פולמוס השחיטה בסענשארץ - שנת תר"ע

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

פולמוס השחיטה בסענשארץ - שנת תר"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

איך האב עס נאך נישט געזען באשריבן אין ערגעץ, אבער אין תשובת מהרש"ג ח"א האב איך געטראפן 3 תשובות דערוועגן, און ווי עס זעט אויס איז עס גווען א העפטיגע מערכה.

וויפיל איך האב ארויסגענומען פון די תשובות איז די מעשה ווי פאלגענד. דער מרא דאתרא אב"ד אינטערדאם ( ווער איז דאס? נאסעדער רב אפשר?) האט באמערקט אז דער שוחט האט פארלוירן זיין הרגשה און ער כאפט נישט אויף קיין פגימות אויפן מעסער, און אזוי אויך האט מעיד גווען אויף דעם א צווייטער שוחט פונעם שטאט. געבויעט אויף דעם האט דער מרא דאתרא געאסרט דעם שוחט, און אויך אריינגעגעבן אן עדות פאר ראש הקאנציליי הרב פרענקיל.

דער שוחט האט אנגעהויבן פארפירן אז עס איז א בלבול אויף אים, און ער האט געוויזן פאר אסך אנדערע רבנים און שוחטים אז ער האט יא א געהעריגע הרגשה. ער איז אריבער געפארן צום מהרש"ם, וואס האט געזאגט זיינע שוחטים זאלן זען וואס דא גייט פאר. נאכדעם וואס זיי האבן באשטעטיגט אז ער האט א געהעריגע הרגשה איז דער מהרש"ם ארויס מיט א מכתב להיתר. עס איז געגאנגען אזוי ווייט אז דעם שוחט'ס זייט איז ארויסגעקומען מעט א "מכתב גלוי" באשמוצענדיג דעם רב כאילו ער איז א פשוטער ליגנער.

דער מהרש"ג פון די צד האוסרים האט ווי דערמאנט 3 תשובות.

די ערשטע צום חקל יצחק וואס איז גווען פון די מתירים, ווי דער מהרש"ג איז מסביר טעמו לאיסור בעיקר צוליב 3 טעמים.
איינס צוליב תרי כמאה. צווייטענס כלפי די בני הקהלה, זיי זענען מחויב צו פאלגן זייער מרא דאתרא קעגן אנדערע רבנים, ווייל אזוי האבן זיי מקבל געווען אויף זיך בשעתן אויפנעמען דעם רב. דריטענס, אז דער רב האט געהאט נאך טעמים, ווייל ער האט געזען סימני קלות אויפן שוחט אויסער דאס פארלירן די הרגשה.

די צווייטע תשובה איז זייער ענלעך צום ערשטען, אבער איז אויסגעשטעלט ארויסצוגעבן פאר די פאבליק. מען זעט דארט אויך אז דער וויזשניצער רבי (אהבת ישראל?) איז גווען פון די מתירים.

די דריטע תשובה איז צו רמ"ש גלאזנער, וואס איז אויך גווען פון די גרויסע מתירים. די תשובה באציעט זיך בעיקר אויף א דברי חיים אויף וואס דער מהרש"ם האט געבויעט אז א מרא דאתרא קען אסרן א שוחט אפילו עס איז נאר א חשש בעלמא ענליך צו א שתלא וואס מען קען מעביר זיין אן התראה. הרב גלאזנער וויל זיך דינגען מיט דעם ד"ח מיט די טענה אז ביי אן איסור ווילאנג די מענטשען ווייסן נישט אז עס איז אן איסור זענען זיי גארנישט עובר, ממילא איז עס נישט דומה צו א שתלא. דער מהרש"ג דינגט זיך שטארק און איז מצדיק את הצדיק (לשון מהרש"ג) דעם ד"ח.

איך האב פראבערט אביסל מער נישטערן וואס דארט איז פארגעגאנגען. ביז דערווייל אן קיין סך הצלחה.

האט איינער דא מער אינפארמאציע?
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

שוחט און פולמוס איז פון די רוטינע געשעענישן אינדערהיים, אין די תשובה ספרים. אויב האט דאס נישט געהאט צו טון מיט א גרעסערע מחלוקה צווישן חסידות'ער א.ד.ג. איז מסתמא נישטא צופיל מער אינפארמאציע, און אפילו אויב יא איז עס נישט ממש אינטערעסאנט. עס איז געווען הונדערטער שוחטים און טויזנטער שאלות, זייער אסאך מאל זענען אנדערע רבנים אויך אנגעפרעגט געווארן, וכדרכה של תורה זה בונה וזה סותר.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראשעלע »

מלחמת חובה עם כתב יושר דברי אמת סאמאש איוואר תר"ע

http://hebrewbooks.org/38936
לעצט פארראכטן דורך סטראשעלע אום זונטאג אפריל 02, 2017 7:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראשעלע »

משפט לעשוקים סאמאש איוואר תר"ע

http://hebrewbooks.org/39056
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

מי חכם האט געשריבן:שוחט און פולמוס איז פון די רוטינע געשעענישן אינדערהיים, אין די תשובה ספרים. אויב האט דאס נישט געהאט צו טון מיט א גרעסערע מחלוקה צווישן חסידות'ער א.ד.ג. איז מסתמא נישטא צופיל מער אינפארמאציע, און אפילו אויב יא איז עס נישט ממש אינטערעסאנט. עס איז געווען הונדערטער שוחטים און טויזנטער שאלות, זייער אסאך מאל זענען אנדערע רבנים אויך אנגעפרעגט געווארן, וכדרכה של תורה זה בונה וזה סותר.

שוין זע איך טאקע אז עס איז געווען אן ערענסטען פולמוס כדברי י"י גרינוואלד
כאמור לעיל בפתח דברינו, פרצה בשנה ההיא מריבה גדולה בארץ אונגריה, אשר כמעט כל גדולי הדור השתתפו בה.
יעדער זייט האט געשריגן אז דער צווייטער זענען פאלנע ליגנערס. און ווי עס זעט אויס האבן די צד השוחט געטענהט אז דער נאסעדער רב איז נישט זייער מרא דאתרא, ממילא מוזן זיי אים נישט פאלגן. בקיצור א רעכטער מחלוקת פון דערהיים.

וכך אקבל שכר על הפרישה.
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

א לענגערע בשרייבונג אויף די גאנצע פרשה

פון עמוד 58 און ווייטער
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

דא א תשובה אין צבי תפארת פון דרכי תשובה אויכעט אין מנחת אלעזר
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

מראה מקום?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

מה ידידות האט געשריבן:א לענגערע בשרייבונג אויף די גאנצע פרשה

פון עמוד 58 און ווייטער

דעם לינק וואס איר לייגט, איז פון א תימנ'ר קובץ (מהרב מחפוד). דער תימנ'ר האט נישט קיין אהנונג בחייכון, ער איז פשוט מלקט פון די געדרוקטע קונטרסים. כמובן, מיט אזא מהלך איז דער וואס האט געענטפער די לעצטע - גערעכט. נישט אזוי? א בר דעת פארשטייט אז אין א פולמוס ווערט געדרוקט קונטרסים, לפעמים אמת און לפעמים שטותים. איינער וואס בויט אויף די געדרוקטע קונטרסים איז א פשוט'ער נאר. אדער בויט מען אויף פרטים בתוך הקונטרסים שאפשר לברר מתוכם, אדער אויף מסורה וידיעה, אבער א תימנ'ר אפשטאמיגער וואס ווייסט נישט בחייכון, און ער שרייבט באזירט אויף קונטרסים איז פשוט נישט אינטערסאנט.

אין א בריוו פון ציעשנובער רב, בנוגע די פרשה, געשריבן צו חיים בלוך. שרייבט ער וז"ל:

עתה ירשה לי להעיר על איזה דברים.

א) במכתב הרב מקאלומבוס מזכיר המחלוקת מהשו"ב להגה"צ ראי"ה מאינטרדאם ז"ל, אחרי שהרב מבערזאן התירו. האמת הי' שהשו"ב שלח שו"ב אחר במקומו והשני הי' ת"ח ואומן ורק אמר שם הראשון. וכך רימו להרב מבערזאן ז"ל.

אכן חוצפה גדולה הוא מהרב גר"וו לכ' שהרב מאינטרדאם אסרו מתוך שנאה. הוא צריך לטבול עצמו קודם שיזכיר שם הרב מאינטרדאם.
אטעטשמענטס
רשי''ש אל בלוך.jpg
.
מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה ידידות »

וואו איז געדריקט דער בריוו?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

סתם למען הפינקטליכקייט,
עס זענען געוועהן 2 שטעט סענדשארץ,
איין שטאט איז געוועהן עדרא-סענדשארץ, דארט ווי דער בינת יששכר האט משמ געוועהן ברבנות, און פאר אים ר' משה שטיין - באר משה,
און נאכדעם איז געוועהן א אנדערע סענדשארץ מער א קור-ארט, ווי דארט איז געוועהן די מערכה מיטן שוחט,
יא דער נאסאד'ע רב האט געפירט די מערכה, א ריזיגע מעשה דאס.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:אכן חוצפה גדולה הוא מהרב גר"וו לכ' שהרב מאינטרדאם אסרו מתוך שנאה. הוא צריך לטבול עצמו קודם שיזכיר שם הרב מאינטרדאם.[/i][/b]

אף אם יטבול אלף פעמים בנהר דינור לא יהי' ראוי להזכיר שמו של הקדוש מנאסויד..
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

מה ידידות האט געשריבן:וואו איז געדריקט דער בריוו?

נישט געדריקט לפי ידיעתי.
דער מקור איז פון די בלוך פייל אין LEO BECK, דער בריוו איז פון עש"ק קרח תשי"ד.
.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

מה ידידות האט געשריבן:מראה מקום?


טעיתי במקצת, מכתב הדרכי תשובה נדפס באגרות שפירין סימן מח (ב)

התשובה שטעיתי בו והזכרתי לעיל זה בענין קהלת אפשא
וואץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:41 pm

דער בר פלוגתא פונעם שוחט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואץ »

דער בר פלוגתא פונעם שוחט ר' אברהם חיים איז געווען ר' שלמה מייזעלס הי''ד די פאטער פון הגה''צ רבי נתן יוסף זצ''ל אבד''ק אבני שלמה מלפנים מנה''ר ישיבת סאטמאר
וואץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואץ »

טעות לעולם חוזר. הבר פלוגתא של השוחט ר' אברהם חיים היה ר' שלמה, אבל לא ר' שלמה מייזעלס הי''ד כי הוא היה השו''ב בערדא סענזשארץ רק אחר מלחמת העולם הראשונה.
והסענזשארץ ששם היה המחלוקת היתה עיירה קטנה ומרפאה בגלילות העיר נאסאד כנראה מכל המכתבים, ואגב לציין כי יש שם גם מכתב של הבינת יששכר אבד''ק ערדא-סענזשארץ זצ''ל, ובתו''ד כתב כי האבד''ק אינטערדאם (ה''ה הרה''ק מנאסאד זצ''ל) הוא המרא דאתרא בסענזשארץ.
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: פולמוס השחיטה בסענשארץ - שנת תר"ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

די פרשה איז שיין באשריבן אין די נייע "פוסק הדורות" אויפן מהרש"ם, חלק ב' פרק ל'.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”