מפתח: היסטאריע פון אידישקייט אין אמעריקא

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

מפתח: היסטאריע פון אידישקייט אין אמעריקא

תגובהדורך ידיעות שונות » פרייטאג מאי 25, 2018 12:56 am

בעזהשי"ת

נאך אסאך מיה און פלאג טוה איך דא ארויסשטעלן א "מפתח" פון אשכולות און שמועסן אויף אייוועלט, אויף אלס און אלעמען איבער די "היסטאריע פון אידישקייט אין אמעריקא".

פותחין בכבוד האכסני' - עס איז היינט צוטאגס ברייט באקאנט דעם שטוינענדעם אויפוואכונג איבער די היסטאריע פון אידישקייט אין אמעריקא בשנים קדמוניות, וועלכע איז צושטאנד געקומען דורך די פארוואלטונג פון אידישע וועלט.

מגלגלין זכות על ידי זכאי - אייוועלט איז א פלאץ ווי ס'האבן זיך צאמגעקליבן היסטאריקער און זאמלער, און כאיש אחד בלב אחד האבן זיי זיך אפגעגעבן מיט גראבן און נישטערן אין אמעריקאנער היסטאריע, בסי"ד זענען זיי אויפגעקומען מיט חידושים און גילוים חדשים לבקרים.

דער חידוש פונעם פלאץ איז געוואלדיג, וויבאלד יעדע יחיד מיט ווערטפולע אינפארמאציע האט די יכולת צו מוסיף זיין ידיעות און פרטים, וואס דאס אלעס האט אויפגעבויט אן אומשאצבארע אוצר יקר מפנינים מיט אפענע צוטריט, וואס די וועלט האט נאך אזאנס נישט געזעהן.

*
אלס א טייל פון די געוואלדיגע תוצאות פון 'אידישע וועלט' איז מיט די טעג איז אויך נולד געווארן א פולשטענדיגע מכון מיטן נאמען 'מורשת חכמי אמעריקא', וועלכע געבן זיך אפ מיט אויפגראבן גנוזות וואס זענען באגראבן געווארן אין די טיפענישן פונעם אמעריקאנעם באדן. דער אנטוויקלונג און די פעולות פון מורשת איז א וועלט פאר זיך, און ס'פארנעמט א באזונדערע פלאץ אינעם מפתח, צאמצוברענגען אלע אשכולות ווי ס'ווערט ארומגעשמוסט איבער די מורשת מעת ההתיסדות ביז היינט צוטאג.

פילע אשכולות דא אויף אייוועלט געבן זיך אפ מיט די די נושא פון אידישקייט אין אמעריקא, אבער א גרויסן טייל פון זיי איז אויסשליסלעך אדאנק די מורשת, און ס'לאזט זיך זאגן אז אן עיקר גדול איז אהערגעשטעלט געווארן דורך די חברי המורשת, וועלכע בנוסף צו זייער אייגענע אינטערנעמונגען שטייען זיי גרייט ארויסצוהעלפן מיט ווערטפולע אינפארמאציע ווען אימער.
(עס איז וויכטיג צו אנמערקן וואס די יודעי דבר פארציילן אז בלויז א חלק פון אלע געוואלדיגע אוצרות פונעם מורשת זענען ארויסגעלייגט געווארן אויף די שפאלטענעס פון אייוועלט. אגב ס'דרייען זיך דא אסאך אידן וואס קוקן שטארק ארויס אויף נאך און נאך, לאמיר האפן אז די מורשת זאל זיך לאזן הערן מעהר אפט).

*
די מפתח איז ווירקליך א מורא'דיגע דערגרייכונג פאר 'אידישע וועלט', וויבאלד דאס טוהט פאקטיש צאמנעמען די ריזיגע אומשאצבארע אוצרות וואס ליגן דא ארום אויפן וועלטל ציווארפן און פארשטויבט.
איבעריג צו זאגן אז דער מפתח וועט נישט בלויז צוגעבן פאר עבר, נאר וועט בעז"ה אויך שטארק ארויסהעלפן אויפן עתיד, וויבאלד דאס צאנעמען אלעס לפונד אחד טוהט אויסקלארן דעם בילד, און אסאך זאכן וואס זענען נאכנישט געהעריג באהאנדלט געווארן, וועלן ארויפשווימען צום אויבערפלאך, און אזוי ארום באקומען א ברייטערע דעקונג.

זעלבסט פארשטענדליך אז אין דעם איז אריין א געוואלד ארבעט און אסאך כח, מיט נישט ווייניג קאפ און מח, אלעס לתועלת הרבים צו ארגאנזירן דעם מפתח אויפן שענסטן און מסודר'דיגסטן אופן, און איך האף אז בעזרת השם יתב' וועט עס זיין א געוואלדיגע קורת רוח פארן ברייטן ציבור.
וכאן המקום להודות לכבוד הרב 'בן בוזי' מזכיר מורשת חכמי אמעריקא, פארן שטיין צוהילף להצלחת המפתח מיט אלע זיינע מעגליכקייטן, ישלם ה' פעלו ותשוח"ח לו.

די מפתח איז נאכנישט פארטיג, ס'האלט אין איין צוקומען פרישע הוספות, אבער משום לא אמנע טוב וועל איך ארויפלייגן א חלק אויף אמאל.


אידישע אימיגראציע קיין אמעריקא
אין די ערשטע יארן

אידישקייט אין אמעריקא: דער גאלוועסטאן פלאן

עליס איילענד
לעצט פאראכטן דורך ידיעות שונות אום פרייטאג מאי 25, 2018 1:23 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » פרייטאג מאי 25, 2018 1:01 am

רבנים/גדולים על אדמת אמעריקא
אין די יארן פארן קריג


שם הגדולים לגדולי ישראל באמעריקא לפני מלחה"ע השני'

*

ר' ישראל בער קורשידט מניו יארק - תלמיד הג"ר נתן אדלער זצ"ל


ר' אברהם יוסף א"ש אב"ד בית המדרש הגדול בניו יארק


ר' יהושע פאלק מניו-יארק בעמח"ס אבני יהושע


ר' יעקב יוסף (יאזעף) רב הכולל בניו יארק - כ"ד תמוז תרס"ב


ר' [יוסף] משה ב"ר אהרן (אראנסאהן) מסאלאנט - ניו יארק


ר' משה ב"ר צבי הירש קלאפטער מניו יארק


הגה"ח ר' חיים יעקב ווידרעוויץ 'מאסקאווער רב' י"ב אייר תרע"א


ר' משה וויינבערגער אב"ד ביהמ"ד הג' אנשי אונגארן ניו יארק


ר' יוסף לויער ממאלציב-ניו יארק ז"ל, כ"א אדר א' תרצ"ב


ר' אלטר שאול פעפפער זצ"ל מביטשקוב ניו יארק - בעל שו"ת אבני זכרון


ר' הלל קליין ז"ל - רב בניו יארק


ר' משה ב"ר ישראל וועכסלער אב"ד ברית שלום בניו יארק


ר' גבריאל זאב מרגליות - נשיא כנסת הרבנים


ר' יוסף אליהו פריד משוקיאן - ניו יארק - ז' אייר תרפ"ז


ר' שמואל ב"ר אברהם שמעון הורוויץ מח"ס 'לב ורגש' ועוד


ר' ישראל גוטמאן וחתנו ר' יוסף קעלעמער מקאמעניץ-נ.י. ז"ל


ר' אשר זאב ווערנער זצ"ל מפראווידענס ובסו"י אב"ד טברי'


ר' דוד שלמה נאוואסעלער מפעלשטין-פילעדעלפיא - תשכ"ח


ר' יעקב יצחק פלאנצגראבן ז"ל בעמח"ס בית יעקב ושא"ס


רבי יוסף אלי' הענקין ז"ל - י"ג אב תשל"ג


משפחת הרבנים ביק ממעזיבוז וארה"ב

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » פרייטאג מאי 25, 2018 6:13 am

לעצט פאראכטן דורך ידיעות שונות אום מאנטאג מאי 28, 2018 7:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » פרייטאג מאי 25, 2018 7:04 am

בנש"ק אדמורי"ם וצדיקים אין אמעריקא


דער נוארקער רבי: רבי חיים כהנא זצ"ל - כ"ה שבט תר"פ


ר' אברהם יצחק ווייסבלום מסטאשוב - ניו יארק ז"ל


שושלת בית סטרעטין (טורקא-קנעניטש)


ר' יצחק פריעדמאן מסאדיגורא - רימינוב בניו יארק ז"ל


בית באסטאן לדורותיהם


שושלת יאמפאלי - (ובו פרטים רבים על רבי אליעזר חיים מיאמפאלי)


ר' משה אינגערלייב מקרעמעניץ-פילעדעלפיע ז"ל - ט"ז אב תרצ"ב


ר' חיים משה יהושע שנייאורסאהן-טווערסקי מטומושפול


שושלת אוזרוב (רבי משה יחיאל הלוי, בעל האש דת מאזורוב-בראנקס)


שושלת אליק - (אדמורי"ם לבית אליק שהיגרו לארה"ב)


רבי ישראל מאנזאהן מבראד-קאליש


רבי מרדכי שלמה פריעדמאן מבאיאן-נוא יארק


רבי חנוך העניך טווערסקי ממאלין


רבי אברהם יהושע העשיל מקאפיטשניץ


רבי ניסן יהודה ליב טווערסקי ממקארוב-קאזמיר-קיעלץ


שושלת ליניץ-מאנוסטרישט (ובו גם פרטים אודות האדמורים בשלשלת שהיגרו לארה"ב)


רבי יצחק מסקווירא בראנקס


רבי ברוך יוסף ז"ק מקאברין-ארה"ב


רבי חיים אברהם דובער לעווין - המלאך


רבי שלמה שמואל טווערסקי מטשערנאביל-נוא יארק


ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » זונטאג מאי 27, 2018 10:39 pm

לעצט פאראכטן דורך ידיעות שונות אום מאנטאג מאי 28, 2018 7:25 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.



ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מאנטאג מאי 28, 2018 7:36 pm


ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מאנטאג מאי 28, 2018 7:36 pm

היסטאריע פון קעמפס און קאנטריסאפסטעיט ניו יארק

היסטאריע פון היימישע קאנטריס און קעמפס


פליישמאנס ניו יארק

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך יולי 18, 2018 6:56 pm


ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך יולי 18, 2018 6:58 pm


ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך יולי 18, 2018 7:00 pm



ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך יולי 18, 2018 7:17 pm

בסייעתא דשמיא האמיר ב"ה זוכה געווען צו פארענדיגן די בסיס און סדר פונעם מפתח, און אזוי ארום בארייכערן דעם וועלטל מיט אן אוצר יקר לרגל עלותי על כס 'שר חמש מאות', ויה"ר שימצא חן וחסד בעיני אלקים ואדם.

וכאן המקום להודות בראש וראשון פאר די חשוב'ע מנהלים ואחראים פארן שטיין צו הילף אין יעדע צייט מיט אלע מעגליכקייטן, און אזוי אויך פאר אלע אנדערע וואס האבן ארויסגעהאלפן אהערצושטעלן דעם מפתח אויפן שענסטן און בעסטען אופן בעזהשי"ת.

און יעצט איינמאהל דער סדר איז שוין הערליך אויסגעשטעלט כראוי וכיאות איז דער עולם געלאדנט צו אריינקומען און זיך לאזן הערן מיט הערות.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 19, 2018 4:44 pm

ב"ה

איך וויל נעמען די פאר מינוט אויסצודרוקן א גרויסן יישר כח פאר הרב המסתתר תחת הניק "ידיעות שונות" פאר זיינע פילע לייסטונגען און באשטייערונגען צו אונזר וועלטל, דער עולם מלא ידיעות, ווי ער בארייכערט אונז מאוצרו הטוב אין פילע געביטן, והאחרון החביב מיט זיין געוואלדיגע געניטשאפטליכע פענע האט ער באוויזן אהערצושטעלן די געוואלדיגע מפתח, לפתוח פתחו של אולם צו קענען אריינקוקען אינעם אוצר המנוצר פון א פיליעריגע און פילהארמאנישע ליקוט פון ידיעות שונות בענין שנות קדם פון 'אידישקייט על אדמת אמעריקא', וואס דערמיט האט ער אוועקגעשטעלט א געוואלדיגער שליסל צו קענען אויסשעפן פון די אוצרות און גרינגערהייט טרעפן די באהאלטענע ידיעות וועלכע ליגן צוזייעט און צושפרייט ברחבי עולמינו.

אן עקסטערע דאנק בשם חברי חבורתינו, מכון מורשת חכמי אמעריקא, וועלכע האבן זיכער צוגעשטעלט די גרעסערע העלפט פונעם חומר אין די אלע אשכולות, וועמענס ארבייט וועלן יעצט זיין מער צוטריטליך פאר די דורות הבאים וועלכע טרעטן איבער דעם שוועל פון אונזער אידישע וועלט און זוכען נהנה צו זיין מאוצרות המורשת.

ובוודאי וועט דער חשוב'ער בעל המפתח זוכה זיין צו אלע ברכות האמורות, בזכות פון די זיכוי הרבים און חסד גדול אשר עשה לנו, איזן וחקר ותיקן מפתח כשלחן הערוך ומוכן לפני האדם לאכול, ישלם ה' פעלו הטוב ותהי משכורתו שלימה מעם ה' להתברך בכל מילי דמיטב

כו"ח פה סקרענטאן עיר תהלה
יעקב דוב מיללער אב"ד קהע"י ורב לכל מקהלות האשכנזים
נשיא, מכון מורשת חכמי אמעריקא העולמי

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג יולי 19, 2018 4:52 pm

והנני מצטרף בצירופי דרבנן און שטום צו מיטן המלצה פון רבינו הגדול מסקרענטאן שליט"א דער נשיא המכון.

דער בעל ה'ידיעות שונות' האט געמאכט אן אויסטערלישן ארביייט, מיר קרעדיטירן איהם דערפאר וישולם פעלו ומשכורתו כפולה מיט ברכה והצלחה בכל מעשי ידיו, תמיד כל הימים.

ועזבעה"ח מפה סיראקיוז יצ"ו
הק' אהרן בן בוזי הירשקוביטץ מס"ק בפק"ק ס"ק יצ"ו
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט