קורצע שאלות איבער די צווייטע וועלט מלחמה.

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
סאמעטוכע
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 12:58 am

תגובהדורך סאמעטוכע » מאנטאג יולי 30, 2018 9:07 pm

שמאטע האט געשריבן:דאס איז א געזונטע שקר וועלכע די דייטשען ווילן פארקויפן פאר די וועלט! און אויב הערט מען פון אידן וועלכע האבן איבערגעלעבט די קריג הערט מען אז די דייטשע פאלק האט אליינס מיטגעארבייט מיט די נאציס ימח שמם און ארויסגעהאלפן פארניכטן דאס אידיש פאלק רח"ל.

די סיבה פארוואס מען האט נישט געמאכט פארניכטונגס לאגערן אין דייטשלאנד אליינס איז געווען ווייל די רשעים האבן נישט געוואלט "פארשמיצען דאס ריינע דויטשע ערד מיט אידיש בלוט" הי"ד!

אזוי אויך האבן די דייטשע בירגער זיך באניצט מיט לאגער ארבייטער כמעט ווי די מצרים בימי פרעה.

יעדע דייטש האט געוויסט אז מען רצח'ט און מען איז מבער דאס אידיש פאלק!

אלע פון זיי (חוץ אפשר איינצעלנע וועלכע זענען געווען די אנטי היטלער חברה) האבן געהאלטן אז ס'איז נישט נארמאל. אבער זיי האבן גארנישט געקענט טוען חוץ באהאלטן א איד'ל דא דארט.


זאכן זענען מיר דא נישט אזוי קלאר אבער ווי דער ידען וחוקר בהא הידיעה און עניני חורבן אירופא הרב שאול קליין איז מבאר כמה פעמים בריאות חותכות האבן די דייטשן ימ"ש בדרך כלל הנאה געהאט דערפון ווי ער ציטורט פון בריוון וואס דייטשן האבן אהיים געשיקט וכו'

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג יולי 30, 2018 9:21 pm

מיין שאלה איז: וויאזוי האבען זיך מיין זיידע און באבע צוזאמגענומען נאך די מלחמה און באשלאסען אויפצושטעלן א ערליכע אידישע שטוב?

זיי זענען ביידע געוועהן אינטער דרייסיג יאר נאך די מלחמה, פארלוירען האבען זיי א טאטע א מאמע, ברודערס און שוועסטערס ניסעס, נעפיוס, פעטערס, מומעס, זיידעס און באבעס, די אידישע לעבנס שטייגער איז דאן געוועהן אזוי מאגער אזוי נישט באקוועם, זייער שיף ארויס פון אייראפע איז געוועהן פיהל מיט פרייע ציונים - וואס האט זייער טאטע און מאמע אריינגעלייגט אין זיי אז זיי האבען פארפעסטיגט א ריין ערליכע חסידישע פרומע שטוב?

איך גלייב נישט מיר וואלטען דאס געקענט נאכטוהן, דער רבונו של עולם זאל אונז א ודאי נישט אויס פרובירען אבער דאס איז מיין חידוש וואס איך זיך א ענטפער פאר?!
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג יולי 30, 2018 10:06 pm

1] די תירץ איז די הבטחה כי לא תשכח מפי זרעו,

2] א גרעסערע נס וואלט געווען ווען אידישקייט האלט זיך ווען ווען נישט די קריג, און טאקע וועגן דעם [איינע פון די טויזענטער סיבות] איז געווען די קריג, אבער דאס איז א לענגערע שמיעס פאר זיך.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » מאנטאג יולי 30, 2018 10:13 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:2] א גרעסערע נס וואלט געווען ווען אידישקייט האלט זיך ווען ווען נישט די קריג, און טאקע וועגן דעם [איינע פון די טויזענטער סיבות] איז געווען די קריג, אבער דאס איז א לענגערע שמיעס פאר זיך.

אויף דעם איז דאך געבויעט דער גאנצר עשן הכבשן פון הג"ר אביגדור מיללער זצ"ל, און אויך דער באקאנטער בריוו פון רבי שימעלע פון זשעליחאוו הי"ד והדברים עתיקין

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » דינסטאג יולי 31, 2018 1:47 am

בערל קראקאווער האט געשריבן:טויש מארשן

די שוידערליכע ׳׳טויט מארשן׳׳ זענען געווען מער צום סוף קריג, ווען די דייטשן האבן זיך געטראפן אין א שמאלן מצב, ווערענדיג געשטופט טיפער אריין אין דייטשלאנד, פון מזרח דורך די רוסן, און פון די אנדערע זייט דורך די אלירטע קרעפטן, און נישט וועלענדיג אויפגעבן אויף די לעצט פארבליבענע מענטשן קראפט וואס זיי האבן אויסגעזויגן פון אונזערע אור-עלטערן, און סתם אזוי פאר זייער זעלטענע רשעות - נישט וועלענדיג אז די העפטלינגען זאלן שוין באפרייט ווערן דורך די אנלויפענדע ארמייען, האבן זיי געטריבן די לעצט פארבליבענע אין די שרעקליכע טויט מארשן וואו עס זענען געפאלן רעכט׳ס און לינקס ממש ווי די פליגן.

ס׳געווען אזעלכע פלעצער ווי זיי האבן נישט אנגעיאגט אפצויאגן, האבן זיי סתם אונטערגעצינדן דעם גאנצן לאגער און אפגעצויגן מיט די נשמה אין די האנט, אין געוויסע פלעצער האבן זיי איבערגעלאזט נאר די קראנקע און שוואכע - וועלכע וועלן סייוויי אויסשטארבן, און געלויבט השם האבן געוויסע אזוי איבערגעלעבט אריינפאלענדיג צו איינע פון די אלירטע ארמייען און באפרייט געווארן אין די צייט וואס זייערע חברים האבן נאך געשמאכט אונטערן פארשאלטענעם דויטש נאך עטליכע חדשים.

דורכאויס די קריג איז געווען עטליכע טויט מארשן אין עטליכע געגענטן צוליב זייערע רשעות'דיגע סיבות ווי די שרייבסט

אבער די ציל פינעם מערסטן באקאנטן טויט מארש ביים סוף קריג איז בעיקר געווען א חלק פינעם נאצישן פרואוו צי פארניכטן אלע שפורן אין באווייזן פין זייערע גרויליגע אקטן אנטקעגן די מענטשהייט, אין זיי האבן געוואלט דערווייטערן די אידן פין די לאגערן האבן זיי געצווינגען צי גיין ציפיס טיפער אריין אין דייטשלאנד היות די שינעס זענען שוין געווען באמבאדירט אין אומנוצבאר.
זיי זענען שוין דאן געווען ארומגענומען פין אלע זייטן מיט אליארטע קרעפטן.
מ'טאר נישט אויספאפן א חבר, אבער לפנים משורת הדין זאל מען זיך זעלבסט אויך נישט פאפן. קרעדיט: רבי רבי בונם פין פרשיסחא

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » דינסטאג יולי 31, 2018 7:01 am

מטעמים האט געשריבן:מיין שאלה איז: וויאזוי האבען זיך מיין זיידע און באבע צוזאמגענומען נאך די מלחמה און באשלאסען אויפצושטעלן א ערליכע אידישע שטוב?

זיי זענען ביידע געוועהן אינטער דרייסיג יאר נאך די מלחמה, פארלוירען האבען זיי א טאטע א מאמע, ברודערס און שוועסטערס ניסעס, נעפיוס, פעטערס, מומעס, זיידעס און באבעס, די אידישע לעבנס שטייגער איז דאן געוועהן אזוי מאגער אזוי נישט באקוועם, זייער שיף ארויס פון אייראפע איז געוועהן פיהל מיט פרייע ציונים - וואס האט זייער טאטע און מאמע אריינגעלייגט אין זיי אז זיי האבען פארפעסטיגט א ריין ערליכע חסידישע פרומע שטוב?

איך גלייב נישט מיר וואלטען דאס געקענט נאכטוהן, דער רבונו של עולם זאל אונז א ודאי נישט אויס פרובירען אבער דאס איז מיין חידוש וואס איך זיך א ענטפער פאר?!


אן אריינגיין כרגע אין דער עניין ,
אבער איך האב אמאל געזעהן א באשרייבינג פין א ליטווישע יוד האט ער גענפערט אויף דער פראגע אז דאס אליין אז ער האט געזעהן דער טויט פאר דער אויגען אפאר מאל אין ער איז געראטעוועט געווארען דאס אליין האט עם מחזק געווען אין דער אמונה אז יש מנהיג בבירה
דער אמת איז אז אין מלחמה נעבעך קליינער פעולות האט געקענט אויסמאכען לחיים או למוות אמאל ממש א קלייניקייט האט עס געמאכט, מען זאל מער נישט וויסען קיינמאל,

משהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דינסטאג יולי 31, 2018 8:56 am

לעצטענס איז ארויסגעקומען א נייע ביך אויף ענגליש "Miracles." עס איז געשריבען געווארען דורך מרת פריידא באסמאן (קנאלל) ע"ה פון יאסינא. עס איז מבהיל.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2467
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג יולי 31, 2018 9:00 am

יש מזל האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:2] א גרעסערע נס וואלט געווען ווען אידישקייט האלט זיך ווען ווען נישט די קריג, און טאקע וועגן דעם [איינע פון די טויזענטער סיבות] איז געווען די קריג, אבער דאס איז א לענגערע שמיעס פאר זיך.

אויף דעם איז דאך געבויעט דער גאנצר עשן הכבשן פון הג"ר אביגדור מיללער זצ"ל, און אויך דער באקאנטער בריוו פון רבי שימעלע פון זשעליחאוו הי"ד והדברים עתיקין

אפשר שייך צו מאריך זיין?

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דינסטאג יולי 31, 2018 9:12 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איבעראל האבן זיי גע'רצח'ט...

אוישוויץ איז געווען בעיקר אויף למיתה, עס איז אויך געווען דארט ארבעטס לאגערן וואו מען האט געארבעט ביזן סעלעקציע, אסאך אידן זענען דארט געווען פאר א שיינע פאר חדשים.


איך האב געוואוסט אז מען האט אין אוישוויץ אויך סעלעקטירט אויף רעכטס צום ארבעטן, ריכטיג?

אסדר לסעודתא
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג יולי 31, 2018 9:16 am

אודאי, באלד ביים אנקומען.

שפעטער זענען פארגעקומען נאך סעלעקציעס נישט דורך מענגעלע, וועמען אוועקצופירן צו אנדערע לאגערן.

מעכטיג גרויס
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 20, 2018 10:52 am

תגובהדורך מעכטיג גרויס » דינסטאג יולי 31, 2018 10:09 am

פסיקתא האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:מיין שאלה איז: וויאזוי האבען זיך מיין זיידע און באבע צוזאמגענומען נאך די מלחמה און באשלאסען אויפצושטעלן א ערליכע אידישע שטוב?

זיי זענען ביידע געוועהן אינטער דרייסיג יאר נאך די מלחמה, פארלוירען האבען זיי א טאטע א מאמע, ברודערס און שוועסטערס ניסעס, נעפיוס, פעטערס, מומעס, זיידעס און באבעס, די אידישע לעבנס שטייגער איז דאן געוועהן אזוי מאגער אזוי נישט באקוועם, זייער שיף ארויס פון אייראפע איז געוועהן פיהל מיט פרייע ציונים - וואס האט זייער טאטע און מאמע אריינגעלייגט אין זיי אז זיי האבען פארפעסטיגט א ריין ערליכע חסידישע פרומע שטוב?

איך גלייב נישט מיר וואלטען דאס געקענט נאכטוהן, דער רבונו של עולם זאל אונז א ודאי נישט אויס פרובירען אבער דאס איז מיין חידוש וואס איך זיך א ענטפער פאר?!


אן אריינגיין כרגע אין דער עניין ,
אבער איך האב אמאל געזעהן א באשרייבינג פין א ליטווישע יוד האט ער גענפערט אויף דער פראגע אז דאס אליין אז ער האט געזעהן דער טויט פאר דער אויגען אפאר מאל אין ער איז געראטעוועט געווארען דאס אליין האט עם מחזק געווען אין דער אמונה אז יש מנהיג בבירה
דער אמת איז אז אין מלחמה נעבעך קליינער פעולות האט געקענט אויסמאכען לחיים או למוות אמאל ממש א קלייניקייט האט עס געמאכט, מען זאל מער נישט וויסען קיינמאל,


ר' שאול קליין אויף קול מבשר רעדט דערפון 2 וואכען ציריק

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 862
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

תגובהדורך בערל קראקאווער » דינסטאג יולי 31, 2018 10:28 am

שמאטע האט געשריבן:
פסיקתא האט געשריבן:ווי איך האב גערעדט מיט א אלטע דייטשע אפשטאמיגע
האט ער מיר געזאגט אז דער דייטשע פאלק וואלט נישט ערלויבט ביי אזיי אין מדינה צי מאכען אזיי פארניכטינגס לאגער דער דייטשע פאלק וואלט נישט אדורכגעלאזט בשתיקה אזיי אכזריתדיגע זאך דעריבער האבען עס דער נאציס ימ״ש געמאכט אין פולין

דאס איז א געזונטע שקר וועלכע די דייטשען ווילן פארקויפן פאר די וועלט! און אויב הערט מען פון אידן וועלכע האבן איבערגעלעבט די קריג הערט מען אז די דייטשע פאלק האט אליינס מיטגעארבייט מיט די נאציס ימח שמם און ארויסגעהאלפן פארניכטן דאס אידיש פאלק רח"ל....
יעדע דייטש האט געוויסט אז מען רצח'ט און מען איז מבער דאס אידיש פאלק!
הי"ד


כיהודה ועוד לקרא. האב איך געוואלט צולייגן דאס אז מ׳דארף נישט מער ווי זייער אייגענע עדות פון דעם פארשאלטענער נאצישן פראפעגאנדע מיניסטער געבעלס ימ׳׳ש - מינוט׳ן פארן מאכן אן ענדע צו זיין רוצח׳ישן לעבן, ווען ער האט געזעהן פאר זיינע בלוט׳יגע אויגן די ריזן דורכפאל וואס ווארט פארן דייטשן רייך, ווען דער רוס איז שוין געשטאנען ביים טיר פון בערלין.
האט ער געזאגט: אז קיינער זאל נישט מיינען אז דאס איז א דורכפאל פאר נאצישן פארטיי, ניין! דאס איז פארן גאנצן דייטשן פאלק, ווייל צו אלע זייערע מעשים איז יעדער איינציגער דייטש פולקאם געווען איינשטימיג, און אן זייער מיט ארבעט וואלטן זיי נישט געקענט אנקומען צו אזעלכע מאסן רציחות אויפ׳ן אידישן פאלק!!
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » דינסטאג יולי 31, 2018 10:31 am

שאהן הענניטי האט געשריבן:
יש מזל האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:2] א גרעסערע נס וואלט געווען ווען אידישקייט האלט זיך ווען ווען נישט די קריג, און טאקע וועגן דעם [איינע פון די טויזענטער סיבות] איז געווען די קריג, אבער דאס איז א לענגערע שמיעס פאר זיך.

אויף דעם איז דאך געבויעט דער גאנצר עשן הכבשן פון הג"ר אביגדור מיללער זצ"ל, און אויך דער באקאנטער בריוו פון רבי שימעלע פון זשעליחאוו הי"ד והדברים עתיקין

אפשר שייך צו מאריך זיין?

אין די הקדמה צו קדשי יהושע פון הגאון ר' יהושע געלדצעהלער זצ"ל איז ער שטארק מחולק מיט הג"ר אביגדור מיללער אריין צורעדן אין אזעלכע האקל'ע נושאים, איך מיין ער טעהנ'ט אז שרייבן אזוי קען נאר איינער וואס האט נישט אליין מיטגעמאכט דער קריג

אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

תגובהדורך שטיין » דינסטאג יולי 31, 2018 10:46 am

זאג שוין וואס איז די בריוו פין ר אביגדור מילער
Have it in mind don't be right be smart

אוועטאר
סאמעטוכע
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 12:58 am

תגובהדורך סאמעטוכע » דינסטאג יולי 31, 2018 11:51 am

בערל קראקאווער האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:
פסיקתא האט געשריבן:ווי איך האב גערעדט מיט א אלטע דייטשע אפשטאמיגע
האט ער מיר געזאגט אז דער דייטשע פאלק וואלט נישט ערלויבט ביי אזיי אין מדינה צי מאכען אזיי פארניכטינגס לאגער דער דייטשע פאלק וואלט נישט אדורכגעלאזט בשתיקה אזיי אכזריתדיגע זאך דעריבער האבען עס דער נאציס ימ״ש געמאכט אין פולין

דאס איז א געזונטע שקר וועלכע די דייטשען ווילן פארקויפן פאר די וועלט! און אויב הערט מען פון אידן וועלכע האבן איבערגעלעבט די קריג הערט מען אז די דייטשע פאלק האט אליינס מיטגעארבייט מיט די נאציס ימח שמם און ארויסגעהאלפן פארניכטן דאס אידיש פאלק רח"ל....
יעדע דייטש האט געוויסט אז מען רצח'ט און מען איז מבער דאס אידיש פאלק!
הי"ד


כיהודה ועוד לקרא. האב איך געוואלט צולייגן דאס אז מ׳דארף נישט מער ווי זייער אייגענע עדות פון דעם פארשאלטענער נאצישן פראפעגאנדע מיניסטער געבעלס ימ׳׳ש - מינוט׳ן פארן מאכן אן ענדע צו זיין רוצח׳ישן לעבן, ווען ער האט געזעהן פאר זיינע בלוט׳יגע אויגן די ריזן דורכפאל וואס ווארט פארן דייטשן רייך, ווען דער רוס איז שוין געשטאנען ביים טיר פון בערלין.
האט ער געזאגט: אז קיינער זאל נישט מיינען אז דאס איז א דורכפאל פאר נאצישן פארטיי, ניין! דאס איז פארן גאנצן דייטשן פאלק, ווייל צו אלע זייערע מעשים איז יעדער איינציגער דייטש פולקאם געווען איינשטימיג, און אן זייער מיט ארבעט וואלטן זיי נישט געקענט אנקומען צו אזעלכע מאסן רציחות אויפ׳ן אידישן פאלק!!

במיחילת כבודו הרמה איז עס נישט אזא ראי' פון דעם מקור השקר ער האט דאך נישט געוואלט זיין די אויסגעשפילער כמובן אבער עס איז סייווי אמת אזוי ווי שוין ארומגערעדט דא.

אהרן הלוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » דינסטאג יולי 31, 2018 1:24 pm

וואץ האט געשריבן:דער בילגורייא רב זצ'''ל האט פארלוירן 2 קינדער דאס הייסט האלבע געשוויסטער פונעם היינטיגן בעלזא רב שליט''א.

איך מיין אז איינע די צוויי קינדער איז אוועק נאך פאר די קריג

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג יולי 31, 2018 1:43 pm

תמימות'דיגער האט געשריבן:
שמן האט געשריבן:און די קלויזענבורג'ער רב זצ"ל קינדער די היינטיגע אדמורי"ם אין זייערע שוועסטער האבען פארלוירען 11 געשוויסטער ביים קריג


האלבע געשוויסטער, דהיינו מן האב ולא מן האם
בזוו"ר איז דער קלויזנבארגער רב געווען א איידעם אין סיגוט ביים עצי חיים ובזוו"ש ביים נייטרא רב הרב אונגאר

שמן האט געשריבן:און באבוב'ער רב זצ"ל קינדער האדמו"ר שליט"א און זיינע שוועסטער האבן אויך פארלוירען א פאר געשוויסטער ביים קריג


אויך האלבע געשוויסטער, דהיינו מן האב ולא מן האם
בזוו"ר איז דער רב געווען א איידים ביים לימנוב'ער פעטער און בזוו"ש ביים טאמאשוב'ער [אבי הציעשנוב'ער]
און קריג האט ער פארלוירן איין זוהן [הבחור משה אהר'לי] און עטליכע איידימער, ביניהם הה"צ רבי משה'לי סטעמפל ז"ל
קומט אויס אז זיי האבן נאר פארלוירן "איינס" פון זייערע געשוויסטער ביים קריג
[בנו הה"צ רבי חיים יהושע'לי ז"ל איז אוועק אין תפיסה אין סיביר, און למעשה שרייבט מען הי"ד וכו']

הרב תמימות'דיגער איר'ט נישט גוט פארשטאנען די תגובה פון הרב שמן

אדמו"ר רבי שלמה מבאבוב זצ"ל האט פארלוירן צוויי קינדער ביים קריג הי"ד קומט אויס אז דער היינטיגער רב שליט"א און זיינע שוועסטער האבן פארלוירן צוויי (האלבע) געשוויסטער
פאר סאם ריזן האט איר זיך גענומען אויסרעכענען די קינדער פונעם קדושת ציון הי"ד וואס פון זיינע קינדער איז טאקע נאר געהרג'ט געווארן איין זון און דריי איידעמער הי"ד
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » דינסטאג יולי 31, 2018 1:48 pm

שמן האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:
יש מזל האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:2] א גרעסערע נס וואלט געווען ווען אידישקייט האלט זיך ווען ווען נישט די קריג, און טאקע וועגן דעם [איינע פון די טויזענטער סיבות] איז געווען די קריג, אבער דאס איז א לענגערע שמיעס פאר זיך.

אויף דעם איז דאך געבויעט דער גאנצר עשן הכבשן פון הג"ר אביגדור מיללער זצ"ל, און אויך דער באקאנטער בריוו פון רבי שימעלע פון זשעליחאוו הי"ד והדברים עתיקין

אפשר שייך צו מאריך זיין?

אין די הקדמה צו קדשי יהושע פון הגאון ר' יהושע געלדצעהלער זצ"ל איז ער שטארק מחולק מיט הג"ר אביגדור מיללער אריין צורעדן אין אזעלכע האקל'ע נושאים, איך מיין ער טעהנ'ט אז שרייבן אזוי קען נאר איינער וואס האט נישט אליין מיטגעמאכט דער קריג

האט איינער אפשר די הקדמה צו די האנט, וואלט עס זייער נייגעריג געווען צו זעהן.
ווייל דעס וואס די צדיקים האבן געשריבן איז בס"ה דעס וואס ס'שטייט אין די פסוקים, ובפרט אין די שירת האזינו, אז טאמער מ'איז נישט וואויל און מ'גייט אוועק פונעם אייבערשטען רח"ל, און מ'פארגעסט וואס ס'מיינט א איד א קינד פונעם אייבערשטען, און א אייביגע וועלט די עתיד הנצחי פונעם כלל ישראל, דערמאנט עס ליידער דער אייבערשטער אויף אלע מיני אופנים, ביז כמעט כליון רח"ל, אשביתה מאנוש זכרם וגו' וגו', זיי האבן דעס נישט אליינס אויסגעטראפן.
נאר מענטשן האבן עס זייער נישט ליב צו הערן (וגם אני בתוכם), אבער פארפאלן אמת איז אמת, ווי טייער די פרייז זאל נאר נישט זיין.
און לגבי די רחמנות וואס צינדט זיך אהן ביי מענטשן, רחמנים בני רחמנים, האבן חז"ל שוין געזאגט, אז גדול המחטיאו יותר מן ההרגו, וואלט מען אסאך אסאך מער געדארפט רחמנות האבן אויף כלל ישראל, ווי אזוי ס'האט די רוחניות האט אויסגעקוקט פאר די קריג, ווי ר"א מילער שרייבט, אז רוב קינדער ביי כלל ישראל זענען נתחנך געווארן צו כפירה ומינות, און אין סלאבאדקע ווי ער האט געלערנט אין די ישיבה, האט אפציעל קורסירט א באס א שאטעל בעצם היום הש"ק פונעם שטאט ביזן פארט צו קענען גיין שווימען וכדו', וכו' וכו' דוגמאןת רבות וואס ער איז מאריך דארטן, און ס'וואלט סיי ווי נישט געבליבן פון כלל ישראל גארנישט, נאר די גופים וואלטן געבליבן, שריפת נשמה וגוף קיים. עיי"ש באריכות.
די בריוו פון ר' שימעלע זצוק"ל אריז געדרוקט אין נהרי אש, יעצט אביסל איבערגעבליקט, ס'איז נורא נוראות וואס ער שרייבט וועגן די 'קולטור ולוקסוס האיראפאי', מ'דארף דאס לערנען ווייל דאס איז נאך שייך היינט פונקט אזוי, ואפשר אפילו יותר.
די ספר עשן הכבשן איז א ליקוט פון אלע שמועסן וואס ר"א מילער זצ"ל האט גערעדט איבער די נושא פון די שרעקליכע הריגות און הסתרת פנים.
לעצט פאראכטן דורך יש מזל אום דינסטאג יולי 31, 2018 1:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » דינסטאג יולי 31, 2018 1:50 pm

אהרן הלוי האט געשריבן:
וואץ האט געשריבן:דער בילגורייא רב זצ'''ל האט פארלוירן 2 קינדער דאס הייסט האלבע געשוויסטער פונעם היינטיגן בעלזא רב שליט''א.

איך מיין אז איינע די צוויי קינדער איז אוועק נאך פאר די קריג

איך מיין דאס איז א דריטע קינד, אויך אין אמעריקא האט ער פארלוירען צווי קינדער בחייו ה"י

מזי רעב
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 23, 2015 1:48 pm

תגובהדורך מזי רעב » דינסטאג יולי 31, 2018 1:52 pm

ר' ישעי' קארנבלי ז"ל האט ארויס געגעבן א בוך מיט'ן נאמען "דער טאטע הייסט לויפען" אז מען ליינט דורך דעם בוך וועט כמעט אלע קשיות דא פארענטפערט ווערן

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » דינסטאג יולי 31, 2018 1:54 pm

יש מזל האט געשריבן:
שמן האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:
יש מזל האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:2] א גרעסערע נס וואלט געווען ווען אידישקייט האלט זיך ווען ווען נישט די קריג, און טאקע וועגן דעם [איינע פון די טויזענטער סיבות] איז געווען די קריג, אבער דאס איז א לענגערע שמיעס פאר זיך.

אויף דעם איז דאך געבויעט דער גאנצר עשן הכבשן פון הג"ר אביגדור מיללער זצ"ל, און אויך דער באקאנטער בריוו פון רבי שימעלע פון זשעליחאוו הי"ד והדברים עתיקין

אפשר שייך צו מאריך זיין?

אין די הקדמה צו קדשי יהושע פון הגאון ר' יהושע געלדצעהלער זצ"ל איז ער שטארק מחולק מיט הג"ר אביגדור מיללער אריין צורעדן אין אזעלכע האקל'ע נושאים, איך מיין ער טעהנ' פון וועזט אז שרייבן אזוי קען נאר איינער וואס האט נישט אליין מיטגעמאכט דער קריג

האט איינער אפשר די הקדמה צו די האנט, וואלט עס זייער נייגעריג געווען צו זעהן, ווייל דעס וואס די צדיקים האבן געשריבן איז בס"ה דעס וואס ס'שטייט אין די פסוקים ובפרט אין די שירת האזינו, אז טאמער מ'איז נישט וואויל מ'גייט אוועק פונעם אייבערשטען, און מ'פארגעסט וואס ס'מיינט א איד און א אייביגע וועלט, דערמאנט עס דער אייבערשטער אויף אלע מיני אופנים, ביז כמעט כליון רח"ל, זיי האבן דעס נישט אויסגעטראפן, נאר מענטשן האבן עס זייער נישט ליב צו הערן (וגם אני בתוכם), אבער פארפאלן אמת איז אמת, ווי טייער די פרייז זאל נאר נישט זיין, גדול המחטיאו יותר מן ההרגו, וואלט מען אסאך אסאך מער געדארפט רחמנות האבן אויף כלל ישראל, ווי אזוי ס'האט אויסגעקוקט פאר די קריג, ווי ר"א מילער שרייבט, אז רוב קינדער ביי כלל ישראל זענען נתחנך געווארן צו כפירה ומינות, און ס'וואלט סיי ווי נישט געבליבן פון כלל ישראל גארנישט, נאר די גופים וואלט געבליבן. עיי"ש באריכות.
די בריוו פון ר' שימעלע זצוק"ל אריז געדרוקט אין נהרי אש
די ספר עשן הכבשן איז א ליקוט פון אלע שמועסן וואס ר"א מילער זצ"ל האט גערעדט איבער די נושא פון די שרעקליכע הריגות און הסתרת פנים.

ר' אביגודר שרייבט אז ס'האט געדארפט זיין א בירור ווייל עס איז געווען א סאך נישט ערליכע אידען, אבער וואס איז די אפטוה אז נאכ'ן קריג זענען ליידער א סאך ערשט אראפ פון פון וועג

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » דינסטאג יולי 31, 2018 2:02 pm

שמן האט געשריבן:
יש מזל האט געשריבן:
שמן האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:
יש מזל האט געשריבן:אויף דעם איז דאך געבויעט דער גאנצר עשן הכבשן פון הג"ר אביגדור מיללער זצ"ל, און אויך דער באקאנטער בריוו פון רבי שימעלע פון זשעליחאוו הי"ד והדברים עתיקין

אפשר שייך צו מאריך זיין?

אין די הקדמה צו קדשי יהושע פון הגאון ר' יהושע געלדצעהלער זצ"ל איז ער שטארק מחולק מיט הג"ר אביגדור מיללער אריין צורעדן אין אזעלכע האקל'ע נושאים, איך מיין ער טעהנ' פון וועזט אז שרייבן אזוי קען נאר איינער וואס האט נישט אליין מיטגעמאכט דער קריג

האט איינער אפשר די הקדמה צו די האנט, וואלט עס זייער נייגעריג געווען צו זעהן.
ווייל דעס וואס די צדיקים האבן געשריבן איז בס"ה דעס וואס ס'שטייט אין די פסוקים, ובפרט אין די שירת האזינו, אז טאמער מ'איז נישט וואויל און מ'גייט אוועק פונעם אייבערשטען רח"ל, און מ'פארגעסט וואס ס'מיינט א איד א קינד פונעם אייבערשטען, און א אייביגע וועלט די עתיד הנצחי פונעם כלל ישראל, דערמאנט עס ליידער דער אייבערשטער אויף אלע מיני אופנים, ביז כמעט כליון רח"ל, אשביתה מאנוש זכרם וגו' וגו', זיי האבן דעס נישט אליינס אויסגעטראפן.
נאר מענטשן האבן עס זייער נישט ליב צו הערן (וגם אני בתוכם), אבער פארפאלן אמת איז אמת, ווי טייער די פרייז זאל נאר נישט זיין.
און לגבי די רחמנות וואס צינדט זיך אהן ביי מענטשן, רחמנים בני רחמנים, האבן חז"ל שוין געזאגט, אז גדול המחטיאו יותר מן ההרגו, וואלט מען אסאך אסאך מער געדארפט רחמנות האבן אויף כלל ישראל, ווי אזוי ס'האט די רוחניות האט אויסגעקוקט פאר די קריג, ווי ר"א מילער שרייבט, אז רוב קינדער ביי כלל ישראל זענען נתחנך געווארן צו כפירה ומינות, און אין סלאבאדקע ווי ער האט געלערנט אין די ישיבה, האט אפציעל קורסירט א באס א שאטעל בעצם היום הש"ק פונעם שטאט ביזן פארט צו קענען גיין שווימען וכדו', וכו' וכו' דוגמאןת רבות וואס ער איז מאריך דארטן, און ס'וואלט סיי ווי נישט געבליבן פון כלל ישראל גארנישט, נאר די גופים וואלטן געבליבן, שריפת נשמה וגוף קיים. עיי"ש באריכות.
די בריוו פון ר' שימעלע זצוק"ל אריז געדרוקט אין נהרי אש, יעצט אביסל איבערגעבליקט, ס'איז נורא נוראות וואס ער שרייבט וועגן די 'קולטור ולוקסוס האיראפאי', מ'דארף דאס לערנען ווייל דאס איז נאך שייך היינט פונקט אזוי, ואפשר אפילו יותר.
די ספר עשן הכבשן איז א ליקוט פון אלע שמועסן וואס ר"א מילער זצ"ל האט גערעדט איבער די נושא פון די שרעקליכע הריגות און הסתרת פנים.

ר' אביגודר שרייבט אז ס'האט געדארפט זיין א בירור ווייל עס איז געווען א סאך נישט ערליכע אידען, אבער וואס איז די אפטוה אז נאכ'ן קריג זענען ליידער א סאך ערשט אראפ פון פון וועג

פארראכטן און אביסעלע פארברייטערט מיין פריערדיגע תגובה
און לגבי די שאלה, דער באשעפער פירט די וועלט, נישט אונז ב"ה, מאוד עמקו מחשבתיו ית', ער האט זיין פלאן וויאזוי ער פירט אויס די וועלט לתיקונו, אבער מ'דארף קודם אדורכלערנען די זאכן פאר אונז פרעג מיר קשיות.
נ"ב, איך בין נישט קיין אדוואקאט פאר ר"א מיללער זצ"ל און ממילא קען איך נישט מפלפל זיין אין די סוגיא, איין זאך זעה איך נאר אז זיי זאגן נאר וואס ס'שטייט אין די פסוקים און אין חז"ל, והרחמן הוא ישלח לנו משיחו ב"ב.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2467
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג יולי 31, 2018 3:14 pm

האט כלל ישראל קאלעקטיוו בעפאר די קריג אויסגעזעהן ארגער ווי יעצט?

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג יולי 31, 2018 3:20 pm

סידיראם האט געשריבן:שאלה 2# וואס איז געווען די ציל פון די דייטשן מיט די טויט מארש. זיי האבן דאך געהאט א ציל אויסצוהרג'נען אלע אידן, די גאנצע זאך פארוואס מען האט נישט יעדן געשיקט אין די קאלעך אויבן בשעת מען איז אנגעקומען קיין אוישוויץ, איז נאר געווען וויבאלד זיי האבן קודם געוואלט אויסניצן די אידן פאר זייער בענעפיט אז זיי זאלן ארבעטן פאר די דייטשן.

אבער ביי די ענדע פון די מלחמה, ווען זיי האבן שוין ממילא געוואלט אויסשיסן אלע אידן, פארוואס האבן זיי דאס געמאכט אויף א וועג פון א טויט מארש, פארוואס האבן זיי נישט פשוט צוזאמגענומען אלע אידן און אויסגעשאסן? (אולי האבן זיי געטראכט איבערצולאזן די גאר שטארקע וואס קענען איבערלעבן אזא מארש, און זיי דערנאך ניצן אויב זיי פארלירן צום סוף נישט די מלחמה)

מיר ליגט אין קאפ אלס א מילתא דפשיטא אז וויבאלד מ'האט נאך געקעמפט אויף די פראנטן, איז יעדע קויל געווען גאהר טייער אין די נאצישע אויגן, און דער ציהל איז געווען צו אויסהרגנ'ען די איבערגעבליבענע אידן אהן א איבריגע שאס, און אזוי ארום שפארן וואפן און קוילן.

דער רשעות'דיגער מהלך זייערע האט זיך נישט אנגעויבן ביים סוף, נאך גאנץ אנהייב קריג איז געווען באקאנט זייער אכזריות'דיגע מהלך פון "א שאד א קויל", זיי פלעגן פייניגן מענטשן מיט די ערגסטע אכזריות און מיתות משונות, און זיי נישט פארגינט צו שטארבן רואיג.

דער ציהל פון די גאז קאמערן האבן אויך געהאט אן ענליכע כוונה, צו דורכפירן די הריגות אויף די ביליגסטע אופן שייך, און אזוי פארשפארן געלט און וואפן פאר די (פארשאלטענע) רייך. ימח שמם וזכרם.

אוועטאר
טרעוולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

תגובהדורך טרעוולער » דינסטאג יולי 31, 2018 3:45 pm

שאהן הענניטי האט געשריבן:האט כלל ישראל קאלעקטיוו בעפאר די קריג אויסגעזעהן ארגער ווי יעצט?

יא! ליידער.
לדוגמא:
וויפיל אידישע קינדער -אין די גאנצע וועלט- פון 12 ביז 18 יאר האבן געדאווענט יעדן טאג, אינעם יאר תרח"צ ?

און היינט צו טאגס בליע"ה, השי"ת זאל העלפן אויף ווייטער.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט