פנקס חברה קדישא בעיר צפת תובב"א - השתתפו בהעתקתה

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

פנקס חברה קדישא בעיר צפת תובב"א - השתתפו בהעתקתה

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 11:22 am

שלום וברכה כבוד החברים החשובים שיחיו

איך בין פארבעטן געווארן דורך א חשוב'ער אינגערמאן, ארויסצוהעלפן מיט א פראיעקט משותף איבערצוזעצן א כתב יד פון א פנקס פון די חברה קדישא בעיה"ק צפת תובב"א פון די יארן תרט"ז-תרנ"ה.

דער פנקס טראגט א גרויס חשיבות פארמאנגדיג נעמען און פרטים פון דאס לעבן אין צפת הגלילית אין די פריערדיגע יארן, ווען דארט האבן געוואונט געהויבענע אידן פון פארשידענע מקומות, די פנקס פון וואס מיר רעדן איז פון די חברה קדישא פון די חסידים, דער פנקס הייבט זיך אן מיט אן העתקה פון די תקנות פון די חבר"ק מהרב הקדוש בעל בת עין מאווריטש זי"ע שמנו"כ בעיר צפת, און ווי אלע פנקסים ווערן אויסגערעכנט די נעמען פון די פארשידענע מתנדבים צו שטיין גרייט על כל צרה שלא תבוא מיט די פארשידענע אויפגאבעס ווען עס קומט די צייט ווען א איד גייט אוועק פון דער וועלט לחיי העולם הבא, אזוי אויך די נעמען פון חברים און נדבות, און נעמען פון נפטרים וכו'

דער פנקס איז געשריבן געווארן אין א משך פון פערציג יאר, מיט פארשידענע האנט-שריפטן איינס גרינגער און איינס שווערער, דער פקנס ליגט היינט צוטאגס אינעם ייוו"א לייברערי - מיקראפילם # 9676 - און קען געזען וועערן אויף די היברו-מאנוסקריפטס סייט. עס לויפט אויף ביילייפיג זיבעציג זייטן, נישט איבערגעפילט און דארף נישט נעמען לאנג מעתיק צו זיין בכח הרבים. די חומר פונעם פנקס טראגט א שטארקע חשיבות געוואור צו ווערן פרטים פון פארשידענע משפחות און תולדות הדורות פון יענע תקופה, וזכות הרבים תלוי און אלע משתתפים.

איך וועל פרובירן ארויפצוששטעלן איין בלאט אויפאמאל קודם, און ווער עס וויל זיך מתנדב זיין מעתיק צו זיין זאל באלד מעלדן דא, זאוי ארום אז צוויי מענטשן זאלן נישט ארבייטן אויף די זעלבע בלאט, און וויבאלד די בלאט איז נעתק אויפן פארום (אלעס דארף געטאן ווערן דא אין דעם אשכול) וועט מען ארויפשטעלן די קומענדיגע בלעטל להתעקה. עווענטועל קען מען לייגן צוויי בלעטער אדער מער אויםאמאל געוואנדן לויט די מתנדבים. איך וועל בל"נ נעמען די העתקות און עס ארויפשטעלן ין איין קובץ, און לאחר הגמר וועט מען עס צאמשטעלן אלס א קובץ והי' שכרם אתם ופועלתם לפניהם בעזהשי"ת.

-

אינצווישן וואס די ארבייט האט זיך שוין ב"ה אנגעהויבן, האבן מיר ערהאלטן א חשוב'ע ידיעה בענין הפקנס באישית, וז"ל הכותב:

איך האב מיך א מאהל א סך געפארעט אין דעם פנקס, וויל איך מציין זיין א חשוב'ע ידיעה: א גרויסע חלק איז גערשיבן געווארן דורך ר' אליעזר (דוב) בער קרויטהאמער ב"ר יהודה ליב, הנגיד בצפת, מעיר קאלאמייא (זיין יחוס בריעף איז געדרוקט געווארן אין די צווייטע באנד פון נחלת צבי), דוק ותשכח ('אבי',' 'חמי', וכו')

