ס׳איז זעהר צעמישט וויפיל יאהר נאכן חורבן ס׳איז געוועהן די מעשה מיט בר כוכבא,
קען עמעציר ברענגען מקורות ווען דאס איז געוועהן,
ווי לאנג האט גענומען די אויפשטאנד?
איז דאס די זעלבע מעשה מיט חורבן ביתר?
ביטע נישט שרייבן אהן קיין מקור (פון האנט ארויס ווייס איך אויך) נאכן ארומזוכן זעה איך אז ס׳איז א פארוויקעלטע נושא
זמן בר כוכבא וחורבן ביתר
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- KEWL
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3088
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
- לאקאציע: ס'מעדדיש ביי די גמרא
Re: זמן בר כוכבא וחורבן ביתר
חיי אריכי האט געשריבן:ס׳איז זעהר צעמישט וויפיל יאהר נאכן חורבן ס׳איז געוועהן די מעשה מיט בר כוכבא,
קען עמעציר ברענגען מקורות ווען דאס איז געוועהן,
ווי לאנג האט גענומען די אויפשטאנד?
איז דאס די זעלבע מעשה מיט חורבן ביתר?
ביטע נישט שרייבן אהן קיין מקור (פון האנט ארויס ווייס איך אויך) נאכן ארומזוכן זעה איך אז ס׳איז א פארוויקעלטע נושא
?
מיין חתימה איז ליידיג, אויב האסטו עפעס א געדאנק פאר מיין חתימה, שיק אין אישי
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17017
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2366
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am
Re: זמן בר כוכבא וחורבן ביתר
דאס איז קלאר אז ר' עקיבה האט געלעבט בשעתן חורבן און ער האט אויכעט געלעבט בשעת בר כוכבא האט געפירט די מלחמה מיט די רוימער.
סקען נישט האבן געווען צופיל יאר פונעם חורבן
סקען נישט האבן געווען צופיל יאר פונעם חורבן
- אוראייניקל
- רב הצעיר תשפ"ד
- תגובות: 17017
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am
Re: זמן בר כוכבא וחורבן ביתר
ר' עקיבא האט געלעבט 120 יאהר כמבואר בספרי פרשת וזאת הברכה
'ומשה בן מאה ועשרים שנה - זה אחד מארבעה שמתו בן מאה ועשרים, ואלו הם: משה והלל הזקן ורבן יוחנן בן זכאי ור' עקיבא'.
אין סדר הדורות ברענגט ער א מחלוקת צו רבי עקיבא איז געווען 68 בשעת'ן חורבן, ממילא איז ער אוועק 52 יאר נאכ'ן חורבן. אדער איז ער געווען 47 יאר בשעת'ן חורבן, און ער איז אוועק 73יאהר נאכן חורבן.
אין ירושלמי (תענית פ"ד ה"ה) און אין איכה רבה (ב,ב) שטייט אז ביתר איז געווען רואיג ביז 52 יאהר נאכ'ן חורבן.
לכאורה איז פון דעם א ראיה צו די צוויטע דעה, אז ר"ע איז נאר געווען 47 יאהר בשעת'ן חורבן, און ער האט נאך געלעבט מער פון 52 יאר נאכ'ן חורבן.
נאך שטייט אין ירושלמי און אין איכ"ר אז די מצור ארום ביתר האט גענומען דריי און א האלב יאהר (וי"ג צוויי און א האלב). ועי' בדורות ראשונים הנ"ל וואס ער איז דן צו די מצור האט זיך אנהעהויבן גלייך נאך די 52 יאר, אדער הערשט 6.5 יאהר שפעטער עי"ש.

- שר חמש מאות
- תגובות: 563
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
- לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!
Re: זמן בר כוכבא וחורבן ביתר
חיי אריכי האט געשריבן:ס׳איז זעהר צעמישט וויפיל יאהר נאכן חורבן ס׳איז געוועהן די מעשה מיט בר כוכבא,
קען עמעציר ברענגען מקורות ווען דאס איז געוועהן,
ווי לאנג האט גענומען די אויפשטאנד?
איז דאס די זעלבע מעשה מיט חורבן ביתר?
ביטע נישט שרייבן אהן קיין מקור (פון האנט ארויס ווייס איך אויך) נאכן ארומזוכן זעה איך אז ס׳איז א פארוויקעלטע נושא
זע אין דעם אשכול וואו ידידינו בענקל האט עס הערליך באהאנדלט.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!