פרעות ערפור"ט שנת ד"א תתקפ"א ושנת ה"א ק"ט - איבערגעבליבענע עדות פון יענע תקופה

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

פרעות ערפור"ט שנת ד"א תתקפ"א ושנת ה"א ק"ט - איבערגעבליבענע עדות פון יענע תקופה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

בעזהי"ת
ערגעץ ווי אין די לאנגע קייטעלע פון צרות און פרעות וואס כלל ישראל איז אריבער אין איהר ביטערע גלות, נאכאנאנדע בלבולים און פאגראמאן וואס די בני עשיו וישמעאל האבן אויסגעפירט אויף פולצאליגע אידישע קהילות, געפינט זיך דער בלוטיגער פאגראם אויף די שטאט ערפורט - Erfurt אין דייטשלאנד, וועלכער איז דורכגעפירט געווארן אין שנת ה' אלפים ק"ט, די למספרם יארע איז דאס 1349.

די שטאט ארפורט איז גערעכנט געווארן אלס א גאר וויכטיגע שטאט פאר האנדלונג צוועקן, געפינענדיג זיך ביים דורגאנג צווישן מזרח דייטשלאנד און מערב דייטשלאנד, נאכדערצו איז דארט געוואקסן א געוויקס וואס פון דעהם האט מען געמאכט בלויע פארב, א גאר טייער מאטריאל אין יענע יארן, אזוי אויך איז דער קייסערליכער פאלאץ געווען פלאצירט אין שטאט פאר א געוויסער תקופה.

בילד
איבערבלייבענישען פון דער בריק וואס איז געווען העכער די טייך און שטארק באניצט געווארן פאר האנדלונג צוועקן.

דאס אנהייב פון די אידישע קהילה אין שטאט

די אידישע קהילה אין די שטאט האט זיך אנגעהויבן ווארשיינליך נאך אזוי פרי ווי אין יאר ד' אלפים תתנ"ו בערך, אידן זענען דארט געקומען מעגליך צוליב די שווערע פרעות אינערהאלב די ריין געגנט, וואס דאס האט גורם געווען פאר אידן צי אנטלויפן אהער.

די קהילה איז געווען א רייכע קהילה, אזוי ווייזט זיך אויס פון די כתבי ידות און ווערדפולע צירונגען וואס זענען פון דארט איבערגעבליבן, צווישן אנדערע איז די עלטסטע כת"י פון תוספתא וואס איז היינטיגע צייטן דא, געשריבען געווארן אין ערפורט, אזוי אויך א גאר טייער שיין באצירטער תנ"ך אין צוויי בענדער געשריבען אויף טייערע פארמעט.

בילד

בילד
דער היסטארישער בית המדרש וואס איז ווארשיינליך דער עלטסטער ביהמ"ד אין אייראפע, וואס דער ערשטער חלק איז שוין געבויעט געווארן אזוי פרי ווי יאר ד"א תתנ"ה, און רוב חלקים פון דער בנין איז געבויעט געווארן שנת ה"א י'.
נאך דער בלוטיגער פאגראם, האבן די שטאט באהערדע פארקויפט דער שוהל, פאר איינער וואס האט פון דעהם געמאכט א וועיר האוז, און ער האט אויפגעבראכן אין דעהם צוויי טויערען, איינס אויף די פלאץ וואס דארט איז געווען דער ארון הקודש, לאנגע יארן איז נישט געווען באוויסט אז דאס איז געווען א שוהל, אזוי ארום האט עס איבערגעלעבט די ביטערע נאצי תקופה, ביז לעצטנס וואס עס איז אנטדעקט געווארן, היינט איז דאס ליידער א מוזעאום.

פרעות שנת ד"א תתקפ"א

אין יאר ד' אלפים תתקפ"א בערך, בעת די פינפטע קרייץ ציגלער, האבן צוליב א בלוט בלבול א גרופע קריסטן ימ"ש באפאלן די ביהמ"ד מיט פולע פארזאמעלטע אידן אינעווייניג, מיטן ציהל זיי צי אומברענגען ה"י, אבער נישט איידער זיי האבן אנגעגעבן א ברירה פאר די געפאנגענע אידן, אדער חלילה זיך צי שמד'ען, אדער אומברענגען ה"י, אזוי ווי טויזענטער קדוישם אין יענע יארן, זענען די אידן געבליבען געטריי צום באשעפער, און אויסגעקליבען די טויט, אזוי פול ווי בערך 25 אידן פון די קהילה, זענען דעמאלט אומגעקומען עקדה"ש, הי"ד, צווישן די אומגעקומענע איז געווען דער חזן רבי שמואל בן קלונימוס הי"ד.

דאס ווייטערע בליה פון די קהילה

די קהילה האט זיך אבער צוריקגעכאפט נאך די שווערע טראגעדיע און ווייטער ממשיך געווען צי בליעהן, אזוי ווייט אז זיי האבן צוויי מאל אויסגעברייטערט זייער שוהל, וואס דאס ווייזט אז לכאורה זענען די צאהל אידן פון שטאט שטארק געוואקסן, אזוי אויך איז געבויעט געווארן א מקוה טהרה נאנט צום טייך פון מים חיים.

אין שטאט האבן אויך געוואוינט גרויסע תלמידי חכמים, אזוי ווי עס ווערט דערמאנט אין א שאלה אין תשובות מיימוניות נשים סימן כה
"ועתה רבותינו הקרובים אלינו שבארפור"ט והרחוקים ממנו שבווירצבור"ק והמאור הגדול הר"מ מרוטנבור"ק המקום יהיה לו בעזרו ושאר רבותינו שברינו"ס פטרו את יצחק משרה פרה סרה בזריקת גט הנעשה בפנינו."

אין א געוויסע תקופה, בעת רבינו מאיר דער מהר"ם מרוטנבור"ק זי"ע איז געווען איינגעשפארט אין טורמע ווי באוואוסט, האט זיך דאן די רא"ש זי"ע אויפגעהאלטן פאר א לענגערע תקופה אין שטאט ארפורט, צי שתדל'ענען לטובת זיין רבי ביים קייסער, וואס האט דאן געוואוינט אין שטאט.

דערנאך האט דארט געוואוינט רבינו אלכסנדר הכהן זוסליין זי"ע דער מחבר פון ספר האגודה, און אזוי אויך האט דארט געוואוינט רבינו אליעזר מארפורט און נאך.

פרעות ה' אלפים ק"ט

אין יארע 1349 למספרם, שנת ה"א ק"ט האט אויסגעבראכן אין אייראפע די ביטערע שווארצע מגיפה, ווי צענדליגער מיליאנען גויים זענען אויסגעשטארבן, ווי פארשטענדליך האבן די בני עשיו באשולדיגט די אידן אין צופירן צי די מגיפה דורך פארגיפטיגען די וואסער, און די אינטער געהיצטע מאסן האבן דאן א דורך געפירט עטליכע פאגראמען אינערהאלב גאנץ אייראפע, ווי טויזענטער אידן זענען אומגעבערנגט געווארן עקדה"ש.

געווען איז דאס שבת פרשת תזריע ר"ח ניסן און פרשת החודש אין יאר ה' אלפים ק"ט, אין א שבת וואס מען נעמט ארויס דריי ספרי תורה, ווען רוב אידן האבן זיך געפינען אין ביהמ"ד, האבן זיך די צעהעצטע אייניקלעך פון עמלק ארויסגעלאזט אויף א בלוטיגער פאגראם אויף די בני הקהילה, אומברענגענדיג אזוי פול ווי בערך דריי טויזענט פון די בני הקהילה, צווישן זיי רבינו אלכסנדר הכהן, (טייל זענען חולק אז רבינו אלכסנד איז דארט אומגעקומען, צוליב דאס וואס די מהרי"ל און שפעטערדיגע רופן איהם נישט אהן מיטן טיטל "הקדוש" וואס איז נהוג צי מכנה זיין דיי וואס זענען אומגעקומען עקדה"ש, אבער אזוי ווייזט אויס פון די קינה וואס ווערט ווייטער געברענגט) און אלע אנדערע זענען אנטלאפן, בארויבט די ספרי תורה און ספרי הקודש, עס געשלעפט אויפן גאס מיט א מורא'דיגע בזיון, דא איז ליידערגעקומען א סוף צי די שיינע בליענדיגע קהילה. הי"ד.

רבי ישראל ברבי יואל פון די בני הקהילה, האט געקלאגט אויף זיין קהילה, און געשריבען א ביטערע קינה וואס הייבט זין אהן מיט די ווערטער "ציון אריוך בכי".

"ערפורט מהררה,
לה שם ברוב עשרה,
שם הוד כבוד תורה,
חק דת פליליך
זכו נזיריה
צחו צעיריה,
נעמו נעריה -
בם רב אציליך
הרב אלכסנדרי
כהן וראש נזרי
לעשות רצון יוצרי
עז כשחליך"


"גוילין נשרפין ואותיות פורחות[/size]"[/b]

די בארויבטע אוצר וואס די רשעים האבן בארויבט פון די אידן, זענען לאנגע יארן אפגעהיטן געווארן ביי זיי, צוישן זיי 4 ספרי תורה, וואס דאס איז ווארשיינליך די עלטסטע ספרי תורה בכתב אשכנז וואס איז היינט דא, עס געפינט זיך היינט צעטאגס אין די בערלינער לייבערי.

בילד
דער עלטסטער כת"י פון די תוספתא וואס איז היינט דא, וואס איז געשריבען געווארן אין ארפור"ט, קענטיג פלעקן, מעגליך פון בלוט.

קוקענדיג אין די ספרי תורה און די ספרים וואס זענען באראבעוועט געווארן, שטעלט זיך די האר פון קאפ אויף, זעענדיג א שטימע עדות צי די בוליטגע פרעות וואס זענען אריבער אויף די בני הקהילה פאר באלד זיבען הונדערט יאר צוריק, אויף די ספרי תורה איזק לאר קענטיג סימנים פון א פייער וואס האט פארניכטעט א טייל פון די ספרי תורה, און אויף די תוספתא און אזוי אויך אויף דער מחזור איז קענטיג א פלעק, וואס איז שארק מעגליך א בלוט פלעק.

נאך מער שאקירנד איז א השערה וואס א אידישער חוקר מיטן נאמען ר' אפרים כספי האט געגעבן, און איינער פון די ספרי תורה זענען די בלעטער פון פרשת שלח ביז פרשת חוקת טיילווייז פארברענט, און דערנאך איז עס אינגאנצן פארברענט ביז פרשת פנחס, גאנץ מעגליך אז דאס איז די ספר תורה וואס מען האט געליינט דערין די קריאה פון ראש חודש, וואס איז געווען יענער ביטער טאג, און דעריבער איס עס פארברענט פונקט ביי פרשת פנחס, דארט ווי עס איז געווען אויפגעמישט. א אנדער אפציע איז אז עס איז נאך געווען אויפגעמישט אויף פרשת פרה, ווי די סימני השריפה איז אויך אויף פרשת חוקת.

בילד

בילד

ביי דער אנדער ספר תורה פעלט גאנצעטע קלפים, ביז סוף פרשת שמיני און אנהייב תזריע, מעגליך אז דער ספר תורה איז געווען אויפגעמישט אויף דער קריאה פון די וואך פרשת תזריע, און דער ערשטער האלב פון די ספר תורה וואס איז געווען ארום געדרייט אויף דער ערשטער עץ חיים איז פארברענט געווארן.

בילד

און נאך מער, דער מעגליכער בלוט פלעק אויף די מחזור, איז פונקט אויף דער יוצר לפרשת החודש! און איז ממשיך אויף נאך עטליכע ווייטערע בלעטער, וואס ווייזט אז לכאורה האט די בלוט געטראפט אויף דעהם ווען עס איז געעוען אויפגעמישט אין פרשת החודש.

בילד

עטליכע יאר שפעטער זענען ווידער געקומען אידן וואוינען אין שטאט, צווישן אנדערע האט אין די שפעטערע תקופה געוואוינט דער מהר"י וייל זי"ע, ועוד חזון למועד.

אין יארע 2000 למספרם האט מען גראבענדיג נעבן דער שוהל געטראפן אן אוצר וואס אידן האבן דארט באהאלטן, ווארשיינליך שמעקענדיג אז די צרות קומט און מען דארף אנטלויפן, האבן זיי באהאלטן זייערע צירונגען און ווערדפולע כלים מיינענדיג נעבעך אז זיי גייען צוריק קומען.

בילד

יִוָּדַע בגיים בַּגּוֹיִם לְעֵינֵינוּ נִקְמַת דַּם עֲבָדֶיךָ הַשָּׁפוּךְ: תָּבוֹא לְפָנֶיךָ אֶנְקַת אָסִיר כְּגֹדֶל זְרוֹעֲךָ הוֹתֵר בְּנֵי תְמוּתָה: וְהָשֵׁב לִשְׁכֵנֵינוּ שִׁבְעָתַיִם אֶל חֵיקָם חֶרְפָּתָם אֲשֶׁר חֵרְפוּךָ ה':
לעצט פארראכטן דורך חזון-איש'ניק אום מיטוואך אוגוסט 02, 2017 6:52 pm, פארראכטן געווארן 7 מאל.
שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שירה פען »

זייער אינטערסאנט
music helps your mood
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

נאך בילדער פון די אנדערע ספרי תורה וואס זענען פארבליבען פון די קהילה
אטעטשמענטס
הורד.jpg
הורד.jpg (190.47 KiB) געזען 1850 מאל
הורד %281%29.jpg
הורד %281%29.jpg (214.01 KiB) געזען 1850 מאל
הורד %282%29.jpg
הורד %282%29.jpg (207.91 KiB) געזען 1850 מאל
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

זייער שיין באשריבן.

קוקנדיג אינעם קאלעקציע פון פארשידענע קינות אין פארשידענע צייטן זעה'ך אז עס איז דא נאך צוויי קינות, מיט א שטיקל הארץ צוגייענדע סיפור.

מובא בספר הזכרת נשמות (מימרבוך): הרוגי ערפורט תתקפ"א כ"ה סיון. לפרט: ר' שמואל חזן ב"ר קלונימוס ואשתו מרת חנה. ר' יואל החסיד ואשתו מרת שלוידא. ר' שם טוב הלוי, ששחט עצמו לפני ארון הקודש. ר' מרדכי ב"ר אליקים הלוי. ר' יוסף ב"ר שמואל. ר' יצחק. ר' משה ושתי בנותיו. מדרונא ורחל אחותה הבתולות, השליכו עצמן באש. ר' קלונימוס ואשתו. ר' זלקמן הבחור. ובחור אחר. ר' שבתי ואשתו ובתו. ויוסף הנער השליך עצמו באש. ר' קלונימוס ובתו.

רבי אלעזר ב"ר יהודה מחבר 'זולתך אין אל צדיק ומושיע'.

מחבר הקינה השנייה, הוא כנראה אותו ר' שלמה ב"ר אברהם שעמד בקשרי כתבים עם ר' ברוך ב"ר שמואל ממגנצא (נפטר תתקפ"א). 'אלקים חיים אצים בי גונשים'
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

בענקעל האט געשריבן:זייער שיין באשריבן.

קוקנדיג אינעם קאלעקציע פון פארשידענע קינות אין פארשידענע צייטן זעה'ך אז עס איז דא נאך צוויי קינות, מיט א שטיקל הארץ צוגייענדע סיפור.

מובא בספר הזכרת נשמות (מימרבוך): הרוגי ערפורט תתקפ"א כ"ה סיון. לפרט: ר' שמואל חזן ב"ר קלונימוס ואשתו מרת חנה. ר' יואל החסיד ואשתו מרת שלוידא. ר' שם טוב הלוי, ששחט עצמו לפני ארון הקודש. ר' מרדכי ב"ר אליקים הלוי. ר' יוסף ב"ר שמואל. ר' יצחק. ר' משה ושתי בנותיו. מדרונא ורחל אחותה הבתולות, השליכו עצמן באש. ר' קלונימוס ואשתו. ר' זלקמן הבחור. ובחור אחר. ר' שבתי ואשתו ובתו. ויוסף הנער השליך עצמו באש. ר' קלונימוס ובתו.

רבי אלעזר ב"ר יהודה מחבר 'זולתך אין אל צדיק ומושיע'.

מחבר הקינה השנייה, הוא כנראה אותו ר' שלמה ב"ר אברהם שעמד בקשרי כתבים עם ר' ברוך ב"ר שמואל ממגנצא (נפטר תתקפ"א). 'אלקים חיים אצים בי גונשים'

א שיינעם דאנק, דאס איז ווארשיינליך קינות וואס איז געשריבען געווארן אויף די ערשטע פרעות וואס זענען פארגעקומען אין שטאט ווי געשריבען.
עס קומט ארויס א שוידערליך בילד, ווי אידן דא אזוי ווי אין נאך פעלער האבן זיך אליין אומגעברענגט כדי נישט צי האבן די נסיון חלילה זיך צי שמד'ען.
און אנדערע פעלער האבן עלטערען אומגעברענגט זייער אייגענע קינדער, כדי זיי זאלן חלילה נישט דורכפאלן אין די נסיון, דאס ווערט עטליכע מאל דערמאנט אין די קינות וואס מיר האבן נעכטן געזאגט און געיאמערט אויף יענע ביטערע תקופות, עס איז דא א תשובה וועגן דעהם אין מהר"ם מרוטנבור"ק.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

שיין שיין, מיר ליינען מיט דורשט.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

זייער אינטערסאנט.
בנוגע די בילדער פון די ס"ת, חוץ פון דעהם וואס דער יו"ד פון דער אות צד"י איז אויסגעדרייט אזוי ווי מיר פירען זיך עפ"י האריז"ל, וואס דער חזו"א איז מסתפק אז ס'פסול, איז דער גאנצער צורת הכתב אנדערש ווי ס'היינט איינגעפירט.
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

איך האב געמאכט א פי די עף פייל פון דעהם, אבער עס איז צי גרויס צי אפלאודען.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”