קהלות, ישיבות און מוסדות וכו' אין ציריך שווייץ

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

קהלות, ישיבות און מוסדות וכו' אין ציריך שווייץ

תגובהדורך וויל זיין גוט » מאנטאג יוני 19, 2017 1:24 pm

איך עפן דא א נייע אשכול איבער ציריך אין שווייץ.

עס זענען פארהאן פיל מענטשן, וואס זענען אינטרעסירט צו מיטהאלטן דער אויסקוק פון אידישקייט אין פארשידענע קליינע אידישע קהלות אין פארווארפענע שטעט.

ווער עס האט עפעס צו לאזן וויסן, זאל ביטע עס שרייבן דא, צו האלטן דעם עולם אינפארמירט.

וועלכע קהלות זענען דא דארט? דער רב? איין תלמוד תורה אדער מער, א מיידל שולע, ישיבות קטנות/גדולות, כוללים, וכו'
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 12:22 pm

תגובהדורך תמימות'דיגער » מאנטאג יוני 19, 2017 4:51 pm

לאמיר אנפאנגען מיט די קהלות הגם עס איז זייער כדאי אז עפעס א שווייצער אדער איינער מיוצאי שווייץ זאל צו ערשט אראפברענגען אביסל פון איהר רייכע היסטאריע [עס איז שוין גיוועהן א אידישער ישוב עטליכע הונדרעט יאהר אין דאס שווייץ (דאכצעך ארום 800 יאהר) און אין שו"ת חת"ס איז דא א תשובה צו א רב אין שווייץ] אבער על של עתה באתי די יעצטיגע מצב אין ציריך.
והנה זאת למודעי אז איך בין נישט קיין שווייצער און מקור מוצאי איז נישט פון שווייץ נאר היות אז ס'קומט מיר אויס אז כ'באזוך דארט אסאך [דאטשע וכו'] קען איך אביסעלע פרטים הגם אז ס'נישט מדוייק ווי אן אינסיידער מ"מ אלץ פתח כחודו של מחט ואם שגיתי נא להעמידני על האמת, וזה החלי בעזר צורי וגואלי:
היינט צו טאג איז דא אין שווייץ דריי קהילות

קהל אגודת אחים
דאס איז דער גרעסטע קהלה און אונטער די קהלה זענען רוב בתי מדרשים אין שטאט ווי אויך א חסיד'ישע ישיב"ק [דער ראש ישיבה איז הגאון רבי יהושע יחזקאל טאוב שליט"א בנו בכורו פון כ"ק האדמו"ר ממאדזשיץ ארה"ב שליט"א] און ווי אויך האט די קהלה א הכשר וועלכע איז אויך אויף עטליכע האטעלן אין שווייץ.
דער קהלה איז נתייסד געווארן דורך הגאון הגדול רבי מרדכי יעקב ברייש זצ"ל בעל חלקת יעקב, און ווערט ווייטער געפירט דורך בנו מ"מ הגה"צ רבי שאול שליט"א ולרפו"ש בעמח"ס שאילת שאול און לידו איז עומד ומשמש חתנו הרה"ג רבי הערש מיילך פדווא שליט"א [בן גאב"ד לונדון שליט"א] וואס הייסט צו זיין זייער א געלונגענע פיגור אין שטאט.
דער בית מדרש פון די קהלה געפונט זיך אויף א גאס וואס רופט זיך "עריקא שטראססע" און ע"ש נקרא הביהמ"ד [ווי אויך איז דא א שמחה זאל אונטער די ביהמ"ד].

קהל עדת ישורון
דאס איז די יעקי'שע קהלה וועלכע איז שוין נתייסד געווארן ארום תרנ"ה לפ"ק דורך הגאון רבי שמשון רפאל הירש זצוק"ל און ווערט היינט אנגעפירט דורך הגאון רבי חיים משה לוי שליט"א וועלכע איז א ת"ח מופלג און א גאר באליבטע פערזענליכקייט און טוט אסאך בהנהגת הקהלה און אין די גאנצע שטאט בכלל. דאכצעך אז די "ישיבה לצעירים" בראשות הג"ר משולם צאהן שליט"א איז אונטער די קערפערשאפט פון די יעקי'שע קהלה.

קהל חברת מחזיקי הדת
באשטייט היינטיגע צייטן בעיקר פון א שטיבל מיט א רב (וועלכע דארף א רפו"ש) ה"ה הגה"צ הישיש רבי משה חיים שמערלער שליט"א בעמח"ס מחשבת חיים. לעצטנס האט הרב שמערלער שליט"א זיך געצויגן און עולה גיוועהן לעיה"ק ירושלים תובב"א און איבערגיגעבן די רבנות פאר בנו הרה"ג ר' נפתלי צבי שליט"א [קרעדיט: @לחםלשובע].

אויך איז פארהאנען עטליכע חסיד'ישער שטיבעלעך ווי צב"ש בעלזא און גור [גאר א ערנסטע שטיבל] ועוד

בנוגע די מוסדות האב איך נישט קיין סאך ידיעות ועוד חזון למועד בעזה"י
לעצט פאראכטן דורך תמימות'דיגער אום דינסטאג יוני 27, 2017 4:48 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
כ'בין א תם - נישט א נער

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג יוני 19, 2017 5:12 pm

דאכט זיך מיר, אז דער סאטמארער רב זי"ע איז געווען אין ציריך שב"ק פר' פרה תש"ה, אין געזאגט א שיעור פשעטל אין אגודת אחים שוהל אין עריקא שטראססע.

דער רבי זי"ע האט געוויילט אין שווייץ אין די שפעטעדיגע יאהרן עטליכע מאל אויף אפרוה, אבער ס'איז נישט באקאנט אז ער איז אריין אמאל אין ציריך.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג יוני 19, 2017 6:07 pm

דאכט זיך, אז קהילת מחזיקי הדת איז נישט קיין באזונדערע קהילה פון אגודת אחים, נאר אוטער דעם.
אלנספאל, הרב שמרלר האט שוין אויפגעגעבן די רבנות, און וואוינט אין ירושלים, איבערגענמען האט זיין זון הרה"ג ר' נפתלי צבי.

לגבי די הכשר פון אגודת אחים וואס @תמימותדיגער האט געשריבען אז ס'איז דא אויף האטעלן אין שווייץ, בערך נאר 2 אדער 3 האטעלן, די האטעל אין אראזא איז נישט פון די הכשר, נאר אין דאבוס און אין סאס-אלמאגעל און נאר אין די זוממער.
לעצט פאראכטן דורך לחם לשובע אום מאנטאג יוני 19, 2017 6:20 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג יוני 19, 2017 6:13 pm

פאר 800 יאר צוריק האט דארט געוואוינט רבינו משה הסמ"ק מצוריך, וועלכער איז אומגעקומען עקדה"ש אין בערין, דערנאך (בערך אין 1500 למספרם) איז געווען א גירוש, פאר בערך 200 יאר האבן אידן דארט נישט געמעגט וואוינען, און דערנאך האט זיך באנייט די ישוב.

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג יוני 19, 2017 6:25 pm

לחם לשובע האט געשריבן:דאכט זיך, אז קהילת מחזיקי הדת איז נישט קיין באזונדערע קהילה פון אגודת אחים, נאר אוטער דעם.
אלנספאל, הרב שמרלר האט שוין אויפגעגעבן די רבנות, און וואוינט אין ירושלים, איבערגענמען האט זיין זון הרה"ג ר' נפתלי צבי.

לגבי די הכשר פון אגודת אחים וואס @תמימותדיגער האט געשריבען אז ס'איז דא אויף האטעלן אין שווייץ, בערך נאר 2 אדער 3 האטעלן, די האטעל אין אראזא איז נישט פון די הכשר, נאר אין דאבוס און אין סאס-אלמאגעל און נאר אין די זוממער.

ס'איז יא א באזונדערע קהילה

מחנך
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » מאנטאג יוני 19, 2017 6:46 pm

ווי קען מען אויסלאזן די באקאנטע ישיבה אין לוצערן שווייץ, געפירט יארן לאנג דורך רב קאפלמן זצ"ל וועלכער איז אוועק אפאר יאר צוריק ביי אריבער די הונדערט, און ווערט היינט ווייטער געפירט דורך זיין זון ר' משה שליט"א.

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג יוני 19, 2017 6:48 pm

מחנך האט געשריבן:ווי קען מען אויסלאזן די באקאנטע ישיבה אין לוצערן שווייץ, געפירט יארן לאנג דורך רב קאפלמן זצ"ל וועלכער איז אוועק אפאר יאר צוריק ביי אריבער די הונדערט, און ווערט היינט ווייטער געפירט דורך זיין זון ר' משה שליט"א.

דאס איז לוצערן
דא רעדט מען פון ציריך

מחנך
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » מאנטאג יוני 19, 2017 6:52 pm

אנטשולדיגט, אגב ריהטא משבשתא.

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מאנטאג יוני 19, 2017 7:35 pm

אויסער דעם אז מ'רעד פון ציריך און נישט פון לוצערן, איז דאס ישיבה שוין מער נישטא. פיניש. ר' משה דער זוהן פון רב קאפעלמאן, האט א ישיבה ערגעץ ווי אין ענגלאנד.

אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 423
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 12:22 pm

תגובהדורך תמימות'דיגער » מאנטאג יוני 19, 2017 7:51 pm

אבן יקרה האט געשריבן:אויסער דעם אז מ'רעד פון ציריך און נישט פון לוצערן, איז דאס ישיבה שוין מער נישטא. פיניש. ר' משה דער זוהן פון רב קאפעלמאן, האט א ישיבה ערגעץ ווי אין ענגלאנד.

זייטיגע נאטיץ
אינטרעסאנט טאקע אז ס'נאכנישט דא קיין לוצערנער אשכול.
כ'בין א תם - נישט א נער

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מאנטאג יוני 19, 2017 9:37 pm

תמימות'דיגער האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:אויסער דעם אז מ'רעד פון ציריך און נישט פון לוצערן, איז דאס ישיבה שוין מער נישטא. פיניש. ר' משה דער זוהן פון רב קאפעלמאן, האט א ישיבה ערגעץ ווי אין ענגלאנד.


דאכט זיך אין די נייע אידישע 'קענווי איילענד' געגנט, לעבן לאנדאן.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג יוני 20, 2017 2:17 am

אבן יקרה האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:דאכט זיך, אז קהילת מחזיקי הדת איז נישט קיין באזונדערע קהילה פון אגודת אחים, נאר אוטער דעם.
אלנספאל, הרב שמרלר האט שוין אויפגעגעבן די רבנות, און וואוינט אין ירושלים, איבערגענמען האט זיין זון הרה"ג ר' נפתלי צבי.

לגבי די הכשר פון אגודת אחים וואס @תמימותדיגער האט געשריבען אז ס'איז דא אויף האטעלן אין שווייץ, בערך נאר 2 אדער 3 האטעלן, די האטעל אין אראזא איז נישט פון די הכשר, נאר אין דאבוס און אין סאס-אלמאגעל און נאר אין די זוממער.

ס'איז יא א באזונדערע קהילה

אפיציעל איז דאס אונטער די אגודת אחים קהילה, א"א האט די הכשר און די שחיטה וכדו', מחזיקי הדת ניצט אלעס פון די אויבענדערמאנטע, זיי האבן א באזונדערע ביהמ"ד, דאס באדייט נישט אז ס'איז א באזונדערע קהילה, כ'מיין אז אפילו א בי"ד האבן זיי איינס.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג יוני 20, 2017 2:19 am

איינער פון די חשוב'ע אידן אין די קהילה, איז געווען הגאון ר' משה סולובייציק זצ"ל, אייניקל פון מרן הגר"ח מבריסק זצוק"ל.


די ציריך'ער קהילה איז א קהילה למופת, מיט די דרך ארץ און כבוד וואס זיי האבן פארן רב, ממש ווי פארצייטנס.

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג יוני 20, 2017 3:47 am

לחם לשובע האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:דאכט זיך, אז קהילת מחזיקי הדת איז נישט קיין באזונדערע קהילה פון אגודת אחים, נאר אוטער דעם.
אלנספאל, הרב שמרלר האט שוין אויפגעגעבן די רבנות, און וואוינט אין ירושלים, איבערגענמען האט זיין זון הרה"ג ר' נפתלי צבי.

לגבי די הכשר פון אגודת אחים וואס @תמימותדיגער האט געשריבען אז ס'איז דא אויף האטעלן אין שווייץ, בערך נאר 2 אדער 3 האטעלן, די האטעל אין אראזא איז נישט פון די הכשר, נאר אין דאבוס און אין סאס-אלמאגעל און נאר אין די זוממער.

ס'איז יא א באזונדערע קהילה

אפיציעל איז דאס אונטער די אגודת אחים קהילה, א"א האט די הכשר און די שחיטה וכדו', מחזיקי הדת ניצט אלעס פון די אויבענדערמאנטע, זיי האבן א באזונדערע ביהמ"ד, דאס באדייט נישט אז ס'איז א באזונדערע קהילה, כ'מיין אז אפילו א בי"ד האבן זיי איינס.

ס'איז א גרויסע מישמאש. מחזיקי הדת איז א באזונדערע אלטע קהילה, נתייסד געווארן דורך הרב חיים ישראל אייז ע"ה [פון די גרעסטע עסקנים פון אגו"י, און פון די גרעסטע אומשאציגע וועלטליכע מסירות נפשדיגע עסקנים בשנות הזעם צו ראטעווען פולע אידן, יהי זכרו ברוך] און די ערשטע רב איז געווען ר' ישראל איסר פרוכטהאנדלער, א שטארקע צאנז-באבובער חסיד, אוועק תשט"ז. זייט דעמאלטס איז משמש ברבנות הרב שמערלער שליט"א.
אמת אז זיי האבן נישט אלע אנדערע צרכי הקהילה, און מיט כשרות וכיו"ב זענען זיי אייניג מיט אגודת אחים, אבער די קהילה איז אבסעלוט באזונדער. ס'איז נישט נאך א ביהמ"ד אין די אלגעמיינע קהילה, נאר א קהילה פאר זיך, וואס געבט נישט צו פוהל צרכי קהילה.

יערסלוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » דינסטאג יוני 20, 2017 6:06 am

אבן יקרה האט געשריבן:דאכט זיך מיר, אז דער סאטמארער רב זי"ע איז געווען אין ציריך שב"ק פר' פרה תש"ה, אין געזאגט א שיעור פשעטל אין אגודת אחים שוהל אין עריקא שטראססע.

דער רבי זי"ע האט געוויילט אין שווייץ אין די שפעטעדיגע יאהרן עטליכע מאל אויף אפרוה, אבער ס'איז נישט באקאנט אז ער איז אריין אמאל אין ציריך.


דער סאטמער רב זצוק"ל האט דאך געוואינעט נאכע'ן מלחמה אין גענף, איבער אכט חדשים אין שטוב פין הרה"ח המפורסם ר' משה גראס ע"ה מחשובי דחסידי בעלזא בערך פין ר"ח טבת תש"ה אין איז עטליכע מאל געווען שבתים אין ציריך אין אויך לוגאנו

אוועטאר
moishy56
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4003
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » דינסטאג יוני 20, 2017 6:08 am

די חסידישע ת״ת אין ציריך
הייסט ''תלמוד תורה 'חיי עולם' ציריך''

http://www.jdn.co.il/%D7%A7%D7%94%D7%99 ... %AA/613154

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג יוני 20, 2017 9:11 am

אב"ד הקהילה הגרמ"י ברייש זצ"ל בצעירותו
בילד
עוד תמונה ממנו
RABYBris.jpg
RABYBris.jpg (33.32 KiB) געזעהן 1934 מאל


הגר"מ סולובייציק זצ"ל
250px-משה_סולובייציק.JPG
250px-משה_סולובייציק.JPG (16.14 KiB) געזעהן 1934 מאל

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3596
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג יוני 20, 2017 10:50 am

דער ערשטע בילד איז ביים חתונה פון הגראי"ל שטיינמאן (ערשטע רעכטס) אין שווייץ
לעצט פאראכטן דורך חמרא טבא אום דינסטאג יוני 20, 2017 2:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
דביה תחדי נפשא

א חסיד
שר האלף
תגובות: 1262
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובהדורך א חסיד » דינסטאג יוני 20, 2017 10:54 am

דיא צווייטע בילד איז ביי א שבע ברכות פון רבי חיים געלער שליט"א חתן רבי שווייד חתן הרב ברייש זי"ע

אוועטאר
יש מזל
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » דינסטאג יוני 20, 2017 11:15 am

וויל זיין גוט האט געשריבן:
תמימות'דיגער האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:אויסער דעם אז מ'רעד פון ציריך און נישט פון לוצערן, איז דאס ישיבה שוין מער נישטא. פיניש. ר' משה דער זוהן פון רב קאפעלמאן, האט א ישיבה ערגעץ ווי אין ענגלאנד.


דאכט זיך אין די נייע אידישע 'קענווי איילענד' געגנט, לעבן לאנדאן.

יא די ישיבה איז היינט צו טאגס פלאצירט אינעם נייעם ישוב 'קענווי איילענד'
דא איז א בילד ווי ס'באזוכט דארטן הרבני החסיד הנגיד המרומם ר' שב"א בערגער שליט"א מעיה"ב לונדון יצ"ו
צוגעלייגטע
yesivah.PNG
yesivah.PNG (692.18 KiB) געזעהן 1899 מאל

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג יוני 20, 2017 11:42 am

הגאון רבי משה סאלאווייציק זצ"ל, אייניקל פון הגר"ח מבריסק, בן בנו הגדול הרב ישראל גרשון מבריסק, איז געווען די מייסד און ראש ישיבה פון די לוצערנע ישיבה, ביז מחמת מעשה שהיה [ס'איז דא וואס זאגן אז ס'האט צו טוהן מיט די פרשה פון יאסעלע שוכמאכער, וואס איז געווען ביי איהם באהאלטן א שטיק צייט] האט ער געמוזט אפלאזן לוצערן, אין דאן איז אנגעקומען הרב קאפעלמאן אהין.

ר' משה האט זיך געצויגן קיין ציריך, און פון דארטן געפירט א וועלט פון תורה אין גאנץ יוראפ. ער איז געווען גאר באקאנט אין די תורה'דיגע וועלט אל'ס איינער פון די גרעסטע מנהיגים. [צופעליג ער איז געווען א חבר נעורים מיט יבלח"ט הרב שטיינמאן, ביידע פון בריסק ביז שווייץ אינאיינעם געגאגנגען די גאנצע בחורישע יאהרן]. און נישט נאר ביי די תורה'דיגע וועלט, נאר אין גאנץ יוראפ איז ער געווען גאר גרויס באשעצט. די אלע פעולות פון "רב טוב" אין די ארומיגע מדינות, האבן זיך שואל עצה געווען מיט איהם. ביי ר' איציקל און שפעטער ביי ר' יענקל'ה זי"ע איז ער געווען גאר גרויס ונערץ. אין ציריך אליין אלע זענען געווען גרויסע מעריצים פון איהם, און ער האט איבערגעגבן שיעורים תמידין כסדרן אין ביהמ"ד, אבער קיין אפעציעלע שטעלע נישט געהאט. בסוף ימיו ער האט מייסד געווען די בארימטע ישיבה "תורת חיים" אין מאסקווע, מיט אלע זייערע פעולות ארום אין ארום וואס האט שוין אסאך פירות געגעבן פון די רוסישע אידן, אויפגעשטעלט ערליכע שיינע קהילות סיי אין אר"י אויף א גרויסע פארנעם, אין סיי אין אמעריקא אדער אין עטליכע פלעצער אין יוראפ אויף א קלענערע פארנעם.

ר' משה זצ"ל איז אוועק אין ציריך מחרת ל"ג בעומר תשנ"ה. אין צו זיין לוי' וואס איז ארויס געגאנגען צו אר"י, זענען מיט געקומען רוב מנין ובנין פוון די שטאטישע אידן פון ציריך. אין ירושלים איז געווען א ריזיגע לויה בהשתתפות צענדליגע טויזנטע אידן.
ער האט איבערגלאזט זיינע קינדער:
הגאון רבי ישראל זצ"ל ראש כולל אין ירושלים.
הגאון רבי ברוך שליט"א, א בארימטע ראש ישיבה אין ירושלים מראשי ועד הישיבות.
הרב אברהם ישעי' שליט"א פון ציריך
הרה"ג ר' שמואל חיים שליט"א מראשי ועד הכשרות פון העדה החרדית ירושלים
לעצט פאראכטן דורך אבן יקרה אום דינסטאג יוני 20, 2017 12:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג יוני 20, 2017 6:17 pm

אינטערסאנט צי אנמערקן אז אין די עריקא קהילה (אגודת אחים) אליין, איז פארהאן צוויי שול'ען, איינער אינטען מער א חסיד'שער, און א גרעסערער אויבן (מיט ווייניגער מתפללים היינט צי טאגס) ווייניגער חסיד'יש.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך יוני 21, 2017 1:43 pm


וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מיטוואך יוני 21, 2017 3:20 pm

אויב איינער קען איבערגעבן פרטים איבער תלמוד תורה, אויב איז דא נאר איינס אדער מער, בערך וויפיל קינדער. וואס טוט זיך מיט א ישיבה קטנה און ישיבה גדולה. און אויך וואס עס טוט זיך מיט חינוך הבנות.

איבער די אלע פרטים האט מען נאך נישט געשריבן כמעט גארנישט.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט