בלאט 20 פון 22

געשריבן: מאנטאג ינואר 08, 2018 1:43 pm
דורך moishy56
א דאנק הרב יציב שליט"א!

געשריבן: מאנטאג ינואר 15, 2018 2:18 pm
דורך פריילעך אידל
שוין לאנג נישט געווען עפעס פריש דא...

געשריבן: מאנטאג ינואר 15, 2018 2:54 pm
דורך חמרא טבא
זעהט אויס יציב איז אראפגעפארן אויסטשעקן די אלע פלעצער...

געשריבן: מאנטאג ינואר 22, 2018 10:59 am
דורך נחוניא
יציב פתגם האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:אויך דאס בילד איז פון די זעלבע פלאץ

אויך פונעם זעלבן פלאץ

מימין לשמאל האדמו"ר רבי מנחם מענדל מבוהוש זצ"ל, האדמו"ר רבי פנחס מבארשא זצ"ל, האדמו"ר רבי יצחק מבוהוש זצ"ל
136748.jpg

דער בריק נעמט אריבער פונעם שטאט צום פארק, וואס דארטן פלעגט מען גיין שפאצירן און שעפן לופט.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 12, 2018 7:14 am
דורך moishy56
א דאנק

געשריבן: מאנטאג פאברואר 12, 2018 10:02 am
דורך מכטי1
ישר כוח הרב יציב, חודשים שוין נישט געוועהן דא, אבער יעצט האב איך איבערגעליינט די אשכול פון אנהויב ביזן סוף. געוואלדיג!!!

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 26, 2018 3:39 pm
דורך פריילעך אידל
תודה לקל יתברך אז דער אשכול איז ווידעראמאל אפן, און מיר לאדענען איין מו"ה יציב פתגם אונז צו מהנה זיין מיט פרישע סחורה מבית גנזיו.

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 26, 2018 6:04 pm
דורך יציב פתגם
א ווארימע שכוח פאר די שיינע איינלאדענונג, און יעצט גיימער ווייטער...

לייפציגער אידן זענען מקבל פנים הרה''ק רבי יהושע מיערוסלב זצ''ל הי''ד (בן הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע) ביי די באן סטאנציע אין לייפציג

WLXPhotoGallery_2018-12-26_17-26-35.jpg
WLXPhotoGallery_2018-12-26_17-26-35.jpg (94.43 KiB) געזעהן 2767 מאל

https://www.google.com/maps/@51.3439795 ... 6656?hl=en
WLXPhotoGallery_2018-12-26_17-28-10.jpg
WLXPhotoGallery_2018-12-26_17-28-10.jpg (108.73 KiB) געזעהן 2767 מאל

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 26, 2018 8:39 pm
דורך געדיך אוואש
יציב פתגם האט געשריבן:א ווארימע שכוח פאר די שיינע איינלאדענונג, און יעצט גיימער ווייטער...

לייפציגער אידן זענען מקבל פנים הרה''ק רבי יהושע מיערוסלב זצ''ל הי''ד (בן הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זי"ע) ביי די באן סטאנציע אין לייפציג

WLXPhotoGallery_2018-12-26_17-26-35.jpg

https://www.google.com/maps/@51.3439795 ... 6656?hl=en
WLXPhotoGallery_2018-12-26_17-28-10.jpg

הרב יציב, "החייתנו"...
מיט אלע בילדער ביז אהער, ועכשיו ביותר!
צלח ורכב, כה לחי!!

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 26, 2018 10:41 pm
דורך בעל דמיון
כבוד הרב יציב!
איך קען נישט די אלע פענסי לשונות אבער יפטר בלי כלום אי אפשר, סא אזוי ווי מ'זאגט אין די מדינה "טענק יו!" מיר זענען זיך מחי'
Shekoyach!

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 26, 2018 10:49 pm
דורך צו געזונט
הרה"ק ר' יושע ענדעלט שטארק אין הרה"ק מבילגורייא, אדער דער בילגורייער אין אים

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 26, 2018 11:57 pm
דורך געדיך אוואש
ראפאגאש האט געשריבן:
mar0was האט געשריבן:אדמו"ר מהר"א מבעלזא זי"ע אין פעסט אין די חצר פון בנין הקהילה.

פעסט-1.jpg


די חצר איז לעצטנס געווארן איבערגעבויט.

Pest.jpg

איך בין נישט זיכער אז די בילד איז ממש די זעלבע פלאץ, די חצר האט אויסגעזעהן מער ווייניגער די זעלבע אויף אלע זייטן.

(ייש"כ פאר א מעמבער וואס האט מיר געשוקט די בילד פון בעלזער רב זי"ע)


די בילדינג מיט די הויף אינדערמיט, איז אויף 'שיפ-אוצע' זיבן (אוצע מיינט א גאס)
דארט איז געווען די דירה פון ר' חיים ראטה. דער בעלזער רב פלעגט דארט איינשטיין ווען ער איז געקומען קיין פעסט.
אזוי אויך, איז איין סוכות אינמיטן די מלחמה געווען נאר איין אתרוג אין גאנץ פעסט. און אויף דעם טאראסע האבן זיך געשלעגעלט הונדערטער מענטשן צו מקיים זיין די מצות ד' מינים.

יארן צוריק זעמער (איך מיט יענער) געווען אין פעסט פאר שבת. און מ'זעמיר (ווידעראמאל, איך מיט יענער) געגאנגען שפאצירן שבת נאכמיטאג אין די פעסטע גאסן, מקיים זיין דעם ש'פאצירן ב'שבת ת'ענוג. האמיר (יא יא, באנאזאם) אפגעשטאט א באזיך דארט אין דעם בנין, און ארויף אויף דעם טאראסע.
דער אתרוג איז שויניש דארט געווען, אבער א שכנ'טע האט פארציילט אז זי געדענקט נאך די ראטה פאמיליע פון דעם בילדינג.
דער בילדינג איז נאך דאן נישט געווען איבערגעבויעט, אבער העכערן אריינגאנג איז שוין געווען א סאפיסטעקירטע לייט. וואס ווען עימיצער איז אריבער, האט זיך עס אטומאטיש פארלאשן..

נישט ריכטיגע אינפארמאציע, במחילת כבודכם!
על ראשון ראשון:
די בילדינג מיט די הויף אינדערמיט איז נישט אויף שיפ אוצא, דאס איז אויף "קערטעז אוצא" נומער 32, ווי דער בעלזער רב זי"ע איז איינגעשטאנען במשך די פיר חדשים איידער ער איז ארויפגעפארן קיין ארץ ישראל (דענסטמאל האט די גאס געהייסן "נאדיאטאדי סאבא").
דאס איז נישט די דירה פון ר' חיים ראטה, ר' חיים ז"ל האט טאקע געוואוינט אינעם דערמאנטן אדרעס אויף "שיפ אוצא".
דער בעלזער רב איז נישט איינגעשטאנען ביי ר' חיים ראטה, נאר געווען סך הכל איינמאל דארט אויף א באזוך עטליכע טעג פארן אוועקפארן. דער ברודער פונעם רב, דער בילגורייער רב איז א שטיק צייט דארט איינגעשטאנען.
די געשלענגעכטץ צו מאכן א ברכה אויפן אתרוג פון בעלזער רב איז נישט געווען, נישט אין דעם דירה און נישט אין ר' חיים'ס דירה, דאס איז געווען אינעם קאזינצי שול, צו וואו דער גבאי האט יעדן טאג געטראגן דעם אתרוג פארן ציבור.
דער טאראסע איז ווי דערמאנט, אין די בעק פונעם געביידע אויף קערטעז אוצא 32.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 12:25 pm
דורך moishy56
פריילעך אידל האט געשריבן:תודה לקל יתברך אז דער אשכול איז ווידעראמאל אפן, און מיר לאדענען איין מו"ה יציב פתגם אונז צו מהנה זיין מיט פרישע סחורה מבית גנזיו.

;l;p- ;l;p-

געשריבן: מוצ"ש דעצמבער 29, 2018 10:46 pm
דורך הצדיק
פריילעך אידל האט געשריבן:תודה לקל יתברך אז דער אשכול איז ווידעראמאל אפן, און מיר לאדענען איין מו"ה יציב פתגם אונז צו מהנה זיין מיט פרישע סחורה מבית גנזיו.

די אשקול איז געווען פארשפארט?

געשריבן: זונטאג דעצמבער 30, 2018 11:33 am
דורך יציב פתגם
הגאון הגדול רבי חיים עוזר גראדזענסקי זצ"ל ביי די באנהויף אין סט. גאלען, שווייץ (אויפן וועג צוריק פון די 2'טע כנסיה הגדולה אין וויען - אלול תרפ"ט)
רעכטס איז דער בעל אכסניא הרב חיים נפתלי שמואל שטערנבוך זצ"ל, און לינקס איז הרב שטערנבוך'ס איידעם הרה"ג רבי ירחמיאל אליהו בוטשקא זצ"ל מייסד ישיבת "עץ חיים" אין מאנטרעי, שווייץ

WLXPhotoGallery_2018-12-30_11-22-47.png
WLXPhotoGallery_2018-12-30_11-22-47.png (624.83 KiB) געזעהן 2406 מאל
WLXPhotoGallery_2018-12-30_11-24-05.png
WLXPhotoGallery_2018-12-30_11-24-05.png (576.56 KiB) געזעהן 2406 מאל

דאס זעלבע פלאץ היינט צוטאגס אויף Bahnhofplatz, St. Gallen, Switzerland
WLXPhotoGallery_2018-12-30_11-25-42.jpg
WLXPhotoGallery_2018-12-30_11-25-42.jpg (75.72 KiB) געזעהן 2406 מאל

געשריבן: זונטאג דעצמבער 30, 2018 12:00 pm
דורך בעל דמיון
WOW!
כאטש כ'האב עס שוין פריער געזאגט...

געשריבן: זונטאג דעצמבער 30, 2018 7:33 pm
דורך שאינו יודע
שיין

איז דער רב שטערנבוך עפעס פאר ראב״ד העדה״ח?

יישר כח נאכאמאל

געשריבן: זונטאג דעצמבער 30, 2018 7:43 pm
דורך קנאפער ידען
שאינו יודע האט געשריבן:שיין

איז דער רב שטערנבוך עפעס פאר ראב״ד העדה״ח?

יישר כח נאכאמאל

פאטער'ס פאטער.

געשריבן: זונטאג דעצמבער 30, 2018 7:54 pm
דורך קיקיון
שאינו יודע האט געשריבן:שיין

איז דער רב שטערנבוך עפעס פאר ראב״ד העדה״ח?

יישר כח נאכאמאל


הראב"ד שליט"א הוא בן הרה"ח ר' אשר בן הרה"ח ר' נפתלי שמואל שטרנבוך ז"ל

געשריבן: זונטאג דעצמבער 30, 2018 7:59 pm
דורך אויבער-חכם
פאר אזעלעכע אשכולות מיז מען אריינקומען זיך צו באדאנקן פארן צוריק אנהייבן מיט פרישע סחורה.
פין די גרעסטע חידושים דא אויף אייוועלט
הפלא ופלא

געשריבן: זונטאג דעצמבער 30, 2018 8:39 pm
דורך שאינו יודע
קיקיון האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:שיין

איז דער רב שטערנבוך עפעס פאר ראב״ד העדה״ח?

יישר כח נאכאמאל


הראב"ד שליט"א הוא בן הרה"ח ר' אשר בן הרה"ח ר' נפתלי שמואל שטרנבוך ז"ל



יישר כח

געשריבן: דינסטאג ינואר 01, 2019 10:57 am
דורך יציב פתגם
האדמו"ר רבי שרגא פייבוש מזאלישטשיק זצ"ל מיט זיין פלומעניק האדמו"ר האמרי חיים מוויזניץ זצ"ל אין קארלסבאד, בשנת תרצ"ג

WLXPhotoGallery_2019-01-01_10-49-26.png
WLXPhotoGallery_2019-01-01_10-49-26.png (282.11 KiB) געזעהן 2159 מאל

האדמו"ר האמרי חיים מוויזניץ זצ"ל אין קארלסבאד, בשנת תרצ"ז

WLXPhotoGallery_2019-01-01_10-50-10.png
WLXPhotoGallery_2019-01-01_10-50-10.png (515.11 KiB) געזעהן 2159 מאל

דאס זעלבע פלאץ היינט צוטאגס אויף די Lázeňská גאס אין קארלסבאד
https://www.google.com/maps/@50.2240171 ... 3888?hl=en
WLXPhotoGallery_2019-01-01_10-48-23.jpg
WLXPhotoGallery_2019-01-01_10-48-23.jpg (97.68 KiB) געזעהן 2159 מאל

געשריבן: דינסטאג ינואר 01, 2019 11:01 am
דורך איינס
אויבער-חכם האט געשריבן:פאר אזעלעכע אשכולות מיז מען אריינקומען זיך צו באדאנקן פארן צוריק אנהייבן מיט פרישע סחורה.
פין די גרעסטע חידושים דא אויף אייוועלט
הפלא ופלא

געשריבן: דינסטאג ינואר 01, 2019 1:10 pm
דורך כתמר יפרח
יציב פתגם האט געשריבן:האדמו"ר רבי שרגא פייבוש מזאלישטשיק זצ"ל מיט זיין פלומעניק האדמו"ר האמרי חיים מוויזניץ זצ"ל אין קארלסבאד, בשנת תרצ"ג

האדמו"ר האמרי חיים מוויזניץ זצ"ל  קארלסבאד, בשנת תרצ"ז

אינטרעסאנט אז מען האט גענומען א בילד פיר יאר שפעטער גענוי די זעלבע פלאץ.

געשריבן: דינסטאג ינואר 01, 2019 2:00 pm
דורך טייטל
די קעמערא אפעראציע איז אמאל געווען פול אנדערש פון אמאל, עס קען גאר זיין אז די קעמערא איז געשטאנען דארט די גאנצע פיר יאר אין איין ציה