בלאט 1 פון 1

עיר הקודש צפת: איר היסטאריע און אלעס ארום

געשריבן: דאנארשטאג יולי 20, 2017 5:23 pm
דורך עולם ומלואו
דער אשכול ווערט געעפנט איבער די היסטאריע פונעם עיר הקודש "צפת", און ווי אויך איבער דער שטאט היינטיגע צייטן.

איך מיין אז עס זענען פארהאן פיל מענטשן, וואס וועלן זיין פאראינטרעסירט צו ליינען איבער די רייכע היסטאריע פון דעם שטאט וואס ווערט פאררעכנט אלס איינע פון די "ארבע ערי הקודש" (ירושלים, חברון, טברי', צפת), דערצו זייענדיג דער וואוינארט פון ריזיגע לייבן, די גדולי המקובלים ווי רבי משה קורדובירו, דער אריה"ק ותלמידו רבי חיים ויטאל, רבי יוסף קארו בעל הב"י והשו"ע, די משוררים רבי ישראל נג'ארה ורבי שלמה אלקבץ, און נאך פילע.

ווי אויך ביז היינט ציעט די שטאט אסאך אינטערעסע ביי פילע אידן, צוליב איר אויסערגעווענליכע אייגנארטיגקייט.

דערפאר, ווער עס האט עפעס מיטצוטיילן, זאל ביטע עס שרייבן דא.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 20, 2017 5:25 pm
דורך פ' לך לך
אינעם גליון אונזער שיין בלעטל איז געלאפן א שטיקל פארזעצונג דערוועגן

געשריבן: דאנארשטאג יולי 20, 2017 6:03 pm
דורך עולם ומלואו
ערשטנס אביסל איבער די געאגראפיע פון צפת:

צְפַת איז א שטאט אין צפון ארץ ישראל, זי ווערט פאררעכנט אלס די הויפט-שטאט פון "גליל העליון" (טברי' איז אין "גליל התחתון"). דער שטאט געפונט אויף א בערגיגע פלאץ אין די מזרח זייט פונעם גליל, די שטאט האט א הערליכע אויסקוק צום ים כנרת פון איר מזרח זייט און צו די מירונ'ער בערג פון איר מערב זייט.

זעט אויפן מאפע אנגעצייכנט צפון זייט ארץ ישראל (וואס נעמט אריין אויך די גולן בערג וואס די ציונים האבן אקופירט פון סיריע אום תשכ"ז)
Israel_north_dist.png
Israel_north_dist.png (28.95 KiB) געזעהן 3818 מאל


צפת איז די העכסטע און די קעלטסטע שטאט אין א"י זייענדיג ביי א מיטעלגארטיגע הייך פון בערך 900 מעטער העכער'ן ים-לעוועל. די שטאט ציילט היינט איבער 33,000 תושבים, וואס דאס איז די העכסטע צאל איינוואוינער וואס די שטאט האט סיי ווען פארמאגט.

די שטאט פארמאגט פילע געגנטער, אלטע און נייע (ווי מאור חיים וואס איז געבויעט געווארן מיט 40-50 יאר צוריק דורך רבי משה ערנסטער זצ"ל חדב"ן האמרי חיים מוויזניץ זצ"ל), אבער די מערסטע אינטערעסע ציעט פארשטייט זיך די "עיר העתיקה".

געשריבן: דאנארשטאג יולי 20, 2017 11:02 pm
דורך נחום וואהלינער
אינטרעסאנט אנצומערקן וואס די חסד לאברהם-אזולאי שרייבט:

תחילת דירתו של אדם בארץ ישראל תהא בצפת שאין אוויר צח זך ונקי בכל ארץ ישראל כבצפת! [כתבתי בע"פ ממילא אולי טעותי בדקדוק הלשון אבל הכוונה הוא אותו דבר]

נאך שרייבט ער אז צפת איז כביכול הדום רגליו של הקב"ה, או"ה למושב לו - או"ה בא"ת ב"ש הוא אותיות צפ"ת!

------
כנצר מעיה"ק צפת תובב"א וחובב אותה ומחכה לחזור אליה בכל יום ויום, מאוד נהנתי מפתיחת האשכול הזה ואשתדל בס"ד להעשירו בהמשך הזמן.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 20, 2017 11:40 pm
דורך פ' לך לך
פ' לך לך האט געשריבן:אינעם גליון אונזער שיין בלעטל איז געלאפן א שטיקל פארזעצונג דערוועגן



https://www.dropbox.com/s/pda7ltk985664 ... A.pdf?dl=0

געשריבן: מוצ"ש יולי 22, 2017 7:01 pm
דורך שליסלעך האלטער
קהילת צאנז אין עיה"ק "צפת" האט ארויסגעגעבן א שיינע ספר ארום "צפת" ובפרט איבער די מנהגי החסידים אין "צפת".

געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2017 8:09 am
דורך פרעגער
שליסלעך האלטער האט געשריבן:קהילת צאנז אין עיה"ק "צפת" האט ארויסגעגעבן א שיינע ספר ארום "צפת" ובפרט איבער די מנהגי החסידים אין "צפת".


די קונטרס איז נישט ארויסעגעבן געואורען דורך קהילת צאנז נאר דורך א פריוואטער חשובער אינגערמאן הרב אסף ברלינסקי שליט"א ראש כלל טשערנאבילער קלויז. עס האט גארנישט ארום דעם שטאט צפת נאר כשמו כן הוא "מנהגי חסידים בצפת".

געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2017 3:02 pm
דורך עולם ומלואו
דא איז שיין באשריבן געווארן איבער דעם ערד ציטערניש וואס האט באטראפן דעם שטאט צפת אין די צייטן פונעם "בת עין" זי"ע.

געשריבן: פרייטאג מארטש 16, 2018 6:50 am
דורך משהזוךמיר
די צאנזער קלויז:
IMG_2631.JPG
IMG_2631.JPG (705.19 KiB) געזעהן 2206 מאל


תקנות המקוה אין צאנזער קלויז :lol:
IMG_2471.JPG
IMG_2471.JPG (316.96 KiB) געזעהן 2206 מאל


בית הכנסת ר' יוסי בנאה, וואס לפי המקובל איז מקום מנוחתו אין עזרת נשים פון ביהמ"ד (איך שטעל זיך פאר ס'איז אלס ליידיג...)
IMG_2319.JPG
IMG_2319.JPG (527.43 KiB) געזעהן 2206 מאל

געשריבן: פרייטאג מארטש 16, 2018 6:56 am
דורך משהזוךמיר
די הויז פון הרה"ק א' דוד משה מטאלטשאווא זי"ע, דער שווער פון הייליגן ייטב לב, וועלכער האט סוף ימיו געוואוינט אין צפת.
די הויז געהערט היינט פאר האדמו"ר מקלויזנבורג א"י שליט"א. מען האט עס צוטיילט אין צוויי דירות, וואו עס וואוינען קלויזנבורגער יונגעלייט. (דער יונגערמאן אויפ'ן דריטן בילד וואוינט דארט.)

געשריבן: פרייטאג מארטש 16, 2018 7:02 am
דורך משהזוךמיר
די אריינגאנג צום בית המדרש פון הייליגן בית יוסף זי"ע.
אינעווייניג איז דא א ספר תורה פון בית יוסף אויף דיספלעי אין א גלאז, אפענערהייט. (פרעג מיר נישט די היתר דערפאר)
IMG_2317.JPG
IMG_2317.JPG (433.04 KiB) געזעהן 2202 מאל


נאר אין צפת קענט איר זען א יונגערמאן מיט ווייסע זאקן שטיין מוז"ש ביי די ארבעט אין פיצא שאפ...
IMG_2629a.jpg
IMG_2629a.jpg (256.48 KiB) געזעהן 2202 מאל


אי"ה ווען די צייט וועט ערלויבן וועלן מיר ברענגען נאך בילדער פון היסטארישע פלעצער אין צפת, אולי מיט אביסל פרטים המונחים בזכרוני הדל איבער די מקומות.

געשריבן: פרייטאג מארטש 16, 2018 7:03 am
דורך משהזוךמיר
אגב איז כדאי צו וויסן, אז עס איז גאנץ יתכן אז די שטאט צפת ווערט שוין דערמאנט אין נ"ך מיט'ן נאמען 'יודפת', און איז געווען א פעסטונג שטאט. (די אלטע פעסטונגען שטייען נאך טיילווייז היינט צו טאגס.)

געשריבן: דינסטאג פאברואר 19, 2019 12:49 pm
דורך חנוך
איך זוך א גוטע מאפע פון צפת מיט די בתי מדרשים און אנדערע פלעצער צו באזוכן. א דאנק!

געשריבן: מיטוואך פאברואר 20, 2019 3:25 pm
דורך 65th
tzefat.PDF
(201.2 KiB) דאונלאודעד 97 מאל