הרה"ח ר' יחזקאל שמש ע"ה, און דער בחור

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זילבערנע בעכער
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2007 10:01 am

הרה"ח ר' יחזקאל שמש ע"ה, און דער בחור

תגובהדורך זילבערנע בעכער » מאנטאג ינואר 28, 2008 2:07 pm

אין די צייטן פון מעיאר דעוויד דינקינס איז דער אומגליק געשען.
דעמאלטס איז געווען אזא הפקירות בכלל, א האלבע שטאט איז אויסגעמארדעוועט אין יענע יארן מיט אלע מיתות משונות.
יעדן טאג פרישע מערדערייען מיט פארברעכענס, איך געדענק נאך ווי צוביסלעך האב איך פשוט מורא געהאט צו גיין אין גאס אין די טונקעל
וואס פארדעם איז דאס בכלל נישט געווען קיין פראבלעם אין וויליאמסבורג.

פלוצלינג זענען די פראדזשעקט הייזער געווארן באוואוינט מיט שווארצע און פאטאריקאנער פונעם געמיינסטן סארט.
ווען איך דורכגיין אזא בילדונג פלעג איך ציטערן עס זאל נישט אראפ פאלן א זאק שמוץ אויף מיין קאפ, סיז געווארן א גרויל.

פאריגע וואך איז געווען דער יארצייט פון ר` יחזקאל ווערצבערגער (שמש) ע"ה הי"ד.
ווער עס געדענקט נישט דעם איש מורם מעם וועט נישט פארשטיין די געפילן און ציטער פון די מענטשן וואס דערמאנען זיך פון יענעם עפיזאד מיט שרעק און טשילס.

פאר מיר גערעדט, איך קען עס פשוט נישט פארגעסן, און נאך היינט פרעג איך מיך מיט ווינדער וויזוי אזא איד וואס האט פארקערפערט אין זיך כל מעלות שמנו חכמים האט געקענט אזוי גרויזאם פארשניטן ווערן.

א איד וואס ווען דו האסט עם געזען ביי א לויה האסטו געקענט מיינען אז ער טרויערט נאך א נאנטע קרוב זיינע, די צער אין זיינע אויגן האט אפילו געקענט בארואיגן די נאנטע פונעם נפטר פילענדיג ווי "רעב חזקאל" איזעך משתתף אין זייער צער.

א איד וואס ווען ער האט געזינגען הוא יברך ביי א חופה איז עם דאס גאנצע אידישע געפיל געווען אויסגעגאסן אויף זיין בעטעמטע צורה, מיט אזא חוט של חסד ונעימות מיט דעם פארקנייטשטן שטערן... אוי איך קען דאס נישט באשרייבן.

ווען דו האסט עם נאר געזען האסטו געזען פאר דיר א מענטש מיט אומבאשרייבליכע כוחות, זיין גאנצע וועזן איז געווען כולו אומר כבוד, ער האט געקענט ווארפן א פחד און א שרעק אויף מענטשן ווען סאט אויסגעפעלט, און א מינוט דערנאך אויסגעהערט מיט געדולד דעם גרעסטן גאסן מעשוגענעם מיטן שענסטן שמייכל אויפן פנים וואס איז נישט היינט בנמצא
מיט איין לייבן געשריי "שאאאא" האט ער שטיל געמאכט א גערודער פון א געפאקטן ביהמ"ד אינמיטן ליינען, פשוט פאר פחד און רעספעקט, זיין גאנצע וועזן האט פארלאנגט רעספעקט.

שמש ?? הא ! וואס שמש ? ער איז געווען דער גרעסטער נאכן רבי`ן, א באגריף פון א שמש, ער האט דאס געטוישט אן א גוזמא, ווען דו האסט עם נאר געזען ביסטו געווען רואיג, אה רעב יחזקאל, האסט געפילט ווי דו האסט א באשיצער, אוי די פיקטשער ווי ער זעצט זיך אראפ שבת אין פאליש מיט אלע באמעס און שטריקעס און ער דאווענט דארט מיט אזא מתיקות און שלעפט זיי אויך מיט, גייט מיר נישט ארויס פון קאפ.

און יו"כ באנאכט ווען ער האט געמאכט פלאץ מיט זיין שאגת ארי אז די רבי זאל קענען ארום גיין מיטן ספר תורה ארום דעם ביהמ"ד, ניטאמאל א נאדל האט אריינגעפיט אין ביהמ"ד, און ער מיט זיין קול אליינס האט מען פאר שרעק און רעספעקט זיך אפגערוקט, 50 פאליציי לייט וואלטן דאס נישט געקענט באווייזן.

זיין ערליכקייט און יראת שמים איז איבעריג צו באשרייבן, אזא איינעם האט מען אזוי שרעקליך געקענט פארשניידן ?

איך בין געווען א בחור`ל, סיז געווען דאנערשטיג פרשת בשלח פארטאגס, איך בין ארויף מיט אנדערע בחורים אויפן באס צו פארן אין ישיבה וואס סיז געווען דעמאלטס אויף פעטשן עוו. סיז געווען א פילע באס מיט בחורים, אינדרויסן איז נאך טונקל, א יעדער איז געזעצן פאר זיך שטיל אויף זיין פלאץ
פלוצלינג הערט מען דעם באס דרייווערס ראדיא, האלבעטע ווערטער, געשאסן...יחזקאל... תהילים.
דער דרייווער שרייט אריין היסטעריש, וואס ? ביסט זיכער ? געשאסן וועם ? אוי אוי, מיר האבן נאכנישט געכאפט אז עפעס גייט פאר.
יענער ענטפערט צוריק קלאר און דייטליך מיט א שאקירט קול, "מהאט געשאסן יחזקאל שמש, יעדער זאל זאגן תהילים שוין".
אונז האב מיר זיך אנגעקוקט איינער דעם אנדערן ווי וואנזיגע, עפעס האט זיך נישט געקלעפט אזא מעשה, סי דאך נישט מעגליך אזא זאך !!!! שיסן יחזקאל שמש ??? ביסט משוגע, ער איז דאך דאס בעסטע און שענסטע וואס די וועלט פארמאגט, ער איז זיכער בולעט פרוף.

פון דיי בעק באס איז אויפגעשפרינגען א בחור (איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן די סצענע) און געשריגען, אוי וויי דאס איז געווען יחזקאל... כאב עם געזען ליגן דארטן אויפן פלאר !!, דער בחור האט אויסגעשאסן אין א געוויין.
שאקירט צו זען דעם געווענדליכן פרייליכן בחור וויינען זענען מיר אלע צוגעלאפן צו דעם בחור צו הערן וואס ער האט געזען, דער בחור האט זיך איינגעקורטשעט אין זיין מאנטל און געציטערט פאר שרעק און געוויין, איך געדענק ווי ערשטוינט איך בין געווען אויף דעם בחור וואס האט אלץ געהאט א ווערטל און א גוט מוטיגען שמייכל זאל קענען וויינען.

ענדליך האט מען ארויסגעווישט עפעס פרטים, ער האט געוואוינט אויף יענע בלאק, ער איז אדורך געגאנגען יענע פלאץ אזוי ווי א יעדן פארטאגס, ווען ער איז אנגעקומען אינמיטן בלאק ווי אסאך קארס זענען געווען געפארקט, האט ער געזען איין פארקינג ספאט ליידיג, און אויף יענע פלאץ איז געלעגן א מענטש אויסגעשפרייט אויף דער ערד, דער מענטש איז נישט געווען צום דערקענען, אויסער דעם איז דארט געווען חשך ואפילה, דער בחור איז געווען דער איינציגסטער אויף יענעם פלאץ, זעט אויס אז סיז ממש דעמאלטס געשען א מינוט פאר ער איז אנגעקומען, ווען ער האלט אזוי אינמיטן קוקן וואס דא גייט פאר, זעט ער ווי צוויי מענטשן קריכן ארויס פון ערגעץ, זעט אויס אז זיי זענען געווען באהאלטן, און זיי רעדן עפעס... געשאסן... אנטלאפן...די קאר..., דערציילט דער בחור, איך האב מיך בעסער איינגעקוקט אין דעם מענטש וואס ליגט דארטן און (דער בחור וויינט שרעקליך) כאב געזען רינען בלוט פון זיין קאפ, כאב נאך קיינמאל נישט געזען קיין געשאסענע מענטש זאגט דער בחור, איך בין יעצט געשטאנען איינער אליינס נעבן אזא איינעם, איך האב געהויבן פיס און געלאפן אין איין צי ביז צום באס

מען איז אנגעקומען אין ישיבה און זיך גענומען זאגן תהילים, דער עולם האט זיך ארומגעדרייט אן א קאפ.
אבער יענעמס בחור געזיכט גייט מיר נישט ארויס פון קאפ.
איך האב עם געזען זיך ארום דרייען אין האל מיט א תהילים, אבער זיינע אויגן האבן געקוקט אין ווייטן האריזאנט אריין.
א ליידיגקייט געמישט מיט שמערצליכע ווייטאג האט פון זיין געזיכט אראפגעשמיסן.
איך האב עם באטראכט, ער האט זיך ארומגעדרייט ווי א פארזעעניש, קיין תהילים האט ער נישט געזאגט ווייל זיינע ליפן זענען געווען פארשמאכט פון צער, אט דאס איז געווען א מעכטיגע אפשפיגלונג ווזוי גאנץ סאטמאר האט דעמאלטס געשפירט נאך אזא אומגליק.

דער בחור האט נישט געשמייכעלט פאר א לאנגע צייט נאכדעם, איך געדענק ווי איך האב רחמנות געהאט אויף עם
איך פלעג עם זען אסאך מאל קלאצן אין הוילן חלל אריין, און סהאט זיך מיר געדאכט ווי ער פילט זיך שולדיג פונעם אומגליק.
פון צייט צו צייט האט מען געקענט הערן א טיפן קרעכץ פון עם.

איך האב זיכער נישט באשריבן ר` יחזקאל מיט אלע הידורים, ווייל דאס איז קלאר אום מעגליך צו באשרייבן אזא מענטש, ווער עס האט עם נישט געקענט וועט נישט פארשטיין, און ווער סהאט עם געקענט דארף מען נישט צופיל זאגן, איך האב נאר אביסל געשריבן מיינע געפילן וועגן עם.

גזירה על המת שנשתכח מן הלב.
אבער אפילו יעצט נאך ניינצן יאר דערמאן איך מיך זייער אסאך מאל פון רעב יחזקאל`ס צורה.
און ווען דעס געשעט קלינגט מיר אפ דאס געוויין פון עפעס א בחור אויפן באס פארענדיג אויף די טונקעלע גאסן יענעם פינסטערע פארטאגס
און זיין פארגליווערטע געזיכט ציטערט מיך אויף.
לעצט פאראכטן דורך זילבערנע בעכער אום מיטוואך פאברואר 11, 2009 9:36 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג ינואר 28, 2008 2:14 pm

האסט ארויסגעברענגט טרערן ביי מיר, און מסתמא ביי אלע ליינער. איך וועל אויך נישט אזוי שנעל פארגעסן יענע אנגעצויגענע טעג.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6439
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג ינואר 28, 2008 3:04 pm

או דערמאנסטו מיר ווען ר' יחזקאל האט אויסגעריפן די זכרים יעדן פרייטיג צינאכט

==========================================================
אין ביי זיין לווה האט מען געקענט מיינען אז איינע פון די גרעסטע רבי'ס זענען אוועק


.
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג ינואר 28, 2008 3:52 pm

ס'זייער מעגליך אז דו רעדסט פון מיר! ס'איז שרעקליכער ווי דו האסט געשריבן, איך בין דארט געווען, די קאשמאר'ן וואס מיר זענען דוירך איז אין לשער, מיר האבן געהערט דאס שיסן וואס האט אפגעהילכט אינעם פארטאג'ס טונקעלע נאכט, בערך 5:47 אויב איך געדענק גוט, נאכן אים אוועקפירן בין איך נאך געגאנגן אין מקוה, מ'האט נאכנישט געוואוסט אז ס'איז ר' יחזקאל'ן ע"ה, די הצלה יונגעלייט האבן אים גאר געשיקט דערהויבן פון די ערד, און אריינגערופן עמערדשנסי פאליציי זאל פאראויס פליען פאר זיי, מ'האט געזען דער מצב איז נישט גוט.

אוי ר' יחזקאל ר' יחזקאל, דיין געשריי: איך וועל זאגן נעמען!! האט דערשראקן גרויסע מענטשן, דיין שמייכל און גוט ווארט האט געמאכט פריילעך דעם טיפוש, איך וועל נישט פארגעסן ווי איך בין איינמאל "שבת פאר מוסף" געשטאנען ביי די טיר וואס איז אמאל געווען אויף דרום זייט פון ביהמ"ד, (היינט שוין אריינגענומען), און איך האב צוגעקוקט מיט האלבע חלשות צו די "קידוש" וואס מ'גרייט דארט אן, אויסגייענדיג פאר א שיינע שטיקל קרעימיש קעיק, איז ר' יחזקאל אזוי צווישן צוזאמענען די סידורים מיט איין האנד, און ווייזן-באפעלן די גוים מיט די אנדערע, האט ער געפרעגט: זאג יונגעלע, ביסט א קרוב? איך האב דעמאלטס נישט פונקטליך פארשטאנען וואס ער וויל, צושראקענערהייט ער זאל מיך נישט איינשלינגן מיט זיין ברייטן מויל, האב איך געשטאמעלט, יא!

נו, גיי אריין, זעץ דיך אראפ, עס נישט אויף דאס גאנצע. און ער איז שוין נישט דארט געווען.

מיר יונגעלעך, וועלן זיין "דינערישע" שטימע, קיינמאל נישט פארגעסן. יהא זכרו ברוך

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג ינואר 28, 2008 4:40 pm

איך געדענק אים נישט, איך בין נאך געווען א קליין יונגעל ווען די מעשה איז געשען, דאך בין איך געווארן עמאושענעל ליינענדיג די ארטיקל. אבער איך געדענק אז מען האט געזאגט תהלים אין חדר (אין קרית יואל).

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג ינואר 28, 2008 5:26 pm

3x0 האט געשריבן:איך געדענק אים נישט, איך בין נאך געווען א קליין יונגעל ווען די מעשה איז געשען, דאך בין איך געווארן עמאושענעל ליינענדיג די ארטיקל. אבער איך געדענק אז מען האט געזאגט תהלים אין חדר (אין קרית יואל).


גם אני מצטרף מיטן זעלבן מעסעדזש.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6439
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג ינואר 28, 2008 5:50 pm

אינטערסאנט איז געווען אז אזא תהילים ווי די יונגעלך האבען דעמאלץ געזאגט האט מע נאך קיינמאל נישט געזען

אויך און ראדני האט מען איינגעריסן וועלטן
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
מרן אדמו"ר
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 22, 2006 12:40 pm

תגובהדורך מרן אדמו"ר » מאנטאג ינואר 28, 2008 6:40 pm

או ר' יחזקאל אלץ אינגערמאן איז נישט צי באשרייבען ווי א לייב איז ער ציגעשטאנען צי רבינו הק' זי"ע ועכי"א

קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע: ביים געלעזל

תגובהדורך קאניאק » מאנטאג ינואר 28, 2008 7:49 pm

א טרערעלע שנירט זיך אראפ אויף מיין באקען וואס איז אימאפווישעבל רין טרערעלע רין עס איז דא פאר וואס צו וויינען איך געדענק נאך די מינוטין ווען דיבשורה איז אנגעקומען אז ר' יחזקאל איז שוין נישט דא טייכן טרערן זענען פארגאסען געווארן עס איז א אימפארגעסענע ווייטאג א אימפארהיילטע ווינד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 28, 2008 7:51 pm

עס איז נאכנישט אדורך קיין 19 יאר פון דעם טרויעריגן עפיזאד, לויט מיין זכרון האט דאס פאסירט תש"נ, פונקט 18 יאר צוריק. איך האב דעמאלטס געלערנט אין כיתה ו' - נישט אין סאטמאר - אבער איך געדענק גאר גוט די טרייסל וואס האט אפגעהילכט צווישן די ווענט פון חדר ביים הערן די בשורה לא טובה אז "מען האט געשאסן ר' יחזקאל משמש".

מיר געדענקן ר' יחזקאל פון די חופה'ס, און אלס קינד פלעגן מיר טאקע איבערהערן די טאטע-מאמע'ס חתונה טעיפ טעגליך, פרובירנדיג נאכצומאכן די קנייטשן פון "א-א-א-א-א-א-א-את ה-ה-ה-ה-כלה", אן א מייק פלעגט מען דאס הערן גאנצע צוויי בלאק אוועק פונעם חתונה זאל יעדע נאכט. מי יתן לנו תמורתו.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מאנטאג ינואר 28, 2008 10:28 pm

ת.נ.צ.ב.ה.

זילבי, האסט ארויס געברענגט דיינע און יעדן איינעם'ס געפילן, שכוח.

ה.י.ד.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג ינואר 28, 2008 10:39 pm

אגב, אין "דער שטערן" פארגאנגענעם יאר איז געווען זייער גוט באשריבן די גאנצע שיסעריי און די נאכפאלגנדע אויספארשונג.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 28, 2008 10:42 pm

ביי יענע קאורט קעיס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס איך האב געליינט א צייטונג, זייענדיג א קליינער טוטער האב איך מיטגעהאלטן יעדע אבדזשעקשן פונעם ריכטער און געליינט מיט אינטערעסע יעדע הארל וואס איז געפונען געווארן אינעם קאר (איך האב געליינט "די צייטונג" פונעם ערשטן אויסגאבע ביז עטליכע יאר נאך מיין חתונה)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20559
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 29, 2008 8:18 am

אוי ר' יחזקאל ווי נעמט אזא ר' יחזקאל, איך בין אויך געווען א אינגל אין כיתה ח' אבער אוי געדענק איך אים, עס איז געווען חנוכה תש"נ אין ראדני אונז לעבעדיגע אינגלעך האבן זיך לוסטיג געמאכט אויפן חשבון פון איינעם פון די אורחים אין ביהמ"ד ר' יחזקאל האט אונז פארטריבן בלויז מיט זיין צורה.
אוי האבן מיר אינגלעך צאמגעוויינט פאר זיין רפואה, איך געדענק יענעם מאנטיג אינדערפרי ווען די בשורה איז געקומען אז ר' יחזקאל איז מער נישט דא מ'האב מיר עס פשוט נישט געגלייבט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » דינסטאג ינואר 29, 2008 10:11 am

זילבי, זייער עמאציאנאל! שנירלעך גיסען זיך בשעת'ן לעהזען! עס קומט זיך דיר שלעק אז דו האלטס נאר ביי 18 הודעות!
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11072
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דינסטאג ינואר 29, 2008 12:00 pm

איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן ווי מיר קליינע קינדער האבן יענע שבת נישט געסטאפט צו זאגען תהילים פאר יחזקאל בן רחל

זילבערנע בעכער
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2007 10:01 am

תגובהדורך זילבערנע בעכער » דינסטאג ינואר 29, 2008 1:19 pm

איך אליין בין געווארן אויסגעשעפט נאכן שרייבן די ארטיקל, עמאושענעלי און מענטעלי, דאס שרייבן וועגן די מעשה
איז מיר אנגעקומען זייער שווער, כאב מיך עטליכע מאל געדארפט אויפשטעלן אינמיטן צאמצונעמען מיינע געדאנקען.

איך זע פון די תגובות (און נישט תגובות) אז רוב עולם דא זענען נאך געווען קינדער יענע צייט.

אלענפאלס בין איך זייער צופרידן אז כאב ענדליך נאך אזויפיל יארן געקענט ערגעץ אויסגעבן מיינע געפילן וואס קוועטשט שוין אזוי לאנג.
און דערצו אויף אזא היימישע פלאטפארמע ווי דא, איך דאנק דיר קרעמער נאכאמאל פאר דיין ארבעט דא, און אויך ביסטו גערעכט
נישט 19 יאר צוריק נאר 18,

א יש"כ פאר יעדנס תגובה לעבר ולעתיד.

ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

תגובהדורך ליפא » דינסטאג ינואר 29, 2008 3:16 pm

ר' יחזקאל ע"ה דער ערשטער פון לינקס, מאכט פלאץ ביים רבי'ן ז"ל קבלת פנים אין אנטווערפן
צוגעלייגטע
Antwerp Kabulas Punim Rabainy Bairach Moshe.jpg
Antwerp Kabulas Punim Rabainy Bairach Moshe.jpg (61.09 KiB) געזעהן 4870 מאל

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דינסטאג ינואר 29, 2008 3:48 pm

זילבי, איך האב נישט קיין ווערטער אראפצולייגן ווי שטארק דו האסט מיך ארויסגענומען פון גלייכגעוויכט
מיט די באשרייבונג.

אוי געדענק איך דאס גוט, שרעקליך שרעקעדיג.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג ינואר 29, 2008 8:37 pm

איר דערמאנט מיר דא עפעס, ר' יחזקאל איז געליגן על ערש דוי אפאר טעג? פון דאנערשטאג ביז מאנטאג? זעהט אויס איך האב שוין טאקע פארגעסן פון דעמאלטס ביז היינט.

זילבערנע-בעכער;

ניטא פארוואס. צו יעדע צייט.

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3848
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » דינסטאג ינואר 29, 2008 9:46 pm

העי זילבי האסט געמאכט די מעשה מיט מיר היינט, אוי ווי איך דערמאן זיך די צייטן,
איך בין אויך (ווי רוב) געווען א אינגעל יעמאלט, איך געדענק ווי דער באס האט געזאלט קומען 7:30 אינדערפרי
אבער מר. בלוזענשטיין וואס האט יעמאלט אנגעפירט מיט די באסעס, איז געקומען זאגען אז מען גייט פארען שפעטער,
צוליב וואס איז געשעהן,
נ.ב. עס קען זיין איך מאך א טעות און ער איז ארום געפארען הערשט די טאג פון די לווי' זאגען אז מען גייט נישט אין חדר נאר אין ביהמ"ד צו די לווי'
די לווי' איז אויך געווען אינדערפרי.איי ווי איך לעב היצטערט מיט יענע טעג.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דינסטאג ינואר 29, 2008 9:49 pm

איך האב דאן נישט מיטגעלעבט די מעשה (כאטש איך וואלט ווען געקענט) און די ערשטער מאל וואס איך האב געליינט אן אויספירליכע באריכט איבער די מעשה איז געווען אין די אויבן דערמאנטע "שטערן" פאריאר.

אבער אזוי צו אזוי האט דאך די "בעכער" אראפ געלייגט די עובדא אזוי לעבעדיג אז איך האב געפילט ווי איל לעב אין די מעשה.

יישר כח פאר'ן מהנה זיין עז יוזשועל.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » מיטוואך ינואר 30, 2008 10:16 pm

שימה דמעתי בנאדך, נישט נאר וואס איך האס געוויינט יעמאלט'ס נאר אויך וואס איך האב געוויינט דא, איך געדענק עס נאך וואו היינט, יענע טאג ביי לאנטש, ווען איך בין מיך געגאנגען שפילען דארט ביי די שטיקלעך פאדאמענט וואס פלעגען זיין אוועקגעשטלעט, אינטער די רויטע בילדינג, (סמארט סעיווינגס/ישיבה לפעיטים/ ביהמ"ד קלונמוס אליעזר/ מאטעל/ טילאר טערעס/ האום סטייל קוקיס/ הייזער/ ועוד ועוד) איך געדענק נאך וואו נאך א פאר מינוט שפילען דארט האט די מלמד וואס איז געווען די אויפזעהער ביי לאנטש, באמערקט אז קיין איין קינד כמעט האט נישט די קאפ ביים שפילען, אין האט צינעזאם געריפען אלע קינדער אין לאנטש רום, אין מען האט מיט בכיות ממש געזאגט תהילים,

אוי ר' יחזקאל, די מי בן שיח וועל איך שוין מן הסתם נישט פארגעסען,
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » דאנארשטאג ינואר 31, 2008 4:39 am

שוין אכצן יאר דא? אזוי שנעל דורכגעלאפן, WOW

ווער געדענקט דען נישט? אווי היינט, איך האב דאך קוים געווארפן האנטוכער אויף אים, ווען מ'האט געזאגט אין חדר, אז זיין קאפ איז אונטערן מעסער שוין ווייס איך וויפיל מאל, און ס'איז גרויס ווי א מעלאנע, האמיר אלע אויסגעשאסן מיט געוויינען, און אינגעלך קוים הארט בעפאר די בר מצוה, האבן אזאנס פארפירט ביים תהלים'ל, נאכדעם אזא לוי' מיט אזעלכע בכיות, געדענק איך נישט צו סאך נאכדעם, דער ברך משה ז"ל, האט אזאנס געיאמערט, אז ס'גייט מיר פון קאפ נישט ארויס, באקאנט האט ער אים פאר זיין פטירה אנגעוואונטשען בין היתר, "חן" וואס איז מקויים געווארן, במספר שני ימי חייו.
חבל על דאבדין, .

[אגב, ווער געדענקט שלמה שמש'ס ערשטע וואך, זיין אויסרופן אין שול די זכרים?]

בעסער מ'רעדט נישט.......
און זיינע באהאלטענע פעולות, לקדשי בני ישראל, על דעת המשלח, כל עניניו בדעת ובהשכל אוהב את הבריות ומקרבן לתורה..

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6439
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג ינואר 31, 2008 2:19 pm

איך בין געווען דעמלץ ווען שלמה האט אויסגעריפען די ערשטע וואך די זכרים ,ביים אויסריפען איז געווען א ריזיגע עולם וואס האט נישט געדאווענט דארט נאר וואס האט געוואלט זען ווי אזוי ראדני קוקט אויס אן ר' יחזקאל ז"ל
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט