בלאט 22 פון 22

געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2019 11:06 am
דורך יציב פתגם
דאטשע האט געשריבן:אויב שוין קראקא, פארנט פונעם אלטן שול

הערליך שיין הרב דאטשע, פלאי פלאים!!

-

איין הערה'לע נאר..

דאס איז נישט ביי די פארנט נאר אין די בעק
https://www.google.com/maps/@50.0510093 ... 6656?hl=en
Bild_101I-030-0766-27,_Polen,_Menschen_auf_Straße,_Markt.jpg
Bild_101I-030-0766-27,_Polen,_Menschen_auf_Straße,_Markt.jpg (69.36 KiB) געזעהן 4138 מאל
Bild_101I-030-0766-25,_Polen,_Menschen_auf_Straße,_Markt.jpg
Bild_101I-030-0766-25,_Polen,_Menschen_auf_Straße,_Markt.jpg (58.79 KiB) געזעהן 4138 מאל
chrome_2019-03-18_11-03-04.jpg
chrome_2019-03-18_11-03-04.jpg (97.71 KiB) געזעהן 4138 מאל

געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2019 11:21 am
דורך דאטשע
אוי ווי גערעכט דו ביסט...
אויב אזוי, דאכט זיך אז האב איך נאך עטליכע בילדער פון דעם פלאץ, כ'האב פשוט נישט געכאפט וואו דאס איז.
וועלן מיר א קוק טון אי"ה אביסל שפעטער.

געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2019 11:25 am
דורך דאטשע
בענקעל האט געשריבן:
דאטשע האט געשריבן:אביסל צוריק'צו'וועג'ס אויף די לינקע זייט, זעהט מען נאך פון די פארבליבעניש פונעם מויער

וואו?
איך זעה דארט גאר אלטע כאטקע'ס, ווער ווייסט ווי אלט און ווער עס האט אלס געוואוינט דארט, און קעגן איבער איז דא א ריזיגע קאנסטראקשן-זאון מיט גאר הויכע קרעינס. נעבעך די אלע אלטע איבערבלייבענישן ווערן אפגעמעקט.

דאס איז עס
די אלע כאלעיגעס שטייען דא און באטראכטן די וואנט, אויפן טאוועל אינמיטן שטייט געשריבן אז דאס איז א פארבליבענע זכר צום מויער פון געטא.

געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2019 4:25 pm
דורך moishy56
הערליך שיין

געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2019 5:32 pm
דורך יציב פתגם
הרה"ק רבי אליעזר זוסיא מסקולען זי"ע ובנו הרה"ק רבי ישראל אברהם מסקולען זי"ע הכ"מ אויף די Strada Republicii גאס אין וואטרא-דארנא

WLXPhotoGallery_2019-05-21_17-22-22.png
WLXPhotoGallery_2019-05-21_17-22-22.png (230.9 KiB) געזעהן 3699 מאל
WLXPhotoGallery_2019-05-21_17-34-08.jpg
WLXPhotoGallery_2019-05-21_17-34-08.jpg (62.63 KiB) געזעהן 3692 מאל

געשריבן: דאנארשטאג מאי 23, 2019 12:06 am
דורך שאינו יודע
שיין. וועלקאם בעק

געשריבן: דאנארשטאג מאי 23, 2019 9:28 am
דורך צוקער וואסער
שאינו יודע האט געשריבן:שיין. וועלקאם בעק

געשריבן: דאנארשטאג מאי 23, 2019 8:46 pm
דורך עפעס א מענטש
יציב פתגם האט געשריבן:הרה"ק רבי אליעזר זוסיא מסקולען זי"ע ובנו הרה"ק רבי ישראל אברהם מסקולען זי"ע הכ"מ אויף די Strada Republicii גאס אין וואטרא-דארנא

WLXPhotoGallery_2019-05-21_17-22-22.png
WLXPhotoGallery_2019-05-21_17-34-08.jpg

ר' יציב, וויאזוי טרעפסטו די זאכן, דו נישטערסט גאנץ איירופא גאס נאך גאס?

געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2019 1:08 am
דורך חוח בין השושנים
עפעס א מענטש האט געשריבן:ר' יציב, וויאזוי טרעפסטו די זאכן, דו נישטערסט גאנץ איירופא גאס נאך גאס?

דו האלסט ער גייט דיך אויסזאגן זיינע טריקס?

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 3:07 pm
דורך א גולם
יישר כח הרב יציב פתגם שליט"א פארן אונז מהנה זיין!

א הערליכער אשכול דאס.

געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2019 7:25 am
דורך moishy56
א גולם האט געשריבן:יישר כח הרב יציב פתגם שליט"א פארן אונז מהנה זיין!

א הערליכער אשכול דאס.

יישר כח הרב יציב פתגם

געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2019 11:37 pm
דורך יציב פתגם
הרה"ק בעל אור מלא מקאסאן זי"ע הי"ד אויף די Nezalezhnosti embankment גאס אין אונגוואר, אויפן וועג צום שוהל
צו זיין לינקע זייט איז הגאון רבי יוסף אלימלך כהנא זצ"ל הי"ד אב"ד אונגוואר (בילד גענומען אום שבת דורך א גוי)

WLXPhotoGallery_2019-07-22_23-33-17.png
WLXPhotoGallery_2019-07-22_23-33-17.png (732.38 KiB) געזעהן 2048 מאל
WLXPhotoGallery_2019-07-22_23-32-02.jpg
WLXPhotoGallery_2019-07-22_23-32-02.jpg (122.51 KiB) געזעהן 2048 מאל

געשריבן: דינסטאג יולי 23, 2019 12:09 am
דורך התבונני
יציב פתגם האט געשריבן:הרה"ק בעל אור מלא מקאסאן זי"ע הי"ד אויף די צו זיין לינקע זייט איז הגאון רבי יוסף אלימלך כהנא זצ"ל הי"ד אב"ד אונגוואר (בילד גענומען אום שבת דורך א גוי)

נאר איינער מיט א שטריימל ?

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 10:06 am
דורך הילולא דצדיקיא
התבונני האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:הרה"ק בעל אור מלא מקאסאן זי"ע הי"ד אויף די צו זיין לינקע זייט איז הגאון רבי יוסף אלימלך כהנא זצ"ל הי"ד אב"ד אונגוואר (בילד גענומען אום שבת דורך א גוי)

נאר איינער מיט א שטריימל ?

זייענדיג א אשכנזישע שטאט, איז כמעט קיינער נישט געגאנגען מיט קיין שטריימל דארט
דער אור מלא איז פארשטייט זיך יא געגאנגען, און א גוי, וואס האט זיך געדרייט אין שטאט כאפן שיינע בילדער, האט פלוצלינג באמערקט דעם אור מלא גיין אויף די גאס, אין באגלייטונג פון דעם רב אין שטאט, האט אים דאס געצויגן דעם אויג, און ער האט געכאפט דאס בילד.

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 10:50 am
דורך התבונני
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
התבונני האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:הרה"ק בעל אור מלא מקאסאן זי"ע הי"ד אויף די צו זיין לינקע זייט איז הגאון רבי יוסף אלימלך כהנא זצ"ל הי"ד אב"ד אונגוואר (בילד גענומען אום שבת דורך א גוי)

נאר איינער מיט א שטריימל ?

זייענדיג א אשכנזישע שטאט, איז כמעט קיינער נישט געגאנגען מיט קיין שטריימל דארט
דער אור מלא איז פארשטייט זיך יא געגאנגען, און א גוי, וואס האט זיך געדרייט אין שטאט כאפן שיינע בילדער, האט פלוצלינג באמערקט דעם אור מלא גיין אויף די גאס, אין באגלייטונג פון דעם רב אין שטאט, האט אים דאס געצויגן דעם אויג, און ער האט געכאפט דאס בילד.

אונגוואר'ער רב איז אויך נישט געגאנגען מיט א שטריימל ?

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 10:56 am
דורך חמרא טבא
יציב פתגם האט געשריבן:הרה"ק בעל אור מלא מקאסאן זי"ע הי"ד אויף די Nezalezhnosti embankment גאס אין אונגוואר, אויפן וועג צום שוהל
צו זיין לינקע זייט איז הגאון רבי יוסף אלימלך כהנא זצ"ל הי"ד אב"ד אונגוואר (בילד גענומען אום שבת דורך א גוי)


ס'האט מיר איינע אמאל מעורר געווען אז אויב שטעלט מען צו דעם בילד צו די אנדערע בילדער פונעם אור מלא קוקט עס נישט אויס ווי דער זעלבע מענטש
139159.jpg
139159.jpg (161.22 KiB) געזעהן 1838 מאל

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 3:17 pm
דורך הילולא דצדיקיא
כבר דשו בה רבים

אבער תלמידים וואס האבן נאך געקענט דעם רב זיע"א, האבן דאס באשטעטיגט מער ווי איין מאל

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:57 pm
דורך יציב פתגם
"ועל דמם אשר שפך כמו מימי יאוריה..."

די "סעלעקציע" ביים הויפט אריינגאַנג צום אוישוויצער גיהנום

8.jpg
8.jpg (525.27 KiB) געזעהן 1323 מאל
9.jpg
9.jpg (583.72 KiB) געזעהן 1323 מאל

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:59 pm
דורך יציב פתגם
די טרויעריג-באַרימטע שילד וואָס הענגט ביים טויער פון אוישוויץ מיט די אויפשריפט "ארבייט מאכט פריי"

10.jpeg
10.jpeg (229.92 KiB) געזעהן 1320 מאל
11.jpg
11.jpg (191.67 KiB) געזעהן 1320 מאל

געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2019 5:07 pm
דורך שאינו יודע
בי די סעלעקציע בילד האלט מען אינמיטן בויען די וואך טורעם?

געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2019 7:03 pm
דורך למדן וצדיק
וואלט אפשר כדי געווען צו אינעדטיפעצירן דעם גאנצן אלבום פון אוישוויץ
https://mchekc.org/wp-content/uploads/2 ... pdf?x65920

געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2019 11:43 pm
דורך אילו זכינו
למדן וצדיק האט געשריבן:וואלט אפשר כדי געווען צו אינעדטיפעצירן דעם גאנצן אלבום פון אוישוויץ
https://mchekc.org/wp-content/uploads/2 ... pdf?x65920


וויפיל מ'ווייסט, וויפיל מ'זעהט, און וויפיל מ'האט שוין געהערט, כאפט יעדעס מאל פון פריש א פחד נורא ווען מ'זעהט די בילדער פון אונזערע זיידעס און באבעס שמסרו נפשם על דקושת השם. בכל שנה ושנה אעורר מספד חדש!

בנוגע צו אינעדטיפעצירן דעם גאנצן אלבום פון אוישוויץ איז א זאך וואס מ'קען אפשר באווייזן למחצה לשליש ולרביע, ס'איז א ארבעט פון אסאך יאר, וואס קען קאסטן שווערע געלטער, כ'גלייב נישט אז איינער איז עס גרייט צו באצאלן.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 1:13 am
דורך אסדר לסעודתא
אילו זכינו האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:וואלט אפשר כדי געווען צו אינעדטיפעצירן דעם גאנצן אלבום פון אוישוויץ
https://mchekc.org/wp-content/uploads/2 ... pdf?x65920


וויפיל מ'ווייסט, וויפיל מ'זעהט, און וויפיל מ'האט שוין געהערט, כאפט יעדעס מאל פון פריש א פחד נורא ווען מ'זעהט די בילדער פון אונזערע זיידעס און באבעס שמסרו נפשם על דקושת השם. בכל שנה ושנה אעורר מספד חדש!

בנוגע צו אינעדטיפעצירן דעם גאנצן אלבום פון אוישוויץ איז א זאך וואס מ'קען אפשר באווייזן למחצה לשליש ולרביע, ס'איז א ארבעט פון אסאך יאר, וואס קען קאסטן שווערע געלטער, כ'גלייב נישט אז איינער איז עס גרייט צו באצאלן.

ביזט שוין אמאל געווען אין אוישוויץ? קוקט אויס אז נישט. מען רעדט פון אידענטיפיצירן די מקומות נישט אלע מענטשן... נישט אזא שווערע ארבעט.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 1:16 am
דורך אסדר לסעודתא
שאינו יודע האט געשריבן:בי די סעלעקציע בילד האלט מען אינמיטן בויען די וואך טורעם?

קוקט אזוי אויס