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 11:44 am

וזה החלי בעזהשי"ת

דף א' מהפנקס - די ערשטע י"ג תקנות הח"ק מועתק מכת"י הרה"ק הבת עין זצ"ל
Pinkes Tzefas - page 1.png
Pinkes Tzefas - page 1.png (130.9 KiB) געזעהן 819 מאל


איך האב עס צוטיילט אין צוויי חלקים קלארערע בילדער - עס קענען זיין צוויי מתנדבים
דף א - חלק א:
Pinkes Tzefas - page 1A.png
Pinkes Tzefas - page 1A.png (108.09 KiB) געזעהן 819 מאל


דף א - חלק ב:
Pinkes Tzefas - page 1B.png
Pinkes Tzefas - page 1B.png (161.63 KiB) געזעהן 819 מאל


-

אויב נעמט איר זיך אונטער מעתיק צו זיין ביטע רופט אייך אן וועלכע חלק איר זענט מעתיק - און שטעלט ארויף נאר די גאנצע העתקה אויפאמאל. אויב האט ער א שאלה אויף א ווארט צייכנט עס אן מיט א סימן שאלה (?) מלפניה ומלאחריה

הצלחה רבה

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1913
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 11:57 am

אז מיללער בעט...

איך וויל נישט זיין קיין הדיוט קופץ בראש, וועל איך טרייען חלק ב'

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 11:58 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:אז מיללער בעט...

איך וויל נישט זיין קיין הדיוט קופץ בראש, וועל איך טרייען חלק ב'

יישר כח

איך נעם בל"נ חלק א

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 12:22 pm

דף א' חלק א'

-

בעז"ה ובחר"ת בחיים לפ"ק (תרט"ו)

העתק אות באות מהתקנות מהרב הקדוש מאווריטש

עומדות היו רגלינו בשער הקדושה פה עיר צפת ת"ו ושמנו לבינו כי סוף כל אדם למות שאין אדם נמלט מזה עד קץ הימין. מחמת כשמגיע עת פקודתו חל המצוה ההוא, חובת המצוה הגדולה ההוא חל על כל יושבי העירה ורבים מת"ח מתבטלים מלמודם, לכן התנדבו אנשי מעשה והתחברו חבורה קדישא, וקבלו עליהם עסק המצוה ההיא לבלתי תחול על שאר ת"ח ויושבי העירה, לכן קבלו עליהם הח"ק את כל עסק המצוה ההוא ואופנים אשר יתבארו פה. ועתה אין רשות לשום אדם לעסוק באותו המצוה בלתי רשות הגבאים מח"ק.

והן המה האופנים אשר קבלו עליהם הח"ק בעסק המצוה:

א. שמחויבים ליזהר כשיזדמן ח"ו איזה גוסס ב"מ יתאספו עשרה אנשים מח"ק לעמוד בעת יציאת נשמת הגוסס בטהרה ולומר הפסוקים הנרשמים בספר מעבור יבוק.
ב. אחר יציאת נשמתו ישב א' מהחבורה אצלו בביתו עד אשר יתחילו העוסקים לעסוק עמו בטהרה כנהוג.
ג. אח"כ יתעסקו עמו אנשים המיוחדים מאנשי החבורה לרחצו ולטהרו כנהוג.
ד. אח"כ יתאספו עשרה אנשים מהם לעמוד בשעת טהרה.
ה. יתאספו האנשים מהחבורה המיוחדים לתפור לו התכריכים כנהוג.
ו. אח"כ יתאספו אנשים מהח"ק המיוחדים להיות נושאי המטה עד קברו.

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1899
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 1:11 pm

איך האב געהאט א זיידן אין צפת פון יענע יארן
ביטע לייגט א לינק צום פנקס העמיר פראבירן וואס מ'יר קענען בעז"ה

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 1:24 pm

ראספשע האט געשריבן:איך האב געהאט א זיידן אין צפת פון יענע יארן
ביטע לייגט א לינק צום פנקס העמיר פראבירן וואס מ'יר קענען בעז"ה

א גרויסן יישר כח

לאמיר דערווייל אנהאלטן צו ארבייטן אויף א סיסטעם ווי יעדער ווייסט אויף וועלכע חלקים ער ארבייט, איר זענט געלאדנט צו נעמען עטליכע דפים העתקה עפ"י הסדר

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 1:29 pm

ראספשע האט געשריבן:איך האב געהאט א זיידן אין צפת פון יענע יארן
ביטע לייגט א לינק צום פנקס העמיר פראבירן וואס מ'יר קענען בעז"ה

https://www.hebrewmanuscripts.org/hbm_1679.pdf

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 2:14 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:אז מיללער בעט...

איך וויל נישט זיין קיין הדיוט קופץ בראש, וועל איך טרייען חלק ב'

ערהאלטן פריוואט די העתקה פונעם מעתיק, איך לייג עס דא ביי:
Pinkes Tzefas - page 1B.png
Pinkes Tzefas - page 1B.png (161.63 KiB) געזעהן 696 מאל

ז. עשרה אנשים מהחבורה ילוו אותו מביתו לקברו וימתינו שם עד סתימת הגולל ואמירת קדיש האחרון.
ח. האנשים המיוחדים לחבורה ההוא יחצבו לו קבר בכל מקום אשר יפקדו עליהם הממונים כולם או רובם שיתן מקום להמנוח הן על מקום הנקרא ?מדרש? או אצל המעיין או בכל מקום אשר יסכימו הממונים כולם או רובם כך מחויבים החבורה הנ"ל לקיים מאמר הממונים ולחצוב קבר להמנוח כפי כבודו. רק כשתבוא עת פקידתו איש א' מהחבורה הנ"ל ח"ו אזי יספיק הסכמת ממונה א' כשיסכים ליתן מקום להמנוח איש מהחבורה על מקום ?המדרש?.
ט. מחויבים האנשים המיוחדים לחציבת קברים לבנות ציון על הקבר כנהוג שיהי' שווה ?? מציבת אבן חקוק שם המנוח עליו על הציון כנהוג ושכר העושים הציון יקבלו העושים עשרים ?? רק כשאפשר יעשו הציון עם אבנים ?? שקורין ?? ?? יקבלו שכר מלאכה שלשים ?? ושכר מלאכה ההוא יהי' שייך שלשה חלקים שכר לעושה המלאכה וחלק רבע יהיה שייך לקופת החבורה ואין רשות לשום אדם שאינו מהחבורה מחוצבי הקרקע לעשות בזה המלאכה של ה??
י. אין לשום עוסק במצוה הנ"ל לקבל שום ממון שכר פעולה ושום הוצאה מהמנוח ויורשיו כלל רק באופן זה היינו כאשר יחצבו לו קבר בסכום הנקרא ?מדרש? יקבל מהכולל סך חמשה ועשרים ?? לקופת החבורה ואם יחצבו לו קבר על שאר מקום יקבלו מהכולל ששה עשר ?? והמעות יפול לקופת החבורה. הכתונת אשר יהיה המנוח לבוש בו בשעת פטירתו ג"כ שייך לקופת החבורה.
יא. כשירצה איזה אדם לקנות לעצמו קרקע באיזה מערה איזה (אזי) יתפשר עם אנשי החבורה בעד פעולתם.
יב. כשיהיה המנוח אביון גדול היינו שמקופת הכולל לא יהיה מקום לגבות מהם, והחפצים אשר ישאירו אחריו ג"כ לא יתן להכולל מאיזה טעם שיהי', אין להם לקבל מהם אפילו פ"א לא על הוצאות ולא על שום דבר.
יג. כשיהי' איזה חילוק צדקה ??? של איזה ?? שייך רבע מעות צדקה לקופת החבורה לחלק להם ??

ווער עס קען אריינפילן די ווערטער בסימיני שאלה תבוא עליו ברכה

דערווייל העמיר גיין ווייטער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 2:16 pm

דף ב' - פנקס חברה קדישא דצפת העתיקה
Pinkes Tzefas - page 2.png
Pinkes Tzefas - page 2.png (161.97 KiB) געזעהן 693 מאל


-

מי מתנדב בהעתקה? כל הקודם זכה

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 2:23 pm

מיללער האט געשריבן:דף א' חלק א'

-

בעז"ה ובחר"ת בחיים לפ"ק (תרט"ו)

העתק אות באות מהתקנות מהרב הקדוש מאווריטש

עומדות היו רגלינו בשער הקדושה פה עיר צפת ת"ו ושמנו לבינו כי סוף כל אדם למות שאין אדם נמלט מזה עד קץ הימין. מחמת כשמגיע עת פקודתו חל המצוה ההוא, חובת המצוה הגדולה ההוא חל על כל יושבי העירה ורבים מת"ח מתבטלים מלמודם, לכן התנדבו אנשי מעשה והתחברו חבורה קדישא, וקבלו עליהם עסק דא אינצווישן אויבן צווישן ד צוויי ווערטער שטייט די ווארט ״כל״ וואס מען האט לכאורה שפעטער אריינגעלייגט המצוה ההיא לבלתי תחול על שאר ת"ח ויושבי העירה, לכן קבלו עליהם הח"ק את כל עסק המצוה ההוא ואופנים אשר יתבארו פה. ועתה אין רשות לשום אדם לעסוק באותו המצוה בלתי רשות הגבאים מח"ק.

והן המה האופנים אשר קבלו עליהם הח"ק בעסק המצוה:

א. שמחויבים ליזהר כשיזדמן ח"ו איזה גוסס ב"מ יתאספו עשרה אנשים מח"ק לעמוד בעת יציאת נשמת הגוסס בטהרה ולומר הפסוקים הנרשמים בספר מעבור יבוק.
ב. אחר יציאת נשמתו ישב א' מהחבורה אצלו בביתו עד אשר יתחילו העוסקים לעסוק עמו בטהרה כנהוג.
ג. אח"כ יתעסקו עמו אנשים המיוחדים מאנשי החבורה לרחצו ולטהרו כנהוג.
ד. אח"כ יתאספו עשרה אנשים מהם לעמוד בשעת טהרה.
ה. יתאספו האנשים מהחבורה המיוחדים לתפור לו התכריכים כנהוג.
ו. אח"כ יתאספו אנשים מהח"ק המיוחדים להיות נושאי המטה עד קברו.



איך וועל מיר פרובירן צו משתתף זיין לפי יכולת הזמן.
די לינק פונעם מענוסקריפט אויב מען קען ווייטר צוטיילען אין חלקים מה טוב ומה נעים

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 2:26 pm

מיללער האט געשריבן:דף ב' - פנקס חברה קדישא דצפת העתיקה
Pinkes Tzefas - page 2.png

-
מי מתנדב בהעתקה? כל הקודם זכה

הננו...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 2:29 pm

זכה לך הרב ידיעות

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm
לאקאציע: איך געפין זיך? דער עולם געפינט זיך ביי מיר.

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 2:38 pm

מיללער האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:אז מיללער בעט...

איך וויל נישט זיין קיין הדיוט קופץ בראש, וועל איך טרייען חלק ב'

ערהאלטן פריוואט די העתקה פונעם מעתיק, איך לייג עס דא ביי:
Pinkes Tzefas - page 1B.png

ז. עשרה אנשים מהחבורה ילוו אותו מביתו לקברו וימתינו שם עד סתימת הגולל ואמירת קדיש האחרון.
ח. האנשים המיוחדים לחבורה ההוא יחצבו לו קבר בכל מקום אשר יפקדו עליהם הממונים כולם או רובם שיתן מקום להמנוח הן על מקום הנקרא ?מדרש? או אצל המעיין או בכל מקום אשר יסכימו הממונים כולם או רובם כך מחויבים החבורה הנ"ל לקיים מאמר הממונים ולחצוב קבר להמנוח כפי כבודו. רק כשתבוא עת פקידתו איש א' מהחבורה הנ"ל ח"ו אזי יספיק הסכמת ממונה א' כשיסכים ליתן מקום להמנוח איש מהחבורה על מקום ?המדרש?.
ט. מחויבים האנשים המיוחדים לחציבת קברים לבנות ציון על הקבר כנהוג שיהי' שווה ?? מציבת אבן חקוק שם המנוח עליו על הציון כנהוג ושכר העושים הציון יקבלו העושים עשרים ?? רק כשאפשר יעשו הציון עם אבנים ?? שקורין ?? ?? יקבלו שכר מלאכה שלשים ?? ושכר מלאכה ההוא יהי' שייך שלשה חלקים שכר לעושה המלאכה וחלק רבע יהיה שייך לקופת החבורה ואין רשות לשום אדם שאינו מהחבורה מחוצבי הקרקע לעשות בזה המלאכה של הציונים
י. אין לשום עוסק במצוה הנ"ל לקבל שום ממון שכר פעולה ושום הוצאה מהמנוח ויורשיו כלל רק באופן זה היינו כאשר יחצבו לו קבר במקום הנקרא ?מדרש? יקבל מהכולל סך חמשה ועשרים ?? לקופת החבורה ואם יחצבו לו קבר על שאר מקום יקבלו מהכולל ששה עשר ?? והמעות יפול לקופת החבורה. הכתונת אשר יהיה המנוח לבוש בו בשעת פטירתו ג"כ שייך לקופת החבורה.
יא. כשירצה איזה אדם לקנות לעצמו קרקע באיזה מערה איזה (אזי) יתפשר עם אנשי החבורה בעד פעולתם.
יב. כשיהיה המנוח אביון גדול היינו שמקופת הכולל לא יהיה מקום לגבות מהם, והחפצים אשר ישאירו אחריו ג"כ לא יתן להכולל מאיזה טעם שיהי', אין להם לקבל מהם אפילו פ"א לא על הוצאות ולא על שום דבר.
יג. כשיהי' איזה חילוק צדקה ?לפ"נ ?? של איזה ??מנוח שייך רבע מעות צדקה לקופת החבורה לחלק להם ??

ווער עס קען אריינפילן די ווערטער בסימיני שאלה תבוא עליו ברכה

דערווייל העמיר גיין ווייטער
ס'איז ביידע, איך זיץ ביים 'מחשב', אבער איך פרוביר אביסעלע צו ניצן דעם קאפ אויכעט...

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 3:21 pm

מחשב האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:אז מיללער בעט...

איך וויל נישט זיין קיין הדיוט קופץ בראש, וועל איך טרייען חלק ב'

ערהאלטן פריוואט די העתקה פונעם מעתיק, איך לייג עס דא ביי:
Pinkes Tzefas - page 1B.png

ז. עשרה אנשים מהחבורה ילוו אותו מביתו לקברו וימתינו שם עד סתימת הגולל ואמירת קדיש האחרון.
ח. האנשים המיוחדים לחבורה ההוא יחצבו לו קבר בכל מקום אשר יפקדו עליהם הממונים כולם או רובם שיתן מקום להמנוח הן על מקום הנקרא ?מדרש? או אצל המעיין או בכל מקום אשר יסכימו הממונים כולם או רובם כך מחויבים החבורה הנ"ל לקיים מאמר הממונים ולחצוב קבר להמנוח כפי כבודו. רק כשתבוא עת פקידתו איש א' מהחבורה הנ"ל ח"ו אזי יספיק הסכמת ממונה א' כשיסכים ליתן מקום להמנוח איש מהחבורה על מקום ?המדרש?.

דער ווארט מדרש וואס שטייט דא ביי דעם סעיף צוויי מאל קען אפשר זיין מגרש מיט א ג׳ און נישט מיט א ד׳
לויטן שריפט איז די מ׳ ר׳ און ש׳ לכאורה קלאר. די ג׳ איז גאנץ ענליך צום ד׳ אויפן שריפט בכלל און לייגט זיך אויפן שכל.


ט. מחויבים האנשים המיוחדים לחציבת קברים לבנות ציון על הקבר כנהוג שיהי' שווה ?? מציבת אבן חקוק שם המנוח עליו על הציון כנהוג ושכר מלאכת (העושים) הציון יקבלו העושים עשרים ?? רק כשאפשר יעשו הציון עם אבנים ?? שקורין ?? ?? אזי יקבלו שכר מלאכה שלשים ?? ושכר מלאכה ההוא יהי' שייך שלשה חלקים שכר לעושה המלאכה וחלק רבע יהיה שייך לקופת החבורה ואין רשות לשום אדם שאינו מהחבורה מחוצבי הקרקע לעשות בזה המלאכה של הציונים
י. אין לשום עוסק במצוה הנ"ל לקבל שום ממון שכר פעולה ושום הוצאה מהמנוח ויורשיו כלל רק באופן זה היינו כאשר יחצבו לו קבר במקום הנקרא ?מדרש? יקבל מהכולל סך חמשה ועשרים ?? לקופת החבורה ואם יחצבו לו קבר על שאר מקום יקבלו מהכולל ששה עשר ?? והמעות יפול לקופת החבורה. הכתונת אשר יהיה המנוח לבוש בו בשעת פטירתו ג"כ שייך לקופת החבורה.
יא. כשירצה איזה אדם לקנות לעצמו קרקע באיזה מערה איזה (אזי) יתפשר עם אנשי החבורה בעד פעולתם.
יב. כשיהיה המנוח אביון גדול היינו שמקופת הכולל לא יהיה מקום לגבות מהם, והחפצים אשר ישאירו אחריו ג"כ לא יתן להכולל מאיזה טעם שיהי', אין להם לקבל מהם אפילו פ"א לא על הוצאות ולא על שום דבר.
לפני המטה של איזה מנוח יג. כשיהי' איזה חילוק צדקה ?לפ"נ ?? של איזה ??מנוח שייך רבע מעות צדקה לקופת החבורה לחלק להם ??

ווער עס קען אריינפילן די ווערטער בסימיני שאלה תבוא עליו ברכה



דערווייל העמיר גיין ווייטער


מיינע צוויי סענט אין באלד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 3:23 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דף ב' - פנקס חברה קדישא דצפת העתיקה
Pinkes Tzefas - page 2.png
Pinkes Tzefas - page 2.png (161.97 KiB) געזעהן 629 מאל

-
מי מתנדב בהעתקה? כל הקודם זכה

הננו...

העתקת דף ב' ע"י הרב ידיעות שונות

יד. בכל לימוד משניות ותפלה בבית המנוח שבעה או שלשים ומקבלים צדקה אזי לא יפחות משלשה אנשים אנשי החבורה בזה הלימוד ויקבלו ג"כ החילוק צדקה כשאר המתפללים ולומדים הנ"ל.
טו. כשיפטור א' מאנשי החבורה ב"מ מחויבים עשרה מאנשי החבורה להתפלל בביתו כל שבעה וכל החבורה יבחרו ש"ס משנה עבור נר"נ שלו בתוך שלשים יום וכל העסקה אשר יתעסקו עמו מתחלות יציאת נשמתו יהי' בחנם היינו שלא יקבלו מהכולל הסך המבואר לעיל סי' יוד.
טז. ד' שבתות בשנה היינו פ' חי' שרה פ' ויחי פ' פרה פ' אחרי, רשות נתונה להבאים בח"ק לפקוד עפ"י רשימה לכל הגבאים שבבתי כנסיות ובכל מקום אשר שם מתפללים עשרה שיקראו לעלותו לתורה רק אנשי החבורה כפי הרשימה אשר ישלחו לו הגבאים דח"ק וכל הנדבות אשר יתנדבו העולים לתורה שייך לקופת הח"ק.
יז. כל הכנסות המעות שיכנוס לקופת החבורה יהי' מונח ... נאמן אשר יבחרו אנשי החבורה בכל תקופת השנה כנהוג, ומהמעות ההיא ינתן עפ"י פקודת הגבאים על הוצאות היינו מה שיצטרכו ליתן י"ש להעוסקים בעת עשיית המצוה וש.. להנ"ל ל... כלים ועשיית סעודה בכל תקופת השנה, והמותר יעשו בהם כפי הסכמת אנשי החבורה או רובן בהסכמת הגבאים ועל הסעודה הנ"ל מחויב הכולל ליתן ב' מאות .. כל שנה.
יח. בכל תקופת השנה בבוא יום זכרון לכל להודת לה' על נפלאותיו אשר עשה עמנו חסד בשנת צדק"ת לפ"ק והצלת מיד אויבי נפשינו המה השוללים והשודדים אשר שללו אותנו בעת ההוא וכל מחשבתם הרעה הפיר ה' והצלנו ביום יו"ד תמוז שנת הנ"ל, וצריכים אנחנו להודות לה' ולעשות סעודת הודאה מקופת החבורה ונודה לה' במשתה וטוב לבב ויבולע המות לנצח בבא"ס ויבא משיח צדקינו כמאמר הזהר .... יתגלי מלכא משיחא בארעא בגליל צפת ... בבא"ס

.... יעיד על התקנות והדברים המבוארים לעיל, באתי עה"ח אברהם דוב מאווריטש יושב בגליל צפת..

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 3:24 pm

יישר כח פאר די מגיהים - אלעס ווערט פארראכטן אין די פייל שיעלה אי"ה לאחר הסיום - דערווייל גייען מיר ווייטער

-

דף ג' - פנקס צפת
Pinkes Tzefas - page 3.png
Pinkes Tzefas - page 3.png (76.64 KiB) געזעהן 629 מאל


דף ד' - פנקס צפת
Pinkes Tzefas - page 4.png
Pinkes Tzefas - page 4.png (61.44 KiB) געזעהן 613 מאל


מי מתנדב?

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 3:44 pm

איך מיין עס שטייט דא סימפל: בצפ׳׳ת לפ׳׳ק און עס איז געחתמ׳ט בשנת תקע׳׳ב
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (27.75 KiB) געזעהן 602 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 3:49 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:איך מיין עס שטייט דא סימפל: בצפ׳׳ת לפ׳׳ק און עס איז געחתמ׳ט בשנת תקע׳׳ב

ריכטיג - פארראכטן אינעם פייל

מתנדבים פאר דפים ג' וד'?

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2839
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 3:53 pm

דף ג' בל"נ
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 645
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 3:55 pm

דף ד'. (אי"ה שפעטער ווען כוועל האבן אפאר מינוט צייט.)

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 3:56 pm

סאררי. שטימט נישט מיט תקצ׳׳ד

יח. בכל תקופת השנה בבוא יום זכרון לכל להודת לה' על נפלאותיו אשר עשה עמנו חסד בשנת צדק"ת לפ"ק (והצלת) והיצלנו מיד אויבי נפשינו המה השוללים והשודדים אשר שללו אותנו בעת ההוא וכל מחשבתם הרעה הפיר ה' והצלנו ביום יו"ד תמוז שנת הנ"ל, וצריכים אנחנו להודות לה' ולעשות סעודת הודאה מקופת החבורה ונודה לה' במשתה וטוב לבב ויבולע המות לנצח בבא"ס ויבא משיח צדקינו כמאמר הזהר הקדוש.... יתגלי מלכא משיחא בארעא דגליל בצפת לפ׳׳ק בבא׳׳ס בגליל צפת ... בבא"ס

ווייס איך טאקע נישט וואס איז די לפ׳׳ק צום סוף אבר עפעס א שייכות צום שטרעכל אויבן

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 3:59 pm

אזוי ווי עס איז בעצם אן העתקה קען זיין עס איז א שפעטערדיגע חלק צוגעלייגט נאך דעם רויבעריי בשנת תקצ׳׳ד

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 4:02 pm

זענען די געלטער וואס ווערן דא דערמאנט איבעראל פלעינע גראשן? גרוש

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2839
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 4:05 pm

בעז"ה בלע המות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים
להיות לזכרון ולאות אמת כי כן נגמר ונסכם במאמר קדישין עפ"י השתוות הגמר שהי' בין הכוללים היינו בין כולל רוסיא ובין כולל עסטרייך הי"ו עפ"י הסכמת ודעת ה? האמרכלים הגאונים וצדיקים אשר בגולה, ו? לגבים דח"ק מכל הכוללים, והיינו מצד כולל רוסיא ה"ה הרב הנגיד מו"ה מרדכי סג"ל והרבני הנגיד מו"ה יוסף מבאנדער ש' והרבני הנגיד מו"ה יהודה ליב מדי? ש' ומצד כולל עסטרייך הרבני המופלג מו"ה משה חר"ג ש' והרבני המופלג מו"ה ש' מקאלמי' . והקאסיר נבחר בהסכם כל הגבאים שיהי' הרבני וכו' מו"ה משה חר"ג הנ"ל ש' .
כל זה נעשה ונגמר עפ"י הסכמת הממונים והסכמת אנשי החבורה ועפ"י פקודת האמרכלים בחה"מ פסח לפרט תרע"ז (?) פעיה"ק צפת"ו
אז מ'לעבט דערלעבט מען


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט