בלאט 2 פון 3

געשריבן: דאנארשטאג יוני 22, 2017 3:27 pm
דורך יעניגער
נו ? אז דער מגיני שלמה איז געוועהן דער רב און נישט דער תויו"ט, איז וואס איז דיין שאלה ?

געשריבן: דאנארשטאג יוני 22, 2017 3:50 pm
דורך חייקל אלצווייסער
יעניגער האט געשריבן:נו ? אז דער מגיני שלמה איז געוועהן דער רב און נישט דער תויו"ט, איז וואס איז דיין שאלה ?

דער תוספות יו"ט איז זיכער געווען יענע יאר דארטן א רב, עס זעט מיר אויס ווי ער איז געווען דער שטאט'ס רב (קען זיין איך מאך א טעות). די מקור וואס ר' יוסף נחמיה ברענגט איז נאר אז דער מגיני שלמה איז אויך געווען א רב אין שטאט יענע יאר. איז פון וואו נעמט ער צו זאגן אז די מעשה האט פאסירט ביים מגיני שלמה?

פארשטייסט וואס איך פרעג? ביידע זענען דעמאלץ געווען רבנים דארטן.

געשריבן: דינסטאג יוני 27, 2017 9:40 am
דורך סאמעטוכע
דוקטור האט געשריבן:כיהודה ועוד לקרא וועל איך מוסיף זיין אפאר פרטים.

1- די ליס פין חב"ד מיט די ביהמ"ד, וועט זיך ענדיגען אין די קומענדיגע פאר חודשים, מען גייט עס נישט פארלענגערען מכמה סיבות,

וואס וועט ווייטער זיין מיט די ביהמ"ד, איז נאכנישט באקאנט, צי עס וועט בכלל נאך זיין א active ביהמ"ד, ווער עס וויל נאך אריינכאפן צי דאווענען אין די ביהמ"ד בתפארתו זאל אריינכאפען בקרוב.

2- די בריק פין די חלום איז די באקאנטע Charles bridge און פראג, וואס איז נאך ביז היינט באוואכט א גאנצע צייט.

3- אין די מוזעעם אין ווארשע, קען מען זען א מאדעל פין קראקא, מען זעט אז אנהייב איז קאזעמירז געווען עקסטער אינגאנצן פין די שטאט, אין שפעטער איז עס מחובר געווארן.

4 - אין די בנין דערנעבן, געפינט זיך איינע פין די branches פין די כשר'ע רעסטאראנט אין פוילן, זיי האבן 100 פלעצער אין שטעלן צי מילכיג אין פליישיג, אזוי אויך האט חב"ד אין א זייטיגע צימער פין די ביהמ"ד א קליינע מילכיגע רעסטאראנט, עס איז נישט באקאנט וואס וועט זיין מיט דעם נאך וואס חב"ד גייט ארויס פין די בנין.

איך בין גאר נייגעריג איבער מער פרטים אויף די נושא עניבאדי מיט קלארערע דיטעילס פ"וו חבד גייט אוועק און ווער גייט עס האבן ווייטער?

געשריבן: דינסטאג יוני 27, 2017 9:48 am
דורך בערל קראקאווער
לויט וויפיל איך פארשטיי, - און אזוי ווי דער 'יעניגער' האט שוין דערמאנט צווישן זיינע שורות - איז עס מער אז מען פארשיקט זיי און מען וויל זיי נישט לאזן באנייען דעם ליעס, היות די בתי חיים און בתי מדרשים זענען אונטער די בעלות פון אזעלכע אידן וועלכע האבן נישט קיין פראבלעם זיך אויסצומישן רח''ל, ממילא קומט זיי עס אויס בעסער אזוי, אז זיי זאלן קענען טוהן מיט די מקומות הק' לויט וואס זיי גלוסט זיך ליידער, עס איז ליידער א מצב פון שועלים הלכו בו.

געשריבן: דינסטאג יוני 27, 2017 3:53 pm
דורך יעניגער
ס'איז נישט נאר די געלט, ס'איז מסתמא אויך די נקמה אינעם רב וואס איז א ליובאוויטשער, און דאווענט יעצט דארט.

געשריבן: זונטאג יולי 02, 2017 4:56 pm
דורך יעניגער
נאך קראקעווער היסטאריע.

viewtopic.php?f=63&t=18199&hilit=%D7%A7%D7%A8%D7%90%D7%A7%D7%90

געשריבן: זונטאג יולי 02, 2017 5:08 pm
דורך שאינו יודע
איז דאס דער רמ"א שוהל ביים בית החיים?

געשריבן: זונטאג יולי 02, 2017 5:52 pm
דורך יעניגער
יא.
ביים אלטן בית החיים.

געשריבן: מאנטאג יולי 03, 2017 6:04 pm
דורך שטייגען
דוקטור האט געשריבן:כיהודה ועוד לקרא וועל איך מוסיף זיין אפאר פרטים.

1- די ליס פין חב"ד מיט די ביהמ"ד, וועט זיך ענדיגען אין די קומענדיגע פאר חודשים, מען גייט עס נישט פארלענגערען מכמה סיבות,

וואס וועט ווייטער זיין מיט די ביהמ"ד, איז נאכנישט באקאנט, צי עס וועט בכלל נאך זיין א active ביהמ"ד, ווער עס וויל נאך אריינכאפן צי דאווענען אין די ביהמ"ד בתפארתו זאל אריינכאפען בקרוב.
.


ליידער זייער אסאך בתי מדרשים, בתי חיים זענען היינט אין אזאלכע הענט וואס מקען גארנישט טוען, צוליב די בעלי בתים גייט עס נישט אהן, *חוץ געלד*.
פאר יאר אינמיטען זיממער בין אין געווען מקומות הקודשים אין ליידער אסאך מקומות זענען ליידער פיל מיט תערובות,
בודאפעסט די גרויסע שול איז א גאנצע טעראזים מקום, אין מישקאלץ איז אויך דא א שיינע גרויסע ארטאדאקסטשע שול נאך פון פאר די מלחמה ברוך השם דארט זענען נאך נישט אנגעקומען די טור גיידס, אין מאד שטייט די קול ארי׳ שול מיט די ישיבהה חב״ד האט געמאכט דארט א זומער קעמפ אין אלעס שיין איבער געבויט מיט די שטיצע פון הרב שווארץ מלעיקוואד מיט די הילף פון הרב גאבי, אין קערעסטיר בין איך נבל ונשותמום געווארן צו זעהן א גאנצע באס מיט נישט אידישע ביים ציון הקדוש, (2 היימשע הכנסת אורחים מיט עסן נישט דא בעסער פון דעים אין גאנץ איירופא, רבי ישעי׳לע האט זיכער הנאה) אין קראקא קען מען דאך נישט דאווענען אין בית החיים אין נישט אין די 2 פאפלערע בתי מדרשים, יעדע מינוט קומט צו א אנדערע אין פרעגט אויב מקען כאפן א בילד פון אייך אדער גאר א סעלפי, אוישוויץ איז דאך ממש א מאנהעטן 5 עוועניא, די פוילשע רעגירונג מאכט א יאר שווערע געלטער אויף אינזערע זיידעס בליט ר״ל.
אז איך שרייב שוין יא איבער מיין טריפ דארף מען דאך גיבן א שכוח פאר די אלע הכנסת אורחים וואס שטעלן צו בריוח
קערעסטיר הרב פריעדלענדער והרב לעפקאוויטש, איהעל צוגעשטעלט דורך סאטמאר, צאנז דורך הרב האלבערשטאם, דינוב דורך פינטשי, ליזענסק דורך עסקני לעלוב.
א גרויסע שכוח פארן מחיה זיין.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 19, 2017 4:56 pm
דורך דוקטור
עס האט זיך געעפענט אין קראקא א נייע הכנסת אורחים "מאור ושמש"

די לינקע זייט פין די נייע בית החיים, האט מען אפגעקויפט די גאנצע בנין, ביים אריינגאנג האלט זיך אינמיטען בויען א גרויסע מקוה.
די צווייטע שטאק איז שוין דא גרייט נייע הערליכע צימערען צי שלאפן.
די דריטע שטאק איז שוין כמעט פערטיג א גרויסע ביהמ"ד, מיט א שטח צי עסן, ספרים איז שוין דא דארט בשפע, און אויך קאווע מיט מזונות איז שוין ציגעשטעלט דארט 24 שעה א טאג.

אזוי אויך איז עס א גרויסע בשורה פאר כהנים, זיי האבן עקסטער אויסגעשטעלט א פלאץ מיט גרויסע פענסטערס וואס פין דארט קען מען זען די בית החיים און מתפלל זיין.

די address פאר ווער עס וויל, איז Miodowa 55

געשריבן: זונטאג נובעמבער 19, 2017 5:24 pm
דורך נחוניא
דוקטור האט געשריבן:עס האט זיך געעפענט אין קראקא א נייע הכנסת אורחים "מאור ושמש"

די לינקע זייט פין די נייע בית החיים, האט מען אפגעקויפט די גאנצע בנין, ביים אריינגאנג האלט זיך אינמיטען בויען א גרויסע מקוה.
די צווייטע שטאק איז שוין דא גרייט נייע הערליכע צימערען צי שלאפן.
די דריטע שטאק איז שוין כמעט פערטיג א גרויסע ביהמ"ד, מיט א שטח צי עסן, ספרים איז שוין דא דארט בשפע, און אויך קאווע מיט מזונות איז שוין ציגעשטעלט דארט 24 שעה א טאג.

אזוי אויך איז עס א גרויסע בשורה פאר כהנים, זיי האבן עקסטער אויסגעשטעלט א פלאץ מיט גרויסע פענסטערס וואס פין דארט קען מען זען די בית החיים און מתפלל זיין.

די address פאר ווער עס וויל, איז Miodowa 55

געוואלדיג!
ביי וועמען דארף מען באשטעלן פלאץ?
וויפיל קאסט א נאכט?

געשריבן: זונטאג נובעמבער 19, 2017 6:17 pm
דורך יוראפ
שטארקע נייעס דאס, ווער פירט דאס אן?

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 20, 2017 9:50 am
דורך דוקטור
עס איז אויך דא א אמעריקאנע toll free number צי באשטעלן.

די פרייז פאר א בעט איז 60 PLN א נאכט, עס איז בערך $17

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 20, 2017 10:28 am
דורך נחוניא
דוקטור האט געשריבן:עס איז אויך דא א אמעריקאנע toll free number צי באשטעלן.

די פרייז פאר א בעט איז 60 PLN א נאכט, עס איז בערך $17

עס איז זייער נישט קלאר.
וואס שטייט דארטן וועמענס השגחה האט די עסן?

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 20, 2017 10:58 am
דורך יוראפ
נחוניא האט געשריבן:
דוקטור האט געשריבן:עס איז אויך דא א אמעריקאנע toll free number צי באשטעלן.

די פרייז פאר א בעט איז 60 PLN א נאכט, עס איז בערך $17

עס איז זייער נישט קלאר.
וואס שטייט דארטן וועמענס השגחה האט די עסן?

הרב אליעזר יעקב הכהן

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 20, 2017 11:02 am
דורך נחוניא
יוראפ האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
דוקטור האט געשריבן:עס איז אויך דא א אמעריקאנע toll free number צי באשטעלן.

די פרייז פאר א בעט איז 60 PLN א נאכט, עס איז בערך $17

עס איז זייער נישט קלאר.
וואס שטייט דארטן וועמענס השגחה האט די עסן?

הרב אליעזר יעקב הכהן

ווער איז דאס?

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 20, 2017 11:03 am
דורך יוראפ
נחוניא האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
דוקטור האט געשריבן:עס איז אויך דא א אמעריקאנע toll free number צי באשטעלן.

די פרייז פאר א בעט איז 60 PLN א נאכט, עס איז בערך $17

עס איז זייער נישט קלאר.
וואס שטייט דארטן וועמענס השגחה האט די עסן?

הרב אליעזר יעקב הכהן

ווער איז דאס?

אויפן צעטל שטייט אז ער איז דער מרא דאתרא...

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 20, 2017 12:02 pm
דורך דוקטור
די אריינגאנג

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 20, 2017 12:10 pm
דורך דוקטור
די view צים ביה"ח

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 20, 2017 12:23 pm
דורך דוקטור
די ביהמ"ד

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 20, 2017 1:15 pm
דורך נחוניא
יוראפ האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
דוקטור האט געשריבן:עס איז אויך דא א אמעריקאנע toll free number צי באשטעלן.

די פרייז פאר א בעט איז 60 PLN א נאכט, עס איז בערך $17

עס איז זייער נישט קלאר.
וואס שטייט דארטן וועמענס השגחה האט די עסן?

הרב אליעזר יעקב הכהן

ווער איז דאס?

אויפן צעטל שטייט אז ער איז דער מרא דאתרא...

ביז לעצטענס איז געווען דער מרא דאתרא הרב אליעזר גוראריה דער שליח חב"ד.
ער האט טאקע לעצטענס געהאט פראבלעמען מיט זיינע צדיקים ישרים אין די קהלה.
האבן זיי אויפגענומען א נייעם רב?

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 21, 2017 1:40 pm
דורך יעניגער
פרעגטס בערל קראקעווער !!

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 21, 2017 3:01 pm
דורך שואל ומשיב
דאס איז פיינע נייעס. אגב, דער בנין איז ריזיג גרויס און איז אורגינאל געווען די בית הלויות און מן הסתם אויך טהרה שטוב וכדומה.

ואגב דאגב, איז מיר פערזענליך אינטרעסאנט אז איבעראל שפראצן היינט ארויס בנינים (און קאמפעטישן...) און דייקא אין איהעל ווי מען האט עטליכע יאר צוריק אפגעקויפט א ריזן פיר שטאקיגע בנין, און ביידע פראקציעס האבען ב''ה געלט בשפע אבער דאך רוקט זיך נישט דער בנין פאראויס.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 21, 2017 4:01 pm
דורך ODOM
ס'איז נישט גענוג אפקויפין דעם בנין, מען דארף שמירן אין די ריכטיגע פלעצער...

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 21, 2017 8:01 pm
דורך בערל קראקאווער
יעניגער האט געשריבן:פרעגטס בערל קראקעווער !!


יע יע, מ'האט שוין ארום גערעד דערפון אין איינע פון די גאנץ לעצטיגע בלעטער.