קאלפיק

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

רעבישע
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 12:02 pm

קאלפיק

תגובהדורך רעבישע » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 8:44 am

קאלפיק וואס ווען אין ווי אלעס ארום דעם קאלפיק. קאלפיק איז א לבוש וואס אדמורים גייען דערמיט אין פארשידענע געלעגנהייטן צ ב ש ראש חודש יארצייט חנוכה וכדומה אין אסאך חצרות גייען די רבישע אייניקלעך אויך דערמיט שבת ויום טוב צווישען די פלעצער ווי מען גייט מיט א קאלפיק זענען די רבי׳ס פין אלכסנדר בעלזא וויזניץ טאלנא מונקאטש טשערנאבל סקווירא דינוב קאזניץ ווער עס קען פארברייטערן די נושא זאל ביטע ארויפקומען

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 9:01 am

מהרי''ד מבעלזא.jpg
מהרי''ד מבעלזא.jpg (4.71 KiB) געזעהן 559 מאל
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

תגובהדורך חיי אריכי » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 10:52 am

אן אינטערעסאנטע זאך, די אלע רבי׳ס וואס די האסט דא געברענגט גייען מיט קאלפיקעס,
אבער דער בעלזא רב זז״ג גייט מיט א פוילישע שטריימל. (דאס איז נישט קיין קאלפיק)

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 11:07 am

חיי אריכי האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע זאך, די אלע רבי׳ס וואס די האסט דא געברענגט גייען מיט קאלפיקעס,
אבער דער בעלזא רב זז״ג גייט מיט א פוילישע שטריימל. (דאס איז נישט קיין קאלפיק)

די בעלזע רב האט פלעגט אמאל גיין א קאלפיק (אפשר היינט גייט ער נאך אמאל דערמיט) אבער די לעצטע פאר יאר האט ער געטוישט אויף א ספאדיק

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4237
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 11:11 am

דריידל האט געשריבן:
חיי אריכי האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע זאך, די אלע רבי׳ס וואס די האסט דא געברענגט גייען מיט קאלפיקעס,
אבער דער בעלזא רב זז״ג גייט מיט א פוילישע שטריימל. (דאס איז נישט קיין קאלפיק)

די בעלזע רב האט פלעגט אמאל גיין א קאלפיק (אפשר היינט גייט ער נאך אמאל דערמיט) אבער די לעצטע פאר יאר האט ער געטוישט אויף א ספאדיק

דאס איז נישט קיין ספאדיק (אין די היים האט א ספאדיק אויסגעזען זייער ענדליך צו א קאלפיק) ס'איז א פולישע שטריימל
דביה תחדי נפשא

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 11:20 am

פוילישע שטריימל - ספאדיק, היינו הך

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4237
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 11:22 am

דריידל האט געשריבן:פוילישע שטריימל - ספאדיק, היינו הך

נישט וואהר
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 11:30 am

חמרא טבא האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:פוילישע שטריימל - ספאדיק, היינו הך

נישט וואהר

ספאדיק און קאלפיק זעהן כמעט די זעלבע נאר דער קאפל איז אנדרעש, דער פוילישער שטריימעל איז שווארטץ, דאס וואס האדמו"ר מבעלז גייט מיט א פוילישע שטריימעל איז לכאורה א טעות אז דאס איז די זעלבע ווי א ספאדיק

חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

תגובהדורך חיי אריכי » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 11:40 am

דריידל האט געשריבן:פוילישע שטריימל - ספאדיק, היינו הך

דאס איז א באקאנטער טעות, און דער סיבה איז ווייל מ׳זעהט שוין נישט היינט קיין ספאדיקעס, נאר קאלפיקעס אדער פוילישע שטריימליך

א פוילישע שטריימל איז וואס די אידן פון פוילן גייען שבת, דאס איז א שווארץ.

א קאלפיק איז א רבניש מלבוש, וואס די רבנים זענען געגאנגען אין געוויסע זמנים, אדער ווען מ׳איז געפארן צו אנדערע שטעט

א ספאדיק איז וואס פארצייטישע חסידישע אידן זענען געגאנגען,
ס׳איז דא א תנועה, פון דער ראפשיצער חבריא,
״מ׳דארף באהאלטן, א ספאדיק אן אלטן״

ביידע סיי דער קאלפיק, און סיי דער ספאדיק, איז ברוין,
דער חילוק פון דעם ספאדיק, מיטן קאלפיק איז
ערשטענס ס׳איז פון אן אנדערע בעל חי, און דער קאלפיק איז א טייערע מלבוש און דער ספאדיק איז א ביליגע,
ס׳איז דא נאך קליינע חילוקים, ווי למשל ביים ספאדיק איז דער קאפל הארט, און ס׳שטעק ארויס אביסל (אזוי ווי א שטריימל קומט באמת, נישט ווי מ׳גייט היינט, קוק׳טס אויף די פארצייטישע בילדער)
און דער קאלפיק האט א ווייעכע קאפל אין ספאלט אריין.

עס איז מיר גיט
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 27, 2017 4:40 pm

תגובהדורך עס איז מיר גיט » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 11:48 am

אויף די בילדער פונעם קדושת ציון זי''ע הי''ד זעהט אויס אז ער איז אלעמאל געגאנגען מיט דעם, אינטערסאנט פארוואס היינט גייט מען נישט אין באבוב מיט דעם

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 12:54 pm

סא, די ספאדיק וואס די גור'ע גייען איז באמת נישט קיין ספאדיק נאר א פוילישע שטריימל?
הו קעירס? די גאנצע וועלט ריפט עס ספאדיק

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:01 pm

דריידל האט געשריבן:סא, די ספאדיק וואס די גור'ע גייען איז באמת נישט קיין ספאדיק נאר א פוילישע שטריימל?
הו קעירס? די גאנצע וועלט ריפט עס ספאדיק

מען רופט עס היינט טאקע אזוי און פון דארט נעמט זיך דער טעות פון בעלזא, און אגב לויט די כתבים פונעם בולגריי'ער רב זצ"ל איז מען אמאל געגאנגען מיט'ן קאלפיק און אמאל מיט'ן ספאדיק ווענט זיך צו אינדערהיים אדער אין די פרעמד היינט גייט די בעלזא רב שליט"א אייביג די זעלבע, ווייסט איינער פארוואס ?

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:13 pm

זענדל האט געשריבן:פאשקאנער רבי
img769418.jpg

גארטל פונעם ריזשענער?

חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

תגובהדורך חיי אריכי » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:37 pm

דא האט איר א ספאדיק
C12DB969-DA33-4EA6-8AA1-1AA509DE1F29.jpeg
C12DB969-DA33-4EA6-8AA1-1AA509DE1F29.jpeg (27.73 KiB) געזעהן 253 מאל


האמיר גערעדט מיט א בעלזער, טענה׳ט ער אז דער בעלזער רב ז״ל (רבי ישכר בער) איז געגאנגען אינדערהיים - דאס מיינט אין די שטאט בעלז - מיט א ספאדיק, און ווען ער איז אוועק געפארן איז ער געגאנגען מיט א קאלפיק, און ער זאגט אז ס׳איז נישטא קיין איין בילד פון בעלזער רב, אינעם שטאט בעלז,
וועגן דעם זעהט מען אים נאר מיטן קאלפיק.

דא האט איר מיטן קאלפיק
47189E3F-9EC7-4DE7-A4B5-A5694A5C4FC2.jpeg
47189E3F-9EC7-4DE7-A4B5-A5694A5C4FC2.jpeg (28.57 KiB) געזעהן 253 מאל


ער זאגט אז אינעם בילגריא׳ער כתבים שטייט אז דער רב איז געגאנגען א ספאדיק, האט דער בעלזער רב זז״ג געבעטן מ׳זאל אים מאכן א ספאדיק, האבן די עמי הארצים, אים געמאכט א פוילישע שטריימל.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:45 pm

ואני שמעתי (כמובן נאר א שמועה, אבער פון אפאר בעלזא אידן), אז אין בעלזא אינדערהיים איז מען געגאנגען א שווארצן קאלפיק, און אין די פרעמד א ברוינעם, ווען דער רב זז"ג האט דאס לעצטנ'ס (שוין א שיינע פאר יאר) געטראפן אין זיין טאטענ'ס כתבים, האט ער אנגעהויבן גיין אזוי אינדערהיים (כלומר ירושלים), אין דער פרעמד, לכאו' דארף נאך אלץ גיין א ברוינע (דארף מען אפיר זיכן בילדער פון טעלזסטון, אויב ס'קומט אויס דארט א יומא דפגרא, צו אולי ל"ג בעומר אין אנטווערפן/מאנטריאל?).
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

וואץ
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 11, 2015 9:41 pm

תגובהדורך וואץ » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:49 pm

חיי אריכי האט געשריבן:דא האט איר א ספאדיק
C12DB969-DA33-4EA6-8AA1-1AA509DE1F29.jpeg


האמיר גערעדט מיט א בעלזער, טענה׳ט ער אז דער בעלזער רב ז״ל (רבי ישכר בער) איז געגאנגען אינדערהיים - דאס מיינט אין די שטאט בעלז - מיט א ספאדיק, און ווען ער איז אוועק געפארן איז ער געגאנגען מיט א קאלפיק, און ער זאגט אז ס׳איז נישטא קיין איין בילד פון בעלזער רב, אינעם שטאט בעלז,
וועגן דעם זעהט מען אים נאר מיטן קאלפיק.

דא האט איר מיטן קאלפיק
47189E3F-9EC7-4DE7-A4B5-A5694A5C4FC2.jpeg


ער זאגט אז אינעם בילגריא׳ער כתבים שטייט אז דער רב איז געגאנגען א ספאדיק, האט דער בעלזער רב זז״ג געבעטן מ׳זאל אים מאכן א ספאדיק, האבן די עמי הארצים, אים געמאכט א פוילישע שטריימל.

וואלט ער געדארפט בעטן יבלחט''א הרה''ח ר' משה טובי' גרינצווייג ז''ל משב''ק [דער שטריימל מאכער] ער וואלט אזא טעות נישט געמאכט...

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 554
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 1:53 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:ואני שמעתי (כמובן נאר א שמועה, אבער פון אפאר בעלזא אידן), אז אין בעלזא אינדערהיים איז מען געגאנגען א שווארצן קאלפיק, און אין די פרעמד א ברוינעם, ווען דער רב זז"ג האט דאס לעצטנ'ס (שוין א שיינע פאר יאר) געטראפן אין זיין טאטענ'ס כתבים, האט ער אנגעהויבן גיין אזוי אינדערהיים (כלומר ירושלים), אין דער פרעמד, לכאו' דארף נאך אלץ גיין א ברוינע (דארף מען אפיר זיכן בילדער פון טעלזסטון, אויב ס'קומט אויס דארט א יומא דפגרא, צו אולי ל"ג בעומר אין אנטווערפן/מאנטריאל?).

אבער לעצטע צווי יאר ל"ג בעומר איו לאנדאן און אין מאנטריאל איז ער נישט געגאנגען מיט א קאלפיק וצ"ע

שירה וזמרה
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2012 10:00 pm

תגובהדורך שירה וזמרה » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:08 pm

איך האב געהערט אמאל אז באבוער רב זצ"ל (מהר"ש) האט געזאגט אז ביי די ניינציג יאר וועט ער זיך אנטוהן א קאלפיק אינדערוואכן אזוי ווי דער פאטער.

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:23 pm

שירה וזמרה האט געשריבן:איך האב געהערט אמאל אז באבוער רב זצ"ל (מהר"ש) האט געזאגט אז ביי די ניינציג יאר וועט ער זיך אנטוהן א קאלפיק אינדערוואכן אזוי ווי דער פאטער.

איך גלייב אז האדמו"ר מבאבוב וועט נאך אנקומען צו דעם מנהג איין טאג...

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:43 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
שירה וזמרה האט געשריבן:איך האב געהערט אמאל אז באבוער רב זצ"ל (מהר"ש) האט געזאגט אז ביי די ניינציג יאר וועט ער זיך אנטוהן א קאלפיק אינדערוואכן אזוי ווי דער פאטער.

איך גלייב אז האדמו"ר מבאבוב וועט נאך אנקומען צו דעם מנהג איין טאג...

צו דיין 1800'נעדרסטע תגובה קען איך נאר וואונטשן. כה לח"י. עוד ינובון בשיבה, ער זאל אונז פירן קעגן משיח'ן.

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:43 pm

האלטס ענק פעסט מיט די מסורה און ח"ו נישט ריפן די פוילישע שטריימל א ספאדיק.

חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

תגובהדורך חיי אריכי » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:54 pm

דריידל האט געשריבן:האלטס ענק פעסט מיט די מסורה און ח"ו נישט ריפן די פוילישע שטריימל א ספאדיק.


מ׳דארף זיך נישט האלטן פעסט מיט קענען אביסל היסאריע, און אביסל מציאות,
אבער דו האלט דיך פעסט אז א ספאדיק איז א פוילישער שטריימל...

(נעם עס נישט צום הארצן)

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1946
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:57 pm

פון דעם אשכול קען מען אויך ארויסנעמען פרטים איבער די מנהג פון שטריימל\ספאדיק\קאלפיק\שטריימקיל
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7&start=25

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4237
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:58 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
שירה וזמרה האט געשריבן:איך האב געהערט אמאל אז באבוער רב זצ"ל (מהר"ש) האט געזאגט אז ביי די ניינציג יאר וועט ער זיך אנטוהן א קאלפיק אינדערוואכן אזוי ווי דער פאטער.

איך גלייב אז האדמו"ר מבאבוב וועט נאך אנקומען צו דעם מנהג איין טאג...

קודם דארף ער אנקומען צו די ניינציג...(אויב די שמועה איז אמת איך האב קיינמאל נישט געהערט דערפון)
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4237
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 2:59 pm

שירה וזמרה האט געשריבן:איך האב געהערט אמאל אז באבוער רב זצ"ל (מהר"ש) האט געזאגט אז ביי די ניינציג יאר וועט ער זיך אנטוהן א קאלפיק אינדערוואכן אזוי ווי דער פאטער.

און וואס איז למעשה געשעהן?
דביה תחדי נפשא


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט