בוכארישע אידן

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

בוכארישע אידן

תגובהדורך מיין שטעלונג » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 1:37 pm

ס'איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן מיט א בוכארישער אידל פון קווינס, און ס'וועט זיין אינטערעסאנט מיטצוטיילן פארן עולם זייער היסטאריע און לעבנסשטייגער. איך האב אויך גענומען פרטים פון די העברעאישע און ענגלישע וויקיפידיע.

אידן וואוינען שוין אין בוכארא (היינטיגע אוזבעקיסטאן. אויך נאמען פון ריזיגע שטאט אין אוזבעקיסטאן וואו טויזענטער אידן האבן געוואוינט) זינטן ערשטן חורבן בית המקדש, פון די עשרת השבטים - לויט מיין בוכארישן קוואל. מיט די יארן האבן זיך די אידן זייער שטארק פארשפרייט אין אוזבעקיסטאן, אבער זענען געוווען זייער אפגעזונדערט פון די איבריגע, אידישע אייראפעאישע וועלט, און דעריבער איז זייער אידישקייט זייער געפאלן.

אום תקנ"ג איז אנגעקומען אהין א שד"ר פון ארץ ישראל, רבי יוסף ממן זצ"ל (יליד מאראקא) וועלכער האט געזעהן דעם שוואכן אידישקייט מצב און באשלאסן דארט צו בלייבן וואוינען. ער האט שטארק ארויפגעברענגט די קהילה אין אידישקייט.

דער נוסח התפילה וכו' פלעגט זיין אויפן איראנער שטייגער וואס די פערסישע אידן האבן מקבל געווען פון ר' סעדי' גאון. למעשה האט דער ר' יוסף ממן גע'טענה'ט אז זיי זענען נישט פון די עשרת השבטים, נאר זענען פון די שפאניע אנקומענדיג אהין נאך גירוש שפאניע! ר' יוסף האט דעריבער איינגעפירט אז מען זאל אנהייבן דאווענען נוסח ספרד. א צווייטער תימ'נער רב ר' זכרי' מצליח האט יא גע'טענה'ט אז זיי קומען פון די עשרת השבטים און געהייסן בלייבן דאועונען אויפן אלטן נוסח.

עס זענען דא סברות צו ר' יוסף ממן האט טאקע געהאלטן אז זיי שטאמען פון די גולי שפאניע, צו ער האט עס פשוט געטוהן זיי נענטער צו ברענגן צו די אייראפעאישע אידן, און דערמיט פארזיכערן זייער אידישקייט אינעם עתיד. דאס איז אמאל זיכער אז מיטן שאפן די גרויסע מחלוקה, האט ער זיי זיכער נענטער געברענגט צו די אייראפעאישע אידן וואו אין יעדן שטאט וואו אפילו צוויי אידן האבן געוואוינט איז געווען א מחלוקת...

אום תר"פ האט רוסלאנד אנגעשלאסן בוכארא אינעם סאוויעטישן פארבאנד, און אידישקייט האט אנגעהויבן ווערן זייער שווער. אפילו פארדעם האבן זיי זייער געליטן פון די מוסלמענער, און איצט האבן זיי געליטן פון ביידע - די מוסלמענער און די סאוויעטן. די סאוויעטישע טעראר האט אויך צוריק אראפגעברענגט די אידישקייט שטאפלן אין בוכארא, און עווענטועל, ווען דער אייזערנער פאהאנג איז געפאלן, אין די שפעטע תש"מ יארן און זיי האבן אנגעהויבן ארויסצוקומען מאסנווייז פון בוכארא קיין ארץ ישראל און קיין ניו יארק זענען זיי געוווען זייער אומ-רעליגיעז, הגם זיי האבן געהאלטן געוויסע אידישע און בוכארי-דישע מנהגים.

בשעת און נאך די מלחמה זענען פילע אידן פון פוילן אנטלאפן קיין אוזבעקיסטאן און זיך דארט אויסבאהאלטן בשעת די מלחמה. די אידן האבן אויך זיך זייער געדארפט מוטשען מיט אידישקייט אונטער די סאוויעטישע נעגל. איין באקאנטער איז געווען ר' יום טוב ערליך וועלכער האט זיך אויפגעהאלטן ביי - און נאך די מלחמה אין סאמארקאנד, א שטאט נישט ווייט פון בוכארא. אויך זיין חבר, מר. פאטאש האט געהאט דעם נסיון חתונה צו האבן מיט א גוי'טע אין אוזבעקיסטאן (כ'ווייס נישט צו ער איז אויך געווען אין סאמארקאנד), און יום טוב ערליך הייבט אן זיין וועלט-בארימטן ניגון "יאקאב" מיט די ווערטער "אין אוזבעקיסטאן, אויף די בערג פון די דזשאן, ביים גרעניץ פון אינדיע און אפגאניסטאן". (אוזבעקיסטאן האט היינט צוטאגס נישט קיין גרעניץ מיט אינדיע. מעגליך אז אמאל האט עס יא געהאט).

היינט וואוינען טויזענטער בוכארישע אידן אין קווינס אין די געגענט פון פארעסט היללס און ארום (קיו גארדענס, קיו גארדענס הילס, ריגא פארק, דזשאמעיקא וכו'). ווי געשריבן זענען זיי געווען זייער שוואך אין אידישקייט. היינט ב"ה קערן זיך פילע פון זיי צוריק צו ערליכע אידישקייט, פילע שיקן שוין די קינדער אין פרומע ישיבות ארום די וועלט - א שטייגער ווי דער בוכארישע מיט וועמען איך האב גערעדט.

רעדנדיג איבער די פארשווענדערישע חתונות אין די בוכארישע וועלט (איבער וואס עס איז ערשינען לענגערן ארטיקל אינעם פסח ביילאגע אין דער בלאט תשע"ו) רעדט ער זיך אויך אפ געפערליך דערויף, און ער באטאנט אז יעדער איינער אין די קהילה עסט זיך דערויף אבער עס איז נישט דא קיינער וואס טוט דערוועגן. וואס יא, זאגט ער מיר אז די מער פרומע, די אינגווארג וואס ווערט מער רעליגיעז, זענען נישט אינטערעסירט אין די סארט חתונות, און מאכן יא פשוט'ע חתונות.

אנדערש ווי די אשכנז'ישע אידן, געבן זיי נאר נעמען וואס ווערט דערמאנט אין די תורה. און מער ווייניגער געבן זיי די נעמען וואס שטייט די וואך אין די סדרה אדער איבער וועמען מען איז יעצט עוסק. למשל, אלע קינדער וואס ווערן געבוירן אום אדר הייסן אדער מרדכי אדער אסתר...

נאך א זאך. דער ר' יוסף ממן האט געהאט אן אייניקל וואס האט געהייסן ר' שלמה מוסאאיף, וועלכער איז געווען א שטיקל רב אין בוכארא און האט שפעטער געגרינדעט דעם "שכונת הבוכארים" אין ירושלים. ער האט געהאט עטליכע קינדער, און פון זיינע אייניקלעך זענען היינט דא פילע דיימאנד סוחרים אין ארץ ישראל און אין אייראפע, ליידער שוואכע אידן אדער קיין אידן בכלל.

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 1:42 pm

זייער שיין באשריבן

אין ביכל ''סאמארקאנד'' פון הלל זאלצמאן - א ליובאוויטשער חסיד וועלכער האט פארבראכט דארטן אונטער קאמיוניזים, רעדט ער אסאך ארום פון די בוכארער אידן, מיט וועם ער האט זיך דארט באקענט.

געווען גאנץ א פשוט'ער עולם, אבער האבן פארמאגט אסאך חשובע מסירת נפש אידן, עיין שם ותמצא נחת..

א ייש''כ פאר די שיינע באשרייבונג.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

געלויבט
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:48 am

תגובהדורך געלויבט » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 5:24 am

ר' יו"ט ערליך אין איינע פון זיינע טעיפ'ס בארעדט ער די לעבן אין סאמארקאנד

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2705
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 5:42 am

איי סאמארקאנד, עס איז בעקאנט...
א סאמארקאנדער חתונה, איי איז דאס זיס
די כלה גיט דעם טלית, דער חתן גיט דעם דלות
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 7:59 am

יש"כ 'מיין שטעלונג' פאר די אינטערעסאנטע אינפארמאציע איבער די היסטאריע פון די בוכארישע אידן. איך האב נאר געוואלט קאמענטירן וואס איר האט געשריבן איבער "יאקאב".

מיין שטעלונג האט געשריבן:איין באקאנטער איז געווען ר' יום טוב ערליך וועלכער האט זיך אויפגעהאלטן ביי - און נאך די מלחמה אין סאמארקאנד, א שטאט נישט ווייט פון בוכארא. אויך זיין חבר, מר. פאטאש האט געהאט דעם נסיון חתונה צו האבן מיט א גוי'טע אין אוזבעקיסטאן (כ'ווייס נישט צו ער איז אויך געווען אין סאמארקאנד), און יום טוב ערליך הייבט אן זיין וועלט-בארימטן ניגון "יאקאב" מיט די ווערטער "אין אוזבעקיסטאן, אויף די בערג פון די דזשאן, ביים גרעניץ פון אינדיע און אפגאניסטאן". (אוזבעקיסטאן האט היינט צוטאגס נישט קיין גרעניץ מיט אינדיע. מעגליך אז אמאל האט עס יא געהאט).

אין אוזבעקיסטאן,
אויף די בערג פון דידשאן,
ביים גרעניץ פון אינדיע און אפגאניסטאן.


די שטאט סאמארקאנד געפינט זיך אין מזרח אוזבעקיסטאן, נישט ווייט פון די גרעניץ מיט טאדזשיקיסטאן און איר עיר הבירה 'דידשאן' (Dushanbe). נעבן די הויפט שטאט דידשאן לויפן די הויכע אלאי-זאראפשאן בערג וואס ציען זיך דורך צפון טאדזשיקיסטאן, פון די שכנות'דיגע קירגיסטאן אויף צפון-מזרח ביז אריין אין אוזבעקיסטאן אויף מערב זייט.

טאדזשיקיסטאן גרעניצט זיך אויף דרום מיט פאקיסטאן (וואס ר' יום טוב ערליך רופט אן אינדיע, דאן זענען ביידע געווען אונטער ענגלאנד) און אפגאניסטאן.

ערגעץ אין יענע בערגיגע געגנט אין מזרח אוזבעקיסטאן...

א דארף איז פארהאן,
וואס זעהט נישט קיין באן,


און ווען די לאקאלע טאדזשיקן האבן אינטערגעריקט דעם נסיון צו יעקב פאטאש ע"ה, האט דער העלדישער בחור געהויבן פיס און אנטלאפן...

און ווייט אויף די הויכע בערג, אין דער פינסטערע נאכט,
קריכט א מענטש דארט אויסגעצויגען, מיט די אויגען צוגעמאכט,
ביי די זייטען טיפער אפגרונד, אויפן קרבן גרייט,
יעקב האט פאר זיי נישט מורא, און זיין הארץ איז פול מיט פרייד.
נאר איין וועג עס האט די תורה, און דאס איז דער וועג,
בעסער דארט צושמעטערט ווערן, און פון תורה נישט אוועק!
נישטא קיין זאך וואס קען אפשרעקן, דעם עהרליכען איד,
אז ער גייט נאר אין ג-ט'ס וועגן, גייט ג-ט מיט אים און ער היט!


uzbekistan-map.gif
מאפע פון אוזבעקיסטאן
ווערט געזעהן: טאשקענט, בוכארא, סאמארקאנד, דידשאן
uzbekistan-map.gif (69.63 KiB) געזעהן 1751 מאל


Alay Mountains.jpg
מאפע פון די בערג [פון דידשאן]
Alay Mountains.jpg (205.65 KiB) געזעהן 1751 מאל
לעצט פאראכטן דורך מונאוויטש אום מיטוואך אוקטובער 25, 2017 7:13 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 1:08 pm

הכי נקרא שמו 'פאטאש'? אוי האט ער געמאכט פון די טאדזשיקן "פאטאש"...

יישר כוח מונאוויטש פארן אזוי שיין אויסקלארן די מאפע דארט אין געגענט.

איך וואונדער זיך נאר פארוואס ר' יום טוב רופט אן די אוזבעקער, צוויי מאל אינעם ניגון, "טאדזשיקן"?

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 1:24 pm

מיין שטעלונג האט געשריבן:איך וואונדער זיך נאר פארוואס ר' יום טוב רופט אן די אוזבעקער, צוויי מאל אינעם ניגון, "טאדזשיקן"?

די "טאדשזיק" שבט איז די גרעסטע עטנישע גרופע אין אוזבעקיסטאן.
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4069
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 11:36 pm

און היצט וועל איך נעמען מיין שטעלונג.. דו ביסט פיין! און א גרויסן ייש"כ פאר דיין צייט עס אראפצוברענעגן.

כ'מיין אז דאס לאנד הייסט/האט געהייסן; בוכאריע. נישט בוכארא.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דאנארשטאג אוקטובער 26, 2017 12:13 am

פ..גל האט געשריבן:און היצט וועל איך נעמען מיין שטעלונג.. דו ביסט פיין! און א גרויסן ייש"כ פאר דיין צייט עס אראפצוברענעגן.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

תכלית הידיעה שלא נדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 11:47 pm

תגובהדורך תכלית הידיעה שלא נדע » דינסטאג ינואר 29, 2019 12:18 pm

די גאנצע מעמד הצלת דורות בוכארא

https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=74607
סאיז בעסער אז מווייסט נישט אלעס

אושר עד
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 14, 2019 5:22 pm

Gorsky-Kavkazi

תגובהדורך אושר עד » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 5:26 pm

איך האב מיך לעצטנס באקענט מיט א בחור, ווען איך האב אים געפרעגט אויב ער איז בוכאריש זאגט ער ניין ער איז "קאפקאזי". ער זאגט מיר ער באקומט די שאלה אייביג, און גאר ווייניג האבען געהערט פון דעם. א שנעלע סירטש ביי רבינו גוגעל (פארשטייט זיך שלא בפניו...) זעב איך אז דאס איז אין אזערבידשאן. אינטערסאנט צו וויסען אויב דאס האט עפעס א שייכות בוכארא וואס דאס איז עפעס מער באקענט ביי אונס.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2515
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 5:56 pm

זייער שיין

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג פאברואר 01, 2019 9:59 am

יישר כח פאר די הערליכע באשרייבונג
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

oh vei
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:30 pm

תגובהדורך oh vei » מוצ"ש פאברואר 02, 2019 8:59 pm

אושר עד האט געשריבן:איך האב מיך לעצטנס באקענט מיט א בחור, ווען איך האב אים געפרעגט אויב ער איז בוכאריש זאגט ער ניין ער איז "קאפקאזי". ער זאגט מיר ער באקומט די שאלה אייביג, און גאר ווייניג האבען געהערט פון דעם. א שנעלע סירטש ביי רבינו גוגעל (פארשטייט זיך שלא בפניו...) זעב איך אז דאס איז אין אזערבידשאן. אינטערסאנט צו וויסען אויב דאס האט עפעס א שייכות בוכארא וואס דאס איז עפעס מער באקענט ביי אונס.

ניין זיי האבען נישט קיין שייכות, זיי זענען נאר געווען נישט אזוי ווייט איינער פון צווייטען ,זיי האבען זיך נישט זייער ליב , די אזערבעזשאנער האלטען זיך מער בעסער פון די בוכאערער, די אזערבעזשאנער האבען ליידער ווייניגער שומרי תו״מ ,און זיי זענען מער און ברוקלין דאכציך זיי האבען א שוהל אויף אשעין פארקוועי ,דאקעגען די בוכרישע זענען זייער עהרליך און זיי האבען א גרויסע באזע און קווינס,למעשה האבען זיי א נאנטקייט און קולטור,

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מוצ"ש פאברואר 02, 2019 9:36 pm

בערל קראקאווער האט געשריבן:זייער שיין באשריבן

אין ביכל ''סאמארקאנד'' פון הלל זאלצמאן - א ליובאוויטשער חסיד וועלכער האט פארבראכט דארטן אונטער קאמיוניזים, רעדט ער אסאך ארום פון די בוכארער אידן, מיט וועם ער האט זיך דארט באקענט.

געווען גאנץ א פשוט'ער עולם, אבער האבן פארמאגט אסאך חשובע מסירת נפש אידן, עיין שם ותמצא נחת..

א ייש''כ פאר די שיינע באשרייבונג.

ר' הלל איז דארטן געבליבן אין רוסלאנד נאך רוב חסידי חב"ד האבן מצליח געווען אוועק לויפן פון רוסלאנד אין די יארן תש"ו/תש"ז

אין די יארן פון די מלחמה האבן אסאך ליובאוויטשע חסידים מיט נאך אסאך אוועקגעלאפן צו סמרקנד (און טאשקענט און נאך שטעט אין אוזבעקיסטאן)
עס האט דאמאלט געהערשט א הונגער צוליב די מלחמה און אסאך האבן ל"ע ניט דורכגעמאכט.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט