מערת אליהו בהר הכרמל

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יקים
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 1:49 pm

מערת אליהו בהר הכרמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקים »

אין הר הכרמל אין חיפה, איז דא א מערה וואס איז באקאנט אלץ "מערת אליהו"
אפשר קען מיר איינער ארויס העלפן:
1. פארוואס הייסט עסאזוי.
2. ווי איז דער מקור דערפאר?
3. צו עס איז באקאנט פון צדיקים וואס האבן געהאלטן פון דעם פלאץ? (ווער?)
ייש"כ!
הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

די מקור איז אין נ''ך אז אליהו האט זיך באהאלטן אין א הייל, צו די פלאץ איז אנגענימען ביים היימישן עולם, (דארף מען פרעגן איינעם פון א''י) ווייס איך נישט

Elijah's_cave016.jpg
Elijah's_cave016.jpg (331.54 KiB) געזען 2345 מאל
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
אפטא
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 9:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטא »

אויפגעפרישט האט געשריבן:די מקור איז אין נ''ך אז אליהו האט זיך באהאלטן אין א הייל, צו די פלאץ איז אנגענימען ביים היימישן עולם, (דארף מען פרעגן איינעם פון א''י) ווייס איך נישט

Elijah's_cave016.jpg

געהערט אמאהל אז ווען מונקאטשער רב איז געווען אין ארץ ישראל איז ער געגאנגען זעהן די מערה.

מ' דארף אויף מערקו דאס איז נישט די פלאץ וואס די יודען האבן געשריגן ה' הוא האלקים, דאס איז נאר א מערה ווי אליהו האט זיך בעהאלטן.

די פלאץ ווי סאיז געוון די ויכוח מיט די 400 נביאי הבעל איז אויך אויפן הר הכרמל אבער אויף אן אנדער ארט. היינט איז אויף דעם פלאץ א קלויסטער וואס איז געבויעט געווארן אויף דעם פלאץ בתקופת הצלבנים, וואס זיי האבן - אויף יעדע מקום וואס איז געווען מקודש ביי יודען - געבויעט א קלויסטער.
מוציא לאור
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 2:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוציא לאור »

אויפגעפרישט האט געשריבן:די מקור איז אין נ''ך אז אליהו האט זיך באהאלטן אין א הייל, צו די פלאץ איז אנגענימען ביים היימישן עולם, (דארף מען פרעגן איינעם פון א''י) ווייס איך נישט

Elijah's_cave016.jpg


די פלאץ איז אנגענומען און מ'פארט דארט כסדר.

דא האסטו א שטיקל פון שבחי הר"ן וואס רעדט דארט פון נסיעת מוהר"ן מברסלב לא"י

והלכו משם ובאו בערב ליל זכור ברית לעיר הקדש חיפה. ועמדו אצל הר הכרמל נגד מערת אליהו. ובאשמרת הבקר אמרו כל העם סליחות בשמחה גדולה. ואחר כך התפללו תפלת שחרית, ואחר כך הלכו כולם לעיר הקדש חיפה אנשים ונשים וטף.

און נאך א שטיקל פון אבני"ה ברזל - ברסלב
בעת שאמר רבינו זצוק"ל התורה ס"ו, (ויהי נא פי שנים ברוחך אלי) דיבר עם מוהרנ"ת מענין מערת אליהו ז"ל, והבין מוהרנ"ת שאליהו הנביא לא בא למדריגתו כי אם על ידי התבודדות.
געבט א כתב יד - און באקומט א ספר
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

מוציא לאור האט געשריבן:
אויפגעפרישט האט געשריבן:די מקור איז אין נ''ך אז אליהו האט זיך באהאלטן אין א הייל, צו די פלאץ איז אנגענימען ביים היימישן עולם, (דארף מען פרעגן איינעם פון א''י) ווייס איך נישט

Elijah's_cave016.jpg


די פלאץ איז אנגענומען און מ'פארט דארט כסדר.

דא האסטו א שטיקל פון שבחי הר"ן וואס רעדט דארט פון נסיעת מוהר"ן מברסלב לא"י

והלכו משם ובאו בערב ליל זכור ברית לעיר הקדש חיפה. ועמדו אצל הר הכרמל נגד מערת אליהו. ובאשמרת הבקר אמרו כל העם סליחות בשמחה גדולה. ואחר כך התפללו תפלת שחרית, ואחר כך הלכו כולם לעיר הקדש חיפה אנשים ונשים וטף.

ווערט מיר שוין עפעס פארענטפערט.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

מספר 'קדמונינו' בשם ספר עדן ציון (עמ י)
ואי אפשר לומר שבמערה זו הסתתר מפני אחאב שהעורבים כלכלוהו שם כי הלא הסתתר בנחל כרית אשר על פני הירדן שרחוק מאד מהר הכרמל וחיפה, וגם אי אפשר לומר שזוהי המערה שלן שמה בעת ראותו את המרכבה העליונה דהלא היא בהר האלקים חורב, אלא מוכרחים אנו לומר שבזאת המערה שהיא סמוכה למקום המזבח שנענה באש מן השמים שמה היה מתגורר ומתבודד ועל כן אמר לאחאב שלח קבץ אלי את כל ישראל אל הר הכרמל וגו' עכ"ל
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

הה"ק ראי"ה מקאפיטשניץ זצ"ל ביים ארויסקומען פון מערת אליהו
maaras eliahu.JPG
maaras eliahu.JPG (151.12 KiB) געזען 2206 מאל
דביה תחדי נפשא
יקים
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקים »

יישר כח פאר אלע וואס האבן זיך אנגערופן.
כ'וועל מיך פרייען צו באקומען נאך תשובות!
הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

הרה''ח הישיש ר' גרשון קויפמאן ני''ו לאויט''א, וועלכער איז געווען דער וועגווייזער ביי די לעצטע צוויי נסיעות פון רביה''ק מסאטמאר זי''ע קיין א''י ביים פארן אויף קברי צדיקים, דערציילט אז דער רבי האט דארט געדאוונט מנחה מיט גרויס התעוררות (אלס אליהו לא נענה אלא בתפלת המנחה).

דער מקום איז שטארק אנגענומען אלס מקום קדוש.

אגב איז כדאי צו וויסן, אז מען האט איבערגעבויעט די ראוד פארנט פון די מערה און גענצליך געטוישט די טרעפיק פעטערן מיט געציילטע יאר צוריק, דעריבער איז כדאי צו גיין מיט אן אפדעיטעד מעפ.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איז נישט די מערת אליהו בהר חורב?
וילך בכח האכילה ההוא ארבעים יום... והעורבים מביאים לו לאכול.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

שוועמל האט געשריבן:איז נישט די מערת אליהו בהר חורב?
וילך בכח האכילה ההוא ארבעים יום... והעורבים מביאים לו לאכול.

עס איז נישט די מערה ווי אליהו האט זיך אויסבאהאלטן פון אחאב
עס איז א מערה וואו עס איז מקובל אז דארט האט אליהו געדאוונט ביים מורא'דיגן מעמד אויפן הר הכרמל

די מערה וואו אליהו האט זיך אויסבאהאלטן פון אחאב איז ביים הר סיני, זעה דעם נייעם בוך פון הרב אלכסנדר הול searching for sinai ער ארבעט אריין דארט וואו גענוי עס געפינט זיך
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”