Lord George Gordon דער גר צדק פון לאנדאן הי"ד

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

דער גר צדק פון לאנדאן לארד דזארדז גארדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

שוין לאנג אווער-דא צו עפענען א אשכול איבער דער אינטרעסאנטע גר צדק אין ענגלאנד "לארד דזארדז גארדאן" וואס האט זיך מגייר געווען א 235 יאר צוריק; ער איז געווען א לארד א זוהן פון א לארד, זיינע ברודער זענען אלע געווען לארדען, און פון א משפחה מיט א לאנגע קייט פון לארדען.

אויב איך זאל ווארטען ביזען האבען די צייט צו שרייבען א געהעריגע אריינפיר, וועלען רוב אשכולות וואס מיר האבען בדעה צו עפענען קיינמאל נישט ווערען גע'עפענט. דערובער זייטס מיר מוחל און איך וועל בל"נ עפענען א סאך אשכולוות וואס מיר האבען געוואלט עפענען, אבער מיט א קורצע אדער גארנישט קיין הקדמה. מען קענען שפעטער אויך אריין פילען די בלענקס במשך די צייט, אבער קודם זאל עס דא זיין. עס איז זיכער אלעמאל דא אנדערע וואס קענען משלים זיין דער חסר.

דער שמועס (דער נושא) האבען מיר אנגעהויבען דא
viewtopic.php?p=1612170#p1612170
איז ברענגען מיר (אויך) אהער די תגובות, און דא וועט מען האפענטליך ממשיך זיין.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך פעברואר 14, 2018 12:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

SPUSMN האט געשריבן:Better later than never

יענעם פרייטיג וואס דער נונעז ריפארט האט געדארפט ארויס קומען מיט קלארע באווייזען אז דער FISA ארדער איז געווען באגרינדעט אויף דער Steele Dossier
האביך עס געוואלט באצייכענען אלץ דער אמעריקאנער "Ba-Steele Day"

https://en.wikipedia.org/wiki/Bastille_Day

צוליב דעם אויף דעקונג אז דער FBI איז געווען פארמישט אין א פלאט קעגען די בירגער וואס דערמאנט אין דער 1789 פראנצויזישער סטארמינג אוו דע באסטיעל "דער סימבאל פון אינטערדריקונג".

https://en.wikipedia.org/wiki/Storming_of_the_Bastille

https://en.wikipedia.org/wiki/Trump%E2% ... ia_dossier

פאר די וואס זענען נייגעיריג אין היסטאריע איז די זעלבע געשעהן א יאר שפעטער אין 1780 אין ענגלאנד מיט די "גארדאן ריאטאן" און סטארמינג פון ניוגעיט תפיסה"

https://en.wikipedia.org/wiki/Gordon_Riots

https://en.wikipedia.org/wiki/Newgate_Prison

https://en.wikipedia.org/wiki/Old_Bailey

סיי די 1789 סטארמינג אוו דע באסטיל אין פאריז און דער 1780 סטארמינג אוו ניוגעיט פריזען אין לאנדאן זענען געווען א פועל יוצא פון דער אמעריקאנער רעוואלוציע פאר פרייהייט אין 1776.

א אינטערסאנטער אנעקדאוט, אז דער פירער פון יענער ריאט איז געווען לארד דזארדז גארדאן
https://en.wikipedia.org/wiki/Lord_George_Gordon
וואס מען האט אים איין געזעצט און ער האט זיך אין תפיסה מגייר געווען און געווארען א גר צדק; און ווי מען דערציילט געווארען דארט א גאנצע רבי און געפירט טיש אין תפיסה (וויפיל אמת עס איז אין דער לעגענדע ווייס איך נישט).

דא איז לארד דזארדז גארדאן אלץ איד
אטעטשמענטס
LordGeorgeGordon.jpg
LordGeorgeGordon.jpg (29.01 KiB) געזען 3375 מאל
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך פעברואר 14, 2018 12:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

נא_שכל האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
א אינטערסאנטער אנעקדאוט, אז דער פירער פון יענער ריאט איז געווען לארד דזארדז גארדאן
https://en.wikipedia.org/wiki/Lord_George_Gordon
וואס מען האט אים איין געזעצט און ער האט זיך אין תפיסה מגייר געווען און געווארען א גר צדק; און ווי מען דערציילט געווארען דארט א גאנצע רבי און געפירט טיש אין תפיסה (וויפיל אמת עס איז אין דער לעגענדע ווייס איך נישט).

דא איז לארד דזארדז גארדאן אלץ איד

זייער אינטערסאנט. קיינמאל נישט געהערט דערפון.

נאך איז מיר אביסל אינטערסאנט, אז ווען ער איז געווארען א איד, האט ער זיך אנטגעטון אזויי א חסידישע איד. פון וואו האט דאן געזען די סארט אידן אין ענגלאנד?

א גוטע קשיא;

דער בילד, ווי עס זעהט אויס גייט ער לאנגע פיאות און עס איז נישט קיין האר, קלער איך אז מען האט עס געמאלען שפעטער.

עס איז דא עטליכע טאוקען'ס/מעדאלען וואס Thomas Pence א רעוואלוציענער האט געמאכט פון אים צווישען די יארען 1780 און 1792 (דער יאר פון זיין פטירה), און דארטען דאכט זיך זעהט מען נישט קיין פיאות (נאר האר) אבער דער בילד איז ענליך (דאס הייסט די געמאלענע איז גענומען פון יענע מעדאלען).
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך פעברואר 14, 2018 12:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
א אינטערסאנטער אנעקדאוט, אז דער פירער פון יענער ריאט איז געווען לארד דזארדז גארדאן
https://en.wikipedia.org/wiki/Lord_George_Gordon
וואס מען האט אים איין געזעצט און ער האט זיך אין תפיסה מגייר געווען און געווארען א גר צדק; און ווי מען דערציילט געווארען דארט א גאנצע רבי און געפירט טיש אין תפיסה (וויפיל אמת עס איז אין דער לעגענדע ווייס איך נישט).

דא איז לארד דזארדז גארדאן אלץ איד

זייער אינטערסאנט. קיינמאל נישט געהערט דערפון.

נאך איז מיר אביסל אינטערסאנט, אז ווען ער איז געווארען א איד, האט ער זיך אנטגעטון אזויי א חסידישע איד. פון וואו האט דאן געזען די סארט אידן אין ענגלאנד?

די גאר אינטערסאנטע לעבנס ביוגראפיע פון דעם קאמישן פערזענליכקייט איז געווען ברייט באשריבן איבער די שפאלטענס פון 'מעלות' פאר א צעהן-פופצן יאר צוריק.

ווערד אדורך צו ליינען
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

שמואל בארג האט געשריבן:יארן צוריק איז דאס געווען באשריבן אין די 'מעלות' אויסגאבע.

'וואוילע' זאגט די זעלבע.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תן חיוך »

Thanks @spusmn
מיר ווארטן זאלסט עפענען אלע אשכולות וואס די האסט אין מיינד...
הכל לטובה!
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

CIS publishers אין לעיקוואד, האט מיט א ערך 30 יאר צוריק געדרוקט א נאוועל פון אים.
אטעטשמענטס
CIS Publishers.png
CIS Publishers.png (95.98 KiB) געזען 3364 מאל
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

תן חיוך האט געשריבן:Thanks @spusmn
מיר ווארטן זאלסט עפענען אלע אשכולות וואס די האסט אין מיינד...

:lol:
וועסטו דארפען אויף געבען דיין דזאב; און איך אויך...
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דא איז איינע פון די טאקען'ס וואס (דער רעוואלוציענער) טאמעס ספענס האט געמאכט פון אים.
אטעטשמענטס
LGGobv.jpg
LGGobv.jpg (1.84 KiB) געזען 3281 מאל
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

שכח ספוסמאן.

זיין מערכה האט דוכט זיך געהאט שייכות מיט די קריג צווישן די פראטעסטאנטן און קאטאליקן אין יענע צייט, און אויך מיט די אמעריקאנע אויפשטאנד.
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

געווען שיין באשריבן אין די מעלות ארום צוואנציג יאר צוריק
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

וואס מיינט א לארד?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

לארד מיינט א פאריץ, איינער וואס באזיצט גרויסע פארמעגען'ס, האט פעלדער און וועלדער; בקיצור א וויכיטיגער מענטש וואס האט א דעה ווער דער נייע קעניג זאל זיין, און ביטער איז ווער עס פארטשעפעט זיך מיט אים; ער האט אלע קאנעקשען'ס און קען אויך מעניש זיין בידים און אין געוויסע פלעצער איז ער ממש געוען ווי א מלך ביי זיך אין שטאט/דארף/פייפדאם.

עס האט אנדערע נעמען אין אנדערע פלעצער און אנדערע לענדער. נאך נעמען, איז א גראף ווי גראף פאטאצקי. אין ענגלאנד אבער ווי עס האט שוין געהערשט עפעס פרייהייט פאר הונדערטער יארען (זינט די מעגנע קארטע מיט א 800 יאר צוריק), האט שוין א לארד נישט געהאט אזוי פיל כח אבער געווען ווי א סענאטאר און געזיצען אין דער האוז אוו לארדס, און (די "פשוטע" - קליינע מענטשען) האבע געוועלט זייער רעפרעזענטעטיווס אין דער האוז אוו קאמען'ס (דער הויז פון פשוטע מענטשען) און איז געווען ווי דער קאנגרעס דא אין אמעריקע.

טאקע פון דא האט זיך געשאפען דער געדאנק צו האבען אין אמעריקע א קאנגרעס מיט א סענאט, פינקט ווי אין ענגלאנד וואס עס איז דא א האוז אוו לארדס און א האוז אוו קאמען'ס. אבער דער סיבה פארוואס אין אמעריקע האט מען עס געמאכט, איז געווען צוליב א פשרה צווישען די גרויסע אין קליינע פון די ערשטע 13 קאלאניס (סטעיטס) אז יעדער וועט נאר האבען 2 סענאטארען אפילו ער איז דריי מאל אזוי גרויס ווי א צווייטער, אבער אלע וועלען האבען אייניג רעפרעזענטעישען אין דער קאנגרעס (לויט וויפיל נפשות זיי פארמאגען) און טאקע דער ריכטיגע כח האט מען געגעבען פאר דער קאנגרעס און נישט פאר דער סענאט. קאנגערס קען (אויב זיי ווילען) מבטל מאכען דער FBI; אזוי גרויס איז זייער כח.

https://simple.wikipedia.org/wiki/Lord
https://simple.wikipedia.org/wiki/House_of_Lords
https://simple.wikipedia.org/wiki/House ... ed_Kingdom
https://simple.wikipedia.org/wiki/Fiefdom
https://de.wikipedia.org/wiki/Graf
https://de.wikipedia.org/wiki/Herzog
https://de.wikipedia.org/wiki/Landgraf
https://de.wikipedia.org/wiki/Markgraf
https://de.wikipedia.org/wiki/Baron
https://en.wikipedia.org/wiki/Baron

באראן נתן מאיר ראטשילד'ס א אייניקעל איז געווען דאכט זיך דער ערשטע איד צו ווערען א לארד אין ענגלאנד. (נאך אונזער גר צדק)
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 2:40 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשיקטער »

גר "צדק" ? וועלכער בית דין האט אים מקבל געווען?

Ger says who .gif
Ger says who .gif (240.68 KiB) געזען 3024 מאל
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

עס איז מעגליך אז דער הויפט רב פון ענגלאנד האט מורא געהאט. ווייסט מען פון א אנדערע גר וואס ער האט מגייר געווען? אין יענע צייטען (ווי ביי די מעשה פון גראף פאטאצקי) איז געווען זייער שווער צו מגייר זיין א גוי, נאך דערצו פון אזא וויכטיגע משפחה; און די משפחה פונעם גוי וואלט דער קאפ אראפ גענומען פון ווער עס האט זיך דערווייגט צו מגייר זיין זייערס א קינד אדער ברודער.

מיר טראכטען ווי אין היינטיגע צייטען אז עס איז א פרי קאנטרי,יעדער קען טוהן וואס ער וויל וכו' וכו, אבער בימים ההם איז עס געווען א גרויסע קאפ ווייטאג און מסירת נפש פאר די רבנים, ספעציעל הויפט רבנים זיך אריין צו לאזען אין אזא סכנה. זיי האבען געהאט א אדרעס ווי דער משפחה זאל זיך נוקם זיין.

איך זאג עס נאר בדרך אפשר, אז דאס איז אפשר געווען דער סיבה, אבער באמת ווייס איך נישט.

אויך קען זיין אז קודם איז מען נישט געווען אין גאנצען איבערצייגט אז ער מיינט עס טאקע ערענסט.

אבער אויב עס איז אמת וואס מען דערציילט אז ער האט טאקע געפירט טיש אין תפיסה און געהאט דארט חסידים, דענמאלטט זאגט עס אונז יא זיין ערענסקייט וואס ער האט גענומען דאס אידישקייט.

מען דארף אויך וויסען ווער עס האט געשריבען דער ארטיקעל אין דער ענצייקלעפעדיע, ווי קראנט ער איז און וואס זיינע דעות און בייעסען זענען געוווען.

איך בשיטה גיב יעדען גר דער בענעפיט אוו דע דאוט און בין מקיים דער ואהבתם את הגר אן קיין קשיות, און ווילאנג איך ווייס נישט בפירוש אז ער איז נישט בסדר, איז ער ביי מיר א גר צדק. פארשטייט זיך ס'דא מדריגות בדבר וכו'.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 2:43 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

SPUSMN האט געשריבן:לארד מיינט א פאריץ, איינער וואס באזיצט גרויסע פארמעגען'ס, האט פעלדער און וועלדער; בקיצור א וויכיטיגער מענטש וואס האט א דעה ווער דער נייע קעניג זאל זיין, און ביטער איז ווער עס פארטשעפעט זיך מיט אים; ער האט אלע קאנעקשען'ס און קען אויך מעניש זיין בידים און אין געוויסע פלעצער איז ער ממש געוען ווי א מלך ביי זיך אין שטאט/דארף/פייפדאם.

עס האט אנדערע נעמען אין אנדערע פלעצער און אנדערע לענדער. נאך נעמען, איז א גראף ווי גראף פאטאצקי. אין ענגלאנד אבער ווי עס האט שוין געהערשט עפעס פרייהייט פאר הונדערטער יארען (זינט די מעגנע קארטען מיט א 800 יאר צוריק), האט שוין א לארד נישט געהאט אזוי פיל כח אבער געווען ווי א סענאטאר און געזיצען אין דער האוז אוו לארדס, און (די "פשוטע" - קליינע מענטשען) האבע געוועלט זייער רעפרעזענטעטיווס אין דער האוז אוו קאמען'ס (דער הויז פון פשוטע מענטשען) און איז דעווען ווי דער קאנגרעס דא אין אמעריקע.

טאקע פון דא האט זיך געשאפען דער געדאנק צו האבען אין אמעריקע א קאנגרעס מיט א סענאט, פינקט ווי אין ענגלאנד וואס עס איז דא א האוז אוו לארדס און א האוז אוו קאמענן'ס. אבער דער סיבה פארוואס אין אמעריקע האט מען עס געמאכט, איז געווען צוליב א פשרה צווישען די גרויסע אין קליינע פון די ערשטע 13 קאלאניס (סטעיטס) אז יעדער וועט נאר האבען 2 סענאטארען אפילו ער איז דריי מאל אזוי גרויס ווי א צווייטער, אבער אלע וועלען האבען אייניג רעפרעזענטעישען אין דער קאנגרעס (לויט וויפיל נפשות זיי פארמאגען) און טאקע דער ריכטייגע כח האט מען געגעבען פאר דער קאנגרעס און נישט פאר דער סענאט. קאנגערס קען (אויב זיי ווילען) מבטל מאכען דער FBI; אזוי גרויס איז זייער כח.

https://simple.wikipedia.org/wiki/Lord
https://simple.wikipedia.org/wiki/House_of_Lords
https://simple.wikipedia.org/wiki/House ... ed_Kingdom
https://simple.wikipedia.org/wiki/Fiefdom
https://de.wikipedia.org/wiki/Graf
https://de.wikipedia.org/wiki/Herzog
https://de.wikipedia.org/wiki/Landgraf
https://de.wikipedia.org/wiki/Markgraf
https://de.wikipedia.org/wiki/Baron
https://en.wikipedia.org/wiki/Baron

באראן נתן מאיר ראטשילד'ס א אייניקעל איז געווען דאכט זיך דער ערשטע איד צו ווערען א לארד אין ענגלאנד. (נאך אונזער גר צדק)

איך וויל נאר צולייגען, מיט וואס איך וואלט געדארפט באמת אנהייבען, אז לארד מיינט האר, דער בעל הבית. ער איז אזוי ווי דער לענדלארד איז בעל הבית פונעם הויז, (פון זיין שטיקעל לאנד).

האר מיינט אדון. אדון עולם, מיינט דער האר פון דער וועלט. אויך רבון מיינט דער זעלבע ווי אין "ריבון כל העולמים אדון כל הנשמות אדון השלום, מלך אביר" (אבער מסתמא איז דא דקות'דיגע חילוקים אין שמות הנרדפים).

דאס איז דער שורש פון דער ווארט.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג פעברואר 16, 2018 11:56 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשיקטער »

SPUSMN האט געשריבן:עס איז מעגליך אז דער הויפט רב פון ענגלאנד האט מורא געהאט. ווייסט מען פון א אנדערע גר וואס ער האט מגייר געווען? אין יענע צייטען (ווי ביי די מעשה פון גראף פאטאצקי) איז געווען זייער שווער צו מגייר זיין א גוי, נאך דערצו פון אזא וויכטיגע משפחה; און די משפחה פונעם גוי וואלט דער קאפ אראפ גענומען פון ווער עס האט זיך דערווייגט צו מגייר זיין זייערס א קינד אדער ברודער.[

מיר טראכטען ווי אין היינטיגע צייטען אז עס איז א פרי קאנטרי,יעדער קען טוהן ווטס ער וויל וכו' וכו, אבער בימים ההם איז עס געווען א גרויסע קאפ ווייטאג און מסירת נפש פאר די רבנים, ספעציעל הויפט רבנים זיך אריין צו לאזען אין אזא סכנה. זיי האבען געהאט א אדרעס ווי דער משפחה זאל זיך נוקם זיין.

מיר זעט אויס אז ענגלאנד איז שוין דעמאלט געווען גאנץ ליבעראל
אז ער האט געקענט עסען כשר אין תפיסה און לייגען תפילין
אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 12:22 pm

Lord George Gordon דער גר צדק פון לאנדאן הי"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמימות'דיגער »

היינט איז דער יאהרצייט פון דער הייליגער גר צדק פון לאנדאן

רבי ישראל בן אברהם הי"ד
כ'בין א תם - נישט א נער
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”