולם.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג פאברואר 05, 2019 5:59 pm, פאראכטן געווארן 6 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 5:25 pm

פאר מיר גייען ווייטער (קיינער דארף נישט ווארטען אויף מיר, ווען עס וועט זיין וועט עס בעזהשי"ת זיין), איז קודם א פאר פסוקים אין חומש.

(בראשית מ"א ל"ח) פרעה האט געזאגט וועגען יוסף: הנמצא כזה איש אשר רוח אלקים בו.

(בראשית ל"ט כ"א) פאר דעם, ויהי ה' את יוסף ויט אליו חסד ויתן חנו בעיני שר בית סוהר.

(שמות י"א ג') ויתן ה' את חן העם בעיני מצרים, גם האיש משה גדול מאד בעיני מצרים בעיני עבדי פרעה ובעיני העם.

(שמות י"ב ל"ו) וה' נתן את חן העם בעיני מצרים וישאלום וינצלו את מצרים.

אין א ניכטערע מאמענט האבען די אומות העולם אלץ געזעהן דער גדלות פונעם אידישען פאלק און אונז שטארק ארויף געקוקט ווי מיר וועלען בעזהשי"ת זעהן.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג פאברואר 01, 2019 11:12 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

ביללער
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

תגובהדורך ביללער » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 9:18 pm

קטיעה בר שלום מאי דההוא קיסרא דהוה סני ליהודאי אמר להו לחשיבי דמלכותא מי שעלה לו נימא ברגלו יקטענה ויחיה או יניחנה ויצטער אמרו לו יקטענה ויחיה אמר להו קטיעה בר שלום חדא דלא יכלת להו לכולהו דכתיב כי כארבע רוחות השמים פרשתי אתכם מאי קאמר אלימא דבדרתהון בד' רוחות האי כארבע רוחות לארבע רוחות מבעי ליה אלא כשם שא"א לעולם בלא רוחות כך א"א לעולם בלא ישראל ועוד קרו לך מלכותא קטיעה א"ל מימר שפיר קאמרת מיהו כל דזכי שדו ליה לקמוניא חלילא כד הוה נקטין ליה ואזלין אמרה ליה ההיא מטרוניתא ווי ליה לאילפא דאזלא בלא מכסא נפל על רישא דעורלתיה קטעה אמר יהבית מכסי חלפית ועברית כי קא שדו ליה אמר כל נכסאי לר"ע וחביריו וכו' יצתה בת קול ואמרה קטיעה בר שלום מזומן לחיי העוה"ב בכה רבי ואמר יש קונה עולמו בשעה אחת ויש קונה עולמו בכמה שנים

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 11:23 pm

spusman גיי אן מיר ווארטען צו הערען נאך!
און א גרויסען יש"כ פארן אנצייכענען די ארטיקעל פון לכתחילה אריבער.
גאר אינטרעסאנט

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

קורט גאדעל איבער די אידען

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג פאברואר 01, 2019 12:21 pm

קורט גאדעל (Kurt Godel), איינע פון די גרעסטע קעפ ביי די גוים; מען קען אים באצייכענען ווי א צווייטער איינשטיין פאר זיין דורך ברוך אין מאטעמאטיקס און לאגיק ווי ער האט צו א ענדע געברענגט 50 יאר פון פלאגעניש פון אלע גרעסטע קעפ אין דער וועלט, און היינט צו טאג ווערט זיין אויף טוה גענוצט פינקט ווי איינשטיין'ס. ער ווערט פארעכענט צוזאמען מיט אריסטאטל, טארסקי, און פרעגע, צו זיין איינע פון די וויכטיגסטע לאדזישען'ס אין היסטאריע; זיין פלאץ איז נומער פיר אין דער היסטאריע פון חכמה און סייענס באומות העולם. ער איז געווען א לאגיזשען, א מאטעמאטישען, און א פילאסוף, און געווען שטארק פאראינטרעסירט אין היסטאריע.

איך געב דער הקדמה כדי מען זאל פארשטיין ווער דער זאגער איז און אז ער האט שוין איין מאל געוויסט וואס ער רעדט.

היות וואס איך גיי ברענגען איז נישט באוויסט, און השגחה פרטית האט מיר געברעגט אין קאנטאקט דערמיט, שפיר איך עס א התחייבות צו ברענגען צו ענק טייערע ברודער און כלל ישראל.

עס איז געווען א צווייטע חכם א גוי, א געמיינע גוי, וואס איז געווען 34 יאר עלטער פאר גאדעל, דער געמיינע גוי האט געהייסען Bertrand Russell א ממזר בן ממזר. רוסעל האט געקרענקט אז גאדעל 34 יאר אינגער פאר אים האט אים איבער געהיפט און גענומען וואס ער האט אנגעהויבען און עס אויס געפירט ביז צו איר ענדע און זיך קונא געווען א פלאץ אין איין שורה מיט איינשטיין און אריסטאטל. דאס האט אים געקרענקט און ער האט באשולדיגט גאדעל (אין די צייטונגען) אז ער איז א איד!

אויף דעם האט גאדעל אים אפגע'ענטפערט אין א בריוו צו דער עדיטאר:
I have not the honor of belonging to that distinguished tribe

אין אידיש: איך האב נישט דער כבוד צו באלאנגען צו דער דאזיגער מכובד'יגער שבט די אידען. אין אנדערע ווערטער האט ער געזאגט אז עס וואלט מיר געווען דער גרעסטע כבוד ווען עס וואלט געווען אמת אז איך בין א איד!

https://en.wikipedia.org/wiki/Kurt_G%C3%B6del
https://en.wikipedia.org/wiki/Bertrand_Russell
---
מער איבער גאדעל וואס האט געגלייבט אין באשעפער אין די פאלגענדע תגובה אי"ה.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג פאברואר 05, 2019 6:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג פאברואר 01, 2019 1:50 pm

א שטיקעל הקדמה. מו"ר הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל אין זיין טעיפ archeology testifies איז מקדים אז מיר דארפען נישט קיין פרוף צו דער אמיתיות התורה, מיר זענען מאמינים בני מאמינים און מיר האבען עס בקבלה פון אונזערע עלטערען דור מפי דור; אבער אז מיר האבען עס סיי ווי, איז פארוואס נישט דאס אויך וויסען; עס איז א בחינה פון אם לא יועיל לא יזיק.

אויף דעם אופן שרייב איך די פאלגענדע און וועל אריין גיין אין מערערע פרטים פון דער גרויסע חכם כאטש ער איז א גוי (אדער ווייל ער איז א גוי), וואס פאר ווער עס דארף עס האבען גיבט עס חיזוק, און פאר ווער עס דארף עס נישט, ברענגט עס א שמייכעל אז אפילו דער קלוגער גוי, ממש דער גרעסטע קאפ ביי די גוים אין די לעצטע הונדרעט יאר האט אויך אזוי געהאלטען.

קורט גאדעל, זיין משפחה האט אים גערופען "הער ווארום" ווייל אויף אלעס האט ער געפרעגט "ווארום" (פארוואס), שטודירענדיג מאטעמאטיקס אין וויען האט ער זיך געחבר'ט מיט דריי אידישע מאטימאטישען'ס, מאריץ שליק, האנס האהן, און רודאלף קארנאפ.

שנת תרצ"ו איז זיין טיעטשער און פריינד מאריץ שליק ערמארדעט געווארען פון איינע פון זיינע גויאישע תלמידים (לכאורה ווייל ער איז א איד). און א פאר יאר פאר דעם אין תרצ"ג האט גאדעל באזיכט אמעריקע ווי מען האט אים מכבד געווען צו רעדען אין פרינסטאן יוניווערסיטי און דארט האט ער באפריינדעט איינשטיין.

נאכען איינשלוס אין שנת תרצ"ח האט ער פארלוירען זיין אמט אלס פראפעסאר אין וויען צוליעב זיין פריינדשאפט צו די אידען. די נאציס ימ"ש האבען געמאכט זיכער אז ער באקומט נישט קיין דזאב און געוואלט אים נעמען אין מיליטער, איז ער שנעל אנטלאפען קיין אמעריקע, ווי מען האט אים אויף גענומען מיט אפענע ארימס און ער איז געווארען א פראפעסאר אין פרינסטאן יוניווערסיטי אין ניו דזורסי.

איינשטיין האט געזאגט אז ער האט שוין נישט מער וואס צו זיכען אין פרינסטאן יוניווערסיטי, אבער גייט יעדען טאג אהין, נאר, כדי צו האבען די פריווילעגיע פון אהיים שפאצירען מיט גאדעל און שמועסען מיט אים (פיזיקס און מאטעמאטיקס). דאס אליין זאגט אז גאדעל איז געווען א יחיד במינו אין איינשטיין'ס אויגען.

איינשטיין מיט מארגענשטערן זענען מיט געגאנגען מיט גאדעל ווערען א אמעריקאנער סיטיזען. דער דזאדזש א פריינט פון איינשטיין האט געפרעגט גאדעל צו דא אין אמעריקע קען אויך פאסירען א נאצי ראזים אזוי ווי אין דייטשלאנד?

גאדעל האט אנגעהויבען מסביר זיין פאר דער דזאדז אז "יא" עס קען פאסירען, און געוואלט זאגען אז ער האט געטראפען א לאך און א סתירה (א אומקלארבארע נקודה) אין דער קאנסיטוטציע וואס קען צולאזען א דיקטאטארשיפ דא; אבער דער דזאדזש האט אים שנעל איבערגעהאקט און געגאנגען צום נעקסטע קשיא ווייל פרעגען קשיות אויף דער קאנסטיטוציע וואלט אים דיסקוואליפיצירט צו ווערען א סיטיזען.

איינע פון גאדעלס טעאריעס האט אריין געברעגט א ספק אין איינשטיין'ס קאפ צו ער איז טאקע גערעכט מיט זיין גענעראל טעאריע פון רעלאטיוויטי (דאס איז געווען איינשטיין'ס צווייטע טעאריע אין תרע"ה נאך זיין ערשטע טעאריע דער ספעשיל טעאריע פון רעלאטיוויטי אין תרס"ה); איז לכבוד איינשטיין'ס 70'סטע געבורטסטאג האט גאדעל אים געגעבען א מתנה א פעיפער ווי ער ווייזט אויף אז איינשטיין איז יא גערעכט.

גאדעל האט געגלייבט אין באשעפער און רידזעקטעד (אוועק געמאכט) שפינאזע. (שפינאזע האבען די רבנים געלייגט אין חרם אין אמשטרדם אין שנת תט"ו פאר זיינע אפיקורסישע געדאנקען).

סוף ימיו האט גאדעל אפגעשריבען און אויס געטיילט צווישען זיינע ידידים ווי ער גייט אריין אין א אריכות אויף צו ווייזען אז עס איז דא א באשעפער. גאדעל האט אויך געגלייבט אין עולם הבא און געשריבען דערוועגען, ובתוך הדברים:
אוודאי געוויס זאגט דאס אז עס איז פארהאן א סאך רילעישאנשיפס וואס היינטיגע סייענס און אקסעפירטע חכמה האט נישט קיין אהנונג דערין.

אבער איך בין קאנווינסט אז א עפטער לייף (עולם הבא) עקזיסטירט... עס איז היינט שייך צו באשטימען און קומען צו דער החלטה מיט קלארע לאגיק, וואס איז אין איין קלאנג און שטימט מיט באוויסטע פאקטען; אז אויב דער וועלט איז מיט שכל באשאפען געווארען און האט מיענינג, דענמאלט "מוז" זיין א זאך ווי א עפטער לייף (עולם הבא)


עס דערמאנט פון להבדיל די הייליגע מאמרים פון הגאון רבי אלחנן וואסערמאן זצ"ל אויף אמונה וואס ער ברענגט ארויס די נקודות, און וואס איז כדאי צו לערענען. (די מאמרים פון רבי אלחנן קען מען באקומען אין די ספרים געשעפטען)

יעצט, לאידך גיסא דער אנדערע גוי דער מנובל רוסעל וואס ער שטימט פינקטליך פון וועם רבי אלחנן באשרייבט וואס וויל "דוקא" נישט גלייבען אין באשעפער ווייל עס וועט אים מחייב זיין; ער איז געווען א סעלפיש מענטש און זיין גאנץ לעבען איז געווען שמוץ און תאוה אויסניצענדיג יעדען געלעגענהייט צו זיין פארזינקען אין דעם; און "צוליב דעם" געקומען צו החלטות וואס האט אים געגעבען א קליער קאנשען'ס צו היום כאן ומחר בקבר, איז דעריבער אכול ואכול פרעס און פרעס כי היום כאן ומחר בקבר, און איז געקומען צו החלטות וואס שטימט מיט זיינע תאוות און נישט זיין מוח ווי רבי אלחנן ברעגט אזוי שטארק ארויס.

רוסעל איז דערובער געווען א אפיקורס, אבער אנדערש ווי גאדעל, איז רוסעל נישט געווען זיכער מיט זיך (און אויך נישט זיכער מיט זיין אפיקורסות) ווי ער האט זיך אויסגעדריקט אז ער וואלט זיך קיינמאל נישט געלאזט הארגענען פאר זיינע החלטות, ווייל קען זיין ער איז נישט גערעכט.

והוא רחום יכפר עון אויב איך האב זיך ערלויבט יותר מן המשוער.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג פאברואר 11, 2019 12:36 pm, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מוצ"ש פאברואר 02, 2019 7:33 pm

פארענפער דיר נישט, ווי וואנט מאר...
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מוצ"ש פאברואר 02, 2019 7:39 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:פארענפער דיר נישט, ווי וואנט מאר...

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מוצ"ש פאברואר 02, 2019 7:39 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:פארענפער דיר נישט, ווי וואנט מאר...
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
איינס
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מוצ"ש פאברואר 02, 2019 9:15 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:פארענפער דיר נישט, ווי וואנט מאר...
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » מוצ"ש פאברואר 02, 2019 10:39 pm

וואס דער ווארפט דא צוזאם... געוואלדיג

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » זונטאג פאברואר 03, 2019 4:03 pm

א דאנק אייך מורינו ר' שפוזמאן פאר'ן מיטטיילן אייערע ברייטע ידיעות.

איך קום נישט דא צוכאפן אייער מיקראפאן, אבער ארויסהעלפן מעג מען דאך זיכער. און אויב האסטו במילא געפלאנט צו ברענגען די שטיקלעך, קענסטו דין איך פשוט אלס א שמש'ל און דו קענסט עס מער אויסברייטערן.

-

leo tolstoy איז געווען א רוסישער שרייבער און דענקער פאר איבער 100 יאר צוריק. ער ווערט פארעכנט אלס איינער פון די גרעסטע שרייבער אין היסטאריע.
https://en.wikipedia.org/wiki/Leo_Tolstoy
(ניין, ער איז נישט קיין איד. אפילו ער האט אזא לאנגע בארד ווי השכיבנו אבינו...)

דאס פאלגענדע שרייבט ער אין אן ארטיקל, גערופן What is the Jew?

“What is the Jew? … What kind of unique creature is this whom all the rulers of all the nations of the world have disgraced and crushed and expelled and destroyed; persecuted, burned and drowned, and who, despite their anger and their fury, continues to live and to flourish. What is this Jew whom they have never succeeded in enticing with all the enticements in the world, whose oppressors and persecutors only suggested that he deny (and disown) his religion and cast aside the faithfulness of his ancestors?! The Jew – is the symbol of eternity … He is the one who for so long had guarded the prophetic message and transmitted it to all mankind. A people such as this can never disappear. The Jew is eternal. He is the embodiment of eternity.”



-

איך וועל פרובירן עס איבערצוטייטשן אויף אידיש, לטובת הכלל:

"וואס איז דער איד?... וואספארא סארט אייגנארטיגע באשעפעניש איז דאס, וועם אלע הערשער פון אלע פעלקער פון די וועלט האבן דערנידערט און געפייניגט, פארטריבן און פארניכטעט; געהארגעט, פארברענט און דערטראנקען, און - על אפם ועל חמתם - האלט ווייטער אן צו לעבן און בליען. וואס איז דאס "איד" וועם זיי האבן קיינמאל נישט מצליח געווען איבערצורעדן מיט אלע פיתויים אין דער וועלט, וועמענ'ס אונטערדרוקער און פארפאלגער האבן בלויז געוואלט אז ער זאל אויפגעבן זיין רעליגיע און אוועקווארפן די אמונה פון זיינע עלטערן?! דער איד - איז דער סימבאל פון נצחיות... ער איז דער וואס האבן פאר אזוי לאנג אפגעהיטן אויף די ווערטער פון די נביאים און עס איבערגעגעבן פאר די גאנצע מענטשהייט. א פאלק ווי זיי קען קיינמאל נישט פארשווינדן ווערן. דער איד איז נצחי. ער איז דער אפטייטש פון נצחיות."
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17107
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג פאברואר 03, 2019 11:04 pm

WOW גאר גאר אינטערסאנט און באלערנד!

#כה_לחי

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג פאברואר 03, 2019 11:18 pm

ספוסמאן שרייב נאך ביטע!
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » מאנטאג פאברואר 04, 2019 12:23 am

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ספוסמאן שרייב נאך ביטע!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21197
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג פאברואר 04, 2019 10:15 am

יוראפ האט געשריבן:WOW גאר גאר אינטערסאנט און באלערנד!

#כה_לחי
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג פאברואר 04, 2019 11:32 am

א יישר כח אלע דאנקערס און אויך אלע וואס ווילען דאנקען נאר קומען נישט אן. מיין שרייבען איז אין ענקער זכות; אליין וואלט איך אין ערגעץ נישט אן געקומען. אזוי ווי אין אלע אשכולות בין איך נאר א פארטיסיפעטאר אבער קיין איין אשכול איז נישט מיינס, און ווארטען אויף מיר מיינט אפשטיפען און נאכדעם ווערט עס א מצב פון עבר זמנו בטל קרבנו, און א סאך וויכיטיגע (וויכטיג פאר מיר) אשכולות האט זיך פריצייטיג גע'ענדיגט נאר דערפאר ווייל מען האט געווארט אויך מיר און איך בין שוין לאנג אוועק געפארען פון דער נושא.

אלזא שפירט גרינג צו שרייבען דא וואס ענקער הארץ באגערט, און אוודאי וועל איך אויך פרובירען "שטייטליך" צו צולייגען אלעס וואס איך קלער קען זיין אינטרעסאנט דא.

דער אשכול (וואס איך פלאן שוין זייער לאנג צו עפענען) האביך גע'עפענט מיט א מטרה; און דאס איז ווייל ליידער אין דער היינטיגען דור ווערען אזוי פיל אפגעריסען פון אידישקייט צוליב טראכטען אז א גוי און א איד איז להבדיל דער זעלבע, און דאס איז דער פונדאמענטעל טעות וואס נישט וויסענדיגע מאכען. דערובער דארף מען עס שרייבען שחור על גבי לבן פאר אלעמען צו זעהן ווי זיי זענען פארפארען פון דער אמת.

אויך האט דער אשכול א צווייטע וויכטיגע מטרה, און דאס איז וואס א סאך וואס זענען אפגעפארען רעדען זיך איין אז זיי זענען גאר די חכמים, והא ראי' אז זיי ווילען גלייבען די סייענטיסטען. דערובער מוז זיין אשכולות על טהרת הקודש (יא עס איז זייער א האקעלדיגע טעמע און מען מוז שרייבען האקעלדיגערהייט) ווי אזעליכע זאלען איין זעהן אז א נעכטיגע טאג; אז סייענטיסטען זענען מומחים אויף א געוויסע סייענס (און אפילו דארט זענען זיי נישט אלעמאל גערעכט), אבער דארט ווי א סייענטיסט איז א אפיקורס זאגט עס אבעסעלוטלי גארנישט (כמבואר במאמרי הגאון רבי אלחנן זצ"ל ועוד).

און צום לעצט מוז איך ארויס ברענגען אז איך האב קיינמאל נישט עוסק געווען אין חקירה לשם חקירה; נאר אלס א נייגעריגער מענטש האט מיר דער השגחה עליונה צוגעשיקט זיך אמפערען מיט פארשידענע געלערענטע גוים און אידען אין פארשידענע מקצועות, און ב"ה גשפירט אז איך האב אייביג געהאט די אויבער האנט און צונישט געמאכט זייערע טענות.

אין מייינע אינגע יארען האב איך קודם געלערענט (בין הסדרים) מיט א חברותא שבילי דרקיע פון תפארת ישראל על בוריו און ב"ה געקענט שרייבען א לוח סיי א אידישע און להבדיל אויך א גויאישע (דזוליען און גרעגאריען קאלענדארס). שפעטער האב איך גילערענט מיט א חברותא קידוש החודש להרמב"ם (פון אכטען פרק) און פארשטאנען א פאר פרקים, אבער די נעקסטע שוין נישט קלאר פארשטאנען און נאכדעם געבליבען סטאק. עס איז מיר שפעטער אינטערקגעקומען א ספר וואס א מאטעמאטישען א ערליכע איד (ר' יוסף קאלעקשטיין) האט געשריבען מיט א קלארען הסבר אויף אלע פרקים פון רמב"ם אין הלכות קידוש החודש. פארשטייט זיך אויך אז ווען איך האב זיך אליין געלערענט אלגעברע און גיאמעטרי וכו' האביך גענומען אין האנט דער ווילנא גאון'ס ספר "איל משולש" און עס פראבירט צו פארשטיין.

אין אמונה האב איך נישט געגריבעלט און נישט געוואלט גריבלען ווייל עס איז א סכנה פאר דער וואס האט נאך נישט ממלא כריסו געווען מיט ש"ס ופוסקים ודברי קבלה און מען מוז האבען א ספעציעלע שמירה עליונה און צוגיין בקדושה וטהרה צו זיין א נכנס בשלום ויצא בשלום ומי יאמר זכיתי ליבי; אבער דא אויך האט מיר דער אייבערשטער צוגעשיקט נאך אלס בחור און איך פלעג גיין צו הגאון רבי אביגדור מיללער'ס השקפה שיעורים ומצאתי את שאהבה נפשי, און א סאך פאר איך האט געהערט קשיות האב איך שוין געהאט קלארע תירוצים. אזוי אויך האביך אלס בחור פראבירט לערענען דער ספר דעת תבונות און אנדערע ספרים פון רמח"ל זצ"ל, און אלעס האט צוגעהאלפען פאר מיר צו קענען ב"ה דעבאטירען וועמען מען דארף.

פון דעסטוועגען האלט איך זיך שטארק אפ פון אריין גיין אין אזעליכע ענינים ווייל נישט יעדער איז רייף דערצו, און מען דארף זייער אכטונג געבען נישט צו האבען דאס פארקערטע עפעקט ווען איינער נעמט זיך צו דעם פאר א ספארט. עס איז א שפיל מיט פייער.

יותר מה שכתוב כאון כתוב כאן און איך דאנק אלע וואס באטייליגען זיך דא און אין אלע אשכולות, און אוודאי דאנק איך די וואס שטעלען אונז צו אזא ריינע פלאץ צו שרייבען; און ועל כולם דאנק איך דער באשעפער אז עס איז דא אזא ריין פלאץ אויף דער טריפענע אינטערנעט ווי אזעליכע ווי מיר וואס זיצען פאר פרנסה ביי א קאמפיוטער א גאנצען ארבעטעס טאג זאלען נישט דארפען און ס'זאל זיי נישט גליסטען גיין נישטערען ווי מען טאר נישט.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג פאברואר 11, 2019 12:39 pm, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג פאברואר 04, 2019 11:42 am

גלייכגילטיג האט געשריבן:א דאנק אייך מורינו ר' שפוזמאן פאר'ן מיטטיילן אייערע ברייטע ידיעות.

איך קום נישט דא צוכאפן אייער מיקראפאן, אבער ארויסהעלפן מעג מען דאך זיכער. און אויב האסטו במילא געפלאנט צו ברענגען די שטיקלעך, קענסטו דין איך פשוט אלס א שמש'ל און דו קענסט עס מער אויסברייטערן.
-
leo tolstoy איז געווען א רוסישער שרייבער און דענקער פאר איבער 100 יאר צוריק. ער ווערט פארעכנט אלס איינער פון די גרעסטע שרייבער אין היסטאריע.
https://en.wikipedia.org/wiki/Leo_Tolstoy
(ניין, ער איז נישט קיין איד. אפילו ער האט אזא לאנגע בארד ווי השכיבנו אבינו...)

דאס פאלגענדע שרייבט ער אין אן ארטיקל, גערופן What is the Jew?
“What is the Jew? … What kind of unique creature is this whom all the rulers of all the nations of the world have disgraced and crushed and expelled and destroyed; persecuted, burned and drowned, and who, despite their anger and their fury, continues to live and to flourish. What is this Jew whom they have never succeeded in enticing with all the enticements in the world, whose oppressors and persecutors only suggested that he deny (and disown) his religion and cast aside the faithfulness of his ancestors?! The Jew – is the symbol of eternity … He is the one who for so long had guarded the prophetic message and transmitted it to all mankind. A people such as this can never disappear. The Jew is eternal. He is the embodiment of eternity.”


-
איך וועל פרובירן עס איבערצוטייטשן אויף אידיש, לטובת הכלל:

"וואס איז דער איד?... וואספארא סארט אייגנארטיגע באשעפעניש איז דאס, וועם אלע הערשער פון אלע פעלקער פון די וועלט האבן דערנידערט און געפייניגט, פארטריבן און פארניכטעט; געהארגעט, פארברענט און דערטראנקען, און - על אפם ועל חמתם - האלט ווייטער אן צו לעבן און בליען. וואס איז דאס "איד" וועם זיי האבן קיינמאל נישט מצליח געווען איבערצורעדן מיט אלע פיתויים אין דער וועלט, וועמענ'ס אונטערדרוקער און פארפאלגער האבן בלויז געוואלט אז ער זאל אויפגעבן זיין רעליגיע און אוועקווארפן די אמונה פון זיינע עלטערן?! דער איד - איז דער סימבאל פון נצחיות... ער איז דער וואס האבן פאר אזוי לאנג אפגעהיטן אויף די ווערטער פון די נביאים און עס איבערגעגעבן פאר די גאנצע מענטשהייט. א פאלק ווי זיי קען קיינמאל נישט פארשווינדן ווערן. דער איד איז נצחי. ער איז דער אפטייטש פון נצחיות."

א גרויסען יישר כח פאר אייער שטארקע הוספה, און מייסטערהאפיגען איבעזעצונג.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » מאנטאג פאברואר 04, 2019 2:28 pm

we want more
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

ווינסטאן טשורטשיל

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג פאברואר 04, 2019 3:05 pm

דער גאדעל קוואוט איז א נייע און גאר א שטארקע וואס אידישע היסטאריקער האבען נישט געוויסט פון דעם (אזוי מיין איך), ווייל עס איז באגראבען אין די ביכער אין די ביאגראפיעס אויף די גרויסע קעפ וואס כמעט קיינער היינטיגע צייטען ליינט עס נישט; און עס האט גענומען א זיבעציג יעריגער גוי מיט וועם איך האב גע'ארבעט, א קאפ שטיק און אליינס א מאטעמאטישען וכו' וואס האט געליינט טויזענטער אזעליכע ביכער, זאל עס מיר מגלה זיין.

איך באשאף נישט קיין נייע, נאר וועל בל"נ ברענגען וואס אנדערע ברענגען דא און דארט און אויך צושטעלען השוואות וואס איך האלט לייגט עפעס צו.
Some people like the Jews and some do not; but no thoughtful man can deny the fact that they are beyond any question, the most formidable and the most remarkable race which has appeared in the world

Winston Churchill – Prime Minister of Great Britain
https://en.wikipedia.org/wiki/Winston_Churchill
אין אידיש בערך:
טייל מענטשען גלייכען די אידען און טייל מענטשען נישט. אבער קיין איין פארשטענדליכע מענטש קען נישט לייקענען די פאקט אז זיי זענען בלי ספק די מערסטע ארויף געקוקטע בעלי יכולת און די מערסטע אויסטערלישע ראסע אויף דער וועלט

א יישר כח פאר אלע וואס האבען מיר צו געשיקט סחורה, הערות, און לינקס.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג פאברואר 05, 2019 6:14 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג פאברואר 04, 2019 3:27 pm

לכבוד אסדר לסעודתא
viewtopic.php?p=1863013#p1863013
זעץ איך עס פון דאס ניי איבער:
טייל מענטשען גלייכען די אידען און טייל מענטשען נישט. אבער קיין איין פארשטענדליכע מענטש קען נישט לייקענען די פאקט אז זיי זענען בלי ספק די מערסטע אנטציקנדע און די מערסטע אויסטערלישע ראסע אויף דער וועלט
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

קיסריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מאנטאג פאברואר 04, 2019 3:33 pm

SPUSMN האט געשריבן:לכבוד אסדר לסעודתא
viewtopic.php?p=1863013#p1863013
זעץ איך עס איבער:

טייל מענטשען גלייכען די אידען און טייל מענטשען נישט. אבער קיין איין פארשטענדליכע מענטש קען נישט לייקענען די פאקט אז זיי זענען בלי ספק די מערסטע אנטציקנדע און די מערסטע אויסטערלישע ראסע אויף דער וועלט


אנשולדיגט. אבער אייער טראנסלירונג איז נישט 100 פראצענט ריכטיג.

נאט אייך א פרייע איבערזעצונג:

Some people like the Jews, and some do not. But no thoughtful man can deny the fact that they are, beyond any question, the most formidable and the most remarkable race which has appeared in the world

טייל מענטשען גלייכען די אידען און טייל מענטשען נישט. אבער קיין דורכגעטראכטער מענטש קען נישט פארלייקענען די פאקט אז זיי זענען אן צווייפל די מאכטפולסטע און די אויסגעצייכנסטע ראסע וועלכע זענען נאר געווען אויף דעם עולם.

קיסריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » מאנטאג פאברואר 04, 2019 3:35 pm



צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט