הילף צו ליינען מעטריקאל און אלטע שטאטישע רעקארדס
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
הילף צו ליינען מעטריקאל און אלטע שטאטישע רעקארדס
ב"ה
איך עפן דעם אשכול מיט'ן ציל ארויסצוהעלפן איינער דעם צווייטען ווען ס'קומט צו אפליינען שטאטישע רעקארדס פונעם אלטן היים,
איין בקשה נאר, ווען מ'לייגט א רעקארד זאל מען שרייבן אינעם תגובה א נאמען וכדומה,
און ווען איינער באצועט זיך צו דעם זאל מען קוואוטען די נאמען.
ביטע נישט קוואוטען קיינע בילדער איינמאל און נאכאמאל.
א דאנק

שמעון רייכמאן
דאס איז א חברה קדישא רעקארד איבער שמעון רייכמאן,
די מאמעס נאמען דבורה איז אויסגעמעקט און צוגעשריבן וואס? גיטל? זיסל? יטל?
איר נאמען איז פארשריבן אלס Juli
און וואס שטייט דארט צוגעשריבן אין די זייט?
די מאמעס נאמען דבורה איז אויסגעמעקט און צוגעשריבן וואס? גיטל? זיסל? יטל?
איר נאמען איז פארשריבן אלס Juli
און וואס שטייט דארט צוגעשריבן אין די זייט?
לייג ארויף אביסל מער, מזאל קענען באטראכטן יענעמס שריפט.
אין די זייט שטייט די דעסקריפציע
ארמער (ארימער) פראמ?ער / פרוואטער (פרומער או פריוואטער) מענטש חב"ק? (חברה קדישא?) אדער עפעס א אנדערע אינישל פון דעם שרייבער
מער מסתבר אז סשטייט פרומער ווייל סזעט אויס ווי די פא האט א שטריך פון אויבן וואס מאכט דאס פאר א פא רפה, אבער דאן איז דא א איבעריגע אות אינעם ווארט.

-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4069
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4069
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
יוראפ האט געשריבן:משיח האט געשריבן: גיטל? נישטא קיין ג' זיסל? נישטא קיין ז' און וואס איז די לאנגע דאך העכער'ן ס' יטל? מערסטע מסתבר ייטל, די ערשטע י' איז די זעלבע ווי די צווייטע נאר גרעסער
בד"וו איז די ווארט נישט דומה צו קיין איין שריפט און קיין איין פעדער וואס מ'זעהט ארום
די מערסטע מסתבר דא איז ריקל און די קוף א קאטשקע ארויף. אויב דו קענסט ברענג דעם גאנצן בלאט
Gevald Geshrigen האט געשריבן:אויב מעגליך וואלט געווען גוט צוצולייגן נאך פרטים לדגמא חברה קדישא בוך מקהילת... משנות... וכדומה
אויב פון פעמילי סוירטש א לינק מיט א פעיזש נומבער
פנקס הקהילה וועלכע לייברערי אויב עס איז אוועילעבל אנליין
בכל אופן קודם יישר כח פאר פתיחה און נעם נישט אן דעם תגובה חלילה אלס קריטיק
קריטיק? וואסעפעס?
איך האב דאס ערהאלטן פון עימעצן, בלויז דעם חלק פונעם בלאט, און איך ווייס נישט פון ווי ס'קומט, אויב ס'איז דא אויף פעמילי סירטש.
איך מיין ס'איז פון בודאפעסט ח"ק, אבער איך בין נישט זיכער.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4069
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
שטארק מסתבר אז די בודאפעסטע חברה קדישא בוך איז אוועילעבל אויפן געוועב. איך וואלט פרובירט אנפאנגען מיטן לעגאלן ציווילן טויט רעקארד אין בודאפעסט דורכן חברה קדישא דאטום טרענסלעיטעד צום גוישן קאלענדער פאר א טיימליין. פרובירט דאט טרעפן א עידזש און דעם שטאט פון געבורט און דערנאך זוכן דארט דעם געבורט רעקארד.
עין טובה האט געשריבן:Gevald Geshrigen האט געשריבן:עס שטייט לכאורה ארמער פראמטער מענטש חב׳׳ק
מיר קוקט אויס:
ארעמער פראסטער (אדער פראמער) מענטש חב"ק (חבר קהילה?)
איך טראכט אז מ'האט אויסגעמעקט די מאמעס נאמען, דבורה, און אנשטאט צוגעשריבן די טאטעס נאמען. אבער קען איך עס נישט לייענען
אלס מענערישע נאמען קען עס זיין פי(י)טל...
משיח האט געשריבן:דאס איז א חברה קדישא רעקארד איבער שמעון רייכמאן,
די מאמעס נאמען דבורה איז אויסגעמעקט און צוגעשריבן וואס? גיטל? זיסל? יטל?
דא האט איר זיין טויט רעקארד,
אין נומער 4 שטייט זיינע עלטערינ'ס נעמען, רייכמאן משה און רויזנצווייג ???,
אגב. וואס שטייט אין די איבריגע קעסטלעך? 5, 6, 7,
און אין וועלכע שטאט איז ער אוועק?
דא האט איר זיין געבורט אויף אידיש-ג'ען
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4069
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
וועלן מיר מוזן צונעמען שורה ביי שורה.
בכלל איז גוט צו וואוסן אז אינעם קאמפיוטער רעקארד (די צווייטע חלק אונטן) איז א בליזער איבערטייטש וואס קען האבן א געוואלד מיט טעותים
וועלן מיר אנפאנגען פון די לינקע זייט
א) זה פשוט budapest 1907 febr. 11 כ׳׳ז שבט תרס׳׳ז
column 2: Reichman Simon isv kereskedo izr
isv דאכט זיך מיינט אן אלמן
kereskedo סוחר
izr = izraelita יוד
נאכנישט מצליח געווען אויף די אנדערע זאכן אבער זיין געבוט דאטום איז may 5 1858
Rosenzweig, Julianna (mother)
אויפן טויט רעקארד איז די שטאט געספעלט א טראפעלע אנדערש
Mucany with an "A"
די אנדערע שורה שטייט איי געסס די ווייב אדער משפחה Presser, Maria izr (jew)
parents: presser yosef, ?? gizella

משיח האט געשריבן:משיח האט געשריבן:דאס איז א חברה קדישא רעקארד איבער שמעון רייכמאן,
די מאמעס נאמען דבורה איז אויסגעמעקט און צוגעשריבן וואס? גיטל? זיסל? יטל?
Simon Reichman-1937.jpg
דא האט איר זיין טויט רעקארד,
אין נומער 4 שטייט זיינע עלטערינ'ס נעמען, רייכמאן משה און רויזנצווייג ???,
אגב. וואס שטייט אין די איבריגע קעסטלעך? 5, 6, 7,
און אין וועלכע שטאט איז ער אוועק?
דא האט איר זיין געבורט אויף אידיש-ג'ען
Simon Reichman-1858.jpg
היות איך בין אן אייניקל פון ר' ישראל קליין וזוגתו (? Ruth ? Roza ?) לבית ראזענצווייג פון Mucsony [די סנדק אין די דערמאנטע געבורט רעקארד], און איך האב נישט קיין אינפארמאציע אויף זייער יחוס, האב איך ממש אויפגעלעבט ווען איך האב געזען די הודעה און די רעקארד, וואס דאס וועט מיר אפשר העלפן טרעפן מער אינפארמאציע אויף זיי.
צו קענען ארויסהעלפן מיט אינפארמאציע אויף א לכאורה משפחה קרוב, האב איך געזוכט אויף JewishGen.
קודם כל, די די ערשטע (געשריבענע) איז נישט קיין טויט רעקארד נאר ס'איז די חתונה רעקארד.
1) נומער: 200
2) פלאץ און דאטום: בודאפעסט, פעבר. 11 1907
3) חתן: שמעון רייכמאן, אלמן, סוחר, אידיש, (געבוירן אין) מאשעני [Mucsony] בארשאד, מאי 5 1858, (די לעצטע 2 שורות ווייס איך נישט וואס דאס איז, עפעס א מראה מקום).
4) חתן'ס עלטערן: משה רייכמאן ע"ה מיט יוליאנא (Julianna) ראזענצווייג ע"ה (néhai = נפטר)
5) כלה: מאריא פרעססער, אידיש, (געבוירן אין) בודאפעסט אקט. 6 1902, (אזוי ווי פריער, די לעצטע 2 שורות ווייס איך נישט וואס דאס איז, עפעס א מראה מקום).
6) כלה'ס עלטערן: יוסף פרעססער מיט גיזעלע (Gizella) מאישפילער (Meuspiler די ערשטע אות קען זיין עפעס אנדערש) ע"ה.
7) מסדר קידושין עדים וכדו': ?
די צווייטע (JewishGen) איז די געבורט רעקארד, דא איז א לינק צו די ארגינעלע אויף FamilySearch.
https://www.familysearch.org/ark:/61903/3:1:3Q9M-CS8Q-1SY9-C?i=48&cat=257138
יעצט לענינינו:
איך האב געטראפן א געבורט רעקארד אויף JewishGen ווי ר' ישראל קליין איז געווען מוהל און ר' משה רייכמאן איז געווען סנדק מיט זיין ווייב Jitel/Jütel ראזענצווייג.
לכאורה איז דאס די זעלבע משה רייכמאן, און זיין ווייב האט געהייסן יטל (אין אונגאריש ניצט מען J פאר י).
אויב איינער האט אינפארמאציע אויף די ראזענצווייג משפחה פון מאשעני וועל איך מיך זייער פרייען צו הערן.
משיח האט געשריבן:נכון, טעיתי, ס'איז זיין חתונה רעקארד (בזיווג שני),
איז טאקע לכאורה די נאמען יטל.
די צוויי משפחות זענען ווארשיינלעך קרובים.
איך וועל געבן א בליק וואס איך האב איבער די משפחה.
די שטאט האט געהייסן אויף אידיש מאשעני? אדער האסט עס בלויז טראנסעלעיטעד פון אונגאריש?
איך האב בלויז איבערגעטייטשט פון אונגאריש, אבער אז איר האט שוין געפרעגט, האב איך נאכגעקוקט אין א בוך וואס מיין עלטער זיידע האט געשריבן, ווי ביים סוף רעכנט ער אויס זיינע קינדער, דארט שרייבט ער אזוי (אין אידיש-דויטש):
בני הילד שלמה זלמן נולד למז"ט בין השמשות ערב שבת כ"ח אלול תרכ"ג לפ"ק אין אלבערט אורשא ער הייראהטעטע אויס מוטשונע בארשאדער קאמידאט דיא שוועסטער פאן זיין אנקעל מו"ה יצחק האראוויטץ הלוי מ' זיין ווייבס שוועסטער מ' נחמה תחי' דיא טאכטער דעס הצדיק מו' ישראל מוטשונע זיי האבען אויך צבייא קינדער ישראל אונד יטל תחי' וואהנט אין עדעלען.
דארט שרייבט ער "מוטשונע", (אויך באטיטלט ער ר' ישראל קליין הנ"ל "הצדיק").