קברי צדיקים אין איטאליע

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

קברי צדיקים אין איטאליע

תגובהדורך shalsheles » זונטאג פאברואר 25, 2018 1:07 am

געזען באריכטעט איבער א ערשטמאליגע נסיעה דורך אדמו״ר מקאסוב שליט״א אויף איטאליע צו קברי צדיקים, בעיקר רמ״ע מפאנו ועוד.
איינער קען באריכטן פרטים?
לעצט פאראכטן דורך shalsheles אום זונטאג פאברואר 25, 2018 7:47 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אגודיסט
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2015 1:54 am

תגובהדורך אגודיסט » זונטאג פאברואר 25, 2018 2:54 am

וואס וואלסטו וויסן מער וואס איז געווען באריכטעט?

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דינסטאג מארטש 06, 2018 10:33 am

איך ווייס נישט וועגן דעם נסיעה, אבער ס'איז פארהאנען אסאך גדולים וקדושים אין איטאליע ובתוכם הזרע שמשון זי"ע.
ס'איז טאקע אינטרעסאנט צו וויסן פארוואס קאסוב'ער רבי איז געפארן אהין און ווי ער האט באזיכט.
אבל באמת אין רע יורד מלמעלה והכל טוב! (ספר התניא, אגרת הקודש פרק י"א)

אגודיסט
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2015 1:54 am

תגובהדורך אגודיסט » דינסטאג מארטש 06, 2018 12:49 pm

איטאליע איז א לאנד וואס עס וואוינען שוין דארט אידן נאך פון די צייטן פון בית שני, און די יארן פון ה' אלפים ר' ש' און ת' האבן געוואוינט דארט הונדערטע גדולים פון זיי גאר גרויסע מקובלים און ריזן און תורה, ליידער איבער די יארן זענען נישט אלע בתי חיים געבליבען, אסאך פלעצער האט מען מפנה געווען, און אסאך פלעצער פשוט אפגעווישט ה"י, די קאסובע נסיעה איז געווען אין רייג'ו, ווי אסאך גדולים האבן געוואוינט, ווי לדוגמה דער גידולי תרומה-בינה לעתים, מהר"י באסאן, רבי בנימין הכהן, און דער זרע שמשון און עס איז מקובל אז זיי לנגן און ארטיגע בית החיים,
אויך און אן אנדערע געגענט ליגט דער גרויסע מקובל רבי עמנואל חי ריקי בעל משנת חסידים וואס ליגט און די שטאט טשענטו, נישט ווייט פון פרעראו, זיין מצבה האט מען אנדעקט בערך 10 יאר.
און פאדובה, ליגט דער גרויסער גדול דער מהר"ם מפאדובה און זיין זוהן רבי שמואל יהודה, און נאך גדולי עולם
און א דערנעביגען בית החיים ליגט דער גרויסער מקובל רבי משה דוד ואלי און נאך תלמידי הרמח"ל, און דעם נייערען בית החיים איז א ליקוט עצמות פונעם אברבנאל מיטן מהר"י מינץ
און מאנטובה ליגט דער רמ"ע מפאנו זי"ע און דער רמ"ז און נאך גאר גרויסע נעמען.
אויך און וירונא ליגט דער צרור המור, דער ספורנו האט געוואוינט און בולוני' אין דארט באגראבען געווארן,
און ליווארנו ליגט רבי חיים הכהן-תלמיד רבי חיים וויטאל, דער שומר אמונים הקדמון, דער שער המלך אויפן רמב"ם, און דער יד מלאכי און נאך (דער חיד"א האט געוואוינט און ליווארנו סוף ימיו, או דארט אוועק און נטמן געווארן, מען האט מעלה געווען דיינע עצמות קיין ארץ ישראל נאכן קריג.
די שורה גייט ווייטער און ווייטער, איין זאך איז זיכער, אז אידן וועלן אהין פארן וועט מען ווייזן פאר די דארטיגע גוים אז מען איז אינטערסירט און די בתי חיים און זיי וועלן עס מער אפהיטן
לעצט פאראכטן דורך אגודיסט אום דינסטאג מארטש 06, 2018 12:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דינסטאג מארטש 06, 2018 12:55 pm

אין ליווארנא ליגן אסאך אסאך גדולי עולם וקדושי עליון:
זעה דא
http://www.zadikim.org/?catID=78985&siteLang=3

דער חיד"א איז דארט געליגן ביז מען האט אים מפנה געווען

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג מארטש 06, 2018 10:32 pm

אגודיסט האט געשריבן:איין זאך איז זיכער, אז אידן וועלן אהין פארן וועט מען ווייזן פאר די דארטיגע גוים אז מען איז אינטערסירט און די בתי חיים און זיי וועלן עס מער אפהיטן

גא"מ לרעיון זה, מי יתן והיה אז די מארגני הנסיעות זאלן אנהייבן ארגאניזירן טריפ'ס אויך צו די מקומות הקדושים אין איטאליע

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מיטוואך מארטש 07, 2018 4:42 am

יציב פתגם האט געשריבן:
אגודיסט האט געשריבן:איין זאך איז זיכער, אז אידן וועלן אהין פארן וועט מען ווייזן פאר די דארטיגע גוים אז מען איז אינטערסירט און די בתי חיים און זיי וועלן עס מער אפהיטן

גא"מ לרעיון זה, מי יתן והיה אז די מארגני הנסיעות זאלן אנהייבן ארגאניזירן טריפ'ס אויך צו די מקומות הקדושים אין איטאליע

נאכדערצו ווען דאס פלאץ איז הערליך שיין, קען מען פארן חציו לה' וחציו לכם
אבל באמת אין רע יורד מלמעלה והכל טוב! (ספר התניא, אגרת הקודש פרק י"א)

אגודיסט
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2015 1:54 am

תגובהדורך אגודיסט » מיטוואך מארטש 07, 2018 4:33 pm

פאר'מוח'ט האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:
אגודיסט האט געשריבן:איין זאך איז זיכער, אז אידן וועלן אהין פארן וועט מען ווייזן פאר די דארטיגע גוים אז מען איז אינטערסירט און די בתי חיים און זיי וועלן עס מער אפהיטן

גא"מ לרעיון זה, מי יתן והיה אז די מארגני הנסיעות זאלן אנהייבן ארגאניזירן טריפ'ס אויך צו די מקומות הקדושים אין איטאליע

נאכדערצו ווען דאס פלאץ איז הערליך שיין, קען מען פארן חציו לה' וחציו לכם

אויך אמת, עס איז דא אסאך שיינע פלעצער ווי צו גיין, פאנג אן מיט ווענעציע, וואס איז מער און סענטער, רוים קען זיין גאר אינטערסאנט, אפגערעדט פון די דאלמייטס בערג.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך מארטש 07, 2018 11:02 pm

נאט אייך א ליסטע פון קברי צדיקים אין איטאליע
צוגעלייגטע
איטליא מקומות הקדושים.pdf
(218.92 KiB) דאונלאודעד 71 מאל

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דאנארשטאג מארטש 08, 2018 5:25 am

יציב פתגם האט געשריבן:נאט אייך א ליסטע פון קברי צדיקים אין איטאליע

א גרויסן שכח יציב זייער א רייכע אינהלטספולע מפתח, איך האב אבער באמערקט אז אויפן זרע שמשון האט ער גארנישט, היינט איז שוין דא מער פרטים איבער מקום מנוחתו.
אבל באמת אין רע יורד מלמעלה והכל טוב! (ספר התניא, אגרת הקודש פרק י"א)


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט