ונ"ח לא מצא חן - פרעות רינדפלייש ה' אלפים שנת נ"ח - עלילת חילול לחם נוצרי

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

יש מזל האט געשריבן:רבותי כאב געמאכט א PDF דערפון בעזה"י
כ'ווייס נאר ניט וויאזוי עס ארויפצולייגן דא
ווער ס'וויל עס ארויפלייגן דא ביטע מיר שיקן זיין אימעיל באישי
דאנקע

ס'שיין אויב די בעטסט קודם בענקעל רשות.
לאדען עס ארויף אויף דראפ באקס, אדער גוגל דרייוו . און שער די לינק און פעיסט.
שכח מזל, יש מזל לישראל!
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ייש"כ בענקל פאר די שיינע לענגערע באשרייבונג

א שטיק אומ'באוויסטע היסטאריע

ייש"כ מרובה (איך פארשטיי אז האסט אוועק געגעבן אסאך צייט, באמת ייש"כ אין מילים בפינו להודות).

גיי אן ווייטער ביתר שאת וביתר עוז


נ.ב. הרב יש מזל, מיר ווארטן אויף דעם PDF די ב"ב זאל אויך הנאה האבן דערפון.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תר"ל (1870) דריטער און לעצטער קווארטאל, הערנגאססע שוהל 21

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

תר"ל (1870) דריטער און לעצטער קווארטאל, העררענמארקט Herrenmarkt 40, היינט הערנגאססע שוהל 21

אין תרכ"א (1861) האבן די אידן באקומען רעכטן זיך צו באזעצן וואו אימער אין די שטעט פון באוואריע. די ערשטע אידן זיך צו באזעצן אין ראטענבורג נאך הונדערטער יארן זיין פארוואוסט אן קיין קול תורה ותפלה, איז געווען אין תר"ל (1870). די 'הוימאנן' און 'שטרויס' פאמיליעס פון 'נידערשטעטטען' זענען געווען די ערשטע צו קומען וואוינען אין ראטענבורג. אין תרמ"ח (1888) האבן די אידן אפגעקויפט א געביידע פול מיט צימערן - היינטיגע הערנגאססע נומער 21 herrngasse. און געמאכט דארט א בית הכנסת, א קהילה צענטער און א מקוה. די אידן האבן געוואוינט דארט גאנץ רואיג און געווען גוטע איינקויפער.

בילדהערנגאססע 21 פאר'ן קריג

בילדהערנגאססע 21 היינט.

אין תרל"ה האבן די אידן פארבעטן 'הר"ר משה האפמאנן ז"ל' פון 'זעקענדארף', קוים א יאהר פארהייראט, פון פריעדיגע תלמידים פונעם ווירצבורג'ער רב אין זיין סעמינאר בית המדרש למורים, צו זיין דער אפיציעלער משפיע און וועג ווייזער. ער האט בעפאר געווען עטליכע יאהר רב אין 'זעקענדארף' און דערנאך אין די ראטענבורג'ער קהילה פאר פופציג יאהר. ער איז געווען דער מלמד תינוקות; שוחט, חזן און פרנס. הר"ר משה האט געוואוינט אויף העררענמארקט Herrenmarkt 40, היינט הערנגאססע 21. דארט איז אויך געווען זיין תלמוד תורה וואו ער האט געלערנט מיט קליינע קינדער.

אין תרפ"ז (1926) איז פון 24 הענדלער'ס אין ראטענבורג, זענען 14 געווען קיה הענדלער. עס זענען געווען טעקסטיל-הענדלער (הוימאנן, שטרויס, מאנן, און קירשבוים פאמיליעס אין הערנגאססע 2), לעדער-הענדלער (וועסטהיימער פאמיליע), א בוטשער, און א ארכיטעקט. די אידן זענען אויך געווען איינגעשטעלט אין רעגירונגס איינגעלעגענהייטן. דער פארזיצער פון די קולטור געמיינדע 'קארל ווימפהיימער' איז געווען אויך א מיטגליד אין די שטאטישע ארמעניע'ן ראט.

בילדהערנגאססע 2 הוימאנן און שטרויס טעקסטיל געשעפט.
בילדהערנגאססע 2 היינט.

בילדמעצגעריי לעהמאנן געשעפט Schmiedgasse 5
בילדמעצגעריי לעהמאנן געשעפט היינט.

דאס האט אנגעהאלטן ביז אין יאהר תרפ"ג (1923) ווען די נאציאנאליסטישער כאריזמאטישער רעדנערין 'אנדריא עללענדט' שר"י, האט געהאלטן א דריי שעה'יגע רעדע ביי א ריזיגע צוזאמענקום פאר די אנטיסעמיטישע 'רייכספלאגגע'. באשולדיגענדיג די אידן אין פינאנציעלע פראבלעמען און מלחמות.

('אנדריא עללענדט' איז געווען א מעקסיקאנער געבוירענער וואס האט אימיגרירט קיין דייטשלאנד - אן אויסגערופענער אנטיסעמיט מיט א זעלטענע פלאמעדיגע האסס אויף אידן. און דערצו א גאר כאריזמאטישער רעדנערין פאר די נאצישע באוועגונג, וואס האט געצויגן טויזנטער צוהערער וואו אומער איבערן לאנד זי האט געהאלטן רעדעס. זי איז געווען דער ערשטער ארויפצוברענגען היטלער ימש"ו אויף די נאציאנאלע ארענע. אין איינע פון אירע רעדעס אין מאי 1922, ארגאניזירט דורך די טרויעריגע 'ענ-עס-די-ע-פי' (NSDAP) האט זי געשריגן מיט גיפט:
"איך אפעליר צו אייך אלע: צייגט מוט, שליסט אייך פעסטער צוזאמען, די צייט ערפאדערט עס! מיר פאדערן אויסשאלטונג און בעזייטיגונג פון די יודן. נישט מיט ווערטער קאנען מיר די יודן באקעמפן, מיר מוזן פילמעהר צו טאט שרייטען. דערום זיינט איהר אבער אלע בארופן, איהר אלע די וואס זענען דא. זייט אייניג, ווען עס גילט, ראך אן דעם יודן צו אבערן".

רבי משה האפמאן איז געווען זייער געשעצט ביי די דייטשן. ער האט פרובירט אפצושטילן די האס קעגן די אידן. ער האט געשיקט בריוון און געשריבן ארטיקלן אין די צייטונגען ווי אין די 'פראקוניע גאזעט', - אפצושלאגן די העסליכע רעדעס. א קריסטליכער פראפעסאר אין ראטענבורג 'היינריך לייבלער' א פריינד פון רבי משה - א גרויסע ידען און רעדנער, האט אויך געשריבן אין צייטונגן פרובירענדיג צו אפשלאגן און איינשטילן די געמיטער פון די טאגליכע העסליכע רעדעס.

און די קומענדיגע יאהר האט א גלח מיטן נאמען 'ווילהעלם פאברי' געהאלטן א לעקציע איבער די "יודנפראגע" וואו ער האט אויפגעפרישט אלע פארצייטישע באשולדיגונגן קעגן די אידן. טאג נאך טאג האבן זיך פארמערט אנטיסעמיטישע אטאקעס אויף אידן אין ראטענבורג.

אין תרצ"ז (1937) האט זיך אנגעהויבן א סיסטעמאטישע פארטרייבונג אויף די אידן פון ראטענבורג. אין כ"ז תשרי שנת תרצ"ט (1938) איז געווען די ענדגילטיגע - ביז צום היינטיגן טאג פון א לאנגע היסטאריע פון אידן אין ראטענבורג. היטלער יונגן האבן אינוואדירט דעם אידישע קווארטל און געשאסן מיט ביקסן אין די לופטן אנזייענדיג א שרעק פאר די לעצט זיבעצן פאמיליעס וואס האבן געוואוינט אין ראטענבורג. די אידן זענען אנטלאפן מיט זייער זעק און פעק דורך הינטער געסלעך מורא האבענדיג צו פארן מיט די באנען. דער חזן פונעם ביהכ"נ ר' שמשון ווארצינגער האט צום לעצטן מאהל פארשלאסן די שוהל און איבערגעגעבן די שליסלן צו די ראטהויז. פינף טאג שפעטער איז די ביהכ"נ געווארן געפלונדערט, און ראטענבורג האט געפייערט א 'פריידנפעסט' איבער די 'באפרייאונג פון די אידן'. דאס איז געווען בעפאר די נאציאנאלע באקאנטע 'רייכספאגראמנאכט' אדער קריסטלנאכט שפעטער אין דעם יאהר.

נאך פופציג יאהר לערנען מיט אידישע קינדער אין ראטענבורג, האט רבי משה אויף דער עלטער זיך אריבערגעצויגן קיין ווירצבורג וואו ער איז אוועק אין ט"ז אב תרפ"ט אין עלטער פון אכט און זיבעציג יאהר און באערדיגט אין די 'האכבערג' ביה"ח. ווי א שרייבער אינעם "באווארישן איזרעלישן געמיינדעצייטונג" האט דאן געקלאגט אויף ר' משה. "ער איז געווען אין א געבענטשטע עלטער פון 78 יאהר, מיט רויזן באקן און שנייאיגע זילבערנע בארד מיט נאך געזונטע יארן צוגיין האט פלוצלינג עטליכע מאנאטן צוריק געשלאגן געווארן מיט א לעבער קרענק וואס האט פארשנעלערט זיין לייכטן טויט".

ר' משה האט געהאט דריי טעכטער אין ראטענבערג. 'עממא' איז פארכאפט געווארן אין 1942 און ערמארדערט געווארן אין די מעדאנעק טויט לאגער. 'גרעטשען' מיט איהר מאן 'יוסף אנסבאכער' זענען אין 1939 אנטלאפן קיין ניו יארק וואו זי האט אויסגעלעבט אירע יארן. זיי האבן געהאט דריי קינדער. לינע, מעקס, און ליאו. משה'ס יונגע טאכטער 'רויזא' איז געווארן ערמארדערט ביים קריג.

בילד
[align=center]פט
האיש החסיד הרר משה בר יוסף
המכונה האפמנן מלמד תינוקת
בעיר של מהרם מרוטענבורג
מורה צדק רועה עדרו
שליח ציבור בקהילתו
הנהיג באמונה את בני ביתו
נדרש לישיבה של מעלה
ביום טו מנחם תרפט לפק
ת נ צ ב ה
[/align]

אין מערץ 31 1945 האבן אמעריקאנע מיליטערישע פליגערס באמבארדירט און פארניכטעט פערציג פראצענט פון די שטאט ראטענבורג ווי אויך א גרויס טייל פון איהר מויער. ראטענבורג איז געווארן כמעט ווי פארוואוסט.

בילד
בילד
א מאפע פון פונעם אידישן קווארטל אין ראטענבורג
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

בורגגארטן - בלאסיוס טשאפל תשנ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

בורגגארטן - בלאסיוס טשאפל. תשנ"ח

ווי פריער ערווענט האט אין יאהר תרע"ד די שטאט אויפגעגראבן ביי יודנקירכהויף, אויפן פלאץ פונעם אלטן ביה"ח און מען האט דאן געפונען אסאך אידישע מצבות מיט מענטשליכע ביינער וואס די רשעי ראטענבורג האבן יארן פריער חרוב געמאכט. איינע די געפונענע מצבות איז נישט געווען פון א קבר, עס האט נישט געהאט קיין פ"נ מיט א נאמען פון א נפטר. עס איז א מצבה פאר גאר אן אנדערע צוועק. עס איז א דענקמאל פאר די קדושים וואס זענען אומגעקומען אין ראטענבורג דער 'עיר הדמים' בשעת די רינדפלייש פאגראם. די איינציג געבליבענע עדות אויף די שווערע צייטן פון יהודי אשכנז אינעם דרייצענ'טן יארהונדערט וואס איז כמעט פארלוירן געגאנגען.

אין תשנ"ח (1998) האט מען אויף דעם פלאץ אפגעצייכנט דעם זיבן הונדערט'סטן יאהר פון די רינדפלייש פאגראם, דורך אויפשטעלן א דענקמאל נעבן די 'בלאסיוס טשאפל' קירכע. דאס איז לויט היסטאריקער די פלאץ וואו די אידן זענען געווארן פארברענט. אויפן שפיץ פונעם דענקמאל איז א פארום ווי מען פארברענט אידן ל"ע. דאס איז נאכגעמאכט פון א געמאלן בילד פון א אידישע כראנאלאגיע בוך געשריבן דורך 'הארטמאנן שעדעל' פון נורמברג אין 1493, וואו ער באשרייבט אויך די רינדפלייש פאגראם. אונטער דעם איז איבערגעזעצט אין דייטש, ווערטער פון די מצבה וואס מען האט געפונען אין יודנקירכהויף, וואס איז געשריבן געווארן דורך א איד וואס האט איבעגעלעבט די רינדפלייש האלאקוסט. אונטער דעם איז אריינגעקריצט די אריגינעלע ווערטער פונעם דענקמאל נאכגעשריבן פון די שטיין וואס ליגט היינט אין א מוזיאום.

בילד
בילד
די אריגינעלע געפונענע אבן זכרון על קדושי ראטענבורג, רינדפלייש דענקמאל פון יודנקירכהויף

בילד
א נאכגעמאכטע דענקמאל ווי אזוי די אריגינעלע האט מעגליך אויסגעזעהן גאנצערהייט

בילד
בילד
בילד
בילד
בילד
די דענקמאל ביי בלאסיוס קירכע וואס מען האט געשטעלט אין תשנ"ח

[align=center]במר נפש מספד מר יען כי שכחנו
הגזירות הראשוני֗ להזכירם חקקתי
על לוח אבנים קדושי֗ רוטנבורק
שנהרגו ונשרפו ע֗י֗ה֗ בשנת נ֗ח֗
לפר֗ י֗ט֗ תמוז ובמבצר חוץ לעיר
עשו כלה והוציתו באש והמתו
בני העיר וכלה ממנו רב וצעיר
י֗ב֗ לחדש חמישי לאלף השישי
חדל משושי וביום השלישי
ישלחנו חופשי אז יבא גואלי
וקדושי
א֗ א֗ א֗
[/align]
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

דער לחם נוצרי היינטיגע צייטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

פילע קריסטליכע קירכע'ס האבן היינטיגע צייטן א געוויסע צערעמאניע וואו די באטייליגטע פארזוכן די קריסטליכע הייליגע ברויט וואס פארטרעט דעם קריסטליכן גאט. כאטש די צערעמאניע און רעצעפט בייט זיך צווישן די פארשידענע קירכע געמיינדע'ס, איז עס אין אלגעמיין א קליין רונדיגע קיכל און וויין.

ביי אלגעמיינע קריסטן איז די צערעמאניע בלויז א סימבאלישע, אבער ביי די אזוי גערופענע גאר פרומע קאטאליקן, איז די צערעמאניע - 'קאמיוניאן' אדער 'יוקעריסט' ווי עס ווערט גערופן, גאר שטארק פארהייליגט, וואו עס ווערט דורך א גלח'ישע פראצעדור געבענטשט און דורך דעם ווערט די קיכן און די וויין פארוואנדלט אין די פלייש און בלוט פונעם אוה"א, אזוי ווי עס איז געווען זייער מנהג אינעם מיטל-אלטער, פון וואס אידן האבן דאן זיך אזויפיל אנגעליטן.

די קאטאליקן האבן גאר שטרענגע פרינציפן ווער עס קען באקומען די הייליגע קיכן. צום ביישפיל, איינער וואס אז נישט קיין קאטאליק איז נישט ערלויבט צו באקומען, אזוי אויך א זינדיגער, ביז ער איז נישט אריבער א קאנפעסיע פאר א קאטוילישע גלח.

ביי אומגלויביגע גוים איז די גאנצע קיכן צערעמאניע א מיטל זיך אונטערצוהאלטן און זיך רייצן מיט די פארגלויבטע קאטאליקן. מען טוט דאס דירעקט פארשוועכן דורך ארויסגנב'ענען פון די קירכע'ס און שפייען דערויף און צושטעכן (פונקט דאס מיט וואס מ'האט פארצייטנס פאר בלויזע שנאה באשולדיגט די אידן). אבער אנדערש ווי אמאל ווען די קירכע'ס זענען געווען גאר מאכטפול, קענען זיי היינט גארנישט טון מער ווי רופן פאליציי און גיין אין געריכט און האפן אז דער ריכטער זאל זיין א קאטאליק. אדער טוהן זיי אויסשליסן דעם גנב דעם פארברעכער פון די קירכע.

אין איין אזא עפיזאד וואס האט זיינער צייט געצויגן גרויס נייגער. אין 2008 איז געווען א אינצידענט ווען א סטודענט אין פלארידע "וועבסטער קוקס", האט באקומען אין זיין מויל אזא 'קיכן' ביי א קאטוילישע צערעמאניע און דאס נישט גלייך אויפגעגעסן, ער האט דאס געוואלט ווייזן פאר א נייגעריגע פריינד. ער איז געווארן באשולדיגט מיטן פארשוועכן די קיכן. קאטוילישע גלחים איבער די וועלט האבן געשטורעמט און פראטעסטירט ער זאל שוין צוריק געבן די קיכל און מען ברויך דעם סטודענט ערענסט באשטראפן. צווישן אנדערע סטראשונגן האט דער סטודענט באקומען ערנסטע טויט רופן. איין קאטוילישע פאטער האט דאס צוגעגליכן צו א 'קידנעפינג'. אנדערע האבן דאס אנגערופן "נעמען די קריסטליכע גאט האסטעדזש".

א סייענס פראפעסאר פון מיננעסאוטע אן אויסגעשפראכענער ליבעראלער אטיאיסט "פאול זעקערי מייערס", האט שטארק קריטיקירט די גאנצע סומאטוכע, און באשולדיגט דעם קאנסערוואטיווע'ן טעלעוויזיע פירמע "פאקס ניוז" מיטן מער אויפרייצן די מאסן און מאכן מער פראבלעמען פאר דעם סטודענט. ער האט געשריבן אויף זיין פאבליק-פארום אז ער וועט פארשוועכן א קריסטליכער קיכל צו ווייזן אז עס איז בלויזע פאנטאזיעס. מייערס האט עפענטליך געבעטן זיינע נאכפאלגער אויף זיין פארום זיי זאלן איהם פארשאפן א הייליגע קיכן. ער האט דאס צושטאכן מיט א ראסטיגע נאגל, עס אריין געלייגט אין מיסטקאסטן צוזאמען מיט אלטע קאווע-שטויב און באנאנע שולעכטס און פובליצירט א בילד דערפון.
בילדדי פובליצירטע בילד דורך זעקערי מייערס.

אין אן אנדערע עפיזאד אין 2009 האבן צוויי פארשטעלטע מוסלומענע קארעספאנדענטן פון א 'מאלאזיע'ן מאגאזין אנטייל גענומען אין א קאטוילישע צערעמאניע און באקומען א הייליגע קיכן. זיי האבן שפעטער אויסגעשפוגן די קיכן און עס פאטאגראפירט צו ווייזן אז זיי זענען נישט געווארן 'אפאסטעטיזירט'. דער בילד האבן זיי שפעטער געלייגט צוזאמען מיט זייער ארטיקל אינעם מאגאזין. איטליכע קאטאליקן האבן אריינגעגעבן א קלאגע צו די פאליציי, אבער די פאליציי האט גארנישט געטוהן. די פארשוועכונג האט געברענגט איבערן גאנצן לאנד א הילכיגן סקאנדאל און פארדאמונג פון נישט מוסולמענער און מוסולמענער צוגלייך. א יאר שפעטער האט די מאגאזין פובליצירט אן אנטשולדיגונג.

אזוי איז די נייעס פארנומען וועכענטליך מיט פארשידענע סקאנדאלן אנבאלאנגט די "טמא'נע קיכן", וואס אינעם פארגאנגענהייט איז די זעלבע פאלשע זינלאזע און נער'ישע איינרעדעניש געווען נישט מער ווי אן אויסרייד צו אויספירן דאס וואס זייער הארץ גלוסט מיט דעם נעבעכדיגן איד. ווי דער אומבאקאנטער מקונן אויף די רינדפלייש פאגראם קלאגט צווישן די שורות אין די קינה פון "אבכה לקשה יום" מיוסד ע"פ א"ב:

בלחם המגואל הנתעב והמגעל
התנכלו מזמתם ויוסיפו מעל
לאמר לבחירי עם הקדש והמועל
'גנבתם אלהיהם ההולך חשכים'.
ויהי לאבל כינורי ועגבי לקול בוכים:

גם שחקתם אותו הדק ותבגדו בגד
בתוך הריפות בעלי עד שפך דמו לאגד
וחלקתם ובלגתם ותתלוהו במגוד
ותשלחו בכל תפוצות מחניכם הנבוכים.
ויהי לאבל כינורי ועגבי לקול בוכים:


________________

הבט משמים וראה כי היינו לעג וקלס בגוים נחשבנו כצאן לטבח יובל להרוג ולאבד ולמכה ולחרפה
ובכל זאת שמך לא שכחנו, נא אל תשכחנו
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

wow wow wow, שכוח בענקל א מעסטער פיעס. ;l;p- ;l;p-
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

א נייער האט געשריבן:wow wow wow, שכוח בענקל א מעסטער פיעס. ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ייש"כ פאר די שיינע ארטיקל (פאר די הוספה בפרט)
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

א הארציגען יישר כוח פאר אלע שיינע חיזוק און וואונטשן.

א עקסטרע דאנק פאר די פארוואלטונג פון לאמטערנע פארן ערלויבן ארויפצושטעלן די ארטיקל, וואו עס האט לכתחילה געזאלט ערשיינען.

א ספעציעלע דאנק פאר די חשוב'ע שרייבער אין דעם אשכול פארן העלפן מפענח זיין די מצבה פון הר"ר משה האפמאנן ז"ל.

א באזונדערע יישר כוח פאר 'יש מזל' פארן אהערשטעלן דעם PDF פאר די ארטיקל צו די צופרירענהייט פון פילע לייענער. פון א קורצע איבערבליק האט יש מזל געמאכט א הערליכע ארבייט און געשמאק צו לעזן.

https://drive.google.com/folderview?id= ... 6ytRAg74CE
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

א הארציגן יישר כוח פאר הרב בענקל פאר די הערליכע באשרייבונג מיט בילדער, אסאך ידיעות האמיר זיך איינגעקויפט.
קיינמאל נישט געוואוסט פון די לחם נוצרי.
אז עס א קאזין מיט די בלוט אין די מצות בלבולים?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
Come and go
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Come and go »

Wow ..סרייסט ביים הארץ אבער די "שרייב ווערק" (מיטן שרייבער) ברואגיט מיך אז כלל ישראל פארמאגט נאך עפעס (גאר גוט ) !
אז די קענסט מער נישט נאכמאכן יענעם קענסטו פראבירן צי זיין דיך!
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”