בעלי המסורה; און דער זעלטן אויסטערלישער אוצר - כתר ארם צובה

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

חזון-איש'ניק האט געשריבן:ואין הכי נמי, אין שו"ת מים רבים וויל ער פון אנהייב חולק זיין און פסל'נען מטעם זה יעדער ס"ת וואס איז נישט לפי דער רמב"ם, ווייל ראוי היה עזרא שתינתן התורה על ידו, און ווי איז דא א הו"א צי מאכן אנדערש ווי איהם, אבער צום סוף איז ער חוזר, ווייל עס איז נישט זיכער אז דאס איז טאקע פון עזרא הסופר.

יעצט באמערקט אז 'רב טקסט' האט עס שוין ציגעצייכענט, ס'מיר א בושה אז איך האב עס נישט באמערקט, זעהט אויס איך האב צי שנעל דורך געליינט זיינע שורות.
רב טקסט האט געשריבן:און פון אנדערן זייט ווי ווייט מיר רעכענען זיך יא מיט דעם אז דער רמב"ם האט געטראפן דעם ספר עזרא, דארפן מיר אננעמען אז די ספר אויף וואס דער רמב"ם האט זיך סומך געווען איז נאך געווען אין ירשולים מימות התנאים מגיה צו זיין פון דעם, און אויב אזוי איז עס א ודאי נישט דער כתר.


א פלא.
בקיצור, א צעמישעניש.

ווי עס איז שוין געשריבען געווארן, אז עס איז געווען אזעלכע וואס האבן גע'טענה'ט גאר אז דער ספר עזרא זעלבסט איז דאס וואס בן אשר האט מגיה געווען.

למעשה, דער ראנ"ח מיטן שערי אפרים פסק'נען להלכה פונעם כתר ווייל אט דאס איז דער ספר וואס דער רמב"ם האט געזעהן.
און אפילו לאמיר זאגן אז נישט, אבער דער עיקר סיבה וואס דער רמב"ם האט זיך דערויף מסתמך געווען איז נישט ווייל עס איז געווען מימות התנאים, נאר ווייל בן שאר האט עס מגיה געווען, ועליו סמכו הכל, ממילא אז מיר האבן דא א צווייטער כתר - כתר אר"צ - וואס דער זעלבער בן אשר האט מגיה געווען, איז דאס פונקט אזוי גוט.
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

אגב: דאכט זיך, אז ווען מען זאגט "מעשה רוקח" מיינט מען לרבינו אלעזר מגרמיש"א, דער ספר אויפן רמב"ם שרייבט מען "מעשה רקח", אן קיין ו'.
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

חזון-איש'ניק האט געשריבן:[
און אפילו לאמיר זאגן אז נישט, אבער דער עיקר סיבה וואס דער רמב"ם האט זיך דערויף מסתמך געווען איז נישט ווייל עס איז געווען מימות התנאים, נאר ווייל בן שאר האט עס מגיה געווען, ועליו סמכו הכל, ממילא אז מיר האבן דא א צווייטער כתר - כתר אר"צ - וואס דער זעלבער בן אשר האט מגיה געווען, איז דאס פונקט אזוי גוט.


דא צווינגסטו זיך אריין אינם דערמאנטן פולמוס וואס האסט ביז איצט פרובירט צו באזייטיגן פון דעם אשכול.
ווייל אין דעם קולפון הכתר שטייט נישט אז בן אשר האט עס מגיה געווען נאר אז ער האט צוגעשריבן די נקודות און טעמים און די מסרות. און דאס איז איינע פון די גרויסע טענות פון די וואס טענה'ן אז דאס איז נישט דער ספר אויף וואס דער רמב"ם האט זיך פארלאזט. (און אויב אזוי איז שוין דא וואס טענה'ן אז די גאנצע קולפון איז מזויף, ואין קץ לדברי מחקר, אויב פארלאזט מען זיך נישט אויף די קבלה פון בני ארם צובה קען מען דרייען וויאזוי מען וויל).
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

חזון-איש'ניק האט געשריבן:
חזון-איש'ניק האט געשריבן:הרב 'רב טקסט'
א דאנק פאר אייערע הוספות
איך האב טאקע געזעהן, געדענק שוין נישט ווי, אפשר אין מים רבים, ווי ער ברענגט די שיטה אז די רמב"ם האט מגיה געווען דער ספר פון עזרא, און ער ווינדערט זיך זייער אויף דעהם, ווי קען זיין אז די רמב"ם זאל מגיה זיין א ספר וואס עזרא הסופר האט געשריבען.

אודה ולא אבוש, טעיתי, און שו"ע שטייט מען זאל מאכן 70 שורות, אזוי זענען אויך מעתיק די קסת מיטן שער אפרים, אבער אין כתר איז דא 67, איןן רמב"ם איז דא 2 נוסחאות, ווי שוין געשריבען

יעצט אבער האב איך געזעהן אז אין גדולי הקדש ברענגט ער יא 70 שורות
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

Re: בעלי המסורה; און דער זעלטן אויסטערלישער אוצר - כתר ארם צובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

האב איך געזעהן א מודעה אז עס איז געווען א שיעור אויף דער נושא און סאטמער (מהרז"ל)
קען עס אפשר איינער אהער ברענגן
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: בעלי המסורה; און דער זעלטן אויסטערלישער אוצר - כתר ארם צובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

אן תוכן'פולע אשכול דאס, נישט באמערקט ביז יעצט
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”