ונ"ח לא מצא חן - פרעות רינדפלייש ה' אלפים שנת נ"ח - עלילת חילול לחם נוצרי

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

ונ"ח לא מצא חן - פרעות רינדפלייש ה' אלפים שנת נ"ח - עלילת חילול לחם נוצרי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

"ונ"ח לא מצא חן" - דאס זענען די ווערטער פון די חרוזים פון איינע פון די פינף קינות וואס איז פארפאסט געווארן אויף די ביטערע פאגראמען ביים אנהייב פונעם אלף השישי וואס ווערט אנגערופן 'דער רינדפלייש פאגראם'.

רינדפלייש פאגראם איז געווען א סעריע פאגראמען אויף די אידן אין די שטעט פון 'פראנקוניע' (פראנקן) 'בייערן' (באוואריע) אין 'אוסטריע' (עסטרייך). עס איז געווען די ערשטע שחיטה אויף א גרויסע פארנעם זינט די ערשטע קרייצצוג צוויי הונדערט פופציג יאהר בעפאר.

אין אנהייב ה' אלפים, האבן די בלבולים אויף אידן אין אייראפע דערגרייכט א קלימאקס. אין שנת מ"ז (1287) איז פארגעקומען די בלוטיגע רדיפות אויף די שטעט אין דייטשלאנד ארום דעם רייהן; אין נ"ח (1298) אין פראנקוניע, אין נ' (1290) די גרויסע גירוש און ענגלאנד, אין נ"א-ב (1291) די מאסן טויפעריי אין דרום איטאליע, אין שנת צ"ו (1336 - 1337), די ברוטאלע השמדות פון דעם מערדער וואס האט זיך גערופן 'ארמלעדער' - מיט זיינע נאכפאלגער די 'יודענשלאגער' , אין שנת ק"ח (1348-1350) די שווערע נאכפאלגן פון די 'שווארצע מגיפה' און פיל מער, וואס יעדע איינע איז א באזונדערע קלאג, א באזונדערע קאפיטל און צומאל מיט אירע ספעציעל פארפאסטע קינות וואס איז געזאגט געווארן אין איהר צייט.

די טויטליכ'סטע איז די אויפקומענדיגע באשולדיגן - ערשט אין פאריז אין יאהר נ' (1290) אויף די "שענדונג פון די הייליגע קיכן" (דעסעקרעשן אויף דע האוסט). די באשולדיגונג פון 'דיאיסייד', דאס מיינט הרג'ענען דעם קריסטליכן ג-ט, וואס דאס איז געווען א גאר גרויסע געפאר פאר אלע אידן אין אשכנז, צוליב א דעמאלטיגע נייע קריסטליכע אנשיקעניש.

שענדונג פון די 'האוסט' (חלול קרבן נוצרי) איז איינע פון די מיסטעריעס פונעם קריסטליכן גלויבן. ווי די גלויבינג גיט איבער - ביי די לעצטע מאלצייט א נאכט פאר פסח וואס דער אוה"א האט געהאט מיט זיינע נאכפאלגער - 'די אפאסטאל', האט ער גענומען זיין בעכער מיט וויין עס געהייליגט און געזאגט צו די ארומיגע: - נעמט און טרינקט, דאס איז מיין בלוט. דערנאך האט ער אפגעבראכן שטיקלעך ברויט און געגעבן פאר די ארומיגע און געזאגט: - נעמט עסט, דאס איז מיין לייב. די דאזיגע מאלצייט איז שפעטער געווארן איינע פון די וויכטיגסטע צערעמאניעס פונעם קריסטנטום. די מאלצייט ווערט גערופן די הייליגע 'האוסט', עס איז ווי א קרבן.

אין י"ז כסלו ד'תתקע"ה (1215) ביי א צוזאמקום פון אלע קירכע פירער האט די "פערטע לעטערען קאנסול" אין די 'לעטערען פאלאץ' אין רוים - אנגעפירט דורך פויבסט 'אינאסענט דער דריטער' באשטימט אז "דער קריסטליכער ג-ט לעבט אין די הייליגע קיכן" און האט באשולדיגט די אידן אין גנב'נען די "הייליגע קיכן" און שטעכן דאס מיט מעסערס און נאדלען אדער שפיזן, ווען עס גייט ריכטיג 'בלוט' און עס ווערט דערפון א וויינענ'דיג קינד". ווי נער'יש און אומגלויבליך עס הערט זיך, איז דאס געווען אנגענומען דאן מיט א פשטות, צוליב די טיפע בלינדע שנאה אויף אידישע קינדער וואס האט געהערשט אין אט די צייטן.

ווי ערווארטעט, איז נאכן כאפן און באשטראפן די באשולדיגטע, זיך געהויבן די שעצונג און פארמערט גלויביגע אין די קירכע'ס. געלט איז געפלאסן, און צויבערישע קירכעס זענען געבויט געווארן. ווען אין די זעלבע צייט איז ביי אידן געפלאסן דאס בלוט.

דאס איז פארגעקומען אין די תקופה פון די "הייליגע רוימישע אימפעריע", וואס איז געווען א קעניגרייך פון קייזערן, אנגעהויבן פון ארום דריי הונדערט יאהר נאך וואס די רוימישע אימפעריע איז צוזאמגעפאלן. די קעניגרייך האט נישט געהאט קיין ספעציפישע טעריטאריע און אויך נישט קיין אפיציעלע הויפטשטאט. עס איז געווען מער אויף די היינטיגע דייטשע טעריטאריע. עס האט זיך פון צייט צו צייט אויסגעשפרייט און איינגענומען שטעט פון פראנקרייך און אין אנדערע לענדער. טעריטאריע ווי קייזער'ן, זענען געקומען און געגאנגען.

די קייזערן זענען געווארן אריינגעוועלט דורך זיבן דייטשע-פרינצן און געקענט ווערן אויס קייזער סיי ווען. אויך האט דער קייזער געמוזט ענדגילטיג ווערן געקרוינט דורך דעם פויבסט. כמעט אלע קייזער'ן וואס האבן געזוכט צו געווינען דעם קעניגליכן טראון, האבן צווישן זייער פארשפרעכונגן פארשפראכן צו באנייען א קרייצצוג קיין ירושלים עיה"ק.

קייזער 'רודאלף דער ערשטער' איז געקומען אויפ'ן קעניגליכן טראון אין יאהר ה'ל"ג (1273), ער איז געווען גאר מאכטפול און געוואלט מאכן דעם קעניגטום פאר א מאנארכיע. צוליב דעם האט ער געשטעלט מיט זיין איינפלוס זיינע קינדער אלס קייזער'ן אין אנדערע געגנטער.

זיין באהאנדלונג צו אידן איז געווען אומבאשטאנדיגט. אסאך אידן - זיך אנליידענדיג פון אזויפיל רדיפות האבן געזוכט צו אוועק ציען אין אנדערע לענדער. רודאלף האט נישט געוואלט פארלירן די אידן פון וועם ער האט גענאסן אזויפיל שטייערן. האט ער אין יאהר מ"ו (1286) דערקלערט אז "אידן זענען די אייגנטום פונעם קעניגרייך" - דינער פאר'ן שאצקאמער. ער האט דערפאר פארבאטן אידן פון פארלאזן דאס לאנד און קאנפיסקירט די פארמעגן פון די וואס זענען אנטלאפן.

אויך האבן די קריסטן יענע צייט נישט געמעגט פארבארגן געלט אויף פראצענטן, צוליב די שטרענגע קריסטליכע געזעץ פון 'יוזשערי' (וואכער), נאר די אידן האבן געמעגט. די אידן זענען דערפאר געווען גרויסע באנקירער און די קריסטן בעלי חובות. די אידן זענען געווען דאן ווי אין אלע צייטן א וויכטיגער טייל פון די עקאנאמיע.

אין יאהר ל"ח (1278) איז געווען א בלוט-בילבול אויף אידן נאכדעם וואס א זעכצן יעריג קריסט "ווערנער פון אבערוועסל", וואס האט געארבייט אין א אידישע וויין פאבריק איז פארשוואונדן געווארן. זיין טויטע קערפער איז געפונען געווארן ביים ברעג פונעם רייהן נעבן 'באכאראך'. די אידן זענען געווארן באשולדיגט אז זיי האבן איהם גע'הרג'עט צו נוצן זיין בלוט פאר די מצות און כדי צו אוועקכאפן פון איהם א 'הייליגע קיכן' וואס ער האט געוואלט אויפעסן כדי דאס צו שענדן. די אידן האבן זיך געוואנדן צו קייזער רודאלף פאר הילף. קייזער רודאלף האט באפוילן מען זאל פארברענען די קערפער, כדי עס זאל נישט פארמערן מער גוואלדטאטן. מען האט איהם אבער נישט געפאלגט און געמאכט פון דעם קינד א סימבאל אויף ווייטערדיגע בלוט פארגיסונג. דער קייזער האט שפעטער ריינגעוואשן די אידן פון די קלאגעס, און באשטראפט די מערדער, נאכדעם וואס מען איז געוואויר געווארן אין די פאלשקייט פון די באשולדיגונג, וואס האט אינצווישן פארגאסן אסאך אידיש בלוט אין די נאכפאלגענדע פאגראמען.

בילדביזן הייטיגן טאג הענגט א געפארבטע בילד פון דעם קינד "ווערנער פון אבערוועסל" וואס ווערט נאך היינט אנגערופן 'הייליגער ווערנער', ביים אריינגאנג פון די "אידישע מוזיאום" אין דייטשלאנד.

אויך איז קייזער 'רודאלף' געווען דער וואס האט אריינגעזעצט דעם הייליגן 'מהר"ם מרוטנבורג' אין טורמע נעבן אנזיסהיים. קייזער רודאלף איז געשטארבן אין זוממער נ"א (1291)

נאכדעם וואס דער קייזער איז געשטארבן, האבן די פרינצן אריינגעוועהלט "אדולף פון נאסאו" אלץ דער נייער קייזער פון די "הייליגע רוימישע רייך", אנשטאט זיי זאלן אריינוועהלן דעם געשטארבענעם רודאלף'ס זוהן - אלבערט דער ערשטער פון האבאסבורג דער קייזער פון עסטרייך, מורא האבנדיג פאר זיין שטארקע מאכט און ווילן צואיינפירן 'מאנארכיע' (א קעניגרייך פון טאטע צו זוהן אן קיין וויילער).

'אלבערט' האט נישט אויפגעגעבן האפענונג אויף די טראון וואס קומט זיך אים. און ארום פינף יאהר שפעטער אין יאהר נ"ח (1298) האבן עטליכע פרינצן - וואס האט זיי נישט געפאלן אדולף'ס פאליטישע פירערשאפט - אראפגעזעצט אדאלף פון זיין שטוהל און טאקע אריינגעוועלט דעם "אלבערט פון האבאסבורג" רודולף'ס זוהן. 'אדולף' האט אבער נישט אויפגעגעבן און געפירט צוזאמען מיט זיינע נאכפאלגער א בלוטיגן קאמף קעגן 'אלבערט' מיט זיינע נאכפאלגער. עס איז געווארן א ווילדער ברודער-קריג צווישן די צוויי ארמייען. 'אדולף' האט אין לויף פון דעם קריג פארלוירן זיין קאפ-פאנצער. ווען די צוויי ארמייען האבן זיך אנגעטראפן אין גאר א נאנטער קאמף אין 'גוילהיים' נעבן ווארמייזא, האט 'אלבערט' אנגעגריפן 'אדולף' און אים אליין ברוטאל ערמארדערט.

אלבערט'ס פון צייט צו צייט'ליכע בארבארישקייט האט געווארפן א שרעק אויף אלע איינוואוינער. ער פלעג אפט ווערן געגליכן ביי די מאסן צו 'מלך רחבם'. אלבערט איז אבער געווען יושר'דיג צו אלע ראסן און אויך צו די אידן, ווען עס איז נישט געווען קעגן זיינע אינטערעסן.

אין אט די צייט ווען עס האט געהערשט אן איבערקערעניש און אנארכיע אין אלע שטעט צוליב די פילע אנגייענדע מלחמות איז געווען א פאסיגע צייט פאר די פויערן זיך צו צולאזן און צופירן די הענט מיט אידישע נפשות און זיך אויסגעבן זייער פיינטשאפט.

ווי געשיכטע געבט איבער איז א דייטשער אדלמאן מיטן נאמען 'רינדפלייש' געווען א קאמאנדיר און איינע פון די ארמייען פון 'אדולף' וואס האבן פארלוירן די שלאכט צו 'אלבערט'. ער האט געברענט פאר כעס פאר די מיאוס'ע מפלה. ער האט ארויפגעלייגט די שולד אויף די אידן, פאר וועם ער איז אויך געווען שולדיג אסאך געלט אין פראצענטן, און געשוואוירן נקמה.

רינדפלייש האט באלד אנגעהויבן מיט זיינע בארבארישע פלענער פון זיין היימשטאט 'ראטינגן' א שטאט אין 'פראנקוניע'. ער האט באשולדיגט די אידן אין די גאר הארבע זינד אין האבן געשענדט א "הייליגע קיכן". ער האט אויפגעהעצט די מאסן און גערופן פאר נקמה, רופענדיג צו מארדן און פארניכטן, עס זאל נישט איבערבלייבן פון אידן קיין זכר אין גאנץ דייטשלאנד רח"ל. מיט אט די סארט באשולדיגונג האט קיין סאך נישט געפעלט. די מאסן האבן זיך א לאז געטאן אויף א ווילדן מארד-צוג.

דאס האט זיך בעגינען ביי דעם זונטאג'דיגע קירכע צערעמאניע, אום ז' אייר שנת ה' אלפים נ"ח, ווען ער האט דערקלערט פאר אלעמען אז ער האט באקומען א באפעל פון הימל, צו נקמה נעמען און פארברענען די אידן רח"ל פאר זייער שענדליכע אקט. אין ראטינגן איז די גאנצע אידישע געמיינדע פארטיליגט געווארן. אין די מעמורביכער פון די ארומיגע שטעט איז פארצייכנט די נעמען פון די קרבנות. עס ווערט דערמאנט גע'הרג'טע און פארברענטע. אפט מאל ווערט אונטערגעשטרייכט גאנצע פאמיליעס וואס האבן זיך אליין אומגעברענגט ווי איידער אריינפאלן אין די הענט פון די רשעים.

פון ראטינגן איז ער געגאנגען מיט זיינע פארציקער פון שטאט צו שטאט מיט פרישע בלבולים און גע'הרג'עט יעדע איד וואס איז געקומען אין זייערע הענט. פארניכטנדיג הערליכע הייליגע קהילות ווי ראטענבורג ביים טאובר; נוישטאדט, ווירצבורג (פון וואו דער לעגענדארע מחזור ווארמייזא איז אין די צייט ארויסגעראטעוועט געווארן), באמברג, דינקלסבול, נורדלינגן, היילבראון, פארשהיים און נאך אסאך שטעט ארום אין פראקוניע בייערן און עסטרייך. די אידן פון 'רעגנסבורג' און 'אוגנסבורג', זענען מיט גרויסע ניסים געראטעוועט געווארן פון די צוויי פיסיגע רינדפלייש טיער, ווען די לאקאלע אטאריטעטן האבן אפגעשלאגן די מערדער און זיי נישט אריינגעלאזט אין שטאט.

בילדא מאפע פון די שטעט וואו רינדפלייש פאגראמען זענען פארגעקומען

די אידן אין אנדערע שטעט האבן נישט געהאט דעם זעלב'ן שיקזאל. די פויערן אין אנדערע שטעט האבן גאר געהאלפן און זיך אנגעשלאסן מיט די רינדפלייש אטאקירער. אידן זענען גע'הרג'עט געווארן מיט מיתות משונות, נעמענדיג מענער פרויען קינדער בחורים און מיידלעך אויף די עקידה בשעת די יאמערליכע קולות און פארצווייפלטע געשרייען גייען עד לב השמים. טייל אידן האבן געדארפט אנטשיידן זיך צו שמד'ן אדער שטארבן אלץ איד. פרויען מיט קינדער האבן באנייעט דעם פארצייטישן ירושה פון דורי דורות און מיט טענץ און געזאנג מארשירט און זיך געווארפן אין פייער ווי איידער זיך שמד'ן. טייל האבן אונטערגעצונדן זייער הייזער און אריינגעווארפן זייער זוהן און טעכטער און דערנאך זיך אליין ווי איידער אריינפאלן אין די הענט פון די אכזר'ישע רוצחים.

אסאך אידן זענען אנטלאפן קיין נורמברג און מיט די הילף פון ארטיגע קריסטן זיך באהאלטן אין די וועלדער. אבער רינדפלייש האט זיי אנדעקט און אויסגעשאכטן אין כ"ב אב. ארום 146 קהילות הקדושות זענען פארלוירן געגאנגען און א געשאצטע איבער 100,000 אידן קדושים וטהורים זענען אומגעברענגט געווארן אין די קורצע צייט פון זוממער שנת נ"ח.

בילדא בילד ווי רינדפלייש פארברענט אידן פון א בוך געשריבן דורך 'הארטמאנן שעדעל' פון נורמברג אין 1493, וואו ער שילדערט די רינדפלייש געשיכטע

די שחיטות האבן זיך געענדיגט, נאכדעם וואס 'רינדפלייש' איז געווארן אריינגעזעצט אין טורמע, דורך קייזער אלבערט וואס האט מורא באקומען פון די אומרוען. אלבערט האט שפעטער באפוילן די איינוואוינער פון די שטעט וואו אידן זענען גע'הרג'עט געווארן צו באצאלן שטראף-געלט פאר זיין קעניגרייך פאר די שאדן וואס דאס האט אנגעמאכט פאר די שטייער איינקונפטן און דער מערדער רינדפלייש איז געהאנגען געווארן.

אין ספר הזכרת נשמות (מומרבוך) פון הרוגי ושרופי נורנברג, פון אב נ"ח, שטייט די נעמען פון 628 קדושים וואס זענען אומגעקומען עקד"ה. צווישן די, איז א גאר טייערע באקאנטע תלמיד פון מהר"ם מרוטנבורג, די רב פון נורנברג הצדיק הגאון ר' מרדכי בן הלל הכהן באקאנט אלס 'המרדכי', מיט זיין ווייב זעלדא און פינף קינדער הי"ד. אין איינע פון די קינות אויף פרעות רינדפלייש, "אבכה לקשה יום" איז דא איין סטראפע אפגעגעבן אויף צו באוויינען און באשרייען דעם אומקום פון דעם קדוש גאון וצדיק וועמענס פירושים דערלייכטן אונז ביזן היינטיגן טאג.

די הייליגער זמר אויף חנוכה וואס הייבט זיך אן "מעוז צור" וואס איז געשאצט אז עס איז פארפאסט געווארן אין די יארן פון די פאסירונג, וואו עס ווערט דערמאנט די ווערטער "לעת תכין מטבח מצר המנבח" "דחה אדמון בצל צלמון", הייבט זיך אן די ראשי חרוזים "מרדכי חזק". עס איז דא עטליכע השערות אז דאס איז פארפאסט געווארן דורך - אדער אויף דעם אומקום פון דעם ר' מרדכי בר הלל הי"ד. איינע פון די השערות איז וויבאלד ר' מרדכי איז אליין געווען א פייטן און פלעגט אריינלייגן זיין נאמען אין די ראשי חרוזים אלס 'מרדכי חזק'. ווי די קינה "מה רב טובך" וואס ער האט פארפאסט אויף די הרוגי זינציבא (זינציג) און אויפ'ן אומקום פון רבי אברהם הגר כ"ב כסלו שנת כ"ה, וואס איז ארומגעפארן זיך מתווכח זיין מיט די נוצרים און זיי מגייר זיין. אין זינציבא האט ער ביי א וויכוח צובראכן צלמים וואס האט געפירט צו א ברוטאלע פאגראם אויף די אידן אין שטאט און ר' אברהם הגר האט מען געפירט אין קייטן קיין 'אוגשפורג' און דארט האט מען איהם ברוטאל געפייניגט און צום ענדע פארברענט על קידוש השם. לזכרון פון דעם אומקום פון דעם קדוש אברהם בן אברהם פלעגט די טאג כ"ב כסלו זיין באשטימט אלס א תענית ציבור, וואו מען האט געזאגט די נייע פארפאסטע סליחות און פון פריערדיגע.

בילד
Das Martyrologium des Nürnberger Memorbuches בלאט 173


אויך איז אומגעקומען אין די פאגראמען א שוואגער פון רבינו מרדכי, אויך א תלמיד פון מהר"ם מרוטנבורג, הרב רבי מאיר בן יקותיאל הכהן מרוטנבורג - בעל "הגהות מיימוניות" מיט זיין פרוי מרת חנה און זיין טאכטער יוטא הי"ד. ר' מאיר פלעגט לערנען מיטן מהר"ם אין זיין טורמע צעל אין אנזיסהיים. עס איז איז אויך געווידמעט אויף דעם קדוש ר' מאיר עטליכע חרוזים אין די פריער דערמאנטע קינה, ספעציעל פארפאסט אויף די רינדפלייש פאגראמען. "חם ליבי ונמס על הכהן המאיר". רבי מאיר בן יקותיאל הכהן מרוטנבורג איז אומגעקומען מיט זיין פאמיליע ווען א צאל אידן פון ראטענבערג האבן זיך פארשפארט אין א טויער - ווי דערמאנט שפעטער - און געפירט א שווערע קריג קעגן די רוצחים פאר דריי טעג. נאך דריי טעג האבן די רוצחים זיי בייגעקומען. אויך איז דארט אומגעקומען א תלמיד פון ר' מאיר, החבר ר' שניאור הי"ד.

דער הייליגער רא"ש, א תלמיד פונעם מהר"ם האט כסדר געזוכט צו אנטלויפן פון דייטשלאנד נאכדעם וואס ער האט געהערט אז דער קייזער אלבערט וויל פון איהם דאס געלט וואס ער האט געזאלט צאלן פאר זיין טאטע'ן רודלף דער קייזער אויסצולייזן דעם מהר"ם. האט ער געשיקט זיין זוהן רבי יהודה קיין שפאניע איהם אנגרייטן א פלאץ וואו זיך אריבערציען. זייענדיג אין באהעלטעניש האט דער רא"ש איבערגעלעבט די רינדפלייש פאגראמען און פאר עטליכע יאר, זייענדיג דער פירער פון אידישע געמיינדע אין די שטאט 'קעלן' האט ער פרובירט צו העלפן מיט וואס ער קען די צובראכענע און צושלאגענע קהילות וואס זענען געפייניגט געווארן דורך רינדפלייש.

נאכדעם וואס די מצב אין אשכנז נאך די רינדפלייש שחיטות האט זיך בארואיגט, האט דער הייליגער רא"ש אנגעפירט מיט אן אסיפה מיט פארטרעטער פון די איבערלעבער אין די שטאט ווארמייזא, זיך צו באראטן ווי אזוי צואויפרעכטן דאס אידיש לעבן פון דאס ניי און וואס צו טוהן מיט די פולע פארמעגנס פון די קדושים.

אין יאהר ס"ג האט זיך איהם געמאכט א געלעגנהייט און ער איז אנטלאפן מיט זיין פרוי און צעהן קינדער פון דייטשלאנד. ערשט האט ער זיך באזעצט אין 'סאוואיא', אבער זייענדיג אומזיכער צוליב די פריינדשאפט פונעם הערשער פון די געגענט מיטן דייטשן קייזער, איז דער רא"ש אוועק קיין דרום פראנקרייך אין די שטאט 'פראוואנס'. פון דארט האט ער זיך געצויגן קיין שפאניע און זיך ערשט באזעצט אין 'בארצעלאנא'. אבער צוליבן די בקשה פונעם הייליגן רשב"א איז ער געגאנגען ווערן רב אין 'טאלעדא' קאסטיליע און אנגעפירט די גרויסע ישיבה.

מהר"ם מרוטנבורג

קאוד: וועל אויס אלע

ביי די אריינגאנג פון די אלטע ווארמייזא ביה"ח איז דא צוויי מערקבארע מציבות. די קבר פון הגאון רבי מאיר בן ברוך זצ"ל, און אלקסנדר בן שלמה. דער הייליגער מהר"ם  נאכן לערנען אין מיינז, נאכדעם אין ווארצבורג און נאכדעם אין פאריז ביים גאון ר' יחיאל בן יוסף, איז ער געגאנגען וואוינען אין ראטענבורג, וואו פאר 35 יאהר האט ער דארט געלערנט תורה און פארשפרייט תורה אויף די גאנצע וועלט. דער מהר"ם האט באקומען אזעלכע שווערע שאלות ווי, צו מען מעג אליין הרג'ענען קינדער אויף קידוש השם. אויך האט ער קובע געווען, אז איינער וואס קומט אום אויף קידוש השם אויף סיי וועלכע אויפן, פילט נישט קיין יסורים.  

 "כשהאדם גומר בדעתו לקדש השם וימסור נפשו על קידוש ה' – כל מה שעושין לו: הן סקילה, הן שריפה, הן קבורת חיים, הן תליה – אין כואב לו כלום... ותדע שכן הוא, שאין לך אדם בעולם שאם היה נוגע באצבע קטנה באש היה צועק אפילו אם היה בדעתו לעכב עצמו לא היה יכול. ורבים מוסרים עצמם לשריפה ולהריגה על קידוש השם יתברך ואינם צועקים לא אוי ולא אבוי..." (שו"ת מהר"ם ד"פ סי' תקיז).

אויף דער עלטער האט ער געוואלט זיך אריבער ציען מיט זיין פאמיליע קיין ארץ ישראל. ווען ער איז שוין געווען צווישן די הויכע בערג נעבן לאמבארדעי איטאליע, האט ער זיך געוואלט דארט אויפגעהאלטן ביז אלע מיטרייזענדע וועלן אנקומען און פארן ווייטער קיין ארץ הקודש. פלוצלינג האט דארט אריבער געריטן דער ארכיבישאף ימש"ו פון 'בזילא', קומענדיג פון רוים אויפן וועג אהיים. באגלייטנדיג דעם ארכיבישאף, איז געווען א משומד מיטן נאמען 'קניפפא'.  ער האט דערקענט דעם הייליגן מהר"ם און דאס איבערגעגעבן פארן ארכיבישאף. דער ארכיבישאף האט אים איבערגעגעבן פאר 'מיינהארט פון גיינץ' דער שר פון דעם שטאט און אין ד' תמוז מ"ו (1286) איז דער מהר"ם געפאנגען געווארן און איבערגעגעבן פארן קייזער רודאלף וואס האט אריין געשליידערט דעם הייליגן מהר"ם אין א הויכע טורעם אין א פעסטונג נעבן אנזיסהיים און פארלאנגט א גרויסע סומע פון 20,000 מארק אויסלייז געלט. זיין הייליגער תלמיד רבי אשר בן יחיאל 'הרא"ש', האט שוין געהאט דאס געלט און איהם געוואלט אויסלייזן. דער מהר"ם האט נישט ערלויבט מען זאל צאלן דעם קייזער די איבערגעטריבענע אסטרונאמישע סומע.

"שמעתי על מהר"ם מרוטנבר"ק ז"ל שהיה תפוס במגדל אייגזהם כמה שנים והשר תבע מן הקהלות סך גדול והקהלות היו רוצים לפדותו ולא הניח כי אמר אין פודין השבויים יותר מכדי דמיהם. ותמה אני מאחר שהיה ת"ח מופלג ולא היה כמותו בדורו בתורה ובחסידות ושרי לפדותו בכל ממון שבעולם ואם מרוב ענותנותו לא רצה להחזיק עצמו כת"ח מופלג מ"מ היה לו לחוש על ביטול תורה כאשר כתב בעצמו שהוא היה יושב בחושך וצלמות בלי תורה ואורה והיה מקונן שלא היה אצלו ספרי הפוסקים והתוס' ואיך לא היה לו חש לעון ביטול התורה מאחר שרבים צריכים לו. ובודאי דעתו היה שאים יפדו אותו א"כ יש למיחש שלא יעשו כן כל השרים לת"ח המופלג שבדור בעבור רוב הממון עד שלא יספיק ממון הגולה לפדותם ותשתכח התורה מישראל. (רבי שלמה לוריא, המהרש"ל על מאסרו של המהר"ם מתוך 'ים של שלמה', על מסכת גיטין פרק ד', סימן ס"ו)

די אידן האבן נישט גערוהט און פרובירט כאטש פארגרינגערן די אומשטענדן אינעם טורעם. ביז מען האט באקומען ערלויבעניש ער זאל קענען לערנען דארט. אויך האבן עטליכע תלמידים באקומען ערלויבעניש צו גיין דארט לערנען  מיט וועם מען האט געקענט ווייטער שיקן שאלות צום מהר"ם.

(יהודי אחד שאל את המהר"ם, אם צריך כפרה על ששחט אשתו וד' בניו ביום הרג בקובלינש עיר הדמים [ה'כ"ה], כי כך ביקשוהו,  יען ראו כי יצא הקצף מלפני ד' והתחילו האויבים להרוג בני קל חי הנהרגים על קידוש השם. וגם הוא רצה להרוג את עצמו במיתתם אלא שהצילו ד' על ידי הגויים. וכתב לו, לא ידענא שפיר מה אידון ביה, כי וודאי ההורג עצמו על יחוד השם רשאי לחבול בעצמו... אבל לשחוט אחרים צריך עיון למצוא ראיה להתיר... שמענו ומצאנו הרבה גדולים היו שוחטים את בניהם ואת בנותיהם. וגם רבינו קלונימוס עשה כן, כדאיתא בקינה המתחלת אמרתי שעו מני וגו'. ומי שמטעינו כפרה הוא מוציא לעז על חסידים הראשונים. ואחרי שכוונתו היתה לטובה מרוב אהבת יוצרנו יתברך שמו פגע ונגע במחמד עינו. גם הם חילו פניו על ככה... ואין להחמיר עליו כלל.  לא דמי לההוא דפרק החובל 'סימא את עיני ושבר את כדי' דחייב, דהכי וודאי מחלי מאהבת הבורא ואין להחמיר עליו כלל. מאיר בן ברוך (ס' גזאו"צ ד' קעט)

אין תפיסה האט דער הייליגער מהר"ם ווייטער געלערנט תורה מיט גרויס מסירת נפש. ער איז נפטר געווארן אין תפיסה י"ט אייר שנת נ"ג. דער מהר"ם'ס הייליגע קערפער איז אפגעלעגן אין תפיסה פאר 14 יאהר ביז ד' אדר ס"ז, ווען א רייכע סוחר 'אלקסנדר זיסקינד ווימפפען' פון פראנקפורט, האט אויסגעלייזט די קערפער פאר א ריזיגע סומע געלט וואס האט באטראפן כמעט זיין גאנצע פארמעגן און געברענגט לקבר ישראל אינעם אלטן ביה"ח אין ווארמייזא. אלקסנדר'ס איינציגע באגער איז געווען אז מען זאל אים באערדיגן נעבן דעם מהר"ם. א האלבע יאר נאכדעם, יום כיפור ה'ס"ח איז 'אלקסנדר בן שלמה' נפטר געווארן און א טאג דערויף איז ער געקומען לקבורה צו דערזייט פונעם פרישן קבר פונעם הייליגן מהר"ם.

די אלטע ווארמייזא ביה"ח איז געבויט געווארן אין ד'תשצ"ד, עס ווערט אנגערופן "די הייליגע ערד". די אידן האבן געקויפט ריזיקע זאפאסן מיט זאמט פון ארץ ישראל און טראנספארטירט דעם לאנגן וועג ביז דייטשלאנד און מיט דעם צוגעדעקט אלע קברים. די מציבות זענען עדות איבער די מאסן שחיטות וואס אידן זענען דורך געגאנגען. צום ביישפיל איין מציבה פון יואל בן מאיר וואס מען האט דעשיפרירט מיט סאפיסטיקירטע אפאראטן, רעדט פון די גרויסע פאגראם אין ד'תתנ"ו ווען די קרייצצוג'ער האבן געהארגעט פיר הונדערט אידן אין ווארמייזא אליין. אויך זענען דא מציבות וואס זענען געלעכערט מיט קוילן פון די "ניין יעריגע מלחמה" (the nine years war) וואס האט זיך געצויגן פון ה'תמ"ח ביז תנ"ז. אין י"ב סיון ה'תמ"ט (may 31 1689) איז ווארמייזא מיט די ארומיגע שטעט געווארן איינגענומען מיט א שטורעם. אסאך באצייכענען די קריג אלץ 'די' ערשטע וועלט'ס קריג.

נוסח מצבה

מהר"ם רבנא מאיר מ"ע
ציון הלז לראש מרנא
ורבנא מאיר בן הר' רבי
ברוך אשר תפשו מלך רומי
בארבע ימים לירח תמוז שנת
ארבעים ושש לאלף הששי
ונפטר בתפישה י"ט באייר
שנת חמשים ושלש ולא ניתן
לקבורה עד ארבע ימים לירח
אדר שנת ששים ושבע לאלף
הששי תהא נפשו צרורה
בצרור החיים עם צדיקי עולם
בגן עדן א'א'סלה

המצבה הזאת הוצבה      
וחוצבה לראש הנדיב      
ר'אלכסנדרי ב"ר שלמה הנפטר      
ביום צום כיפור ביו' ה' ונקבר יום      
אחד עשר בתשרי ששים ושמונה   
לאלף הששי ואשר מלאו לבו      
והשם אינה לידו לעשות מצוה רבה      
ולפדות את מורינו רבנו מאיר      
בן הרב רב ברוך מכלאו אשר היה תפוס      
אחרי מותו כמה שנים {עד שנא [נ] ה}   
הנדיב ופדאו {וזכה לה} קבר בצידו      
{הימנית יהי} רצון שישב בצידו      
בישיבת גינת ביתן עם צדיקי      
עולם א'א'א'
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

קדושי פרעות רינדפלייש מספרי אזכרות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

מספר מהרוגי רינדפלייש מספרי אזכרות - מספר הדמעות

קאוד: וועל אויס אלע

בראש רשימת רעגענטהיים (ראטינגן):
ר' נחמי' הזקן בן החבר ר' יצחק ובנו יוסף, וכלתו מרת מייטין בת ר' יוסף ושלשת בניה: יצחק, יהודה, געיילא, בני ר' שמעון.

ביום י"ב תמוז היה השמד בקהילת נוישטאדט. בו ביום היה גם השמדה בקהילת 'ווינדעשהיים'.
בראש רשימת ווינדעשהיים:
ר' יוסף בר נתן וזו' מרת יוטלין בת ר' יהודה ובנו ר' נתן בר יוסף וזו' מרת צרויה בת ר' מאיר הכהן ובתו מרת מינגוט ושלשה בניה. וחתנו ר' שמואל ב"ר שלמה וזו' מרת גולדא ובתה, ובתו מרת ביילא. מרת חנה בת ר' אברהם וששה בניה. מרת גולדא הזקנה ובנה ר' יוסף בר שלמה וזו' מרת גוטלין בת ר' קלונימוס הלוי ושני בניהם.

ביום שלאחריו י"ג תמוז היה השמד בקהילת איפהויפן. בין ההרוגים היה ר' מרדכי הזקן בר אשר ושלש בנותיו.

בי"ח וי"ט בתמוז היה השמד בקהלת מארגענטהיים, ואוכשענפורט, וקיצינגן.

ברשימת מארגענטהיים אנו מוצאים, ר' אליקים הזקן בר שלמה וזו' מרת רחל ובנה ר' שמואל בר עזריה הכהן ויצחק בר עזריה הכהן.

מקהלת אוכשענפורט נזכרים: הזקן החבר ר' עזריאל בר יעקב הלוי ובתו מרת ריהצא וכלתו מרת ירמוט בת ר' גרשום, מרת ריהצא וחמשה בנים.

מקהלת קיצינגן נזכרים: ר' שמואל בר אברהם הכהן וזו' מרת מינא בת ר' יוסף וארבעה בניהם.

באותם הימים היה גם השמד בקהלת ביבארט. רישום רק ר' יהודה בר נתן וזו' מרת צפורה וחמשה בניהם.

על קהלת ראטענבורג התנפלו הרוצחים שלש פעמים ובסוף נכחדה הקהלה כלה. השמד הראשון היה בי"ד תמוז, השניה בערב ט' באב, וחורבן השלם היה נמשכו שלשה ימים רצופות, בי' ובי"א ובי"ב באב. בין ההרוגים היה:

ר' שמעון בר שמחה וזו' מרת דולצא בת ר' יצחק הלוי ובנו ר' שמחה ובנו ר' יצחק ובנו יהודה הנער ובתו מרת בת שבע ובעלה ר' יהודה בר דוד.
מרת צרויה בת ר' דוד וארבעה בניה ואחותה מרת ברונא. ר' אליקים בר לוי וזו' מרת יוטא בת הקדוש ר' יוסף, ויוסף הנער בנה  (עלובה זו היתה בת הקדוש ר' יוסף ועל שמו נקרא בנה שנהרג עמה).
בח' באב נהרגו, הרב ר' מרדכי בר שמעון הלוי. ר' יוסף בר יצחק וזו' מרת שרה בת ר' יעקב הלוי ובנו יצחק וזו' מרת חנה בת ר' משה וחמשה בניו: יוסף, יעקב, משה, רבקה, ובת שבע. ובתו מרת רבקה ובעלה ר' שמואל בר שמעון הלוי ושלשה בניו: יוסף, שמעון, והיצלין. ובתו מרת גוטלין ובתה ברונלין ובנו ר' מנחם וזו' מרת שרה בת ר' שמואל הלוי ובנו שמריה הנער. (משפחה גדולה בת תשע ועשרה נפשות נכחרה בפעם אחת).

"גם אלו שלשה בחורים נהרגו על מגדל שעומד אצל הבית של הקדוש ר' יוסף (הנזכר) ר' נחמן בר משה ור' נתן בר שמעון הלוי ור' יצחק בר שלמה".

"אותם נשמטו בבית של גויים ושם נהרגו ובשדה ובו ביום ח' באב נשרפו כלם בבית הקברות: ר' משלם בר משה וזוגתו מרת גננא ובניו, מרת ריכצא ויעקב הנער. והנשארים באי כולם במבצר וצרו עליהם ביום א' - י' באב, וביום ב' - י"א באב וקצת מיום ג' - י"ב באב אז נלכדה בעונינו הרבים המבצר ונהרגו ונשרפו כלם".

מתוך ההרוגים היו: ר' משה הפרנס וזו' מרת בת שבע בת ר' יצחק הכהן ובנו מרדכי. הרב ר' מאיר יקותיאל הכהן וזוגתו מרת חנה ובתו יוטא ותלמידו החבר ר' שניאור.

ביום י"ג באב פגעה מדת הדין בשמד נורא מאוד לערך אלף נפשות, בקהלה גדולה ומפוארה ווירצבורג. "מאה נפשות עניים ועשירים שהיו אורחים בעיר ונהרגו ונשרפו עם הקהל הקדוש", כנזכר בקינות.
"בשלשה עשר באב היתה הגזירה בווירצבורק ונטבעו במקוה מורינו הרב ר' אפרים וזוגתו החסידה מרת רחל והרבה מן הקהל עמם".
גם נטבעו בבור החבר ר' יעקב ב"ר יצחק הכהן ואשתו מרת צרליף ושבעה בניו.
כפי עדות של גוי נמלטו רק קצת יהודים שהמירו באונס. כפי שמצינו בשלאות ותשובות 'זכרון יהודה' לר' יהודה בן הרא"ש.

 ביום כ"ב באב היה השמד בעיר נירנבערג, שש מאות ועשרים ושמונה נפשות. תוך הרשימה: רבנו מרדכי בן הלל. הרב ר' יחיאל בר מנחם הכהן (חברו של ר' חיים בעל 'אור זרוע') ואשתו מרת חנה וג' ובניו. ור' אברהם הפרנס הכהן ואשתו מרת בונלין ובתו מרת זושא וב' בניה. ר' אברהם בר חיים הכהן משפירא ושני אחים הכהנים מקולוניא שלמדו לפני הרב. ר' פסח בר ירחמיאל ואשתו מרת בילטא בת ר' ירמיה שנהרגו ונשרפו בחיי אביהם. ר' אברהם בר יוסף (שיסד קצת פיוטים). הגר שנתגייר בשעת זעם השם. "מרת ריבצא המתפללת של נשים".

ביום א' וב' מרחשון שנת נ"ט השמד בעיר היילברון כמאתים נפשות. ובתוכן: הרב ר' יוחנן ואשתו ליפהט ובנו ר' פרא (בער) החשוב ובנו אלעזר וחמשה נערים ואמו (של ר' יוחנן)ממרת יוטא הזקנה.

בי"ד באב סחבו כל בני קהלת בישופשהיים, כמאה ועשרים וחמש נפשות לגמבורק ושרפום שם.

בעיר הולוועלט נהרגו ר' יחיאל ואשתו וב' ילדים ובנו ר' יצחק ואשתו וילדיו ושחט עצמו במרחץ וילדיו.

ביום השבת י"ג בתשרי בעיר וויינהיים נשרפו בבית הכנסת לערך שמונים נפשות. בראש הרשימה: ר' שמואל בר יעקב הלוי ואשתו מרת יוטא בת ר' אשר הלוי וכלתו מרת צפורה בת ר' דוד ובתה מינא וחתנו ר' אלעזר בר יואל הלוי ואשתו ברונא.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

פרינטער פרינט. יישר כח 'בענקעל'.

מ'האקט מיט פרישע סחורה.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

רודאלף פון זילעסשטאט - היסטאריע מעמארעביילס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

די געמיינע באשולדיגונג אז אידן פארשוועכן די הייליגע קריסטליכע ברויט, כדי צו אויפרייצן די פויער'ישע מאסן צו נקמה נעמען דורך אטאקירן זייערע אידישע שכנים, האט זיך אפגעשפילט עטליכע מאל דורכאויס די היסטאריע אין פארשידענע צייטן, יעדעס מאל אין אן אנדערע שטעטל דורכאויס אייראפע. עס האט יעדעס מאל געקאסט עטליכע הונדערט אידישע נפשות.

דער געדאנק אז די הייליגע קיכן האבן אין זיך א הימל'ישע גייסטליכקייט, האט זיך דורך די יארן פארברייטערט מיט מער דמיונות און חלומות. א יעדע קריסט האט געמוזט בלינדערהייט גלייבן אין די פאנטאזיעס און ווער עס געהאט א צווייפל אין די מיסטעריעזע וואונדער האט געקענט הארב באשטראפט ווערן דורך די קירכע פירער. די קירכע'ס האבן פארשפרייט שפאטישע מעלערייען ווי אידן ברעכן זיך איין אין א קירכע, כאפן ארויס די קיכן, צושטעכן עס און עס רינט דערפון בלוט אדער ווערט דערפון א לעבעדיג קינד און נאך פארשידענע געדעכענישן צו איבערצייגן די פויערן אין איר ווארהייט.

עס איז כמעט נישט דא קיין קירכע דאקומענטן וואס פארציילט וואס איז פארגעקומען און אונטער וואס פאר א באזיס זיי האבן בארעכטיגט די אלע מערדערייען. די מערסטע באקאנטשאפט פון אלע דאקומענטן אין וואס עס האט זיך אפגעטוהן אין יענע עפאכע, זענען באשרייבונגן פון ארום שנת ס"ג, פון א דאמיניקען מאנק "רודאלף פון זילעסשטאט" שר"י, אין זיינע "היסטאריע מעמארעביילס" (historiae memorabiles). ער האט אפגעשריבן אין די לאטיינישע שפראך א קאלעקציע פון זעקס און פופציג עפיזאדן וואס איז געווארן צעשפרייט צווישן קריסטליכע פרעדיגער אין אלע יארן, סיי צו אריינפרעדיגן די ווארהייט פון קריסטענטום, און אלץ א גיפטיגע איינפלוס פון האַסס צו די אידן און זייער זינד קעגן די קריסטליכע גאט.

בילד
די ערשטע בלאט פון "היסטאריע מעמארעביילס" דורך רודאלף פון זילעסשטאט, וואס איז אין די לעצטערע צענליג יארן געווארן איבערגעזעצט פון לאטייניש און ווערט היינט פארקויפט אין די פארום פון א בוך.

אין עטליכע עפיזאדן טוט רודאלף בארעכטיגן די פאגראמען אלץ א שטראף פארן שענדן די 'האוסט'. אין אנדערע טוט ער דערמאנען זיינע אינפארמאטן טייל מאל 'מאנאקן' און טייל משומדים אדער אנדערע קריסטן. טייל עפיזאדן זענען זיך סותר איינס מיט'ן צווייטן.

עס איז פארשטענדליך פון יעדן עפיזאד די אמת'ע טיילן דערפון, וואס איז געשריבן מיט ריכטיגע היסטארישע פאקטן און פארוואס דאס האט פאר אזויפיל יארן געקאסט אידיש בלוט פון די פאנאטישע פאנטאזיעס, געשריבן מיט אן עפנטליכע האַסס וואס שפיזט ארויס דערפון.

ער שרייבט צווישן די שורות: הרגענען אידן דערפרייט דעם גאט. ער רופט אן דעם הענקער 'רינדפלייש' א הייליגער מאן וואס האט אויסגעפירט זיינע פליכטן פון זיינע אויבערהארן. ער שרייבט מיט ברענעדיגע טינט:

די פרוי פון שטאט 'ראפאלסוויילער' זאגט אז די אידן פארגיסן דאס בלוט פון די קריסטליכע גאט יעדן טאג, דורך צושטעכן די "הייליגע קיכן". דערפאר: די אידן טוהן פארשמוצן און פארשטינקן און זענען ערגער פון הינט, קומט זיך לאנגע טערמינען אין געפענגעניש, דערנאך זאלן זיי ווערן צוגעבונדן צו די וויידלן פון פערד, געשלעפט אונטער צוימען און איבער גריבער צו די תליות. געהאנגען ביי די פוס, מיט פייער אונטער די קאפ.

דא איז איטליכע פון זיינע עפיזאדן - נישט אלץ פארבינדן מיט רינדפלייש - :

די בישאף פון ווירצבורג פארטרויט "לארד קראפט" דער ערשטער פון האהענלוהע, אז משפט'ן אידן מיט גערעכטיגקייט מיינט זיי צו פאר'משפט'ן צום טויט. א איד וואס טוט קרייציגן גאט איז ערגער ווי איין קריסט הארג'עט אן אנדערע קריסט. 'קראפט' וואס איז געווען אזוי טיף פאר'חובות'ט ביי די אידן אז זיי האבן אנגעהויבן מורא האבן אז ער זאל זיי נישט שלעכטס טוהן, האבן גע'שתדל'ט ביי דעם בישאף פון ווירצבורג ער זאל ארויסבאקומען פון איהם א שבועה אז ער גייט זיי נישט שלעכטס טוהן. זיי ווערן 'פרעך' און קויפן אונטער דעם קירכע-היטער ער זאל זיי אריינלאזן. זיי זענען אריין אין די "ווייקערשהיים קירכע" מאנטאג און דאנארשטאג און איהר דערנידערט מיטן ארום ווארפן די "הייליגע ברויט" פונעם מזבח און צושניטן מיט מעסערס. עס האט געגאסן פון די ברויט עכט בלוט, און געוויינט: "א-לי א-לי למה עזבתני" (אוה"א לעצטע ווערטער). הערענדיג די געשרייען האט מען זיי אנדעקט און ארעסטירט. די גלח האט גע'שתדל'ט ביי דעם בישאף ער זאל פריי לאזן 'קראפט' פון זיין שבועה. די בישאף האט איהם געענטפערט: די ווייסט וואס איז די שטראף ווען איינער הרג'עט א מענטש; ווי גרעסער איז ווען מען הרגעט אונזער גאט! מיט דעם איז "פרינץ קראפט" געגאנגען מיט זיינע נאכפאלגער און מיט פרייד פארברענט אלע אידן אויפ'ן שייטער הויפן, וואס דאס איז זייער א גוטע זאך.

(אין דאקומענטן פון 'האהענלוהע' פון יענע צייט איז טאקע פארשריבן אז אין זוממער 1298 איז לארד קראפט כמעט געווארן באנקראטירט).

אין 'מאקמול' מיסטריעזע בליצן אנטדעקן אז די אידן האבן באהאלטן אויף אן אינזל א צאל הייליגע קיכן אין די ערד. זיי ווערן געפירט מיט נקמה צו די שטאט קירכע.

א גנב ברעכט זיך איין אין די קירכע, גנב'עט טייערע זאכן און ניצט א צלם אלץ א לייטער, איין ארעם פונעם צלם ברעכט זיך אפ, ער פאלט ארויף אויפ'ן גרויסן ליכט-לייכטער און ווערט צושטאכן. ער ווערט געכאפט און געהאנגען.

א פויער אין 'מאקמול' האט א חלום אז א "הייליגע קוכן" איז אין א אידישע הויז. אין רעזולטאט, אלע אידן פון שטאט ווערן ארעסטירט און פארברענט אויפ'ן שייטער-הויפן דורך רינדפלייש.

א ארעמאן בעהט זיך ביים אויבערשטן ער זאל איהם גיבן רייכקייט, אבער ער ווערט נישט געענטפערט. טוט ער זיך ווענדן צו די גאט וואס ער זעהט די קריסטן פירן אין די גאסן, דורך די קיכן. און פארשפרעכט זיך צו טויפן אויב ער ווערט רייך, גלייך איז ער רייך געווארן. אויך זיינס א נאענטער טוט די זעלבע. אבער אנדערע וואס האלטן נישט איין זייער צוזאג ווערן פארלארן. מערסטנס פון זיי זעטיגן זייער האַסס מיט'ן פארברענען די קיכן א צווייטע מאל, און באהאלטן איהם אין אומריינע פלעצער.

אין 'איפהויפן' מענטשן זענען ערשטוינענד פון די אנטפלעקונג פון א יונג קינד אין א איד'ס הויז וואס דער אייגנעטומער האט פארלאזט אויס מורא פון די פאגראמען.

אין ריגנסבורג א איד פאר'שיכור'ט א מויד און זי גיבט איהם א "הייליגע קיכן" פון די הייליגער מאסס. ווי מען ווערט געוואויר, פארלאנגט דער גלח פונעם מעיאר צו ארעסטירן דעם איד. דער איד טוט אונטערקויפן דעם מעיאר און ווערט באפרייט. די ערד אין שטאט פלאצט אויף, די וואסער רוישט איבער און פארפלייצט א האלבע שטאט, בליצן צינדן אונטער די שטאט און די פלאמען כאפן אריין דעם מעיאר.

אין רעטינגן הערט זיך א קול פון געוויין פון א קליין קינד. וואס פירט די שכנ'טע צו א איד'ס הויז. רינדפלייש קומט אן ברעכט אויף דעם טויער ארעסטירט דעם איד און ברענגט אים פאר'ן ריכטער.

א איד וואס וויל ווערן רייך, טוט זיך טויפן אנשטאט ווערט ער קראנק. ער שוימפט פאר צארן און סטראשעט קרייסט מיט א איבערהוילינג פאר אלע פייניגונגן וואס זיינע אידישע אור-עלטערן האבן איהם אנגעמאכט. ער ווערט געזונט און רייך.

א מיידל וואס האט זיך געטויפט זאגט, אז איהר מאמע האט באהאלטן א קיכן אין די ערד און פון צייט צו צייט האט זי עס ארויסגענומען, געפייניגט, און צוריק באהאלטן

א פרוי פארציילט, איהר פאטער האט געהאט צווייפלן אין אידישן גלויבן, און פארשפראכן א 'הייליגע קיכן' אויב דער קריסטליכער גאט באווייזט איהם זיינע וואונדער. ער ווארפט אריין די 'קיכן' אין קאכעדיג וואסער און ווען עס ווערט א קליין קינד און דערנאך א מייאסטעט'ישע ריכטער פון די וועלט, בוקט זיך דער איד און ער מיט זיין טאכטער טויפן זיך.

אין ווירצבורג טוהן די אידן בעטן הילף פונעם קייזער "אלבערט פון אוסטריע". דער קייזער בעהט דעם פירער 'רינספערג' צו באשיצן די אידן, נישט לאנג דערויף 'רינספערג' פאלט פון א הויכע שטאק פון זיין הויז. א פאטער קומט הערן זיין קאנפעסיע, און פארשפרעכט אן ערהוילונג אויב ער וועט זיך אומקערן. ער איז זיך מודה אז דער קייזער האט איהם געגעבן א מאנדאט וואס איז קעגן גאט און אומפארגלייך צו די קריסטליכע גלויבן. 'רינספערג' האט חרטה און ווערט אויסגעהיילט, אבער די אידן ווערן פארלארן [דורך רינדפלייש].

רינדפלייש נאכפאלגער באלאגערן א שטעטל אין 'פראנקוניע' און טראגן א ריזיגע צלם אלץ א צייכן, קריסטן באשיצענדיג די אידן, ווארפן דערויף א שטיין עס ווערט געשעדיגט און פון די צלם נעמט זיך רינען שווייס, די ארעמע איינוואוינער הערן פון דעם, אטאקירן די אידן און הרגענען זיי, קעגן די ווילן פון די רייכע-קלאס בירגער.

א איד אין ווירצבורג וואס איז אנטלאפן פון די פאגראמען איז שפעטער ארעסטירט געווארן און געברענגט געווארן בעפאר א ריכטער איז זיך מודה אז פאר פערציג יאהר איז נישט געווען א איד וואס נישט געהאט אין באזיץ די הייליגע קיכן און עס געפייניגט וויפיל ער האט נאר געקענט.

א יונגע פרוי איז זיך מודה צו די קירכע פאטערס פון ווירצבורג, אז פאר זיבן יאהר האט זי געהאט א "הייליגע קיכן" אין איינע פון איהר שיך און געטרויטן דערויף. זי האט עס געטון וועגן איהר פאראכטונג פאר דעם רעטטער, אבער אויך אלץ פראבע: אויב די 'קיכן' איז ריכטיג א גאט - וואלט ער זיך אפגערעכנט מיט איהר. וועגן דעם וויל זי נישט אננעמען די אנבאט זיך צו טויפן כדי צו קענען גיין פריי. זי האט שוין געהארגעט אירע קינדער און יעצט איז זי גרייט זיך צו לאזן הרגענען.

א איד וואס איז אנטלאפן און מען האט אים געכאפט איז מודה אז פאר פופצן יאהר צוריק אין ווירצבורג האט אידן צוגעגרייט א האוסט שענדונג און ווערן איצטערט באשטראפט דערפאר.

א פרוי וואס האט זיך געטויפט איז אנטלאפן פון 'ווירצבורג' קיין 'קולמאר', אויס מורא פון איהר אידישע נאכפאלגער, אנטפלעקט פאר איהר הויז-אייגענטומערין זייער גרויליגע רשעות. - אלע אידן וואס האבן גערופן אויף זיך און אויף זייערע קינדער די בלוט פונעם קריסטלעכן גאט, ליידן פון מאנאטליכע 'אויסבלוטינגן', און קענען נאר ווערן געהיילט מיט די בלוט פון קרייסט. די אידן פארשוועכן א "הייליגע קיכן" און היילן זיך מיט די בלוט. זי איז געווארן איבערצייגט פון די וואונדער, אבער נישט די איבעריגע אידן.

א גוי'ש אינגל מיט 'אילעפסיע' לויפט אוועק פון זיין מאמע, ווערט געטראפן טויט אין א זומפ. די גלחים באשולדיגן צוויי אידן אין די מארד. אבער דער ריכטער לאזט זיי פריי.

א איד אין שטעטל ראטינגן האט אפגעקויפט פון א גוי א "הייליגע ברויט" און פארשוועכט, דער איד האט אראפגעלייגט די הייליגע ברויט אויפן טיש און עס אונטערזוכט מיט זיין מעסער. ווי נאר ער שטעכט אריין איז ארויס געקומען בלוט. ער האט נאכאמאל געשטאכן די ברויט, און דאס ברויט האט אנגעהויבן צו וויינען ווי א דריי יעריג קינד. דער איד האט ווייטער געשטאכן און עס האט ווייטער געוויינט. דער איד האט עס צושניטן אויף דריי טיילן און ווייטער האט מען געהערט א קינד וויינען. די שכנים האבן זיך געוואונדערט וואס איז די קול פון א קינד, אלע האבן געוואוסט אז ער האט נישט קיין קינדער. האבן זיי געשיקט זייערע קינדער זעהן וואס די קינדישע געוויין איז ביים איד'ס הויז. אויך האבן זיי געשיקט רופן 'רינדפלייש' צו אונטערזוכן אויב א איד הרגעט א קינד. רינדפלייש איז אנגעקומען צו די טיר אבער די אידן האבן אים נישט אריינגעלאזט. ער האט צוזאם גערופן די איינוואוינער פון די געגנט, און זיי זענען באפאלן די אידן, גערויבט זייער פארמעגן און צעבראכן זייער הייזער. די אידן זענען גענומען געווארן אין געריכט און זענען געפונען געווארן שולדיג, און ארויסגעפירט צו די הריגה. ווען די מעשה איז באקאנט געווארן אין אנדערע געגנטער, האבן די קריסטן אנגעפאלן די אידן, זיי געהארגעט און פארברענט זייערע הייזער. אנגעפירט דורך רינדפלייש.

דריי אידן שמועסן איבער זייער צווייפלן אין אידישקייט און די אומפארלייקענעדע באווייז אין די ריכטיגקייט פונעם קריסטליכן גאט, זיי מאכן אפ צונעמען א "הייליגע קיכן" און עס לייגן אין פייער זיך צו איבערצייגן. די קיכן ווערט נישט פארברענט. דאך האלטן זיי נישט איין זייער צוזאג און בלייבן אומגלויבליגע. צוויי יאהר שפעטער די יונג'סטע פון זיי האט חרטה און טויפט זיך. ער פארציילט די עפיזאד, די צוויי אידן ווערן ארעסטירט און איבערגעגעבן צו די גלחים וואס זענען פארטרויט מיט'ן ליקווידירן כופרים.

די קערפער פון א ארימער פעלץ-הענדלער ווערט געפונען אינעם רהיין, א מכשפה וואס באזיצט אין איהר היים שדים באשולדיגט די אידן און בעהט די "גוטע ארימע בירגער" פאר א אפרעכענונג פאר די פארברעך. און באשולדיגט די פירער פון שטאט מיט'ן אוועק קוקן פון די פארברעכן, "זיי זענען אונטערגעקויפט ביי די אידן און באקומען אסאך זילבער. דורך דעם פארמיידן זיי א פארשעמטע טויט".

א איד אין רינג פון קריסטן ווען עס גייט א דונער-שטורעם. די קריסטן זוכן זיך צו באשיצן, דער איד מאכט שפאס פון זיי מיטן מאכן צייכן פון צלם, עס קומט א בליץ און שלאגט נאר דעם איד.
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

א ריזיגען יש'כ בענקל איין זאך קען איך דיר זאגען די האסט מיר גאנץ לאנג געהאלטן פארכאפט אויף מיין "בענקל"
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

שוידערלעך, הנאהבים ונהעימים בחייהם ובמותם לא נפרדו, נקום לעינינו נקמת דם עבדך השפןך.

יישר כח בענקל.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

זיי...ג האט געשריבן:א ריזיגען יש'כ בענקל

גא"מ
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

ייש"כ, הערליך שיין און אינטערסאנט.
נישט קיין באקאנטע געשיכטע.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ונקיתי דמם לא נקיתי.... שכוח בענקל!!!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

כ'האב נעכטן געלייגט א שכח. ווייסעך נישט ווי עס איז געגאנגען.

שכח פאר די הערליכע ארטיקעל מיט מקורות
כהאב נישט קיין ניק
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהאב נישט קיין ניק »

ישר כוח..
שיין אין קלאר געשריובען...
Sorry for my misspellings
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

די פאסאו פאגראם - אנטיסעמיטישער ליד: די יודן צו פאסאו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

בילד
אן אריגינעלע אנטיסעמיטישער 'פלוגבלאט' פון יאהר תק"י (1750), פארציילט א געשיכטע פון א פארשוועכטע קיכן וואס איז פארלאפן אין די דייטשע שטאט פאסאו (passau) צוגעצייכנט מיט געמאלענע בילדער.

ווי די פראפאגאנדע פלוגבלעטל באשולדיגט אין אירע צוועלף קעסטלעך, איז אין יאהר רל"ז (1477) געווען א קריסטליכער פויער 'קריסטאף' וואס האט גע'גנב'ט אכט 'הייליגע קיכן' פון די קירכע אין פאסאו און עס געהאלטן פאר דריי טעג. דערנאך האט ער עס געגעבן פאר די אידן פונעם שטאט וואס האבן איהם באלוינט מיט איין גולדן. די אידן מיטן שוהל-קלאפער (שמש) האבן עס אריין געטראגן אין זייער שוהל און עס אראפגעלייגט אויף זייער 'אלטאר' (בימה) און געשטאכן מיט שפיזן, ביז עס האט געגאסן בלוט. קריסטאף האט זיך מודה געווען אז ער האט גע'גנב'ט און פארקויפט הייליגע קיכן פאר די אידן. צעהן אידן זענען געכאפט און געפייניגט געווארן מיט געפערליכע ברוטאלע פייניגונגן, ביז זיי האבן זיך געמוזט מודה זיין, אז זיי האבן געשטאכן די הייליגע קיכן ביז עס איז געגאנגען בלוט. דער קריסטליכער גנב און די אידן זענען פאריכטעט געווארן צו טויט, און נאכ'ן ווערן געפייניגט מיט בריענדע געשמאלצן 'צוואנגן' האט מען זיי פארברענט אויפן שייטער הויפן. פערציג אידן האבן זיך געטויפט צו קריסטנטום און די איבעריגע זענען געווארן פארטריבן פון שטאט. די שוהל איז דאן געווארן א קירכע.

אין תרכ"ט (1869) איז פארפאסט געווארן א ליד דורך דייטשע כאר איבער די געשיכטע באזירט אויף די דערמאנטע אנטיסעמיטישע פראפאגאנדע פלוגבלאט, מיטן נאמען "די יודן צו פאסאו".

די יודן צו פאסאו - die Juden zu Passau
מיט ג-ט, דער וואס אלע דינגער,
איין אנפאנג ער געגעבן האט,
אזוי הייבן מיר אן צו זינגען,
איין וואונדערליכן טאהט.

דער קריסטאף אייזנהאמער,
דורך זיין גרויס מיסטאהט,
אנגעפאנגען אן איין גרויס יאמער,
צו פאסאו אין דער שטאט.

צום אידן טוט ער לויפן
און פרעגט זיי בעהענד:
"אויב זיי נישט וואלטן קויפן
דאס הייליג סאקראמענט?"

אלסבאלד זיי אן אנטווארט טוהן געבן:
"ער זאל'ס זיי ברענגען נון,
זיי געוואלט איהם מיט געבן,
א גאנצע ארבייט טוהן."

אין שטורעמ'ישער נאכט, אין פינסטער,
ברעכט ער די טויער אויף,
פון אונזער פרויען מאנאסטיר,
נעמט אכט שטיקלעך ארויס.

איהם איין גולדן, מערקבארן
ער זיי אלע אכט פארקויפט,
דאס איינער, ווי צו זעהן,
אויף דרייסיג פעניס לויפט.

די יודן לייזענ'ס צום טעמפל,
באלד זיי טראגן אויף דעם אלטאר,
א מעססער זיי אויסגעצויגן
און שטעכן צארענדיג דערין

באלד זעהן זיי ארויספליסן,
דאס בלוט גאנץ ווילד און רייך,
א געשטאלט קען זיך זעהן,
איינעם יונגן קינד גלייך.

דאס בראכט גרויסן שרעקן,
זיי זענען געגאנגען באלד פאר ראַט:
צוויי האוסטן צו שיקן,
קיין זאלצבורג אין די שטאט.

אין צו נוישטאט אויך צוויי זענדן,
צוויי שיקן זיי קיין פראג,
צוויי האלטן זיי ביי די האנדן
זי האבן דערובער א פֿראַג.

זיי געמיינט און געטוהן האפן,
קריסטום אויסצוטיליגן גאר,
דערום הייצן זיי אן אַן אויוון,
וואס די האסט איז געווען אין.

דאך זעהט! פאר אייערע אויגן,
עס פליען צוויי ענדזשלס ארויס,
דיזע צוויי שיינע טויבן,
דאס מאכט פארכט און גרויז.

קריסטאף, דער איוועל-טאהטער,
אין זינד שווער פארבלענדט,
ווי יודן דער פאררעטער,
גנב'ט ווייטער וואס ער געפינט.

ווי ער ווענדט זיך צו ג'ערמענסבערגן
אנגרייף דעם קירכע שטאק,
אנגרייפן איהם די שערגען,
זיי שלאגן איהם אויפ'ן שטאק.

דא ער נון ליגט געפאנגען,
צו פאסאו אין אויבערהויז,
וואס ער אייביג האט באגאנגען,
באקענט ער פריי ארויס.

דאן ווערן די אומטאהטן,
דער יודן אויך פארמעהרט,
ווי זיי האבן געהאט,
די סאקרעמענט אומעהרט.

דעם בישאף געגאנען צום הערצן,
אזא לעסטערליך טאהט,
דערויף אהן אלע וויצן,
געכאפט זיי ער האט.

דאן האבן זיי באקענט,
דאס זיי דאס סאקראמענט,
געשטאכן און פארברענט
און אין דריי שטעט געזענדט.

וואהר, פיהר פון די וואס זענען געפאנגען,
האבן זיך ווייזן לאהן,
די זעליגקייט צו ערלאנגן,
דעם גלויבן גענומען אן.

די אנדערע זענען פארברענט;
די פיר, פון אידישקייט זיך אפגעקערט.
די קריסטן זיך גערופן,
די געב איינעם צו דעם שווערד.

קריסטאף דער'ס האט עס אנגעפאנגן,
דאס סאקראמענט פארקויפט,
ווערט אויך מיט הייסע צוואנגן,
נאך עטליכע וואכן געשטראפט.

Mit Gott, der allen Dingen
Ein Anfang geben hat,
So heben wir an zu singen
Eine wunderliche That.

Der Christoph Eisenhammer
Durch sein groß Missethat
Fing an ein großen Jammer
Zu Passau in der Stadt.

Zu’n Juden thät er laufen,
Und fragen sie behend:
„Ob sie nit wollten kaufen
Das heilig Sakrament?“

Alsbald sie Antwort gaben:
„Er soll’s ihnen bringen nun,
Sie wollten ihm mit Gaben
Ein völlig G’nüge thun.“

In stürmischer Nacht, im Finstern,
Brach er die Thüre auf
Von unserer Frauen Münster,
Nahm acht Partikel aus.

Um einen Gulden, merk‘ eben,
Er sie alle acht verkauft,
Daß einer, wie zu sehen,
Auf dreißig Pfennig lauft.

Die Juden ließen’s zum Tempel
Bald tragen auf den Altar,
Ein Messer sie auszogen,
Und stachen grimmig drein.

Bald sahen sie heraus fließen
Das Blut ganz wild und reich,
Gestalt sich sehen ließen
Ein’m jungen Kindlein gleich.

Das brachte großen Schrecken,
Sie gingen bald zu Rath:
Zwo Hostien zu schicken
Gen Salzburg in die Stadt.

In die Neustadt auch zwo senden,
Zwo schickten sie gen Prag,
Zwo hielten sie bei Händen,
Hätten darüber Frag.

Sie meinten und verhofften,
Christum auszutilgen gar,
Drum heizten sie ein’n Ofen,
Worin die Hostien war’n.

Doch seht! Vor ihren Augen
Flogen zwei Engel raus,
Dazu zwo schöne Tauben,
Das machte Furcht und Graus.

Christoph, der Uebelthäter,
In Sünden hart verblendt,
Wie Judas der Verräther,
Stiehlt weiter was er findt.

Als er zu Germansbergen
Angriff den Kirchenstock,
Ergriffen ihn die Schergen,
Sie schlugen ihn in Stock.

Da er nun lag gefangen
Zu Passau im Oberhaus,
Was er je hätt begangen,
Bekennt er frei heraus.

Da wurden die Unthaten
Der Juden auch vermehrt,
Wie sie gerathen hatten,
Das Sakrament entehrt.

Dem Bischof ging zu Herzen
Solch lästerliche That,
Darauf ohn alles Scherzen
Er nach ihnen greifen hat.

Da haben sie bekennet,
Daß sie das Sakrament
Gestochen und gebrennet,
Und in drei Städt‘ gesendt.

Zwar vier aus den Gefangnen
Haben sich weisen la’n,
Die Seligkeit zu erlangen
Den Glauben g’nommen an.

Die andern sind verbrennet;
Die vier, so sich bekehrt,
Die Christen sich genennet,
Die gab man zu dem Schwert.

Christoph, der’s angefangen,
Das Sakrament verkauft,
Ward auch mit heißen Zangen
Nach etlich Wochen gestraft.


די שטאט פאסאו, א גאר פרומע קאטוילישע געמיינדע מיט איהר שיינע פאנאראמע ביים עסטרייכישן גרעניץ, האט אין איהר היסטאריע ארויסגעגעבן די ברוטאלסטע מערדער און איז פארפיינט צום אידישן פאלק ביז צום היינטיגן טאג. די שטאטראט טוהן אן קיין שאנדע אפיציעלע פארהאלטן זייער שמוציגע טאהטן פון די צווייטע וועלט קריג אין זייער ארכיוון, נאר נאך גרויס דרוק געבן זיי עס ארויס צייגענדיג האר-אויפשטעלענדע ברוטאליטעטן, באערענדיג אין די יערליכע אלוועלטליכע געדענקמאל-טעג אירע נאצישע געפאלענע העלדן מיט אירע גאסן וואס פלעגן ביז נישט לאנג טראגן זייערע נעמען, אין די צייט ווען די גאנצע וועלט טוט געדענקן די אומשולדיגע געליטענע דורך די נאצישע אכזרים. איינע פון אירע איינוואוינער אין זיין יוגנט איז געווען גענעראל 'היינריך היממלער' ימש"ו.

ביי קאפוצינערשטראססע Kapuzinerstrasse נומער 5, איז דא א הויז מיט עטליכע וואוינונגן וואו היטלער ימש"ו האט געוואוינט מיט זיין פאמיליע אלס קינד. ווי צו פארמערן און באערן זייער גרוילטאטן האט מען די גאס א נאמען געגעבן קלאראהיטלערשטראססע Klara Hitler Strasse, נאך די שיקסע וואס האט געברענגט דעם טמא אויף דער וועלט. אין א געפרוירענע ווינטער טאג, אין יאנואר יארע 1894, אלט זייענדיג פיהר יאהר האט דער קליינטשיגער היטלער דא זיך געשפילט מיט זיינע פריינד.
בילד
זיך גליטשענדיג לוסטיג אויף די
בילד
געפרוירענע טייך נעבן זיין הויז, האט א געבענטש'טע שטיק אייז פלוצלינג זיך אונטערגעבראכן און די נבילה היטלער האט אנגעהויבן א טבילה און זיך דערטרענקן אינעם געפרוירענעם טייך. א שאד נאר אז זיין פריינד, א זוהן פונעם אייגנעטומער פון די געביידע וואו ער האט געוואוינט, יוהאן קואהבערג Johann Kuehberge, האט איהם ארויסגעראטעוועט. ווען נישט וואלט היסטאריע אנדערש געשריבן געווארן היינט...



בילד א מאפע פון די שטעט וואו עס איז פארגעקומען א פאגראם צוליב די בילבול פון פארשוועכן דעם 'לחם קודש נוצרי'.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

ראטענבערג ביים טאובר - "עיר האדומה מדם אדם"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

רוטנבורג אב דער טאובר וואס מיינט אין אידיש, ראטענבורג ביים טאובר, צוליב וואס עס איז נעבן די טייך טאובער, איז אן א צווייפל באקאנט צו זיין פון די שענסטע שטעט אין דייטשלאנד. א געוועזענע פארמויערטע שטאט וואו מערסטענס פון אירע גאסן ווערן געהאלטן מיט איהר אריגינעלע אויסקוק ווי אינעם מיטל אלטער. טייל פון די אלטע מויער עקזיסטירט נאך. שפאצירענדיג אויף אירע אלטע שטיינערנע וועגן, שפירט זיך א אור-אלטע גרוך פון יעדן ווינקל. די וועגן אויף וואס דער מהר"ם מיט זיינע תלמידים הקדושים האבן באטראטן.

רויטענבורג - די שטאט וואס ווערט גרופן אין אלטע ליטעראטור און אין פארצייטישע קלאג-לידער "עיר הדמים" - דער בלוטיגער שטאט. א שטאט מיט פול אידישע היסטאריע און סימבאלן, א געטליכע תורה'דיגע אטמאספער פון הונדערטער יארן. נאך א באזוך וועלן מענטשן אוועקגיין מיט זכרונות פון א הערליכע מיטל-אלטער שטעטל פון די ווייטע פארגאנגענהייט, א בארימטע אלטערטימליכע שטאט אין 'בייערן' מיט א וואונדערליכע לאנדשאפט, פארמויערט מיט טורעמעס און טויערן מיט באזונדערע נעמען און לעגענדעס מיט וואס אירע איינוואוינער שטאלצירן. אבער נאך א אויפמערקזאמע שפאציר אויף די אלטע שטיינערנע גאסן דערקענט זיך צייכנס און זעלטענע דענקמאלן פון היסטארישע איבערבלייבענישן פונעם אידיש'ן פארגאנגענהייט און אירע קדושים וטהורים וואס האבן דא געלעבט.

ראטענבערג איז פון די איינציגסטע שטעט אין דייטשלאנד וואס האט פאר יארן גוט אפגעהיטן אירע היסטארישע ארכיוון - וועט דאס זיין די פאסיג'סטע ארט צו באזוכן, אין א כראנאלאגישע ארדענונג, וואס וועט אונז פארבינדן מיט כמעט לעבעדיגע פארבן צו אונזער געשיכטע.

די עלטסטע אידישע קווארטאַל 'קאפעלענפלאץ'. (Kapellenplatz) - ביהכ"נ מהר"ם מרוטנבורג.
פון ד' אלפים תתק"מ (1180) ווערט די ערשטע מאל דערמאנט איבער אידן אין ראטענבורג. א איד מיטן נאמען 'שמואל ביסקאפף' פון ראטענבורג ווערט דערמאנט אין דאקומענטן פון ווירצבורג. די ערשטע אידישער קווארטאל איז אויף די היינטיגע קאפעלנפלאץ גאס. דער הייליגער מהר"ם מראטנבורג הגאון ר' מאיר בן ברוך זצ"ל, האט דא אנגעפירט מיט זיין בית הכנסת און ישיבה. אויך האט דא געוואוינט זיין פריערדערמאנטן באליבטע תלמיד, "רבי מאיר ב"ר יקותיאל הכהן מרוטנבורג". די קווארטל האט אנגעהאלטן ביז יאהר ק"י (1350) ווען די אידן זענען דא באשולדיגט געווארן אין די 'שווארצע מגיפה' ברענגענדיג א שוידערליכע פאגראם, און אלע הייזער אין פארמעגן האבן די איינוואוינער גענומען פאר זיך.

ארום 50 יאר שפעטער זענען אידן צוריקגעקומען נעבן ראטענבורג זיך באזעצענדיג אין דרויסן פונעם מויער וואס איז שפעטער גערופן געווארן יודנגאססע (judengasse). דאן איז אויך די ערשטע הייליגע בית הכנסת פונעם מהר"ם מרוטנבורג פארוואנדלט געווארן אין א קירכע. די געביידע איז פארניכטעט געווארן אין באמבארדירונגען אין יאר תקס"ה (1805). נעבן דעם פלאץ שטייט היינט א געביידע וואס איז 'קאפאלענפלאץ נומער 5'. ביי די אריינגאנג איז דא א קופפער'נע טאוול וואס טוט פארצייכענען אין קורצן דאס לעבן פונעם הייליגן מהר"ם.

Rabbi Meir Ben Baruch von rothenburg, einem der bedeutendsten talmudgelehrten. Zum gedenken. Geboren um 1220 in Worms, lebte und wirkte er von etwa 1250 bis 1286 in der synagoge und in der talmudschule, die auf diesen Platz standen, dem ersten judenviertel rothenburgs. Er starb 1239 in ensisheim und würde 1307 in Worms begraben. Synagoge und talmudschule wurden 1404 in eine
marienkapelle und in ein seelhaus umgewandelt. Die marienkapelle würde 1805 abgebrochen.

"רבי מאיר בן ברוך פון רוטנבורג, איינע פון די חשוב'סטע תלמידי חכמים. צום געדענקען. געבוירן אין ווארמייזא אום 1220, האט געוואוינט און געדינט פון ארום 1250 ביז 1286 אין די ביהכ"נ און אין דער ישיבה, וואס איז אויף דעם פלאץ געשטאנען. די ערשטע אידן-קווארטאל אין רוטנבורג. ער איז נפטר געווארן אין אנזיסהיים אין 1239 און איז באערדיגט געווארן אין ווארמייזא אין 1307. די ביהכ"נ און די ישיבה זענען אין 1404 פארוואנדלט געווארן אין איין קירכע און היימלאזע-קוך. די קירכע איז צושטערט געווארן אין 1805"

בילד
א צייכענונג פון די ביהכ"נ מהר"ם מרוטנבורג פארוואנדלט אין א קירכע

בילד
די פלאץ חרוב נאך אמעריקאנע באמבארדירונגען ביי די צווייטע וועלט מלחמה

בילד
אויפ'ן פלאץ פון ביהכ"נ איז היינט ליידער דא א פארקינג לאט

בילד
די דענקמאל פאר'ן הייליגן מהר"ם
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

יודנגאססע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

יודנגאססע (judengasse). דער צווייטער אידישער קווארטאל.
פון ארום שנת ק"ל האבן די אידן זיך באזעצט אין א פארשטופטן געסל אין דרויסן פונעם מויער וואס מען האט דעמאלט א נאמען געגעבן "יודנגאססע". שפעטער ווען מען האט פארברייטערט די מויערן פון שטאט איז יודנגאססע געווארן א טייל פון ראטענבורג. די גאס מיט אירע הייזער זענען וואונדערליך געבליבן גאנץ נאך די שווערע אמעריקאנע פארניכטונג פונעם שטאט ביי די צווייטע וועלט קריג. עס איז פארצייכנט אלץ די עלצסטע ארגינעלע גאס אין אייראפע.

דא האט אמאל געווירבלט א שיינע אידישע קהילה מיט אלעמען וואס א אידישע שטאט פארמאגט. איר שמאלע אריינפיר, די שטיינערנע שטרויזן, די פארעלטערטע ווענט, האלטן אין זיך די שטימע עדות'שאפט פון אלעס וואס האט זיך דא אפגעשפילט, זיי האלטן דאס פאר זייער אייביגער סוד. פון די פריידיגע טעג ווי ימים טובים און אידישע שמחות און קינדערישע שפיל-קלאנגן, ביז שחיטות און פאגראמען.

שפאצירנדיג אויף די דאזיגע גאס און אויף די גאסן ארום טוט זיך די פוסטריט טרעפן מיט די בלוטשפירן פון די וואס זענען דורך די גאסן געטריבן געווארן קיין 'טרעזענשטאט' און 'אסטן' אין שנת תש"ג פון וואו זיי זענען מער נישט צוריקגעקומען. נישט לאנג צוריק האט מען אויף די שטיינערנע באשטיידלעך געקענט אנמערקן וואו עס איז געהאנגען א מזוזה. אין די צייטן פון די נאצי'שע הערשאפט איז דא געווען א טייל פונעם טוריסט'ישן שפאציר וואו מען האט געוויזן מיט שטאלץ פאר די נייגעריגע באזוכער ווי מען האט די אידישע איינוואוינער אויסגעשאפט. די שטאנגן זענען געווען באצירט מיט העסליכע שאנד טאוולען וואס זענען געווען באפוצט מיט שאנדפולע אנטי-אידישע קאריקאטורן וואס עטליכע קאפיעס זענען נאך היינט פארהאן, אבער פארמאגט א פערזענליכע עקל דאס מיטצוטיילן.

בילד
בילד
יודנגאססע

אין די קעלער פון יודנגאססע נומער 10 געפינט זיך נאך היינט א מקוה מיט קוואל-וואסער. עס איז ווייזט אויס אויך געווען א מצה בעקעריי אין די געביידע. אין נומער 12 איז קענטליך געווען דער פלייש געשעפט. און נומער 19 איז געווען א תלמוד תורה.

בילד
יודנגאססע נומער 10 וואו עס געפינט זיך די מקוה

בילד
אן אלט בילד פונעם בור אין יודנגאססע 10

בילד
א בילד פון א לעצטיגע באזוך אין ראטענבורג אויף יודנגאססע 10

שראנענפלאץ (schrannenplatz) אמאליגע יודנקירכהויף (judenkirchhof). צווייטער ביהכ"נ.

ארויס פון די שמאלע געסל איז דא א ברייט פלאץ. אינעם פארצייטישן פארגאנגענהייט האבן אלא דאס גערופן 'יודנקירכהויף' - דער אידישער בית עולם. אבער היינט איז נישט דא קיין בית עולם, נישטא קיין קברים, נישטא קיין מצבות און הייסט מער נישט 'יודנקירכהויף'. אין תשי"ח (1958) איז יודנקירכהויף גערופן געווארן 'שראנענפלאץ', די פלאץ איז פונעם אלטן אידישן ביה"ח. אין שנת ק"ע (1410) האט מען דא אויף געבויט די צווייטע ראטענבורג'ע בית הכנסת. אויפ'ן פלאץ פונעם ביה"ח איז היינט ליידער א שטאט'ישע צענטראלע 'פארקינג לאט'.

בילד
שראנענפלאץ - ארט פונעם אמאליגן ביה"ח. היינט א פארקינג-לאט

אין יאהר קצ"ה (1435) איז די פארבאט פון קריסטן צו פארבארגן אויף פראצענטן געווארן אפגעשאפט. אלץ רעזולטאט האבן אסאך אידן אנגעהויבן צו ליידן פון ארעמקייט זייענדיג פון די גרעסטע הכנסות אין יענע צייט. און אנטיסעמיטיזם האט זיך פארמערט.

אין יאהר ר"פ (1520) האט דער פאנאטישער פרעידיגער "יאהאן טא-אוסשליין" געהאלטן פייער'דיגע אנטיסעמיטישע רעדעס און אנגעהעצט די קריסטן קעגן די אידן. אלץ רעזולטאט זענען די אידן ברוטאל פארטריבן געווארן פון ראטענבורג מיט א פארבאט צו וואוינען דא פאר די קומענדיגע דריי הונדערט און פופציג יאהר. ביים דעם גירוש, איז די בית הכנסת פארוואנדלט געווארן אין א קירכע און די ביה"ח א גוי'שע בית הקברות. צעהן יאר שפעטער ווען די איינוואוינער האבן געוואלט פארברייטערן די באגרעבעניש ארט, האבן די קריסטן אויסגעריסן אלע אידישע קברים מיט די ביינער און אוועקגעפירט אויף אן אומבאקאנטע פלאץ. די בית הכנסת איז שפעטער אין שכ"א (1561) צונומען געווארן און אירע ברוכווארג איז געווארן גענוצט פאר בוי מאטריאל פאר א נייע בית הקברות און קירכע.

אין תרע"ד האט מען דורכגעפירט א רייע אורבאניסטישע בויעריי אויף דעם פלאץ. גראבענדיג טיפער אין די ערד האט מען געפונען דריי און דרייסיג אידישע מצבות מיט דאטומען צווישן די יאהרן כ"ו און קנ"ה און אסאך מענטשליכע ביינער. די ביינער האט מען מקבר געווען אינעם נייעם ביה"ח.

די שטאטישע אויפזעהר'ס וועלענדיג מאכן די שטאט מער קאלירפול און אינטערעסאנט פאר אירע טעגליכע טוריסטן, פלעגן אריינבויען אידישע מצבות אין די ווענט און אויף די מויער אויף עטליכע פלעצער אין שטאט. די טוריסטן-פירער פלעגן דערציילן פארשידענע לעגענדעס איבער די שטיינערנע מצבות. ווי אז די שטיינער האבן די אידן מיטגעברענגט פון ירושלים פון די ביהמ"ק וואס שלמה המלך האט געבויט ווען זיי זענען געווארן פארטריבן. ביז איינע פון די רבנים האבן אויפגעקלערט די שטאטישע טאטעס אז דאס זענען גארנישט קיין שטיינער פון ירושלים, נאר גאר באווייזן פונעם אידישן באוואוינונג אין ראטענבערג און שרייעדיגע עדות אויף די ליידן און רשעות וואס איז אויף זיי דא אדורך. אזוי ווי איין איינזאמע שטיין טוט טאקע בלויז פאראייביגן די בלוט פארגיסונגען וואס דער צורר היהודים 'רינדפלייש' האט דא פאראורזאכט, וואס וועט זיך פאר אונז באלד דערקענען פון דערנאנט.

שפעטער האט מען די מצבות ארויסגענומען. די מצבות קען מען היינט זעהן, טייל אין די וואנט פון די "רבי מאיר גארטן", טייל אין די "רייכשסטאט מוזיאום" און טייל אין די "פראקוניע דזשואיש מוזיאום" אין פורטה.

יודנקירכהויף איינקריצונג, שראנענפלאץ נומער 16

די שראנע מאגאזין אויף שראנענפלאץ נומער 16 האט אויף זיך א ציגל-טאוול וואס שטייט אז עס איז געבויט געווארן אין 1783. אבער מיט א נענטערן בליק דערקענט זיך די ווארט "יודנקירכהויף". דורכאויס די יארן ווען אידן זענען כסדר געווארן פארטריבן, זענען די שטיינער פון זייערע הייזער, בתי כנסיות, און מצבות, געווען גוטע בוי מאטריאל. די האלב-פארמעקטע ווערטער טוען אנדייטן א פארבינדונג צו דעם כמעט פארגעסענעם אמאל, און א שאנדע און דערנידערונג פון אידישע קברים און סימבאלן.

בילד
שראנענפלאץ נומער 16 אין שנת תש"י. מצבות אויף ביידע זייטן

בילד
בילד
שראנענפלאץ נומער 16 היינט

בילד
פון תש"י. נעבן שראנענפלאץ אין די וואנט פון א פובליק ביה"כ. מען זעהט איין מצבה אויף די לינקע זייט און א טייל פון א מצבה רעכטס אויבן
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

בורגטור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

בורגטאר

א גרויזאמער טויער אין די היסטאריע פון די אידישע געמיינדע אין ראטענבורג. דאס איז איינע פון די טויערן פונעם אלטן מויער באהאפטן צו די 'שטאפערבורג' שלאס. ווען די אידן פון שטאט זענען געווען באדראעט אין פארשידענע פאגראמען דורכאויס די ראטענבורג היסטאריע און געוואלט אנטלויפן פון זייערע נאכיאגער זענען זיי געלאפן צום טויער צו קענען אנטלויפן פון שטאט

בילד

אין איינע פון די עפיזאדן ביי די רינדפלייש פאגראם האבן די אידן זיך באהאלטן אינעם שלאס פאר דריי טעג און נאך געהאפט אז קייזער אלבערט וועט ווי פארשפראכן, זיי קומען צו הילף און זיי באשיצן פון די מערדער. אבער נאך דריי טעג האבן די מערדער געשטורעמט דעם שלאס. די אידן האבן געוואלט אנטלויפן פון שטאט, אבער דער היטער פונעם שלאס האט נישט געוואלט עפענען דעם טויער. רינדפלייש פארציקער האבן פארכאפט די אידן ביים טויער און ברוטאל דערמארדערט און פארברענט א גרויסע צאל מענער פרויען און קליינע קינדער. איינע פון די קדושים פון ראטענבערג איז הגאון ר' אברהם בן ברוך - בעל ספר סיני, די איינע ברודער פונעם הייליגן מהר"ם מרוטנבורג, ער איז אויך דארט אומגעקומען מיט זיין ווייב און צוויי טעכטער הי"ד.

בילד
בילד
בילד
ספר סיני שנת קנ"א. היינט אין די "דזשואיש מוזיאום בערלין לייברערי"

אין ראטענבורג האבן די רוצחים דריי מאל באפאלן די אידן און יעדע מאל אויסגעמארדערט גרעסערע צאלן ביז צום לעצטן איד.

די ערשטע מאל איז געווען י"ד תמוז, דאס צווייטע מאל ערב תשעה-באב, און צום לעצט אום י' אב וואס די הריגה האט זיך געצויגן פאר דריי טעג נאכאנאנד ביז עס איז גארנישט פארבליבן.

מיר לערנען מער וואס האט זיך אפגעטון אין יענע גורל'דיגע טעג פון די קינות וואס זענען פארפאסט געווארן.

אין איין קינה וואס איז נישט באקאנט ווער איר מחבר איז, הייבט זיך אן "אבכה לקשה יום", ווערט דערמאנט די דאזיגע קלאג אויף די שטאט ראטענבורג:
ועל העיר האדומה מדם רשע שמה
הוי הוי עיר הדמים אזעקה ואהימה
איך נפלה גבורים ויאבדו כלי מלחמה


אין א אנדערע קינה פון ר' תמר בן מנחם, וואס הייבט זיך אן "אספדה ואילילה" ווערט דערמאנט ראטענבורג:
על קהילות רוטונבורק הקדושה צפירת תפארה
שרפו ורצחו עמהם יותר ממאה ישובים בגערה


נאך א קינה פון ר' אברהם הלוי "ציון מכון שבטך" ווערט דערמאנט די חרוזים:
עיני הלא נוזלים דמעה כמעין
וים עלי שלוש מבצרי נהרס מעוניך
המה נקובי השם וירצבורק רוטונבורק ונורנבורק


אין א קינה פון ר' משה ב"ר אלעזר, "מה קול הצאן הזה":
על מהפכת רוטונבורק הקהילה
...
בשלשה פעמים פגעו בם בני עולה
בארבעה עשר בתמוז פתחו הצרים בקלקלה
ועד ד"ן נפשות נרדפו ונהרגו תחלה
ובשנים עשר באב עלתה כל העדה כלה
הרבו המדורה והציתו בקול המלה
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

רבי מאיר גארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

רבי מאיר גארטן - יודנטאנצהויז

בילד
יודנטאנצהויז נאכ'ן ווערן באמבאדירט ביי די צווייטע וועלט קריג

בילד
אין א אנדער דענקמאל פארן הייליגן מהר"ם, איז די "רבי מאיר גארטן" Rabbi-meir-gartchen. די גארטן איז ביי די 'יודנטאנצהויז' (judentanzhaus). די יודנטאנצהויז איז אינאיינעם מיט די 'ווייסנטורעם' וואס איז געווען א טייל פונעם אלטן מויער. די יודנטאנצהויז איז געווען א חתונה זאל און א גאסטהויז. עס איז געבויט געווארן ארום יאהר 1400 למספרם און רענאווירט געווארן אין 1613. עס איז באמבארדירט געווארן דורך אמעריקאנע קרעפטן אין 1945 און איבערגעמאכט געווארן אין 1953. עס וואוינען היינט דארט א צאל פאמיליעס.

בילד
אריינגאנג צו רבי מאיר גארטן 'יודנטאנצהויז' אויף די לינקע זייט

בילד
טייל מצבות זענען היינט פלאצירט אין די רבי מאיר גארטן

בילד
בילד
יודנטאנצהויז מיטן 'ווייסנטורעם'


בילד
די מצבה פון יהודה ב"ר משה איז געווען איינגעמויערט אינעם וואנט פונעם פובליק ביה"כ אויף שראנענפלאץ.

בילד
בילא בת ר' משה

בילד
די מצבה פון בת שבע בת ר' אברהם איז געווען איינגעמויערט אינעם וואנט פונעם פובליק ביה"כ אויף שראנענפלאץ

בילד
אסתר בת אומנו שרה

בילד
יוסף בר אלעזר

בילד
אסתר בת ר' דוד

בילדיהוא בן הק' ר' יעקב

בילד
הנערה מעטו בת ר' יהוד'

קאוד: וועל אויס אלע

פה נקבר
הנער יהודה בר
משה ד' באדר
יום ב' שנת פ"ה
לפ' תיצרר נפשו
בגן עדן א' א' א'
סלה

פה נקבר מ' בילא
בת ר' יצחק הלוי
ח' תמוז יום ה' קל"ט
לפ' תנוח נפ' בגן עד'
א' א' א'
סלה

פה
נקברה מר'
בתשבע בת ר'
אברהם ג' בטבת
יום ג' שנת פ"ו לפ'
תנוח נפשה בגן
עדן א' א' א'
סלה

פה נקברה
מרת אסתר בת
אומנו שרה ו' טבת יום
ג' קמ"ה לפר' תנוחה
נפשה בגן עדן אמן
א' א' סלה

האבן הזאת לראש ר'
יוסף ב"ר אלעזר הנקב'
ו' תמוז יום ב' קמד לפ'
תנוח נפשו בג עדן
א' א' א'
סלה

פה נקברה הזקינ'
מ' אסתר בת ר'
דוד כד שבט
יום ד' צג לפ' תוצ'
נפשה בגן עדן
א' א' א' סלה

עד הגל הזה
ועדה המצבה
לראש ר' יהוא בן
הק' ר' יעקב הכהן
הנקבר ו' בשבט
יום ה' שנת ע"ט לפ'
תיצרר נפשו בגן
עדן א' א' א' סלה

פה נקברה
הנערה מעטו
ב"ר יהוד' הלוי
יו' ה' י"ג כסליו
ואחות' שונלין
כט תשרי ביום
ה' קב לת'נ'ב'ע'
א' א' א'
ס'

פה נקברה הנע'
שלמה ב"ר יהוד'
הלוי בא' אלול
יום א קל"ט ל תנוח נפשו
בג' ע' א' א' א'
ס'


יעדע שטיק צייט געפינט מען נאך מציבות אדער טייל פון מציבות אריינגעבויט אין געוויסע שטאטישע געביידעס. אזוי ווי מען האט געפונען א שטיין אין די אויסערליכע טייל פונעם אלטן מויער. טייל מאל ווען מען טוט שטודירן אלטע געביידעס ביי ארכעאלאגישע שטודיעס, געפינט מען גאנצע מציבות טייל מיט די אותיות איבערגעדרייט אויף פארקעט. ווען אימער מעגליך נעמט מען ארויס די שטיינער און מ'לייגט דאס אין די רייכסשטאט מוזיאם.

בילד
מצבות אינעם רייכסשטאדט מוזיאום. געוויסע מיט א דאטום פון די צייטן פונעם הייליגן מהר"ם מרוטנבורג

בילד
א טייל פון א מצבה פארבויט אינעם אלטן מויער. (עס איז ארגינעל אריינגעבויט פארקערטערהייט)

בילד
פון דא האט מען ארויסגענומען א אידישע מצבה
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

wow
א גרויסן ייש"כ
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אנגעהויבען ליינען; אייזען געשריבען (כ'הייב מיין היטל פאר דיר). ארויס געפרינטעד און וועל ממשיך זיין ליינען אויפען וועג אהיים.

א ייש"כ פאר אונז מהנה זיין!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

וואף ..... העמיר ווארטן פאר א פד"ף צו ליינען .
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

בענקל, איך פאַל פון בענקל!
אביסל דורכגעבלעטערט. א מעסטער פיעס פון אן ארטיקל, די שריפט און די תוכן.
יש"כ פארן נעמען די מיה פאר אונז ווידעראמאל מהנה זיין. (אזא בנין פאסירט נישט איבערנאכט.)
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

יישר כח זייער אינטערסאנט און היסטאריש אינפארמאטיוו. כוואלט זייער געוואלט כאפן מיט אייך א פיזישע שפאנציר לענגאויס אייראפע


נ.ב. היינט געזען א "פארשוועכטע קיכן" אין אויוון.... אזוי איינגעפאלן מיט טיפע קנייטשן..
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

לחם לשובע האט געשריבן:wow
א גרויסן ייש"כ
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

עס איז נאך דא א דריי פיהר קאפיטלן.
כהאב נישט קיין ניק
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהאב נישט קיין ניק »

זייער שיין באשריובען אבער פליס נעם אראפ די פיקטשערס מיט דו צלמים.
נ.ב. כהאב שון געבעטען אין אישי
Sorry for my misspellings
יש מזל
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש מזל »

רבותי כאב געמאכט א PDF דערפון בעזה"י
כ'ווייס נאר ניט וויאזוי עס ארויפצולייגן דא
ווער ס'וויל עס ארויפלייגן דא ביטע מיר שיקן זיין אימעיל באישי
דאנקע
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”