בית מדרש עליון - חכמיה ותלמידיה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

בית מדרש עליון - חכמיה ותלמידיה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

א גאר רייכע קאפיטל אינען אמעריקאנער אידישער היסטאריע בכלל, און פון מאנסי בפרט, איז דער בית מדרש עליון, דער ערשטער כולל אויף אדמת אמעריקא, א ריזן תורה פעסטונג, ווי עס האבן דארט געהארעוועט בתורה ובחסידות געהויבענע תלמידי חכמים.

גיפינענדיג זיך אין שטאט מאנסי, וואס איז דעמאלטס געווען א דארף, אפגעהאקט פונעם גוי'ישען שטאט, האבן נאטורעלכירהייט זיך אריבער געצויגען אהין חשוב'ע בני תורה, וואס האבן נישט געוואלט קיין שייכות האבן מיט'ן ישיבת כרכים, און מיט'ן רצון צי קענען מחנך זיין די קינדער על דרך התורה והחסידות ווי פארצייטנס, האבן זיי געטראפן בית מדרש עליון פאר א פלאץ פאר זיי, נאכדערצו וואס דאס איז געווען א ישיבה וואס איז געווען טיילווייז חסיד'יש, ווי א חסידי'שער איד האט זיך דארט מער געפינען די פלאץ.

במשך די יארן האבן דארט געלערנט אידן בני עליה, וואס האבן נישט געזוכט צי נתפרסם ווערן, אהב איך געקלערט צי עפענען אן אשכול איסער די בית מדרש און איהרע תלמידים.


איז אזוי, דער ישיבה איז נתייסד געווארן דורך הגאון ר' שרגא פייוול מענדלאוויטש זצ"ל ראש ישיבת תורה ודעת, וואס האט געוואלט מייסד זיין מער אן ערנסטער ישיבה, ווי מען לערנט ווי אמאל, מיט'ן ליטווישער לומדות, אבער מיט א חסידי'שער געשמאק.

פאר דער ראש ישיבה איז אויפגענומען געווארן הגאון ר' ראובן גרוזובסקי זצ"ל, דער איידעם פון הגאון ר' ברוך בער זצ"ל, וועלכער איז נאך געווען א ר"מ ביי זיין שווער'ס ישיבה, און שנת תש"א בערך איז ער אריבער קיין אמעריקאף ווי ער האט קודם געדינט אלס ראש ישיבת תורה ודעת, און איז געווען פון די בארימטע גדולי אמעריקא, און דער ראש פון מועצגה"ת, און איז אריבער דינען אלס ראש ישיבה אין בית מדרש עליון, ווי ער האט דארט איבער געגעבן זיינע טיפע לומד'ישע שיעורים.

ווען ער איז נתסלק געווארן האט איהם איבער גענומען זיין איידעם הגאון ר' דן אונגארישער זצ"ל, וועלכער האט פאר א שיין פאר צענדליג יאר דארט געדינט אלס ראש ישיבה.
הגאון ר' דן אונגארישער זצ"ל
הגאון ר' דן אונגארישער זצ"ל
CA571-600x800.jpg (44.08 KiB) געזען 5881 מאל

זיין אנדערער איידעם איז געווען הגאון ר' לוי קרופעני זצ"ל, ראש ישיבת קמניץ.
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

הגאון ר' גדליהו הלוי שור זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

ווי אויך האט דארט געדינט הגאון ר' גדליהו הלוי שארר זצ"ל, פון די בארימטע פראמינענטע רבנים אין אמעריקא, א תלמיד מובהק פון הגאון ר' אהרן קאטלער זצ"ל נאך אין ישיבת קלעצק אין אייראפע ווי ער האט מנדד געווען ביז דארט צי לערנען.

ער איז געווען א ר"מ אין בית מדרש עליון ווי ער האט דארט משפיע געווען אויך חסידות, זייענדיג א דורכגעווייקטער חסידי'שער איד.

פון זיינע חיבורים זענען ספרי אור גדליהו.

נסתלק בשנת תשל"ט.
בניו הרבנים הגאונים ר' רפאל שליט"א ר"י ויזניץ ורב ביהמ"ד תפארת גדליהו, ר' אברהם שליט"א, ר' ישראל שמחה ראש ישיבת אור שמח שליט"א, ר' יצחק מאיר שליט"א.
חתניו הרבנים הגאונים ר' משה זילבערבערג שליט"א מאשדוד, ר' שלמה פרישוואסער שליט"א רב ביהמ"ד סאסוב אין לאנדאן.
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

הגאון ר' ישראל חיים קאפלאן זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

אלס משגיח האט געדינט הגאון ר' ישראל חיים קאפלן זצ"ל, דער איידעם און תלמיד פונעם משגיח פון מיר הגאון ר' ירוחם לייבוביץ זצ"ל, וועלכער איז אין זיין יוגענט געווען א תלמיד פונען הייליגען חפץ חיים זי"ע, און דערנאך אריבער לערנען אין מיר ציזאמען מיט זיין רבי ר' ירוחם.

ווען ער איז אנטלאפן ביים קריג קיין אמעריקא האט ער קודם געזאגט שיעורים אין תורה ודעת, און דערנאך איז ער אריבער קיין בימ"ד עליון צי זאגן שיעורים און דינען אלס משגיח, ער איז געווען באוויסט אלס א איד וואס חוץ פון תורה ועבודה האט איהם גארנישט אינטערסירט, א געוהיבענער איד וואס האט זיך געפירט בפרישות יתירה.

נפטר בשנת תש"ל ונטמן בהר הזיתים.

מבין חתניו איז הגאון ר' ברוך דוב פוברסקי שליט"א, ראש ישיבת פאניעוויטש בני ברק.


המשך יבא בל"נ בעז"ה, אבער ווער עס ווייסט פרטים און ידיעות בנידון דידן, ווערט געבעטן צי שרייבן.
לעצט פארראכטן דורך חזון-איש'ניק אום דינסטאג יוני 27, 2017 8:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

יישר כח פארן אנהייבן!

חזון-איש'ניק האט געשריבן:ווער עס ווייסט פרטים און ידיעות בנידון דידן, ווערט געבעטן צי שרייבן.


עיין כאן
...
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

א פער הערות
במ"ע איז נישט געווען דער ערשטער כולל אין ארה"ב
דער ערשטער כולל איז געווען אין ווייט פלעינס וואס איז אריבער
קיין לעיקוואוד ווען הגר"א קוטלער זצ"ל איז אנגעקומען קיין אמעריקא
און די אינגעלייט האבען אים גענימען לראשם
במ"ע איז נישט נתיסד געווראען אלס ישיבה נור אלס "אש דת"
א מוסד מחנך זיין מחנכים ובראשם הרה"ג ר' שמחה וואסערמאן זס"ל
ר' שרגא פייוועל זצ"ל איז נישט געווען דער ראש ישיבה אין תו"ד וכ'
נור מנהל

וועגען במ"ע האט מען שוין געשמיעסט אין די אידישע היסטאריע פון מאנסי און ספרינג וואלי
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

ווי געזאגט איז אין ישיבה איז געווען א כולל, ראש הכולל איז געווען הגאון ר' שמחה שוסטאל זצ"ל.
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

קיקיון האט געשריבן:א פער הערות
במ"ע איז נישט געווען דער ערשטער כולל אין ארה"ב
דער ערשטער כולל איז געווען אין ווייט פלעינס וואס איז אריבער
קיין לעיקוואוד ווען הגר"א קוטלער זצ"ל איז אנגעקומען קיין אמעריקא
און די אינגעלייט האבען אים גענימען לראשם
במ"ע איז נישט נתיסד געווראען אלס ישיבה נור אלס "אש דת"
א מוסד מחנך זיין מחנכים ובראשם הרה"ג ר' שמחה וואסערמאן זס"ל
ר' שרגא פייוועל זצ"ל איז נישט געווען דער ראש ישיבה אין תו"ד וכ'
נור מנהל

וועגען במ"ע האט מען שוין געשמיעסט אין די אידישע היסטאריע פון מאנסי און ספרינג וואלי

אויב איז שוין דא אן אשכול איבער דעהם, איז דער אשכול טאקע נישט נייטיג, איך האב אבער געקלערט צי מייחד זיין דער אשכול, מער צי מייחד זיין די שמות הרבנים והתלמידים לזכרון לדור האחרון. א דאנק.
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

אנהאלטן אין אישי
נאך איידעמער פון ר' גדליהו זצ"ל זענען הגאון ר' יושע העשיל הערשבערג שליט"א, ר"מ בישיבת נייטרא, און הרה"ג ר' יעקב פרץ בלומינג שליט"א.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

חזון-איש'ניק האט געשריבן:אנהאלטן אין אישי
נאך איידעמער פון ר' גדליהו זצ"ל זענען הגאון ר' יושע העשיל הערשבערג שליט"א, מלפנים ר"מ בישיבת נייטרא, און הרה"ג ר' יעקב פרץ בלומינג שליט"א.

ואח"כ ראש הכולל ב"סקווירא מאנסי"
וכהיום בישיבת נועם אלימלך
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מהללאל »

קיקיון האט געשריבן:א פער הערות
במ"ע איז נישט געווען דער ערשטער כולל אין ארה"ב
דער ערשטער כולל איז געווען אין ווייט פלעינס וואס איז אריבער
קיין לעיקוואוד ווען הגר"א קוטלער זצ"ל איז אנגעקומען קיין אמעריקא
און די אינגעלייט האבען אים גענימען לראשם
במ"ע איז נישט נתיסד געווראען אלס ישיבה נור אלס "אש דת"
א מוסד מחנך זיין מחנכים ובראשם הרה"ג ר' שמחה וואסערמאן זס"ל
ר' שרגא פייוועל זצ"ל איז נישט געווען דער ראש ישיבה אין תו"ד וכ'
נור מנהל

וועגען במ"ע האט מען שוין געשמיעסט אין די אידישע היסטאריע פון מאנסי און ספרינג וואלי


ריכטיג.
ר' שרגא פייוולס חלום איז געווען צו עפענען אין מאנסי א מוסד מיטן נאמען אש דת, צו מחנך זיין אינגעלייט צו ווערן מחנכים. נאכדעם וואס ר' אהרן קאטלער האט זיך אקעגנגעשטעלט (צוליב מורא אז דאס וועט שטערן דעם נייע "כולל" געדאנק), האט ר' שרגא פייוול געטוישט צו "בית מדרש עליון", א כולל פאר בני עלייה.
דאס איז א מוסטער פון ר' שרגא פייוול, זיך אינטערצובייגן אונטער אנדערע.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

בן מהללאל האט געשריבן: ריכטיג.
ר' שרגא פייוולס חלום איז געווען צו עפענען אין מאנסי א מוסד מיטן נאמען אש דת, צו מחנך זיין אינגעלייט צו ווערן מחנכים. נאכדעם וואס ר' אהרן קאטלער האט זיך אקעגנגעשטעלט (צוליב מורא אז דאס וועט שטערן דעם נייע "כולל" געדאנק), האט ר' שרגא פייוול געטוישט צו "בית מדרש עליון", א כולל פאר בני עלייה. :?:
דאס איז א מוסטער פון ר' שרגא פייוול, זיך אינטערצובייגן אונטער אנדערע.

במ"ע בהווסדה איז געווען א ישיבה פאר בחורים הרה"ג ר' ראובן זצ"ל איז געווען ראש הישיבה
וויפיל אינגעלייט הראוים לאותו איצטלא זענען דאמאלט געווען אז מען זאל האבען צוויי כוללים
הרה"ג ר אהרון זי"ע האט אנגעהויבען מיט 8 פין ווייט פלעינס
---------
שוין א שיינע פאר יאר וואס איך האב געליינט

לפי זכרוני איז הגר"א זצ"ל נישט געווען אקעגען דעם רעיון פון אש דת
ער האט אים ג'עצהט ממשיך זיין במסגרת פון תו"ד אין וו"ב
אין דעם פלאץ חוץ לעיר מיחד זיין פאר א ישיבה
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

הרה"צ רבי אהרן יעקב בראנדוויין מסטרעטין זצ"ל למד שם
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

חזון-איש'ניק האט געשריבן:ווי אויך האט דארט געדינט הגאון ר' גדליהו הלוי שארר זצ"ל, פון די בארימטע פראמינענטע רבנים אין אמעריקא, א תלמיד מובהק פון הגאון ר' אהרן קאטלער זצ"ל נאך אין ישיבת קלעצק אין אייראפע ווי ער האט מנדד געווען ביז דארט צי לערנען.

ער איז געווען א ר"מ אין בית מדרש עליון ווי ער האט דארט משפיע געווען אויך חסידות, זייענדיג א דורכגעווייקטער חסידי'שער איד.

פון זיינע חיבורים זענען ספרי אור גדליהו.

נסתלק בשנת תשל"ט.
בניו הרבנים הגאונים ר' רפאל שליט"א ר"י ויזניץ ורב ביהמ"ד תפארת גדליהו, ר' אברהם שליט"א, ר' ישראל שמחה ראש ישיבת אור שמח שליט"א, ר' יצחק מאיר שליט"א. ר"מ בישבת תורה ודעת
חתניו הרבנים הגאונים ר' משה זילבערבערג שליט"א מאשדוד, ר' שלמה פרישוואסער שליט"א רב ביהמ"ד סאסוב אין לאנדאן.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

אינטרעסאנט קיינער האט נאכנישט אנגעמערקט די שייכות הישיבה מיט הגאון רבי יעקב קמינצקי זצ"ל
----
עפ"י הוראת הגרש"פ האט מען געמוזט לערנען צוויי יאר אין תורה ודעת פארן קענען גיין קיין בית מדרש עליון.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

חזון-איש'ניק האט געשריבן:אנהאלטן אין אישי
נאך איידעמער פון ר' גדליהו זצ"ל זענען הגאון ר' יושע העשיל הערשבערג שליט"א, ר"מ בישיבת נייטרא, און הרה"ג ר' יעקב פרץ בלומינג שליט"א.

הרב בלומינג איז א ליבאוויטשער חסיד ער'ט נעבעך פארלוירן זיין ווייב נישט לאנג צוריק
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

נחום וואהלינער האט געשריבן:
חזון-איש'ניק האט געשריבן:ווי אויך האט דארט געדינט הגאון ר' גדליהו הלוי שארר זצ"ל, פון די בארימטע פראמינענטע רבנים אין אמעריקא, א תלמיד מובהק פון הגאון ר' אהרן קאטלער זצ"ל נאך אין ישיבת קלעצק אין אייראפע ווי ער האט מנדד געווען ביז דארט צי לערנען.

ער איז געווען א ר"מ אין בית מדרש עליון ווי ער האט דארט משפיע געווען אויך חסידות, זייענדיג א דורכגעווייקטער חסידי'שער איד.

פון זיינע חיבורים זענען ספרי אור גדליהו.

נסתלק בשנת תשל"ט.
בניו הרבנים הגאונים ר' רפאל שליט"א ר"י ויזניץ ורב ביהמ"ד תפארת גדליהו, ר' אברהם שליט"א רב בינמ"ד נזר גדליהו בפלעטבוש, ר' ישראל שמחה ראש ישיבת אור שמח שליט"א, ר' יצחק מאיר שליט"א. ר"מ בישבת תורה ודעת
חתניו הרבנים הגאונים ר' משה זילבערבערג שליט"א מאשדוד, ר' שלמה פרישוואסער שליט"א רב ביהמ"ד סאסוב אין לאנדאן.
דביה תחדי נפשא
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

חזון-איש'ניק האט געשריבן:ווי אויך האט דארט געדינט הגאון ר' גדליהו הלוי שארר זצ"ל,
חתניו הרבנים הגאונים....... ר' משה זילבערבערג שליט"א.......

אביו של הרה''צ ר' צבי מאיר שליט''א
אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזון-איש'ניק »

איז דאס ר' גדלי' שור?
אטעטשמענטס
גדליה_שור.jpg
גדליה_שור.jpg (3.29 KiB) געזען 5647 מאל
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

יע
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מהללאל »

דאס האב איך באקומען אין אישי:
אויף די טרעפ פון 73 מעין סטריט בשנת תש"ג די תלמידים פון אש דת וואס ר' שרגא פייוועל זצ"ל
האט אויפגעשטעלט מחנך זיין מחנכים בראש הרה"ג ר אלעזר שמחה וואסערמאן בן הרה"ק ר' אלחנן הי"ד זי"ע
73.jpg
73.jpg (369.54 KiB) געזען 5618 מאל

אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מהללאל »

א גרויסע פלא אויפן עולם, פארן נישט דערמאנען הגאון ר' שמעלקא טויבנפעלד זצ"ל.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

נחום וואהלינער האט געשריבן:הרה"צ רבי אהרן יעקב בראנדוויין מסטרעטין זצ"ל למד שם

אפשר וואלט געווען כדאי צו צאמשטעלן א רשימה פון חשובע תלמידים פון די ישיבה און איר פארגייער אש דת וזה החלי (אין מוקדם ומאוחר בתורה)
רבי שמעלקא טויבענפעלד זצ"ל אב"ד חרדים מאנסי
רבי משה דוד שטיינווארצל זצ"ל אב"ד בית אפרים ור"י באבוב
רבי אברהם חיים שפיטצער זצ"ל אב"ד אור החיים
רבי אהרן יעקב בראנדוויין זצ"ל מסטרעטין
רבי הערשל גאלדווארם זצ"ל
ולהבחל"ח
רבי ישראל ח"מ פרד"מ שליט"א ראב"ד סאטמאר
כ"ק רבי משה טויב שליט"א מקאלוב לרפו"ש
רבי חיים פלאהר שליט"א ראה"כ זכרון מנחם
רבי מענדל זילבער שליט"א אב"ד פריימאן וראב"ד התאחה"ר
רבי משה גרין שליט"א ר"י דמאנסי
רבי מאיר אברהם אילאוויטש שליט"א אב"ד ס. פאולו
רבי אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א אב"ד אגו"י ב"פ
רבי חיים אלעזר פרד"מ שליט"א אב"ד טענקע ב"פ
רבי דוד שוסטאל שליט"א ר"י לעיקוואד
רבי שלמה פייבל שוסטאל שליט"א ר"י נאות יעקב
רבי יודל גרובער שליט"א ראב"ד ארחות משפט
רבי יעקב טובי' ווייזער שליט"א ר"י וויען

מ'בעהט ד'עולם זאל זיך אנרופן ווארעם
דביה תחדי נפשא
מחזור
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 28, 2008 8:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחזור »

ר' זלמן אשכנזי, משמחי לב
ר' שמואל פריעד, טו"ר
ר' מנחם ערנסטער, ר"י וויזניץ
ר' יחיאל הלברשטאם, אבד פאקשאוויץ
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

הרה"ג ר' יונה פילאפף זצ"ל
(אמר לי שבזמן היותו שם, ראה בהסטענדער של רבי יעקב קאמינצקי שהיה לו שם גארטל לתפלה כמנהג החסידים]
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אין אש דת האבן געלערנט די נאנטע חברים רבי משה וואלפסאן ולהבחל"ח ר' ב"צ שענקער
דביה תחדי נפשא
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”