הבה נתחכמה בכל הדורות - דער יודען פראגע (Juden frage) און אירע ביטערע ענטפערס (solutions)

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

הבה נתחכמה בכל הדורות - דער יודען פראגע (Juden frage) און אירע ביטערע ענטפערס (solutions)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

(פסחים פ"ז, ע"ב):
א"ר אושעיא מאי דכתיב (שופטים ה, יא) צדקת פרזונו בישראל, צדקה עשה הקב"ה בישראל שפזרן לבין האומות, והיינו דא"ל ההוא מינא לרבי חנינא: אנן מעלינן מינייכו, כתיב בכו (מלכים א יא, טז) כי ששת חדשים ישב שם וגו' ואלו אנן איתינכו גבן כמה שני ולא קא עבדינן לכו מידי, אמר לו: רצונך יטפל לך תלמיד אחד, נטפל ליה רבי אושעיא, א"ל משום דלא ידעיתו היכי תעבדו, תכלינן כולהו, ליתנהו גבייכו, מאי דאיכא גבייכו קרי לכו מלכותא קטיעתא, אמר ליה: גפא דרומאי (נשבע בע"ז), בהא נחתינן ובהא סלקינן (במחשבה זו אנן עסוקים תמיד)

כ'האב לכתחלה געשריבען די פאלגענדע תגובה פאר דער "דיעפער סטעיט" אשכול; אבער נאכען ענדיגען זעה איך אז עס פאדערט זיך א אשכול פאר זיך, ווייל עס צווייגט אריין אין פארשידענע היסטארישע נושאים וואס יעדער איינס פון זיי פאדערט זיך אויך א אשכול אדער גאר אשכולות. אלזא עפענען מיר דא דער אשכול איבער די היסטאריע פון דער "הבה נתחכמה לו" וואס האט זיך אנגעהויבען אין מצרים און גייט אן אין אלע לענדער (יעדער לאנד אויף זיין אופן) עד היום הזה.

Judenfrage אין דייטשע וויקיפעדיע
Jewish Question אין ענגלישע וויקיפעדיע

דער אוחה"ק שרייבט (שמות א', ט'-י'):
ויאמר אל עמו הנה עם בני ישראל רב ועצום ממנו. הבה נתחכמה לו "פן"...
...
ואין לך אומה ששלטה בישראל שלא היתה מעולה על כל האומות, בסוד היה צריה לראש (איכה א' ה').

שפאניע איז געווען א וועלטס מאכט ווען די אידען זענען דארט געווען, און נישט קיין הונדרעט יאר שפעטער נאך דער גירוש אין שנת רנ"ב, האבען די ענגלאנדער בשנת שמ"ח
באזיגט איר ארמאדע פון 130 מלחמה שיפען, און שפאניע איז אראפ פון מאפע אלץ א וועלטס מאכט.


אזוי אויך איז געשעהן מיט טערקיי וואס איז 500 יאר געווען א וועלטס מאכט (פון שנת רי"ג ווען זיי האבען באזיגט און איין גענומען די ביזענטין אימפעריע ביז דער ערשטע וועלט מלחמה), און היינט איז זי א פארייע סטעיט ביז דער ערשטע וועלט מלחמה) (א מצורע), און א סורד ווארלד נעישאן מיט א משוגענער דיקטאטארישע פרעזידענט (וואס באלאנגט נישט [אפשר יא] אין דער EU).
------
ווען מיר האבען מצליח געווען אין א לאנד און זיי האבען "צוליב דעם" אויך מצליח געווען, האבען זיי אייבייג מורא געהאט פון פן ירבה וכו' און געקומען מיט א הבה נתחכמה.

אבער אונז צו פארטרייבען האבען זיי ווידער מורא געהאט פון Brain drain
און אז דער לאנד און דער עקינאמיע וועט גיין דאון דע דרעין אזוי ווי עס איז געשעהן אין די אלע ערטער פון ווי מען האט פארטריבען אידען.

בקיצור די אידען זענען אייביג געווען אין די אויגען פון די אומות העולם ווי א ביין אין האלז, נישט אראפ צו שלינגען און נישט אויס צו שפייען. אבער א סעלושען האבען זיי אלע מאל געזיכט מיט א הבה נתחכמה, ווי דער גמרא זאגט אין פסחים (פ"ז ע"ב) אז א רוימישע סענאטאר האט מודה געווען צו רבי אושעיא און געשוואוירען אז "בהא נחתינן ובהא סלקינן" - (במחשבה זו אנן עסוקים תמיד - רש"י) אז מיט דעם (דער יודען פראגע) הייבט מען או דער טאג אין רוימישען פארלימענט, און מיט דעם ענדיגט מען דער טאג אינעם רוימישען פארלאמענט. בקיצור דער עיקר דאגה פון אלע אומות און זייערע פארלימענטען איז אייביג געווען די יודען פראגע.
-------
צווישען די סעלושען'ס מיט וואס זיי זענען אויף געקומען אין יעדער תקופה און אין יעדער לאנד אנדערש זענען די פאלגענדע:
אניהעלאציע (א האלעקאוסט רח"ל) - פון דאס גאנצע פאלק אין איין לאנד אדער אויף דער גאנצער וועלט (Final Solution)

גירוש (expulsion); ארויס טרייבען די אידען פון לאנד.
דא איז א שטיקעל ליסטע פון גירושים פון אידען

אדער:
שמד רח"ל (צו נוצרות אדער איסלאם וכו')
אסימילאציע (וואס איז אויך שמד רח"ל)

און צו שמד'ן און אסימילירען האבע זיי געהאט צוויי עצות; פאר אסימילאציע דער עצת בלעם הרשע, און פאר שמד א אינקוויזיציע.
ספאנישע אינקוויזיציע אין וויקיפעדיע
אסימילאציע אין וויקיפעדיע
אסימילאציע פון אידען רח"ל אין וויקיפעדיע

למשל פורטוגאל אן שנת רנ"ח האט נישט געוואלט נאך טוהן שפאניע און ארויס שיקען די אידען פון איר לאנד (נאכען זעהן וויפיל אידען האבען אויס געקליבען ארויס צו גיין פון שפאניע איבערלאזענדיג אלעס און גיין וואנדערען), איז האבען זיי באשלאסען מיט צוואנג צו אויס שמד'ן אלע אידען און זיי אסימילירען מיט דער פארטאגעזישער נוצרישער פאלק.

זיי האבען קודם פראבירט מיט גוטען (אן דער כח פון דער אינקוויזיציע) פאר א ערך 30 יאר; אבער צום סוף זיך גענומען צו די ביינער פון די אידען וואס זענען נאר לפנים געווארען נוצרים, מיט גרויס אכזריות.

נאך אימאנציפאציע, האט אימאנציפאציע פון אידען וואס האט זיך אנגעהויבען שטייטליך אין אייראפא אין שנת תקמ"ב, ביז אידען זענען אפיציעל געווארען גלייכע בירגער מיט די גוים; און די הבה נתחכמה האט שוין נישט געקענט זיין אזוי בריש גלי ווי ביז דענמאלט, איז עס געגאנגען אינעטערערדיש און געווארען א חלק פון די אלגעמיינע שפיאנזש (אינטער דער שלייער פון באשיצען דאס לאנד) און געווארען די ארבעט פון די א.ג. דיעפ/דיעפער סטעיטס וואס אפערירט ווי מאדערן דעי אינקוויזיציעס (דער אומלעגאלע גאונטאנעמאו-בעי יוכיח) און אפערירט אינטער דער פראטעקשאן אוו דע לאו!

בעזהשי"ת (מיט די צייט) האפען מיר ארום צו רעדען איבער פארשידענע היסטארישע קפיטליך וואס קומט דא אריין אין די געשיכטע פון כלל ישראל.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג יאנואר 05, 2018 2:37 pm, פארראכטן געווארן 8 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

כידוע האט די צארישע רעגירונג אין רוסלאנד געדינגען פאר גרויסע געלטער משכילים פון גאליציע צו קומען "משפיע" זיין פאר די ארטיגע אידען.
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

רב שפוזמען, א גרויסן יישר כח.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זייער זייער אינטערעסאנט רב שפושמן. מיר ליינען מיט הנאה
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

העכסט אינטערסאנט [ווי אויך די אנדערע אשכולות]

הכו"ח ט"ו ימים לחג האב"ג לס' הבה נתחכמה...
הק' יוראפ חופק"ק במדינת א"וו
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

יישר כח הרב שפוזמן! מיר שלונגען מיט דארשט!
...
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אזוי ווי כ'האב ענק געזאגט קען דער אשכול זיך אפ צווייגען אין פארשידענע ריכטונגען; אבער אז לעת עתה איז נאך דער אשכול לעהר וועלען מיר עס דא שרייבען.

א פאר געדאנקען.

עס איז דא א צווייטע טייטש אויף הבה נתחכמה לו און דאס איז למושיען של ישראל אז עס זאל נישט זיין קיין גואל (כדי עס זאל נישט זיין קיין גאולה), און הבה נתחכמה "לו" מיינט איבערקלוגען דער באשעפער!

כ'האב געזעהן אין מדרש שכל טוב ווי ער שטעלט צו דער "הבה" מיטען אנדערע "הבה" ביים דור הפלגה ("הבה" נבנה לנו עיר), ווי זיי האבען געוואלט איבער קלוגען דער באשעפער;
אמר הקב"ה: אתה (מצרים) פתחת בלשון "הבה" כשם שפתח דור הפלגה "הבה" נבנה לנו עיר; כשם שפרעת מהם כן אני פורע מכם; הן אמרו פן נפוץ, לכך ויפץ ה' אותם; אתם אמרתם פן ירבה, לכן כן ירבה וכן יפרוץ.

עס הערט זיך זייער מאדנע, און מיר הייבען נישט אן צו פארשטיין אזא געדאנקען גאנג; ווי איז שייך אז א מענטש א יליד אשה זאל זיך קענען אפילו דאכטען אז ער קען איבערקלוגען דער מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא!

מיר האבען נאך איינעם וואס האט געמיינט אז ער קען איבערקלוגען דער באשעפער און דאס איז געווען בלעם הרשע. דער באשעפער זאגט אים גיי נישט ווייל די אידען זענען געבענטשט און עס וועט דיר גארנישט העלפען; אבער ער וויל יא גיין, ווייל ער רעדט זיך איין אז ער ווייסט ווי אויס צו שפילען דער באשעפער! לא יאומן כי יסופר!

נישט נאר אין מצרים און ביים דור הפלגה אדער בלעם הרשע אדער נמרוד (שמרד בה') האבען געמיינט אז זיי קענען איבער קלוגען דער באשעפער, נאר אין יעדען דור איז דא וואס מיינען אז זיי קענען דאס טוהן. מיר וועלען נאך טרעפען א סאך משלים איבער דעם.

פרעה האט געוואלט מאכען זיכער אז עס ווערט נישט געבוירען דער מושיען של ישראל משה רבינו, און אויב יא אים גלייך דערטרינקען; האט אים נישט געהאלפען קיין פודה ומציל; ביי זיך אין פאלאץ איז משה רבינו ערצויגען געווארען.

פרעה האט געוואלט אז גאנץ כלל ישראל זאל זינקען אין נ' שערי טומאה און אזוי ארום לא יהא להם ח"ו תקומה; האט דער באשעפער אין דער לעצטער רגע ארויס געראטעוועט כלל ישראל פון אריין פאלען דארטען.

פאר יון איז כמעט געלונגען אויס צו שמד'ן גאנץ כלל ישראל און עס איז נאר געבליבען א קליין הייפעלע, סך הכל י"ב בני חשמונאי ואלעזר, ווי רש"י זאגט אין פרשת וזאת הברכה אויפען פסוק מחץ מתנים קמיו. און אידישקייט איז נאך דער מעשה פון חנוכה אזוי שיין צוריק געקומען אז ביים חורבן ביהמ"ק איז געווען א יבנה וחכמיה און א אידיש פאלק וואס האט זיך צו זיי צוגעהערט. דער ביהמ"ק איז נישט חרוב געווארען צוליב עבירות און צוליב נישט לערענען תורה, נאר צוליב שנאת חנם.

רוים האט געוואלט אז כלל ישראל זאל שוין ח"ו נישט האבען קיין תקומה, האט עס זיי אויך נישט געהאלפען קיין פודה ומציל און רבן יוחנן בן זכאי האט ארויס באקומען א צוזאג פון אספסינוס הרשע אים צו געבען די דריי וויכטיגסטע זאכען, און דאס איז: יבנה וחכמיה (דער פיוטשער פון תורה ביי כלל ישראל), און א דאקטער צו היילען דער צדיק יסוד עולם רבי צדוק אין וועמענס זכות דער וועלט איז געשטאנען (און דער בית המקדש איז נישט חרוב געווארען די לעצטע 40 יאר אין זיין זכות), און שושילתא דרבן גמליאל, דאס הייסט מלכות בית דוד פון וועם וועט קומען דער גאולה העתידה.

דער מעשה פון בוסתנאי איז אויך אויף דער נקודה אז עס איז שיעור נישט געלונגען פאר די גוים אפצושניידען אלע צווייגען פון מלכות בית דוד.

און היינטיגע צייטען איז דער סטרא אחרא שוין אויס געלאפען פון אלע עצות; איין לעצטע עצה איז אים נאך געבליבען און דאס איז דער היינטיגער אינטערנעט. (ווער ווייסט ווי עס וועט אויס זעהן אין דער פיוטשער). אזוי זאגען אונז חז"ל און אונזער גדולי ישראל אז מיר דארפען זיך וואס שטערקער אנכאפען אין דער קדושה אין נישט אריין פאלען אין נעץ. אויב ח"ו האלט נאך אן דער ביטערע גלות א לענגערע שטיק צייט זעמער אלע אליין אין א סכנה און אונזערע דורות זענען נאך אין א גרעסערע סכנה. אונז לעבען אין געפערליכע צייטען ברוחניות, זאל דער אייבערטער אונז שוין אויס לייזען פונעם ביטערען גלות.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תן חיוך »

Thanks @SPUSMN
הכל לטובה!
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”