פארמעגענס/לאנד פון בעפאר די מלחמה

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

פארמעגענס/לאנד פון בעפאר די מלחמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפענע וועלט »

איז דא א וועג צו וויסן ווער עס אוענט (באזיצט) די לאנד, הייזער, וכו' וואס האט באלאנגט פאר אינזערע עלטערן (אונגארן/ראמעניע) פאר די מלחמה?
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

איך וויל אויך וויסן
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

געווענליך דער גוי וואס פארעט זיך מיטן פעלד/ וואוינט היינט דארט אינעם הויז, אדער אין אסאך פעלער באלאנגט עס נאך פארן לאקאלע טאון-ווילעדש, אבער ס'מאכט סיי ווי נישט קיין חילוק ווייל ביידע פון זיי ווארטן ממש בכליון עינים דו זאלסט עס שוין קומען אפבעטן, זיי גיבן דיר עס גלייך אהין, מיט די רווחים איינקונפט פון די אלע יארן

די מינוט וואס זיי זעהן/טראכטן אז די מיינסט עס ערנסט, אויף צוריק באקומען סיי וואס, וועסטו באקומען דעם זעלבן ווארעמע אויפנאמע וואס דיין צובראכענע זיידע/באבע אוד מוצל מאש האבן באקומען אנקומענדיג צוריק אהיים גלייך נאכן קריג פון די זעלבע רשעים, ס'האט נישט לאנג גענומען איינצוזעהן אז אויב דאס לעבן איז ביי דיר טייער דאן טראג זיך אף פון דארט באצייטנס

די איינציגסטע חילוק איז אז דעמאלס איז ממש געווען א הפקר וועלט און די רשעים האבן זיך נישט געשעמט צו זאגן אין פנים אריין דעם אמת אז טראג זיך אף פון דא אדער וועט מען דיך פארטיגן און געבן צו עסן פאר די הונט,

און היינט אויב די קומסט מיט א לויערס צעטל דארפן זיי טרעפן אנדערע וועגן דיך צו מרמז זיין שיינערהייט ווער ס'איז באלאבאס, און וואס דיינע שאנסן זענען אויף צוריק באקומען סיי וואס,

דארט זענען די מאפיא גרופעס זייער שטארק, על פי רוב אויך אריינגעגעסן אין אלע ראנגן פון לאקאלע גאווערמענט, ס'איז געווען אידן פון א"י וואס האבן פראבירט מאכן ביזנעס למשל אין אוקריינא און ס'האט זיי צום סוף נעבעך געקאסט דאס לעבן, פשוט איינמאל שפאצירנדיג אויפן גאס געווארן אראפגעקניידלט

ס'קען זיין אז ס'איז יא דא לעגיטימע וועגן, אבער מ'דארף אלץ זיין זייער פארזיכטיג ווי אזוי מען טוט עס, און למעשה ביסטו א פרעמדער פון אויסלאנד גיבט עס זיי די אויבערהאנט דיר אנצומאכן צרות ביז די וועסט זיך אפטראגן פון דארט למשל פאלשע מסירה'ס וואס זאל דיך בלאקירן פון קענען נאכאמאל אריינקומען צוריק אין יענע לאנד

בתי חיים, אדער שולן זענען אנדערש, אויך נאר צוליב די פעולות און שתדלנות במשך די יארן ביי די גאווערמענטס און צוליב די אמעריקאנע הערעטידש קאמישן געזעץ אונטערגעשטיצט ביי די סטעיט דעפארטמענט פון וואס זיי פארכטן זיך אביסל
לעצט פארראכטן דורך פלאחותיך אום פרייטאג מאי 25, 2018 6:10 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

וואס נישט צו טון האבעך דיר שוין געזאגט, ווי אזוי יא צו טון, דארפסט פראבירן הערן פון מענטשן וואס זענען יא דארט כסדר אבער נישט לגביי בתי חיים, למשל פריעדלענדער אדער רובין ר'ישעי'לס אייניקלעך האבן דארט פריוואטע שטחים, ס'איז אויך דא דארט רבני חב'"ד אין געוויסע שטעטלעך, ר' ? סאבוי וואס וואונט דארט און ארבייט פאר אבותינו וואלט מסתמא אויך געוויסט

איך בין געווען אינוואלווד ביי איין קליינע שטעטל ווי מ'האט פראבירט ביי די טאון-האל צו דערגיין די פונקליכע לאט'ס אויפן אלטע לאקאלע מאפע לגביי די שטח פון א בית החיים

צום ערשט זענען זיי אלע געווען דערשראקן און ממש ווילד, זיי זאגן מיר ס'גארנישט דא, ס'נישט דא קיין מאפע פון קיין לאט'ס, זיי האבן נישט קיין ליסטע פון ווער ס'איז די אונער'ס, זיי האבן גארנישט געוואלט ענטפערן, נאר אונז זעהן אויפן אנדערע זייט פונעם טיר

ביז מיין דאלמעטשער האט פארבעטן דעם מעיאר פונעם שטעטל אויף א שמועס, מיר האבן אריינגעברענגט היימישע געבעקס מיט לחיים מ'האט זיך געזעצט ארום א טיש, און מסביר געווען אז אונז זעמער ב"ה פארנימענע ביזנעס לייט און אמעריקע, און אונז זעמער נישט אינטערעסירט צו באקומען קיין שטחים, קיין ירושה, סך הכל צו וויסן נאר לגביי דעם ביה"ח די פונקטליכע גרעניצן אויף צו קענען לייגן א גדר

דעמאלס האט שוין דער מעיאר ארויסגעברענגט סאך מער ווי וואס מ'האט געבעטן ער האט אונז געוויזן די אלטע פאפירן וואס צייגן פונקטליך וועלעכע לאט'ס האבן באלאנגט פאר מיין זיידן, ס'אויסגעקומען אביסל מער ווי העלפט פונעם שטעטל, ווי אויך דער ביה"ח און דער געוועזענער שול אא"וו
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

א אמת׳ע דאנק פאר דיין אינפארמאציע. דארף מען זעהן וואס מען קען טאקע טוהן..

איז דא לענדער ווי ס׳איז גרינגער ווי אנדערע למשל אונגארן, רומעניע, וכו׳ אדער איבעראל איז די זעלבע?
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
mar0was
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mar0was »

די שאלה איז וואסס די ווילסט האבן פון דעם?
ס'איז דא שטחים וואס איז נישט ווערט די געלט אריינצולייגן כוחות דאס צוריקצובאקומען.

מ'זאגט א ווערטל: אז די וועסט אויפווייזן אז די שטח באלאנגט פאר דיר, וועט די רעגירונג מסכים זיין צו שיקן די טעקס-בילס פון היינט און ווייטער צו דיר. אבער רענט קענסטו נישט פארלאנגען פון די איינוואוינער וואס וואוינט שוין דארט 70 יאר רענט-פרי.

חפצים איז אויך א זאך וואס די רעגירונג האלט אז ס'איז זייער'ס. אונזער משפחה האט לעצטנס געהאט א שטיקל געשפרעך מיט די סלאוואקישע רעגירונג אויף חפצים וואס זענען געפונען געווארן. נאכדעם וואס מיר האבן אויסגעדרוקט אז די משפחה איז נישט אינערעסירט צו צונעמען די חפצים, האבן זיי מסכים געווען צו געבן בילדער מיט א שאצונג פון די חפצים דורך א לאקאלע פראפעשינאל עפרעיזער, אבער האבן נישט מסכים געווען צו געבען קאפיעס פון די דאקומענטן וואס זענען דארט געווען, ווילאנג מיר ווייזן נישט אויף די קירבת משפחה (וואס איז נישט אזוי פשוט), ווייל ס'קען זיין דעראין פריוואטע קאנפידעשעל אינפארמאציע, קען זיין אז זיי האבן מורא אז מיר וועלן זיך ארויפזעצן אויף די פאפירן וואס ווייזן די בעלות אויך די הויז מיט די שטחים פון די משפחה.
פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פסיקתא »

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:א אמת׳ע דאנק פאר דיין אינפארמאציע. דארף מען זעהן וואס מען קען טאקע טוהן..

איז דא לענדער ווי ס׳איז גרינגער ווי אנדערע למשל אונגארן, רומעניע, וכו׳ אדער איבעראל איז די זעלבע?


דאס ווייס איך מיט יארען ציריק נישט אזוי לאנג ווען מען האט אין שווייץ אנגעהויבען צי פארלאנגען געלטער וואס יידען האבען אריינגעלייגט אין דער שוויצער בענק וואס שווייץ דארף צי זיין א בעסערע לאנד אין ״״מענטשליכקייט״
איז דארט געווארען אזא שנאה צי דער יידען ממש געווען א שרעק פאר יידען אין ייענער תקופה
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”