אידישע ארכיוון און ספרי קודש אין סאדאם חוסעינ'ס געהיימע שפיאנאזש קעלערן

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2888
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

אידישע ארכיוון און ספרי קודש אין סאדאם חוסעינ'ס געהיימע שפיאנאזש קעלערן

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג מאי 01, 2018 1:54 pm

עס איז געווען אין מאי 6 2003 באלד נאכדעם וואס די אמעריקאנער מיליטער האט איינגענומען די הויפטשטאט באגדאד, איז א ספעציעלע איינהייט פון די אמעריקאנער מיליטער פון אפטיילונג אלפא געווען באויפטראגט מיט א מיסיע צו געפונען נוקלעארע און כעמיקאלע וואפן פונעם דיקטאטור סאדאם חוסעין. אריינדרינגענדיג אין די קעלער פון די הויפטקווארטיר פון די איראקער געהיימע שפיאנאזש האבן זיי געפונען דעם גאנצן קעלער פארפלייצט אין פיהר פיס וואסער. דארט ביים עק פונעם קארידאר אין א צימער האבן זיי געפונען א זאמלונג פון 2,700 ביכער און ספרי קודש מיט נאך צענדליגער טויזנטער דאקומענטן דורכגעווייקט אין וואסער, וואס די איראקער אידן האבן איבערגעלאזט ווען זיי האבן עולה געווען קיין ארץ ישראל, מיט די באפעל פון די רעגירונג אז זיי מוזן איבערלאזן אלע זייערע פארמעגן.
flooded-basement-sm.jpg
flooded-basement-sm.jpg (40.92 KiB) געזעהן 1373 מאל

נאכן אויסרייניגן פון וואסער האט די מיליטער אלעס צוזאמגענומען און געלייגט אויף דער גאס עס זאל זיך אויסטריקענען. אבער די באגדאד'ע הייסע נאסע לופט האט געברענגט אז אלס האט אנגעהויבן שימלן. האט מען דאס אריינגעלייגט אין א פריזער טראק צו אפראטעווען וואס מען קען. נאך איבער א וואך ליגן אינעם פריזער האט מען דאס טראנספארטירט קיין אמעריקע אין ספעציעלע קעסטלעך צו די "נעשאנעל ארקייווס אויף דער יונייטעד סטעיטס" אין וואשינגטאן די סי. אלע ביכער און דאקומענטן זענען דארט געווארן פאטאגראפירט און פארעפענטלעכט אויף זייער וועבסייט פאר די פרייז פון דריי מיליאן דאלאר. עטליכע ספרי תורות זענען געווארן באגראבן לויט די הלכה.
1010923_266659826824938_1657342717_n.jpg
1010923_266659826824938_1657342717_n.jpg (74.13 KiB) געזעהן 1373 מאל

recovery6-sm.jpg
recovery6-sm.jpg (16.43 KiB) געזעהן 1373 מאל

די אמעריקאנער רעגירונג האבן א אפמאך אז זיי מוזן צוריק געבען די אלע דאקומענטן פאר די איראקע רעגירונג צוליב די "עמערדזשענסי פראטעקשאן פאר איראקי קאלטוראל אנטיקוויטיס" אקט אין 2004. עס איז שפעטער געווארן אמענדעט צו אריינגיין אין קראפט אום אפריל 30 2018 אסאך אידישע ארגאניזאציעס האבן פראטעסטירט אז די דאקומענטן זאלן צוריק גיין צו די אידן. דאס איז דאך גע'גנב'עטע אידישע פארמעגנס.

אין פברואר 2014 האט די סענאט גערופן דאן פרעזידענט אבאמא צו איבערהאנדלן א נייע אפמאך מיט די איראקע רעגירונג. צוויי חדשים שפעטער האבן די צוויי רעגירונגען געקומען צו אן אפמאך אז די געפינסן זאלן בלייבן אין אמעריקע ביז סעפטעמבער 2018. טראץ די שטארקע דרוק פון אידישע ארגאניזאציעס האט די אמעריקאנע סטעיטס דעפארטמענט אין סעפטעמבער 2017 געזאגט אז זיי וועלן נישט זוכן צו פארלענגערן די אפמאך און וועט אלעס צוריק געבן פאר איראק אין די באשטימטע צייט.

א פעטישן צום דעמאלטיגן סעקרעטערי אויף סטעיט דזשאן קערי.
http://www.rescuejewishproperty.org/sit ... -petition/

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2888
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג מאי 01, 2018 1:56 pm

recovery6-sm.jpg
recovery6-sm.jpg (16.43 KiB) געזעהן 1369 מאל

recovery5-sm.jpg
recovery5-sm.jpg (13.42 KiB) געזעהן 1369 מאל
1554380_266663606824560_955073262_n.jpg
1554380_266663606824560_955073262_n.jpg (57.05 KiB) געזעהן 1369 מאל

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2888
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג מאי 01, 2018 2:02 pm

packed-for-shipment-sm.jpg
packed-for-shipment-sm.jpg (49.9 KiB) געזעהן 1355 מאל

1292841_266864143471173_1173639517_o.jpg
1292841_266864143471173_1173639517_o.jpg (46.31 KiB) געזעהן 1355 מאל

א בריוו פון די חכם פון לאנדאן צום הויפט רב אין באגדאד פאר הילף איבער א גט.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12536
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מאי 01, 2018 2:36 pm

א יישר כח אייך פאר עפענען דער אשכול.

ווי קען מען זעהן די דאקומענטן וואס זענען דארט געווארן פאטאגראפירט?

האט מען די ספרים געקאפיעד פעידז ביי פעידז (לאמער זאגען פאר הערות)?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2888
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג מאי 01, 2018 2:40 pm

SPUSMN האט געשריבן:א יישר כח אייך פאר עפענען דער אשכול.

ווי קען מען זעהן די דאקומענטן וואס זענען דארט געווארן פאטאגראפירט?

האט מען די ספרים געקאפיעד פעידז ביי פעידז (לאמער זאגען פאר הערות)?

https://ija.archives.gov/search

אגב די אפמאך איז לכאורה אריין אין קראפט נעכטן דער דרייסיג'סטן אין אפריל. ווארט מיר צוהערן וואס עס איז געווארן. אפשר האט פרעזידענט טראמפ עפעס אויסגעהאמערט מיט די אידישע לאביאיסטן.

אויב טרעפט איהר עפעס ספעציעל, טייל עס מיט דא מיט די IJA Number.

אוועטאר
זזה
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » דינסטאג מאי 01, 2018 5:31 pm

בענקעל האט געשריבן:
packed-for-shipment-sm.jpg

1292841_266864143471173_1173639517_o.jpg

א בריוו פון די חכם פון לאנדאן צום הויפט רב אין באגדאד פאר הילף איבער א גט.

wow
Amazon Daily Deals
https://amzn.to/2RFPDUV

Ebay Daily Deals
https://goo.gl/Rrje39
יש"כ

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

די אינסייד סטארי

תגובהדורך מזל מידיע » דינסטאג מאי 01, 2018 7:35 pm

בס"ד

די ארכיווען זענען נאך דא אין אמעריקע, נאך פאר א לאנגע צייט.

דעם זונטאג האט זיך געשלאסן די אויסשטעל דערפון אין אטלאנטא, און עס הייבט זיך אן א נייע אויסשטעל אין דאלאס טעקסעס נעקסטע וואך אויף כמעט פיר חדשים.

די געשיכטע פון די איראקער ארכיווען איז גאר שפאנענד און קאמפליצירט, ממש נסים מן השמים אויף טריט און שריט, ווי מיר האבן עס געשריבן אין מאמענט מאגאזין צום יארצייט פון הייליגן "בן איש חי" אלול תשע"ו - וועמענ'ס כתבי ידות זענען אויך געראטעוועט געווארן אין די ארכיווען.

אט זענען עטליכע שטיקלעך, די ערשטע פאראגראפן פון אפאר קאפיטלעך אינעם 48-טויזנט-אותיות ארטיקל

וועלט-עקסקלוסיוו:
די שפאנענדע געשיכטע פון "איראקער אידישע ארכיווען" – אוצרות פון 500 יאר אידיש לעבן אין בבל – פארכאפט דורך סאדאם כוסעין ימ"ש – געפינען אין טיפסטע קעלערן אין באגדאד – געראטעוועט דורך העכסטע מיליטערישע ראנקען אין וואשינגטאן – נסים אויפ'ן גאנצן וועג ... – אומבאקאנטע כתב יד קודש פון "בן איש חי" זי"ע – פינאנצירט דורך ... – ארויס לאור עולם היי-יאר אלס "ברכת הריח" על התורה – פרעצעדענטלאע פארשונג פראיעקט פון "דער מאמענט" צום יומא דהילולא רבא י"ג אלול


קאפיטל 2

זומער 03'.

דער זון איז הערליך ארויס, א שיינער טאג ווי עס קען נאר זיין אין מאנאט יוני, שוין טיף אין ווארימער סעזאן, אבער נאך נישט קיין היצן ווי שפעטער יולי און אוגוסט.
די לאקאלע געביידע פון די "נאציאנאלע ארכיווען" ווירבלט מיט פארשער, סטודענטן, אנטיק מבינים, פראפעסארן, שפיאנאזש אגענטן, טוריסטן, רעגירונג באאמטע, און ווער נאך ס'קען אלץ זיין אינטערעסאנט אין די ארכיווען פון די פאראייניגטע שטאטן, די מלכות של חסד "אמעריקע."
אין איינע פון די אפיסעס אויפ'ן ריזיגן קעמפוס געפינט זיך מרס. ... פון די "פרעזערוועישאן" אפטיילונג ביי די ארכיווען אגענטור. איר ארבייט שוין פון לאנגע יארן איז, צו פרעזערווירן ארכיווען פון ווערן רואינירט דורך אלטקייט, שימל, וואנדאליזם, אדער וואס אימער. זי פירט אן די אגענטור'ס ריזיגע אפעראציעס צו פארזיכערן אז אלטע זאכן ווערן נישט קאליע און נייע זאכן ווערן נישט פארדארבן, און וויפיל מ'קען פרעזערווירן און אויפארבייטן די ארכיווען, אלץ בעסער.

באקומט זי יענעם טאג א רוף פון ..., אויפ'ן ליין פון באגדאד....


קאפיטל 3
אין ניו יארק איז שבת קודש, דער צווייטער טאג פון יום טוב שבועות, ז' סיון, תשס"ג.
אויפ'ן קאלענדער למספרם, אויך אין באגדאד, איז יוני 7. עס איז ארום 10:30 פארמיטאג. די געהויבענע יום טוב'דיגע שחרית פון צווייטן טאג זמן מתן תורתינו הייבט זיך יעצט אן. דער ארטאדאקסישער איד ... איז אין באגדאד אלס טייל פון אמעריקאנער מיליטערישע אנוועזנהייט, פרובירנדיג צו האלטן דעם יו"ט לויט די אומשטענדן אויפ'ן פלאץ. אין די טיפע פארפלייצטע קעלערן קומען יעצט אן, ממש יעצט פארמיטאג, צוויי ריזיגע "פאמפ מאשינען" וואס דער פענטאגאן האט באשטעלט אויפ'ן באפעל פון וויצע פרעזידענט דיק טשעיני און פארטיידיקונג סעקרעטאר דאנאלד ראמספעלד.

עלעף יאר פון יענעם היסטארישן טאג, האט .... געקומען צום גרויסן דורכברוך ווען די פאמפס פון מעכטיגן מיליטערישן קאליבער זענען אנגעקומען און ענדליך אויסגעפאמפט אלע וואסער פון די קעלערן און אזוי ארום געראטעוועט אין פולן זין פון ווארט די אלע ספרי תורה, און פילע טויזנטער ספרים און כתבי ידות...

אינמיטן קאפיטל 6
...עס ווערט דערציילט, אז הגה"ק המקובל רבי יעקב מוצאפי זצוק"ל (שפעטער ראש בי"ד פון ספרדישן בי"ד אין ירושלים עיה"ק פאראלעל מיט'ן "בד"ץ עדה החרדית") איז דאן געווען ראש ישיבה פון "מדרש בית זילחא." דעם ערשטן טאג שבועות, זעהנדיג די שוידערליכע מצב אויף די גאסן פון באגדאד, איז ער געלאפן עפענען די טירן פון ישיבה, און ער האט דארט באהאלטן צענדליגער אידן וועלכע זענען אנטלאפן פונעם פאגראם און די פארניכטעטע היימען. אין די קומענדיגע טעג איז ער ארום צו די גרויסע גבירים אין באגדאד צו העלפן די געליטענע מיט אלעס וואס זיי האבן געדארפט...

...אין 984' האט סאדאם כוסעין געשיקט זיינע אגענטן מיט טראקס צו די שוהל אין באטאווין, און זיי האבן אלעס ארויסגענומען פון ווייבער שוהל און אריינגעלייגט אין די טראקס. אידן האבן דאס צוגעזעהן, און געוויינט. די טראקס האבן געפירט די אידישע אוצרות צום קעלערן פון די "מוכאבאראט" – וואו מען האט זיי געפינען און געראטעוועט אום יום טוב שבועות תשס"ג, פונקטליך צוויי און זעכציג יאר נאכ'ן ביטערן פאגראם אויף די אידן אין באגדאד...

...רוב פון די ספרי תורות אינעם אוצר זענען ליידער געווען צו שטארק געשעדיגט, און מען האט זיי אוועקגעלייגט למנוחה נכונה ביי די איראקער חלקה פון אידישן בית החיים אין לאנג איילאנד. די קבורה איז אראנדזשירט געווארן דורכ'ן מומחה המפורסם הרב יצחק מרדכי בראך שליט"א מדאבזשינא, וועלכער האט אין א טעלעפאנישן שמועס געשילדערט די גאר רירנדע מעמד, וואו עס האבן זיך באטייליגט פארשטייער פון די איראקער און אמעריקאנער רעגירונגען, ספרדישע אידן יוצאי איראק, און צוזאמען זענען געווען עטליכע מנינים אידן.

אינמיטן קאפיטל 7

איינע פון די גאר טייערע כתבי ידות פארשוועמט אין די קעלערן איז געווען נישט עפעס אנדערש ווי א בינטל כתבי ידות פונעם "בן איש חי"...!

...אין לויף פון די ארבייט במשך די לעצטיגע יארן, איז געווען א קענטליכע סייעתא דשמיא וויאזוי ... זענען אנגעקומען צו די כתבי ידות פון די "איראקער אידישע ארכיווען," און געפינען דעם אוצר גדול ונשגב – א בינטל כתבי ידות פונעם הייליגן בן איש חי, וואס קיין שום מענטש בדורינו האט נישט געוואוסט אז דאס עקזיסטירט בכלל אויף דעם עולם.

דער בינטל איז באשטאנען פון א גאנצע חיבור אויף די פרשיות התורה, הפטורות, און פרקי אבות, מלא וגדוש מיט'ן אומבאשרייבליכן טעם גן עדן, מתוק מדבש ונופת ציפים, וואס באזיסט אלע דרוש חיבורים פונעם בן איש חי. ... אנגאזשירט א שטאב פון אויסגערופענע מומחים אויף ליינען כתבי ידות פון גדולי ספרד, עורכים, מגיהים, היסטאריקער און שרייבער, צו נעמען דעם בינטל כתבים און פירן אויפ'ן גאנצן וועג ביז צום פארטיגן צוויי-בענד סעט אויף די פאליצעס פון כלל ישראל'ס ספרים שראנק.

*

יעצט ל"ג בעומר שבועות צייט ווערט טאקע פופצן יאר זייט די ארכיווען זענען געווארן געראטעוועט, ווי אויספירליך באריכטעט דא. אגב, נישט ווייל איך מיין עפעס פערזענליך, אבער די געשיכטע איז קיינמאל נישט געווארן אזוי באשריבן ערגעץ אנדערש אויף דער וועלט אין קיין שום שפראך. אה, ס'ארא פארשונג פראיעקט דאס איז געווען, ב"ה.

אגב, עס איז נאך נישט פארטיג, מיט די אנגייענדע טענות אויף יא אדער נישט צוריק שיקן די סחורה, וואס האבן דזשאן קערי און טשארלס שומער געהאלטן, און נאך, ועוד חזון למועד בס"ד.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2888
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג מאי 01, 2018 8:18 pm

אופס. נישט געוואוסט אז עס איז שוין געווען באשריבן.

איך האב טאקע גערעדט טעלעפאניש מיט איינע פון ארבעטארינס פון די נעשאנעל ארקייוו 'מירעי', וואס זי האט זעלבסט געארבייט צו סארטירן די דאקומענטן און ווייסט נאך אינפארמאציע איבער די ארכיוון. זי האט מיר געגעבן די נומער פון אן אנדערע סעקרעטארין אין די נעשאנעל ארקייוו, מרים גליקמאן וואס זי האט מיר געזאגט אז נאר די סטעיט דעפארטמענט וועט וויסן ווילאנג די ארכיוון בלייבן אין אמעריקע. זי האט אויך געזאגט - און יעצט איז עס טאקע אויף זייער וועבסייט אז די טעקסאס אויסשטעלונג וועט אנגיין ביז סעפטעמבער 3. סעפטעמבער איז טאקע לויטן אפמאך, די צייט ווען די ארכיוון דארפ'ן צוריק גיין קיין איראק.

א דאנק פאר די אויסצוגן. עס קוקט אויס זייער אינטערעסאנט.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3783
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג מאי 01, 2018 8:37 pm

נו. וואו קעו מען באקומען דעם ארטיקל פון די מאמענט?
...

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1762
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג מאי 01, 2018 11:42 pm

יש"כ בנקל און מזל פארן באריכטן איבער דעם אינטערעסאנטן נושא.

אין א זייטיגן נאטיץ. אין די יארן נאכן אינוואזיע האט די קריסטליכע האבי לאבי פירמע אפגעקויפט טויזענטער היסטארישע חפצים וועלכע זענען שווינדלעריש ארויסגעשמוגלט געווארן פון איראק דורך אנדערע מדינות און דערנאך קיין אמעריקא. נאך א פארצויגענעם קאמף אין געריכט דא אין אמעריקע, האט די קאמפאני געסעטעלט מיט די רעגירונג, און איצט איז אין די נייעס אז מען גייט צוריקשיקן די סחורה.
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2888
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

שיר ט"ו בשבט על סדר אלפא ביתא - ספר לשון חכמים חלק שני - בן איש חי

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג ינואר 21, 2019 2:22 pm

צווישן די געפינסן וואס די אמעריקאנע מיליטער האט געפונען אין די קעלערן אין באגדאד, איז פארהאן גאנצע ספרים אין כתב יד פונעם הייליגן בן איש חי. אין איין ספר אויף בלאט 73 איז דא זמר לכבוד חמשה עשר בשבט. די זמר איז מפוענח דורך 'הרב משה שבת', וואס דרוקט איבער פיל פון די כתבי ידות פונעם הייליגן בן איש חי זי"ע.

דא קען מען זעהן דעם גאנצן כתב יד. די זמר איז אויף בלאט 73 און בלאט 74.
https://ija.archives.gov/viewer/1026/18827

IJA 981 p. 73.jpg
IJA 981 p. 73.jpg (177.02 KiB) געזעהן 482 מאל
IJA 981 p. 74.jpg
IJA 981 p. 74.jpg (161.57 KiB) געזעהן 482 מאל

שיר ט"ו בשב"ט על סדר אלפא ביתא
אילן נבט בט"ו שבט בט"ו שבט אילן נבט:
אתרוג נבט בט"ו שבט בט”ו שבט אתרוג נבט:
אומץ נבט בט"ו שבט בט"ו שבט אומץ נבט:
אושר נבט בט"ו שבט בט"ו שבט אשר נבט:
בטח נבט בט"ו שבט בט"ו שבט בטח נבט:
גפן נבט בט"ו שבט בט"ו שבט גפן נבט:
דרור נבט בט"ו שבט בט"ו שבט דרור נבט:
הדר נבט בט"ו שבט בט"ו שבט הדר נבט:
זית נבט בט"ו שבט בט"ו שבט זית נבט:
זיו חן נבט בט"ו שבט בט"ו שבט זיו חן נבט:
זוהר נבט בט"ו שבט בט”ו שבט זוהר נבט:
זכות נבט בט”ו שבט בט”ו שבט זכות נבט:
חוזק נבט בט"ו שבט בט"ו שבט חוזק נבט:
חוסן נבט בט"ו שבט בט"ו שבט חוסן נבט:
חסד נבט בט”ו שבט בט”ו שבט חסד נבט:
טוהר נבט בט"ו שבט בט"ו שבט טוהר נבט:
ישע נבט בט"ו שבט בט"ו שבט ישע‏ נבט:
יתר נבט בט"ו שבט בט"ו שבט יתר נבט:
יופי נבט בט"ו שבט בט"ו שבט יופי נבט:
כבוד נבט בט"ו שבט בט"ו שבט כבוד נבט:
לולב נבט בט"ו שבט בט"ו שבט לולב נבט:
לב טוב נבט בט"ו שבט בט"ו ‏ שבט לב טוב נבט:
מגן נבט בט"ו שבט בט"ו שבט מגן נבט:
משוש נבט בט"ו שבט בט”ו שבט משוש נבט:
נועם נבט בט"ו שבט בט"ו שבט נועם נבט:
סמך נבט בט"ו שבט בט"ו שבט סמך נבט:
עזר נבט בט"ו שבט בט"ו שבט עזר נבט:
עושר נבט בט”ו שבט בט"ו שבט עושר נבט:
פדות נבט בט"ו שבט בט"ו שבט פדות נבט:
צמח נבט בט”ו שבט בט"ו שבט צמח נבט:
קול טוב נבט בט"ו שבט בט"ו שבט קול טוב נבט:
רמון נבט בט”ו שבט בט"ו שבט רמון נבט:
רצון נבט בט”ו שבט בט"ו שבט רצון נבט:
שלום נבט בט"ו שבט בט"ו שבט שלום נבט:
ששון נבט בט"ו שבט בט"ו שבט ששון נבט:
תמר נבט בט”ו שבט בט"ו שבט תמר נבט:
יהיו לרצון וכו'
לעצט פאראכטן דורך בענקעל אום מאנטאג ינואר 21, 2019 3:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2517
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג ינואר 21, 2019 3:17 pm

ייש׳׳כ גדול

מסוס נבט בט"ו שבט בט”ו שבט מסוס‏ נבט:

מסוס

וואס איז דאס ?

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מאנטאג ינואר 21, 2019 3:21 pm

צ"ל משוש
זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2888
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג ינואר 21, 2019 3:34 pm

ויתן לך האט געשריבן:צ"ל משוש

יישר כח. איך האב עס פארראכטן.
עס איז געווען א טעות הדפוס, מיין דפוס.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2517
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג ינואר 21, 2019 5:59 pm

נאך אפאר הערה׳לעך (חלילה נישט אויסטייטשן אלס קריטיק)
זוהר נבט בט"ו שבט בט”ו שבט זוהר נבט:
זכות נבט בט”ו שבט בט”ו שבט זכות נבט:
דאס שטייט שוין צווישן דעם חית און טית. זכות איז ארייגערוקט אויבן אויפן דף.
יתר נבט בט"ו שבט בט"ו שבט יתר נבט
לכאורה יקר מיט א קוף
סמך נבט בט"ו שבט בט"ו שבט סמך נבט
איך טראכט אפשר שטייט דא סוגה מלשון הכתוב סוגה בשושנים (און האט אויטאמאטיש א שייכות מיט ט׳׳ו בשבט)

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מאנטאג ינואר 21, 2019 8:48 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

די ארכיווען זענען נאך דא אין אמעריקע, נאך פאר א לאנגע צייט.

דעם זונטאג האט זיך געשלאסן די אויסשטעל דערפון אין אטלאנטא, און עס הייבט זיך אן א נייע אויסשטעל אין דאלאס טעקסעס נעקסטע וואך אויף כמעט פיר חדשים.

די געשיכטע פון די איראקער ארכיווען איז גאר שפאנענד און קאמפליצירט, ממש נסים מן השמים אויף טריט און שריט, ווי מיר האבן עס געשריבן אין מאמענט מאגאזין צום יארצייט פון הייליגן "בן איש חי" אלול תשע"ו - וועמענ'ס כתבי ידות זענען אויך געראטעוועט געווארן אין די ארכיווען.

אט זענען עטליכע שטיקלעך, די ערשטע פאראגראפן פון אפאר קאפיטלעך אינעם 48-טויזנט-אותיות ארטיקל

וועלט-עקסקלוסיוו:
די שפאנענדע געשיכטע פון "איראקער אידישע ארכיווען" – אוצרות פון 500 יאר אידיש לעבן אין בבל – פארכאפט דורך סאדאם כוסעין ימ"ש – געפינען אין טיפסטע קעלערן אין באגדאד – געראטעוועט דורך העכסטע מיליטערישע ראנקען אין וואשינגטאן – נסים אויפ'ן גאנצן וועג ... – אומבאקאנטע כתב יד קודש פון "בן איש חי" זי"ע – פינאנצירט דורך ... – ארויס לאור עולם היי-יאר אלס "ברכת הריח" על התורה – פרעצעדענטלאע פארשונג פראיעקט פון "דער מאמענט" צום יומא דהילולא רבא י"ג אלול


קאפיטל 2

זומער 03'.

דער זון איז הערליך ארויס, א שיינער טאג ווי עס קען נאר זיין אין מאנאט יוני, שוין טיף אין ווארימער סעזאן, אבער נאך נישט קיין היצן ווי שפעטער יולי און אוגוסט.
די לאקאלע געביידע פון די "נאציאנאלע ארכיווען" ווירבלט מיט פארשער, סטודענטן, אנטיק מבינים, פראפעסארן, שפיאנאזש אגענטן, טוריסטן, רעגירונג באאמטע, און ווער נאך ס'קען אלץ זיין אינטערעסאנט אין די ארכיווען פון די פאראייניגטע שטאטן, די מלכות של חסד "אמעריקע."
אין איינע פון די אפיסעס אויפ'ן ריזיגן קעמפוס געפינט זיך מרס. ... פון די "פרעזערוועישאן" אפטיילונג ביי די ארכיווען אגענטור. איר ארבייט שוין פון לאנגע יארן איז, צו פרעזערווירן ארכיווען פון ווערן רואינירט דורך אלטקייט, שימל, וואנדאליזם, אדער וואס אימער. זי פירט אן די אגענטור'ס ריזיגע אפעראציעס צו פארזיכערן אז אלטע זאכן ווערן נישט קאליע און נייע זאכן ווערן נישט פארדארבן, און וויפיל מ'קען פרעזערווירן און אויפארבייטן די ארכיווען, אלץ בעסער.

באקומט זי יענעם טאג א רוף פון ..., אויפ'ן ליין פון באגדאד....


קאפיטל 3
אין ניו יארק איז שבת קודש, דער צווייטער טאג פון יום טוב שבועות, ז' סיון, תשס"ג.
אויפ'ן קאלענדער למספרם, אויך אין באגדאד, איז יוני 7. עס איז ארום 10:30 פארמיטאג. די געהויבענע יום טוב'דיגע שחרית פון צווייטן טאג זמן מתן תורתינו הייבט זיך יעצט אן. דער ארטאדאקסישער איד ... איז אין באגדאד אלס טייל פון אמעריקאנער מיליטערישע אנוועזנהייט, פרובירנדיג צו האלטן דעם יו"ט לויט די אומשטענדן אויפ'ן פלאץ. אין די טיפע פארפלייצטע קעלערן קומען יעצט אן, ממש יעצט פארמיטאג, צוויי ריזיגע "פאמפ מאשינען" וואס דער פענטאגאן האט באשטעלט אויפ'ן באפעל פון וויצע פרעזידענט דיק טשעיני און פארטיידיקונג סעקרעטאר דאנאלד ראמספעלד.

עלעף יאר פון יענעם היסטארישן טאג, האט .... געקומען צום גרויסן דורכברוך ווען די פאמפס פון מעכטיגן מיליטערישן קאליבער זענען אנגעקומען און ענדליך אויסגעפאמפט אלע וואסער פון די קעלערן און אזוי ארום געראטעוועט אין פולן זין פון ווארט די אלע ספרי תורה, און פילע טויזנטער ספרים און כתבי ידות...

אינמיטן קאפיטל 6
...עס ווערט דערציילט, אז הגה"ק המקובל רבי יעקב מוצאפי זצוק"ל (שפעטער ראש בי"ד פון ספרדישן בי"ד אין ירושלים עיה"ק פאראלעל מיט'ן "בד"ץ עדה החרדית") איז דאן געווען ראש ישיבה פון "מדרש בית זילחא." דעם ערשטן טאג שבועות, זעהנדיג די שוידערליכע מצב אויף די גאסן פון באגדאד, איז ער געלאפן עפענען די טירן פון ישיבה, און ער האט דארט באהאלטן צענדליגער אידן וועלכע זענען אנטלאפן פונעם פאגראם און די פארניכטעטע היימען. אין די קומענדיגע טעג איז ער ארום צו די גרויסע גבירים אין באגדאד צו העלפן די געליטענע מיט אלעס וואס זיי האבן געדארפט...

...אין 984' האט סאדאם כוסעין געשיקט זיינע אגענטן מיט טראקס צו די שוהל אין באטאווין, און זיי האבן אלעס ארויסגענומען פון ווייבער שוהל און אריינגעלייגט אין די טראקס. אידן האבן דאס צוגעזעהן, און געוויינט. די טראקס האבן געפירט די אידישע אוצרות צום קעלערן פון די "מוכאבאראט" – וואו מען האט זיי געפינען און געראטעוועט אום יום טוב שבועות תשס"ג, פונקטליך צוויי און זעכציג יאר נאכ'ן ביטערן פאגראם אויף די אידן אין באגדאד...

...רוב פון די ספרי תורות אינעם אוצר זענען ליידער געווען צו שטארק געשעדיגט, און מען האט זיי אוועקגעלייגט למנוחה נכונה ביי די איראקער חלקה פון אידישן בית החיים אין לאנג איילאנד. די קבורה איז אראנדזשירט געווארן דורכ'ן מומחה המפורסם הרב יצחק מרדכי בראך שליט"א מדאבזשינא, וועלכער האט אין א טעלעפאנישן שמועס געשילדערט די גאר רירנדע מעמד, וואו עס האבן זיך באטייליגט פארשטייער פון די איראקער און אמעריקאנער רעגירונגען, ספרדישע אידן יוצאי איראק, און צוזאמען זענען געווען עטליכע מנינים אידן.

אינמיטן קאפיטל 7

איינע פון די גאר טייערע כתבי ידות פארשוועמט אין די קעלערן איז געווען נישט עפעס אנדערש ווי א בינטל כתבי ידות פונעם "בן איש חי"...!

...אין לויף פון די ארבייט במשך די לעצטיגע יארן, איז געווען א קענטליכע סייעתא דשמיא וויאזוי ... זענען אנגעקומען צו די כתבי ידות פון די "איראקער אידישע ארכיווען," און געפינען דעם אוצר גדול ונשגב – א בינטל כתבי ידות פונעם הייליגן בן איש חי, וואס קיין שום מענטש בדורינו האט נישט געוואוסט אז דאס עקזיסטירט בכלל אויף דעם עולם.

דער בינטל איז באשטאנען פון א גאנצע חיבור אויף די פרשיות התורה, הפטורות, און פרקי אבות, מלא וגדוש מיט'ן אומבאשרייבליכן טעם גן עדן, מתוק מדבש ונופת ציפים, וואס באזיסט אלע דרוש חיבורים פונעם בן איש חי. ... אנגאזשירט א שטאב פון אויסגערופענע מומחים אויף ליינען כתבי ידות פון גדולי ספרד, עורכים, מגיהים, היסטאריקער און שרייבער, צו נעמען דעם בינטל כתבים און פירן אויפ'ן גאנצן וועג ביז צום פארטיגן צוויי-בענד סעט אויף די פאליצעס פון כלל ישראל'ס ספרים שראנק.

*

יעצט ל"ג בעומר שבועות צייט ווערט טאקע פופצן יאר זייט די ארכיווען זענען געווארן געראטעוועט, ווי אויספירליך באריכטעט דא. אגב, נישט ווייל איך מיין עפעס פערזענליך, אבער די געשיכטע איז קיינמאל נישט געווארן אזוי באשריבן ערגעץ אנדערש אויף דער וועלט אין קיין שום שפראך. אה, ס'ארא פארשונג פראיעקט דאס איז געווען, ב"ה.

אגב, עס איז נאך נישט פארטיג, מיט די אנגייענדע טענות אויף יא אדער נישט צוריק שיקן די סחורה, וואס האבן דזשאן קערי און טשארלס שומער געהאלטן, און נאך, ועוד חזון למועד בס"ד.

שיין, שפאנענד, דראמאטיש, און נאכמער 'היסטאריש'.
ישר כח!


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נא_שכל און 10 געסט