היסטארישע ירושה מנורות - לכבוד חנוכה

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2734
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » זונטאג דעצמבער 17, 2017 1:07 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:אויב אזוי טאקע א וואונדערליכע מנורה!! אריינגעזעצט די שלשה כתרים. מערת המכפלה, קבר רחל. ארון הקודש מיט טרעפ אינדערמיט
און ווי געפינט זיך די ארגינעלע מנורה פון הרה"ק רבי איציקל מסקווירא ?


https://www.dropbox.com/s/f5tm2naso12p3 ... 0.MPG?dl=0

דא האט איר א בליק אויף די מנורה


די אורגינעלע מנורה איז נישט בנמצא

וואלינער שרייבט דאך אז סיז באהאלטן געווארן ולא שלטה בה ידי זרים

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1362
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג דעצמבער 17, 2017 1:19 pm

רבניש האט געשריבן:
https://www.dropbox.com/s/f5tm2naso12p3 ... 0.MPG?dl=0

דא האט איר א בליק אויף די מנורה


טאקע א שיינע ווערק, פון וואו האט מען געוואסט פונקטליך וויאזוי די ארגינעלע האט אויסגעקוקט, איז געווען א בילד דערפון?

(אגב, דער ניגון וואס מען הערט אינעם הונטערגרונד, זינגט מען אנדערש ביי די פלעצער וואו איך הער דאס געווענליך, פון וואנעט איז די ניגון?).

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2734
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » זונטאג דעצמבער 17, 2017 1:32 pm

דער אינטערסאנטע מנורה פון חצר הק' סאדיגורה - וואס אנדערש ווי אלע אמאליגע מנורות וואס האבן געהאט צורת פון חיות איז עס געווענדליך געווען א צורה פון א לייב.
איז דער מנורה געפארעמט מיט א צורה פון א טַוָס - פיקאק.

איך מיין אז די רבי איז דער פערטע דור וואס צינד אין די מנורה.
צוגעלייגטע
סאדיגורה מנורה.jpg
סאדיגורה מנורה.jpg (31.76 KiB) געזעהן 1164 מאל

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » זונטאג דעצמבער 17, 2017 10:18 pm

רבניש האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:אויב אזוי טאקע א וואונדערליכע מנורה!! אריינגעזעצט די שלשה כתרים. מערת המכפלה, קבר רחל. ארון הקודש מיט טרעפ אינדערמיט
און ווי געפינט זיך די ארגינעלע מנורה פון הרה"ק רבי איציקל מסקווירא ?


https://www.dropbox.com/s/f5tm2naso12p3 ... 0.MPG?dl=0

דא האט איר א בליק אויף די מנורה


די אורגינעלע מנורה איז נישט בנמצא

וואלינער שרייבט דאך אז סיז באהאלטן געווארן ולא שלטה בה ידי זרים

לא שלטה בה זרים איז געווען ווען די רוסן האבן עס אמאל געוואלט גנב'נען האבן זיי נישט געקענט נעמען מער ווי א פיסל וואס איז צוגעלייגט געווארן שלא בפקודת רבי איציקל, ווי געשריבען פריער האט עס די אלטע מאחניווקער רבי באהאלטען באדמה נאך אין רוסלאנד און פאר קיינעם נישט פארציילט ווי עס איז, הוא אמר שמשיח יבוא ויקחנה.

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 12:40 pm

אם אינני טועה, מונח בזכרוני שהרבי מסקווירא ב"פ שליט"א מדליק במנורה של זקינו הרה"ק רבי פינחס מקאנטיקוזבה זיע"א

שלום הצינורות
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 20, 2016 1:26 pm

דא האט איר

תגובהדורך שלום הצינורות » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 8:58 pm


להודות
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 11:12 pm

שמואל בארג האט געשריבן:(אגב, דער ניגון וואס מען הערט אינעם הונטערגרונד, זינגט מען אנדערש ביי די פלעצער וואו איך הער דאס געווענליך, פון וואנעט איז די ניגון?).


הרה"ק ר' הלל פאריטשער

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2734
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 1:24 am

שלום הצינורות האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/sswlnm2xgyyphbw/%D7%9E%D7%A0%D7%95%D7%A8%D7%AA%20%D7%9E%D7%94%D7%A8%D7%99.pdf?dl=0

ישר כח
דא איז דער אינהאלט פונעם דראפ באקס
עס ווייזט זיך אויס אז דער דגם המנורה בסקווירא איז נישט ממש דער מנורה פון הרה״ק מהר״י מסקווירא ווייל סנישט פארבליבן קיינער וואס האט דאס געדענקט שטייט דארט. און די עקידת יצחק אויך נישט
IMG_2682.JPG
IMG_2682.JPG (539.52 KiB) געזעהן 898 מאל
צוגעלייגטע
IMG_2683.JPG
IMG_2683.JPG (664.96 KiB) געזעהן 898 מאל

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2734
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 1:28 am

מנורת הגאון הגר״ח קניבסקי שליט״א - וואס ער האט באקומען מיט א קנאפע זיבעציג יאר צוריק פון זיין עלטער שווער הגאון רבי אריה לעווין זצ״ל שווער פון מרן הגרי״ש אלישיב זצ״ל.

מהאט שוין געקויפט אנדערע מנורת פאר אים אבער דער מנורה טראגט ביי אים א ספעציעלן חשיבת
צוגעלייגטע
IMG_2686.PNG
IMG_2686.PNG (263.34 KiB) געזעהן 896 מאל

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1583
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 2:27 pm

תוא"י רבי שליט"א צינדט אין א מנורה נאכגעמאכט ר' פנחס'ל קאריצער'ס מנורה
בילד

א חסיד
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובהדורך א חסיד » דינסטאג דעצמבער 19, 2017 10:51 pm

דער קוזניצער רבי שליט"א צינד מיט דיא מנורה פון הייליגען קוזניצער מגיד זי"ע

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 10:16 am

א חסיד האט געשריבן:דער קוזניצער רבי שליט"א צינד מיט דיא מנורה פון הייליגען קוזניצער מגיד זי"ע

ריכטיג, ס'איז גאר קליין

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18688
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 10:24 am

וועלכע קאזניצער?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3146
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 10:29 am

farshlufen האט געשריבן:וועלכע קאזניצער?

פון ת"א שטערנבערג הייסט ער
orig_db2a6fea64ae4045a020cb4f2a1d73ea.jpg
orig_db2a6fea64ae4045a020cb4f2a1d73ea.jpg (120.84 KiB) געזעהן 715 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2734
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 1:31 pm

דער מנורה פון טשערנאבליר רבי ב״פ שליט״א - קוקט אויך אויס עפעס א ירושה אולי.
צוגעלייגטע
IMG_2737.JPG
IMG_2737.JPG (406.84 KiB) געזעהן 642 מאל

סוואליעווער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 1:39 pm

רבניש האט געשריבן:דער מנורה פון טשערנאבליר רבי ב״פ שליט״א - קוקט אויך אויס עפעס א ירושה אולי.

כהאב נאך קיינמאל נישט געזעהן א ירושה אלטע חפץ, וואס האט אויף זיך טייטלביימער?! דאכט זיך דאס קומט נאר פון סאטמאר איין די שפעטערע יארן...
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

סוואליעווער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 1:41 pm

אויף א אינטערוויא אין קול מבשר זאגט הגה"צ ר' מענדל הורוויץ שליט"א מראחוב ב"ב
אז ער האט אינדערהיים די מנורה פון זיין זיידן הרה"ק ר' משה'לע דעעש'ער זי"ע

נ.ב. ער לייגט צו אז ווער עס וויל קען עס קומען זעהן ביי איהם אינדערהיים
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

העניך
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

תגובהדורך העניך » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 1:55 pm

ניין

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3146
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 1:38 pm

רבניש האט געשריבן:דער מנורה פון טשערנאבליר רבי ב״פ שליט״א - קוקט אויך אויס עפעס א ירושה אולי.

כ'ווייס נישט וועגן דער מנורה אבער ווי קומט א נשמה לעכט נעבן די מנורה :roll:
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
מַחְכִּימַת פֶּתִי
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:37 pm

תגובהדורך מַחְכִּימַת פֶּתִי » דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 1:53 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:דער מנורה פון טשערנאבליר רבי ב״פ שליט״א - קוקט אויך אויס עפעס א ירושה אולי.

כ'ווייס נישט וועגן דער מנורה אבער ווי קומט א נשמה לעכט נעבן די מנורה :roll:

כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט א ווייסע-וואקסענע ליכט אנגעצינדן בשעת גרייטן די קנויטן, מ'לעשט אים אויס איידער מ'מאכט די ברכה.
כ'ווייס נישט די מקור. אבער מעגליך היינו הך.

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 2:18 pm

נישט גארנישט ספעציעל....

איך קען די מנהג ממו"ר כ"ק מרן גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א

עס איז סך הכל: עס ברענט נאך פון פאר מען קומט אהן צו די מנורה, כדי ווען מען ענדיגט מאכען די קנויטען און מען צינד אהן די שמש זאל מען האבען פון ווי.. (אנשטאדס שוויעבלעך) ווארשיינליך קומט די מנהג מזקינם הרה"ק קדושת ציון מ'באבוב זי"ע הי"ד, און עס איז שוין געבליבען אזוי, אפילו היינט האט יעדער איינער שוועבלעך צו די האנט אבער דאך, וויבאלד מען פלעגט אזוי טוען איז עס געבליבען, און נאך דעם וואס די שמש איז אנגעצונדען לעשט מען טאקע אויס די ליכטעל
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 2:24 pm

און וועגען טשערנאבעל איז די זעלבע מנהג ווי סקווירא

מען האט אנגעצינדען סיי א שעוה שמש און סיי א אויל שמש, און די דריטע לעכט איז א נר של מצוה, דהיינו יעדע מאל ווען מען טועט א מצוה צינד מען א לעכט לכבודו, נמשל ביי בדיקת חמץ צינד מען אויך צוויי לעכט, איינס פאר בודק חמץ זיין און איינס בלייבט אויף די טיש פון ווי מען הייבט אהן בודק חמץ זיין-ווי מען מאכט די ברכה, ווייל די צווייטע איז לכבודו פון די מצוה, און אזוי איז יעדע מצוה

איז חנוכה פשוט באמערקט מען עס ווייל עס איז 3 לעכט איינס נעבען די צווייטע
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3146
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 2:39 pm

איך האב זיך באצויגן צו די ריזיגע געלע יארצייט לעכט וואס ליגט אין די מנורה...
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 739
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 2:55 pm

דאס איז די שעוה שמש....

והכל על מקומו...
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1752
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 3:06 pm

וכן הוא במונקאטש

מדליקין נר לבן פשוט ומשם מדליקין את הנר שעוה שעם זה מדליקין את המנורה שגם שם יש שמש של שמן, ויש בזה מקור בהלכה על פי שיטת המג"א וכו'


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט