די קור-ארט קרעניץ אין גאליציע

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

תגובהדורך דאטשע » מאנטאג יולי 02, 2018 11:56 pm

יום זה מכובד האט געשריבן:
דאטשע האט געשריבן:געפינט זיך דא אויפן מאפע
גערופן האט זיך עס דעמאלטס מיטן נאמען "ווילא ווענוס"

שטייט נאך אויפן בנין WENUS

ס'קוקט אויס פריש צוגעלייגט בשעת'ן איבערמאכן.

אויפן בילד פון גוגל מעפס וואס איז פון 2013, שטייט עס נישט.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

תגובהדורך דאטשע » דינסטאג יולי 03, 2018 12:02 am

נאך א בילד פונעם האטעל, פון ספר "הרב מבריסק" ח"א, אנגעצייכענט די צימער ווי דער בריסקער רב הגרי"ז זצ"ל איז איינגעשטאנען.

זעהט אויס דאס איז פונעם הונטערשטן זייט פונעם האטעל

מלון וואנוס.jpg
מלון וואנוס.jpg (324.99 KiB) געזעהן 1497 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

תגובהדורך דאטשע » מיטוואך יולי 04, 2018 12:29 am

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:צאצאיו לבית ענגלאנדער גייען וויילען דארט אין שטאט דעם שב"ק לאור די יארצייט פונעם זיידן וועלכע ליגט דארט.
וואו געברענגט אויבן אין בילד 9#

וואס געפאלט אויס ג' ימים לחודש מרחשון....
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים

KMW
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 11:05 am

תגובהדורך KMW » מיטוואך יולי 04, 2018 11:24 am

שבת פּיניע....
דאטשע האט געשריבן:
סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:צאצאיו לבית ענגלאנדער גייען וויילען דארט אין שטאט דעם שב"ק לאור די יארצייט פונעם זיידן וועלכע ליגט דארט.
וואו געברענגט אויבן אין בילד 9#

וואס געפאלט אויס ג' ימים לחודש מרחשון....


שבת פּיניע....

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

תגובהדורך דאטשע » פרייטאג יולי 06, 2018 11:08 am

ליסטע פון גאליציאנער כולל לצדקת רבי מאיר העל הנס
קאלאשיצער רב זי"ע אויף "דאטשע" אין קרעניץ, חודש אב תרפ"ח
איינגעשטאנען אין האטעל פון האלמנה מרת ניחא ענגלענדער ע"ה, מאמע פון ר' פיניע ז"ל
352.jpg
352.jpg (236.96 KiB) געזעהן 1397 מאל
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2327
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » פרייטאג יולי 06, 2018 11:11 am

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:צאצאיו לבית ענגלאנדער גייען וויילען דארט אין שטאט דעם שב"ק.

עס האט געדארפט ארויסקומען לכבוד די נסיעה עפעס א שיינעם קונטרס וועגן צדיקים וועלכע זענען געווען אין קרעניץ.

אוועטאר
moishy56
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4584
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג יולי 10, 2018 6:05 am

נחוניא האט געשריבן:
סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:צאצאיו לבית ענגלאנדער גייען וויילען דארט אין שטאט דעם שב"ק [פנחס תשע"ח].

עס האט געדארפט ארויסקומען לכבוד די נסיעה עפעס א שיינעם קונטרס וועגן צדיקים וועלכע זענען געווען אין קרעניץ.


יא.

א הערליכע קונטרס ''זכרונות מקרעניץ'' איז ארויסגעקומען דורך משפחת הנה״ח ר׳ אליש ענגלאנדער הי״ו,
באארבעט דורך די מומחה הר״ר בעריש מאנדעל הי״ו פון לאנדאן.

בערך 220 בלעטער פול מיט תוכן.

.

krenitz1.JPG
krenitz1.JPG (119.34 KiB) געזעהן 1324 מאל
krenitz2.JPG
krenitz2.JPG (92.5 KiB) געזעהן 1324 מאל
krenitz3.....JPG
krenitz3.....JPG (83.17 KiB) געזעהן 1324 מאל

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am

יריעה קצרה על הרה"ק משינאווא בקרעניץ - גליון "מרוה לצמא"

תגובהדורך יום זה מכובד » זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:14 am

קרעניץ.JPG
קרעניץ.JPG (157.47 KiB) געזעהן 1207 מאל

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

תגובהדורך שרעבי » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 5:19 pm

אין קינדליין די וואך איז דא א שיינער שמועס מיט ר' אליש ענגלענדער איבער קרעניץ און די האטעל
עיין כאן
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

קרעניץ תשע"ח

תגובהדורך פאר'מוח'ט » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 4:28 am

היי יאר זומער תשע"ח האבן א גרופע אידן געוויילט אין די קור ארט - קרעניץ, באותו מקום באותו זמן ווי פולע צענדליגע גדולים האבן געוויילט פארן קריג, הרה"ג דומ"ץ באבוב לאנדען שליט"א איז געווען פון די באטייליגטע אין שטאט קרעניץ, די דיין וועלכע שטאמט פונעם דערנעבנדיגע שטאט צאנז, איז דאס געווען פאר אים גיניאלע געלעגנהייט צו וויילן פאר גאנצע צוויי וואכן סמוך ונראה צום שטאט צאנז, די קלארע לופט און געשמאקע וועטער האט גאר אסאך צוגעגעבן פאר די אטמאספערע און געשמאק, ס'האט געהאט אין זיך די פארצייטישע חן און אמאליגע געשמאק, נישט אומזינסט האט קרעניץ געדינט פאר א קור ארט פון גדולי ישראל.

איינער פון די באטייליגטע האט געשריבן אן ארטיקל איבער דאס וויילן דארט אין קרעניץ, מ'קען אים שיקן א פארלאנג דאס צו באקומען צו machshovois@gmail.com

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

תגובהדורך דאטשע » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 9:47 am

טא, פארוואס דען נישט אויפלייגן דא געהעריג צו מהנה זיין דעם ברייטן ציבור?
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

קרעניץ - זוממער תשע"ח

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 5:39 am

קריניצה זדרוי, פוילן (גאליציע) - ווי באקאנט איז דאס שטעטל קרעניץ געווען א שטאט וואס האט געווירבעלט מיט גאר אסאך אידן און פילצאליגע חשוב'ע פערזענליכקייטן איידער דער רשע ימ"ש איז געקומען און פארטיליגט דאס בליענדע אידענטום אינערהאלב דעם אלגעמיינע אייראפע.

קרעניץ - האט פארנומען גאר א שיינע ארט אינערהאלב פוילן, וואראום דאס האט געדינט פאר א 'קור ארט' פון דאס פוילישע פאלק בכלל און פאר אידן בפרט, פולע פלעגן קומען צו פארן, (איבערהויפט אין די זומער טעג), צו דער קליין שטעטל קרעניץ און וויילן דארט פאר אפרוה, ווי באקאנט איז קרעניץ אויסגעצייכענט מיר איר זעלטן ריינע לופט, הערליכע בערג, און איז בארייכערט מיט מינעראלישע אונטער-ערדישע קוועלער, וואס אדאנק דעם איז דאס ארט פארוואנדעלט פאר א צענטראלע אפרוה פלאץ מיט אירע געזונטע בעדער.

צווישן די אלע וועלכע פלעגן קומען וויילן אין שטאט קרעניץ, ווערט אויך דאס שטאט פארזיגעלט מיט גאלדענע טינט איבער די היסטאריע פון אומצאליגע גדולים וקדושים פון אינערהאלב דער אייראפע פאראיין, וועלכע האבן געזעהן דאס פלאץ פאר דער ריכטיגע און פאסיגע ארט צו שעפן פרישע לופט און זיך אנגארטלן מיט פרישע כוחות - וקויי ה' יחליפו כח - איבערהויפט פאר די הייליגע טעג וואס זענען שוין געשטאנען ביים שוועל און אט די צייט פונעם יאר.

יכלו הזמן והם לא יכלו - ווער קען דען באגרייפן, ווער קען דען האבן די מינדעסטע השגה, וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין די קרעניצע גאסן אין אט די זוממער טעג, ווען די גדולים וקדושים האבן אלע געוויילט אויף איין ארט, פולע היסטארישע צוזאם-טרעפן, פולע רייכע שמועסן זענען פארפירט געווארן אין די שטאט, טראץ וואס צווישן זיי האבן זיך געפונען געוויסע וועלכע האבן געהאט צווישן זיך מיינונג פארשידענהייטן אין געוויסע ענינים, דאך איז דאס נישט געווען א אפהאלט זיך צו טרעפן תחת קורת גג אחד. - אט דאס אלעס איז פארגעקומען אונטער דעם קרעניצע זייגער.

צו דעם ווערט פארצייכענט די בארימטע 'ענגלענדער האטעל' וועלכע איז געשטאנען אין צעטנער פון שטאט קרעניץ, וואס האט געהאט די זכיי' צו אויפנעמען און פלאצירן רוב רובם פון די הייליגע געסט וועלכע זענען געקומען צו פארן פון דערווייטענס, און איז געווען באקאנט פאר א שם דבר מיט איר הויעכע סטאנדארט אין כשרות. ווי עס לאזט זיך זאגן, אז דאס האטעל מיט אירע אויסגעצייכענטע סטאנדארט אין כשרות האט געשפילט א גרויסע ראלע מיט דאס ברענגן אזוי פיל גדולים וקדושים אויף איין ארט. (צו באמערקן: די האטעל שטייט נאך היינט צו טאג'ס, טראץ וואס דאס טוט שוין מער נישט פונקטציאנירן איז דאס נאך פארבליבן מיט איר ארגינעלע געשטעל, און די איצטיגע קרעניצע אידן האבן געהאט די געלעגנהייט צו כאפן א בליק פונדערנאנט אויף דעם האטעל).

ליידער - דאס אלעס איז אפגשטילט געווארן נאך וואס דער דייטש ימ"ש האט גענצליך אפגעווישט שטאט נאך שטאט אינערהאלב אייראפע, קרעניץ האט ווארשיינליך מיטגעטיילט דאס זעלבע גורל און קאשמארע אורטייל אזוי ווי אלע, און אויך דארט איז פארשניטען געווארן דאס הערליכע בליאונג פון דאס אידישע געמיינדע אין שטאט.

זוממער יארע תשע"ח - א גרופע חסידישע אידן מיטן אלטן טעם און חסידישע שטייגער, טייל פון זיי מיט די ארגינעלע גאליציע'נישע טראגע האבן אנגעהויבן צו וועבן א פלאן זיך צוריק-קערן צו עיר ששהו האבות - קרעניץ, ווי א יעדע זאך - כל התחלות קשות - דאס געדאנק האט אויסגעזעהן ווי אוממעגליך, אבער נאך וואס מ'האט נישט געשוינט מיה און פלאג, האט זיך דער געדאנק צוביסלעך אנגעהויבן זיך צו שפינען און באקומען מער פעדימער.

אנגעהויבן האט זיך עס מיט א קליינע באשיידענע אנאנס אינעם טעגליכע לאנדענע אויסגאבע, וועלכע האט געהויבן ברעמן פון מענטשן וואס האט דאס אנגעקוקט מיט גרויס וואונדער, און טייל אפילו מיט שפאס, און האבן נישט פארשטאנען מה לכהן בבית... וואס האט מען בכלל צו זוכן אין דעם ארט... אבער צוגלייך האט דאס אויך געצויגען נייגער פון אידן מיט ווארעמע געפילן צום "אהבת קדומים" עפאכע, ביז דאס איז פארווירקליכט געווארן פאר א פאקט, יא! אין קרעניץ וועלן היי יאר זוממער וויילן א גרופע חסיד'ישע אידן, און וועלן ברעכן מיט גאט'ס הילף דאס לאנג יעריגע שטיל-שווייגעניש פון דאס אידישע היסטאריע אין שטאט.

פרשת ואתחנן נחמו ע"ח - דאס שטעטל קרעניץ האט ווידער אום אנגעהויבן צו זעהן אידישע בא'חנ'טע פנימ'ער, דאס קרעניצע ערד האט גאר גיך אנגעהויבן צו אריין-זאפן דאס אידישע ווירבעלונג, ווי איר שטייגער און געוואוינהייט איז געווען פאר פולע צענדליגע יארן, אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט.

אזוי ארום האט זיך געגרינדעט א צייטווייליגע אידישע - קרעניצע קהילה, דאס אידישע געמיינדע איז געווען קאנצעטרירט אויפן זאמקאוואה גאס, וועלכע איז פון די העכערע גאסן אין שטאט, וואראום דאס ציילט זיך פון די געציילטע שטילע געסלעך פון שטאט קרעניץ, אזוי ארום האט זיך און א קורצע אפשניט פון צייט געגרינדעט געווארן א הערליכע אידישע קהילה, ווי עס וועט שפעטער מער געשילדערט ווערן מער באריכות בס"ד.

די גרופע אידן - וועלכע האבן מיט די צייט באקומען דעם שיינעם און אייגענארטיגן טיטל "די קרעניצע אידן" איז באשטאנען פון אלע סארט קרייזן, קיינער פון זיי האט נישט פארגעסן מיטצוברענגן זייערע מנהגים און פירונגען פון די ערטער פון ווי זיי שטאמען, אבער צו באמערקן, אלע צוגלייך האבן ערליך געהאלטן די קרעניצע מנהגים (א שטייגער ווי צינדען שבת ליכט ממש פארן שקיעה... און נאך), מיטן תוקף פון 'מנהג המקום' ווי עס ווערט געברענגט אין פוסקים - מנהג המקום בלייבט אפילו אויב די ארטיגע קהילה באשטייט שוין מער נישט.

דאס עיקר הויפגעוויכט איז געווען - מקוה, דאס זיך טובל'ן אין מקוה, (ווי עס ווערט שפעטער געשריבן מער באריכות), דאס איז ווארשיינליך פארוואנדעלט געווארן פאר די טעגליכע דיסקוסיע און באשעפטונגונג פון די אידן.
די אלע קאמפלעצירטע ענינים וועלכע אנבאלאנגען צו דעם, איז אריבערגעפירט געווארן צו הרב ע. הי"ו וועלכע האט מיט איבערמידליכע כוחות זיכער געמאכט דאס צו צושטעלן אויפן בעסטן און שענסטן פארנעם וואס איז נאר שייך געווען אין די ארטיגע אומשטענדן.

צוגאב איז געווען צוגעשטעלט די שטאטישע מקוה - שווים באסיין, ווי מערסטענס פון די איצטיגע קרעניצע אידן האבן זיך טעגליך באנוצט מיט דעם, וועלכע איז געווען פלאצירט אינעם מיליטערישע שפיטאל אין צענטער פון שטאט, די עבודת הקודש דערפון איז אנגעפירט געווארן דורך הרב מ. הי"ו וועלכע האט דאס אויסגעארבעט מיט די ארטיגע באאמטע, און דאס האט פונקציאנירט מיינסטענס דורכאויס דאס גאנצע צייט.

די שטייגער פון די שטאטישע מקוה איז צוגעגאנגען ווי פאלגענד: 7:40 שארף, אין די פרי פארטאג'ס שטונדען האט זיך ארויס געלאזט די שיירה פון די קרעניצע אידן פונעם צענטער פון אידישע געגענט, ווי שוין אויבן באשריבן איז דאס געווען אין זאמקאוואה גאס, דארט אינעם ארטיגן מקוה, האט דער אריינגאנג געקאסט דאס מינימאלע אפצאל פון 7.00 זלאטעס (ארטיגע פולישע וואלוטע), וועלכע איז געווען צוזאמען מיט די רעגולע שטייער אפצאל פונעם ארט, דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט צום צווייטן שטאק פונעם בנין, וואס דארט האט זיך געפונען די מקוה, די צייט וואס איז געווען ספיציעל געאייניגט פאר די קרעניצע אידן איז געווען געגרעניצט פאר א קורצע האלבע שטונדע וואס האט געפאדערט א זריזות, כדי צו פארמיידן אומאגענעמליכקייט פאר די אידן און פאר די ארטיגע איינוואוינער וועלכע זענען געקומען נאכדעם.

פונעם אנדערע זייט - די צווייטע שיירה אין שפיץ פון הרב ע. וועלכע האבן זיך ארויסגעלאזט אביסל שפעטער צו א אנדערע ריכטונג, זיי האבן ווארשיינליך נישט אויסגעפיעט צו אנקומען צם שטאטישען מקוה, אבער די עיקר צוועק איז געווען צו דערגרייכן א טייך וואס איז אויסגעהאלטן מיט אלע הלכות אן קיין צווייפלונגען, דעריבער האבן זיי זיך ארויסגעלאזט צום טייך און זיך דארט גע'טובל'ט.

די אויפגאבע פון דעם איז ווי פריער געשריבן געווען אונטער די אויפזוכט פון הרב ע. הי"ו, נאך פולע פארשונגען און נישטערן און די ארטיגע מאפעס פון שטאט קרעניץ, האט מען געפונען א צאל טייכן לענגאויס דעם שטאט, אבער ווי פארשטייט זיך איז דאס געווען פארבינדען מיט א צאל קאמפליקאציעס, סיידן וויבאלד טייל פון די טייכן האבן זיך געפונען אין צענטער פון שטאט וואס דאס האט אומ-מעגליך געמאכט זיך צו טובל'ן דארט, דאקעגן פון די אנדערע זייט זענען פארהאן טייכן וועלכע האבן נישט פארמאגט די מעגליכקייט צו אקאמענדירן די ציבור צוליב די ענגשאפט און קליינע שיעור דערפון.

צוגייענדיג צום סאמע ערשטע שבת, איז אריינגעקומען די ידיעה, וועלכע איז אנגענומען געווארן מיט גרויס פרייד אינערהאלב די קרעניצע קהילה, אז מען האט אנדעקט די טייך וואס לויפט דורך די הויפט שאסיי פון שטאט, די ארט פון טייך האט זיך געפונען אונטער א בריק, וואס דאס האט אויסגעזעהן דאס פאסיגע ארט וואס זאל דינען פאר די מקוה שב"ק.

צו באמערקן, די שטאטישע מקוה וועלכע איז ביז דערווייל נאר געווען אקטיוו אין די וואכנטעג, און איז געווען פארשלאסן שב"ק, צוליב דעם איז די וויכטיגקייט פון אט די מקוה געווען גאר נייטיג.

וואראום צוליב אומפאראויסגעזעהענע סיבות, האט זיך געשאפן קאמפליקאציעס מיטן זיך באנוצען מיטן מקוה, און צום ענדע האט מען זיך געמוזט באנוצען מיט די דערנעבנדיגע וואסער פאל, און זיך באגענוגן מיט תשעה קבין.

ווי איעדע גוטע זאך קומט אן שווער - זונטאג האט מען געפונען א פרישע ארט, (מיט האפענונג אז דאס וועט זיין די ענדגלטיגע לייזנוג פאר די מקוה קריזיס), א טייך וואס איז דורך געלאפן א פריוואטע חצר, און די עסקנים אין שפיץ פון הרב ע. האבן אנגעהויבן צו אינפארסירן אט די נייע ארט פאר די טעגליכע מקוה - טייך, דאס האט אבער נישט געברענגט גוטע נייעס פאר די קרעניצע אידן, און האט ווארשיינליך זיך נישט געהאלטן פאר צו לאנג, צוליב וואס דאס האט געשאפן א פארקער און גרודער וואס האט געברענגט אויפברויז ביי די ארטיגע אייגנטומער פונעם פלאץ, און מען האט ווידער געדארפט פון פריש מטכס עצה זיין צו טרעפן די ריכטיגע לעהזונג פאר א מקוה.

טראץ די אלע שוועריקייטן וואס מ'איז אדורך געגאנגען און די ערשטע תקופה, איז צו ענדע אנדעקט געווארן דורכאויס א רוטינע טעגליכע שפאציר אין שטאט, (דורך הבה"ח הבנש"ק נ"י), א שטילע ווינקל און שטאט וועלכע פארמאגט א טייך מיט אלע צוגעהערן און באקעוומליכקייטן, וואס מיט דעם איז פארענדיגט געווארן דאס לאנגע קייט פון פעולות ארום דעם זיכעניש נאכ'ן באר מים חיים, און איז נקבע בחותם געווארן דעם ענדגליטיגע מקוה טהרה - דער טייך פון די קרעניצע אידן.

ווי עס איז איבערגעגעבן געווארן פון די עסקנים און טוהער'ס, איז דעם פארגאנגענעם ערש"ק פארגעקומען העפטיגע ארבעט ארום די טייך, די טעטיגע עסקנים האבן אויסגעפלאסטערט די וועג צום מקוה, (ווי צווישן די ארבעט עס איז אנדעקט געווען שטיגן צום מקוה), און צוגרייטן אלע צוגעהערן (א שטייגער ווי פלעסטיג בעג'ס, האנטוכער, מחיצות, און וואס נישט...), פארן מקוה שב"ק אינדערפרי.

עס לאזט זיך גלייבן, לויט ווי די יודעי דבר ווייסן צו פארציילן, ווען הרה"ק משינווא זי"ע האט געוויילט אין קרעניץ, האט ער זיך נישט באגענוגנט מיט די ארטיגע שטאט'ישע מקוה, נאר האט געצויגן א מקוה צו זיין חצר פון א טייך וועלכע איז געפלאסן אין אט די גאס פון די איצטיגע מקוה, דעריבער איז דאס פילייכט געווען א טאפעלטע פרייד ווען מ'האט געפונען די מקוה, וויבאלד דאס איז שוין געווען יסודתו מהררי קודש, וועלכע שינווא רב האבן זיך באנוצט דערמיט.

ווען מ'האלט די פעדער אין האנט און מ'שרייבט איבער קרעניצע אידן, איז נישט מעגליך זיך צו פארהוילן פון דאס וואס קרעניצע אידן האבן זוכה געווען אז דער חדב"נ פון האדמו"ר מ'באבוב זי"ע הרב בלום שליט"א (דיין בקהילת קודש באבוב לונדון יצ"ו), וועלכע האט גענומען די מיה צו אנטייל נעמען אין די קרעניצע ישוב, וואס דאס האט ממש ווי באלאכטן א שטראל אין די גאנצע געגענט און אומ-געגענט, נאכדערצו וואס דער דיין שליט"א שטאמט למעלה בקודש פונעם דערנעבנדיגע הייליגן שטאט - צאנז, וואס זיין וויילן אין שטאט האט אריינגעברענגט די אלגעמיינע קרעניצע אידענטום מיט א פארצייטישע שטימונג, די פארברענגן איז צוגעגאנגען גענוי ווי דער אלטע שטייגער מיט חסידישע תורות און ווערטעלך, צוזאמען מיט די ארגינאלע גאליציע'נישער טעם און געשמאק.

די צענטראלער ביהמ"ד איז געשטעלט געווארן אין צענטער פון דער אידישער געסל - זאמקאווא הויז נומער 13 אינעם פארצימער שטוב פון הרב הבנש"ק ר' י. מ. שליט"א, וועלכע האט געווידמעט זיין הויז פאר א בית וועד לחכמים, וועלכע האט געדינט פאר דער פאסיגער ארט לתורה ותפילה מיט די טעגליכע מנינים אין די טעג. דאס אלעס איז צוגעשטעלט געווארן דורך הרב מ. שליט"א וב"ב החשובה אויף גאר א הויעכע סטאנדארט, צוגאב צו די גרויסע גאלעריע פאר די עזרת נשים, וועלכע איז געשטאנען צו באנוץ פאר די ארטיגע ווייבער שוהל. דער שוהל איז געווען צוגעשטעלט מיט אלע צוגעהערן וואס מ'ברויך, (אויך איז געווען אינסטאלירט א ספיציעלע קראן פאר נטילת ידים אין היכל הבית המדרש), צוגאב איז צוגעשטעלט געווארן ביד רחווה קאווע פאר'ן דאוונען, קידושא רבה שבת אינדערפרי, און פול נאך.

די ביהמ"ד איז גאר שנעל פארוואנדעלט געווארן פאר א פארצייטישע חסיד'ישע קרעמל מיט אלע פיטשיווקעס, חסיד'ישע ענינים, מעשיות, געדאנקען, הערות, און נאך, נאך יעדע תפילה איז גאר שנעל פארפירט געווארן לענגערע שמועסן פון חסיד'ישע מעשיות, עניני חסידות ועוד, אויך זענען דורכגעטוהן געווארן פארשידענע הלכה'דיגע שאלות וועלכע זענען ארויפגעקומען אין די ארטיגע אומשטענדן.

אויך האט מען נישט פארגעסן צו אויפשטעלן א עירוב ארום דעם חצר פונעם בית הכנסת, וועלכע איז ספיציעל אויסגעארבעט געווארן דורך הרב ע. וועלכע איז געווען שטארק טעטיג אין די אלגעמיינע רוחניות'דיגע איינגעלעגנהייטן פון די קהילה, אזוי ארום איז ערב שבת הארט פארן כניסת השבת אויפגעשטעלט געווארן גאר א מהודר'דיגע עירוב פאר די וואוילזיין פון די מתפללי ולומדי בית המדרש.

יום שבתון אין לשכוח - די תפילות אינערהאלב די ביהמ"ד איז פארגעקומען מיט גאר א שטארקע התרוממות און דערהויבנקייט, איבערהויפט די שבת'דיגע תפילות איז געווען גאר ספיציעל, צוגאב מיט די חשוב'ע און שיינע בעלי תפילות, שבת מברכין אלול איז אריבער מיט גאר א שטארקע התעוררות ווען דער דיין שליט"א איז נתכבד געווארן מיט ברכת החודש, און האט מיט זיין ווארעמע בעהטענדיגע שטימע ערוועקט די עולם לתשובה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א רייכע קידוש, ווי דער דיין האט משמיע געווען שיחת קדשו, און איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס איבער די אלטע חסידים פונדערהיים.

של"ש איז געווען גאר א געהויבענע און פארצויגענע, ווי די אלע שטאטישע אידן האבן כיד המלך צוגעשטעלט כל אחד מדילי', ווי מ'האט ווידעראמאל פארברענגט מיט א חסיד'ישע אטמאספערע, מיט ווארעמע געפילן און דברי חיזוק האט מען צוגענדיגט די של"ש, וואס האט נאכגעפאלט מיט מעריב.

ביים יארצייט פון הרה"ק מבעלזא זי"ע וועלכע פאלט אויס אין די טעג, איז געפראוועט געווארן גאר א אינהאלטסרייכע יארצייט סעודה לע"נ הטהורה, אהערגעשטעלט דורך הרב ב. מחשובי אנ"ש שיחיו, וועלכע האט דאס מייסטערהאפטיג צוגעשטעלט כיד המלך, און עס האבן זיך באטייליגט די אידן פון שטאט און פון די ארומיגע דערפער. דורכאויס די סעודה איז געהערט געווארן ד"ת און מעשיות פון הרה"ג הדומץ שליט"א, און הרב ב. וועלכע האט פארציילט עטליכע סיפורים ממקור ראשון, דערנאך האט מען געזינגען עטליכע ניגונים, און דער עולם איז צוגעאנגען מיט דערהויבענע געפילן, זי"ע.

צוגלייך איז אויך צוגעשטעלט געווארן א יארצייט סעודה לכבוד יומא דהילולא פון הרה"ק מסאטמער זי"ע, צוגעשטעלט דורך אונזער אלעמען באקאנטע ידיד הרב ע. הי"ו, וועלכע האט צוגשטעלט א ברייטע און רייכע סעודה כיד המלך לעילוי נשמתו הטהורה של רבן ומושיען של ישראל, ביים סעודה וועלכע איז פארגעקומען נאך מעריב, האט מען געהערט שיחת קודש פון דער דיין שליט"א וועלכע האט פארציילט איבער דעם בעל ההילולא, אויך איז פארטיילט געווארן ביים סעודה די בארימטע 'קרעניצע פלוימען', ווי עס איז מקובל די מנהג פון פריעדיגע צדיקים אלץ סגולה פאר יראת שמים, דאס צו עסן אין די טעג חודש אלול.

די קערפערשאפט פונעם ביהמ"ד איז צוגלייך אויך געווען מיט א הויעכע און געניטע סטאנדארט, די געטרייע גבאים האבן טעגליך אויסגערופן די זמני התפילות און וויכטיגע מודעות פאר די קרעניצע אידן, מסדר געווען אן אויסגעשטעלט די עליות און אלעס ארום, אזוי אויך איז מען טעגליך ארום געגאנגען מיט די רבי מאיר בעל הנס פושקע (וויזשניץ מאנסי לטובת עניי ארה"ק), ווי די עולם האט זיך גאר ווארעם משתתף געווען, אזוי אויך האבן די בני הקהילה זיך געלאזט קאסטן ביי די עליות און געש'נדר'ט שיינע נדבות, - אדאנק די געטרייע ארבעט פון די גבאי בית הכנסת. ווי מ'געבט איבער פון די עסקנים איז אין די קורצע אפשניט פון צייט אריננגעקומען גאר א שיינע אנערקענטע סומע געלט, - אלקא דמאיר ענינו.

די שטאט קרעניץ - ווי געשריבן איז באשאנקען געווארן מיט הערליכע פאראנאמעס און שיינע בערג - נישט אומזיסט האט קרעניץ זוכה געווען מיט די טיטל 'די קור ארט פון גדולי ישראל' - די קרעניצע אידן האט דאס ווארשיינליך ריכטיג פארשטאנען און אויסגענוצט די געוואלדיגע געלעגנהייט און פארברענגט על ההרים וגבעות, אויך איז מען צוריקגעגאנגען מיטן אלטן שטייגער און געפארן מיט א פיאקער, ווי מ'קען זאגן - באותו מקום באותו זמן ווי די פריעדיגע גדולים וקדושים האבן פארבראכט אין שטאט קרעניץ.

די געפילן האבן געשפילט פון זיך אליינס ווען מ'האט שפאצירט אויף די קרעניצע גאסן, ווי מ'האט געשפירט ווי מען האט די זכיי' און געלעגנהייט צו שפאצירן אויף אט די גאסן ווי פולע גדולים וקדושים האבן שפאצירט, וויפיל קדושה און געטליכקייט האבן די קרעניצע גאסן איינגעזאפט אין די צייט פון יאר - א שפאציר אויף די קרעניצע בערג באדייט גאר א טיפערע דערהער, פיל מער ווי סתם א שפאציר, דאס האט נישט געברויכט קיין שום ערקלערונג קינד און קייט האבן דאס געשפירט, - מ'זאגט נאך פון צדיקים וועלכע האבן געוויילט אין קרעניץ, אז די בערג פון שטאט זענען פול מיט אידישע נשמות זענען פול מיט נשמות וועלכע ווארטן אויף זייער ענדגילטיגע תיקון - וסוד ה' ליראיו.

היסטארישע אויפדעקונג: ווי שוין געשריבן האבן די קרעניצע אידן געוויילט אין אט די הייליגע ארט, און אויסגענוצט די געלעגנהייט צו שפאצירן אויף די הייליגע ערטער פון די אלע גדולים וקדושים נבג"ם, ווי באקאנט איז צווישן די פולע גדולים וקדושים וואס האבן געוויילט אום קרעניץ ציילט זיך פון זיי אויך בעל הקדושת ציון זי"ע הי"ד, וועלכע האט געוויילט אין דעם האטעל מיטן נאמען 'זשעלאזואווקא', וועלכע איז געווען אונטער די אייגענטום פון הרב אברהם הערבסט ז"ל, וואס האט געהאט די כבוד און זכיי' אריינצונעמען דער צדיק אין זיין שטוב, און ער האט ספיציעל אויפגעשטעלט אינעם חצר פונעם האטעל א בית המדרש פארן הייליגן קדושת ציון, וואס ער האט דארט געדאווענט און אפגעראכטן שולחנו הטהור.

הרה"ג הבנש"ק ר' י. מ. שליט"א (נכד הק"צ זי"ע), איז נאכגעגאנגען אט דאס אויבנדערמאנטע היסטאריע, נאכן זיך נאכפרעגן ביי די ארטיגע עלטערע איינוואוינער פון שטאט, צו ווייסן אדער האבן אמאל געהערט איבער דעם פלאץ וואס האט געטראגן אט די נאמען 'זשעלאזואווקא', האט א עלטערע פויער געוואוסט צו אנדייטן אויף צוויי בנינים אויפן הויפט גאס אז איינע פון די פלעגט אמאל טראגן די נאמען, הרב מ. איז צוגעגאנגען און מברר געווען איבער דעם ריכטיגע בנין, און אנגעקלאפט אויף דעם בנין וואס א עלטערע גוי האט געעפענט די טיר, און מיטן הילף פון א ארטיגער פארטייטשער האט מען אנגעפרעגט די גוי וואס ער ווייסט צו פארציילן איבער דעם, און צו דער גרויס איבערראשונג האט דער פויער געוואוסט צו פארציילן איבער דעם האטעל און האט געוואוסט אז דא האט פריער באלאנגט פאר משפחת הערבסט, אויך האט ער געוואוסט עס פלעגט קומען א ראבינער צו דעם האטעל, און צום גרויס וואונדער האט ער געוויזן אינעם חצר אויף א ארט ווי דארט איז געשטאנען א 'פרעיער רום' ווי מ'פלעגט דאווענען. (די ארגינעלע בנין שטייט שוין ליידער מער נישט צוליב א שריפה וואס האט אויסגעבראכן און מ'האט דאס איבערגעבויעט פון דאסניי און דאס אויסגעשטעלט פאר שטאטישע דירות, אבער די גענויע ארט האט ער נאך געוואוסט צו אנדייטן).

צום שלוס: פולע שורות קענען נאך געשריבן ווערן, פולע בלעטער קענען נאך אנגעפולט ווערן, איבער דאס שטעטל קרעניץ מיט אירע אידן - אבער וואס איז קלאר פאר אלע 'קרעניצע אידן' וועלכע האבן זיך באטייליגט און זיך אויפגעפרישט אין די קרעניצע קור ארט - דער גוטע טעם פון זומער תשע"ח וועט פארבלייבן פאר גאר א לאנגע צייט, די זכרונות וועלן בלייבן אינגעקריצט מיט אינהאלטסרייכע און בא'טעמ'טע זכרונות, דאס אלטע פארצייטישע אידישע חן, און זיסע פארגאנגענהייט וועט נישט אזוי שנעל אפגעמעקט ווערן - נצח ישראל לא ישקר, קרעניץ וועט ווייטער דינען איר פליכט, און דינען אלץ קור ארט כשנים קדמוניות, עדי נזכה לביאת הגואל צדק, בברכת כתיבה וחתימה טובה, אמן.
וקווי ה' יחליפו כח !

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2098
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 4:36 pm

יישר כח, זייער שיין, און א גוטער כוח הדמיון

אץ קוצץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » מיטוואך אוגוסט 22, 2018 6:04 pm

פאר'מוח'ט האט געשריבן:אזוי אויך איז מען טעגליך ארום געגאנגען מיט די רבי מאיר בעל הנס פושקע (וויזשניץ מאנסי לטובת עניי ארה"ק),

אין שטאט קרעניץ א פרעמדע פושקע, נאך דערצי מיטען נאמען ר' מאיר בעל הנס ???? אוי אוי !!

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » זונטאג אוגוסט 26, 2018 3:32 pm

לחם לשובע האט געשריבן:יישר כח, זייער שיין, און א גוטער כוח הדמיון

יישר כח אבער ווארשיינליך יעדעס ווארט האט ווירקליך פאסירט.....

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2098
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 1:30 am

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:יישר כח, זייער שיין, און א גוטער כוח הדמיון

יישר כח אבער ווארשיינליך יעדעס ווארט האט ווירקליך פאסירט.....

כ'מיין צי זאגן די אלע לשונות פון הייליגע געסלעך וכדומה, כאילו מען רעדט עפעס דא פון צפת, און נישט פון טומאת ארץ העמים, וואס כידוע זענען צדיקים וואס וויילען דארט נאר מעלה די ניצוצת הקדושה און לאזן עס איבער כמצולה שאין בה דגים, ואכמ"ל.

ס'כאילו איך וועל זאגן אז איך האב שפאצירט אין די הייליגע געסלעך פון אראזע...

אבער ס'נאר א זייטיגע הערה, די שורות איז זייעש שיין געשריבען

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 6:01 am

לחם לשובע האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:יישר כח, זייער שיין, און א גוטער כוח הדמיון

יישר כח אבער ווארשיינליך יעדעס ווארט האט ווירקליך פאסירט.....

כ'מיין צי זאגן די אלע לשונות פון הייליגע געסלעך וכדומה, כאילו מען רעדט עפעס דא פון צפת, און נישט פון טומאת ארץ העמים, וואס כידוע זענען צדיקים וואס וויילען דארט נאר מעלה די ניצוצת הקדושה און לאזן עס איבער כמצולה שאין בה דגים, ואכמ"ל.

ס'כאילו איך וועל זאגן אז איך האב שפאצירט אין די הייליגע געסלעך פון אראזע...

אבער ס'נאר א זייטיגע הערה, די שורות איז זייעש שיין געשריבען

לחם ביזט גערעכט די גאסן אין קרעניץ זענען נישט מאה שערים.... אבער אן קיין צווייפלונגען א ארט ווי פולע גדולי ישראל האבן געוויילט איז זיכער איינגעזאפט מיט זייער קדושה און הייליגקייט, ווי עס איז באקאנט די מימרא פון איינע פון די צדיקים ווי ער האט זיך אויסגעדרוקט אויף די צימער ווי מרן הגרי"ז מבריסק איז איינגעשטאנען - דארט שמעקט פון תורה לשמה וכו' אזוי איז פארהאן נאך אסאך מימרות אויף די ערטער...

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 8:33 am

דאטשע האט געשריבן:
סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:צאצאיו לבית ענגלאנדער גייען וויילען דארט אין שטאט דעם שב"ק לאור די יארצייט פונעם זיידן וועלכע ליגט דארט.
וואו געברענגט אויבן אין בילד 9#

וואס געפאלט אויס ג' ימים לחודש מרחשון....

פונקט יעצט אריינגעפאלן דא...
יענעם שבת ווען ער איז געפארן איז געווען זיין טאטענ'ס יארצייט נישט זיידעס, און היות ולא ידע איש את קבורתו איז מען געפארן צו זיין היימשטאט צו פראווען דעם שבת.

אוועטאר
דאטשע
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 04, 2018 1:25 pm
לאקאציע: מאריענבאד

תגובהדורך דאטשע » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 1:45 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
דאטשע האט געשריבן:
סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:צאצאיו לבית ענגלאנדער גייען וויילען דארט אין שטאט דעם שב"ק לאור די יארצייט פונעם זיידן וועלכע ליגט דארט.
וואו געברענגט אויבן אין בילד 9#

וואס געפאלט אויס ג' ימים לחודש מרחשון....

פונקט יעצט אריינגעפאלן דא...
יענעם שבת ווען ער איז געפארן איז געווען זיין טאטענ'ס יארצייט נישט זיידעס, און היות ולא ידע איש את קבורתו איז מען געפארן צו זיין היימשטאט צו פראווען דעם שבת.

וואס עפעס?
אוודאי ווייסט מען ווי ר' פנחס ליגט, ערגעץ דארט אין די הויכע רוסישע געגענטער. די משפחה איז שוין עטליכע מאל געווען דארט.
הק' דוד'טשע בירנבוים
היושב על דאטשע ליד בארה של מרים

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1022
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 3:27 pm

דאטשע האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
דאטשע האט געשריבן:
סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:צאצאיו לבית ענגלאנדער גייען וויילען דארט אין שטאט דעם שב"ק לאור די יארצייט פונעם זיידן וועלכע ליגט דארט.
וואו געברענגט אויבן אין בילד 9#

וואס געפאלט אויס ג' ימים לחודש מרחשון....

פונקט יעצט אריינגעפאלן דא...
יענעם שבת ווען ער איז געפארן איז געווען זיין טאטענ'ס יארצייט נישט זיידעס, און היות ולא ידע איש את קבורתו איז מען געפארן צו זיין היימשטאט צו פראווען דעם שבת.

וואס עפעס?
אוודאי ווייסט מען ווי ר' פנחס ליגט, ערגעץ דארט אין די הויכע רוסישע געגענטער. די משפחה איז שוין עטליכע מאל געווען דארט.

קאזאקיסטאן
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2098
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 5:28 pm

מען קען ערגעץ ווי זען בילדער פונעם בית עלמין?

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am

תגובהדורך יום זה מכובד » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 5:07 am

בריוון פון רבי אלחנן היילפרין אלטס בחור אין קרעניץ
viewtopic.php?p=1797060#p1797060

שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 1:49 pm

תגובהדורך שואל ומשיב » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 10:32 pm

לחם לשובע האט געשריבן:יישר כח, זייער שיין, און א גוטער כוח הדמיון

יא מען מערקט אז די אלעמען באקאנטע 'עקסטאז' וואס די קוראי איד/בלאט גייען אריין וועכנטליך און פארגעסן אייביג ארויסצוגיין דערפון איז דא צו קריגן אין קרעניץ אויך.

מען דארף נאר ווארטן אז דער המבשר זאל מאכן דערפון א 'תגלית', ווי הב' ע. האט 'געפונען' דעם היסטארישן מקווה פון הרב משינאווא אין קרעניץ און א פיפיגער סחור וועט טראגן דעם עולם אהין.

אגב, אין סערענטש, אונגארן איז געווען א מסורה אז דער בעש''ט האט זיך אמאל געטובלט אינעם ארטיגן מקווה. און עס קען מאכן סענס אויך נעמענדיג אין באטראכט אז עס איז נישט אזוי ווייט פון די קארפאטן ,און אז ר' לייב שרה'ס און דער קדושת לוי ווייסט מען אויף זיכער אז זיי זענען געווען דארט אין געגענט. שמעתי מפי הישיש פון די לעצטע פארבליבענע יוצאי עיר סערענטש לאוי''ט אז הרב מצאנז איז אמאל געווען א שבת אין אוהעל איז ער ספעציעל געקומען צו פארען קיין סערענטש זיך צו טובלן אין די מקווה.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1453
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 11:50 pm

שואל ומשיב האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:יישר כח, זייער שיין, און א גוטער כוח הדמיון

יא מען מערקט אז די אלעמען באקאנטע 'עקסטאז' וואס די קוראי איד/בלאט גייען אריין וועכנטליך און פארגעסן אייביג ארויסצוגיין דערפון איז דא צו קריגן אין קרעניץ אויך.

מען דארף נאר ווארטן אז דער המבשר זאל מאכן דערפון א 'תגלית', ווי הב' ע. האט 'געפונען' דעם היסטארישן מקווה פון הרב משינאווא אין קרעניץ און א פיפיגער סחור וועט טראגן דעם עולם אהין.

אגב, אין סערענטש, אונגארן איז געווען א מסורה אז דער בעש''ט האט זיך אמאל געטובלט אינעם ארטיגן מקווה. און עס קען מאכן סענס אויך נעמענדיג אין באטראכט אז עס איז נישט אזוי ווייט פון די קארפאטן ,און אז ר' לייב שרה'ס און דער קדושת לוי ווייסט מען אויף זיכער אז זיי זענען געווען דארט אין געגענט. שמעתי מפי הישיש פון די לעצטע פארבליבענע יוצאי עיר סערענטש לאוי''ט אז הרב מצאנז איז אמאל געווען א שבת אין אוהעל איז ער ספעציעל געקומען צו פארען קיין סערענטש זיך צו טובלן אין די מקווה.

אוודאי, דער בעש"ט איז דאך געפארן סאך ווייטערע דייטשע מקומות, סיי געהעריג.. און סיי מיט קפיצת הדרך, אונגארן דארט אין אונטערלאנד איז דאך נעבן קארפאטן-מארמאראש וואס איז נעבן קיטוב קאסוב דער וויגעלע זיינע, מ'דארף נישט צופיל תורות.
די שאלה איז נאר וואו איז די מקוה?

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 5:35 am

גלאזער האט געשריבן:
שואל ומשיב האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:יישר כח, זייער שיין, און א גוטער כוח הדמיון

יא מען מערקט אז די אלעמען באקאנטע 'עקסטאז' וואס די קוראי איד/בלאט גייען אריין וועכנטליך און פארגעסן אייביג ארויסצוגיין דערפון איז דא צו קריגן אין קרעניץ אויך.

מען דארף נאר ווארטן אז דער המבשר זאל מאכן דערפון א 'תגלית', ווי הב' ע. האט 'געפונען' דעם היסטארישן מקווה פון הרב משינאווא אין קרעניץ און א פיפיגער סחור וועט טראגן דעם עולם אהין.

אגב, אין סערענטש, אונגארן איז געווען א מסורה אז דער בעש''ט האט זיך אמאל געטובלט אינעם ארטיגן מקווה. און עס קען מאכן סענס אויך נעמענדיג אין באטראכט אז עס איז נישט אזוי ווייט פון די קארפאטן ,און אז ר' לייב שרה'ס און דער קדושת לוי ווייסט מען אויף זיכער אז זיי זענען געווען דארט אין געגענט. שמעתי מפי הישיש פון די לעצטע פארבליבענע יוצאי עיר סערענטש לאוי''ט אז הרב מצאנז איז אמאל געווען א שבת אין אוהעל איז ער ספעציעל געקומען צו פארען קיין סערענטש זיך צו טובלן אין די מקווה.

אוודאי, דער בעש"ט איז דאך געפארן סאך ווייטערע דייטשע מקומות, סיי געהעריג.. און סיי מיט קפיצת הדרך, אונגארן דארט אין אונטערלאנד איז דאך נעבן קארפאטן-מארמאראש וואס איז נעבן קיטוב קאסוב דער וויגעלע זיינע, מ'דארף נישט צופיל תורות.
די שאלה איז נאר וואו איז די מקוה?

וואס הייסט ווי? אין דער שטעטלע קרעניץ...!!!


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט