שחרורו של רובאשקין - וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די נייעס?

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2577
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג נובעמבער 25, 2018 7:24 pm

איך בין געווען אויפן פליגער דעמאלטס, על אם הדרך. מ'האט געהערט די נייעס בשעת מעשה פון די אידן מיט וויי-פיי. ביי מעריב וואס איז פארגעקומען נישט לאנג נאכדעם האט יעדער געהאט טרערן אין די אויגן, מ'האט גע'בוכה'ט פאר התרגשות...
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

לעולם
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 7:42 pm

תגובהדורך לעולם » זונטאג נובעמבער 25, 2018 7:34 pm

אין בית המדרש, הויעך שמו"ע פון מנחה.
מיין שכן האט מיר מרמז געווען מיט די הענט אז רובאשקין איז פריי, און ער ווייזט מיר זיין 'פאון' אלץ א באווייז. איך דענק ווי כ'בין געווארן משוגע איבערגענומען, אזדש די מעריב איז געווען מיט נאסע אויגן.
כ'האב עס גענומען פערסאנעל. ווייל פונקט יענע אינדערפרי ביי שחרית, האב איך מזכיר געווען שלום מרדכי בן רבקה ביי שמו"ע - א זאך וואס כ'האב מסתמא שוין נישט געטוהן פאר עטליכע יאר. כ'דענק ווי בשעת מעשה האב איך געטראכט 'אה, הייסט דיין תפילה גייט עס מאכן...?"... על כן, ווען כ'האב געהערט די בשורה, האט איך געשפירט ווי ה' זאגט מיך: יא, דיין תפילה האט אויסגעפעלט פאר די לעצטע שטופ...
נאכדעם זעמיר געטאצען אויפן 14'טע עד צאת הנשמה.

פונקט א וואך שפעטער, האט המגיד ר' מנשה ישראל נאכגעזאגט ביים שיעור, כ'דענק נישט די מקור, אז אמאל מאכט ה' אז א מענטש זאל בעטען אויף א ישועה דוקא ממש פאר די ישועה קומט, כדי ער זאל זעהן ווי תפילה העלפט!!
לעולם יהא אדם: ירא שמים / זהיר בכבוד אשתו / רך כקנה.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1770
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג נובעמבער 25, 2018 7:34 pm

יעך געדענק עס גענוי, געשטאנען אין קאווע שטיבל און געהערט ווי איינער פארציילט די נייעס פאר זיין חבר, עס איז געווען זייער א אינטערעסאנטע הרגש ביי מיר.

הודו לשם כי טוב כי לעולם חסדו
וואס האב איך נאר געוואלט זאגן?

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2888
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » זונטאג נובעמבער 25, 2018 7:52 pm

ראספשע האט געשריבן:אויב סי'ז דיר שטארק נוגע
כ'בין געשטאנען ביי פארק קארנער ספענסער אין ניי וומבס"ג..

יעצט בינעך שויניש דארט, סאו זוך מיך נישט

:lol: אנטשולדיגט פאר די אויסבראך, אבער כ'האב דער געמוזט מעלדן אז איך האב ספאנטאן אויסגעשאסן אין א געלעכטער.

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג נובעמבער 25, 2018 7:53 pm

אין פארקינג לאט פון איזי רענטל אויף פארק.

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג נובעמבער 25, 2018 7:57 pm

משה צימערינג האט געשריבן:אין א שטעטל וואו ס׳געפינען שיך נישט מער ווי 3 אידן א טאג
אין די ווערהאוז ציווישן די ערשטע און די צווייטע רעק.
נעבן א ליטוואק וואס האט זיך געוואונדערט אז איך פריי מיך מיט יענעמס שמחה.
איך זאג אים אזוי אז ס׳קומט ששון די נעקסטע פאר טעג. זאגט ער מיך אז יעדע מענטש האט אייגענע דאגות......
יא יא ליטוואק....

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג נובעמבער 25, 2018 7:59 pm

לעולם האט געשריבן:אין בית המדרש, הויעך שמו"ע פון מנחה.
מיין שכן האט מיר מרמז געווען מיט די הענט אז רובאשקין איז פריי, און ער ווייזט מיר זיין 'פאון' אלץ א באווייז. איך דענק ווי כ'בין געווארן משוגע איבערגענומען, אזדש די מעריב איז געווען מיט נאסע אויגן.
כ'האב עס גענומען פערסאנעל. ווייל פונקט יענע אינדערפרי ביי שחרית, האב איך מזכיר געווען שלום מרדכי בן רבקה ביי שמו"ע - א זאך וואס כ'האב מסתמא שוין נישט געטוהן פאר עטליכע יאר. כ'דענק ווי בשעת מעשה האב איך געטראכט 'אה, הייסט דיין תפילה גייט עס מאכן...?"... על כן, ווען כ'האב געהערט די בשורה, האט איך געשפירט ווי ה' זאגט מיך: יא, דיין תפילה האט אויסגעפעלט פאר די לעצטע שטופ...
נאכדעם זעמיר געטאצען אויפן 14'טע עד צאת הנשמה.

פונקט א וואך שפעטער, האט המגיד ר' מנשה ישראל נאכגעזאגט ביים שיעור, כ'דענק נישט די מקור, אז אמאל מאכט ה' אז א מענטש זאל בעטען אויף א ישועה דוקא ממש פאר די ישועה קומט, כדי ער זאל זעהן ווי תפילה העלפט!!

רוצה לדעת
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 13, 2015 3:02 pm
לאקאציע: וויל וויסן ווי איך בין

תגובהדורך רוצה לדעת » זונטאג נובעמבער 25, 2018 8:01 pm

איך בין געווען ביים רבינ'ס טיש, ווען אינדערמיט האט איינער מיר מגלה געווען די גרויסע נייעס, און מיר האבן אלע טעטאנצן און זיך געפרייט, חסדי ה' כי לא תמנו.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4979
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג נובעמבער 25, 2018 8:48 pm

פן @געגראפיק, וואס האט עס געזען אויף איי וועלט
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4979
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג נובעמבער 25, 2018 8:51 pm

פאראויס האט געשריבן:ביים רימניצער רבין'ס ציון. די נייעס פון מויל צו אויערן בשעת'ן תהלים זאגן האט ספאנטאניש געטוישט די געוויינען צו א פרייליכע חסדי ה' געזאנג. איי. געווען געפילן.

א חידוש האסט טאקע נישט געהערט ביז חצות נאך חנוכה?


אפשר האסטו געהאט א חולה פינקט וואס מען מעג זאגן תהילים ביינאכט, און שנעל געלאפן אויספאסטען צום ציון?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » זונטאג נובעמבער 25, 2018 8:55 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:ביים רימניצער רבין'ס ציון. די נייעס פון מויל צו אויערן בשעת'ן תהלים זאגן האט ספאנטאניש געטוישט די געוויינען צו א פרייליכע חסדי ה' געזאנג. איי. געווען געפילן.

א חידוש האסט טאקע נישט געהערט ביז חצות נאך חנוכה?


אפשר האסטו געהאט א חולה פינקט וואס מען מעג זאגן תהילים ביינאכט, און שנעל געלאפן אויספאסטען צום ציון?


ס'איז דא דארט א ריזן עולם זאת חנוכה.

ווילסט יעצט רעדן הלכה? לאמיר אריינגיין אין ביהמ''ד

חיים הערש
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 09, 2017 11:53 am

תגובהדורך חיים הערש » זונטאג נובעמבער 25, 2018 10:16 pm

געווען אויף 14 עוו פונקט דעמאלס אדורכגעוואקט די פלייש געשעפט פון ר׳ שלום מרדכי׳ס פאטער און איך האב געזען קינדער אריינלויפען אין זיין געשעפט אויסגעזען צו מיר אביסל מאדנע ווי עפעס טוט זיך דארט, האב איך געריפן קול מבשר און געהערט די נייעס, און פשוט געמיינט אז איך חלום

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 729
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » זונטאג נובעמבער 25, 2018 10:31 pm

געווען אין אפיס. געהאט טרערן אין די אויגן פאר שמחה

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג נובעמבער 25, 2018 11:32 pm

געווען אין אפיס אין נישט געגלייבט וואס די אויערן הערן

אוועטאר
ישראלי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

תגובהדורך ישראלי » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 12:33 am

געווען אין חיידר ווי איך בין א מלמד, סי געווען צופרי (א"י זייגער) אין מיין שוועסטער וואס איר מאן איז געווען ביי אים יארן א שוחט קלינגט מיך אפ און זאגט מיר "ישראלי! (נישט מיין נאמען...) זיץ! זיץ! זאלסט נישט חלש'ן!! (עכט, וויל מיין טאטע איז געווען דארט א שוחט פון ווען מהאט געעפנט די בית השחיטה) שלום מרדכי איז אינדרויסן ברוך השם !!!!!"...........
ארץ הצבי מה צבי זה אין עורו מחזיק את בשרו אף ארץ ישראל בזמן שיושבין עליה רווחא ובזמן שאין יושבין עליה גמדא..
מיט א תפילה צום באשעפער - אנא, השב שכינתך לציון עירך...

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2279
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 1:48 am

נאך קר"ש מיט די פידזשאמעס, מיט איין פיס אריין אין בעט

פראצעדור
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 8:08 am

אין כולל
ווי די גאנצע ביהמ"ד פון 150 יונגעלייט זענן געווארען שטיל און פארגאפט

פראהביטש
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 8:10 am

געווען אין ארבעט.. אין דאס ערשטע געפויסט אויפן וועלטל
viewtopic.php?f=6&t=35782

פראצעדור
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

תגובהדורך פראצעדור » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 8:16 am

פראהביטש האט געשריבן:געווען אין ארבעט.. אין דאס ערשטע געפויסט אויפן וועלטל
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=35782


הערשט 5:22
איז אייועלט געוואר געווארן דערפון

פראהביטש
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 8:27 am

פראצעדור האט געשריבן:
פראהביטש האט געשריבן:געווען אין ארבעט.. אין דאס ערשטע געפויסט אויפן וועלטל
viewtopic.php?f=6&t=35782


הערשט 5:22
איז אייועלט געוואר געווארן דערפון

ניין. די מנהלים האבן שפעטער געמאכט דערפון א אייגענעם אשכול

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 10:04 am

מיר זענען געזיצן ביי א סעודה לכבוד נעילת זאת חנוכה עטליכע אינגעלייט אינאיינעם, צווישן זיי עסקנים וואס פלעגן אסאך גיין באזוכן ר' שלום מרדכי אין תפיסה, אינמיטן באקומט איינער א קאל און געבט א שריי "שלום מרדכי איז באפרייט", די שמחה וואס דארט איז פארגעקומען איז אין לשער, מ'האט געטאנצט בתופים ובמחולות מיט א התרגשות!‎
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25526
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 12:16 pm

די ערשטע מעסעדזשעס קומען אריין
צוגעלייגטע
Screenshot_20181126-121311~2.png
Screenshot_20181126-121311~2.png (355.74 KiB) געזעהן 577 מאל

פריעדמאן פון ב.פ.
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 28, 2018 7:47 pm

תגובהדורך פריעדמאן פון ב.פ. » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 12:54 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:ביים רימניצער רבין'ס ציון. די נייעס פון מויל צו אויערן בשעת'ן תהלים זאגן האט ספאנטאניש געטוישט די געוויינען צו א פרייליכע חסדי ה' געזאנג. איי. געווען געפילן.

א חידוש האסט טאקע נישט געהערט ביז חצות נאך חנוכה?


אפשר האסטו געהאט א חולה פינקט וואס מען מעג זאגן תהילים ביינאכט, און שנעל געלאפן אויספאסטען צום ציון?

ס'איז דאך נישט קיין איסור מדינא צו זאגן תהילים ביינאכט?!
אגב, שוין געשטאנען דא אויבן פון אידן וואס האבן עס געהערט אינמיטן מנחה, מן הסתם אויך נאך חצות...

פריעדמאן פון ב.פ.
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 28, 2018 7:47 pm

תגובהדורך פריעדמאן פון ב.פ. » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 12:59 pm

פראהביטש האט געשריבן:
פראצעדור האט געשריבן:
פראהביטש האט געשריבן:געווען אין ארבעט.. אין דאס ערשטע געפויסט אויפן וועלטל
viewtopic.php?f=6&t=35782


הערשט 5:22
איז אייועלט געוואר געווארן דערפון

ניין. די מנהלים האבן שפעטער געמאכט דערפון א אייגענעם אשכול

5:22 איז לכאורה נישט אזוי שפעט. לויט די בילדער אויף מיללערס סקרין האט KOL HAOLAM דאס מפרסם געווען הערשט 5:36.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4979
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 1:22 pm

פריעדמאן פון ב.פ. האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:ביים רימניצער רבין'ס ציון. די נייעס פון מויל צו אויערן בשעת'ן תהלים זאגן האט ספאנטאניש געטוישט די געוויינען צו א פרייליכע חסדי ה' געזאנג. איי. געווען געפילן.

א חידוש האסט טאקע נישט געהערט ביז חצות נאך חנוכה?


אפשר האסטו געהאט א חולה פינקט וואס מען מעג זאגן תהילים ביינאכט, און שנעל געלאפן אויספאסטען צום ציון?

ס'איז דאך נישט קיין איסור מדינא צו זאגן תהילים ביינאכט?!
אגב, שוין געשטאנען דא אויבן פון אידן וואס האבן עס געהערט אינמיטן מנחה, מן הסתם אויך נאך חצות...

ניין ווייל די אידען וואס האבן ע געהערט אימיטן מנחה האבן עס געהערט זאת חנוכה, צום ציון גייט מען נישט חנוכה, מיז ער עס האבן געהערט נאך חצות הלילה,

צו עס איז אסור מדינה צו זאגן תהילים בלילה? אפשר שטייט עס נישט אין שלחן ערוך.
אבער פון אר"י הק' שטייט אז עס איז מעורר דינים, ממילה איז די תירץ יא עס איז אסור על פי הלכה ווייל אזוי איז די אבותינו,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט