שחרורו של רובאשקין - וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די נייעס?

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 1:39 pm

פריעדמאן פון ב.פ. האט געשריבן: 5:22 איז לכאורה נישט אזוי שפעט. לויט די בילדער אויף מיללערס סקרין האט KOL HAOLAM דאס מפרסם געווען הערשט 5:36.

יא אבער זעה די ערשטע מעסעדזש פון מיללער, פון 5:20 א לינק וועגן טראמפ רובאשקין

פריעדמאן פון ב.פ.
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 28, 2018 7:47 pm

תגובהדורך פריעדמאן פון ב.פ. » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 6:56 pm

יש מזל האט געשריבן:
פריעדמאן פון ב.פ. האט געשריבן: 5:22 איז לכאורה נישט אזוי שפעט. לויט די בילדער אויף מיללערס סקרין האט KOL HAOLAM דאס מפרסם געווען הערשט 5:36.

יא אבער זעה די ערשטע מעסעדזש פון מיללער, פון 5:20 א לינק וועגן טראמפ רובאשקין

געזען, נו 5:22 איז 2 מינוט שפעטער ווי יענע לינק, און 14 מינוט שנעלער ווי KOL HAOLAM !!!

דאס הייסט זיכער נישט שפעט!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 7:12 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:ביים רימניצער רבין'ס ציון. די נייעס פון מויל צו אויערן בשעת'ן תהלים זאגן האט ספאנטאניש געטוישט די געוויינען צו א פרייליכע חסדי ה' געזאנג. איי. געווען געפילן.

א חידוש האסט טאקע נישט געהערט ביז חצות נאך חנוכה?


אפשר האסטו געהאט א חולה פינקט וואס מען מעג זאגן תהילים ביינאכט, און שנעל געלאפן אויספאסטען צום ציון?

עס איז נאך געווען פארן זמן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

כשרע טעלעפאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 7:28 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
פריעדמאן פון ב.פ. האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
פאראויס האט געשריבן:ביים רימניצער רבין'ס ציון. די נייעס פון מויל צו אויערן בשעת'ן תהלים זאגן האט ספאנטאניש געטוישט די געוויינען צו א פרייליכע חסדי ה' געזאנג. איי. געווען געפילן.

א חידוש האסט טאקע נישט געהערט ביז חצות נאך חנוכה?


אפשר האסטו געהאט א חולה פינקט וואס מען מעג זאגן תהילים ביינאכט, און שנעל געלאפן אויספאסטען צום ציון?

ס'איז דאך נישט קיין איסור מדינא צו זאגן תהילים ביינאכט?!
אגב, שוין געשטאנען דא אויבן פון אידן וואס האבן עס געהערט אינמיטן מנחה, מן הסתם אויך נאך חצות...

ניין ווייל די אידען וואס האבן ע געהערט אימיטן מנחה האבן עס געהערט זאת חנוכה, צום ציון גייט מען נישט חנוכה, מיז ער עס האבן געהערט נאך חצות הלילה,

צו עס איז אסור מדינה צו זאגן תהילים בלילה? אפשר שטייט עס נישט אין שלחן ערוך.
אבער פון אר"י הק' שטייט אז עס איז מעורר דינים, ממילה איז די תירץ יא עס איז אסור על פי הלכה ווייל אזוי איז די אבותינו,

בוטשוטשער רב פסקנ'ט להיתר
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג נובעמבער 26, 2018 8:35 pm

...ואין כאן המקום להאריך
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 3:39 pm

צאללאזע בילדער און ווידעאו זענען געכאפט געווארן אין יענע 'ליכטיגע נאכט', ווען ר' שלום מרדכי איז אראפגעפארן דעם בארג ארויס פון די טונקעלע אויטאסוויל טורמע, צו די ליכטיגע וועלט. דארט אויפן פלאץ זענען שוין געווען פארזאמעלט א גרופע אידן, וואס האבן כסדר געשיקט לעבעדיגע באריכטן צו די גרויסע וועלט, וואס אלע האבן געווארט מיט שפאנונג צו הערן א גרוס פון 'דארט'.
פון די אלע ווידיאו און בילדער, וואלט איך אויסגעקליבן דעם באקאנטן קליפ ביי רובאשקין אין שטוב, ווי די משפחה מיטגלידער טאנצן ארום דעם טיש, אלץ 'דער קליפ'.
די נאטורליכע שמחה פון 'א משפחה וואס באקומט צוריק דעם טאטן', האט אין זיך אויך א משמעות אז די כלל ישראל משפחה באקומט צוריק א מיטגליד.
דער קליפ געפונט זיך דא, צוזאמען מיט אלע אנדערע קליפים, אין די געהעריגע רובאשקין באפרייאונג אשכול.
אייוועלט ברודער, קומט ווייטער אריין דא מיט 'דיין געשיכטע', וואו ביסטו געשטאנען ביים הערן דעם הארץ-דערפרייענדן בשורה!

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5191
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 3:54 pm

מיללער האט געשריבן:די ערשטע מעסעדזשעס קומען אריין

סקרענטאנע רב אויף וואצאפ? :roll:
דביה תחדי נפשא

יונה
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 4:01 pm

אין קרית יטב לב - בלומינגבערג ניו יארק, פארטיפט אין די ארבעט ווען אינמיטן קומט אריין א מעלדונג אז א גרופע אינגעלייט פארן אריבער צום אוטעסוויל טורמע מקבל פנים זיין רובאשקינ'ן...

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5191
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 4:06 pm

צ"ק: אינעם ווארטזאל פונעם שפיטאל הארט פארן געבורט פון מיין זון נ"י למז"ט
דביה תחדי נפשא

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 9:26 am

אין סמעדרעש צווישן שטילע און הויכע שמנעסרע

איינער איז צוגעקומען צו מיר רעדן. נאך פאר כ'האב געהאט א געלעגנהייט אים צו בעטן עס צו לאזן אויף נאכן דאווענען האט ער מיר געגעבן אזא זאג, טראמפ האט באפרייט רובאשקין

אוי די טשילס... כאניש געוויסט וואס צו טוהן מיט זיך

קודם האבעכעס נישט געגלייבט. כ'האב אויסגעווארט ביז נאך מנחה און ארויס שנעל קוקן אויף אייוועלט צו ס'איז אמת

נאכדעם האבעך גערופן יעדן וואס כ'האב געטראכט אז זיי וועלן נישט זיין ברוגז אז איך רוף זיי פאר אזא נייעס אינקלודינג משפחה און באקאנטע (כמעט יעדער האט שוין געוואוסט). כ'בין געווען שיכור

איי די מעריב נאכדעם...
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1803
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג דעצמבער 04, 2018 9:38 am

געזעסן אין א סטענדסטיל טרעפיק אין מאנהעטען, געגעבן א ריפרעש די אקטיווע אשכולות לינק און די נייעס איז ארויפגעשווימען,
מ'זעמער געווען פון די עשרה ראשונים וואס האבן רעאגירט דערויף דאהי אויפן וועלטל
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
א ישיבה בחור
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2017 9:25 am

תגובהדורך א ישיבה בחור » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 12:44 pm

איך בין געזיצן אויף א טישל אין ביהמ"ד אין כל העולם האט מיר געבראכן די נייעס
ובחרת החיים! לעב ווי א בחור!!!!

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 1:17 pm

חמרא טבא האט געשריבן:צ"ק: אינעם ווארטזאל פונעם שפיטאל הארט פארן געבורט פון מיין זון נ"י למז"ט

האסט א נאמען געגעבן שלום מרדכי?...

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 1:27 pm

דער רעיון פון דעם אשכול איז שוין געווארן נאכקאפירט אויף קול מבשר 1-1-4 דורך ר' יצחק שלמה.
קאמענטאטירער נישט געזארגט, איר קענט שרייבן דא מיט אייער ניק, און אויף קול מבשר קענט איר רעדן מיט אייער עכטן אידענטיטעט.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 1:35 pm

פינקט געליינט נעכטן א ארטיקל פון א יאר ציריק ווי שמעון ראלניציקי שרייבט דארט אז ער איז זיכער אז עס וועט בלייבן ביי יעדעם איינגעקריצט ווי מען איז געשטאנען ביים הערן די נייעס‎
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11123
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 1:39 pm

דער געוועלבער ביים געוועלב

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 1:46 pm

לייבוש ליש האט געשריבן אין 'די וואך' א גאנצע ארטיקל איבער וואו ער איז געשטאנען ביים הערן די נייעס. ער האט זיך באצויגן צו דעם אשכול אבער אן דערמאנען אייוועלט.

אור
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 1:54 pm

אהער און אהין האט געשריבן:דער רעיון פון דעם אשכול איז שוין געווארן נאכקאפירט אויף קול מבשר 1-1-4 דורך ר' יצחק שלמה.
דרעזנער פרעגט שלום מרדכי ווי ער איז געשטאנען ווען ער האט געהערט די נייעס... שלוםרדכי לאכט.....

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 2:05 pm

אור האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:דער רעיון פון דעם אשכול איז שוין געווארן נאכקאפירט אויף קול מבשר 1-1-4 דורך ר' יצחק שלמה.
דרעזנער פרעגט שלום מרדכי ווי ער איז געשטאנען ווען ער האט געהערט די נייעס... שלוםרדכי לאכט.....


און זיין צעל געהאלטן פאר ברכת המזון ...
שוין א יאר וואס די מעשה גייט מיר נישט אריין און קאפ,‎ מען קימט אים זאגן נאך 9 יאר! גיי ארויס און ער האט נישט קיין אנדערע דאגה ווי ער דארף נאך קודם בענטשן‎.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5191
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 5:28 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:צ"ק: אינעם ווארטזאל פונעם שפיטאל הארט פארן געבורט פון מיין זון נ"י למז"ט

האסט א נאמען געגעבן שלום מרדכי?...

ניין ער'ט נאך געלעבט יעמאלט
דביה תחדי נפשא

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג ינואר 22, 2019 7:37 pm

אן אינטערסאנטן פאראדאקס האב מיר אויפגעקלערט.

פונקט ווי רובאשקין, גלייב איך געדענקט יעדער ווען ער האט געהערט און וואו ער איז געשטאנען ווען ער האט געהערט אז 'טראמפ איז דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן'. (פערזענליך בין איך געליגן אין בעט יענעם אינדערפרי, און גלייך ווען די הענט זענען נאך געווען נאס פונעם מודה אני האבמיר גערופן קאלמע, און די באסאווע שטימע פון ר' זלמנ'ן האט געדינערט ''פרעזידענט עלעקט דאנאלד טראמפ''.... ס'האט מיר געכאפט א ציטער אין אלע ביינער, און גלייך נאכדעם איז געקומען א שטארקן שמייכל...).
די ביידע ווערן צוזאם געפלאכטן אויף איין פאראדאקס. מי יודע אם לעת כזאת הגעת למלכות, טראמפ איז אריין אז רובאשקין זאל ארויסגיין, און אויסרופן קבל עם ומלואה, פון ירושלים ביז לאנדאן ביז מאנטשעסטער, אז ''ס'דא א באשעפער אויף דער וועלט''!!!
א חשובער ניק האט דאס שוין אויפגעמערקט בשעת שחרורו של רובאשקין, אז ''מי יודע אם לעת כזאת''. וועלמיר אפירזוכן וואס יענער האט געשריבן און עס דא מפרסם זיין. (מילער איז דער חשובער ניק).

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג ינואר 22, 2019 7:40 pm

פאלגענד זענען מילער'ס ווערטער, "ליל רובאשקין":
מיללער האט געשריבן:מזל טוב כלל ישראל, די הארץ רוישט, די געפילן קאכט, דער מח שטורעמט און די פינגער לאזט זיך שווער דרוקען.

מי מילל ומי פילל, ישועת ה' כהרף עין, אין כאלוקינו! א פארריקטער בר נש, אקעגן אלע ערווארטונגען, ווערט אויפאיינמאל דער פירער פון א מאכטפולער מדינה, ער באגייט גענוג נער'ישקייטן און אומפאפולערע שטיק, אזוי אז דאס זאל שוין פאררעכנט ווערן פון זיינע קלענסטע וואנזיניגקייטן, און נאר אזוי פירט הקב"ה זיין וועלטל פון אויבן מיט א ציל אז דער אומשולדיגער צדיק און ערליכער איד וועם גאנץ כלל ישראל האט קענען געלערנט, און גאנץ כלל ישראל האט באגלייט אין תפיסה, זאל ווערן באפרייט בעצם יום זאת חנוכה!

שעשה נסים לאבותינו בימים ההם - ובזמן הזה!


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט