בית החיים אין שילעלמעד רומעניע ulmeni הסמוך לבאניע אין מעגליכע סכנה

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

בית החיים אין שילעלמעד רומעניע ulmeni הסמוך לבאניע אין מעגליכע סכנה

תגובהדורך פלאחותיך » מוצ"ש אוקטובער 27, 2018 9:34 pm

די בית החיים אין שילעלמעד רומעניע (היינט הייסט עס ulmeni) נעבן ביי-מארע איז אין א געפערליכע צושטאנד, און קיינער נעמט נישט קער דערפון

דער גויאישער מעיאר פונעם געגנט האט געקאנטאקט איינעם וואס גיבט זיך אפ מיט בתי חיים אין גאר אן אנדערע געגנט, זיך בעטענדיג ער זאל אים העלפן טרעפן ווער ס'קען זיך אפגעבן דערמיט, ער האט שוין כמה פעמים געבעטן דעם עמטליכער לאקאלער אחראי פון די ארטיגע בתי חיים אין די ביי-מארע געגנט זאל קער נעמען דערפון, אבער יענער איז נישט אינטערעסירט זיך צו פארענען דערמיט, מסתמא ווייל ער האט נישט קיין ארטיגע אייניקלעך צו קענען מאכן $$$$ דערפון

די מעגליכע סכנה איז, אויב נאכן מעיאר'ס פראבירן אויף אלע זייטן צו טרעפן איינעם וואס זאל קער נעמען און נישט טרעפן קיינעם וואס האט אינטערעסע אינעם פלאץ וועט ער מעגליך לאזן די שכנים דארט טון וואס זיי ווילן ר"ל און צומאכן די אויגן, אזויווי ס'פאסירט כסדר אין אנדערע שטעטלעך, און נאר נאכדעם וואס ס'איז שוין נישט דא קיין זכר פון קיין ביה"ח וועקט זיך איינער אויף עס צו קומען זוכן, מעשים בכל יום

אויב איינער ווייסט פון אפשטאמיגע פון דעם שטעטל אדער ווי אזוי זיך צו דערוויסן פון אפשטאמיגע זאלן מיך ביטע קאנטאטן אין אישי אדער לאזן דא וויסן
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט