היסטארישע בילדער - וויאזוי עס קוקט היינט אויס
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
חמרא טבא האט געשריבן:איז וואסי פשט אז אין דעם בילד האט ער נאך א שווארצע בארד?
איר פרעגט גוט!
איצט געטראפן א אנדערע ווערסיע:
Krakow, Poland, Rabbi Nekhemia Kornitzer receiving the Polish President Wojciechowski
יציב פתגם האט געשריבן:חמרא טבא האט געשריבן:איז וואסי פשט אז אין דעם בילד האט ער נאך א שווארצע בארד?
איר פרעגט גוט!
איצט געטראפן א אנדערע ווערסיע:
Krakow, Poland, Rabbi Nekhemia Kornitzer receiving the Polish President Wojciechowski
יעצט איז שוין מיין קשיא און אלע אנדערע קשיות אויכעט פארענטפערט
(אנדערע קשיות מיט תירוצים טאר מען נישט יעצט ערב תשעה באב איז לערנט מען דאס)
לעצט פארראכטן דורך טייטל אום דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 8:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- פריילעך אידל
- שר האלף
- תגובות: 1854
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm
שטאלצער יוד האט געשריבן:
WOW
זענען די אלע אין די בילדער יודן?
קיין בארד זעט מען נישט. זיי הייבן אויף די היטלעך, און שטייען קיין קאפל. איז דאס דעמאלט געווען א יודישע וועג?
איך וויל נישט אוועקטראגן די אשכול פונעם נושא, אבער אויף דיין פראגע, איז אינטערעסאנט, אז איך האב פונקט נעכטן געליינט דעם בוך "געראטעוועט פון כבשן האש" געשריבן דורך הרה"ח ר' לייבעלע מאנדלבוים ע"ה יליד קראקא, שרייבט ער דארט בתוך הדברים, איבער די שטאט קראקא, אז ווי באקאנט איז אין קראקא און אין גאנץ פוילן-גאליציע נישט געווען קיין טיילונג אווי אונגארן-רומעניע, און אין קראקע זענען די פרומע און חסידישע אידן געווען בלויז 40 פראצענט, און פון די ציונים-מזרחי זענען געווען נאך בערך 30-40 פראצענט, זיי זענען געווען אזאלכע שומרי תורה למחצה ולשליש, און די איבריגע צוואנציג פראצענט איז באשטענען פון אסימילירטע און גאר פרייע אידן ליידער, וואס זיי האט שוין נישט אינטערעסירט קיין אידישקייט בכלל.
ווען עס איז געקומען די קהל וואלן, האבן די חסידישע אידן מורא געהאט אז די ציונים-מזרחי, זייענדיג בערך די זעלבע פראצענט פון די פרומע, קענען נאך זיגן, און זיי וועלן אריינשטעלן רבנים און דיינים וואס שמעקט זיי, האבן די פרומע אידן געמאכט א יד אחת מיט די פרייע און אסימילירטע אידן, אז זיי, די פרייע, וועלן קריגן די ראשי קהילה פאסטענעס, און וועלן זיצן ביים שטייסל מיט די געלט, און די אידישע שפיטאל א.א.וו., און ווידער די ענינים רוחניים, ווי רבנים דיינים שוחטים חזנים מוהלים וכדו' וועלן בלייבן אין די הענט פון די פרומע. און די פרומע האבן אויך באקומען די סגן ראש הקהל (הרה"ח ר' פייוויש סטעמפל ע"ה, מחותן מיט הרה"ק הקדושת ציון מבאבוב זי"ע). און פארשטייט זיך זיי זענען אריינגעקומען שטערקער.
דאס גיט לכאורה צו פארשטיין דיין פראגע אז ביים קבלת פנים פונעם רב, זעהט מען די מענטשן וואס קוקן אויס ממש ווי פרייע, ווייל ווי געשריבן זענען די פרייע געווען די ראשי הקהילה אין קראקא, מייניך אז עס מאכט שוין סענס.
לעצט פארראכטן דורך פריילעך אידל אום מיטוואך אוגוסט 02, 2017 7:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
- פריילעך אידל
- שר האלף
- תגובות: 1854
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm
יעניגער האט געשריבן:עס איז נישט ערלויבט צו דאווענען דארט, און עס איז היינט א מאזעאום, ווי מען האט פון מיר שבת געפאדערט געלט ווען איך האב דארט געוואלט דארט באזוכן.
אויב איז יענער א גוי פארוואס זאל ער דיך נישט בעטן געלט, ער קוקט עס נישט אן ווי קיין שול ער קוקט עס אן ווי סתם א היסטאריעשע פלאץ
#איך-פארק-מענטשליך
פריילעך אידל האט געשריבן:שטאלצער יוד האט געשריבן:
WOW
זענען די אלע אין די בילדער יודן?
קיין בארד זעט מען נישט. זיי הייבן אויף די היטלעך, און שטייען קיין קאפל. איז דאס דעמאלט געווען א יודישע וועג?
איך וויל נישט אוועקטראגן די אשכול פונעם נושא, אבער אויף דיין פראגע, איז אינטערעסאנט, אז איך האב פונקט נעכטן געליינט דעם בוך "געראטעוועט פון כבשן האש" געשריבן דורך הרה"ח ר' לייבעלע מאנדלבוים ע"ה יליד קראקא, שרייבט ער דארט בתוך הדברים, איבער די שטאט קראקא, אז ווי באקאנט איז אין קראקא און אין גאנץ פוילן-גאליציע נישט געווען קיין טיילונג אווי אונגארן-רומעניע, און אין קראקע זענען די פרומע און חסידישע אידן געווען בלויז 40 פראצענט, און פון די ציונים-מזרחי זענען געווען נאך בערך 30-40 פראצענט, זיי זענען געווען אזאלכע שומרי תורה למחצה ולשליש, און די איבריגע צוואנציג פראצענט איז באשטענען פון אסימילירטע און גאר פרייע אידן ליידער, וואס זיי האט שוין נישט אינטערעסירט קיין אידישקייט בכלל.
ווען עס איז געקומען די קהל וואלן, האבן די חסידישע אידן מורא געהאט אז די ציונים-מזרחי, זייענדיג בערך די זעלבע פראצענט פון די פרומע, קענען נאך זיגן, און זיי וועלן אריינשטעלן רבנים און דיינים וואס שמעקט זיי, האבן די פרומע אידן געמאכט א יד אחת מיט די פרייע און אסימילירטע אידן, אז זיי, די פרייע, וועלן קריגן די ראשי קהילה פאסטענעס, און וועלן זיצן ביים שטייסל מיט די געלט, און די אידישע שפיטאל א.א.וו., און ווידער די ענינים רוחניים, ווי רבנים דיינים שוחטים חזנים מוהלים וכדו' וועלן בלייבן אין די הענט פון די פרומע. און די פרומע האבן אויך באקומען די סגן ראש הקהל (הרה"ח ר' פייוויש סטעמפל ע"ה, מחותן מיט הרה"ק הקדושת ציון מבאבוב זי"ע). און פארשטייט זיך זיי זענען אריינגעקומען שטערקער.
דאס גיט לכאורה צו פארשטיין דיין פראגע אז ביים קבלת פנים פונעם רב, זעהט מען די מענטשן וואס קוקן אויס ממש ווי פרייע, ווייל ווי געשריבן זענען די פרייע געווען די ראשי הקהילה אין קראקא, מייניך אז עס מאכט שוין סענס.
ר' פרייליך קוק איבעיר די פריערדיגע הערות, לכאורה איז דאס נישט ביים קבלת פנים פון רב, נאר פון להבדיל
די דעמאלטיגע פולישע נשיא
פריילעך אידל האט געשריבן:אגב נאך שרייבט ר' לייבעלע דארט, אז די דאזיגע "אלטע שול" אין קראקא, איז געווען אנגענומען צו זיין "800 יאר אלט"!
עס שטייט נאך היינט.
לפי המקובל דרש בו רבינו הרא"ש בעת שסיבב לאסוף ממון לפדות את רבו המהר"ם מרוטנבורג
- פריילעך אידל
- שר האלף
- תגובות: 1854
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm
טייטל האט געשריבן:ר' פרייליך קוק איבעיר די פריערדיגע הערות, לכאורה איז דאס נישט ביים קבלת פנים פון רב, נאר פון להבדיל די דעמאלטיגע פולישע נשיא
די ערשטע לינק איז געבלאקט ביי מיר, אבער עס מאכט נישט אויס, ווייל אין די בילדער זענען נאכאלץ ווארשיינדליך די ראשי הקהילה, און ווי איך האב פריער געשריבן וואס איך האב געליינט, קען מען פארשטיין פארוואס מען זעט די ראשי הקהילה קוקן אויס ווי פרייע אידן.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
דאס מער באקאנטער בילד פון די ריזיגער לויה פון לאדזשער רב זי"ע איז פארגעקומען ווייטער אויפן זעלבן גאס (קרעדיט: הרב פישל פארשלאפן)
https://www.google.com/maps/place/Piotr ... 0619?hl=en
לויט די בילדער איז די ארון הק' געגאנגען אויף דעם וועג https://www.google.com/maps/dir/Piotrko ... 7709?hl=en

לעצט פארראכטן דורך יציב פתגם אום דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 11:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8786
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
שטאלצער יוד האט געשריבן:WOW
זענען די אלע אין די בילדער יודן?
קיין בארד זעט מען נישט. זיי הייבן אויף די היטלעך, און שטייען קיין קאפל. איז דאס דעמאלט געווען א יודישע וועג?
מסתבר אז בשעת דער בילד האט ערשיינט עפעס א גוי'שע פערזענליכקייט וואס על פי דער געזעץ טוט מען זיך אויס דאס היטל לכבודו. נישט צו גיין מיט א קאפל אונטער דעם הוט איז געווען דער מנהג ביי 99% פון כלל ישראל אמאל.
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
- פריילעך אידל
- שר האלף
- תגובות: 1854
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm
פריילעך אידל האט געשריבן:איך האב אבער נישט געכאפט דעם מהלך הלוי', ווי איז דעם בית החיים געווען?
https://www.google.com/maps/dir/Piotrko ... !3e2?hl=en
- פריילעך אידל
- שר האלף
- תגובות: 1854
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm
יציב פתגם האט געשריבן:פריילעך אידל האט געשריבן:איך האב אבער נישט געכאפט דעם מהלך הלוי', ווי איז דעם בית החיים געווען?
https://www.google.com/maps/dir/Piotrko ... !3e2?hl=en
הערליך פיין!
גראדע אז מען קוקט אריין אין דעם בית החיים, זעהט מען ווי עס איז ליידער טאטאל חרוב געווארן ביים קריג.