בלאט 1 פון 3

נסיעות פון אדמור"י בית סאטמאר זי"ע לקברי צדיקים באייראפא

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 8:48 pm
דורך קארטל
איז רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע געפארן אויף א נסיעה למקומות הקדושים נאכן מלחמה?

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 8:50 pm
דורך צולייגער
מיינסט דעם בעל דברי יואל ז"ל? ניין

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 8:51 pm
דורך קארטל
ניין.....רביה"ק איז קיינמאל נישט געפארן צום ציון פון זיין טאטן אין סיגוט?

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 8:53 pm
דורך צולייגער
דער רבי דער דברי יואל נישט, דער רבי דער ברך משה יא

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 8:55 pm
דורך קארטל
פארוואס טאקע איז די רבי הדברי יואל זי"ע נישט געפארן?

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 8:57 pm
דורך צולייגער
עס איז לכאורה בשנות בריאותו נישט געווען שייך צו גיין קיין רומעניע.

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 8:59 pm
דורך קארטל
רבינו הברך משה איז דאך יא געפארן תשכ"ג?

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 9:09 pm
דורך צולייגער
כ'הער.

דער רבי הדב"י איז בכלל נישט געווען קיין צו גרויסער חסיד פון קברים געגייעכץ, כמבואר בספרו הק' על הגאולה ועל התמורה.

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 9:11 pm
דורך קארטל
אין פאר די מלחמה איז די רבי זי"ע אויך נישט געגאנגען צום יארצייט פון זיין טאטע?

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 9:53 pm
דורך דרךהמלך
נאך דעם וואס דער ברך משה איז געווען האט ער אויך געוואלט פארן, ולא איסתייע מילתא, עיין בומשה היה רועה

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 10:59 pm
דורך לאלתר לחיים
רביה''ק זי''ע איז איז טאקע קיינמאל געפארן, ס'איז אבער דא עטליכע מעשיות ווי ער האט געבעטן אידן וואס זענען געפארן מ'זאל אים מזכיר זיין דארט.

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 11:33 pm
דורך בשבילי נברא
לויט ווי איך דענק איז די רעבעצין הרבנית אלטא פייגא ע"ה אויך צוריקגעפארן קיין אייראפע צו קברי אבות כאטש איין מאל.

געשריבן: מיטוואך יוני 06, 2018 11:58 pm
דורך צולייגער
די רביצין אלטא פיגא ע"ה פלעגט שיקן (פון ניסן תשכ"ח) א קבוצה אום ז' ניסן, דער יארצייט פון רביצין חנה ע"ה אמא דמלכא א"ח הקדושת יו"ט זי"ע, צום ציון אין סיגוט, לעורר רחמים עבור רפואת רבינו.

אינטערסאנט צו באמערקן אז דער רבי האט דאן אנגעזאגט מען זאל נישט צוגיין צו די אנדערע קברים - אפילו אין זעלבן אהל - צוליב וואס אום ניסן גייט מען נישט צו קיין קברים.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 07, 2018 12:21 am
דורך איינפאכער איד
אין איינע פון די בענדער "זכר צדיק לברכה" ע"י הרה"ח ר' אברהם דוד גליק ז"ל, שילדערט ער - באגלייט מיט דאקומענטן - איבער אן ערנסטן פלאן פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע צו פארן קיין אוהעל אויף חודש תמוז תשכ"ו, וואס למעשה האט זיך דאס נישט אויסגעארבייט.
אז ס'וועט מיר זיין מעגליך וועל איך דא ארויפלייגן א קאפיע דערפון.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 07, 2018 12:24 am
דורך משה ישר
צולייגער האט געשריבן:דער רבי דער דברי יואל נישט, דער רבי דער ברך משה יא

וויפיל מאל איז דער רבי זי"ע הברך משה געפארן?

געשריבן: דאנארשטאג יוני 07, 2018 12:34 am
דורך פליגל
נאכדעם וואס דער ברך משה זי"ע איז געפארן אהין אום תשכ"ג האט אים דער פעטער זי"ע אויסגעפרעגט אלע דעטאלן וויזוי אלעס איז געווען, ווייל ער האט אויך געהאט געוואלט פארן. למעשה ווען דער ברך משה האט אים פארציילט וויזוי אין סאטמאר האט אים איינער אפגעשטעלט פרעגן אויב ער איז ראבינער טייטעלבאום (נישט פארגעסן אז ס'יז דאן געווען אינמיטן ברען פון קאמוניזים) האט זיך דער רבי זי"ע א פחד באקומען אז מען ווייסט נאך פון אים און אפשר זוכט מען אים נאך. דאן איז דער פלאן בטל געווארן.

דוכציך כ'אב'ס געזען אין ומשה היה רועה.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 07, 2018 1:22 am
דורך געדיך אוואש
צולייגער האט געשריבן:כ'הער.

דער רבי הדב"י איז בכלל נישט געווען קיין צו גרויסער חסיד פון קברים געגייעכץ, כמבואר בספרו הק' על הגאולה ועל התמורה.

גרויסער צולייגער...

Untitled.jpg
Untitled.jpg (237.38 KiB) געזעהן 2630 מאל

געשריבן: דאנארשטאג יוני 07, 2018 9:14 am
דורך איינפאכער איד
לדעתי הקלושה וואלט איך געזאגט אז די ריכטיגע סיבות פארוואס רביה"ק זי"ע איז קיינמאל נישט געפארן פון אמעריקע אויף די קברי צדיקים, זענען בעיקר די 2:
1) אין די גאר ערשטע יארן [שנות תש"י-תש"כ] איז דאך גאנץ מזרח אייראפע געווען פארשלאסן אונטער'ן אייזערנעם פארהאנג, און ס'איז במילא נישט געווען קיין רעדע פון אהינפארן.
2) דער רבי זי"ע איז דאך קיינמאל נישט געפלויגן אויף א פליגער אין זיינע געזונטע יארן, און אזא נסיעה וואלט באדייט זיך שלעפן מיט שיפן און באנען אן קיין ענדע [ווייל אנדערש ווי לאנדאן אדער א"י וואס געאגראפיש געפינען זיי זיך ביים ים וואו מען קען זייער גרינג צוקומען מיט א שיף, זענען אבער פוילן און אונגארן גאר אנדערש ווייל זיי געפינען זיך טיף אריין אין די יבשה].
און שפעטער נאכ'ן סטראוק ווען דער רבי איז שוין יא געפלויגן מיט א פליגער איז דאך שוין זיכער נישט געווען קיין רעדע פון פארן קיין אייראפע צוליב חולשת גופו הטהור.

אויב איינער איז מחולק מיט מיר, ביטע זיך לאזן הערן.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 07, 2018 9:18 am
דורך אוהב ספרים
צולייגער האט געשריבן:די רביצין אלטא פיגא ע"ה פלעגט שיקן (פון ניסן תשכ"ח) א קבוצה אום ז' ניסן, דער יארצייט פון רביצין חנה ע"ה אמא דמלכא א"ח הקדושת יו"ט זי"ע, צום ציון אין סיגוט, לעורר רחמים עבור רפואת רבינו.

אינטערסאנט צו באמערקן אז דער רבי האט דאן אנגעזאגט מען זאל נישט צוגיין צו די אנדערע קברים - אפילו אין זעלבן אהל - צוליב וואס אום ניסן גייט מען נישט צו קיין קברים.

ער האט דאס געזאגט גם לגבי הנוסעים לצאנז כ"ה ניסן

געשריבן: דאנארשטאג יוני 07, 2018 9:36 am
דורך פליגל
געדיך אוואש האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:כ'הער.

דער רבי הדב"י איז בכלל נישט געווען קיין צו גרויסער חסיד פון קברים געגייעכץ, כמבואר בספרו הק' על הגאולה ועל התמורה.

גרויסער צולייגער...

Untitled.jpg

זע'ך נישט ס'אל שטיין א ווארט אז די רבי זאל עמיצין געהייסן גיין, סך הכל האט'ר געגיבן הדרכה וואס צו טאהן און וואס נישט.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 07, 2018 9:39 am
דורך מי יודע
איינפאכער איד האט געשריבן:לדעתי הקלושה וואלט איך געזאגט אז די ריכטיגע סיבות פארוואס רביה"ק זי"ע איז קיינמאל נישט געפארן פון אמעריקע אויף די קברי צדיקים, זענען בעיקר די 2:
1) אין די גאר ערשטע יארן [שנות תש"י-תש"כ] איז דאך גאנץ מזרח אייראפע געווען פארשלאסן אונטער'ן אייזערנעם פארהאנג, און ס'איז במילא נישט געווען קיין רעדע פון אהינפארן.
2) דער רבי זי"ע איז דאך קיינמאל נישט געפלויגן אויף א פליגער אין זיינע געזונטע יארן, און אזא נסיעה וואלט באדייט זיך שלעפן מיט שיפן און באנען אן קיין ענדע [ווייל אנדערש ווי לאנדאן אדער א"י וואס געאגראפיש געפינען זיי זיך ביים ים וואו מען קען זייער גרינג צוקומען מיט א שיף, זענען אבער פוילן און אונגארן גאר אנדערש ווייל זיי געפינען זיך טיף אריין אין די יבשה].
און שפעטער נאכ'ן סטראוק ווען דער רבי איז שוין יא געפלויגן מיט א פליגער איז דאך שוין זיכער נישט געווען קיין רעדע פון פארן קיין אייראפע צוליב חולשת גופו הטהור.

אויב איינער איז מחולק מיט מיר, ביטע זיך לאזן הערן.

בייגעלייגט האב איך דא וואס איך האב געטראפן ביי מיר וואס איינער האט באשריבן זיינע זכרונות מיט א נסיעה מיט האדמו"ר מהר"א שליט"א (ווי ס'שטייט די רב מיינט עס מהר"א, רבינו שליט"א מיינט דער ברך משה)
אין יאר תשכ"ב האט זיך דער ספינקער רבי הרה"צ ר' יעקב יוסף ווייס זצ"ל אריבערגעכאפט קיין רומעניא, אהיימקומענדיג איז ער אריבער געגאנגען אין שטוב צו כ"ק רבינו שליט"א מיט וועמען ער איז נאנט געווען זייענדיג אינאיינעם נאך די קריג, און האט איהם דערציילט אז ער איז געווען אין רומעניא און אלעס איז ב"ה דורך בשלום, זאגנדיג איהם דערביי: "סיגעטער רב זארגט אייך נישט מען קען פארן", דער רבי האט נישט געגלייבט וואס ער הערט "מען קען פארן?", דער רבי ווי אלע אנדערע האט נאך געהאט אזא פחד פון יענע ביטערע יארן אז מען געדענקט נאך, און מען וועט חלילה עפעס שלעכטס טוהן, און ממילא איז איהם אביסל שווער אריין אין די מחשבה, אז מען קען טאקע פארן.
סוף כל סוף - דערציילט דער רב - האט זיך עס אבער איינגעגעבן, און אין יאר תשכ"ו איז רבינו שליט"א דאס ערשטע מאל געפארן פון אמעריקא אויף די מקומות הקדושים, און דער רב שליט"א - זייענדיג דאן א חתן - איז מיטגעפארן ביי יענע ערשטע נסיעה.
איידער רבינו שליט"א איז געפארן אויף די מקומות הקדושים, איז ער דאן געווען אנפרעגן ביי רביה"ק זי"ע אויף דעם וואס ווערט געברענגט אין ספרים איבער איינער וואס איז נישט געווען ביי קברי אבות מער פון זיבן יאר אז ער זאל מער נישט גיין, און רבינו שליט"א האט אנגעפרעגט וואס ער זאל טוהן און ווי אזוי ער זאל זיך פירן, האט איהם רביה"ק זי"ע געענטפערט, אז היות ער איז געווען אן אונס, ווייל מען האט דאך נישט געקענט גיין ביז היינט, ממילא איז נישטא קיין שום קפידא אויף אזא פאל, וליתר שאת זאל מען שיקן א שליח פאראויס מודיע זיין אז ער קומט, און איבערבעטן אז ער איז נישט געווען די לעצטע צוואנציג יאר מחמת אונס.
אין יענע יארן ווען דער רבי איז דאס ערשטע מאל געפארן, איז נאך דאס קאמאניזים געווען זייער שטארק, דאס לאנד איז בכלל געווען שטארק פרימיטיוו און צריקגעשטאנען, ס'איז נאכנישט געווען קיין עלעקטערי איבעראל. ווען מען איז געקומען קיין רומעניא האט מען געדארפט איינגעבן יעדן טאג וואו מען פארט, און מען האט באצאלט געלד פאר יעדן טאג, ווען מען האט גענומען א וויזע האט מען איינגעשריבן אז מען פארט למשל אויף פינף טאג, האט מען געדארפט באצאלן פאר פינף טאג, מען האט זיי געמוזט זאגן פונקטליך וואו מען שטייט איין, מען האט נישט געטארט איינשטיין אין א פריוואטע הויז, נאר אין א האטעל, ווייל די האטעל איז געווען אונטער די רעגירונג, און אזוי האט די רעגירונג געקענט קאנטראלירן די מענטשן ווען מען איז געקומען, ווי מען איז איינגעשטאנען, און ווען מען איז ארויסגעגאנגען.
דער רב האט דערציילט א שפאר ביסעל זכרונות פון יענע יארן, ער האט געשילדערט מיט וואס פאר א פחד און שרעק דער רבי איז געזעסן אויפן באן, אזוי ווייט אז ער האט זיך ממש נישט געטרויעט אויפצוהייבן די אויגן פאר פחד.
לויטן געזעץ אין יענע יארן האט מען געמוזט טוישן די געלד אויף ליי (אזא רוסישע מטבע), מען האט נישט געטארט זיך באנוצן מיטן דאלאר, פריוואט האט מען נישט געטארט טוישן, ממילא האט מען געמוזט גיין אין באנק טוישן דאס געלד. דער רבי שליט"א איז אנגעקומען דעמאלטס קיין סאטמאר פארטאגס, די באנק איז אפן געווען פון 9 ביז 12, (ס'איז געווען פונקט גענוג מען האט נישט געדארפט מער), און מען האט געמוזט גיין פערזענליך אין באנק טוישן דאס געלד. ווען דער רבי איז אנגעקומען אין באנק איז ער געגאנגען צום באנק דירעקטאר ווייזן די פאפירן, דער באנק דירעקטאר נעמט די אונגארישע וויזע און קוקט אזוי אן דעם נאמען אויסליינענדיג "טייטלבוים", און גיט א פרעג דעם רבין: איר הייסט טייטלבוים?!, איז דען נישט ראביי טייטלבוים געווען דא דער רב?...
דער רבי האט זיך מורא'דיג דערשראקן, ער האט שוין געמיינט אז מען וויל שוין עפעס דא טוהן מיט איהם, און ער רופט זיך אן מיט גרויס פחד, אז נישט ער איז דאס געווען, ס'איז נאר א קרוב זיינער. אזוי ווייט איז געווען דער פחד בימים ההם.
דער רב שליט"א האט אויך פארציילט אז אין יאר תשכ"ז האט רביה"ק זי"ע באקומען גרויס חשק צו פארן, און ס'איז געווארן א מדובר צו פארן כ"ח תמוז אויף אוהעל, צו די יארצייט פון הייליגן ישמח משה, ווי מען האט דעמאלטס גערעדט איז געוען דער פלאן מען זאל קודם פארן אויף זומער - אנשטאט שעראן ספרינגס - קיין שווייץ, און פון דארט וועט מען קענען פארן קיין אוהעל אין טאג פון די יארצייט, און מען האט אנגעהויבן ערנסט אריינטראכטן דערין.
איז אבער דאן אריין ר' משה ארי' גליק ע"ה צום רבין זי"ע, און געזאגט פארן רבין, "זיי געדענקן נאך דעם רבין און ס'וועט נישט טויגן", למעשה איז טאקע גארנישט געווארן דערפון. א יאר דערויף האט דער רבי ז"ל באקומען דעם סטראק ל"ע, און דער פלאן איז בטל געווארן.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 07, 2018 6:14 pm
דורך קארטל
מי יודע האט געשריבן:

דא שטייט אז די רבי די ברך משה זי"ע איז געפארן דאס ערשטע מאל קיין אייראפא ווען כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א איז געווען א חתן....ווען איז געווען די ערשטע מאל תשכ"ג אדער תשכ"ו?

געשריבן: דאנארשטאג יוני 07, 2018 6:24 pm
דורך קארטל
איז דא בילדער פון רבינו הקדוש זי"ע ביין ציון און סיגוט איהעל פארן מלחמה?

געשריבן: דאנארשטאג יוני 07, 2018 6:27 pm
דורך ראספשע
קארטל האט געשריבן:איז דא בילדער פון רבינו הקדוש זי"ע ביין ציון און סיגוט איהעל פארן מלחמה?

כ'מיין אז איר קענט ציילן אויף איין האנט וויפיל בילדער בכלל איז דא פונם רבי'ן פון בעפאר'ן קריג,
און מיט די אנדערע האנט קענט איר אפשר ציילן וויפיל בילדער ס'איז בכלל דא פון סיגוט איהעל ציונים פון בעפאר'ן קריג..
..נאך נישט געווען אין סטייל דעמאלטס...

געשריבן: דאנארשטאג יוני 07, 2018 6:39 pm
דורך סידיראם
אינדערהיים פלעגט דער רבי יא פארן צו מקומות הקדושים? למשל צו קאלוב ? אדער צום יארצייט פון ישמח משה וכדומה?