הרה"ח ר' יחזקאל שמש ע"ה, און דער בחור

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » דאנארשטאג מארטש 21, 2013 12:49 pm

bailout האט געשריבן:כ'ווייס נישט קיין סאך דערוועגן, אזויפיל ווייס איך אז די וואס האבן געטוהן מיט אים אין וועד הצניעות האלטן אז ס'איז געווען יד ישראל באמצע.


איך וויל אייך אזויפיל זאגן אז עס איז דעמאלטס נישט געווען אזא זאך וואס האט געהייסן וועד הצניעות, און דעם איין ווארט "חזקל שמש" ווי מען האט אים געריפן, איז געליגען עטליכע פון אזונע זאכן וואס היינט פארפיגט עס דורך א וועד פון עטליכע, און ליידער איז דער חלל נאך דא, עד היום הזה, מען האט ליידער נישט ערפילט זיין פלאץ און דעם הינזיכט, וויפול ער האט געטון און דעם ענין מיט א ווייך און א שטארק הארץ און די זעלבע מינוט, איך ווייס פון א מעשה וואס ער האט אפיר גענימען איינעם, און די ערשטע 10 מינוט פונעם שמועס האט ער בלויז געוויינט און געוויינט ווי א קליין קינד, און נאכער האט ער אנגעהויבן רעדן צו אים אבער עס האט שוין נישט קיין סאך אויסגעפעלט, זיין רעדן, זיין ערנסטקייט, און זיין ארבעט, מיט זיין אמתע טרערן פאר א צווייטן איד'ס רוחניות, האט געמאכט דעם דשאב.

דעס וואס די זאגסט אז יד ישראל באמצע, סאיז אמת אז אזוי האט מען געטראכט מתחילה, ווייל ער האט שוין געהאט סטראשעניקיס אויפן לעבן, אבער עס האט זיך ארויס געשטעלט שפעטער אז עס איז נישט וואהר, עס איז געווען א אויספלאנירטע ראבעריי אויף א צווייטן יוד, און ווען דער רויבער/מערדער האט געזעהן אז ער האט זיך אים ארויס געגליטשט פון אינטער זיינע הענ האט ער גענימען דעם ערשטן קאר וואס ער האט באגעגעענ און דאס איז געווען ר' חזקל אינמיטן אנווארעמען זיין קאר, האט ער אים ארויס געווארפן מיט אפאר שאסן און גענימען די קאר יענעם נאכצולויפן. די ווערסיע געדענק איך נאך פון דעמאלטס.

יעצט דעם ר' חזקל ליגט מיר גוט און די ביינער איך בון געווען א יונג בחור דעמלטס, ער פלעגט זיך דרייען שבת און בית מדרש פרייטוג צו נאכטס מיטן שיפע שטריימל און מיטן גרויסן שטעקן פלעגט ער אזוי פאמעליך וואקן צו די הויכע פענסטערס זיי א "צו" טאן אויף אריין(דעמאלטס האט מען זיך נאך מער באניצט מיט די מעטאד אויסצוליפטערן דעם בימ"ד) די זכרים אויסריפן ווען מען האט געקענט א פליג הערן פליען, 10 אדער 15 זכרים אויף אויסנווענדיג, (דאס איז שוין סתם געווען א בונס צו זיינע פעאיקייטן) איך דענק ווען עס איז געווען די פראטעסט פון די פאטריקאנע וועגן א סיכסוך וואס זיי האבן געהאט איבער די PS16 וואס די שטאט האט געוואלט דעמאלטס געבן א חלק פאר סאטמאר, פאליציי זענען געשטאנען א פאר שעה און געטריבן דעם עולם מען זאל זיך נישט צאם לויפן דארט, מען האט מורא געהאט פון פרוויציראציע, די שומרים האבן גארבעט צו העלפן די פאליציי, אבער עס האט גארנישט געהאלפן, ביז מען האט גענדיגט און סאטמאר דאווענען (סאיז געווען שבת) און ר' חזקל איז אנגעקומען און געשריגן אביסל, די גאס איז געווארן ליידיג ביז מינוטן, איך דענק ווי איך אבערחכם בון געבליבן און א ווינקל, ווען מען האט שוין נישט געזעהן קיין מענטש אויפן גאס, און ער האט מיך אויך נישט אויסגעלאזט, וועמנס ביסטו געט ער א שריי, עס האט מיר געכאפט דאס... און איך בון אריין געלויפן און בימ"ד דערנעבן.

איך דערמאן מיך ווי ער פלעגט שטיין פרייטוג צונאכטס צו די זייט פון די בעל תפילה צו העלפן מיטן ניגון לכה דודי. ועוד ועוד מיר האבן אים אלע ליב געהאט און ארויפגעקוקט און מורא געהאט פון אים.

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » דאנארשטאג מארטש 21, 2013 1:04 pm

זכרונות,

נישט איינמאל איז דאס געווען ביי מצבים אדער פראטעסטן וואס איז נאך געווען מער אין סטייל ווי היינט, פאליציי האט געקענט שטיפן אהין, אהער, ס'האט גארנישט געהאלפן.
ס'האט זיך נאר איינעם געדאכט אין די מאסן, ווי איינער זאגט פאר א צווייטן: חזקאל שמש איז דא...., איז אלעס געלאפן ווי די אויגן האבן נאר געטראגן.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג מארטש 21, 2013 5:55 pm

דעם 'ניע' קען מען גארנישט אפשרייבן.. היטן פליען... איי זכרונות.

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » פרייטאג מארטש 22, 2013 10:52 am

איך בון געווען ביי א חתונה פון א קרוב מיט א קורצע צייט צירוק, איך שטיי ביי די חופה און נישט מער און נישט ווייניגער איך הער ר' חזקל'ס מי בן שיח שושן חוחים, עס איז מיר געווארן קאלט און ווארעם, איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, בון איך אויבן אדער איז ער אינטן, איך בון צוגעגאנגען נענטער אביסל האב איך געזעהן זיין אייניקל בר"ש, ער האט מיך ממש צירוק געברענגט צו יענע צייטן.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20530
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג דעצמבער 30, 2014 12:19 pm

א בילד פון ר' יחזקאל'ס לוי', שווער צו דערקענען פנים'ער.
צוגעלייגטע
Chicago tribune - c shamesh levaya.JPG
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג ינואר 14, 2016 1:37 pm

farshlufen האט געשריבן:א בילד פון ר' יחזקאל'ס לוי', שווער צו דערקענען פנים'ער.

און אפאר שורות פון די שיקאגו'ער טריביון:
-
(מיר האבן איהם געקענט אלץ שמש, אבער דא ווער מיר געוואויר אז ער איז גאר געווען א מנהיג פון א עדה קדושה פון 25 טויזענט אידן. אין אמת'ן איז דאס ריכטיג, ווייל ווען ר' יחזקאל האט 'נאר' אויפגעהויבן זיין טאן, האבן זיך טויזענטע אידן גערוקט לויט זיין באפעל!)
צוגעלייגטע
Chicago RY Wertzberger 1.PNG
Chicago RY Wertzberger 1.PNG (53.96 KiB) געזעהן 2787 מאל
Chicago RY Wertzberger 2.PNG
Chicago RY Wertzberger 2.PNG (21.62 KiB) געזעהן 2787 מאל
לחיים ולברכה!

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5539
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 2:15 pm

Walk of Rabbi Wertzberger Olleger Killer - David Ranta is walked to car on way to central booking Bklyn. August 14, 1990
537937788.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג ינואר 02, 2017 3:26 pm

יציב פתגם האט געשריבן:Walk of Rabbi Wertzberger Olleger Killer - David Ranta is walked to car on way to central booking Bklyn. August 14, 1990
[בילד


דער וואס שרייט צום קאר לינקס איז כנראה ר' יצחק'ל אויש, ווערט געזעהן פון הונטערוויילעכטס איינער פון די אחים בני ר' ברוך גאלדבערגער, אויך דערקענט מען ר' דוד הערש מערץ הי"ו חתנו של ר' יחזקאל המשמש הי"ד

וועם נאך דערקענט מען?

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4721
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג ינואר 02, 2017 3:51 pm

אונטער ר' יצחק'ל שטייען כנראה אחים פאללמאן בני ר' איצא (זיי זענען דאן געווען פון די "עדעמס" כמדומה, איינער געדענקט דאס?), איינער דרייווט היינט פאר גאדען פלאו. גאנץ רעכט (מיט די זון גלעזער) זעט מען ??? שפילמאן
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מאנטאג ינואר 02, 2017 9:03 pm

נעבעך וואס וויל ער דארט פון די אומשולדיגע מענטש??
א טרועדיגע בילד ווי א אומשולדיגע מענטש פאלט א קרבן צו בארוהיגען א קומיוניטי
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 03, 2017 1:48 pm

נא_שכל האט געשריבן:אונטער ר' יצחק'ל שטייען כנראה אחים פאללמאן בני ר' איצא (זיי זענען דאן געווען פון די "עדעמס" כמדומה, איינער געדענקט דאס?), איינער דרייווט היינט פאר גאדען פלאו. גאנץ רעכט (מיט די זון גלעזער) זעט מען ??? שפילמאן

זיכער געדענק מיר די 'עדעמעס', שטימט שלומי פאלמאן מיט זיין עלטערע ברודער

ווער שרייט דארט אריין אינעם קאר מיטן רעקל אויף די רעכטע זייט?

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5539
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג ינואר 03, 2017 2:35 pm

נא_שכל האט געשריבן:גאנץ רעכט (מיט די זון גלעזער) זעט מען ??? שפילמאן

לדעתי איז דאס ר' משה הערש גאלדשטיין

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2701
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג פאברואר 13, 2017 3:45 pm

היינט געפאלט די זיבן אין צוואנציגסטע יארצייט פון ר' יחזקאל משמש הי"ד

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג ינואר 15, 2019 4:19 pm

דעילי ניוס:
צוגעלייגטע
20190106_003648.jpg
20190106_003648.jpg (179.13 KiB) געזעהן 728 מאל
20190106_003627.jpg
20190106_003627.jpg (234.91 KiB) געזעהן 728 מאל
לחיים ולברכה!

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » מיטוואך ינואר 23, 2019 12:18 am

היינט די יארצייט פון הרב החסיד ר׳ יחזקאל בן ר׳ יושע זכרונו לברכה. י״ז שבט.

דורכגעמישט אן אלט ביכל און זיך אנגעשטויסן אין עפעס וואס שרייבט די נייעס ווי די שטאט זוכט זיין מערדער. דערנאך בליק איך ארום אין ״היסטאריע - זכור ימות עולם״ און אט ליינט זיך דורך דער גאנצער אשכול ביז דער דאטום פון י״ז שבט ערשיינט!!

דערמאנען ערליכע אידן צילט, מיר זאלן זיך אפלערנען דערפון און אויך אזוי זיך אויפירן און גענוי נאכטון.

יהא זכרו הטוב לברכה. הי״ד.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג ינואר 24, 2019 9:15 pm

איינער האט די רעקארדירונג פון די הארץ רייסענדע לוי'?
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: משיח, שרייב-פעדער און 14 געסט