לחם לשובע האט געשריבן:חמרא טבא האט געשריבן:לחם לשובע האט געשריבן:
וואסידאס חוצפה פון לייגן א בילד פון מיר אנע רשות הא? סיז עפעס א הפקר וועלט דא?
אז מען זאל אפיר זוכען דיין חבר
ממש יעצט זיך דערמאנט אין א קליינינקער עפיזאד, איז עמיצער נייגעריג אדער אינטערעסירט דערין? ניין? וועל איך עס פאר דוקא יא שרייבן. אמאל פורים זייענדיג בגילופין געקלערט אזא ונהפוך הוא געדאנק איבער וואס מען זינגט אינעם שבת'דיגן יום זה מכובד - על כל איש ביינו יקדש על שתי לחם יבצעו תמימים, אז עס וואלט אפשר געשמאקער געווען פארקערט, נעמליך צוויי גלעזעלעך וויין און איין חלה. דאס קען אפשר פשט זיין אין וואס מען זינגט אינעם פיוט (פון הייליגן אריה"ק ז"ל - זי"ע ועכי"א דער נעכטיגער בעל הילולא) אזמין לסעודתא
לחם לשובע האט געשריבן:6b375e90cda62eb3404843a50846d005.jpg
בצפרא דשבתא
וכו', נהורא ישרי בה בקדושא רבא ובחמרא טבא (מיט א גוטן קידוש וויין איז לעכטיג און וואויל), אבער יגלי לן טעמי דבתריסר נהמי (אז שוין יא צוויי דעמאלטס פארוואס נאר די ברויט?).
יעצט פשוט פונקט זיך דערמאנט דערפון זעענדיג ווי לחם לשובע זוכט אזוי פאר חמרא טבא'ס חבר, זעהט אויס אז אפי' דער לחם באשטייט אויך אז דער חמרא זאל זיין צוויי. (אגב, איך אין חמרא'ס זיס היטל וואלט צוגעשלעפט פון ערגעצוואו א קליין בענקעלע און זיך צוגעזעצט אלס א דריטער, נישט סתם שטיין צווישן די אילני סרק און זיך פרייען מיט די אנדערע צוויי'ס געווינסן/פארלוסטן עד שיבא הכתוב השלישי ויכריע ביניהם).
איך בעט אייך ברחמים ותחנונים, ביטע מיר אנטשולדיגן פאר אריינהאקן אזאנע מילתא דשטותא'לעך אין אזא אידישן היסטארישן געבילדעטע שנירל. כ'האב עס בלויז געשריבן זיך צו באדאנקען פאר ידידינו משביעינו כי לחמינו הוא נאכן מהנה זיין מיר בתוך כל הקהל הק' הלזה מיט די הערליכע בא'חנ'טע בילדער (אסאאאך שענער ווי טראמ. מיט פוט.) האביך געשפירט אז א ייש"כ אדער לייקנעפל אליין איז צו ווייניג. בכל אופן ווערן מיר זאט טאקע נאר פון א לחם וואס האט נישט זיינס גלייכן און איז נישט מער ווי איינס אין דער וועלט!
לגבי די ניין טעג האב איך נאר גערעדט פון טרינקען וויין דייקא אין שבת קודש, ולגבי דאס דערמאנען דעם הייליגן פורים בשבוע שחל בו ת"ב אדער נאך ר"ח אב, איז עס והחודש אשר נהפך להם מיגון לשמחה ומאבל ליו"ט ויה"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה לעשות אותם ימי משתה ושמחה בביאת גוא"צ כמ"ש בספה"ק עבודת ישראל ריש פ' מסעי על הגמ' ביקש רבי לעקור ת"ב שחל בשבת בשם דעם הייליגן חוזה מלובלין זי"ע ובהוספת נופך מדילי' דער הייליגער קאזניצער מגיד זי"ע. (ס'קומט א גרויסער שבת רבותי, רב לךשבת בעמק הבכא. ר"ב ל"ך שב"ת נוטריקון ב'יקש ר'בי ל'עקור ת'שעה ב'אב כ'שחל ש'בת), בקרוב בב"א.
א לעכטיגן גוט שבת! בענקט איר זיך נאך די ביליגע בא'חנ'טע שטריימלעך פון לחם'ס בילדער? שטייט אז ליוםשכולו שבתוועט מען זיין אנגעטון אין די אמאליגע שבת'דיגיע בגדים באורם העליון המקיפים וכו', האפנטליך וועלן מיר שוין דעם קומענדיגן שב"ק זיך זעהן מיט אט די אידן לעבעדיג, א גוט שבת!
נאכאמאל אנטשולדיגט מיר ביטע, און ביטע נישט מגיב זיין אויף דעם, קוק מיר אן (פארשטייט זיך נאר אויב דו ווילסט - איך צווינג דיר אוודאי נישט), אבער ריר מיר נישט אן. א גרויסן יישר כח פארן אויספאלגן דעם באפעל! (אמת'דיג).