בעלי המסורה; און דער זעלטן אויסטערלישער אוצר - כתר ארם צובה

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 2:23 pm

ער ברענגט נישט פיזארו, נאר העתק פירארה ספר עזרא הכהן, ערשטנס איז דאס נישט קיין דפוס, ווייל אין פירארה איז דוכט זיך קיינמאל קיין חומש נישט געדרוקט געווארן.
צווייטנס רופט ער עס קלאר העתק פירארה, איז עס נישט די ספר עזרא זעלבסט.

במה דברים אמורים ווייס מיר נאכנישט

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 2:31 pm

כ'זעה עס איז יא געדרוקט געווארן חומשים דארט

אפשר מיינט ער דאס
על כל אופן ייש"כ פאר די ידיעה אינעם קאמרנער, און אויך פארן אינאיינוועגס צופירן צו דעם תיקון

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 2:33 pm

דארט שטייט טאקע והתמכרתם בכף רבתי ווי דער קאמארנער ברענגט

גרויסע-גדולה
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 2:56 pm

ר' חזון! אויסטערליש! ביטע זייטס ממשיך. דאס האט דיר געמוזט קאסטן אסאך צייט!
מיר זענען אייך שטארק דאנקבאר!

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 2:59 pm

פיזארו איז געווען א טעות סופר, איך האב געמיינט פירארא, אוודאי איז געדרוקט געווארן דארט א חומש, און פון דעם רעדט ער פון א דפוס.
ווי אויך ליגט מיר אין קאפ אז ער ברענגט עס מער ווי איין מאל

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 3:08 pm

רב טקסט האט געשריבן:כ'זעה עס איז יא געדרוקט געווארן חומשים דארט

אפשר מיינט ער דאס
על כל אופן ייש"כ פאר די ידיעה אינעם קאמרנער, און אויך פארן אינאיינוועגס צופירן צו דעם תיקון



יישר כח פאר דעם לינק, איך האב עס געהאט געזוכט.

מ'זעט טאקע אין זייער הקדמה אז זיי האבן מעתיק געווען א אלטע ספר תורה, מדויקת.

ווי אויך וואלט געווען אינטערעסאנט אויסצוליינען די איטאליענישע שריפט אונטער דעם.

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

אותיות הפוכות ומשונות

תגובהדורך חזון-איש'ניק » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 4:37 pm

נאך א עניין וואס ווייזט ווי ווייט מען קען זיך פארלאזען אויף מסורה.

די מנהג אמאל ביי די סופרים, איז געווען צי מאכן אין די ספרי תורה און ביי תפילין פארשידענע אותיות משונות ועקומות ופפי"ן מלופפין ותגין, דאס הייסט אז מען האט געמאכט שיינע באצירטע אותיות, קרומע, און תגין, ביי געוויסע אותיות וואס מען האט געהאט א מסורה אויף זיי, א טייל טאקע שטייט אין די ספר תגין וואס עס איז מקובל אז מען האט עס געטראפן שטיין אויף די שטיינער אין גלגל, אפשר וועט מען נאך אמאל מאריך זיין.

די מנהג איז אנגעגאנגען בעיקר ביי די תקופת הראשונים, און אין אנהייב תקופת האחרונים בעיקר אין אשכנז, און עס איז געווארן ווייניגער און ווייניגער, ביז בערך פאר 200 יאר צוריק, די חתם סופר זאגט טאקע אז מען זאל עס מער נישט מאכן ווייל מען האט שוין פארלוירען די מסורה.

די רמב"ם שרייבט שוין אויף דעהם, ער זאגט אז די זאכן טראץ עס שטייט נישט אין חז"ל, נהגו בהם סופרים איש מפי איש, דהיינו ביז משה רבינו, און מען נזהר זיין אין דעהם לכתחילה.

צווישן די אותיות זענען דא אותיות וואס איז דא אויף דעם אן ערנסטע חשש פסול, ווי פארקערטע אותיות, געווען א מנהג אז די ך' פון דרך עץ החיים, און די ל' פון לנכרי תשיך זענען איבער געדרייט, ביי די בעשטהק'ס ספר תורה וואס געפינט זיך ביי מחנובקה - בעלזא רבי שליט"א אין בני ברק, איז טאקע אזוי, אזוי אויך, רש"י שרייבט אז די ן' פון וימת תרח בחרן איז פארקערט, און טראץ די חשש פסול אויף דעם, זענען די פוסקים מסכים אז מען זאל ליינען דערין, ווייל די סופרים האבן געהאט דערויף א מסורה.

בילדבילדבילדבילד

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 4:50 pm

גלאזער האט געשריבן:http://www.aleppocodex.org/

וואס איז דער ספר תורה פון עזרא הסופר למעשה, וכן וואס דער קאמארנער ברענגט פון דפוס פיזארו אלס ספר תורה פון עזרא הסופר, מה הפירוש?

יש אומרים עזרא, ויש אומרים עזרה, דהיינו דער ס"ת פון די עזרה
viewtopic.php?f=63&t=14887&hilit=%D7%A2%D7%96%D7%A8%D7%90

ראספשע האט געשריבן:און אז מען רעדט שוין
כדאי צו אויסשמועסן דעם 'ספר תגין', וואס איז מקובל אז אזוי איז געווען געשריבן אויף די שטיינער אין גלגל
http://www.hebrewbooks.org/21530

קוק די פריערדיגע תגובה

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 5:16 pm

שוין, א גרויסען יישר כח פאר אלע באדאנקער'ס, עס גיבט נעפט צי ממשיך זיין.

וועמיר שרייבען א ביסל פון די היסטאריע אין קורצען, די היסטאריע איז גאנץ באקאנט ממילא דארף מען נישט מאריך זיין, דער צווייטער חלק פון די היסטאריע, וועלן מיר בל"נ פארזעצן.

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 5:24 pm

אין די כתר האט מען אריינגעשריבען

"קודש לה' על ישראל הרבנים השוכנים בעיר הקודש לא ימכר ולא יגאל"


בערך הונדערט יאר נאך וואס דער כתר איז געשריבען געווארן, איז עס אפגעקויפט געווארן דורך א קראי'שער עושר, וואס האט דאס מקדיש געווען פאר די קראי'שע קהילה אין ירושלים.

ביי די כתר איז דאן ציגעלייגט געווארן א טאוול מיטן אויפשריפט

"זה המצחף השלם של עש' וארבעה ספרים שכתב אתו מרי ורבנא שלמה הנודע בבן בויאעא הסופר המהיר רוח ה' תניחנו, ונקד ומסר אותו באר הטיב המלמד הגדול החכם הנבון אדון הסופרים ואבי החכמים וראש המלמדים המהיר במעשיו המבין במפעליו היחיד בדורותיו מר רב אהרן בן מר רב אשר תהי נפשו צרורה בצרור החיים עם הנביאים והצדיקים והחסידים."


די קראים האבן אבער געלאזט ווייטער ערליכע אידן מעיין זיין אינעם ספר צי מכריע זיין שאלות, ווארשיינליך איז דאס געווען א תנאי אין די מכירה, און טאקע זענען פולע תלמידי חכמים געקומען דורך לערנען דער הייליגער כתר.

בשנת ד"א תת"צ ווען עס איז געווען די ערשטע קרייץ ציגלער, וואס דאן האבן ביידע זייטען פונעם קריג, קריסטן מיט די מוסלעמענער זיך פארווילדעוועט און געמאכט פאגראמען אויף אידן בעיה"ק ירושלים, איז דער כתר דאן באראבאוועט געווארען דורך די מוסלעמענער הערשאפט, וועלכער האט עס גראדע גוט אפגעהיטן, און וויסענדיג די ווערד דערפון, האבן זיי עס ארויס געלייגט אויף פארקויף, א איד האט עס דאן אפגעקויפט, און עס אראפ געברענגט צי מצרים, צי די ערליכע אידישע קהילה.

די כתר איז דאן פאר לאנגע יארן געווען אפגעהיטן אין די אלטע שוהל אין קהיר-קאירא פון די קהילה פון יוצאי ירושלים מיטן נאמען "כניסת ירושלים", און אויף דעם כתר האט מען דאן ציגעשריבען, טייל אראביש טייל לה"ק

"אנתקל בחכם אלאפתכאך מן נהב ירושלים (= עס איז אריבער צי דער אייגענטום פון די קהילה פון די ירושלמים דורך עס אויסלייזען פון געפענגעניש וואס עס איז אריינגעפאלן אין ירולשלים) עיר הקדש תבנה ותכונן לקהל מצרים לכניסת ירושלים תבנה ותכונן בחיי ישראל ברוך שומרו וארור גונבו וארור מוכרו וארור ממשכנו לא ימכר ולא יגאל לעולם ועד".


די כתר איז דארט געווען פאר לאנגע יארן, ווארשיינליך דארט האט עס די הייליגע רמב"ם געזעהן, עס דורך געלערנט, און געשריבען זייע הלכות.

במשך די יארן איז דער כתר אנגעקומען צי דער שטאט ארם צובה (חאלב, סוריה), עס ווערט געשאצט אז אין יאר קל"ה - בערך, ווען ר' דוד א זון פון רבי יהושע הנגיד דער פרנס פון די אידישע קהילה אין מצרים און א דור חמישי אייניקעל פונעם הייליגען רמב"ם זי"ע, איז אריבער וואוינען פון מצרים צי ארם צובה, און האט מיטגענומען פולע כתבי קודש, און ער האט דאן ווארשיינליך מיטגענומען מיט זיך דעהם כתר.

ער האט דאס דאן מפקיד געווען פאר די אוהר אלטע הייליגע אידישע קהילה אין ארם צובה, און מען האט דאס דאן אוועק געלייגט אין די היכל אליהו הנביא וואס איז אין דעהם אוהר אלטען בית הכנסת.

בילד
הבית הכנסת

דער אוהר אלטע שוהל איז געווען עקסטער פראכטפול און שיין, און עס איז נאך געבויעט געווארן בימי בית שני, געווען אזעלכע וואס האבן געהאט א קבלהמאז עס די יסודות איז נאך געבויעט געווארן דורך דער שר צבא יואב בן צרויה ווען ער האט איינגענומען ארם צובה בימי דוד המלך.

בילד
דאס ביהכ"ס בערך פאר צען יאר צוריק

אין דער ביהכ"נ איז דא זיבען היכלות, און דער זיבעטער היכל וואס איז געווען אויף מזרח, האט געהייסען היכל אליהו, ווייל אין די היכל האט זיך אליהו הנביא מתגלה געווען, און אט ביי די היכל האט מען אוועק געלייגט דעהם כתר, לצד אנדערע גאר אלטע כתבי קודש, ווי דער כתר דמשק, און וועגן דאס וואס דער כתר איז געווען אין ארם צובה, רופט מען עס מיטן נאמען "כתר ארם צובה".

אין די ספר האט מען דאן אריין געשריבען

"קודש לה', לא יימכר ולא ייגאל לעולם ולעולמי עולמים. ברוך שומרו וארור גונבו וארור ממשכנו"


די קהילה האט אפגעהיטען די כתר ווי די שווארץ אפל פון אויג, זיי האבן אפילו געגלייבט אז אין זכות פון דער הייליגער כתר ווערן זיי באשיצט, און אז
אין די טאג וואס דער כתר וועט חלילה אוועק גענומען פון זיי, וועט זיי חלילה באטרעפן א אומגליק.

שפעטער האבן זיי אפילו געבויעט א ריזן אייזערנעם קאסטן, אזוי ווי א סעיף, און זיי האבן אין די סעיף פארשלאסן דער כתר ציזאמען מיט די אנדערע כתבי קודש, פאר די קאסטן האבן זיי געמאכט צוויי שלאסן, און צעטיילט די צוויי שליסלעך פאר צוויי אנדערע נכבדים פון די קהילה, אז מען זאל נישט קענען עפענען דעהם קאסטן נאר ווען ביידע זענען דארט, אזוי ארום איז עס מער באשיצט.

דער קאסטן האבן זיי געלייגט אויף א ספעציעלן פראכטפולער מארמויער זייל וואס זיי האבן ספעציעל געבויעט דערצוה.

בילד
די סימני הנו"ן הפוכים אינעם כתר

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

ס"ת של הרמ"א

תגובהדורך חזון-איש'ניק » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 5:29 pm

געווען איז דאס ווען דער רבן של ישראל דער הייליגער רמ"א זי"ע האט געוואלט שרייבן א ספר תורה, איז זיין רצון געווען צי שרייבען דער ס"ת אויסגעהאלטן מיט יעדן איינציגסטער אות דער מערסטער וואס מען קען, ולצורך כך האט ער געוואלט א פונקליכער העתק פון דעהם כתר וואס געפינט זיך אין ארם צובה.

אבער צי אנגעקומען אין יענע יארן צי ארם צובה איז טאקע נישט אזוי שווער געווען ווי היינט… אבער דאך איז דאס געווען גאר שווער, צוליב די ווייטער מרחק, האט ער געשיקט א שליחות צי ידידו וריעו, מרן הבית יוסף זי"ע וואס האט געוואוינט אין ארץ ישראל ער זאל איהם ארויס העלפן.

דער בית יוסף האט דאן איינגעהאנדלט א תיקון סופרים כתב יד וואס איינער האט נאכגעשריבען פונקטליך פונעם כתר, פאר די פרייז פון הונדערט גאלדענע אדומים, און עס געשיקט צי דער רמ"א.

דער רמ"א האט זיך גאר שטארק דערפרייט דערצו, און ער האט טאקע געלאזט אויפשרייבען א ס"ת פונקטליך לפי די נוסח.

עס איז באקאנט אז אין די ס"ת פון דער רמ"א זענען געווען פערצן שינויים פון די אנגענומענע נוסח, ואלה הם

א. גדול עוני מנשא, חסר ו'.
ב. מעינת (נח ז - א) חסר ו'
ג. שם ט' כ"ט ויהיו מלא ו'
ד. וישלח לו ט"ו תומן במקום תימן
ה. וישב ל"ט כ"ב האסורים מלא ו'
ו. מקץ מ"א י"ד וירצהו חסר י'
ז. ויגש מ"ו ו' מקנהם חסר ו'
ח. בא י' ט'ובזקננו חסר י'
ט. תצוה כ"ט כ"ו האפד חסר ו'
י. שם כ"ט ט"ו אהרון מלא ו'
יא. במדבר א' י"ז בשמת חסר ו'
יב. ראה י"ג י"ב ויראון מלא ו'
יג. תצא כ"ג ב' פצוע דכא בא' במקום ה' כספרי אשכנז
יד. האזינו ל"ב ל"ד הלוא מלא ו'

די מעשה ווערט געברענגט אין עטליכע ספרים, אבער מען דארף חוקר זיין צי טאקע האט די רמ"א געשריבען די ספר תורה לויט דער תיקון סופרים פון בית יסוף? אדער קען זיין גאר אז דער בית יוסף האט איהם געשיקט א צווייטען כתר, וואס ער האט געשריבען לויט דעהם, עס איז ידוע אז אין מצרים איז געווען א כתר פון רב משה בן אשר דער טאטע פון רב אהרן, אפשר איז עס געווען פון איהם?

פארוואס פרעג איך? ווייל פאר לא תחמוד איז נישטא קיין פרשה, ועי' לקמן אז דאס איז נסתר פון די עדות פון די ראב"ן אז אין כתר איז יא געווען א פרשה. אפשר האט ער געטוהן לפי די אלטע נוסחאות פון רמב"ם, אזוי אויך איז אין די כתר נישטא קיין מלא ו' ביי הלא הוא כמוס אין האזינו, ווי ער קענט דא זעהן.בילד

פאר לאנגע יארן איז דער ספר תורה ציזאמען מיט די כת"י וואס דער בית יוסף האט געשיקט געווען אפגעהיטן אין דער ביהמ"ד אין קראקא, ביזן קריג וואס דער ביהמ"ד איז ליידער חרוב געווארן, פון דעמאלט איז א מיסטעריע וואס איז מיט זיי געשעהן, אפשר אן אנדער מאל, וועמיר פון דעהם מער רעדן.

בילדער פון א ספר תורה וואס איז מעגליך דעם רמ"א'ס ספר תורה
בילד בילד בילד בילד
לעצט פאראכטן דורך חזון-איש'ניק אום זונטאג ינואר 21, 2018 1:27 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 5:33 pm

מאנכע זאגן אז דער כתר תורה פון עזרא איז אויך געווען אינעם היכל אליהו ביהמ"ד אין ארם צובה

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » פרייטאג ינואר 19, 2018 1:22 am

פאלגענד זענען די שינויים וואס זענען נאך דא עד היום צווישן ספרי תורה, בעיקר צווישן די תימנים און נישט.

בר' ד יג מנשוא מנשא

בר' ז יא מעינות מעינת

בר' ט כט ויהי ויהיו

שמ' כה לא תיעשה תעשה

שמ' כח כו האפוד האפד

במד' א יז בשמות בשמת

במד' י י חדשכם חדשיכם

במד' כב ה בעור בער

דבר' כג ב דכה דכא

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » פרייטאג ינואר 19, 2018 1:30 am

איך וויל נאר קלאר שטעלן, וואס מיר האבן געשריבען וועגן די נקודות.

אין זוה"ק - דאכט זיך - און אין נאך ספרים איז קלאר אז די צורה פון די נקודות זעלבסט איז הייליג, און איז נישט קיין נייע זאך, נאר היות מען האט אמאל געלערנט פון ספרי תורה און מגילות, און די צורות הנקודות און טעמים זענען געווען א זעלטענע זאך, נפל בהם מחלוקת צווישן די מדינחאי ומערבאי וואס די ריכטיגע צורה איז, און איז האבן מקבל געווען די חכמי טבריה אזוי ווי שוין געשמועסט, און דאכט זיך אז אין זוה"ק איז דא ראיות צי די צורות פון די חכמי טבריה.

ודלא כהחוקרים וואס ווילן זאגן אז זיי אליין האבן מייסד געווען די נקדות, חס מלהזכיר.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1612
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » פרייטאג ינואר 19, 2018 2:05 am

wow

הערליך שיין און באלערנד.

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » פרייטאג ינואר 19, 2018 2:27 am

דער כתר וואס איז געווען אין ארם צובה ווערט געברענגט עטליכע מאל אין ספרים, ווי למשל רבי סעדיה העדני, מחכמי תימן, שרייבט אז ער האט עס געזעהן דארט, פאר ארום 600 יאר צוריק, אזוי אויך דער ראנ"ח, פאר ארום 450 יאר צוריק, איז מעיד פון א איש מהימן וואס האט דאס דארט געזעהן, שפעטער אין אבן ספיר פארציילט ער אויך אז ער האט דאס דארט געזעהן.

אין יאר תש"ג, איז געפארן צי ארם צובה א געוויסער חוקר מיטן נאמען מ.ד. קאסוטו צי זעהן דעם כתר, צוריק קומענדיג צי ארץ ישראל האט ער מפרסם געווען זיין מסקנה אז די גאנצע זאך איז א טעות, און דער כתר ארם צובה, איז נישט דער כתר פון בן אשר וואס די רמב"ם רעדט, ער האט געזאגט זיינע מסקנות, אבער נישט מפרסם געווען זיינע נימוקים, ביז די טאג פון זיין טויט.

א צייט שפעטער ווען דער כתר איז שוין געווען אין ארץ ישראל, האט עס א צווייטער חוקר מיטן נאמען מ. גושן-גוטשטיין עס בודק געווען, און פארשטאנען פארוואס קאסוטו איז ציגעקומען צי די מסקנה, ווארום אין רמב"ם שטייט אז די שורת האזינו דארף מען שרייבען אין 70 שבעים שורות, און דער רמב"ם האט אלעס געשריבען עפ"י דער כתר פון בן אשר, און אריין קוקענדיג אינעם כתר איז נאר דא 67 שורות, קען דאך נישט זיין אז דאס איז דער כתר פון בן אשר, א אייזערנער פירכא.

אבער דער גאנצער זאך איז נתברר געווארן אלס א טעות, ווייל אין די ערשטע דפוסי הרמב"ם שטייט טאקע, 67 שבע וששים שורות, אין די היינטיגע פרנקל דרוק שטייט שוין טאקע אזוי, די שבעים שורות איז געווען א פשוט'ער טעות, והכל על מקומו יבא בשלום.

א ענדליכער מעשה טרעפן מיר שוין - להבדיל - ביי אונזערע פוסקים.

אין די דפוסי הרמב"ם איז געשטאנען אז אין די עשרת הדברות אין פרשת יתרו, פאר דער לעצטער לא תחמוד, איז נישטא קיין רווח פרשה סתומה ווי פאר די אנדערע דיברות, פארשידענע ספרים - דאכט זיך אין אור תורה - האבן אבער גע'טענה'ט אז אין טייל פון די דפוסים ישנים שטייט יא אז מע דארף לאזן א סתומה.

רבינו אליהו ן' חיים שרייבט אין שו"ת ראנ"ח אז ער האט בידו א ספר וואס ער האט מגיה געווען פון א ספר וואס א ערליכער איד א חכם האט אליין מגיה געווען לפי דער כתר אין ארם צובה, און דארט איז יא דא א רווח פרשה סתומה פאר לא תחמוד.

אין שער אפרים זאגט ער וועגן דעם, אז אויב אין כתר שטייט אזוי, שמע מינה אז דאס איז ריכטיג און עס איז א טעות אין אונזערע דפוסים אין רמב"ם, און מען דארף טאקע יא לאזן א פרשה.

אין די היינטיגע דפוסים פונעם רמב"ם האט מען שוין טאקע געטוישט.

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » פרייטאג ינואר 19, 2018 5:56 am

נאכאמאל א ריזן דאנק!

כ'וויל נאר צולייגן צוויי קלייניגקייטן, עס איז לעצטנס געדרוקט געווארן א פירוש אויפן רמב"ם פון איינער פון די רבני ירושלים אין די ריש'ס וואס שרייבט אז ער האט געזעהן דעם כת"י בן אשר אין ארם צובה, און ער דערמאנט דארט אויך וויאזוי עס איז אהין אנגעקומען, ע"י יוצאי חלציו פוןנעם רמב"ם, וככל הנראה האט עס עהערט פאר'ן רמב"ם אליין, ומסתמא עלה לו בדמים יקרים או בהשתדלות גדולה.

וועגן דער ספר הרמ"א זעה מער אין די פייל וואס איז דא אטטעטשט.

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » פרייטאג ינואר 19, 2018 6:20 am

גלאזער האט געשריבן:
רב טקסט האט געשריבן:כ'זעה עס איז יא געדרוקט געווארן חומשים דארט

אפשר מיינט ער דאס
על כל אופן ייש"כ פאר די ידיעה אינעם קאמרנער, און אויך פארן אינאיינוועגס צופירן צו דעם תיקון



יישר כח פאר דעם לינק, איך האב עס געהאט געזוכט.

מ'זעט טאקע אין זייער הקדמה אז זיי האבן מעתיק געווען א אלטע ספר תורה, מדויקת.

ווי אויך וואלט געווען אינטערעסאנט אויסצוליינען די איטאליענישע שריפט אונטער דעם.



בעה"י
נאכן נאכזוכן זעהט אויס אז דער קאמארנער זצ"ל ברענגט דעם העתק פירארה אין די פאלגענדע פלעצער.
דברים ב לג, ונך הכף רבתי בהעתק פירארה שהוא העתק מעזרא הסופר וכך ראוי לכתוב וכו'.
דברים ג יא, ערש השין רבתי בהעתק פירארה שהוא העתק מעזרא הסופר ויש לכתוב כך.
דברים כח סח, והתמכרתם הכף רבתי על פי העתק פירארה ספר עזרא הכהן וכך ראוי לסופרים לכתוב בלי חשש ואין ממנהג בורים ראיה וכן הוא בכמה ספרים ישנים של מנהגי אשכנז.
דברים לג כט, אשריך מלא יוד והאלף רבתי בהעתק פירארה שהוא העתק ספר עזרא הסופר.

אין די אלע פלעצער ברענגט דער מנחת שי אראפ דעם העתק פירארה, און עס זעהט זיך אויס אז דער הייליגער קאמרנער האט זיך סומך געווען אויף איהם, און דאס אז דאס איז א העתק פון ספר עזרא האט ער געוואוסט בסוד ה' ליראיו.
קען זיין אז ער מיינט אויך נישט צו זאגן אז די מעתיקים אן פירארה האבן געהאט פאר זיך דעם ספר עזרא אליין נאר אז עס איז ריכטיג נאכגעשריבן בקבלה דור אחר דור פון ספר עזרא הסופר.

דער מנחת שי אליין ברענגט צו דעם העתק פירארה אין נאך עטליכע פלעצער.
שמות יד כו, איז ער מזהיר דעם מדפיס צו דרוקן די גאנצע שירת הים מיט די 6 שורות אויבן און אונטן, אלעס אויף איין עמוד אזוי ווי אין העתק פירארה.
שמות לד ז, אבות מלא וי"ו כתיב ובהעתק מדפוס פירארא וגם בס"א כ"י כתוב אבת חסר וא"ו ויצא להם טעות זה כו'.
במדבר ד מט, פקד אותם בכמה ספרי הדפוס וגם בהעתק פירארא חס' וא"ו אבל בהעתק הללי כו'.
במדבר ז יז, עתודים דנחשון בהעתק פירארה חסר וא"ו כחביריו שבענין וטעות הוא כו'.
במדבר כד ה, מה טובו כו' ובהעתק מפירארא עשו המ"ם רבתי וכן ראיתי בנוסח א' כ"י מאלפא ביתא רבתית ובתיקון ס"ת ישן אבל אינו כן בספרים ולא במסורת שלנו כו'.
דברים לב א, על שירת האזינו, דערמאנט ער אויך אז אין העתק פירארה איז די שירת האזינו בשבעים שיטות כדעת בעל אור תורה.

דער מנחת שי נעמט קיינמאל נישט אן די נוסח פון העתק פירארא וואס ער ברענגט, אויסער ביי שירת האזינו. און ביי שירת הים דערמאנט ער סך הכל אז מען זאל עס דרוקן אזוי ווי עס איז דארט געדרוקט.
און דער קאמרנער נעמט אויך נישט אן די נוסח פון העתק פירארה אין די אנדערע פלעצער ווי ער דערמאנט איהם נישט, און אפי' ביי מה טובו ווי עס איז אויך א ענין פון אותיות רבתות.
זעהט אויס אז עס עכ"פ נישט ממש א העתק מדוקדק בתכלית מספר עזרא, עפעס איינצעלנע גרייזן זענען דארט אריינגעפאלן.


די אלע זאכן וואס דער מנחת שי ברענגט פון העתק פירארא זענען דא אין דעם חומש וואס כ'האב געברענגט פריער, און עס ווערט גערופן העתק ווי דער מדפיס שרייבט אז עס איז מוגה מהעתק ספר תורה, דאס מיינט פון א תיקון מדוקדק מוסמך.
די 3 זאכן בחסרות ויתרות וואס דער מנחת שי שרייבט זענען שוין מוגה אויפן גליון פון דעם ספר וואס כ'האב געברענגט.

נ.ב. לא חכמתי עמדה לי, כ'האב נאר גענוצט די מפתח וואס איז געדרוקט אין מנחת שי מהד' בצר.
______________
אז מען רעדט שוין פון פירארה איז אינטרעסאנט צו דערמאנען אז בעת די פולמוס אויפן וי"ו קטיעא, בשנת תק"ד, שרייבן די רבנים פון פירארא (פחד יצחק ערך ס"ת, וחזר ונדפס בקובץ מוריה תמוז תשס"ח) הגאונים בעל פחד יצחק ור' מרדכי צהלון, אז עס איז פארהאן ביי זיי אין שטאט מער ווי 140 ספרי תורה, און זיי האבן געלאזט איבערקוקן רוב פון די ספרים.
שפעטער אין די בריוו וואס די רבנים פון וויניציאה האבן געשריבן צו הג"ר אריה לייב מאמשטרדם (נדפס במוריה הנ"ל) דערמאנען זיי דאס און זיי לייגן צו אז די רעדע איז בעיקר וועגן אלטע חשובע ספרים געשריבן דורך סופרים תלמידי חכמים, און אז דארט אין פירארא האט געוואוינט דער רקאנטי, ספרא רבא דישראל.
ועי' מנחת שי פ' וזאת הברכה על לבנימין, מה שהביא מספר תורה של הרב הרקאנטי.

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » פרייטאג ינואר 19, 2018 7:15 am

רב טקסט האט געשריבן:נאכאמאל א ריזן דאנק!

כ'וויל נאר צולייגן צוויי קלייניגקייטן, עס איז לעצטנס געדרוקט געווארן א פירוש אויפן רמב"ם פון איינער פון די רבני ירושלים אין די ריש'ס וואס שרייבט אז ער האט געזעהן דעם כת"י בן אשר אין ארם צובה, און ער דערמאנט דארט אויך וויאזוי עס איז אהין אנגעקומען, ע"י יוצאי חלציו פוןנעם רמב"ם, וככל הנראה האט עס עהערט פאר'ן רמב"ם אליין, ומסתמא עלה לו בדמים יקרים או בהשתדלות גדולה.

וועגן דער ספר הרמ"א זעה מער אין די פייל וואס איז דא אטטעטשט.

ווי אזוי הייסט די פירוש? קום אריין קלארער, פליז.

איך האב שוין געזעהן די אטעטשט פייל פאר כמעט 2 יאר צוריק, פון דארט טאקע האב איך גענומען די בילדער פון דע רמ"א'ס מעגליכער ס"ת, איך געדענק נישט אז ער זאל פרעגן די שאלות וואס איך האב פריער געפרעגט, קען זיין אז איך האב שוין פארגעסן, וועל איך דארפן איבער קוקען.

כ'מיין ס'ערנסטע קשיות, צי מייחס זיין די רמ"א'ס ספר צום כתר.

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1287
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » פרייטאג ינואר 19, 2018 9:17 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:wow

הערליך שיין און באלערנד.


זיער שיין - א גרויסן יישר כח
We want more...
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

ODOM
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » זונטאג ינואר 21, 2018 12:45 am

אינטרענסאנט.
אין חאלב, דארט אין ארם צובה, אוו דער ספר דער "כתר" איז געווען, האט מען געשריבען די ספרים לויט דעם כתר, אדער לויט די מסורה פון גאנץ כלל ישראל?
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » זונטאג ינואר 21, 2018 1:25 am

ODOM האט געשריבן:אינטרענסאנט.
אין חאלב, דארט אין ארם צובה, אוו דער ספר דער "כתר" איז געווען, האט מען געשריבען די ספרים לויט דעם כתר, אדער לויט די מסורה פון גאנץ כלל ישראל?

כ'פארשטיי נישט די שאלה, ווער זאגט אז די מסורה פון כלל ישראל איז אנדערש ווי דער כתר, לויט ווי מיר האבן געשריבען, האט דאך דער רמב"ם און נאך פוסקים ראשונים ואחרונים מכריע געווען ווי דער כתר, קוק ווייטער.

חלהדעקל האט געשריבן:הערליכע קלארע ארבעט! א ריזיגע ישר כח!

למעשה זענען אונזערע ס"ת טאקע %100 פראצענט ווי די כתר תורה?


אין אונזערע ספרי תורה ווייסען מיר נישט עפעס קיין חילוקים, ס'אבער שווער צי וויסן, ווייל רוב חלק פון תורה איז פארלוירען, דא אזעלעכע וואס זענען מעיד אז אין כתר איז געשטאנען 'פצוע דכא' מיט א א', אזוי ווי אין ספרי אשכנז ותימן, היינט פירט מען זיך שוין ביי אונז אויך צי שרייבן מיט א ה', נאר אין חב"ד שרייבט מען נאך מיט א א'.

גראדע אין נביא, פאר די וואס זענען נוהג צי שרייבן נביא לקריאת ההפטרה, איז דא בערך 9 חילוקים צווישן זייער תיקון סופרים אינעם כתר, די חילוקים זענען נישט געווען בחסרות ומלאות וכדומה, נאר בצורת השורות, און פרשיות, און אויף דעם איז געווען א פולמוס, געווען אזעלכע וואס האבן גע'טענה'ט אז מען טאר נישט טוישן פון די מסורת, און אנדערע האבן גע'טענה'ט אז היות אלע פוסקים זענען מכריע ווי בן אשר, איז דאך א ודאי ווען די גדולים וואס האבן גמאכט די תיקון סופרים וואלטן ווען געוויסט פון די חילוקים, וואלטן זיי ווען זיכער געמאכט ווי דער כתר.

עס איז דא עדיות אז מגילת אסתר אין כתר איז געווען אנדערש ווי מיר מאכן דארט זענען יא געווען צוויי פתוחות, נישט ווי אונזערע מגילות וואס איז נאר דא סתומות.

ועל שאלות כאלו משכהו לבית המדרש דקהילתנו
לעצט פאראכטן דורך חזון-איש'ניק אום זונטאג ינואר 21, 2018 3:05 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » זונטאג ינואר 21, 2018 1:37 am

איך וויל מאכן א שטיקל התנצלות

ווי איך האב געשריבען גלייך אין אנהייב, האט אוסגעזעהן אז עס זענען געווען דריי קבוצות פון חכמי המסורה, איך האב עס פאראכטן עטליכע שעות דערויף, אבער אויב איהר האט נישט געזעהן די תיקון, וויל איך עס קלאר שטעלן יעצט.

עס איז נאר ידוע איבער צווי קבוצות, מדינחאי ומערבאי, חכמי מזרח - בבל, וחכמי מערב - טבריה, די קבוצה פון ארץ ישראל, טרעפט מען נישט אין ראשונים, און קודם כל ווייסט נישט צי זיי האבן בכלל געהאט עקסטערע כללים אין מסורה אויסער אייגענארטיגע נקודות, און מער פון דעהם, מען ווייסט בכלל נישט צי זיי זענען געווען חכמים, אדער ערליכע אידן בכלל, אין יענע יאר איז אין אר"י געווען עטליכע קבוצות ווי די קראים וכדומה, און מען קען זיי נישט רעכענען צווישן די צוויי הייליגע קבוצות פון מדנחאי ומערבאי, און אויב עס האט אויסגעזעהן פון מיין מהדורה קמא אז יא, פול איך פאר וויכטיג זיך צי מתנצל זיין.

ואיתכם הסליחה

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » זונטאג ינואר 21, 2018 2:53 am

רב טקסט האט געשריבן:נאכאמאל א ריזן דאנק!

כ'וויל נאר צולייגן צוויי קלייניגקייטן, עס איז לעצטנס געדרוקט געווארן א פירוש אויפן רמב"ם פון איינער פון די רבני ירושלים אין די ריש'ס וואס שרייבט אז ער האט געזעהן דעם כת"י בן אשר אין ארם צובה, און ער דערמאנט דארט אויך וויאזוי עס איז אהין אנגעקומען, ע"י יוצאי חלציו פוןנעם רמב"ם, וככל הנראה האט עס עהערט פאר'ן רמב"ם אליין, ומסתמא עלה לו בדמים יקרים או בהשתדלות גדולה.


איר מיינט אפשר ר' שלו' שכנא ילין?

ער האט געוואלט באזיכען ארם צובה אין די רי"ש יארן, און לצורך דעהם האט ער ארויס גענומען דער המלצה וואס איז דא בייגעלייגט, למעשה האט ער געשיקט זיין איידעם, מיט א גאנצע תנ"ך מיט הערות וואס ער ברויך בודק זיין, ווען זיין איידעם איז צוריק געקומען נאכן גוט איבער קוקן די כתר, האט ער געשריבען א תנ"ך לפי וואס ער האט געזעהן אין כתר.

די תנ"ך איז געפינען געווארן אין די מ' יארן.
צוגעלייגטע
29.jpg
29.jpg (203.56 KiB) געזעהן 488 מאל

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » זונטאג ינואר 21, 2018 5:50 am

חזון-איש'ניק האט געשריבן:
רב טקסט האט געשריבן:נאכאמאל א ריזן דאנק!

עס איז לעצטנס געדרוקט געווארן א פירוש אויפן רמב"ם פון איינער פון די רבני ירושלים אין די ריש'ס וואס שרייבט אז ער האט געזעהן דעם כת"י בן אשר אין ארם צובה, און ער דערמאנט דארט אויך וויאזוי עס איז אהין אנגעקומען, ע"י יוצאי חלציו פוןנעם רמב"ם, וככל הנראה האט עס עהערט פאר'ן רמב"ם אליין, ומסתמא עלה לו בדמים יקרים או בהשתדלות גדולה.


ווי אזוי הייסט די פירוש? קום אריין קלארער, פליז.


יסוד משנה תורה, לר' יהודה אלבוטיני
יש באוצר החכמה
צוגעלייגטע
יסוד מ''ת 1.png
יסוד מ''ת 1.png (60.4 KiB) געזעהן 474 מאל
יסוד מ''ת 2.png
יסוד מ''ת 2.png (37.36 KiB) געזעהן 474 מאל


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט