מגילת עבדיה הגר

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

מגילת עבדיה הגר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

ווי מיר מאכן זיך באקוועם, זעגל'ן מיר ארויס פון די צפון-מזרח אמעריקאנע האפענ'ס ארויף אויפן ברייטן אטלאנטישן אקעאן; מיר שווימען גלייך צו מזרח, אנקומענדיג נענטער צו די פארטן פון דרום פארטוגאל, דרייען מיר זיך רעכטס אינגאנצן צו דרום; דערנאך לינקס אדורך דעם 'גיבראלטער'; מיר שווימען אריבער דעם 'אלבאראן ים' צווישן מאראקא און שפאניע, און אדורך די שפאנישע 'באליארן אינזלן' - ביים ברעג פונעם מיטל-לענדישן ים; מיר צירקולירן האלבוועגס ארום דעם פראנצויז'ישן 'קורסיקע' אינזל און 'ענדליך' שווימען מיר אריבער דעם גאנצן ברייט אויף מזרח פונעם טירענ'ישן ים און נאך א רייזע פון איבער פיהר א האלב טויזענט מייל, קומען מיר אן צו דעם באקאנטן איטאליענישער פארט שטאט 'נאפאלס'.

פון נאפאלס רייזענדיג אין דרום איטאליע, טיפער אינלאנדיש, אריין אינעם בערגיגען ראיאן באקאנט אלס 'די באסיליקאטא'; פונעם צענטער שטאט 'פוטענצע' רייזן מיר צו צפון-מזרח, מיר קומען אהן צו א פארצייטישן שטאט "אופפידאו לוקאנאו". די אלטע הייזער און שמאלע געדרייטע געסלעך פארציילן פון זיך אליין אז זיי האבן שוין אסאך געזעהן אין זייער צייט. פון די 'רומא גאס' דרייען מיר זיך רעכטס צו די 'נאובא גאס', וואו מיר וועלן זיך אפרוען פון א כמעט צוויי וואכעדיגע 'וואיעגע'. ווי מיר קומען אן צו א קליינע שמאלע געסל פון ארום פופציג מעטער, זעהט מען א שילד וואס לייענט זיך:

"Via Giovanni-Abdia il Normanno - Musicista Oppidano del Secolo Undicesimo"

"דזשיאוואני-אבדיע גאס, דער נארמאנער - מוזיקאנט פון אופפידאו פון די עלעווטע יארהונדערט".

פרעגענדיג דארט אן אלט-געזעסענער איינוואוינער, וואס איז דער באדייט פון דעם שילד, ווייסט ער צו דערציילן אז אין אפריל 1970, איז דא פארגעקומען א גרויסע צערעמאניע וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען פיל איינוואוינער פון אופפידאו; ווי אויך שרייבערס; פראפעסארן; מיטל-אלטער שטודירער און איטאליענע רעגירונגס באאמטע. ספעציעלע מוזיקאנטן האבן געשפילט אלטע אומבאקאנטע לידער. אלעס צו באעהרן א מאן דזשיאוואני-אבדיה וואס איז געבוירן געווארן דא אין דעם שטאט אופפידאו פאר איבער 900 יאהר צוריק. שפעטער אין מערץ 2004 איז פארגעקומען א ענליכע צערעמאניע מיט די באטייליגונג פון אלוועלטליכע לערערס צו באעהרן דעם מאן דזשיאוואני-אבדיה.

ווער איז געווען דער דזשיאוואני-אבדיה פון אופפידאו וואס האט דא געוואוינט פאר 900 יאהר צוריק? ווי אזוי האט דאס פאסירט, אז נאך איבער 900 יאהר האבן די איינוואוינער פון דעם שטאט אופפידאו, און געלערנטע דורכאויס איטאליע זיך צוזאמגענומען אויף דעם פלאץ צו באעהרן אן אומבאקאנטן מאן און נאך א נאמען געגעבן א גאס איהם צו פאראייביגן? ווער איז געווען דער מאן וואס די וועלט האט גארנישט געוואוסט פון זיין עקזיסטענץ פאר באלד א מילעניום?

[align=center]* * * * * * * * * * * * * * * * *
* * * * * * * * * * *
* * * * * *
* * *
*[/align]

ווי פון א טיפן שלאף וועקט זי די שטאט אויף, א הערליכע רייכע חתונה קומט פאר - די שטאט אופפידאו איז אויף און באלאכטן, עס שמעקט די רויזן עס גלאנצט די שפיגלן, עס שפילט פרייליכע מוזיק, מען שיכור'ט מען טאנצט מ'הוליעט א גאנצע נאכט. עס איז די חתונה פון רייכע קריסטליכע נארמאנישע אדל-לייט. 'דראו' מיט די הארענטע 'מריא' ווערן פארהייראט.

א צייט איז פארביי, צו די פארפאלק איז געבוירן געווארן צווילינג זוהן. דער עלטסטער איז געבוירן געווארן נאטורליך, זיינע עלטערן האבן איהם א נאמען געגעבן "ראגעריוס" און גערופן ראדזשער. די צווייטע קינד איז געבוירן געווארן מיט פיל צער און יסורים, דעם קינד האבן זיי א נאמען געגעבן יוהאנוס און גערופן דזשואוואן.

די צווילינג ברודער זענען גרעסער געווארן, עס האט זיך דערקענט א שטארקע צווישנשייד צווישן די צוויי ברודער. דער עלטערער ברודער ראדזשער האט שטודירט 'ריטערליכקייט' - צו זיין א רעליגיעזער מיליטער מאן און ווי זיך צובאנוצן מיטן שווערד. דער יונגערער יוהאנוס איז געווען פון גאר אן אנדער סארט, ער האט שטודירט רעליגיעזע ביכער און נאר געזוכט צו לערנען ווי מער וויסנשאפט און ווי מער חכמה.

איין טאג, יוהאנוס איז געווען א יונג קינד זייענדיג ביי זיין טאטע 'דראו' אינדערהיים, האט ער געהערט א געשיכטע איבער א באקאנטע הויכגעשעצטע ארכיבישוף 'אנדריאס' פון די שטאט 'בארי'. דער ארכיבישוף אנדריאס איז איינטאג אנטלאפן פון בארי קיין קאנסטאנטינאפול, וואו ער האט אינגאנצן אויפגעגעבן אויף זיין גרויסע עהרע און אוועקגעווארפן די קריסטליכע רעליגיע. ער האט זיך גע'מל'ט און האט געלערנט תורה מיט מסירת נפש. די קריסטן האבן איהם געפייניגט און אויסגעטיילט ביטערע צרות. ער האט זיך קוים געראטעוועט זיין לעבן מיט'ן הילף פון די אידישע ג-ט דורך גרויסע ניסים און איז אנטלאפן קיין מצרים וואו עס האט דאן געהערשט דער פאטימיד 'אל-מוסטאנסיר בילאה', דארט איז ער שוין פארבליבן ביז זיין טויט אום ד'תתל"ח וואו ער האט געלערנט די אידישע תלמוד טאג אין נאכט. פיל קריסטן וואס האבן געזעהן וואס האט פאסירט צו אנדריאס האבן איהם נאכגעטוהן און האבן זיך אויך מגייר געווען.

קלאנגן אז דער גרויסער ארכיבישוף אנדריאס איז אנטלאפן און האט זיך מגייר געווען, האט זיך בליץ שנעל צושפרייט אינעם גאנצן לאנד לאמבארדיע. די קלאנגען זענען אנגעקומען צו די רעליגיעזע חכמים אין גריכנלאנד און אויך צו די חכמים אין רוים. ווי נאר זיי האבן זיך דערוואוסט אז דער גרויסער ארכיבישוף אנדריאס האט אנגענומען אויף זיך דעם אידישן גלויבן האבן אלע גריכן און רוימער מיט די גאנצע קריסטליכע פירערשאפט פארבויגן די קעפ און געווארן זייער פארשעמט.

א ביסל שפעטער, יוהאנוס איז עלטער געווארן. איין נאכט לייגט ער זיך שלאפן און חלומ'ט א מיסטישע חלום. ער טרעפט זיך אינעם גרויסן באסיליקא אין אופפידאו, ווי ער דינט אלץ גלח. ער שטייט נעבן די גרויסע קריסטליכע מזבח. ווען פלוצלינג, דערזעהט ער א מאן שטיין צו זיין רעכטע זייט קעגן איבער איהם, און דער מאן רופט אויס זיין נאמען: יוהאנוס!...
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

המשך יבוא?
איך בין געבליבן שטעקן אינמיטן שלאף
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

הערליך געשריבן!!! איך האב הנאה פון אייער פעדער, הרב בענקל.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

עס איז כ"ו כסלו ד' אלפים תתנ"ו, די העסליכע פראפאגאנדע אין פראנקרייך פון פויפסט אורבאן דער צווייטער פארגיפטעט די מוחות פון די קאטוילישע מאסן וואס האט פאראורזאכט די ערשטע קרייצצוג. מיט א צוויי אהאלב מאנאטן שפעטער, דער נאכט פון ט"ו אדר א', די נאכט ווען א צויושעטע מאסן אין שפיץ פונעם פראנצויז'ישן קייזער'ס זוהן "יוג פון ווערמאנדוי" האבן זיך געגרייט צו פארן קיין ירושלים, האט פלוצלינג צו די שרעק פון אלע צוקוקער די לבנה אנגעהויבן צוביסלעך ווערן פארטונקלט, פון העל געל איז עס געווארן מער און מער טונקלער און טונקלער, ביז א שרעק-ווארפענדע בלוט-רויטע קאליר. די מאסן האבן געקוקט מיט שרעק אויפ'ן הימל א גאנצע נאכט, זיך וואונדערנדיג וואס דאס באדייט, ביז עס האט אנגעהויבן טאג'ן און די לבנה איז צוריק צו איהר אריגינעלע אויסזעהן און פארום.

די געשעעניש פון יענע נאכט וואס איז ווירקלעך געווען נישט מער ווי ליקוי לבנה, איז מיט פלאמעדיגע רעדע'ס געווארן אויסגענוצט איבעראל ביי קאטוילישע פרעדיגער, אלס באווייז אויף א נאענט-קומענדיגע זיג און אויסלייזונג, פאר ווער עס וועט אויסלייזן ירושלים פון די אומגלויביגע. די פארווירקלעכונג פון א נביאה וואס איז געשריבן אין די קריסטליכע ביכער אויף די לאטיינישע שפראך, וואס איז פאלש און פארדרייט נאכגעשריבן פון תנ"ך אין ספר יואל פרק ג' פסוק ד. דאס איז נאכגעפאלגט געווארן מיט נאך שרעקעדיגע הימלישע געדעכענישן.

גלחים האבן אויפאמאל אנגעהויבן פארציילן אז זיי האבן געזעהן פליענדע שטערנס און א פארום פון שווערדן; בלוטיגע וואלקענעס פליען פון מזרח און מערב וואס האבן צוזאם געקראכט; א רייטער מיט א קרייץ האט מלחמה געהאלטן מיט אן אנדערע רייטער און איהם געטויט; א מיסטעריעזע האנט מיט א גאר לאנגע שווערד באווייזט זיך אין הימל און ווערט פארשוואונדן, מיט נאך פארשידענע אומגלויבליכע הימלישע חזיונות ווי שטעט אין די הימלען, גענז און ציגן, א פארשוואנגעניש פון צוויי יאהר און נאך.

די פאמיליע פון יוהאנוס זייענדיג פרומע קאטוליקן האבן זיך אנגעשלאסן אין די רציחה'דיגע צוג קיין ירושלים, אנגעפירט דורך דעם קאלטבלוטיגער מערדער "גודפריד, דוק פון בוליון", דער ערשטער קרייצצוג'ער מושל איבער ירושלים. גודפריד האט שפעטער פרובירט ריינוואשן זיין נאמען אז ער האט נישט געמיינט צו טשעפען די אידן, אבער ער ווערט געדענקט דורך 'רבי שלמה ב"ר שמעון' וואס האט יארן דערנאך געשריבן איבער די שחיטות פון שנת תתנ"ו:

"בעת ההיא קם דוכס, "גוטבריהט" שמו - ישתחקו עצמותיו ברוחו הקשה - כי התעתו רוח זנונים לילך עם ההולכים לתרפותם, ונשבע להרע שלא יצא לדרכו, אם ינקום דם התלוי בדמם של ישראל, ולא ישאיר שריד ופליט, ממי ששם יהודי עליו וימלא אפו בנו."

אלט זייענדיג ארום דרייסיג יאהר, האט יוהאנוס אלס א פרומע געלערנטער און שטודירטער אין אלע קריסטליכע ביכער - זעלבסט מיטגעהאלטן מיט די אייגענע אויגן די שוידערליכע שחיטות און רציחות אויף די אידן אינעם ערשטן קרייצצוג, וואו זיין אייגענע צווילינג ברודער 'ראדזשער' איז געווען אנגעשלאסן. ער האט געזעהן ווי אלע קרייצצוגן האבן לויטן באפעל זיך אנגעהאנגען אויף זייער קלייד און פלייצעס א צלם זיך גרייטענדיג צו פארן אייננעמען ירושלים.

בעפאר זיי האבן זיך ארויסגעלאזט קיין ירושלים האבן זיי אנגעפאלן די שכנות'דיגע אידן מיט ברוטאלע פאגראמען. די הארץ פון יוהאנוס האט געשטורעמט אין איהם. טראץ זייענדיג אין א בכבוד'דיגע קאטוילישע פאמיליע, האט ער געפילט ווי זיין גייסט מאנט עפעס העכערס. ער האט גוט געדענקט די געשיכטע וואס ער האט געהערט אלס קליין קינד איבער דעם ארכיבישוף אנדריאס וואס איז געווארן א איד און זיך מוסר נפש געווען צו לערנען תורה, טראץ די אלע רדיפות און וואנדערונגען וואס ער איז דורכגעגאנגען.

זיך צוקוקנדיג ווי אידישע קינדער שפרינגען אין ברענעדיגע פלאמען ענדערש ווי צו אננעמען דעם קריסטליכן גלויבן, האט אין זיין הארץ גענעסטעט א ליבשאפט צו אידישע קינדער. אין די זעלבע צייט ווען אידיש בלוט האט זיך געגאסן ווי וואסער, די שענסטע קהילות אשכנז ווי קהילות שו"ם זענען פארוויסט געווארן, דאס טייערסטע און הייליגסטע פונעם אידיש'ן פאלק האט זיך געשטרעקט דאס האלדז פאר קידוש ה', א צייט וואס וועט פארבלייבן שטענדיג א קלאג אין דעם טאג פון ט' באב ביז משיח וועט קומען, האט יוהאנוס נישט געטראכט פון עפעס אנדערש נאר געגלוסט זיך צו באהעפטן און ווערן א טייל פונעם אידיש'ן פאלק. ער האט זיך איבערצייגט פון זיינע לערנונגען אז די אידישע גלויבן איז די איינציגסטע און ריכטיגע גלויבן. פונקט ווי דער ארכיבישוף אנדריאס, האט יוהאנוס איבערגעלאזט א לעבן פון גייסטליכער פירערשאפט, רייכטום און כבוד און אוועק פון אופפידאו.

אין די אפוועזענהייט פון זיין פאטער דער גרויסער שר, איז ער אוועק פון זיין היים, זיין געבורטס שטאט און געפארן צו איינע פון די פארט שטעט פון בארי און אטראנטאו אין דרום איטאליע, וואו עס האט געוואוינט א אידישע געמיינדע מיט תלמידי חכמים. ער האט פארציילט פאר די ארטיגע חכמים ווער ער איז און ווער זיין פאמיליע איז געווען און אז ער האט איינגעזען די פאלשקייט פונעם קריסטליכן גלויבן און אין זייערע לערנונגען און ער איז געקומען זיך מגייר זיין.

די חכמים האבן איהם פרובירט אפצורעדן און איהם פארציילט ווי שטארק די אידן ווערן פארשעמט פארפאלגט און געשלאגן. יוהאנוס האט אבער געזאגט אז ער ווייסט זייער גוט פון אלעמען, דאך וויל ער זיך מגייר זיין צוליב זיין גרויס ליבשאפט צום אידישן פאלק.

זעהנדיג אז ער מיינט עס אמת'דיג האט דער ארטיגער בי"ד אין חודש אלול ד' אלפים שנת תתס"ב איהם אריינגעברענגט בבריתו של אברהם אבינו. ער איז דורך דעם גאנצן סדר גיור און אנשטאט יוהאנוס האט מען איהם גערופן "עובדיה הגר".

אלס א גר פון קאטויליש'ן אפשטאם איז די יעצטיגע צייט געווען צו געפארפול צו פארבלייבן אין איטאליע. די תלמידי חכמים האבן איהם אפגעשיקט קיין אלעפאו סיריע צום גרויסן גאון הרב ברוך בן אייזיק. די חכמים האבן איהם מיטגעגעבן א בריוו צום גאון וואו עס שטייט ווער ער איז און פון וואו ער שטאמט. דעם גאנצן סדר וויאזוי מען האט איהם מגייר געווען און אלעס וואס איז אויף איהם אריבער. עובדיה הגר האט פארלאזט אייראפע אויף אייביג.

זייענדיג ביים גאון רבי ברוך בן אייזיק האט ער איהם אפגעשריבן א לאנגע המלצה בריוו וואס ער זאל שטענדיג טראגן מיט זיך וואו ער וועט נאר זיין. אינעם בריוו בעהט רבי ברוך אז מען זאל זיך אויפפירן מיט כבוד צו עובדיה הגר, אזוי ווי די תורה פארלאנגט און דערמאנט אינעם בריוו וואס חז"ל לערנען ארויס פון די תורה הקדושה, אז מען טשעפעט א גר איז מען עובר אויף דריי לאווין.

עובדיה הגר האט גענומען דעם וואנדער שטעקן און איז אוועק מיטן בריוו פון אלעפאו, זיך געלאזט גיין אין וועג זוכענדיג א פלאץ וואו ער וועט קענען לערנען תורה אומגעשטערט.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

יארן פריער אין ד'תתנ"א האט דער כליף פון באגדאד אל-מקתדי באויפטראגט זיין משנה למלך, א גרויסע רשע מיטן נאמען 'אבושנגע', ער זאל זיך צו ספראווען מיט די אידן פראבלעם. ער האט פרובירט אסאך וועגן זיי אונטערצוברענגען, אבער די אידן אין באגדאד זענען שטענדיג געראטעוועט געווארן מיט'ן הילף פון באשעפער.

אבושנגע האט זיך אומגעגאנגען מיט די אידן מיט א געפערליכע רשעות. ער האט ארויסגעגעבן א גזירה אז אלע אידן מוזן ארויפלייגן געלע לאטעס אויף זייער שטערן אדער גיין מיט געלע היטן און אויך א געלע צייכן אויף זייער האלדז. אויך האט א שטיק בליי געמוזט אראפהענגען פון יעדע איד מיט די אויפשריפט "דימי", וואס האט באדייט די ספעציעלע פאול-שטייערן וואס נאר די אידן האבן געמוזט באצאלן. אויך האבן די אידן געמוזט אנטאן א געלע 'קארסעט' ארום די לענדען.

פאר די אידישע פרויען האט אבישוגע ארויסגעגעבן צוויי באזונדערע גזירות. א יעדע פרוי האט געמוזט גייען מיט איין רויטע און איין שווארצע שוך. אויף די האלדז פון יעדע אידישע פרוי, אדער אויף די שיך, האט געמוזט הענגען א קליינע קופערנע גלעקל צו מאכן א גרודער ווען זי שפאנט, צו וויסן ווען עס גייט א אידישע פרוי און ווען עס גייט א מוסלומענע פרוי.

אבישוגע האט זיך נישט באגנוגט מיט די דערנידערנדע באפעלן. ער האט באפוילן באזונדער אכזריות'דיגע גויים אויף די אידישע מענער, און אכזריות'דיגע מוסלומענע פרויען אויף די אידישע פרויען, זיי צו פייניגן, דערנידערן, שעלטן און פארשעמען. וואו מען האט נאר געזעהן א איד אויפ'ן גאס האט מען איהם נאכגעשריגן. אידיש בלוט איז געווען הפקר. די מוסלומענע ערוואקסענע מיט קליינע קינדער האבן מערדערלעך צושלאגן און געפייניגט יעדן אידן איבערן לאנד.

די ספעציעלע אידישע שטייערן איז געווען אויסגעשטעלט מיט א שרעקליכע אכזריות. א יעדע יאהר האט מען איינקאסירט די שטייער'ן איינגעטיילט אין דריי קאטעגאריעס. די רייכע פארדינער, מיטל פארדינער און ארימעלייט. ווען א איד איז געשטארבן און איז שולדיג געבליבן שטייערן, האבן די רשעים נישט געלאזט באערדיגן דעם נפטר. די אידישע געמיינדע האט געמוזט צוזאמשטעלן דאס געלט, אז נישט האבן די רשעים געסטראשעט מיטן קרעאמאטירן דעם קערפער ר"ל.

די ביטערע גזירה איז אנגעגאנגען פאר דרייסיג יאהר ביז אין שנת ד'תתפ"א ווען עס איז אומאפיציעל בטל געווארן דורך דעם כאליף אל-מוסתרשיד ווען ער האט געהאלטן ביים אויסהרגענען אלע אידן פון באגדאד און אליהו הנביא איז פלוצלינג זיי געקומען ראטעווען.

אין די צייט פון אט די גזירה פון דעם רשע אבושנגע שר"י, איז עובדיה הגר, טראץ די פילע סכנות אויף די וועגן פון די אנגייענדע מלחמות, געגאנגען אויפ'ן וועג קיין באגדאד מיט גרויס מסירות נפש צו לערנען תורה אין די ישיבה פון דעם ראש ישיבה הרב יצחק וואו עס איז געווען א ספעציעלע אפטיילונג וואו מען האט זיך אפגעגעבן מיט יונגע יתומים'לעך צו לערנען מיט זיי שטאפלווייז פון תורה, נביאים און אזוי ווייטער אויף א גרינגע שפראך.

אויפ'ן וועג קיין באגדאד איז עובדיה געווען עטליכע מאל אין א גרויסע געפאר אויף זיין לעבן. די וועגן זענען איבעראל געווען פיל מיט סאלדאטן פון פארשידענע ארמייען. בלוטיגע מלחמות איז אנגעגאנגען כמעט אויף יעדן פלאץ צווישן די מוסלומענער און די קרייצצוגן און צווישן די מוסלומענער אליין.

פארלאזענדיג סוריה האט זיך עובדיה געטראפן צווישן די סאלדאטן פונעם טערקישן קאמאנדיר 'אמיר דזשאוואלי סאקאווא' יאגענדיג קיין מערב נאך די סאלדאטן פון 'גהאזי אבן אורטוק' , וואו דזשאוואלי האט דערנאך פארכאפט 'בולדווין דער דריטער' (שפעטער דער דריטער קרייצצוג'ער מושל איבער ירושלים) צום צווייטן מאהל. איינע פון דזשאוואלי'ס סאלדאטן האבן פארדעכטיגט אז עובדיה איז פון די קרייצצוגן האט ברוטאל געהאקט עובדיה'ן אין קאפ און איהם כמעט גע'הרג'עט, מיט ניסים האט עובדיה דאס איבערגעלעבט.

אנקומענדיג קיין באגדאד האט עובדיה זייער אסאך געליטן פון מוסלומענער צוליב דעם קרייצ'ליכן פארדאכט. ער איז פארבליבן אין באגדאד אין די ישיבה פון רבי יצחק פאר עטליכע יאהר וואו ער האט פלייסיג געלערנט יומם ולילה און איז אויסגעשטיגן א גרויסע תלמיד חכם.
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אין די צייטן פונעם מיצרי'שן משנה למלך 'אל-אפדל שאהנשאה' האט זיך אנגעהויבן אסאך משיח'יסטישע קלאנגן. אידן איבעראל זענען געווען אזוי צושלאגן און דערנידערט נאך די שחיטות וואס די קרייצצוג'ער האבן אנגעמאכט, יעדער האט אויסגעקוקט אויף עפעס א ישועה עפעס א האפענונג. עס האט יעדע שטיק צייט זיך געהערט איבער א איד אדער אפילו א אידענע, וואס האט זיך דערקלערט אלס משיח בן דוד - דער ענדגילטיגער אויסלייזער פונעם אידיש'ן פאלק. געוויסע האבן עדות געזאגט אז אליהו הנביא האט זיך באוויזן אנזאגענדיג איבער די אט אט אנקומענדיגע גאולה פון משיח, וואס וועט ארויף נעמען אלע אידן קיין ירושלים.

עבדיה הגר האט זיך זעלבסט אנגעטראפן מיט איינע פון די משיח'סטן פון יענע צייט, ווען ער איז שפעטער געווען אין די שטאט דן אין ארץ ישראל.

ווען עובדיה האט פארלאזט באגדאד, איז ער פון דארט צוריק געפארן קיין אלעפאו, דאן דער הויפטשטאט פון סוריה. די שטאט אלעפאו איז דאן געווען אין זייער שווערע אומשטענדן, זייענדיג באלאגערט דורך די קרייצצוגן דורך די מיליטער פון 'ראדזשער פון אנטיוכיה'. די אידן אין אלעפאו זענען דאן געווען אין א גרויס געפאר. נאכדעם וואס דער סולטאן פון סיריע 'פחאר אל-מולק ראדוואן' איז געשטארבן ענדע כסלו ד'תתע"ד, איז זיין עלטסטער זוהן 'אלפ ארסלאן אל-אחרש' נאך אין זיינע צעהנליג-יארן געווארן סולטאן, אבער צוליב זיין יונגען עלטער און אומערפארענקייט האט ער געשטעלט איבער זיך זיין פאטערס הויפט באדינער 'לולו'.

לולו איז געווען א שטייפער פירער. אנדערש ווי זיין פארגייער ראדוואן, האט ער ארויסגעווארפן פון אלעפאו די טרויער בארומטע אונטערוועלט גרופע 'חשישיון', מיט וועלכע סולטאן ראדוואן האט געהאט א פרידענס-אפמאך. עס האט נישט לאנג געדויערט און לולו איז געווארן דערמארדעט אין אן אטענטאט דורך די חשישיון גרופע.

די איבערקערעניש און כאאס אינעם קעניגליכן פאלאץ האט נאך פארמערט די צומישעניש צווישן די מוסלומענער באפעלקערונג. די אידן אין אלעפאו האבן געליטן פון הונגער און ארעמקייט און מיט די צייט זענען אסאך אידן אומגעקומען פון הונגער. די מוסלומענער האבן געשטעלט אלס פירער 'גהאזי אבן אורטוק' וואס האט עטוואס סטאביליזירט די מצב אין אלעפאו.

פון אלעפאו איז עבדיה געגאנגען קיין דמשק וואו די ארטיגע אידן האבן איהם ארויסגעהאלפן מיט'ן אויפשטעלן א קרן צו שאפן געלט פאר איהם. אין תתפ"א האט זיך עבדיה ארויסגעלאזט פון דמשק אויפן וועג קיין ארץ ישראל צו די שטאט 'דן' (בניאס), וואס איז דאן נאכנישט געווען אונטער די קרייצצוגן.

קיין 'דן' איז אויך דעמאלט אנגעקומען איינע פון די משיח'יסטן פון די כת הקראים, א כהן, א 'גרינצייגער' מיטן נאמען שלמה. שלמה הקראי האט אויסגערופן פאר אלע אידן פון דן: "אין צוויי א האלב חדשים, וועט דער באשעפער צוזאמעננעמען זיין פאלק ישראל פון אלע לענדער קיין ירושלים עיה"ק". האט זיך עבדיה הגר אנגערופן: "מיין הער, פון וואו ווייסט איהר דאס?". האט שלמה געענטפערט: "ווייל איך בין דער מענטש אויף וועם די אידן ווארטן". רופט זיך אן עבדיה: "איך בין שוין היינט א גר פאר ניינצן יאהר, און איך האב קיינמאל געהערט אז די אידן ווארטן אויף א אויסלייזער וואס שטאמט פון שבט לוי, נאר דורך אליהו הנביא און משיח בן דוד.

ווי שלמה האט געהערט אז עבדיה איז גאר א גר, האט ער זיך געפרייט, און געזאגט פאר עבדיה: "גיי יעצט נישט קיין מצרים, ווייל נאך צוויי און א האלב חדשים וועלן אונז אלע, מיט אלע אידן אין גלות ווערן צונויפגענומען אין ירושלים". האט עבדיה געענטפערט פאר שלמה: "איך גיי אראפ קיין מצרים און איך וועל זיך צוריקקערן מיט אונזערע ברודער פון מצרים קיין ירושלים".

שלמה איז שטיל געשוויגן אין געגאנגען ווייטער זיין וועג קיין 'צור'. דערנאך איז עבדיה הגר געגאנגען קיין צור און שפעטער קיין מצרים, ער האט זיך באזעצט אינעם שטאט פוסטאט וואו ער איז שוין פארבליבן זיין גאנץ לעבן.

אין פוסטאט האט עבדיה געשריבן עטליכע פיוטים מיט לאמבארד'ישע מוזיקאלישע נאטן. אויך האט ער געשריבן א סידור וואו ער האט אריינגעשריבן זיין נאמען, מיט די חודש און די יאהר ווען ער איז פון דאס ניי געבוירן געווארן אלס איד א שומר תורה ומצוות. אויך האט עבדיה הגר געשריבן א אוטוביאגראפיע, וואו ער פארשרייבט זיין גאנצע לעבן און אלעס וואס איז אויף איהם אריבער. פון ווען ער איז געבוירן געווארן אלס קאטאליק אין אופפידאו איטאליע, ביז ער האט זיך באזעצט אין פוסטאט מצרים אלס גר.
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

מקען זיך דא באדאנקען?
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

הצדיק האט געשריבן:מקען זיך דא באדאנקען?
יא.
איך וועל מיך זייער פרייען צו הערן דיין מיינונג.

עס וועט געבן מוט צו אנהייבן שרייבן צוביסלעך די אייגענארטיגע אויספיר פון די געשיכטע.
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

איך בין אויסער זיך פון דיין פעדער הרב בענקעל! ס'ליינט זיך ווי א ציענדער בוך! דיין געשמאקער אויסלייג און רייכער שפראך איז געוואלדיג!

איך האלט נאך אינמיטן א חלום פון יאהאנוס אלס צענערלינג, ביסט קיינמאל נישט צוריק געקומען דערצו, ווי אזוי זיינע עלטערן האבן אויפגענומען זיין גירות ,אויב זיי האבן בכלל געוואוסט דערפון, און אזוי אויך פארוואס מ'האט א נאמען געגעבן א גאס נאך איהם.

איך פארשטיי אז דו האסט דערגרייכט דעם קונטרס וואס ער האט געשריבן און פון דארט נעמסטו די אינפארמאציע.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
פייוויש בראדער
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייוויש בראדער »

בענקעל האט געשריבן:
הצדיק האט געשריבן:מקען זיך דא באדאנקען?
יא.
איך וועל מיך זייער פרייען צו הערן דיין מיינונג.

עס וועט געבן מוט צו אנהייבן שרייבן צוביסלעך די אייגענארטיגע אויספיר פון די געשיכטע.

איך וואלט מיך נישט דערוואגט, אבער אז דו געבסט רשות..

א גרויסער שכוח דיר. די געשיכטע (געשיכטן) איז העכסט אינטערעסאנט, און שיין און געשמאק געשריבן. דערקענט זיך גרינג אז איר זענט א גרויסער טאלאנט. ברכות יחולו על ראשך.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

א גרויסן דאנק הרב בענקל, זייער אינטערסאנט.

וואספארא שפראך איז געשריבן עובדיה'ס ביכל?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Via giovanni abadia

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אונזער רייזע מיטן שיף.
http://ports.com/sea-route/port-of-new- ... oli,italy/

אונזער רייזע אין איטאליע. https://www.google.com/maps/dir/Naples+ ... er=5&gl=us

מפה איטלקית מקומית.jpg
מפה איטלקית מקומית.jpg (108 KiB) געזען 4998 מאל
א לאקאלע מאפע פון אופפידאו לוקאנאו, אנגעצייכנט רויט אויף די גאס


Via Giovanni-Abdia, 85015 Oppido Lucano PZ, Italy%0A.jpg
Via Giovanni-Abdia, 85015 Oppido Lucano PZ, Italy%0A.jpg (132.34 KiB) געזען 4998 מאל
דער אריינגאנג צו עבדיה גאס
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

נא_שכל האט געשריבן:א גרויסן דאנק הרב בענקל, זייער אינטערסאנט.

וואספארא שפראך איז געשריבן עובדיה'ס ביכל?

אין א הערליכע לשון קודש. מיר וועלן צו אלעם צוקומען אי"ה.
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

Wow, די געשיכטע איז זייער ציענדיג!!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

קוקט אויס ווי האסט געלעבט אין יענע צייטן... הערליך!! קלאר!! מאסיוו!! ציענד!!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

פון וואו ווייסן מיר דאס אלעס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אין יאהר תרס"א (1901) האט הרב ר' שלמה אהרן ווערטהיימער זצ"ל, דומ"ץ ירושלים, ארויסגעגעבן א ספר "גנזי ירושלם" חוברת שניה, וואו ער איז מפענח די אגרת המלצה וואס 'ר' ברוך בן יצחק' האט געגעבן פאר עבדיה הגר. די המלצה האט ער איינגעהאנדלט פון די "קאירא גניזה". הרשא"וו איז נאר מפענח די ערשטע העלפט וואו 'ר' ברוך בן יצחק' טרויערט מיט מליצות שונות אויף די שווערע מצב און די ביטערע ליידן אויף די אידן אין פאלעסטינע פון די קרייצצוג'ער.

אינעם מבוא, איז הרב ר' שלמה אהרן זצ"ל מייחס דעם בריוו צו די צייטן פונעם הייליגען רמב"ם. ער שרייבט אז 'רבינו ברוך בן יצחק' איז מעגליך 'ר' ברוך בירושלים' וואס ווערט דערמאנט אין ספר 'כפתור ופרח' פון 'רבי אֶשְׁתוֹרִי הפרחי' עטליכע מאהל און אויך אלס אן הסכמה. עבדיה הגר שרייבט ער, איז דער וואס האט געשיקט א בריוו צום רמב"ם, דערמאנט אין "תשובת פאר הדור להרמב"ם". דאס קומט אויס שפעטער ווי אונזער עבדיה הגר האט געלעבט. מעגליך ווייל הרב ר' שלמה אהרן זצ"ל, האט געהאט אין זיין באזיץ נאר די איינע בריוו.

בילד
בילד מניחתו בהר הזיתים. מערקט די איינע טיטל (מגלה גניזת הרמב"ם זי"ע במצרים) ת.נ.צ.ב.ה.

בילד ספר גנזי ירושלם

דער עיקר בריוו פון 'ר' ברוך בן יצחק' וואו ער ווענדט זיך צו אלע קהלות ישראל ארויסצוהעלפן עבדיה, איז שפעטער אין ארום תר"צ (1930) מפוענח געווארן דורך ר' יעקב מאנן ע"ה, מתלמידי בעלז, פון פשעמישל גאליציע. אויך האט ר' יעקב דאן פובליצירט איין בלעטל פון א סידור געפונען אין די גניזה, וואס האט אויף זיך "מערב לליל שבת" אויף איין זייט און אויף די אנדערע זייט א נאטיץ פון עבדיה הגר, אז ער האט געשריבן דעם סידור מיט זיין כתב יד, אויך צייכענט עבדיה צו זיין זמן גיור לשטרות ולבריאת העולם. דאס האט באשטימט די צייט ווען עבדיה הגר האט געלעבט און אנטפלעקט די קלארע שטריכן פון עבדיה'ס האנטשריפט.

הרב מאנן האט דאן אויך פובליצירט נאך שטיקלעך פראגמענטן מיט די זעלבע האנטשריפט, וואס מען האט פון פריער געפונען אין די קאירא גניזה אין תרע"ט (1929), וואס פאסט אריין אין עבדיה'ס באשרייבונג. נאך א ענליכע פראגמענט האט מען געפונען אין תשי"ג (1953) און נאך איינס א יאהר דערויף.

מיט די אלע שריפטן צוזאמען מפוענח און אויסגעשטעלט אין איהר 'מעגליכן' ריכטיגע אויסלייג - כאטש געוויסע בלעטער שטארק פעלערדיג מיט נאך בלעטער וואס פעלן נאך - האט זיך ארויסגעשטעלט א וואונדערבארע דעטאלירטע געשיכטע איבער דעם מאן יוהאנוס-עבדיה וואס האט געלעבט אין א תקופה וואס איז ברייט באקאנט און גוט דאקומענטירט אלס 'די ערשטע קרייצצוג'. די נעמען פון מענטשן, שטעט און פאסירונגען דערמאנט אין די שריפטן, גייען אין א הערליכע הארמאניע מיט וואס עס איז פון פריער געווען באקאנט פון מוסלומענע, לאטיינישע און להבדיל אידישע כראניקלער פון יענע צייט. אין איינציגע פעלער איז עס אביסל אנדערש ווי עס איז באקאנט. אין אנדערע פעלער לערנען מיר דא צום ערשטן מאהל פריער באקאנטע געשיכטעס, מיט פיל מער דעטאלן.

אבער צוליב איהר פעלערדיגן צושטאנד, ווייסן מיר נישט עטליכע טיילן וואס עס האט פאסירט. צום ביישפיל, מיר ווייסן נישט די פולע דראמאטישע חלום וואס יוהאנוס האט זיך גע'חלומ'ט אין זיין יוגענט, און צו וואס דאס האט א פארבינדונג צו זיין געשיכטע, וואס פירט צו פארשידענע שפעקולאציעס. אין אנדערע פעלער וואו עס איז פעלערדיג אדער אין קורצן געשריבן, האבן מיר זיך באנוצט מיט באשרייבונגען פון אנדערע כראניקלער אין די תקופה, צו אויסברייטערן אונזער קענטעניס איבער וואס האט פאסירט ארום די צייט אוו צו פארשטיין די מעגליכע געשיכטע, פון פעלערדיגע אדער אומקלארע ווערטער אין די שריפטן.

Via Giovanni Abdia
נחום גולב - א גרויסע היסטאריע פראפעסאר, האט אין איינע פון זיינע שטודירונגען זיך פערצופאל באקאנט געמאכט מיט די עבדיה שריפטן. ארום תשכ"ה (1965) אין איינע פון זיינע פארשונגען אויף אידישע היסטאריע אינעם מיטל-אלטער האט ער זיך געוואנדן צו די קעמברידזש אוניווערסיטעט, וואו עס ווערט געהאלטן די גרעסטע טייל פון די קאירא גניזה. אזוי בלעטערנ'דיג אין איינע פון זייערע הויפנס פאפירן, האט ער געזעהן אויף איין פאפיר, מוזיקאלישע נאטן מיט ווערטער אין לה"ק, וואס מען האט אנדעקט אין תרפ"א (1921), מיט א שריפט וואס איז איהם געווען קענטליך, אז ער האט שוין ערגעץ וואו געזעהן א שטארק אידענטישע שריפט. באטראכטענדיג די שריפט מיט א פארגרעסערן-גלאז און אונטער ultraviolet light (א ספעציעלע ליכט וואס שיינט אריבער דעם פאפיר מיט די מעגליכקייט צו זעהן אפגעמעקט טינט), איז איהם אינסטינקטיוו אפיהר געשווימען די האנטשריפט פון עבדיה הגר. נאכן פארגלייכן ביידע שריפטן פאר זיך, איז איהם קלאר געווארן אז די פיוטים מיט מוזיקאלישע נאטן באלאנגען אויך צו עבדיה הגר.

דאס האט געפירט צו אן אלוועלטליכע אינטערעסע אין די געשיכטע פון עבדיה הגר ביי פילע פארצייטישע שטודירער; פראפעסארן און ביי די איינוואוינער אין אופפידאו איטאליע צוגלייך. עס האט זיך נאכדערצו פארמירט אזוי גערופענע עבדיה-פענ'ס וואס האבן איהם געוואלט באעהרן און האבן פינעף יאהר שפעטער (ווי דערמאנט ביים אריינפיר), אראנזשירט א צערעמאניע וואו עס האבן זיך פארזאמלט פראפעסארן מיט לאקאלע און פעדעראלע רעגירונגס באאמטע. מען האט פארגעלייענט עובדיה'ס געשיכטע אין די איטאליענישע שפראך און מען האט גערופן א קליין געסל אין אופפידאו אויף זיין נאמען. ספעציעלע כאר'ס מיט מוזיקאנטן האבן געשפילט און געזונגען די דריי פיוטים וואס מען האט געפונען אין די גניזה, איבערגעשריבן לויט די היינטיגע מוזיקאלישע נאטן.

די אופפידאו איינוואוינער האבן נישט געפייערט און באעהרט דזשיאוואני-עובדיה צוליב זיין מסירות נפש צו ווערן א איד און זיין אנערקענונג אז עס איז דא נאר איין איינציגע באשעפער אויף דער גאנצער וועלט, אין אזעלכע בארבארישע אומשטענדן ווען דאס אידיש פאלק האט זייער געליטן פון די פארשאלטענע קרייצצוג'ער. דער טאוול וואס מען האט דאן אויפגעהאנגען באעהרט נאר א "נארמאנישער מוזיקאנט פון די עלעווטע יארהונדערט". אבער פון א אידיש'ן שטאנדפונקט איז עבדיה א העלד און דארף באעהרט ווערן אלס איינער וואס איז אריינגעקומען בבריתו של אברהם אבינו, תחת כנפי השכינה ווען עס האט אויסער די טויזנטער בעלי מסירות נפש אין אשכנז, פאר קיין מענטש נישט געגלוסט זיך צו אידענטיפיצירן מיטן עם הנבחר.

לאמיר זעהן מיט די אייגענע אויגן וואס עבדיה הגר פארציילט אונז, אין זיין שריפט און שפראך, די געשיכטע וואס ער האט געשריבן ווי ער וואלט באשריבן א דריטן מענטש, בגוף שלישי - דאס וואס מיר האבן פארציילט אין אידיש, מיט אונזער פארשטאנד. עס איז נאך אינטערעסאנטע פרטים צווישן די צוריסענע בלעטער און כמעט פארמעקטע טינט איבער די פאסירונגען אין זיין צייט.

עס פעלט דער אנהייב, דער סוף, דערמיטן און פיל אינצווישן, דאך קענען מיר ארויס לערנען און אביסל פארשטיין די מיטמאכענישן פון עבדיה אין זיין העראישע לעבן, ביז ער האט זיך באזעצט אין פוסטאט מצרים, וואו זיין באשרייבונג פון זיין געשיכטע וואס ער האט געוואלט פארציילן פאר די וועלט איז אפגעלעגן. און א דאנק הרב ר' שלמה אהרן ווערטהיימער זצ"ל קענען מיר דאס היינט עטוואס פאראייביגן.
לעצט פארראכטן דורך בענקעל אום דאנערשטאג יולי 12, 2018 11:55 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

wow wow
א ריזיגן שכוח בענקל
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

ΜS 134 fol 1 recto .jpg
ΜS 134 fol 1 recto .jpg (179.03 KiB) געזען 4898 מאל

ושמו אפידי: ותקח אשה ושמה מריא ותהר
מריא ותלד לדרו אישה שני בנים ביום אחד
את הראשון כחקת הנשים לבניהם ויקראו שמו
רוייריוס הוא רגיר: ואת השני ואחורית יבא
ראשונה ובעצב רב ילדה אותו אמו ותקרא את
שמו יה[נס] הוא גואן: ויגדלו הנערים ויהי ר֗ו֗
רוייריוס איש דורש חרב ומלחמות ויהנס א֗
איש דורש דעת ובינה בספרים : ויהי
בעת ההיא ואנדריאס איש אפיסכ[פ]ס הכהן
הגדול אשר במדינת בארי נתן האלקים א[ה]בת
תורת משה בלבבו: ויעזב ארצו וכהונת[ו וכ]ל
כבודו ויבא לארץ קסטנטיניא: וימ[ל]
את בשר ערלתו שם ו[י]עברו עליו צרות ורעות
ויקם ויברח לנפשו מפני הערלים* ויעשו כאשר
עשה ויבאו גם הם בברית אלקים חיים וילך
האיש אל מדינת מצרים וישב שם עד יום
מותו: ושם מלך מצרים בימים ה[הם היה]
אלמסתּנצר: ושם משניהו . . . אל . . .
ותבוא ש[מועת] אנדריאס ארכי אפיסכפס

*המבקשים אותו להרגו וימלטהו ייי אלוקי ישראל מידם בטהרה ייי שומר [את] גרים ברוך שמו לעד
והזרים עולים אחריו ור[ואים את] מעשיו


MS 134 fol 1 verso.jpg
MS 134 fol 1 verso.jpg (168.63 KiB) געזען 4898 מאל

אל כל ארץ לנגוברדיא ואל חכמי יון ואל
חכמי רומא היא מקום כסא מלכות אדום
ויבושו חכמי היונים וכל חכמי אדום יכלמו ה֗ש֗
הש[ומים] שמועתו : וישמע יהנס את דבריו
והוא עודנו נער בבית דרוכס אביו:
ואלה שמות המדינות אשר סביבות א[פ]ידי
מקום מולדת יהנס בן דרוכס: מפאת מערב
מדינת רומא ומדינת סלרנס ומדינס פתנץ
ועיר פ[ט]רגלי ועיר אנס: ומפאת מזרח
מדינת בארי ומדינת מנתּפלוס ועיר גנצן
[ועי]ר בּנץ: ומפאת צפון מדינת אגרנץ
ו[נה]ר ושמו בּרדנו בין אפידי ובין אגרנץ:
ומפא[ת] תימן מדינת תּולב ומדינת
. . . יבּרג ואפידי בתוכם: ויהי בשנה
הראשונה אשר נטמא בה יהנס תחלת טמאתו
מסרי לילה בבית דרוכס אביו: ויהי בשנה ההיא
חלם [יהנס] חלום והנה הוא מכהן בבמה הגדולה
אשר לאפדו[נ]ים בני עמו: וירא והנה איש
עומד על ימינו נגד המזבח: ו[יאמר] אליו יהנס


fol 1
fol 1
T-S 8.271 recto.jpg (141.26 KiB) געזען 4898 מאל

[ . . . . . . . . . . . . ויקץ]
יהנס משנתו ויירא מפני ה[ערלים כי]
היה יודע שברמה אמ
להם וב[ . . . . . . . . . . . . . אל]
בשנה הה[יא . . . . . . . . . . . חודש]
הששי מן ה[שנים . . . . . הירח לדם]
כאשר כתוב [בספר יואל . . . . . . . בלשון]
האפרנגיים ובלשון [האדומים]
כנברתיתר ונתנבר[ס את לונה סנגוינם]
אנתיכוום בינית דייס דו[מיני מגנוס את]
טריבילס: ובלשון [עבריים השמש יהפך לחשך]
[והירח לדם לפני בוא יום ה׳ הגדול והנורא:]
ובשנה ההיא של[ח לכל מדינות . . . את מאמר]
מאבס תלבסתיס [ . . . . . . . . . . . . ]
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

fol 1
fol 1
T-S 8.271 verso.jpg (151.2 KiB) געזען 4885 מאל
[ועל כתפיכם ותלחם בישמ]עאלים וביהודים
[אשר אי]נם [מאמינים בא]להיכם: כי
[ . . . . . . . . . . . . . . . ] ולבקר
[ . . . . . וישמע האפ]רנגיים ויעשו
[ . . . . . . . . . צל]וב אשר תלו
[ . . . . . . . . . . . ו]יעשו הצלובות
[כל אחד ואחד ע]ל בגדו ועל כתפו
[וכאשר נשאו לבם] ללכת אל ירושלם
[וידבר איש לר]עהו לאמר למה זה אנחנו
[הולכים ללחום על] אויבינו והנה בארצותינו
[ובערינו יושבי]ם אויבינו ושונאי
[דתנו למה נעזו]ב אותם עם נשינו
[והקול נשמע בכל] מחנות האפרנגיים


recto fol 2
[ . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . ]
אשר לא טובים [ . . . . . . . . . . ]
איש האלקים [ . . . . . . . . . . . . . ]
שוכב על משכבו [ . . . . . . . . והנה]
[ . . . . . . . . . . ]הוא עומד על רגל[יו]
[ . . . ] מערב דרך ארצם. . [ופניהם נא[ים]
[ . . . . ] כמראה נופך: והיו נסים דרך מער[ב]
הבאים ממזרח ורודפים אחריהם וי[רא]
האחרון ויפן אל עבדיה הגר בחרו[ן אף ויך]
[אותו] מאד על ראשו ויירא עבדיה ה[גר
וישם עבדיה הגר בלבבו לשמור [את כל הנעשה]
ולא היה יודע פתרוניהם עד אשר [למד תורת]
משה עבד ייי במכתב האלקים [ובלשון העבריים]
מראשית התורה ועד סופה: [ויקם עבדיה]
הגר וילך אל שנער [ . . . . . . . . . ]
שבטי בני ישראל [ . . . . . . . . . . . ]
הו[א . . . . . . . . . . . . . . . ]
[ . . . . . . . . . . . . . . . . . . ]
[ . . . . . . . . . . . . . . . . . ]
[ . . . . . . . . . . . . . . . . . . . .]


בילד T-S 8.271 verso fol 2
[ . . . . . . . . . . . . . . . . . . ]
[ . . . . . . . . . . . . . . . . . . ]
[ . . . . . . . . . . . . . . . . . . . ]
[ . . . . . . . . . . . . . . . . . . . ]
[ . . . . . . . . . . . . . . . . . . ]
[ . . . . . . . . . . . . . . . . . . . ]
[ . . חל]ומות ופתרוניהם בנבואת משה
[ . . . וי]לך עבדיה הגר מעיר מכס[ן]
ויבא אל רח]ובות אשר על נהר פרת: ויבא
עבדיה הגר א]ל מדינת עדינה היא בגדד
[בירת ישמ]עאלים: ויבואו עליו [צרות רבות]
ויבקשו הגוים להמיתו וייי אלהיו ד
[ . . . . . . ] הצילו: ויבוא עבדיה הגר
[ . . ] ויעמוד לפני משרת ה[ישיבה] ויגד
[ . . . . . . . . . . . . . . . . . . ]
[ . . . . . . . . . . . . . . . . . ]


Kaufman MS 134 fol 2 recto .jpg
Kaufman MS 134 fol 2 recto .jpg (64.35 KiB) געזען 4885 מאל
הישיבה ויושב המשרת את עבדיה בבית
אשר היהודים יתפללו בו ומזונות הביאו לו
ויהי אחר כן ויצו יצחק ראש הישיבה להיות
עבדיה הגר עם הנערים היתומים ללמדו תורת
משה ודברי הנביאים במכתב הא
האלקים ובלשון העבריים: טרם זאת נתן
מלך עדינה ושמו אלמתּדי ביד משנהו ושמו
אבישוגע שנוי על העבריים ה֗יו֗ש֗
היושבים במדינת עדינה ויבקש פעמים רבות
לאבדם ואלקי ישראל הפיר עצתו ואף גם זאת
מחמתו הסתירם: ויתן עליהם אותות ברוקות
על ראש כל יהודי ויהודי: אחת על הראש ו֗א֗
ואחרת על צואר ובמשקל כסף מן העופרת
תלוי על צואר כל יהודי ויהודי: ובעופרת כתוב
דמי כי היהודים למס: וגם אזור נתן במתני כל
יהודי ויהודי: ועל נשי היהודים נתן אבישוגע
שתי אותות: הסנדלים אשר לכל אשה ואשה
אחד אדום והשני שחור: ועל צואר אשה ואשה
או על סנדלה פעמון נחושת קטון להרים קול


Kaufman MS 134 fol 2 verso .jpg
Kaufman MS 134 fol 2 verso .jpg (172.87 KiB) געזען 4885 מאל
לדעת ולהבדיל בין נשי העבריים ובין נשי הגוים
ויפקד על היהודים אנשים גויים אכזרים ועל
העבריות הפקיד נשים אכזריות מנשי הגוים
לענותם בכל קללה וחרפה ובוז: והיו מ֗
מלעיגים בהם הגוים: עם הארץ המה ובניהם
מכים את היהודים בכל חוצות מדינת עדינה
וזאת חקת המס אשר ייקחו עבדי מ֗
מלך עדינה מן היהודים בכל שנה ושנה: מכל
אחד ואחד יהודי מן העשירים ואשר בהם כח
ביותר יקחו ארבעה דרכמונים וחצי: ומן היהודים
הבינונים שני דרכמונים וחצי: ומן היהודים
העניים מאד דרכמון אחד: ואם ימות
יהודי ולא שלם המס וישאר עליו רב או מעט
ממנו לא יעזבו הגוים לקבור אותו עד אשר
יקחו אשר ישאר עליו מן המס : ואם אין למת
דבר יבקשו הגוים מן היהודים ויפדו את מתם באשר ישאר עליו מן המם מממונם ואם לא יבקשו
הגוים לשרוף אותו באש: ועוד
זאת חקת הגוים אנשי עדינה לעשות עדי
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

T-S 10k21r.jpg
T-S 10k21r.jpg (167.8 KiB) געזען 4874 מאל
בימי הקצין ושמו אלאפדל בימים ההם קמו
בני פריצי עם ישראל ונשאו נפשם להעמיד
חזן וכשלו בדבריהם: בהרי אשור בארץ כזריה
קם יהודי אחד ושמו שלמה בן רוגי ושם בנו
מנחם: ועמהם איש לשון ושמו אפרים בן
עזריה הירושלמי הידוע בן פדלום ויכתבו
כתבים אל כל היהודים הקרובים והרחוקים
בכל הארצות אשר סביבותיהם ויגיעו
שמועתם ודברי כתביהם למרחוק מאד:
בכל המקומות אשר על פני האדמה
אשר שם היהודים [נפוצים א]צל העמים אשר
תחת כל השמים שמוע[תם] הגיעה ויאמרו
כולם כי בא העת אשר יקבץ האלקים
את עמו ישראל מכל הארצות אל ירושלים
עיר הקדש וכי שלמה בן רוגי הוא מלך
המשיח: ויהי כאשר שמעו כל היהודים
אשר בכל הארצות את דברי כתב[יה]ם וישמחו
מאד ויחילו ימים וחדש[ים ולא] ש[מעו ו]לא ראו
דבר: ורבים מן היהודים [הרבה בתשובה וימי]ם


T-S 10k21v.jpg
T-S 10k21v.jpg (171.88 KiB) געזען 4874 מאל
רבים בצום ותפילות וחסדים כי היו מחכים
את ישועת האלקים כאשר אמר על ידי ע֗
עבדיו הנביאים וכאשר לא ראו דבר נשבר
לבם בקרבם עד למאד ויתביישו היהודים
מפני כל הגוים, כי שמעו כל הגוים והערלים
את השמועות אשר באו ליהודים והיו כולם
מצחקים ומלעיגים על היהודים ויאמרו
הנה היהודים יחפצו לעוף וא[בר אי]ן להם
לעוף אל ארצם ויוסיפו לחרף ו]לשנות ו֗ל֗
ולקלל את היהודים ויאמרו הגוים כי כל דבר
אשר ליהודים שקר ושוא: בימים
ההם בעיר ושמה בעקובה אשר דרך יום
בינה ובין מדינת עדינה ויקם שם מן היהודים
איש אחד הידוע בן שדד והוא חכם בעיניו
וישא בנפשו להשמיע חזון וכשל ושיקר שקרים
הרבה וישלח מלך עדינה ויקח אותו ואת
היהודים אשר עמו ויתנם בבית האסורים
אשר לו ויהי בן שדד והיהודים אשר עמו
בבית האסורים ובן שדד מתפלל לפני


T-S Misc 35 31 r.jpg
T-S Misc 35 31 r.jpg (170.55 KiB) געזען 4874 מאל
[ . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . ]
[ . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . ]
[ . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . ]
[ . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . ]
[ . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . ]
[ . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . ]
[ . . . ] ומשם הלך [עבדיה הגר אל עיר]
[חל]ב: בימים ההם ה[יו אנשי]
חלב והישמעאלים בצרה גדולה: רדון]
מלך חלב מת ובנו היה עוש[ה כבוד ללולו]
הסריס אשר לאביו ותמלוך [במקומו]
ואיש מעבדי רדון הרג את [הסריס לולו]
ונשארה מדינת חלב בלא מ[לך מפני כי]
נשאר לו בנים קטנים אשר אין בהם [כח]
לעמוד לפני האפרנגיים וישלחו אנ[שי חלב]
ויקחו איש גדול מן ה[ת]גרמים ושמו גזי בן
ארתק להיות מושל עליהם עם בני רדון
כי נשארה מדינת חלב ביגון ואנחה מפני
סידרגוור מלך אנטוכיא ומפני התוגרמים
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

T-S Misc 35 31v.jpg
T-S Misc 35 31v.jpg (173.75 KiB) געזען 4869 מאל
[ . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . ]
[ . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . ]
[ . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . ]
[ . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . ]
[ . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . ]
[ . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . ]
[ . . . . . . . ] ומקצתם [ . . . . . . . . ]
[ . . . הישמ]עא[ל]ים ומק[צתם] היו מש[ . ]
[ . . . התוג]רמים [ח]ברי מלך חלב: ויהודים
[ . . . . בח]לב מתו והנשארים דלים ועניים
[ . . . והיה על ה]עניים עול כבד וטורח גדול
[ומבקשים מן] הגויים אנשי חלב ומן אחיהם
[לחם והיו הו]לכים ושבים אליהם ויעשו
[ג]ם חסד דבר מעט עם עבדיה הגר
[וע]בדיה הגר ברך אותם: וישב עבדיה
הגר אל מדינת כלנה וישב שם ימים:
ויקם ייי מושיע לאנשי חלב את
גזי בן ארתק מן הפחות אשר לתוגרמים
ויהי כי גדלה רעת האפרנגיים את בני [חלב]


JTS ENA 3098r.jpg
JTS ENA 3098r.jpg (192 KiB) געזען 4869 מאל
וגם העבריים אנשי דמשק הקימו לעבדיה
הגר גבי ע[לי]מו ויהי הגבי מקבץ מן העבריים
בכל שבוע ושבוע דבר מעט מעשר וכולם
[ . . . . . . . . . . ] עבדיה הגר בדמשק:
עבדיה הגר [ . . . ] ושמח בהם ויברכם: ויהי
[ . . . . . . . . . . ] עם עבדיה הגר איש
כמתנת ידו: ויקם עובדיה הגר מדמשק וילך
אל דן אשר בארץ ישראל ו[יבואו] מבני ישראל
אנשים מעטים ודלים ויעשו עם עובדיה הגר:
בימים ההם בחודש אלול איש כהן מבני
ישראל מבעלי המקרא ושמו שלמה בא מ֗
מדרכו אל דן ויאמר לעבדיה הגר וליהודים
אשר בדן כי בעוד שני חדשים וחצי יקבץ
האלקים את עמו ישראל מכל הארצות
אל ירושלם עיר הקודש: ויאמר עבדיה הגר
אל שלמה מ[אין] ידעת הדבר הזה אדוני:
ויאמר שלמה כי אנכי האיש אשר ישראל
המה מבקשים: ויען עבדיה הגר ויאמר הנה
שמעתי כי אתה מזרע אהרן הכהן והיום


JTS ENA 3098v.jpg
JTS ENA 3098v.jpg (206.9 KiB) געזען 4869 מאל
תשע עשרה שנה מיום אשר באתי בברית
אלקי ישראל ולא שמעתי כי ישראל מ֗
מבקשים ישועה על ידי [איש מ]בן לוי כי אם
על ידי אליהו הנביא ומלך דוד משיח מזרע
דוד מלך ישראל ועתה [פתח מה לך לאות]
על דבריך: ויאמר שלמה [ . . . . . ]
לא אוכל לחם ולא אשתה מים: ויאמר
אליו עבדיה הגר ומה אתה אוכל ושותה:
ויאמר שלמה רמונים ותאנים שקדים
ואגוזים שקמים תמרים ותפוחים הב[אים]
מן האילנות והעצים ואשתה חלב: ויגד לו
עבדיה כי הוא איש גר וישמח בו שלמה ויאמר
אליו אל תלך אל מצרים כי מעתה עוד שני
חדשים וחצי [נהיה] אנחנו וכל ישראל אנשי
הגלות מקובצים בירושלם: ויאמר עבדיה
הגר אל שלמה אני אלך אל מצרים ואשוב
עם אחינו בני ישראל אשר במצרים אל
ירושלם וידום שלמה: וילך שלמה אל
צור ואחרי כן הלך עבדיה הגר אל צור
ויבא


[align=center]דאס איז אלעס וואס איז דא דערווייל פון "מגילת עבדיה הגר".[/align]
אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלפיים
תגובות: 2420
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הילולא דצדיקיא »

ש'כוח הרב בענקל
זייער שיין און באלערנד באשריבן
מורא'דיג
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

אגרת המלצה מהרהג"א ר' ברוך בן יצחק בעבור עבדיה הגר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

Oxford MS heb a 3 1r.jpg
Oxford MS heb a 3 1r.jpg (158.87 KiB) געזען 4846 מאל
בשמ' רח'
אל בת ישורון, אשר רבתה תאניתה, כסך דרכיה בסירי עוני, וציוניה
לא [יכלו] לשיב אל עריה. נתעוותו אנשי חייליה, ורפו ידי מחזיקי בדקיה.
כי בעמל ואון גזו שנותיה, ותקותה למפח נפש, מפני חמת המציק. את
צעדו[תיהנו], מפני זלעפות הרעב אשר שולח במשמנותיה, ואין לחם
בשעריה משוקדי מזוזותיה, כי לוקטו אשכלותיה, וסוגרו דלתות
מרבציה, בשפל קול רעיית גדיותיה, ותפרוש . . . . . כוגותיה, כי פשטו גדודיה
צלמות, ולא סדרים נעו לבקש מאוייה, כי גורשה מהסתפח בנחלת צביוניה.
ותהי למתעב גוי, להסתולל בה בקצה תבל, כתוא מכמר נפלה בשחיתותיה.
חשופי שת אסירי ברזל, להנתן הילד באתנן. והילדה במחיר ימירו הן.
כמר מדלי, וכאפס ותהו, נחשבו לפני שוביהם, לרמוס בטיט חוצות את יופי
צורוניה. מה אדמה לך בת השולמית היש משא אשר בפלצות הזו ל . .
לשית צירי חבליך ביצועיך בלי לידום בת עיניך כי אין קצה לחרדיך כי קלו
מנשרים פרסות שוסיך כצאן טבחה נשמטו בידי סלע בתוגותיך
נבהלו אנשי המדע במנת עדיך נגעלו יושבי הטבור . . . . . לותרם
אל עם לועז שפת לא ידעו תמול שלשום להשמיעם ובתימו ה[נם] לשוסיהם
ולא נמצא במו כמלונה במקשה אחרי הרב היונה אשר הוערה מתערה לא
ידעו לשים לחומם כגללים . . . .
כמימי כרכום ויין השרוני בצבעונים טסו אחד מעיר ושנים ממשפחה יתר
הפליטה כדור אל ארץ רחבה ידים והוטלו ממקום קדוש לשא[יה] בארץ נכריה
תקפה זרוע גיותניה והאילה במטאטיה השמד וגירשה את כל מיחדי שם
מכל גבול עפרות קודש בלי לחוננה ולא להתרצות עוד באבניה על כן נאנחה
בשברון מתנים כי אנשו מכותיה בלתי סרה בססאה מחוקה במקום גדושה
שנחות מידתיה ולא נבלע בחשבון תעלומיה תומן ועוכלא את קו המשפט על כל
הבא הרימה ציון בידיה כי יש תקום לאחריתה כי מסלות נמקה עמה לא נטשה
משאת הקודש הגיוניה לראש אשמורות בלחם העצבים כן יתן לידידו שנא בלי
להיות שוא תמורתם ובמקום גילה שמה רעדה דל שפתיה השונות נוטפות מר
עובר אמונה זרעוניה בעתים מזומנים מקדרה ההרים חוסן משכיות החמדה
תרצה לדעת את כל מעשה [ד'] כי נורא הוא
במערב [כמערב] חומטון בתבואת הכרי באוצר תשוקתה נפלס מעגלים מכל בני פז . . . . . .
מזרעם לא ימוש עד בוא אשר לו המשפט ויגלה עמוקות אהרנית עירנית אז ירונו
יושבי סלע להורישם משנה מתת בושתם וירשו את ערים נשמות צבי המה
כי מגיד משנה ישיב לה לבת ירושלים בחיי אחנו אהובנו אנשי גאולתנו
הקהלות הקדושות אשר בכתב מאששות ובעל פה מפרשות ואת גדוליהם
משמשות ללמוד וללמד ולהקשות בקל וחומר מקישות שני עולמות יורשות
וכאור בוקר להזריחם שמשות . . . . . להגשות לרצון יוציא מחומשות
ובזכות אבות משולשות להעריץ שלש קדושות כמלאכי השרת חשות גבורי כח
להשמיט . . . והערלה והשביעית נוטשות ומעריסתם חלות מפרישות
ומגלגלים בהליכת הנמושות עלובות ולא נוגשות ובשך יקושים פוגשות זך
לקחם כעששות שפתותיהם רוחשות. מבררים הצדק ולא מגששות
בעדי כולם יהיו מתלבשות ויערבו לצורם מנחות מגישות כימי עולם
ומירחים גרושות כדבר האמור וערבה ליי מנחת יהודה וירושלם כימי עולם
וכשנים קדמוניות כל מקומות כנסיות ומדרשות
אשר יגיע אליהם
[האגרת] הזאת יפרס עדימו רבבי שלומו.

(האיש הזה, הנושא האגרת הזאת(?)) [בא לעירנו אם אגרת מתלמידי חכמים]
השוכנים בארצותיו, הגידו לנו, כי ממשפחה גדולה האיש הזה, ואביו
שר גדול היה. האיש הזה בקי בקריאת ספריהם, ומפני בינתו ממה שקרא בספרי
טעותם, שב אל אלוקי ישראל בכל לבבו ובכל נפשו ומאודו ונתגייר בבית דינו
של ישראל. וכאשר בא להתגייר, הם הודיעו לו כי ישראל דווים ודחופים בזויים
וחורפים. ואמר הוא למודיעיו, וכי איני יודע כי ישראל בזויים ומחורפים
ואף על פי כן איני בא אלא מאהבת ישראל. וכאשר נראה כי מאהבה הוא בא
הודיעוהו מקצת מצות קלות ומקצת מצות חמורות, והודיעוהו [העונשים העובר על]
מצות. וכן אמרו לו, הוי יודע שעד שלא באתה למדה זו, אכלתה חלב אי אתה
ענוש כרת, חללתה שבת אי אתה ענוש סקילה, עכשיו שבאתה
למידה זו, אכלתה חלב אתה ענוש כרת, חללתה שבת אתה ענוש סקילה.
וכשם שהודיעוהו ענשן של מצוות כך הודיעוהו מה שכרן של מצוות.
וכך אמרו לו, הוי יודע שהעולם הבא אינו צפון אלא לצדיקים וישראל, בעת
הזה אינן יכולים לקבל, לא רוב טובה, ולא רוב פורעניות. וכאשר קיבל
את כל התנאים מלו אותו מיד. וכאשר נתרפא הטבילוהו. היו שם [שני]
תלמידי חכמים עמדים לו על גביו, וגם הודיעוהו מקצת [מצוות קלות ומקצת]
מצוות חמורות, ובכך נעשה מישראל לכל דבר. [ועכשיו אחינו, מעשינו]
תהיו לשמים, היו זהירים בכבוד האיש הזה, ואל תמ[ . . . . . . . . . . . . . . ]
נהוג בו. והיזהרו מאונאת דברים שלא יתאנה מדברי (אונאה, כי הזהרו?)
המקום על אונאתו ועל לוחצותו. דתנו רבנן המאנה אה ה[גר] עובר [בשלשה לאוין]
והלוחצו עובר בשנים. מאי שנא אונאה דכת' שלשה [לאוין: וגר לו תונה וכו']
אלא אחד זה ואחד זה שלשה. ותניא ר' אליעזר הגדול [אומר בשלשה]
מקומות הזהיר הקב"ה על הגרים. וגדול אונאת דב[רים מאונאת]
ממון. דא' ר' יוחנן משום ר' שמעון בן יוח', גדול אונאת דבר[ים מאונאת ממון]
שזה נאמר ויראת מאלקיך, וזה לא נאמר בו ויראת מאלקיך. [ור' אלעזר
אומר, זה בגופו וזה בממונו. ר' שמואל בר נחמני אומר, זה ניתן לחשבון
וזה לא ניתן חשבון] . . .


Oxford MS heb a 3 1v.jpg
Oxford MS heb a 3 1v.jpg (78.86 KiB) געזען 4846 מאל
MS heb a 31 verso close up .jpg
MS heb a 31 verso close up .jpg (209.51 KiB) געזען 4846 מאל
האגרת הזאת כתב אותה ביד רבי[נו ברו]ך הרב הגדול והמובהק
נט' מש' בן [רבינו יצח]ק נ"ע. ויכתוב רבינו ברוך את האיגרת
הזאת להיותה ביד עבדיה הגר אצל כל קהלות ישראל אשר הוא
[align=center]הולך אליהם[/align]
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

סידור של עבדיה הגר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

Cincinnati HUC 1008r.jpg
Cincinnati HUC 1008r.jpg (133.89 KiB) געזען 4852 מאל
[align=center]צלוה לילה אלסבת

יגלס אלפראד ויקול[/align]
והוא רחום וג' תם ויקול ברוך אתה...


Cincinnati HUC 1008v.jpg
Cincinnati HUC 1008v.jpg (121.17 KiB) געזען 4852 מאל
עבדיה הגר הנרמנדס אשר בא בברית אלקי ישראל

בירח אלול שנת א֗ת֗י֗ג֗ לשטרות הוא ד֗ת֗ת֗ס֗ב֗

[align=center]לבריאת עולם
הוא עבדיה הגר
כתב בידו[/align]
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

פיוטי עבדיה הגר - "מי על הר חורב"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

די נאטן אינעם כ"י זענען געשריבן פון רעכטס אויף לינקס, מיט די אותיות פון א' ביז ה' פון אונטן אויף ארויף. די אות ד' פאר די 'קלעף'.

JTS ENA 4096b recto.jpg
JTS ENA 4096b recto.jpg (256.5 KiB) געזען 4712 מאל
JTS ENA 4096b verso.png
JTS ENA 4096b verso.png (381.06 KiB) געזען 4712 מאל

מי על הר חורב העמידי ענין קשב עמוד

עמדי כמשה: מי מדבר הנהיג עדרי

[מן האכילי] וטל [מ]בארי כמשה: מי

רצה עלי חנון ומרחם רחש ועל הרעה תנחם

כמשה: מי חז חזיון חוק עדות [חזה]

במראה ולא בחידות כמשה: מי זאת

[תורה] למד ושנן זכה ויבא בתוך הענן

כמשה: מי קם ארבעים יום בשמים קוים

בלא לחם ובלא מים כמשה: [ויקשב העם]

אל האלה-ים עדתי קומי כי בא אורך

[ו]כבוד א-ד-ו-נ-י עליך זרח
כ"כ קומי אורי כי בא אורך וכבוד ייי
עלי זרח:


דאס איז וויאזוי מען האט דאס נאכגעשריבן לויט די אלגעמיינע נאטן.
בילדבילד

הפיוט מי על הר חורב במקהלות
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”