הסופר ממנטובה ר' מאיר מפדובה און זיין העתק ספר תורה

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

י. זעירא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 11:30 am

הסופר ממנטובה ר' מאיר מפדובה און זיין העתק ספר תורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י. זעירא »

[align=center]הסופר ממנטובה ר' מאיר מפאדובה, והעתק ספר תורה שלו[/align]
[align=center][א. הזכרות במנחת שי][/align]
דער מנחת שי סוף פרשת ויצא, אויפן פסוק (ל"א נ"ג) אלקי אביהם, וואו עס איז א ספק צו אלקי איז קדש, שרייבט ז"ל: ובהעתק של ר"מ הסופר כתוב כך למדתי מרבותי כשיש ספק לסופר אם השם קדש או חול יאמר לשם קדושת השם אם הוא קדש. עכ"ל.

העתק מיינט א העתקה וואס איז נאכגעשריבן פון א ספר תורה, כצורת ספר תורה, אהן מפרשים, אהן נקודות און טראפן, אויסגעשטעלט מיט פאקטישע פתוחות וסתומות און צורת השירות, און 4 שורות ליידיג צווישן יעדן חומש. דאס שטייט צו דינען ווי א תיקון סופרים אדער תיקון קוראים. זעה מער וועגן צוויי געדרוקטע העתקי ספר תורה ווייטער אין קאפיטל ז'.

ווי עס זעהט אויס האט ר"מ הסופר געשריבן אזא העתק ספר תורה, מסתמא נאכצושרייבן דערפון ספרי תורה. און אויף די גליונות האט ער צוגעשריבן נייטיגע פונקטן פארן סופר, ווי די לשון וואס דער מנחת שי ציטירט פון העתק של ר"מ הסופר.

אויך דעמאנט דער מנחת שי דעם ר"מ הסופר אויף 6 פלעצער אין מגילת אסתר, וואו ער ברענגט פון איהם א ראיה וויאזוי עס איז ריכטיג צו שרייבן.
אין איין פלאץ דערמאנט ער איהם מיט זיין פולע נאמען ר' מאיר. און אין איין פלאץ מיטן טיטל סופר עירנו, דער סופר פון אונזער שטאט, מנטובה.[א]

ווי פאלגענד:
אסתר א' י"ט, אשר לא תבוא, במקצת ספרים מדוייקים מלא וא"ו ואל"ף וכן הוא במגלות של ר"מ הסופר.
ב' י"ד, לא תבוא, ברוב ספרים מדוייקים מלא בוא"ו ואל"ף וכ"כ ר"מ.
ב' ט"ו, לבוא אל המלך, במקצת ספרים מדוייקים מלא וא"ו ואל"ף וכ"כ ר"מ.
ח' י"א, להשמיד ולהרג, כן כתיב ולהרג בוא"ו בתחלת התיבה בכל ספרים כ"י מדוייקים ובדפוסים קדמונים וכן מצאתי במגלת ר"מ סופר עירנו ובמחזור קדמון.
ט' ט', ארידי, כו' וכ"כ ר' מאיר במגלותיו.[ב]
ט' י"ט, ומשלוח, וכו' וחזינא נמי לר"מ דכתב הכי במגילה דידיה כו'.

עס מאכט א רושם אז ר' מאיר הסופר פון מאנטובה איז געווען א סופר מפורסם, און א באוואוסטע בר סמכא, וואס זיין נאמען באדייט עפעס פארן ליינער, עס איז עפעס וואס מען ווייסט זיך צו רעכענען דערמיט.
מעגליך איז פארבליבן נאך דאקומענטאציע וועגן דעם באקאנטן סופר, וואס זאל אונז דערוויסן עפעס מער איבער איהם.
זאלן די ווערטער פונעם מנחת שי, וואו ער ברענגט איהם, עפעס מיינען ביי אונז.

___________________________________
[א]. וואו דער מנחת שי האט געוואוינט, ווי עס שרייבן די רבנים פון מנטובה אין זייער הסכמה אויפן ספר: הנה מאז הופיע משמי מרום אור התורה בעירנו זאת בזרוח שמש הרב המופלג כו'. עס איז פארהאן מקורות אז דער מנחת שי האט דארט משמש געווען ברבנות, דאס איז נישט קלאר, ואכ"מ.
[ב]. אזוי שטייט אין כתב יד: במגלותיו, נישט: במרגלותיו ווי עס איז געדרוקט בטעות. (וכבר נדפס נכון במהדורת שקלאוו עם שירי מנחה).
י. זעירא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י. זעירא »

[align=center][ב. הזכרות בשלטי הגבורים][/align]
אין ספר שלטי הגבורים, לר' אברהם הרופא ממנטובה, מנטובה שע"ב, ברענגט ער אויך עטליכע מאל אראפ פון ר' מאיר הסופר, און אויך פון זיין העתק ספר תורה.

צום ערשט דערמאנט ער איהם אינמיטן זיין הקדמה, וואו ער רעכנט אויס אלע נעמען פון מחברים און ספרים וואס ווערן דערמאנט אין דעם גאנצן ספר.

דאס לעצטע מאל דערמאנט ער איהם אין חתימת הספר, וואו ער דערציילט ביי וועמען ער האט אלץ געלערנט און צווישן זיינע רבי'ס רעכנט ער ר' מאיר הסופר. ז"ל: ובילדותי קראתי ופתרתי תורה נביאים וכתובים בדקדוק רב עם הסופרים המובהקים כמה"ר מאיר מפאדובה ז"ל וכמה"ר יהוסף זרקא ז"ל. ע"כ.[ג]

און אין מאמר הלשון, וואס איז סוף ספר, ברענגט ער איהם מערערע מאל.
אויף איין פלאץ לאזט ער אונז הערן א אויסטערלישע זאך:
דף קע"ו עמוד א', אני אברהם סמכתי עתה על ספרי התורה שנכתבו על ידי הסופר ר' מאיר הנזכר ז"ל שהם שלשה וארבעים במספר שנתפשטו ועלו בכל גלילות איטאליאה והוכשרו כלם ולא שמעתי שמעולם שום חכם הרהר על הסופר הזה או פסל את ספריו

דא זענען די פלעצער וואו ער ברענגט איהם:
1. דף קע"ד עמוד א': והסופר ר' מאיר מפאדובה ז"ל היה כותב אותה (החי"ת) בספריו בלי חטוטרת חוץ מהחי"ת של וחרה אף ה' בכם ועצר את השמים שבפרשת עקב עם החי"ת דחכלילי עינים מיין שבפרשת ויחי שהן שתיהן ממנין האלפ"א בית"א רבתי שהיה עושה אותן עם חטוטרת ועם תג אחד גדול וזקוף על צדן השמאלי ועקומות או פסחות בשתי רגליהן והיה הרגל האחד הופך פניו לצד ימין והאחר לצד שמאל כו'.
דאס הייסט אז די חי"ת פון וחרה און פון חכלילי האט ר' מאיר הסופר געמאכט אין זיינע ספרי תורה מיט גרויסע שינויים. אויפן שטייגער פון די שינויים וואס די סופרים פלעגן אמאל מאכן אויף עטליכע ערליי צורות, עקומות ולפופות וכו', ווי דער רמב"ם דערמאנט אין פ"ז מהלכות ס"ת הלכה ח'. און די צוויי חיתי"ן משונים האט ער געמאכט מיט נאך א שינוי, אז ער האט זיי געמאכט מיט א חטוטרת, אנדערש ווי זיין שטייגער.

2. אביסעלע ווייטער, אין זעלבן עמוד, ברענגט ער פון איהם בנוגע די סארט שינויי אותיות, ז"ל: וכתב הסופר ר' מאיר מפאדובה ז"ל וזה לשונו בהגהת קונטריס אחד שלו ועם כל זה שמעתי וגם ראיתי אני כמה ספרי תורה שבאו מצפת שלא היה בהם שום אות משונה וכן גזרו שמה זמן ועדן על כל הסופרים כי להבא לא יעשו שום שינוי באותיות ספר תורה על כי אינם לומדים בספרי תורה. עד כאן דבריו.[ד]

3. אויך שפעטער ווען ער רעדט וועגן די תגים, נאכדעם וואס ער ברענגט די שיטות הראשונים, זאגט ער אז ער פארלאזט זיך אויף ר' מאיר הסופר, וואס האט צומאל, ע"פ הקבלה, געשריבן מער אדער ווייניגער תגים ווי די געווענליכע כלל.
דא שרייבט ער וואס איך האב שוין אויבן צוגעברענגט, אז ר' מאיר הסופר האט געשריבן 43 ספרי תורה והוכשרו כולם כו'.
דף קע"ו עמוד א', ועם כי החכמים הנזכרים נחלקו במשפטי התגין כאשר ראיתם עם כל זה אני אברהם סמכתי עתה על ספרי התורה שנכתבו על ידי הסופר ר' מאיר הנזכר ז"ל שהם שלשה וארבעים במספר שנתפשטו ועלו בכל גלילות איטאליאה והוכשרו כלם ולא שמעתי שמעולם שום חכם הרהר על הסופר הזה או פסל את ספריו. ועל כן אשוב אל המקום אשר יצאתי משם, ואען ואומר כי בחמשה חומשי תורה יש לפעמים על כל האותיות חוץ מן הלמד (והוי"ו שיש לה תג אחד במקום אחד בלבד כאמור) תגים בלתי מסודרים כו'.

ווייטער דערמאנט ער אלע אותיות וואו עס פעלן תגים. די אותיות וואס האבן פארמערטע (אדער פארענדערטע) תגים דערמאנט ער נישט ווייל עס איז פארהאן פון זיי צופיהל, ער זאגט אבער אויף יעדן חומש א צאל וויפיהל אותיות זענען דא מיט פארמערטע תגים. אין בראשית: 821. די אותיות וואו עס פעלן תגים וואס ער רעכנט יא אויס איינציגווייז, זענען אין בראשית 112, אא"וו.
און דאס אלעס האט ער צוזאמגעקליבן פון די כתב פון ר' מאיר הסופר. און נישט פון א ספר תורה וואס ער האט געשריבן נאר פון די העתק ספר תורה. ואלו דבריו:
ואני בחרתי להודיע לכם סכום האותיות שבחמשה חומשי תורה שיש עליהן התגים הרבים הנוספים או המשונים בגודלן או ממקום מצבן שלקטתי מהעתק ספר תורה כתוב יד מהסופר רבי מאיר מפאדובה ז"ל הנזכר שהוא לעת עתה ביד הסופר משכיל ונבון כמ"ר עמנואל מפונטרימולי יצ"ו וכו'.[ה]

4. אויך ציטירט ער, פון ר' מאיר הסופר, א גאנצע מדרש רמזי התגים שדרש ר' עקיבא, אויף די תגים.
דף קע"ה עמוד ב', נאך דעם וואס ער ברענגט די גמרא אין מנחות (כ"ט:) אז השי"ת האט געזאגט פאר משה רבינו אז עקיבא בן יוסף איז עתיד צו דרשנן תלי תלים של הלכות על כל קוץ וקוץ, פון די כתרי אותיות, וואס מיר קענען אלס תגים, שרייבט ער: והנה קודם שאמסור לך אתה הקורא מה שמצאתי כתוב על רמזי התגים בקונטריס אחד של הסופר רבי מאיר מפאדובה ז"ל בשם הקדש רבי עקיבא בן יוסף הנזכר זצ"ל אמרתי כי טוב וכו', מיט דעם הייבט ער אן די שמועס וועגן די תגים.
ווייטער אין דף קע"ז עמוד ב', ווען ער איז פארטיג מיט די אויבנדערמאנטע תגין משונים, ברענגט ער אראפ די מדרש, אנהייבנדיג מיט די פאלגענדע ווערטער, והנה אחרי אשר הודעתי כו' טוב הוא שאעתיק כאן מה שמצאתי בקונטריס כתוב יד הסופר רבי מאיר מפאדובה ז"ל בחברת מכתבים אחרים שלו שהם ביד הסופר המעולה רבי עמנואל מפונטרימולי יצ"ו והוא על רמזי התגים שדרש הקדש רבי עקיבא בן יוסף זצ"ל.[ו]

5. אויך ווען ער רעדט וועגן די פרשיות פתוחות וסתומות, ברענגט ער וואס ר' מאיר הסופר האט געשריבן וועגן 4 פרשיות וואס עס איז דא א מחלוקת אויף זיי. דאס איז אין דף קע"ט ע"ב, ז"ל: והנה בהעתק ספר תורה של הסופר רבי מאיר מפאדובה ז"ל מצאתי כדברים האלה היינו הכותב ספר תורה יזהר באלה הפרשיות אשר מצאתי בהן הפרש בין הרמב"ם ז"ל ובין ספר תורה מגויל[ז] מדוייק וכאשר הסופר יכתוב אותן יזהר בכלן לעשותן על דעת אחד ולא יכתוב אותן קצת על דעת אחד וקצתן על דעת אחר כו'.
עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז ר' מאיר הסופר האט צוגעשריבן זיין אייגענע הכרעה אויף יעדע פון די 4 פרשיות, ווי דער שלטי הגבורים ברענגט דארט אראפ, און אלעמאל איז עס ווי מיר נעמען למעשה אן ע"פ דער אור תורה, וואס נעמט אן אז אויך אין רמב"ם איז דאס די ריכטיגע גירסא.

6. נאך איין מאל דערמאנט ער איהם, אין דף קפ"א ע"ב, ווען ער ברענגט א רעצעפט פאר טינט. ז"ל: ומפני שלא כל מין ומין מהדיו יוכשר לכתיבת הספרי תורה התפילין והמזוזות בחרתי להוסיף על הדיו שכתב הרמב"ם ז"ל בהלכות תפילין פרק א' פסקא ד' תחבושת הדיו הזה שקבלתי מהסופר המעולה ר' עמנואל מפונטרימולי יצ"ו שבאולי היה מעשה ידי הסופר רבי מאיר מפאדובה ז"ל או יצא כאשר האמנתי מגנזי הסופר המובהק כמה"ר יהודה סומו משער אריה ז"ל שישמש לדברים שבקדושה כו'.

הער ליינער! מעגליך שפירט איהר שוין פאראיבל אויף מיר; וואס וויל דא דער שרייבער מיט די אלע ציטאטן?
וואַרט ביטע אויס, ותראה פלאים. בעה"י גייען מיר יעצט אנהייבן צאמשטעלן א פּאָזל.

______________________________________
[ג]. דאס איז געווען אין מאנטובה כמבואר שם. און ווי מיר וועלן נאך זעהן שפעטער מער, אז דער סופר מובהק ר' מאיר מפאדובה האט געלעבט אין מאנטובה.
[ד]. זעהט אבער אויס, פון וואס ער שרייבט פריער וועגן די חיתי"ן, אז ר' מאיר מפאדובה אליין האט יא געמאכט די אותיות משונות אין ספרי תורה. זעה מער אין די קומענדיגע הערה.
[ה]. אזוי ווי ער ברענגט דאס אלס א המשך צו וואס ער שרייבט אז ער פארלאזט זיך אויף די ספרי תורה פון ר' מאיר הסופר, שטעלט זיך ארויס אז ר' מאיר הסופר האט עס אזוי געשריבן אויך אין די ספרי תורה. און אין די המשך ברענגענדיג די אותיות וואו עס פעלט תגים דערמאנט ער נאך שינויים פון לפופות ועקומות וכדומה, וואס זענען דא אין די זעלבע אותיות וואו עס פעלן די תגים, וואס גייט באמת צוזאמען אז אנשטאט א תג איז דא א ליפוף. פון דעם איז קלאר, ווי שוין אויבן געשריבן, אז ר' מאיר הסופר פלעגט יא מאכן די אותיות משונות אין די ספרי תורה.
אין אמת'ן וועלן מיר שפעטער זעהן, אז אין די העתק ספר תורה האט ר' מאיר הסופר גאר נישט געשריבן די געווענליכע תגים, וואס דער סופר, וואס וועט קומען נאכשרייבן דערפון, וועט אליין וויסן זיי צו מאכן, ער האט דארט נאר געמאכט די תגים וואס קומען בקבלה נישט לויטן כלל. דערפאר קען מען גאר נישט לערנען פון דעם העתק אז אויף געוויסע אותיות דארף פעלן די תגים, נאר דורך דעם וואס עס האט א ליפוף וואס נעמט אוועק די תגים.
[ו]. עס איז נישט די באוואוסטע מדרש אותיות דר' עקיבא, וואס דרש'נט די אותיות בכלל, יענע מדרש איז שוין געווען געדרוקט בזמנו, נאר א אנדערע מדרש, וואס דרש'נט די כתרי אותיות, די תגים. עס איז שפעטער נאכאמאל געדרוקט געווארן סוף ספר קרית ספר להרוקח, און סוף ספר תגין.
[ז]. אונז שרייבן היינט אויף קלף, דאס איז די דרויסענדע שיכט פון די הויט, נישט אויף גויל, וואס איז די גאנצע הויט ווי דיק עס איז. גויל האט געהאט א באזונדערע חשיבות, דערפאר דערמאנט מען עס. עס זעהט אויך אויס אז מיטן אנצייכענען גויל, מיינט מען צו באטאנען אז עס איז א אלטע ספר, אדער פון א ווייטע מדינה, ווען דער עיקר כוונה אונטער דעם איז אז עס איז א ספר וואס ווערט געזעהן אלס מער פארלעסליך.
י. זעירא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י. זעירא »

[align=center][ג. די העתק ספר תורה][/align]
דער העתק ספר תורה פון ר' מאיר הסופר עקזיסטירט היינט אין א אומבאקאנטע פריוואטע זאמלונג.
עס איז פובליצירט געווארן א געזעמל וואס אנטהאלט 26 בילדער פון פארשידענע בלעטער פון דעם העתק.
דארט קען מען זעהן די אנהויב פון יעדן חומש, די סוף פון חמשה חומשי תורה, מגילת אנטיוכוס וואס ר' מאיר הסופר האט נאכגעשריבן אין דעם זעלבן באנד (אדער איז עס שפעטער צוזאמגעבינדן געווארן), און נאך העתקות וואס ר' מאיר הסופר האט נאכגעשריבן בעניני סת"ם.

אין בילד נומ' 08, אויף די רעכטע זייט איז געשריבן די סוף פון די תורה, געבט א קוק אויף די עי"ן און די נו"ן פון לעיני כל ישראל, ווי זיי האבן א ליפוף פון אויבן און פון אונטן, ווי דער שלטי הגבורים ברענגט סוף פון זיין רשימה פון אותיות וואו עס פעלן תגים, ז"ל: לעיני כל ישראל העי"ן והנו"ן דלעיני מלופפות מבלי שום תג.
לעיני כל ישראל.JPG
לעיני כל ישראל.JPG (12.54 KiB) געזען 2461 מאל

און אזוי קען מען זעהן פיהלע אותיות משונות אין די עטליכע פובליצירטע בלעטער, ווי די נוני"ן פון בצלמנו כדמותנו (אין בילד 03), וואס דער שלטי הגבורים דערמאנט אויך דארט.
בצלמנו כדמותנו.JPG
בצלמנו כדמותנו.JPG (13.58 KiB) געזען 2461 מאל

ווי אויך אותיות מיט פארמערטע תגים, ווי למשל די שי"ן פון ישראל, סוף פון די תורה. אדער די בי"ת פון בראשית אנהייב די תורה.
די תגים המסודרים, דאס מיינט די געווענליכע תגים, האט ער נישט געמאכט אין דעם העתק, ווייל דאס ווייסט מען דאך.


יעצט לאמיר ליינען אויף די לינקע זייט אין בילד נומ' 08:
[align=center]ותשלם כל המלאכה.______________________תורת ה' ברה וזכה.
את הכל עשו ידי להתפאר.______________________א-ל א-לוה אשר פניו אלי האר.
ואשר עד כה ברכני וזכני.______________________ולהתחיל ולהשלים חן חנני.
כי יחונני וינהגני על מות.______________________ולתורתו אהגה עד מות.
אני וזרעי וזרע זרעי.______________________בחקותיו ובמשפטיו לרועעי.
ובמצותיו ועדותיו להדבק.______________________כאשר ידבק האזור להחבק.
לא ימוש ספר התורה הזה מפי.______________________ויהיו לרצון אמרי פי.[/align]
תם ונשלם בעזרת הא-ל היום יום ג' כ"ב סיון בֵ יונייו שנת ש"ה לפ"ק בזעת אפי הצעיר מאיר יצ"ו בכמ"ר אפרים מפאדובה לי"א[ח] פה מנטובה ואמ"ר ביו"ם ההוא הנה אלקינו זה קוינו לו ויושיענו אכי"ר.


יעצט לאמיר כאפן א בליק אנהויב פונעם העתק, אין בילד 02. דארט פון אויבן ליינען מיר: הועתק מספר תורה מגויל מדוייק מאד לי"א[ח]. דאס פּאָרט זיך גוט צוזאם מיט וואס דער שלטי הגבורים ברענגט פון איהם וועגן די פרשיות וואס זענען שנוי במחלוקת, אז ער ברענגט א מחלוקת צווישן א ספר תורה מגויל מדויק פון איין זייט, און דער רמב"ם פון צווייטן זייט.

אין בילד 16 אויף די רעכטע עמוד, איז ער מעתיק די מדרש רמזי התגים דר' עקיבא, וואס דער שלטי הגבורים ברענגט אראפ פון איהם.

און אין בילד 17 אויף די רעכטע זייט פון אונטן, ליינט זיך: ועם כל זה שמעתי וגם ראיתי כמה ס"ת שבאו מצפת ולא יש בהם שום אות משונה וכן גזרו שמה זמן ועדן על כל הסופרים כי להבא לא יעשו שום שינוי באותיות שבס"ת ולא מלופפות יען אינם לומדים בס"ת. ממש וואס דער שלטי הגבורים ברענגט פון איהם.

די בילדער 14-15 אנטהאלטן א ליסטע פון אלע ספרי תורה וואס ער האט געשריבן, ווי ער האט פארצייכנט ווען ער האט עס אנגעהויבן, ווען געענדיגט, פאר וועם האט ער עס געשריבן, און נאך פרטים. עס ווערן אויסגערעכנט 43 געענדיגטע ספרי תורה, געשריבן פון יאר ש"ב ביז שמ"ב. אויך איז דא א התחלתי אויף א 44'סטע ספר תורה, פון אסרו חג פסח שמ"ב, אהן א סיימתי.
דאס איז געוויס דער מקור פונעם שלטי הגבורים אז ר' מאיר הסופר האט געשריבן 43 ספרי תורה, ועלו בכל גלילות איטאליאה, און ער לייגט אונז צו וואס ער ווייסט: והוכשרו כולם וכו'.

אין א ענגלישע באשרייבונג אויף ר' מאיר הסופר, פון יאר 1899, געשריבן דורך דער זאמלער ד. קויפמאן, ברענגט ער פון די פנקס אין מנטובה, אז ר' מאיר הסופר איז נטמן געווארן 17 נוב' 1583 (ב' כסלו שד"מ). עס קומט אויס אז אביסל מער ווי א יאר און א האלב פאר זיין פטירה האט ער נאך אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה, וואס ער האט נישט אנגעיאגט צו ענדיגן.

קויפמאן ציטירט דארט ביי די ענדע, די רשימה פון ספרי תורה, פון וואס איינער האט איבערגעשריבן פאר איהם.

ביי די 36'סטע ספר תורה דערמאנט ער די מגיפה וואס איז געווען אין של"ה של"ו, ער שרייבט אז צוליב די מגיפה האט ער געמוזט אפשטעלן דאס שרייבן, און אז אויך ביי איהם אין שטוב זענען אוועק 3 נפשות, ה"י.

ביי די 40'סטע ספר תורה שרייבט ער אזוי: ס"ת מֶ[ט] התחלתי בשלום לכתוב א ס"ת לשם כמ"ר מרדכי יצ"ו ב"ר רפאל מנורצי יצ"ו בר"ח תמוז כ"ה יונייו של"ט ופסקתי לכתוב בימי המועדים מפני צרות המומר והחוקר שעמדתי בבית הסהר י"ב ימים בימים הנוראים וזכיתי ת"ל להתפלל עם הצבור ביום הושענא רבה ברוך פודה ומציל כו'.
החוקר טייטשט זיך דא דער אינקוויזיטאר. ער דערמאנט דא אז ער האט געליטן צרות פון א מומר און די אינקוויזיציע, וואס האט יענע צייט אקטיוו פונקציאנירט אין איטאליע, און ער איז געהאלטן געווארן אין די אינקוויזיציע תפיסה, אויף אויספארשונג, פאר 12 טעג.
דאס איז ווארשיינליך פארבינדן מיט זיין עסק אין דרוקן ספרים. ווי מיר וועלן נאך זעהן.
______________________________________
[ח]. לאורך ימים אמן. אזוי איז אנגענומען דאס צו ליינען, כאטש צומאל איז עס אביסל ארייגעדרוקט. ועי' בשלטי הגבורים שנדפס מחדש, עמוד ז' הערה 87 ועמוד תקצ"ז הערה 273.
[ט]. די מ"ם איז געפינטלט מיט א סגול. אזוי איז די שטייגער ביי די איטאליענע שרייבער, ווען זיי שרייבן א בי"ת וואס קען, לויט די המשך הענין, ווערן פארביטן, מיט א כ"ף, און עס מאכט אויס צו וויסן וואס עס איז באמת, צום ביישפיל ווען עס ווערט גענוצט אלס א גימטריא, מאכט מען א צירי אונטערן בי"ת. אונטער א כ"ף מאכן זיי א פתח. די זעלבע ביי א מ"ם מיט א חי"ת, וואס קען זיך פארבייטן אין זייער שריפט, מאכן זיי צומאל א סגול אונטער א מ"ם און א צירי אונטער א חי"ת. אלעמאל נוצן זיי די נקודה פון די אות, לויט ווי עס איז געפינטלט ווען מען זאגט ארויס די אות אליין, בֵי"ת, כַ"ף, מֶ"ם, חֵי"ת.
לעצט פארראכטן דורך י. זעירא אום דינסטאג יולי 24, 2018 2:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
י. זעירא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י. זעירא »

[align=center][ד. תשובות פון גדולי הפוסקים צו ר' מאיר הסופר][/align]
אין שו"ת הרמ"ע מפאנו סימן ל"ז, איז די קעפל, תשובה לסופר הזקן בתקון תפלין [למנטובה לה"ר מאיר הסופר][י].
דער רמ"ע הייבט אן, חן וכבוד יתן אומר אל הסופר הזקן ומומחה ה"ר מאיר שהעיר לנו אזן כו'. אין די המשך איז דער רמ"ע מסכים צו זיין הערה, אבער נאר אלס א מצוה מן המובחר.
ווייטער שרייבט דער רמ"ע: עוד שאל הסופר החשוב הזה כו' והריני משיב מפני הכבוד כו'.

סימן ל"ח איז ווייטער געוואנדן צום זעלבן סופר, ווי עס ליינט זיך אינעם קעפל: תשובה לנזכר בתקון תפלין ובתגין בכל מקום [למנטווא].
די ערשטע ענין פון די תשובה איז די זעלבע ווי די פון אנהייב סימן ל"ז, נאכדעם וואס דער שואל, ר' מאיר הסופר, האט צוריק געשריבן אויף דעם.
דא הייבט דער רמ"ע אן: השתא ודאי איכשור דרי דשארו ספרייא למהוי כחכימיא כי ראיתי כבודך יוצא לקראת נשק בחבילות של לשונות מועתקים מהטור כו'.

נאנט צום סוף סימן איז דער רמ"ע מעורר עטליכע הערות וועגן די תגים, נאכדעם שרייבט ער וועגן דעם: וכבר קלסתיך באומנות התגין באזני שאר הסופרים וחבבתי מעשיך בפניהם. ועם היותי פוסל כל שאינו עשוי בתיקון הזה מ"מ אם בכתיבתך או במעשה שאר המומחים בכך אמצא איזה תג נפרד תלינן בטשטוש אחרי שנעשה ומכשרנא.


אויף אן ענליכע ענין ווי דאס וואס דער רמ"ע הייבט אן די 2 תשובות, איז דא נאך א תשובה אין שו"ת הרמ"ע, סי' ק"ו, געשריבן דורך אן אנדערע רב בזמנו, ר' אברהם מפיסא, אויך געוואנדן צו מנטובה. די תשובה איז אויך געשריבן צו ר' מאיר הסופר, ווי עס ווייזט זיך אויס פון א כתב יד.
דהנה, די תשובה געפינט זיך אויך אין כתב יד קויפמאן A 138. דארט איז דא עטליכע תשובות אויף יענע שאלה, און איבער די לעצטע תשובה פון ר' אברהם מפיסא שטייט: עוד כתב שלח הגאון כמה"ר אברהם מפיסא יצ"ו לכמ"ר מאיר הסופר יצ"ו כ"ז דיצ' ש"ד לפ"ק לי"א.[יא]
דא דארף מען האלטן קאפ צווישן הסופר ר' מאיר מפאדובה, און אחד מגדולי פוסקי הדור יענע צייט, מהר"ם פאדוואה, וואס זיין נאמען איז אויך געווען ר' מאיר. נאכדעם וואס יענע כתב יד הויבט זיך אן מיט א תשובה פון מהר"ם פאדווא אויף די זעלבע שאלה, זיין תשובה איז געדרוקט אין זיינע שו"ת סימן ע"ז, און ר' אברהם מפיסא אין זיין לעצטע תשובה שרייבט צו ר' מאיר הסופר: אחרי כתבי אליך בחור מעם תשובה לכל פרטי שאלותיך אש' שאלת בכתב ימינך ע"י הר' בנימין סמרגנו יצ"ו, נראה אלי המפואר חמיך יצ"ו ובידו כתב הגאון מהר"ם יצ"ו מפאדובה עם כתבך יחדת לי כו'.[יב]


אין שו"ת ר' משה פרווינצאלי, וואס איז געווען דער רב אין די איטאליענע קהילה אין מנטובא, געפונען מיר עטליכע תשובות, בעניני סת"ם, געוואנדן צו ר' מאיר. דאס זענען סימנים לב-לד, לז-לח.

סימן ל"ג איז א אינטרעסאנטע שאלה, אויב ער מעג, אויס די קעלט, שרייבן מיט הענטשו"ך אויפן האנט, אויסגעשניטן ביי די פינגער. מהר"מ פרווינצאלו איז עס איהם נישט מתיר, וועגן כבוד התורה.

שאלה ל"ח איז וועגן לייגן קנקנתום אין די טינט, איבער וואס עס איז דא א גרויסע שמועס אין פוסקים, ווי מהר"מ פרווינצאלו פסק'נט איהם נישט אריינצולייגן.
דא דערמאנען מיר זיך וועגן די תחבושת הדיו וואס דער שלטי הגבורים האט געלערנט ביי הסופר הנבון ר' עמנואל מפונטרימולי, וואס איז מעגליך די ארבעט פון ר' מאיר הסופר, אדער ווי דער שלטי הגבורים גלייבט איז עס פון ר' יהודה סומו משער אריה.
אזוי ווי אין יענע רעצעפט ווערט דערמאנט ויטריאולו רומאנו, רוימישע קנקנתום,[יג] איז דאס געוויס נישט ר' מאיר הסופר'ס.

אויך אין סימן י"ט משו"ת מהר"ם פרווינצאלו חתמ'ט דער שואל: נושק יד כ"ת הצעיר מאיר בר' אפרים מפאדובה. די שאלה דארט איז צו עס איז אויסגעהאלטן מען זאל צושיקן איין בעל תפלה פאר שחרית און מוסף אדער בעסער נישט, און דער שואל איז אביסל מאריך מיט ראיות אז עס קומט עס זאל זיין צוויי שלוחי צבור, והסכים עמו מהר"מ פרווינצאלו בתנאי אז מען האט צוויי בעלי תפלה וואס טויגן דערצו.

נאכן זעהן זיין חתימה אין סימן י"ט, וואו ער שרייבט: נושק יד כ"ת, איז ער מסתמא אויך דער שואל אין סימן רכ"ח, וואו ער חתמ'ט: נושק יד מעכ"ת הצעיר מאיר. די שאלה דארט איז בנוגע רבית, נאכדעם וואס ער האט פארבארגט געלט פאר קהל.
עס שטימט זייער גוט צו זיין ר' מאיר הסופר לויט ווי קויפמאן ברענגט פון א דאקומענט וואו ר' מאיר חתמ'ט: הצעיר מאיר בר' אפרים זצ"ל ממונה מקופת תלמוד תורה וממונה מקופת הצדקה.
ואגב אורחא, די תשובה דארט, אין סי' רכ"ח, איז געשריבן ברמיזות ממש, עס איז נישט פשוט עס אפצולערנען, עי"ש.

זעה אויך אין סי' קצ"ח, א חתימה מאיר בר אפרים זצ"ל מפאדוב"ה, וואו ער איז מעיד אז די תשובה פון מהר"מ פרובינצאלו איז געשריבן געווארן בפניו, ע"ש.

______________________________________
[י]. די איינגערינגלטע ווערטער זענען געדרוקט אזוי, איינגערינגלט, אין שו"ת הרמ"ע, מהדורות החדשות. די מקור פון די איינגערינגלטע שטיקלעך זענען פון די גליונות פון ר' אברהם גראציאנו, מרבני מודינה, וואס איז באקאנט מיט זיין כינוי אי"ש ג"ר, וועלכער האט מעתיק געווען די הערות פון די גליונות פונעם רמ"ע אליין, און פון איינער פון זיינע תלמידים, עי' בדברי המוציאים לאור.
[יא]. יענע גאנצע כתב יד זעהט אויס קלאר צו זיין די שריפט פון ר' מאיר הסופר, וואס מיר קענען פון זיין העתק ספר תורה. און אין אמת'ן איבער די תשובה פון ר' אברהם מפיסא האט ער געשריבן צום ערשט אלי, און דערנאך אויסגעמעקט די ווארט אלי, און געשריבן לכמ"ר מאיר הסופר כו'.
[יב]. עס זענען שוין געווען וואס האבן געברענגט אויפן נאמען פון מהר"ם פאדווא זאכן וואס געהערן באמת צו ר' מאיר הסופר. למשל וואס דער ספר דעת קדושים, אייזנשטאט ברענגט אז ר' אברהם משער אריה, בעל שלטי הגבורים איז געווען א חבר פון מה"ר שמואל יהודה קאצנעלנבויגן, מהרשי"ק, דער זון פון מהר"ם פאדווא, האבנדיג געלערנט מיט איהם ביי זיין טאטע מהר"ם פאדווא, און ווי געברענגט האט דער שלטי הגבורים גאר געלערנט ביי ר' מאיר הסופר, אלס יונג קינד.
אויך פארקערט האט איינער פארמישט, אין דעם דערמאנטן כתב יד קויפמאן 138, האט איינער אריינגעשריבן פון אנהייב וואס דאס איז, שרייבט ער דארט: כתבים מהרר"ם מפאדובה יצ"ו וכו', און איינער האט צו דעם צוגעשריבן: הסופר, וואס איז נישט ריכטיג, דא איז נישטא קיין כתבים פון ר' מאיר הסופר, כאטש אז די לעצטע 2 תשובות זענען געוואנדן צו איהם, און אויך איז די גאנצע באנד זיין שריפט וואס ער האט מעתיק געווען, דאך איז די ערשטע תשובה פון הפוסק מהר"ם פאדווא, און ווי געזאגט איז די תשובה געדרוקט אין זיין ספר סי' ע"ז.
[יג]. כדעת רוב ככל המפרשים והפוסקים, דקנקנתום היינו וויטריאו"ל, ועי' פירש"י ותוס' עירובין יג.
י. זעירא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י. זעירא »

[align=center][ה. זיין עסק אין דרוקן ספרים][/align]
אויך האט ר' מאיר הסופר מפאדובה זיך אפגעגעבן מיט דרוקן ספרים אין מנטובה.
צום ערשט דארף מען דערמאנען דעם זהר הקדוש דפוס ראשון, מנטובה שי"ח. ווי מיר ליינען אויפן שער בלאט אין חלק א', ע"י השותפים ה"ה הסופר כמ"ר מאיר יצ"ו בכמ"ר אפרים זצ"ל מפדובה וכו'.
די זעלבע ליינען מיר אין די שער פונעם תיקוני זהר דפוס ראשון, מנטובה שי"ח.

ווי באקאנט איז דעמאלט געווען א גרויסע מחלוקת אויב עס איז אויסגעהאלטן צו דרוקן דעם זהר הקדוש. און איינער פון די גרויסע מתירים איז געווען ר' משה פרווינצאלו, ביי וועם ר' מאיר הסופר האט געפרעגט שאלות, און געהערט צו זיין קהילה. זיין פסק דערוועגן איז געדרוקט געווארן אנהייב פונעם תיקוני זהר, און שפעטער אין זיינע תשובות סי' ג'.

נאך א קבלה ספר האט ער געדרוקט אינעם זעלבן יאר, מערכת האלקות עם פירוש החייט. שי"ח. (דאס איז געדרוקט געווארן, די זעלבע יאר, שי"ח, אויך אין פירארא).

נאך ספרים וואס ער האט געדרוקט זענען.
תולדות יצחק לר' יצחק קארו. שי"ח-שי"ט.
מקור חיים לר' שמואל צרצא. שי"ט.
חובת הלבבות.שי"ט.
מנורת המאור. שכ"ג. דא ווערט זיין נאמען דערמאנט דער לעצטער פון 3 שותפים.

אין שחיטות ובדיקות למהר"י ווייל, געדרוקט דורך זיין שותף, ר' יעקב כהן מגוזאל"ו, בשנת שט"ז, שטייט נאך די הגהות השחיטות, אין פעידז' 14, והנה נשלמו וכו' והוגהו ע"י הסופר כמ"ר מאיר יצ"ו ב"ר אפרים זצ"ל מפדובה.
אינטרעסאנט צו דערמאנען אז אין בריטיש לייברארי איז דא א ספר פון די מהדורה, געדרוקט אויף קלף.
אויך איז ליציטירט געווארן איינס, אויף קלף, פאר 4 יאר צוריק, וועלכע איז פארקויפט געווארן פאר 46,740 $

לוית חן, לר' עמנואל בניוניטה, דקדוק. שי"ז.
ואגב, דער מחבר פונעם לוית חן האט מגיה געווען דעם ספר הזהר והתקונים ומערכת האלקות במהדורת מנטובה, זעה די שערים פון די ספרים, און ווי ער ווערט דערמאנט אין די הקדמה אין זהר הקדוש חלק א'.
הבחור, (עם הוספות של המחבר ר' אליה בחור, שכבר נפטר קודם ההדפסה), שי"ז. דארט שטייט נישט זיין נאמען אויפן שער בלאט, נאר סוף ספר שטייט בשם הסופר כמ"ר מאיר יצ"ו ב"ר אפרים זצ"ל מפדוב"ה.
מהלך לר' משה קמחי. שכ"ג.
מהלך הנ"ל א צווייטן מאל. של"ה אדער של"ח. כ'האב נישט געטראפן קיין שום אנליין ווערסיע, אדער בילד.
ואגב, דער מנחת שי אין פרשת בלק, אויפן פסוק מברכיך ברוך, רעדט זיך אפ אויף ווערטער וואס מען האט ארייגעלייגט אין די פירוש, אין דעם מהדורה, עי"ש.

מדרש תנחומא. שכ"ג.
בשותפות מיט ר' עזרא מפאנו, רבו הראשון בקבלה של הקדוש רמ"ע מפאנו, ווי דער רמ"ע שרייבט אין זיין הקדמה צום פלח הרמון, זכות מורי הה"ר עזרא נר"ו איש מנטובה וצדקתו לעולם תעמוד שהכניסני מנעורי לחצר גנת ביתן החכמה החביבה הזאת כו'.

מחזור כמנהג ק"ק רומה. שי"ז- ש"כ.
אויפן שער בלאט שטייט חלק ראשון. די באנד האט אבער ביידע חלקים, זעה אין פעידז' 237, אונטן אין די ערשטע קאלום, נשלם חלק ראשון תהלה לא-ל.
דאס איז א גרויסע מחזור, מיט אסאך הלכות.
אויפן שער בלאט שטייט ותהי ראשית מלאכתו בימי חנוכה שי"ז לפ"ק, און סוף באנד שטייט ותהי השלמתו בר"ח סיון שנת ש"כ לפ"ק. עס האט געדויערט 3 און 1/2 יאר. פשט אין דעם וועלן מיר פארשטיין נאך א מינוט.

צו די זעלבע צייט האבן זיי געדרוקט א קליינע מחזור, אהן די הלכות. אין צוויי בענדער.
אין חלק א' שטייט אויפן שער בלאט, בשנת שי"ז לפ"ק, און סוף ספר שטייט השבח וההודאה להי"ת שזכנו ועזרנו וכו' בשם הסופר כמה"ר מאיר יצ"ו בר' אפרים ז"ל מפדוב"ה בחדש אייר שנת כי לא יט"ש וכו'. עס איז געענדיגט געווארן אייר שי"ט.
אין חלק ב' שטייט אויפן שער בל"ג לעומר שנת שי"ט לפ"ק און סוף ספר שטייט ותהי השלמתו בימי חנוכה שנת בשובי את שביתכ' בשם הסופר כמ"ר מאיר יצ"ו בכמ"ר אפרים ז"ל מפדוב"ה, דאס הייסט עס איז געענדיגט געווארן חנוכה ש"כ, אין דערצייט ווען מען האט שוין אנגעהויבן דרוקן חלק א' אין שי"ז.
די דרוקערס אליין פארענטפערן זיך דארט אויף דעם, ואל יחשדנו שומע אם זה שלש שנים התחלנו בהדפסתו ואחרנו עד עתה, כי לא לעצלה היתה זאת, האמנם כי לבקשת שלמים וכן רבים, הוכרחנו להדפיס בנתים ספרים אחרים הנם ספר לוית חן, תקוני הזהר, מערכת האל-הות, תולדות יצחק, חובת הלבבות, מקור חיים, ומחזור גדול, וספר הזהר אשר אנחנו עתה בהדפסתו וחכינו לה' כי בעוד שני חדשי' נבא עד קצו, יראו צדיקים וישמחו, כן יהי נעם ה' אלדינו עלינו להדפיס ספרי' הרבה אין קץ יגדיל תורה ויאדיר ומעשה ידינו כוננה עלינו אכי"ר לק"י.

סדור מתפלה כמנהג ק"ק איטאליאני. של"א.
פיוט מי כמוך לר' יהודה הלוי. שי"ז.
אויך איז געדרוקט געווארן א סידור אין מנטובה, שכ"ב, דארט שטייט נאר ע"י השותפים יצ"ו, אנע נעמען, און די זעלבע שטייט סוף סידור. די שותפים זענען געוויס הסופר ר' מאיר יצ"ו בכמ"ר אפרים מפדוב"ה און ר' יעקב כהן בכמ"ר נפתלי הכהן מגוזאל"ו ווי מיר ווייסן שוין פון אנדערע ספרים.

מסכת אבות עם פ' הרמב"ם ורש"י ושמנה פרקים להרמב"ם. ש"כ.
דאס איז אויך אריינגעשטעלט אין די אויבנדערמאנטע גרויסע מחזור.

אויך האט ר' מאיר הסופר געדרוקט יערליך לוחות שנה.

נאך צוויי ספרים זענען דא, וואס פארלאנגען א שטיקל שמועס, דערפאר האב איך זיי געלאזט אויפן ענדע.
רמב"ם, מדע אהבה זמנים. שכ"ו.
סדור מברכה. של"ח.

אינעם קומענדיגן קאפיטל וועל מיר אי"ה ארומשמועסן עפעס בנוגע די צוויי ספרים.

מיר געפונען נאך אין פילע ספרים וואס זענען געדרוקט געווארן שוין נאך זיין פטירה אז זיין נאמען ווערט נאך דערמאנט אז מען האט גענוצט זיינע אותיות.
ר' מאיר הסופר האט געהאט א איידעם ר' אפרים, וואס איז געווען אויך זיין פלומעניק, א זון פון זיין ברודער (ר' דוד - לויט קויפמאן), וועלכער האט ממשיך געווען מיט די דרוקן נאך זיין פטירה.
אין יאר ש"נ איז ארויסגעקומען א חומש ווי עס שטייט נאך אז עס איז געדרוקט געווארן בשם ר' אפרים, אבער ער אליין ווערט שוין דערמאנט בברכת הנבדלים החיים. ווייטער שטייט דארט אז עס איז גענוצא געווארן די אותיות פון זיין פעטער ר' מאיר.
חומש מנטובה.jpg
חומש מנטובה.jpg (228.21 KiB) געזען 2454 מאל


אויך אין ספר הליכות עולם, מנטובה שנ"ג, שטייט סוף ספר עם האותיות שהיו מהסופר הנבון כמה"ר מאיר מפאדובה זצ"ל ואחריו מנכדו[יד] וחתנו כמ"ר אפרים ז"ל כו'.
___________________________________
[יד]. נכד, ביי די איטאליענע מיינט זייער אפט, א פלומעניק. אזוי אויך ביי די פראנצויזישע, וכבר הזכיר זאת הרש"ש בבא בתרא דף ??.
לעצט פארראכטן דורך י. זעירא אום מיטוואך יולי 25, 2018 4:46 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
י. זעירא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י. זעירא »

איך האף צוריק צו קומען אין די נאנטע טעג, בעז"ה, מיט נאך צוויי אינטרעסאנטע קאפיטלעך.

דעמאלט וועט אי"ה מיטקומען א PDF.


ליינט, האט הנאה, און לאזט אייך הערן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איך ליין.

הערליך שיין.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8823
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

גאר גאר באלערנד און אינפארמאטיוו.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
י. זעירא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י. זעירא »

איידער איך גיי צו קאפיטל ו' דארף איך צולייגן נאך א צוויי קליינע הערות וואס געהערן נאך צו קאפיטל ה'.

ביים דרוקן די רמב"ם איז זיין שותף געווען ר' יצחק ב"ר יוסף סולם, וועלכער האט עס מגיה געווען און געשריבן די הגהות.
סוף ספר איבער די 'לוח התיקון' פארענטפערט ער זיך אויף די טעויות וואס זענען אריינגעפאלן, ובתוך הדברים שרייבט ער: ובהצטרף אל זה עול מאלכתי בהישרת התלמידים אשר לפני כי רבה היא לא היה בידי להשגיח עליהם (אויף די עובדי בית הדפוס) מאז כראוי.
איך האב אמאל געזעהן ברענגען פון איינע פון די רבני איטאליאה המפורסמים פון דעם נעקסטן דור, ר' שמאול משער אריה (וואס ווי עס זעהט אויס איז ער דער אמת'ער ערשטער מחבר פון ספר מפתחות הזהר, ואכ"מ), ווי ער שרייבט אז ער האט געלערנט ביי ר' יצחק סולם, און ער ברענגט א ויכוח אין הלכה וואס ער האט געהאט מיט איהם, בנוגע א ספר תורה וואס שטייט דארט ויהי ביום כלת משה חסר וי"ו, אנדערש ווי אונזער קבלה.

דער ר' יצחק סולם, האט אויך מגיה געווען דער ספר מהלך, מנטובה שכ"ג, וואס איז אויבן דערמאנט געווארן, דארט ביים סוף שטייט א אויסדרוק וואס כ'געדענק נישט פון ערגעץ אנדערש, והוגה בעיון רב ע"י המשכיל אפוד חכמה ורוב בינה, הנהנה מזיו שכינה, כמ"ר יצחק בר' יוסף סולם יצ"ו


אין די באנד פונעם העתק ספר תורה פון ר' מאיר הסופר, ווערט ער אויך דערמאנט, דער העתק האט שפעטער געהערט פאר א איד (כנראה ממשפחת נורצי, ראה שם בדף הסמוך) וואס האט דארט אריינגעשריבן געדענקענישן פון זיין אייגן לעבן, ער שרייבט דארט אין בילד 18, לזכר טוב יהיה אמן איך היום יום ו ט"ו תמוז שנ"ג לפ"ק עשיתי יבום עם גסתי מרת אסטר מאסקולי תמ"א ובו ביום נעשו הנשואים ונהיה שם הגאון כמהר"ר יצחק סלם יצ"ו והגאון כמהר"ר ניסים ספורנו יצ"ו והגאון כמהר"ר עזרא מפאנו כו'.

דער ר' עזרא מפאנו, האב מיר שוין אויך דערמאנט, ער איז געווען דער שותף פון ר' מאיר הסופר,און דער מגיה, ביים דרוקן דער מדרש תנחומא. וכאמור איז ער געווען דער ערשטער רבי פונעם הייליגן רמ"ע מפאנו אין קבלה. אינצווישן האב איך געזעהן ברענגען אז ער איז אויך געווען א פעטער פונעם רמ"ע מפאנו.

וועגן דער עצם געשעעניש אז דער שרייבער דארט האט געמאכט יבום, דארף מען וויסן אז אין איטאליאה איז געווען אנגענומען למעשה מצות יבום קודמת.


כ'האב געשריבן אז כ'האב נישט געטראפן די צווייטע מהדורה פון ספר מהלך.
אינצווישן איז עס געווארן ארויפגעשטעלט דא, און עס איז משנת של"ח.
י. זעירא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י. זעירא »

אויך האבן זיי געדרוקט א סידור כמנהג אשכנזים, שי"ח. חלק א', חלק ב'.

זעהט אויס אז איך וועל נישט קענען ארויפלייגן די המשך ביז נאך די הוילע טעג.
מען דארף זיי דאך האלטן הויל.
י. זעירא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 24, 2018 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך י. זעירא »

[align=center][ו. די צענזור און גזירות הספרים יענע תקופה][/align]
דער רמב"ם וואס ר' מאיר הסופר האט געדרוקט איז נישט נאכגעקומען די צענזור פארלאנגען, שפעטער איז די מהדורה פארמשפט'ט געווארן לשריפה. ווייניג ספרים פון די מהדורה זענען פארבליבן.
קויפמאן ברענגט ער אראפ די באפעל פון דער אמבאסאדער פון מאנטובה, 1 ינואר 1584, וואס קומט אויס שד"מ, צו אוועק'פטר'ן די מהדורה פונעם רמב"ם וואס איז געדרוקט געווארן דא אין מנטובה פאר 16 יאר צוריק, וואס מוז זיך באציען צו די מהדורה, וועלכע איז פאר אן אמת שוין געדרוקט געווארן פאר 18 יאר פריער אין שכ"ו.
אין די בריטיש לייברארי איז דא א ספר פון דעם רמב"ם, דארט איז צוגעשריבן אנהייב מהדורה זו נשרפה? ראה סימונסון בניהו. איך האב דערווייל נישט געזעהן וואס זיי שרייבן דערוועגן.
יענע ספר איז צענזירט, אין הלכות עבודה זרה זענען דא פלעצער ווי עטליכע ווערטער זענען פארמעקט, מיט טינט, אז מען קען עס ממש נישט ליינען. און אין אנדערע פלעצער זענען ווערטער אינגאנצן אראפגעקראצט.

מיר האבן שוין געברענגט ווי ר' מאיר שרייבט ופסקתי לכתוב בימי המועדים מפני צרות המומר והחוקר שעמדתי בבית הסהר י"ב ימים בימים הנוראים, דאס איז געווען של"ט. אפשר איז דאס צוליב דעם רמב"ם, וואס האט געברויכט צענזירט ווערן איידערן דרוקן.
עס זעהט אבער נישט אויס אזוי ווייל דאס איז געווען אין של"ט, און דער אינקוויזיציע-אמבאסאדאר האט ערשט אויסגעפונען אין שד"מ וועגן דעם רמב"ם, ווען ר' מאיר הסופר איז שוין געווען בעלמא דקשוט.


עס איז גאנץ מעגליך אז די תפיסה איז אבער פארבינדן מיט זיין באגער צו דרוקן ש"ס, אין די צייט וואס דאס איז געווען פארבאטן דורך די קירכע. ווי ער שרייבט סוף סדור מברכה, של"ח, (די גאנצע סידור איז א יקר המציאות, עס איז מעגליך נישט פארבליבן דערפון מער ווי איינס, אבער סוף פונעם סידור האט ער געדרוקט א פסק פון הגאון ר' משה פרווינצאלו וועגן תענית בכורים בערב פסח שחל להיות בשבת, וואס איז לעצטנס אויך געדרוקט געווארן אין שו"ת ר' משה פרווינצאלו סי' ע"א. די פאר בלעטער זענען יא פארבליבן, און זענען אויך דא אין אוצר החכמה. ואגב, האבן יענע בלעטער אין אוצר החכמה הגהות געחתמט אג"י, דאס איז ר' אי"ש ג"ר וואס מיר וועלן נאך זעהן וועגן איהם. און דארט ענדיגט ר' מאיר הסופר מיט די ווערטער), השבח וההודאה לא-ל יתברך שזכנו להשלים סדור סדור מברכה זה בתכלית שלימות מה שהיה לא-ל ידינו לעשות כן יזכנו השם להדפיס מחמד עינינו אשר נלקח מאתנו זה ארבע ועשרי' שנה ונזכה כלנו לאורו כי אז תפקחנה עיני עורים ועין בעין נראה בשוב ה' את שיבת ציון ויבנה חומות ירושלים במהרה בימינו אכי"ר: ותהי השלמתו בחדש זיו שנת של"ח לפ"ק לי"א לק"י בשם הסופר כמ"ר מאיר יצ"ו בכמ"ר אפרים ז"ל מפדובה פה מנטובה כו'.
ער דרוקט דא אויס זיין האפענונג צו דרוקן מחמד עינינו וואס איז אוועק גענומען געווארן פון אונז שוין פאר 24 יאר, דאס מיינט די ש"ס - תלמוד בבלי וירושלמי וואס איז פארברענט געווארן אין איטאליאה אין שי"ד.

די אויסדרוק מחמד עינינו אויפן ש"ס, געפונען מיר אין יענע תקופה אין נאך ספרים.

דער שלטי הגבורים אין חתימת הספר ווי ער דערציילט וואו ער האט געלערנט, ז"ל ובעיר בולונייא כו' עמדתי לפני הגאון כמהר"ר יעקב מפאנו ז"ל ושמשתי אותו בפוסקים ובגמרא ועל כי אז נגעה בנו יד ה' ומחמד עינינו היה לשריפת אש חזרתי מנטובה כו'. (דארט ווייטער קען מען זעהן ברמיזה וועגן דעם אז מען האט געהאלטן גאנצע ש"סין באהאלטענערהייט, דאס איז געוויס געווען מתוך מסירות נפש. ועי' עוד בהקדמת הגאון בעל גדולי תרומה).

אין מערכת האלקות, געדרוקט אין מנטובה ביי ר' מאיר הסופר, בשנת שי"ח, 4 יאר נאכן שריפת התלמוד, אין דברי המגיה, ה"ה ר' עמנואל בניוניטי, מח"ס לוית חן, שרייבט ער ז"ל, ועתה שממנו לוקח מחמד עינינו והיה לשרפה מאכלת אש ולא נוכל להתעסק בהויות אביי ורבא, והפוסקים עוד אינם כי סגרו על מסגר ומי יודע אם לרוב ימים יפקדו ושלח ה' בחמלתו עלינו הספרים האלה למחיה להיות לנו לעינים ביום ענן וערפל.

אין טור עם ב"י, מהדורה שניה, וויניציאה שכ"ד, איז פארהאן א הקדמה פון ר' מנחם רפא פורטו כהן, בעל מנחה בלולה על התורה, ווי ער דרוקט זיך אויס וועגן דעם בית יוסף וואס איז געדרוקט געווארן צום ערשט אין וויניציאה אין יאר ש"י, קורץ נאנט צו די גזירה, און דורך דעם איז ביי זיי פארבליבן די מקורות פון גמרא אויף די דינים, ז"ל לאשר רוח נבואה נוססה בו כאשר שמענו כן ראינו כי בימים אחדים טרם אש יצאה מאת ה' שלח חוצה חבור הנכבד הלזה למען נמצא בו מרגוע לנפשנו וכמתנבא על העתיד כאשר יאמר האומר חיו בצלי בגוים עד יערה רוח ממרום ה'. עוד מדי דברי המו מעי עלי כי בכל עת אני רואה החבור הנכבד הלזה לא אוכל לעצור ברוחי להתאפק מבלי עיני ירדו מים ועפעפי יזלו דמעות בשומי על לבי כמה טצדקי והרפתקי עברו על ראשנו עינינו ראו ולא זר את אשר לא ראו אבותינו למיום סור יהודה מעל אפרים עם ה' אלה גולה וסורה בין תנור לכירים ולקתה מאת ה' בכפלים חשכו הרואות בארובות בארץ תלאובות בנים על אבות סבלו מכאובות בגוים אין תורה אף זו מחמד עינינו אשר אמרנו בצלו נחיה בגוים נתן למאכולת אש וכו'.


און ווען ר' מאיר הסופר שרייבט כן יזכנו השם להדפיס מחמד עינינו אשר נלקח מאתנו זה ארבע ועשרי' שנה, איז דאס זיכער א תפילה, אבער אפשר ליגט אין דעם אויך א רמז וועגן עפעס א פלאן? און אפשר האט ער אנגעהויבן טוהן עפעס שתדלנות אויף דעם? מיר ווייסן נישט קיין ענטפער אויף דעם. אבער דאס דרוקן דעם געבעט איז גאנץ מעגליך שוין גענוג געווען אז א מומר זאל זיך צו איהם צוטשעפנען. אזוי אז איין יאר מיט אפאר חדשים נאכדעם איז ער געווען איינגעשפארט.
דאס אלעס איז נישטיגע הצעות, אן א ריכטיג- באגרינדעטע אפשאצונג. עס איז אבער ווארשיינליך אז אויף עפעס אן אופן איז עס געווען פארבינדן מיטן דרוקן ספרי קדש.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”