כתר ארם צובה - 2'טער טייל - דורכאויס פרעות תש"ח - ווי אזוי איז עס אנגעקומען צי מדנ"י הענט - והלאה

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

כתר ארם צובה - 2'טער טייל - דורכאויס פרעות תש"ח - ווי אזוי איז עס אנגעקומען צי מדנ"י הענט - והלאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

בעזהי"ת

קודם ליינט דורך דער ערשטער טייל, וואס איז דאס דער "כתר ארם צובה"? ווער האט דאס געשריבען? וואס איז איהר חשיבות? און איהר היסטאריע ביז יאר תש"ח.

viewtopic.php?f=63&t=36003


איב די מנהלים האלטן אז עס איז נישט וויכטיג צי עס אפטיילען אין צוויי אשכולות, קענען זיי דאס ציזאם שטעלן.
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »


דער אוהר אלטער שוהל אין ארם צובה, איידער די פרעות


בילד
בילד
דער פלאץ ווי דער כתר איז אפגעהיטן געווארן פאר 600 יאר

געווען איז דאס צוויי טאג נאך דער טאג י"ז כסליו דער ניין און צוואנציגסטען אין נאוועמבער תש"ח, דער טאג וואס ליידער מעשה שטן הצליח און דער יו-ען האט געשטימט צי צעטיילען ארץ ישראל און געבן א חלק פון די ציונים.

די סירישע אראבער וואס זענען שוין אין די לעצטע צען יאר געווען שטארק אינטער געהעצט און ווי א פאס פולבער, צוליב די ציוני'סטישע באוועגונג וואס האט זיך געהויבען די קעפ, שווערע יארן זענען דאן אריבער אויף די אידן, אין סיריע האט מען דאן אפיציעל געשטיצט די פארשאלטענע נאציס, האבן ביי די יעצטיגע מצב אויפגעפלאצט, הונדערטער צעווילדעטע רוצחים ימ"ש האבן זיך א לאז געטאהן און געמאכט א בלוטיגע פאגראם אויף די ארטיגע אידישע קהילה, אומברענגענדיג אזוי פול ווי 75 אידן, הי"ד, און חרוב מאכענדיג ארום 15 אידישע הייזער, זיי האבן בארויבט און געפלינדערט ווי נאר זיי האבן געקענט, און די סירישע מיליטער נישט נאר זיי האבן נישט געטוהן גארנישט, שטייענדיג אין די זייט און זיך ציקוקענדיג מיט א שטילקייט, נאר פול פון זיי האבן ציגעהאלפן צי דעהם פאגראם.

די פאגראמירער האבן זיך דאן א לאז געטאהן אויף די אוהר אלטע שוהל, אריינגעבראכן אין איהר, עדיות פארציילען אז זיי האבן אויפגעבראכן די קאסטן וואס דער כתר איז געווען דערינען, און אנידער געשליידעט דעהם הייליגען כתר צום ערד מיט א שוידערליכער בזיון, ווען בלעטער רייסן זיך פון איהר.

די רוצחים האבן דאן צאמגענומען אלע ספרי תורה, אזוי פול ווי פערציג אין צאל, און פולע ספרי קודש, און עס באגאסען מיט נפט און בענזין און זיי פארברענט, ה"י, דערנאך האבן זיי אינטער געצינדען די שוהל, און איהר שווער געשעדיגט.

בילד
דער ביהמ"ד נאכן פאגראם


ווען דער שוידערליכער פאגראם האט זיך געענדיגט, האט זיך ארויס געשטעלט די שוידערליכער בילד, דער הייליגער כתר וואס איז איבער טויזענט יאר ערליך אפגעהיטן געווארן, איז נעלם געווארן, ווארשיינליך איז עס פארברענט געווארן צווישן אלע ספרי תורה, א שווער טרויער האט ארום גענומען די קהילה בפרט און פולע אידן איבער די וועלט בכלל הערנדיג די שווערע פארלוסט.

די שמועות איז שפעטער נתברר געווארן אלס נישט ריכטיג, עס איז געווען א קלוג שטיקל פון די ארטיגע ראשי הקהילה, צי פארשפריטען אזוינע שמועות און אזוי ארום זאלן די אראבער נישט זוכן מער צי שעדיגן די כתר.

דער אמת איז אז דער כתר האט איבער געלעבט, לויט איין גירסה, אינמיטן די שווערע פאגראם האט דער שמש פון שוהל, ר' אשר בגדאדי ז"ל, זיך הערויאיש אריינגעכאפט אין די ברענעדיגע שוהל און ארויס געראטעוועט דער כתר, אנדערע זאגן אז די רב, חכם משה טוויל זצ"ל האט שוין עטליכע טעג איידער די פרעות שמעקענדיג וואס גייט געשעהן באהאלטן די כתר.

די ציונים האבן דאן פארלייגט שווערע כוחות אז די כתר זאל אנקומען צי זייער באזיס, איינער פון די ראשי הציונים איז דאן געווען דער שפעטערדיגער פרעזידענט י. בן צבי שר"י, האט געלייגט גאר גרויס געוויכט עס צי באקומען, נישט די הייליגקייט פונעם כתר האט איהם געצויגען, פארשטייט זיך, נאר צי האבן אין באזיס אלטע אידישע כת"י פון תנ"ך וועט זיי מער געבן א אידישער אנשטעל… און נאך דערצוה אז עס קומט ארגיניעל פון אר"י, ער האט שוין פריער שטארק געוואלט גנב'נען דעהם כתר, נאך אין די למספרם יאר פון 1943 האט ער געשיקט א בחור'ל א יליד סוריה, זאל זך אריינכאפן צי סוריה און ארויס גנב'נען די כתר, דער בחור'ל מיטן נאמען יצחק שמוש, האט נאך געדענקט ווי הייליג דער כתר איז, און די קללה וואס איז אריינגעשריבען אין כתר אויף ווער עס גנב'עט עס האט באשלאסן עס צי בעטן שיינערהייט און נישט גנב'נען.

ווען ער איז אנגעקומען צי ארם צובה און ער האט געבעטן רי רבנים זאלן איהם געבן די כתר, זייענדיג מסביר אז דער בעסטע פלאץ דערפאר איז אר"י, האבן זיי איהם קאטאגאריש אפגעזאגט.

געווען אבער אזעלכע יונגע בחורים'לעך דארט וואס זענען נעבעך געווען גאר שטארק פארכאפט צי ציונית, און זיי האבן איהם ציגעזאגט עס צי ברענגן, זיי האבן איהם געזאגט אז ווען ער וועט שוין זיין אויפן באן וועלן זיי איהם דאס ברענגן אין א רענצל, שמוש האט אבער נישט מסכים געווען, מורא האבענדיג פון די קללה.

ווען שמוש איז צוריק געקומען צי בן צבי און איהם פארציילט די התלשלות העניינים, האט ער געענטפערט, "א שאד איך האב געשיקט א גראדער מענטש"...

יעצט, ווען עס איז קלאר געווארן אז דער כתר האט איבער געלעבט די פרעות, איז אבער געווען א שטארקע מיסטעריע ווי למעשה עס ליגט, די ציונים ובראשם בן צבי וואס איז שוין געווארן דער פרעזידענט האבן געלייגט שטארקע דרוק אויף די אידן פון ארם צובה און זייערע קהילות איבער די וועלט זאלן ברענגן די כתר צי אר"י.

אזוי אויך האט דער ספרדי'שער רה"ר פארשפרייט א רוף צי די סירישע אידן זאלן ברענגן די כתר צי אר"י, ציזאגענדיג אז די קללה וועט נישט שאדן.

וואס איז יענע יארן געווען מיטן כתר איז א מיסטעריע עד היום הזה, צען יאר דערויף, אין יאר תשי"ח, איז געווען א איד אין ארם צובה וואס האט געהאט איראנישע בירגערשאפט, און ער איז פארטריבען געווארן דערפאר פון סוריה, דער רב הרב טוויל מיט די אנדערע רבנים, זעענדיג אז די מצב מיט די אראבישע שכנים ווערט שווערער, און דער כתר קען מער נישט דארט בלייבען, האבן זיי באשלאסן אז עס איז צייט צי שיקן די כתר צי אר"י, און זיי האבן עס געשיקט מיט יענעם, דאס ארויס טראגען דער כתר איז געווען פארבינדען מיט מסירת נפש, ווארום ווען מען וואלט ווען איהם געכאפט וואלטן זיי איהם געקענט מארדען, ה"י, און דערפאר האר ער די כתר אויפן וועג באהאלטן איינגעוויקעלט אין סחורה אין א וואש מאשין, אנגעפילט מיט זעק צוויבל און רייז, ער איז קודם געפארן צי טערקיי, און דערנאך צי אר"י.

די כתר האט ער קודם געווען אין די שטוב פון א מזרח'יסטישער אקטיוויסט, און עטליכע וואכן נאך עס איז אנגעקומען צי אר"י איז עס אנגעקומען צי די הענט פונעם פרעזידענט בן צבי, ווען ער האט עס ארויס גענומען, האט ער צי זיין איבערראשונג געזעהן אז דער כתר הייבט זיך אן פון די תוכחה! אין פרשת כי תבא, די גאנצע חלק ביז דארט, ציזאמען מיט די הקדמה, האט געפעלט, און נאך שפעטערדיגע חלקים, פון די 487 דפים וואס עס איז דארט געווען, איז יעצט געווען נאר 294.

דרייסיג יאר איז דער כתר געווען ביי א אינסיטיוט וואס באלאנגט פאר בן צבי, מיטן נאמען מכון בן צבי, און דערנאך איז עס אריבער געלייגט געווארן צי די איזרעלי נאציאנאלער מוזעאום, ווי עס איז נאך דארט ביז היינט.

***


דאס איז די מעשה לויט די אפיציעלע ווערסיע פון מדנ"י, אז די ארם צובה קהילה האבן פרייוויליג געגעבן דער כתר פאר מדנ"י, פארהוילענדיג זיך פון די הימל שרייענדע קשיות, ווי אזוי קען דען זיין אז די קהילה פון ארם צובה, וואס געהאלטן דער כתר פאר אזוי הייליג און טייער, און עס פאר זעקס הונדערט יאר אפגעהיטן ווי די שווארץ אפל פון אויג, האט מסכים געווען עס צי אוועק געבן אין די הענט פון א פורק עול? קען דען זיין אז די רבנים האבן מסכים געווען אז דער כתר וואס איז טויזענט יאר געווען אין א ביהמ"ד, זאל פון יעצט זיין אין עפעס א פרייע אינסטיטיוט?

א געוויסער אידישער זשורנאליסט און שרייבער מיטן נאמען מתי פרידמאן האט ארויס געגעבן א גאנצער ספר ווי ער דעקט אויף דער גאנצער אמת, אז די רבנים האבן פארשטייט זיך נישט געוואלט איבער געבן די כתר אין די הענט פון די מדינה, נאר זיי האבן עס געשיקט מיטן ציהל אז עס זאל אנקומען צי די ארטיגע רבנים, אבער ווען דער איד האט עס געטראגן קודם קיין טערקיי האט איהם שוין דארט אפגעווארט א פארשטייער פון די מדינה צי לייגען דרוק אז ער זאל עס איבער געבן פאר די מדינה, און ווען ער איז אנגעקומען צי די מדינה, האט איהם א מדנ"י פארשטייער גלייך אפגעווארט און איהם איבער גערעדט אז דער כתר באלאנגט פאר אלע אידן און נישט פאר א ספעציפישע קהילה, און ווער דען איז די פארשטייער פון אלוועלטליכע אידנטוהם אויב נישט מדנ"י… און ווען די פארשטייער פון די רבנים זענען געקומען אפווארטן די כתר איז שוין נישט געווען אויף וואס, דער כתר איז שוין איבער געגעבן געווארן פאר די מדנ"י פארשטייער.

פרידמאן ציזאמען מיט א ארם צובה אפשטאמיגער איד מיטן נאמען עזרא קאסאן, האבן געלייגט די הענט אויף א דאקומענטן פון א גאר געהיימער משפט וואס די ארם צובה רבנים האבן אנגעקלאגט בן צבי אין די ראבינאט בית הדין, מיט די טענה אז זיי האבן געשיקט דער כתר מיטן איד אז ער זאל דאס איבער געבן פאר די רבנים אין אר"י, און נישט פאר די מדינה, דער איד וואס האט עס ארויף געשמוגעלט פון זיין זייט האט גע'טענה'ט אז מען האט איהם נישט געזאגט בכלל וואס צי טון דערמיט, און די אפציע איז געווען אין זיין האנט, און די מדינה האט גע'טענה'ט אז דער כתר באלאנגט פאר די אלוועלטליכע אידנטוהם און נישט נאר פאר די ארם צובה קהילה, ממילא באלאנגט עס פאר די מדינה וואס פארטרעט די אלוועלטליכע אידנטוהם…

די בית הדין האט נישט געקענט ארויס קומען מיט א אורטייל, און זיי האבן ארויף געצווינגען א פשרה אז איבער די כתר וועלן זיין אפוטרופסים בשותפות די מדינה, דער רה"ר, און די ארם צובה קהילה, אבער עס וועט דארפן ליגען נאר אין די בן צבי אינסטיטיוט, - אויב אזוי מיט וואס הייסט עס אז ליגט אינטער די אפוטרופסות פון די אר"צ קהילה? פרעג מיר נישט -

א קינד פון דער שמוגלער האט לעצטנס פארציילט פאר פרידמן אז דער כתר האט זיין טאטע בכלל ארויף געברענגט פון זיין אייגען ווילן, און בכלל איז זיין טאטע געווען דער וואס האט דאס געראטעוועט פון די פלאמען, ממילא איז אין זיין האנט געווען צי טוהן וואס ער האט געוואלט…

בילד
דער סוף חמשת חומשי תורה אינעם כתר


עס איז קאמיש ביז גאר, אז דורכאויס די לאנגע רייכע היסטאריע פון דער הייליגער כתר, און דורכאויס אלע איהרע וואנדערונגען וואס זי איז דורך, איז זי אלע מאל געווען אין הייליגע הענט, אויסער, די צוויי מאל וואס זי איז געווען אין ירושלים, די ערשטע מאל פאר טויזענט יאר צוריק, ווען עס איז געווען אין די הענט פון די קראים, און טויזענט יאר שפעטער ווען עס איז אין די הענט פון ממשיכי דרכם…

[align=center]די קאנטערווערסיע ענדיגט זיך נישט דא, בעסער געזאגט, עס הייבט זיך נאר דא אן, ווארט מיט שפאנונג.[/align]

א דאנג פאר ידידנו הרב 'חוקר', פארן ארויס העלפן מיט צישטעלן א טייל אינפארמאציע
לעצט פארראכטן דורך חזון-איש'ניק אום מאנטאג יאנואר 22, 2018 5:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

זייער אינטערעסאנט!
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

ווי שוין געשמועסט, איז א גרויס טייל פונם כתר נעלם געווארן, קרוב צי 200 בלאט, ארום א דריטל, די חלקים וואס פעלן איז פון אנהייב ביז אינמיטן פרשת כי תבא, און ביי די צווייטער זייט פעלט קהלת איכה אסתר דניאל און עזרא, און אזוי אויך פאלט פולע בלעטער אינמיטן די כתר.

בילד
בילד]
גאר אלטע בילדער פון חלקים פון כתר וואס איז שפעטער נעלם געווארן


די אנגענומענע ווערסיע איז געווען אז די איבעריגע בלעטער איז פארברענט געווארן ביי די פרעות וואס זענען דארט געווען, די ראיות דערפאר איז געווען שווארצע און ברוינע פלעקן ביי די עק פון די בלעטער, וואס צייגט לכאורה אויף סימנים פון פייער.

די טענה איז אבער אפגעפרעגט, נאך וואס א לעבראטארי האט עס איבער געקוקט, און באשטימט אז די פלעקן זענען נישט פון קיין שריפה, נאר פון שימל און פייכטקייט.

די מיסטעריע איבער די פארלוירענע בלעטער איז שטארקער געווארן, ווען צווי בלעטער פון די פארלוירענע חלקים זענען אפיר געקומען, קודם איז געקומען איין טייל פון דברי הימים וואס א פרוי האט געברענט צי די איזרעילי נאציאנאלע לייברערי, וואס איהר'ס א קרוב פון אר"צ האט געטראפן נאך די פאגראם זיך ארום וואלגערען אין שוהל, די טייל איז איבער געגעבן געווארן פאר די מדינה.

דער צווייטער איז א קליין טייל פון א בלעטל פון חומש שמות פרשת בא, וואס איז געליגען אין די בערזל פון א עלטערע איד אין ברוקלין א יליד ארם צובה, אלס א קמיע, ווי אזוי עס איז אנגעקומען צי אים, איז נישט קלאר, ווייל ער האט פאר קיינעם נישט פארציילט עד יום מותו, מען זאגט אז ער האט עס אויך געטראפן ארום וואלגערען אין שוהל, א זאך וואס האט נישט קיין מקור.

בילד בילד
בילד
די חלקים וואס זענען צוריק געקומען

די מיסטעריע איז נאך פול שטערקער נאך דעהם וואס א אידישער ענגלישער רייכער אנטיק קאלעקטער מיטן נאמען שלמה מוסאיאף האט פארציילט, אז איין טאג ווען ער איז געווען צי גאסט אין א האטעל אין ירושלים איז צי איהם געקומען א חרדי'שער אנטיק הענדלער, אין באגלייטונג פון נאך צוויי, זיי זענען אריין אין זיין צימער, דער סוחר האט געעפענט א רענצל און געוויזן א ריזן טייל וואס ער האט געהאט פונעם כתר, צווישן זיבעציג און הונדערט בלעטער דערפין, און איהם אנגעטראגן עס צי פארקויפען, מוסאיוף האט נישט מסכים געווען צי אפקויפן די גאנצע צוליב די גרויסער פרייז וואס ער האט פארלאנגט, נאר א טייל האט ער געוואלט אפקויפען, און דער סוחר האט איהם אפגעזאגט, זאגענדיג: אדער די גאנצע אדער גארנישט.

דער סוחר האט עס למעשה פארקויפט פאר א צווייטער מענטש, א חרדי'שער איד פון ענגלאנד.

עטליכע טאג דערויף איז דער אנטיק הענדלער געפונען געווארן ערמארדעט אין זיין האטעל צימער, ה"י.

מוסאויף איז פארבעטן געווארן דורך די בן צבי אינסיטיוט צי ענטפערען פאר וועהם מען האט עס פארקויפט, אבער ער האט קאטאגאריש אפגעווארפן צי ענפערען.

ווי די אפיציעלע ווערסיע איבער די פארלוירענע חלקים גייט, איז אדער אז אידן פון ארם צובה האבן גע'לקח'נט א טייל פונעם כתר, זעענדיג אין איהר א סגולה צי האלטן, א טענה וואס האט נישט קיין האפט, אוןאיז נישט מעגליך, צוליב די פחד וואס די אידן זענען דארט נתחנך געווארן צי אנרירען די כתר איהר צי בא'גנב'נען.

א אנדער טענה איז, אז די רבנים פון אר"צ האבן צעטיילט די כתר אויף קליינע קונטרסים, און אזוי ארום געבעטן אידן איהר ארויס צי טראגען פון סוריה, וואס אין אזא מצב איז עס פול לייכטער.

אזוי צי אזוי, קומט אויס אז ווען דער כתר איז אנגעקומען צי אר"י אין יאר תשי"ח, האט שוין געפעלט די אלע חלקים.

אבער פרידמאן אין זיין בוך גיבט גאנץ אנדערע ענפטער'ס אויף די אלע פראגע'ס.

פרידמן פארציילט אז דער שמוגלער האט אימיגרירט קיין אמעריקא צוליב די קאנפליקט וואס ער האט געהאט מיט די אר"צ קהילה איבער דער כתר, פון דארט האט ער פארלאנגט פון מדנ"י פרעזידענט ער זאל אריין שרייבען זיין נאמען אינעם כתר אלס אן אנדענק אז ער האט איהר געראטעוועט, בן צבי האט איהם ציגעזאגט אז ער גייט דאס טוהו, טאקע ציגעזאגט, אבער נישט געטוהן למעשה, שפעטער ווען ער איז געווארן אנגעצויגען אז זיין פארלאנג ווערט נישט נאכגעגעבן, האט איהם דער פירער פון די סוכנות פראבירט צי בארואיגען אבער אן ערפאלג.

דער סוכנות פירער האט דאן געשיקט א דרינגענדער מעסעדזש צי בן צבי'ס נאכפאלגער, דער דעמאלטיגער פרעזידענט, ווי ער שרייבט איהם, אז דער שמוגלער האט שוין נישט קיין שליטה אויף זיך, און קען אנהייבן רעדן, "איך בין זייער באזארגט אז ער וועט אנהייבן רעדן און דאס וועט פאראורזאכן אן אלוועלטליכער סקאנדאל".

די מעשה צייגט קלאר אז דער שמוגלער האט געוויסט געוויסע דעטאלן, וואס אויב דאס וואלט ווען פארשרייט געווארן וואלט עס פאראורזאכט אן אלוועלטליכער סקאנדאל

וואס קען דאס מיינען?

פרידמאן פראבירט צי דערגיין די מיסטעריע, ער ברענגט באווייזען אז ווען דער כתר איז אנגעקומען קיין אר"י, איז עס נאך געווען מער ווייניגער גאנץ, און אז אין דאקומענטן זעהט מען, אז מען האט עס נאך דאן גערופען אלס דער כתר, און נישט אלס בלויזע חלקים.

ער טענה'ט, אז ווען דער כתר איז אנגעקומען קיין אר"י האט מען דאן ווארשיינליך גע'גנב'עט חלקים פון איהר, ער געבט אן א ליסט מיט נעמען פון מענטשן וואס האבן געהאט ציטריט צום כתר, וואס זיי האבן זייער מעגליך גע'לקח'ענט, אזוי אויך איז די שמירה אויף דעהם געווען זייער שוואך, לייכטערהייט האט מען געקענט ציקומען דערצוה, מעגליך אז א פרעמדער גנב האט געלייגט זיינע הענט אויף דעהם.

***


נאך א איינצעלהייט.

ווען דער כתר איז אנגעקומען צי דער מדנ"י נאציאנאלער מוזעאום, נאכן זיין 30 יאר ביי די בן צבי אינסיטיוט, איז עס געווען אין א שווערע געשעדיגטער צישטאנד, אנגעפלעקט מיט ברוינע סימנים פון פייכטקייט און שימל, און פולע אותיותזענען געווען פארמעקט, דער מוזעום האט דאן שווער געארבעט און מיט פארשידענע טעכניקן איהר עטוואס פארראכטן.

די אפיציעלע ווערסיע איז אז ווען עס געווען אין ארם צובה, האט איהר די קהילה נישט גוט אפגעהיטן, אזוי ארום איז זיגעשעדיגט געווארן.

פרידמאן טענה'ט אבער, אזד דער כתר איז אנגעקומען צי אר"י און א גאנץ גוטער מצב, און דורכאויס די יארן וואס זי איז געווען אין די בן צבי איסטיטיוט, האבן זיי עס פארנאכלעסטיגט, האלטנדיג עס אין א פשוט'ער שאנק, אזוי ארום איז זי געשעדיגט געווארן.
לעצט פארראכטן דורך חזון-איש'ניק אום מאנטאג יאנואר 22, 2018 5:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

זייער שיין
א גרויסן יישר כח!!


געווען באשריבן אין דער שטערן, אדער אין שפאקטיוו, עטליכע יאר צוריק.

איינער קען צוצייכענען ווען
אוועטאר
אייזענער קאפ
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 17, 2018 11:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייזענער קאפ »

קעמען ערגעץ זעען קאפיס (online) פון די תנ"ך כתר ארם צובה?
אז מ'טוט גוט - און מ'טראכט גוט - וועט זיין גוט
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אייזענער קאפ האט געשריבן:קעמען ערגעץ זעען קאפיס (online) פון די תנ"ך כתר ארם צובה?

איינער האט שוין געלינקט. דא http://www.aleppocodex.org/aleppocodex.html
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
אייזענער קאפ
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 17, 2018 11:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייזענער קאפ »

קנאפער ידען האט געשריבן:
אייזענער קאפ האט געשריבן:קעמען ערגעץ זעען קאפיס (online) פון די תנ"ך כתר ארם צובה?

איינער האט שוין געלינקט. דא http://www.aleppocodex.org/aleppocodex.html

ישר כח. פון די "גאנצע" כתר ווי קען מען זעען?
אז מ'טוט גוט - און מ'טראכט גוט - וועט זיין גוט
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

כא כא כא האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט!
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קראתי ונהנתי
יישר כח חזו"א'ניק
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”