קאלפיק

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זענדל
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זענדל »

וואץ האט געשריבן:
חיי אריכי האט געשריבן:דא האט איר א ספאדיק
C12DB969-DA33-4EA6-8AA1-1AA509DE1F29.jpeg


האמיר גערעדט מיט א בעלזער, טענה׳ט ער אז דער בעלזער רב ז״ל (רבי ישכר בער) איז געגאנגען אינדערהיים - דאס מיינט אין די שטאט בעלז - מיט א ספאדיק, און ווען ער איז אוועק געפארן איז ער געגאנגען מיט א קאלפיק, און ער זאגט אז ס׳איז נישטא קיין איין בילד פון בעלזער רב, אינעם שטאט בעלז,
וועגן דעם זעהט מען אים נאר מיטן קאלפיק.

דא האט איר מיטן קאלפיק
47189E3F-9EC7-4DE7-A4B5-A5694A5C4FC2.jpeg


ער זאגט אז אינעם בילגריא׳ער כתבים שטייט אז דער רב איז געגאנגען א ספאדיק, האט דער בעלזער רב זז״ג געבעטן מ׳זאל אים מאכן א ספאדיק, האבן די עמי הארצים, אים געמאכט א פוילישע שטריימל.

וואלט ער געדארפט בעטן יבלחט''א הרה''ח ר' משה טובי' גרינצווייג ז''ל משב''ק [דער שטריימל מאכער] ער וואלט אזא טעות נישט געמאכט...

נו, ליצנות!...
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ"
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

נישט ליצנות, נאר ווייטאגלעך.

---

ולעניננו, כ'האב געקענט א גערער חסיד וואס האט גערופן זיין ספאדיק ''שטריימל'' (אפשר אלע גערער רופן עס אזוי?)
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אהרן הלוי האט געשריבן:
ולעניננו, כ'האב געקענט א גערער חסיד וואס האט גערופן זיין ספאדיק ''שטריימל'' (אפשר אלע גערער רופן עס אזוי?)

יא אלע רופן עס אזוי וכדאמרן לעיל א פולישע שטריימל
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדיך אוואש »

אין איינער פון די בעלזער קובצים "עתיקות", איז לעצטענס געווען א הערליכע מאמר וועגן שטריימלעך / ספאדיקעס / קאלפיקעס, די חילוקים און די גאנצע היסטאריע ארום זיי, די פארשידענארטיגע מנהגים פון פארשידענארטיגע מקומות (בעיקר בעלזער, פארשטייט זיך), באגלייט מיט היסטארישע בילדער און דאקומענטן.
רוצה לדעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 13, 2015 3:02 pm
לאקאציע: וויל וויסן ווי איך בין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוצה לדעת »

לייג דאס ביטע ארויף, לזכות את הרבים
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1775
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

איך קען שוין זעהן אין אזא צוואנציג יאר ארום וועט מען זיך טעהנ'ן דא ציווישן א קאלפיק/ספאדיק/פוילישע שטריימל מיט עפעס אזא נייע מין ברי' "אמעריקאנע שטריימל" דאס איז עפעס אזוי ווי די "כוי" פון די גמרא ספק חי' ספק בהמה"...
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
ישראל פאלאק
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 15, 2017 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל פאלאק »

איך האב געהאט א גאליציאנע באבע און זי האט גערופן א שטריימל מיטן נאמען קאלפיק'ל, אזוי אויך איז דא א עובדא בשם הרה"ק קדוש אהרן מבעלז וואס האט זיך אנגערופן וועגן די יונגעלייט וואס גייען מיט אויסגעריבענע קאליפיקעס, און דאס איז זיכער אז דערעולם און בעלז איז געגאנגען מיט שטריימלעך, אזוי אז לענ"ד איז נישט דא באמת א חילוק און די נעמען, נאר במשך די יאהרן האבן זיך צוזאם געמישט די אלע נעמען פונעם שטריימל און ס'איז געווארן א חלוקה יעדער אויסזעהן מיט זיין נאמען
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

איך ווייס נישט ווי א שטארקע ראי די קענסט נעמען פין דיין באבע ווייל למעשה היינט האט יא יעדע זאך זיין באשטימטע נאמען
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

אהרן הלוי האט געשריבן:
ולעניננו, כ'האב געקענט א גערער חסיד וואס האט גערופן זיין ספאדיק ''שטריימל'' (אפשר אלע גערער רופן עס אזוי?)

אין פולין האט 'דאס' געהייסען א שטריימעל.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רוצה לדעת האט געשריבן:לייג דאס ביטע ארויף, לזכות את הרבים
דביה תחדי נפשא
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

איך שטעל דא ארויף בילדער פון ספאדיק׳יס, דער עולם זאל כאפן דער געדאנק,
ווי מ׳קען זעהן אויף די בילדער האט דאס אינגאנצן אן אנדער געשטעל פון א קאלפיק.
א ספאדיק, איז געוועהן א וואכן מלבוש, וואס חסידישע אידן, בני עליה, יושבים, (נישט דווקא רבישע קינדער) זענען געגאנגען אינדערוואכן, דאס איז אזוי אנגעגאנגן ביז ימי צאנז - שינווא.
אויף דעם גייט די תנועה פון דער ראפשיצער חבריא, ״מ׳דארף באהאלטן, א ספאדיק אן אלטן״

א קאלפיק איז געוועהן פאר בחורים, א שבת׳דיגער מלבוש, ביז ימי צאנז - שינווא זענען געגאנגען אזוי בחורים, נישט דווקא די רבישע אייניקליך,
די רבישע אייניקלעך זענען אזוי געבליבן, א שטייגער ווי פארן קריג זענען אין געוויסע מקומות געגאנגען מיט שווארצע זאקן, און היינט גייען אזוי נאר רבישע אייניקלעך.
און פאר רבנים ביומי דפגרא׳ס, אדער ווען מ׳האט זיך געוואלט אהערשטעלן, לדוגמא ווען מ׳איז געגאנגען צעווישן גוים.
געוויסע רבנים, מער מעדערענע, זענען אלעמאל געגאנגען קאלפיקעס, און מ׳האט טאקע חוזק געמאכט פון זיי, מ׳פלעגט זיי רופן די ״קאלפיקער רבנים״

קאלפיקעס וועלן נאכקומען.

אלעס וואס מ׳רעדט דא איז נאר פון די געגענטער פון גאליציע און רוסיש פולין,
און רוסלאנד איז מען געגאנגען אן אנדער לבוש.

דא האט איר בעלזא רב ז״ל
0C18E6C5-6956-4E46-9419-5CBB6DF1BC25.jpeg
0C18E6C5-6956-4E46-9419-5CBB6DF1BC25.jpeg (43.07 KiB) געזען 3077 מאל

9F38A35B-373E-4A95-9FB7-22AAA270CE13.jpeg
9F38A35B-373E-4A95-9FB7-22AAA270CE13.jpeg (70.58 KiB) געזען 3077 מאל

4C195B5D-42D3-4B56-B1F1-75570BB20742.jpeg
4C195B5D-42D3-4B56-B1F1-75570BB20742.jpeg (111.92 KiB) געזען 3077 מאל
לעצט פארראכטן דורך חיי אריכי אום זונטאג דעצעמבער 23, 2018 11:40 pm, פארראכטן געווארן 12 מאל.
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

בעלזא רב ז״ל
5D2CEA49-87F1-413D-91D8-E61250EFD084.jpeg
5D2CEA49-87F1-413D-91D8-E61250EFD084.jpeg (43.21 KiB) געזען 3065 מאל
לעצט פארראכטן דורך חיי אריכי אום מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 6:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

סא די גאנצע מעשה מיטן בעלזער אז ער גייט א שווארצע אין ירושלים איז א טעות?!

איך זעה נישט קיין חילוק צווישן די בילדער דא מיט די היינטיגע ספודיקעס
נאר אז די וואס מאכן ספודיקעס האבן זיך צוגעלערנט און מאכן שענערע און ברייטערער ספודיקעס.

אויב זאגסטו פון א מקור איז איין זאך אבער אויב איז דאס מסברא ווייל דו קוסט אויף די בילדער איז שוין א צווייטע מעשה
לעצט פארראכטן דורך איינס אום מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 6:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

דאס איז רבי אלתר׳ל דזיקוב׳ער
563818EE-48A0-40F9-A35F-0F51E2442412.jpeg
563818EE-48A0-40F9-A35F-0F51E2442412.jpeg (63.85 KiB) געזען 3064 מאל


דאס איז דער גראדזיסק׳ער, דער פלאנטש׳ער רב׳ס זוהן.

C77C39AD-915B-47AC-B3BB-65D88F79F0E2.jpeg
C77C39AD-915B-47AC-B3BB-65D88F79F0E2.jpeg (177.1 KiB) געזען 3064 מאל
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

דאס איז דער נציב
991FD607-70DF-4FDF-9B9B-17C6606282EF.jpeg
991FD607-70DF-4FDF-9B9B-17C6606282EF.jpeg (83.83 KiB) געזען 3060 מאל


דאס איז רבי חיים בערלין, א זוהן פונעם נציב.
80433D6A-16DA-41DF-AADC-3E2560B75121.jpeg
80433D6A-16DA-41DF-AADC-3E2560B75121.jpeg (139.08 KiB) געזען 3060 מאל
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

רבי שמואל סאלנט
B23B0280-49DB-49A4-96A8-D987D5E266F6.jpeg
B23B0280-49DB-49A4-96A8-D987D5E266F6.jpeg (61.59 KiB) געזען 3058 מאל
חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיי אריכי »

איינס האט געשריבן:סא די גאנצע מעשה מיטן בעלזער אז ער גייט א שווארצע אין ירושלים איז א טעות?!

איך זעה נישט קיין חילוק צווישן די בילדער דא מיט די היינטיגע ספודיקעס
נאר אז די וואס מאכן ספודיקעס האבן זיך צוגעלערנט און מאכן שענערע און ברייטערער ספודיקעס.

אויב זאגסטו פון א מקור איז איין זאך אבער אויב איז דאס מסברא ווייל דו קוסט אויף די בילדער איז שוין א צווייטע מעשה


וואס מיינט א מקור ביי אייך?
אז איך האב אזוי געהערט פון כמה וכמה אידן, איז ביי אייך א מקור?
רבי יענקע׳לע האט אזוי געזאגט,
און רבי נפתלי באבוב׳ער האט געזאגט אז א ספאדיק מיט א קאלפיק זענען ביידע פון פעל, אבער דער חילוק פון די ביידע איז אזוי ווי א קוטשמע מיט א שטריימל...
צווייטענס, אז איר זעהט נישט קיין חילוק פון די ספאדיקעס מיט די קאלפיקעס, ווייסט איר נישט וויאזוי מ׳קוקט אויף א בילד...
א איד האט אמאל געזאגט פארן סאטמאר׳ע רב, חנוכה נאך די תורה, דער רבי האט דאך נעכטן געזאגט דער זעלבע זאך, האט דער סאטמאר׳ע רב געזאגט, איינער וואס קען נישט זינגען מיינט אויך אלע ניגונים זענען די זעלבע, איז איינער וואס קען נישט לערנען מיינט אויך אלעס איז דער זעלבער...
אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדיך אוואש »

חיי אריכי האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:סא די גאנצע מעשה מיטן בעלזער אז ער גייט א שווארצע אין ירושלים איז א טעות?!

איך זעה נישט קיין חילוק צווישן די בילדער דא מיט די היינטיגע ספודיקעס
נאר אז די וואס מאכן ספודיקעס האבן זיך צוגעלערנט און מאכן שענערע און ברייטערער ספודיקעס.

אויב זאגסטו פון א מקור איז איין זאך אבער אויב איז דאס מסברא ווייל דו קוסט אויף די בילדער איז שוין א צווייטע מעשה


וואס מיינט א מקור ביי אייך?
אז איך האב אזוי געהערט פון כמה וכמה אידן, איז ביי אייך א מקור?
רבי יענקע׳לע האט אזוי געזאגט,
און רבי נפתלי באבוב׳ער האט געזאגט אז א ספאדיק מיט א קאלפיק זענען ביידע פון פעל, אבער דער חילוק פון די ביידע איז אזוי ווי א קוטשמע מיט א שטריימל...
צווייטענס, אז איר זעהט נישט קיין חילוק פון די ספאדיקעס מיט די קאלפיקעס, ווייסט איר נישט וויאזוי מ׳קוקט אויף א בילד...
א איד האט אמאל געזאגט פארן סאטמאר׳ע רב, חנוכה נאך די תורה, דער רבי האט דאך נעכטן געזאגט דער זעלבע זאך, האט דער סאטמאר׳ע רב געזאגט, איינער וואס קען נישט זינגען מיינט אויך אלע ניגונים זענען די זעלבע, איז איינער וואס קען נישט לערנען מיינט אויך אלעס איז דער זעלבער...

כ'האב נאכנישט געהאט קיין צייט אריינסצוקענען די מאמר פון עתיקות (אויב ס'וועט נאך אמאל געשען, ס'היבש א לאנגע מאמר), אבער דארט איז אלעס ערווענט מיט א קלארקייט, גענוי ווי אזוי יעדער פון זיי ווערט געמאכט, און ווער און ווען מ'האט זיי גענוצט. א שאד זיך צו דינגען דערויף, אז כ'על האבן אביסל צייט וועל איך בל"נ מעתיק זיין אביסל מהנוגע לענינינו.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

חיי אריכי האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:סא די גאנצע מעשה מיטן בעלזער אז ער גייט א שווארצע אין ירושלים איז א טעות?!
איך זעה נישט קיין חילוק צווישן די בילדער דא מיט די היינטיגע ספודיקעס
נאר אז די וואס מאכן ספודיקעס האבן זיך צוגעלערנט און מאכן שענערע און ברייטערער ספודיקעס.
אויב זאגסטו פון א מקור איז איין זאך אבער אויב איז דאס מסברא ווייל דו קוסט אויף די בילדער איז שוין א צווייטע מעשה

וואס מיינט א מקור ביי אייך?
אז איך האב אזוי געהערט פון כמה וכמה אידן, איז ביי אייך א מקור?
רבי יענקע׳לע האט אזוי געזאגט,
און רבי נפתלי באבוב׳ער האט געזאגט אז א ספאדיק מיט א קאלפיק זענען ביידע פון פעל, אבער דער חילוק פון די ביידע איז אזוי ווי א קוטשמע מיט א שטריימל...

יא דאס מיין איך מקור, אז נישט סתם מסברא ווייל די פיקטשער זעהט אויס אנדערש.
אבער וואס זאגן די בעלזער, איז מעגליך אז זיי האבן געמאכט אזא ביטערן טעות, און אויב יא גייט ער טאקע טוישן צו א ספאדיק?

חיי אריכי האט געשריבן:צווייטענס, אז איר זעהט נישט קיין חילוק פון די ספאדיקעס מיט די קאלפיקעס, ווייסט איר נישט וויאזוי מ׳קוקט אויף א בילד...
א איד האט אמאל געזאגט פארן סאטמאר׳ע רב, חנוכה נאך די תורה, דער רבי האט דאך נעכטן געזאגט דער זעלבע זאך, האט דער סאטמאר׳ע רב געזאגט, איינער וואס קען נישט זינגען מיינט אויך אלע ניגונים זענען די זעלבע, איז איינער וואס קען נישט לערנען מיינט אויך אלעס איז דער זעלבער...

די בילדער זאגט נישט גארנישט ווייל אויב יא גייען מיר בכלל נישט קיין שטריימל נאר עפעס א אנדער מלבוש. די וועג ווי מ'מאכט מלבושים טוישט זיך כסדר, און אויב איז נאר וועגן די בילדער וואלט איך געזאגט אז אמאל האט מען געמאכט נעבעכדיג די ספאדיקעס און די חברה האבן זיך צוגעלערנט.

קוק די חילוק צווישן די ספאדיקעס (איך האף אז אלע זענען ספודיקעס, ס'איז דאך ליטווישע רבנים), זעהט אויס אז די ס'איז אויך געווען ביי די ספודיקעס קרויס און מילער..
ספודיקעס.jpg
ספודיקעס.jpg (118.58 KiB) געזען 2939 מאל


אבער לויט ווי די זאגסט איז דאס פון א מקור און ס'איז יא געווען א צווייטער מלבוש.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

ווער איז דער רב בליטא? קוקט אויס א איידעלע צורה...
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

צו איידל אז מען זאל מעגן ארויסשרייבן זיין נאמען בקרב שלומי אמוני

---

בנוגע דעם 'בעלזער', לבי אומר לי, אז עס איז אויך גענומען געווארן אין באטראכט דאס וואוילזיין פונעם רב שליט''א, וואס א שווערע קאלפיק איז אפשר צו שווער פאר אים
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

חמרא טבא האט געשריבן:ווער איז דער רב בליטא? קוקט אויס א איידעלע צורה...
איך האב געשריבן למספרם (יש.)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

אבער ווער אידאס?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

הרב קוק

איך מיין אבער אז ס'זאל זיין כאילו איך האב נישט געשריבן און מ'זאל בלייבן צום שמועס פונעם אשכול
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

די שמועס האט מיר געמאכט אזוי א דראנג זיך איינצוהאנדלען די העל ברוינע סארט, מיט די טונקעלערע שטרייף לויפט אינמיטן ארום. וואס איז דאס (ספאדיק אדער וואטעווער), און וואו קאן מען דאס איינהאנדלען, אבער נאר די עכטע
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”